תג מ8מ1.ן חאפו1ומתמ1נצ 41,ד1611ם 6תע2עמ8מ/2ע21עפ אע צע1פ
6 .טס זאו
ג 1866 6091 אטץ אנאעטפ1
יע
4 ט
עטססתתפ תגתז/2./
צצפצט,ז4,ע 48 זא /1נ1
08 1,261 01:) טמ אעשידג, 111 מופ!נפמסזצ
2
אה דאוםי) 8668 ופוטסנ1צ, זא א116,/וו
פ5דזדעפטע1,8559861א , 51 111 ג,
אט דאעס צססם תמפנסטפנצ 41 א10דע, א
פדדעפט4-4 ,59 1א , 1דפ עט 1ד דע
60 881124מ19110פסנצ | 250-4900 413
)תע0ס. מע ויאע6אצ0ס80מגפ1נסמ1צ. ציעלעץ
עתד תסע ספאזספתאש? עס ןא,זא
צתע4א תמ1ן1 תפ1וממנצ }ג,;11טסו1ם סתע8 ןעפ אק צ4ע1פ
;צם פעפונצסעע ,לע
4 1 01960ט) .ם 1006 1
1 1זט06ץט) 106 67 4716/
/ד111זזם1 11811ט711ב) זזוסנוזש6פ 1116
101111601101 1 ז111/50//10 .ם חזחטזסם הוח 100016
8160 208
06 +ז6ט10
1ס1011110011 16/3008 151911160118
0561 .כן /161
1010111115/6 800 614 5001
101111601101 679ט0111/'ש 160116116 8114 /רזזהבן
2 עס פמתאטזםץ סא פּמתעמזאתזא זא
ז6116) 000 310615/1 8 1101
{ססתץפ 1201010021 8 68000/4.18קן 201060 עס ,6טחט 6װ00/66 סת 1
זסז1 002068 תסתק010ס עטס ע10 תסחהז1קפת1 סת 1 . ש016811014 100150 04
.151261 ,0ז16:05216 }0 1ת11202 600161/' 2084 0ס1סת 406 שט 4692 8
1285 /?זסקןסענק 4611606021ת1 סת8 +12עץעקסס 106 16506048 /6016-) 8008 ת310015 21ת14210 סת 1
תזגמנסס ססטק סח} ת1 /6ח614 18 4106 415 ,1606טשסתא עטס 04 0684 106 10 .פאססט ;טס תז
-1460414160 06 גס ז106ס0 124עץעקסס +תסעזטס סת חס1תטצ 104 אעסטץ תגםקזס תג 15 +1 עס
-- 0068 סתטז ששסחא טסץ 14 עס - צעסטצ 4018 0 +18צץקסס 6ע2061 תג 0(סת טסץ 1
.18061ט0ץ8ע01981121110 21 11גתזס צט עס ,153א 413-256-4900 24 סתסתק עט 5ט 024204ס 16256קן
! שניאוּר
צוריק פון אַסטראָ;
דריטער טייל , שמי-:הארצים"
ווילנע-939|
יי יי יי
פ אַ ר ל אַ גב =ם אָ מ אָ ה'
ם א 4 זס ? א1 ס פ?דאות?ת
פוזגת זטסשמגס .5 צָט +מפוצעמסס
*ף 0 517 ס מט} /11טס, -- זטס4ת54 20
1 .תאז ,8 8245244 ,סמשר *'} 0 מז 0 17,, סשזס1משוגסעשר
9 יזא 2-10 .0 4
3 1002926104 , סגוגשצ **1024מטיהטץ ר 24'ו2210141:2
צוריק פון אַסטראָג
ו 4
= ;
ישי 6
0
י 4
ץ 8
1 6
5
7 5
הע /2/0ל 84
אַ װ אַ רע
(אָגשטאָט אַ הקדמח)
-- , מאַך אַ װאַרע, שקלאָװער װאַלד! איינער פון דיינע בּעס:
טע קינדער קומט צו דיר צוריק! בעט אויס מיט סאָסנע-נאָדלען
דעם גריבּערדיגען שליאַך; וואַרף אַראָפּ דיינע פּעכיגע פרוינע צאַ-
פּענס, עס זאָל גום שמעקען. האָבּ קיין מורא ניט, װאַלד. זיינץ
בּאָרפיסע פיס װעס ער ניט צושטעכען אַזאַ קינד! האַרט איז עֶר
אינגאַנצען, און זיין בּאָרפוסקײט איז לעדער. אוֹיף גלאָזשערבּלאַך
וועס ער טרעטען און זיך אויך ניט צוקראַצען. גאָר קיצלען וועלען
זי איהם ליבּליך, דיינע נאָדלען און צאַפּען, װי ווייכע קינדער-נע-
געלאַך דעם טאַטענס פּיאַטעס...
בּעט אויס מיט מאָך דיינע זייטיגע סטיעזשקעס! פון אַ מי-
אוסען אָסטראָג קומט אָן דיין זוהן, טאָמער שעמט ער זיך צו געהן
מיטן בּויייטען שליאַך, וועט ער זיך נעמען אָן אַ זייט, איבּער דיינע
שאָטענדיגע, שוועמעלדיגע שטעגעלאַך: וואו נאָר יאַגדעס-קלײיבער
שלאָגען זיך דורך, וואו די כיטרע פוקס גישטערט און ואו דאָס
שטעך-חזירל גראַבּעלט זיך אין װאַרימע אַווענטען.
שוין בּאַלד אַװעק אַ זומער. דיינע רויטע יאַגדעס האָט מען
שוין לאַנג אויסגעקליבען, וי צעשאָטענע רויטע קרעלען פון גראָז
אַרױס, דיינע שװאַרצע בּערעלאַך האָט מען אויך צוזאַמענגעשאַרט,
צימעסען און איינגעמאַכטס געקאָכט פון זיי. נאָר דאָ און דאָרטען
קוקען נאָך איינצעלנע בּערעלאַך, װי שװאַרצאַפּלען אָהן אויגען.
אָנשטאָט זיי זיינען דיינע בּרוסניצעס צייטיג געװאָרען. דו
קענסט לאַנג ניט בּלייבּען אַזױ און ניט שאַפען עפּעס נייעס. דיינע
קאָלירען בּייטסטו וי דיינע פּרותלעך: איין יאַגדע אַראָפּ, די אַנ-
דערע אַרױף.
רויטע און אױיסגעװואַרימטע אין מאָך טוליען זיי זיך, דיינע
הענגלאַך בּרוסניצעס; און זויער זיינען זיי וי בּיי אַן אָרימאַן אויפן
האַרצען. בּאַהאַלט זיי, כאָטש זיי, אָט די אָרעמינקע רעשטלאַך פון
זומער! דערפריש מיט זיי אַ אידיש האַרץ, װאָס איז פאַרשמאַכט גע-
װאָרען פון שטיינערדיגען וועג. װאָרום אַ סך װיאָרסטען שפּרייזט
דיין אָרימער גאַסט צופוס און דער שוייס רינט פון איהם, וי אַ
הייסער טוי.
אָט דערנעהנטערט ער זיך, צאַם און ווייך, װוי אַ לייבּ, וועלכען
מ'האָט פון שטייג אַרױסגעלאָזט. ער בּרילט ניט. ער האָט זיך
אויסגעלערנט שווייגען צווישען די אייזענס, נאָר דער צאָרן קאָכט
אין איהם, ציטערט זשעדנע וועלף און טכוירען אין די נאָרעס!
שמשון הגבּור איז עס, אין הונדערטען גלגול. תּחית-'המתים
איז ער שוין אַ סך מאָל אויפגעשטאַנען אין אידישע שטעטלאַך. אי
לייבּ און לעבּען אָנגעטאָן זיך, כּדי צו העלפען זיינע שװאַכע בּרי-
דער. וואו אומגערעכטיגקייט -- דאָרטען איז אױיסגעװאַקסען זיין
ברייטע פּלײיצע, און וואו בּאַליידיגונג --- זיין האַרטע פויסט.
אָבּער די פּלשתים האָבּען איהם געפאַנגען.. צום הונדערטען
מאָל געפאַנגען איהם. אין אָסטראָג געזעצט. כּדי צו פרעכען זיין
ווילדע גבורה, כּדי צו דערשטיקען זיין אייבּיגע ליידענשאַפט אָנצן-
נעמען זיך פאַר שװאַכע. אַצינד האָבּען זיי איהם בּאַפרייט. |
אָה, זיי ווייסען גאָרניט וועמען זי האָבּען בּאַפרײט!.. גאָר אין
גיכען װעט ער טאַנצען אויף זייער חגא, װאָס איז פול מיט רשעות
און דורשטיגקייט נאָך בּלוט. בּלינד פאַר צאָרן, װעט ער צוטרייסלען
די זיילען פון זייער הערשאַפט. אָבּער מיט זיי צואַמען װעט ער
ניט אומקומען, אַזױ װי אין , שופטים" שטעהט.. פון אונטער די
6
חורבות װעט ער אַרױיסגעהן גאַנץ און װעט אויפלעבען אין אַן אנ"
דער לאַנד,
ער קען ניט אומקומען, ווייל ער איז אייבּיג אָט דער גוטער,
פּראָסטער שמשון. װאָס וייסט ניט ואו זיין כֹּח אַהינצוטאָן און
שענקט איהם אַלע בּאַדערפטיגע,
אָהן אַזעלכע װי ער װאָלט די גערעכטיגקייט איינגעשלאָפען,
און די בּייטש װאָלט קײינמאָל ניט אַרױסגעפאַלען פון הענקערס
האַנט,
װאַלד, דו װאַלד! הערסט דו ניט װי עס קנאַקען שוין אָפּגעפאַ-
לעגע צווייגלאַך? דאָס ברעכען זיי זיך און בּרעקלען זיך אונטער
זיינע בּאָרפיסע פיס... |
בּויגען זיך קוסטעס נייגעריג און קוקען אויס אויפן שליאַך.
צווישען צוויי וװוענט פון סאָסנע-שטאַמען, װי דורך אַ בּרוינע הייל
קוקען זיי, מיט אַ גרינעם סכך-בּאַלקען צוגעדעקט.
יאָ! -- שאָקלען זיי צו -- ער געהט, ער געהט! -- נאָר װוער
איז דער אַנדערער װאָס שלעפּט זיך איהם נאָך?
צוריק פוּן אַסטראָג
4
מיטן לאַנגיניט-אױסגעבּעסערטען שליאַך, װאָס ציהט זיך
דורכן װאַלד פון מאָהליוו קיין שקלאָוו איבּער דעם פאָלװאַרק
קופּיאָל איבּער דעם דאַ בּ ר יי ק ע-בּאַרג און איבער מאַקאַ-
ראָויקי, געהען צוויי װאָגלער. איינער אַ בּרייטפלייציגער, אַ גע
זעצטער, וי פון אייזען געגאָסען, מיט אַ האַרטען געזיכט; דער אַנ-
דערער -- אַ דאַרער מיט איינגעפאַלענע בּאַקען און איינגעזונקענע
אויגען. אויף די ריקענס, אַרומגעבּונדען מיט שטריקלאַך, זיינען
פאַרװאָרפען זייערע קלומיקעס, און איבער זיי, פאַרקװועטשט
אונטער די שטריקלאַך, ביי יעדערען אַ פּאָר ווינטערדיגע שטיוועל
מיט לאַנגע, געקנייטשטע כאָליאַװעס. די צוויי פּאַרשױנען שפּריזען
בּאָרפוס און די לויזע כאָליאַװעס פּאַטשען זיי, בּיי יעדען טראָט,
איבּערן רוקען, גוט-בּרידעריש פּאַטשען זי:
-- אדרבּא, גאַנץ פיין. איהר געהט אייך. מיר'ן זיך אויסרן"
העןייי
מחמת דער גרויסער היץ, אינמיטען חודש אב, האָבּען אונזע-
רע װאָגלער פאַרקאַטשעט די שווערע, ניט-זומערדיגע פּלודערן, עס
זאָל זיין קיהלער און עס זאָל זיך בּעסער געחן. נאָר די ווינטערדיגע
בּאַראַשקענע היטלען האָבּען זיי דוקא אָנגערוקט בּיז איבער די
אויערען. און מ'קען ניט פאַרשטעהן צוליבּ װאָס. דער הייסער
שווייס רינט זיי פאַרבּיי די אויערען אין דינע ריטשקעלאַך און די
היטלען טוען זי ניט אויס, זיי בּלאָזען נאָר פון זיך וי די איבער-
געהיצטע קעסלען און געהען ווייטער. פון צווישען די בּוימער גיט
8
אָפּטמאָל אַ שיין, בּלוי און ליבּלאַך, דאָס װאַסער פון דניעפּער. אַמאָל
נעהענטער און אַמאָל ווייטער. אָט-אָ שמייכעלט ער אױיף, אטאָ
פאַרשטעקט ער זיך הינטער די סאָסנעס, שפּילט זיך, דאַכט זיך,
אין זלידנע באַהעלטערלאַך מיט די צוהיצטע פוסגעהער:
-- איחהר װאָלט זיך אפשר געװאָלט אױסבּאָדען? ניין? איז דאַרף
מען ניט. בּין איך ניטאָ. האַ? און אפשף יאָ?
דער גרויסער בּרייטפּלייציגער װאָגלער קוקט זיך אָבּער גאָר-
יט אום אויף די בּלויע חנדלאַך פון נאָהענטען טייך. ער שפּרײזט
מיט גיכע אָבּער אָפּנעמאָסטענע טריט, פול מיט כֹּח און געדולד,
דער מאָגערער שלעפּט זיך איהם קענטיג נאָך. אָט כאַפּט ער געהן
צו גיך, אָט ווערט ער אָפּגעלאָזען און שטעהט אָפּ, אויף די בּליצ-
לאַך פונם בּלויען װאַסער, צווישען די בּוימער, קוקט ער זיך אום
װוי א קאָטער אויף מילך,
-- זעה! -- שרייט ער הייזעריגלאַך אויף און בּלייבּט שטעהן
שלינגענדיג דעם גאָרגעל -- ווייטער דער ,ניעפּער!"
די בּרייטע פּלײיצעס שטעלען זיך ניט אָפּ. זיי גיבען זיך נאָר
אומגעדולדיג אַ אַ הויבּ אויף, וי זיי װאָלטען געזאָגט: שוין געהערט! און
געהען ווייטער. די אָנגעבּונדענע כאָליאַװעס פּאַטשען בּראָוו איפער
זלל
46
דער מאָגערער גיט אַ לויף, יאָגט אָן און בּיידע פוסגעהער
גלייכען זיך אויס. בּיי ּיידען זיינען די פּנימער פאַרבּרענט. נאָר
בַּיי איינעם מאַכט די פאַרבּרענטקייט מעהר בּולט דאָס קערנדיגע
געזונטקייט, און בּיים צווייטען --- די אָפּנעמאָגערטקײט, די מאָט-
קייט און דעם קורצען אָטעם,
מיט אַמאָל װוערט דער מאָגערער צורייצט. ער פאַרשטשירעט
די ציין;
--- פאַרמאָרען װוילסטו מיך, פּאַנדרע? װו--אָאָס? כ'בּין דיר
ניט סענדערס אַ פערד! הערסט? |
און גיט זיך מיטן קלומעק א װאָרף אין מאָך צווישען די בוי"
מער רייסט אַראָפּ די װאַטאָווע היטעל פון קאָפּ, אָטעמט אָפּ און בור"
ששעט;
53
-- מיט דער בּאַראַשקע אויפן קאָפּ צי אָהן דער בּאַראַשקע.
די זעלבּע פּאָפּלעקסיע קריגט מען פון דער זון.
פּאַנדרע קוקט זיך אום, בּלייבּט שטעהן און רעדט פאַרלעגען;
--- ווייטער צולייגט זיך, שמחהלע! און ווען קלערסטו זיין
אין דערהיים? ס'וועט אונז נאָך אויסקומען נעכטיגען אין מאַקאַ-
ראָווקי,
-- װעט אויסקומעף! -- ענטפערט שמחה'לע בּייז -- מאַקאַ-
ראָווקער שיקסעס דאַרפען זיך דיר נאָך אָפּשלוקערצען, פון אַמאָל..
--- װאָס בּריקעסטו זיך, װאָס? --- שפּיצט זיך פּאַנדרע אָן---
האָסט שוין אויפגעעפענט דיין טריפהנעם מויל? סענדער.. פערד..
שיקסעס... קאַשע מיט בּאָטװינע. סענדערן לאָז אָפּ, זאָג איך דיר!ּ
;עליו השלום!! זאָג כאָטש, טורערו!.. בּיסט ניט ווערט זיין נאָמען
צו דערטאָנען... קום, זאָג איך דיר!
שמחהלע ריהרט זיך ניט פון אָרט. װישט זיך פּאַנדרע דעם
שווייס און רעדט מיט געבּעט:
--- אַפּריהער רעדסטו אַליין צו: צופוס און צופוס! אָפּבּײיסען
וועט מען אונז אויפן פּאַרעכאָד... טו נאַ דיר צופוס! וואו איז עפּעס
דיין צופוס?
שמחהלע טורערו שפּייט אויס געדיכט מיט אַ ווייסע שפּײיעכץ,
טרוקען וי װאַטע. ער ענטפערט איהם ניט צו דער זאַך. ער ווינקט
איהם נאָר אונטער מיט איין אױיגעל:;
-- דער אימפּעט טראָגט דיך, נחקע! דיין , מערע-מעריינע-
לע" װאַרט אויף דיר;. לויף, לויף, כאַדכאַזכאַ! אָבּער װאָס זאָל א ייך
לויפען? צו מיין אידינע אפשר?! מיר קענען בּיידע װאַרטען.. זעץ
זיך, פּאַנדרע!
נחס אויגען צופּינטלען זיך פאַרשעמטערהייט, וי בּיי אַ חדר-
אינגעל, וועלכען מען כאַפּט ביי אַן עבירהלע. אַ געדיכטע רויט-
קייט צוגיסט זיך אונטער זיין אָפּגעבּרענטער הויט. דאָס געדויערט
נאָר איין רגעלע. אונטער שמחהלעס ממזרישען קוק כמורעט ער
בּאַלד אָן די קויל-שװאַרצע בּרעמען איבּער די גרויע אויגען און
רעדט מיט אַן אָפּגעהאַלטענעם אָטעם:
-- און אַז יאָ איז װאָס? טורער! רעדסט שוין װי קושקע
10
בּראַנד, דין"וחשבּון דאַרף איך אייך ביידען אָפּגעבּען, װאָס? און מיין
מערען... דו הערסט? מערען.. אוב דו װעסט מיר נאָך אַמאָל,
טורערו"גנב... מערען זאָ... זאָלסטן מיר ניט: מעי.
פון נחס גאָרגעלדיגען שטאַמלען האָט שמחהלע גלייך פאר"
שטאַנען, אַז ער האָט דאָ אָנגעריהרט פּאַנדרעס אַ װעהטאַגדינען
אָרט און אַז מען טאָר דאָ צופיל גיט חכמהנען זיך, װאָרים מיט קוש"
קע בּראַנד איז שוין אַמאָל, ביים אָרשער װאָקזאַל,. שיער ניט גפ"
קומען צו אַ פּלוטיגען געשלעג פאַר אַזאַ חכמהנען זיך, און זינט
דעם זיינען קושקע און פּאַנדױרע שונאים,. א פּשיטא-"שוין אַציגד,
ווען נח איז אַזױ אויסגעהונגערט! אָנדערטהאַלבּען יאָחר ניט געזעחן
זיך מיט דער פּלוניתטעי.
האָט ער זיך שטאַרק צולאַכט, שמחהלע, מיט אַ געלעכטערל
פון אַ רודף-שלומניק;
-- װאָס האָסטו זיך צוקאָכט, פּאַנדרע? מיינסט אַלע האָבען
אַזאַ שװאַרצען כֹּח װי דו? לאָז אָפּכאַפּען דעם אָטעם,
פּאַנדרעט צאָרן האָט גלייך אָפּגעלאָזט,. פאַר די אָנדערטהאָל-
בּען יאָהר זיצען אין אַסטראָג איז ער געװאָרען צו לייכט אויף וע"
רען אין כּעס. ער פיהלט דאָס אַליין, עפּעס איז אין איהם קאַליע גע"
װאָרען.,. האָט ער אָנגעקוקט שמחהלעס פאַרמאָרעט פּנים, מיט די
טוגקעלע קנייטשען פול מיט שווייס, און רחמנות געקראָגען, ניט דיל"
דענדיג מעהר קיין װאָרט האָט ער זיןף אַראָפּגעלאָזט לעבען
שמחהלען אין מאָך און אַראָפּגעריסען דאָס װאַטאָווע היטעל. א
שווייסיג פּאַרע האָט אַ זעץ געטאָן פון זיינע געשוירענע טונקעל"
בּרוינע האָר, וי פון אַן איבערגעהיצטען פערד.
-- סאיז דאָך אַן אמת, האָט ער זיך געטראַכט, די שקורע
כרענט טאַקע אויף מיר. װאָס איז ער שולדיג,,
שוין בּאַלד דריי טעג אַז ער ליידט אַזױ, פּאַנדרע. אַז מען האָט
גיט געטאָרט האָט מען ניט געטאָרט, אײינגעשלאָפען האָט אין איהם
די ביינקשאַפט נאָך מערען. אין שלעפּען די מיאוסע אָפּטריט-פאַס
האָט ער פאַרבּרויכט זיין כּח. דערנאָך -- אין האַקען האָלץ אין
װאַלד, אין זעגען װאָרצלען פון בוימער. נאָר אָט, בּאַלד פיר טעג
זינט מ'האָט איהם אָנגעזאָגט,. אַז ער געהט ארויס. האָט זיף
11
דאָס אױפגעכאַפּט, פון דער איינגעדרעמעלטער בּיינקשאַפּט האָט
אויפגעבּרויזט אַ מוראדיגער אימפּעט. ס'האָט איהם געהױיבּען פון
אָרט ביינאַכט און געמאַכט פיבּערדיג בּייטאָג. די הענט האָבּען זיך
איהם געטרייסעלט בּיים אָנטאָן זיך. װי אַ װאָלף פיהלט אַ צונץ-
בּונדענע ציג הינטער אַ הויכען צוים, אַװי האָט ער געפיהלט מץ-
רעס ריח פון דער ווייטענס. די נאָזלעכער זיינען איהם געשטאַנען
אָנגעבּלאָזען וי די פּינפּערלאַך, און היינט, זינט ער איז אַרױס פון
אָסטראָג"טױער, איז ער מיט יעדען טראָט געװאָרען אַלץ אומרן-
היגער און אומגעדולדיגער. די ליידענשאַפטען האָבּען זיך אין איהם
געװאָרפען װי געפּענטעטע טײװאָלים. די זון בּאַקט און אין צו-
היצטען קאָפּ טומעלט זיך. אָט דערפיהלט ער אַ חשק שׂלאָגען זי
מערען, װי נאָר ער װעט זי דערזעהן. שלאָגען זי מיט פאַרקריצטע
ציין, אַזױ װוי דאָס טוען גויים מיט זייערע ווייבּער, פון גרויס פאָר-
ליבּעניש... און אָט פאַרגלוסט זיך איהם צו געפינען מערען אין איין
בּלויזען העמד, פּונקט אַזױ װי ער האָט זי געלאָזען ליגען אין בּעט,
אין דער נאַכט פון דער שרפה פיים נייעם נגיד... װי ער געפינט
זי אַזױ אין לאַנגען העמד, אַזױ גיט ער זיך אַ װאָרף צן איהר
און נעמט זי אַרום װי אין די בּחורישע צייטען, בּשעת ער האָט זיך
געשדכנט צו איהר און זי האָט איהם דערלאַנגט אין בּאַק. דורך
בּיידע אָרעמס, װוי דורך אַ װאַרעמען רינג, װעט ער אַדורכלאָזען
איהם גאַנצען פויגעלשען קערפּער, און דערנאָך,.. האַלט זיך, פּאַן-
דרע! ניט צערייס דיין װײבּעל װוי אַ װאָלף אַ ציגעלע. אַ מאַמע פון
אַ קינד איז זי!.. אַ קינד? יאָ. שעפטעלע"גנב האָט דאָס קינד מיט
זיינע אויגען געזעהן. אַ , וואוילער יאַטעל", האָט ער געזאָגט. מיט
אַ רויטען געבּורט-פלעק אויפן העלזעל, פונם שרעק בּשעת דער
שרפה קומט דער פלעק. אַזױ האָט מערע געזאָגט שעפטלען נאָר
עפּעס ריהרט איהם ניט דאָס קינד, זיין אייגען קינד ער אין
כּמעט גערייצט װאָס עפּעס אַן אומבּאַקאַנט קינד װעט אַצינד
ליגען צווישען איהם און מערען, אַרײינמישען זיך, קוויטשען... בּשעת
ער האָט מערען געלאָזען ליגען אין בּלויזען העמד איז נאָך גאָר אַזאַ
פּאַסקודניאַקעל אויף דער ועלט ניט געװעף.. זאָל ער קוויטשען,
זאָל ער! ער, נח, װעט זיין מערען ניט אָפּלאָזען בּיז אין דער פריה.
12
נישקשה. זי װועט ניט שטאַרבּען. סענדערס טאָכטער! ערשט צו מאָר-
גען אין דער פריה װעט ער זיך אַרומקוקען, וואו איז ער אין דער
וועלט... אוף!
ער קוקט זיך אום: די שטאַמען פון די סאָסנעס גלאַנצען העל-
בּרוין אין זון. שמחהלע זיצט אין מאָך און װישט זיך דעם שווייס
מיטן אַרבּעל,. צופרידען אַפּנים, װאָס ע ר האָט אויסגעפיהרט און
מ'האָט זיך צוגעלייגט, דאָס רחמנות, װאָס פּאַנדרע האָט מיט אַ מי-
נוט צוריק געפיהלט צו איהם, פאַרשװוינדט. ער בּורטשעט מיט
אַראָפּגעלאָזטע אויגען
-- געדאַרפט כבּעסער פאָהרען מיטן פּאַרעכאָד. משװואָלט שוין
בּאַלד געווען אין דערהיים,
שמחהלע האָט מיט בּאַוואונדערונג בּאַמערקט, אַז פּאַנדרע
האָט איבּערגענומען זיין ראָל. אַלעמאָל פורטשעט ער, שמההלע,
דער שװאַכערער, און פּאַנדרע פאַרגלעט. אַצינד -- פאַרקעהרט:
פּאַנדרע בּורטשעט און ער, שמחהלע, , מוז נאָכגעבּען.. ער וייסט
אַפילו פון װאַנען דאָס קומט, פאַר װאָס בּיי פּאַנדרען איז אַזױי צע-
קאָכט דאָס בּלוט. אַ סכּנה מיט איהם אָנהוױיבּען זיך אַצינד,. נאָר
װאַרט! קלעהרט ער, -- שלאָף זיך נאָר איבּער מיט מערען, װעל
איך דיר שוין ווייזעף היינט זאָל מיינס אַריבּערגעהן
--- איז װוי? --- מאַכט ער צו פּאַנדרען -- טשעפּעסט זיך שוין
ווייטער. מיט די כניאָקעס אויפן רבּינס פּאַרעכאָד װאָלט דיר גע"
ווען בּעסער? יעדער גילדענאָדערדיגער חסידעל זאָל דיר אויס-
טאַפּען די ביינער. פרעגען און אויספרעגען. שלום-עליכם! פון װאַ-
נענט אַ איד אין ווינטערדיגע מלבּושים? אַסטראָג? פאַר װאָס אס"
טראָג? דאָס גלאָצען מיט די ווערימדיגע אויגלאַך..
פּאַנדרע האָס אָפּגעזיפצט.
-- זיפץ ניט! --- טרייסט איהם שמחה -- האַלט זיך אַבּיסעל
איין. לאָמיר זיך געהן פּאַמעלאַך, ס'איז דאָ סלאַבּאָדנע. קייגער
קוקט דיך ניט אָן. קיינער פרעגט ניט. בּוימער. בּיײינאַכט װעלען
מיר זיך פּאַװאָליע אַרײן אין שקלאָוו. שטיל, פיין..
13
:
דאָס זיצען אין אַסטראָג בּיי אָנדערטהאַלבּען יאָהר, דער שטענ-
דיגער שרעק פאַר נאַטשאַלסטװאָ, דער דרוק פון גויעשקייט און פון
דער פאַרבּרעכערישער סביבה -- האָבּען אױיף פּאַנדרען און
שמחהלען אַרױפגעלײגט אַ בּאַזונדער שטעמפּעל, אַ שטעמפּעל. פון
פאַרטאַיעטער גערייצטקייט, פון פאַרדאַכט. אַ כמורנעקייט פון מענ-
שען, װאָס זיינען צן לאַנג געבּליבּען מיט זיך אַלײן, |
די לעצטע עטליכע חדשים האָבּען זיי אפילו געאַרבּײט אין
װאַלד, בּיי די זומפּען,. שעפטעלע"גנב האָט זיי דאָס אויסגעלײזט
פון דער אָפּטריט-פאַס. מיט געהיימע וועגען האָט ער דאָס געטאָן,
מיט לאַפּקע-געלט געשמירט, בּיז ער האָט זיי אויסגעלייזט... פּאַן-
דרעס בּרייטע לונגען האָבּען דאָ פריש אוױפגעאָטעמט. אַפילן
שמחהלע-טורערו האָט, הוסטענדיג, געבּענשט שעפטעלעס גוטברו-
דערשאַפט אויף זיין שטייגער: ,,כחי, כחי, אַ רוח אין זיין טאַטען
אַרײן! דאָ געהט כאָטש די לייכע גרינגער אָפּ!"
אָבּער ניט דאָס געשמאַקע זעגען פון האָלץ, ניט דאָס פרעהלי-
כע אונטערהאַקען פון צוזאַמענגעבּונדענע בּוימער איז געווען גענוג
אָפּצו-װישען פון זיי דעם שטעמפּעל פון פאַרשפּאַרטע אַסטראָזש-
ניקעס, די קרומקייט פון זייער קוק, די אַלטגעבאַקענע האַרטקײט,
װאָס האָט אָנגעטאָן זייערע שלעכט געװאַשענע פּנימער. זיי האָט
זיך שטענדיג געדאַכט, אַז יענעם דוכט זיך, אַז זיי דוכט זיך. דער"
פאַר האָט זיך זיי נאָך מעהר געדוכט..
וי אַ שטעכיגע גראָז האָט זיך דאָס ,,ניט-גוטע!! צעװאַקסען אין
זיי. צעװאָרצעלט זיך. און פון וועלען פאַרטײיען דעם סוד פון
אַסטראָג איז ער נאָך שטעכיגער געװאָרען פון די צעפּאַטעל:
טע האָר אַרױסגעקראָכען, פון די שלעכט-געגאָלטע באַקען, פון די
ניט זיכערע אויגען. געמאַכט זיי אומרוהיג, פאַרראַטען. זיי האָבּען
עס אַלײין געפיהלט און דערפאַר מורא געחאַט צו באַגעגענען זיך,
גלייך פון אַסטראָג, מיט נייגעריגע אידען. ס'איז דער זעלבּער פאַר"
טאיעטער שרעק פון פאַרװאָרפענע, האַלבּ-פאַרװילדעװעטע, װאָס
קעהרען זיך אום צוריק צו אַ ישוב. און ס'איז געווען שטאַרקער װי
14
די ּרענענדיגע אומגעדולד, װי די קריינקליכע געשפּאַנטקײט, צו
זעהן װאָס גיכער די נאַהענטע... דערפאַר איז שמחהלען אַזױ לייכט
אָנגעקומען איבּערצורעדען פּאַנדרען, מ'אָל בּעסער געהן צו"פוס
דורכן װאַלד. זיי האָבּען בּיידע אַזױ לייכט מקריב געווען די עטלי-
כע איבעריגע שעה! נאָר דער שטייניגער ועג, אינם הייסען סוף-
זומער טאָג, האָט זיך אַרױסגעװיזען שטאַרקער אַלס זייער פאַרבּי"
סענקייט. זיי בּיידע האָבּען אַליין ניט געוואוסט וי אָפּגעװאױנט זי
זיינען פון זון און פון געזונטע טרוקענע לופט. אין די שלייפען האָט
געזעצט וי מיט האַמערס, אַ מוטנעקייט איז זיי געשטאַנען אין די
אויגען, אַ טרוקענקייט אין האַלז און אַ מאַטקײט אין די קניעי
מעהר פון פּאַנדרען האָט געליטן שמחהלע נאָר ער האָט זיך ניט
געװאָלט מודה זיין, -
היינט ראַנעצקע, פאָרן פאַרלאָזען די כמורנע אַסטראָג"מױע"
רען, האָט מען זיי אומגעקעהרט די װאַרימע קליידער זײיערע: די
גראָבּע פּאָדיאָוװקעס, די שווערע פּלודערען מיט די רימענע פּאַס
קעס, די שטיוועל מיט די לאַנגע כאָליאַװעס, די בּאַראַשקענע טי"
פע היטלען. אין די דאָזיגע קליידער האָט מען זיי אַרעסטירט מיט
אָנדערטהאַלבּען יאָהר צוריק, סוף װינטער; און די זעלבּע קליי"
דער האָט מען זיי אַצינד אומגעקערט. עס האָט זיך געפּאַסט גראָד
קאַפּױער צום הייסען זומער, װאָס האָט אויף זיי געװאַרט דרויסעלי
ס'האָט אויסגעזעהן וי אַ שפּאָט, װי אַ לעצטער צוילהכעיס פון די
גויים, װאָס האָבּען זיי מיט גװאַלד אַרױסגעשלעפּט פון שטעטעל-
שען לעבּען. ניט האָבּענדיג קיין אַנדער בּרירה האָבּען זיי אויף זיך
אָנגעטאָן אַלץ װאָס האָט זיך געלאָזען, און דאָס איבּעריגע אַרופ"
געװאָרפען אין אָרימע קלומיקעס אויף די פּלייצעס. די געקאָוועטע
טויער האָט זיך אויפגעעפענט... נאָר דאָ האָט אויף זיי געװאַרט אַ
קליינע איבּערראַשונג, אַ גוט-בּרודערישער שטומער גרוס.
יעפים, דער אַלטער סטאָראָזש זייערער, האָט זיי דערלאַנגט
אַ פאַרװיקעלטען פּעקעלע טאַבּאַק מיט פּאַפּיראָס-פּאַפּיר. אַ מתּנה
פון , קרובים", האָט דאָס געהייסען. זיי האָבּען שוין אָבּער געהאַט
זייער סימן אויף אַזעלכע פּעקעלאַך און גלייך דערקענט. שעפטע-
לעס פלינקע הענטעליי
15
נו, קיין חזיר קען מען דאָך ניט זייף האָבּען זיי זיך עהר-
ליך צוטיילט מיטן סטאָראָזש. אָפּגעגעבּען איהם אַ גוטען טייל טאַ-
בּאַק. קיין זייד-פּאַפּיר האַט ער ניט געװאָלט נעמען. דאָס, מאַכט
ער, איז גוט פאַר אַ , בּאַרין", ניט פאַר אַ סאָלדאַט!... פון אַרבּעל- -
אומשלאַג האָט יעפים גלייך אַרױסגעצױגען אַ שטיק צייטונג-פּאַ-
פּיר, אָפּנעריסען,. פאַרדרעהט אַ ציהאַרקע, געלעקט דעם ראַנד
מיטן שפּיץ צונג, און, לעקענדיג מיט אַ ספּעציעלער סאָלדאַטסקער
מינע, גערעדט אַזױ צו זאָגען
-- טאַק-שטאָ, רעבּיאַטאַז אייער סטאָראָזש בּין איך געווען.
בּייז זאָלט איהר אויף מיר ניט זיין. , סלוזשנאַ ניע דרזשבאַ"
(דינסט איז ניט קיין חברשאַפט), און אַן עצה מאָגט איהר פון מיר
אָננעמען. כ'האָבּ אַ סך סאָלדאַטסקע מאַניעוורעס דורכגעמאַכט.
איך ווייס, פון דער זון אין אַסטראָג האָט איהר זיך אָפּגעוואוינט:
אָדער פאַרשפּאַרט געזעסען, אָדער אין טונקעלען װאַלד געאַרבײיט.
געהט ניט אַצינד אין דער היץ אָהן אַ היטעל! די װאַרימע היטלען
זעה איך האָט איהר אין די קלומיקעס פאַרפּאַקט. איהר שעמט זיך
אויסזעהן װי שלעפּער אויפן שליאַך, דאָס פערשטעהט זיך... שעמט
זיך בּעסער ניט! שוויצט בּעסער, רעביאַטאַ, און דעם קאָפּ האַלט
צוגעדעקט, אַז ניט, בּאַהיט גאָט, װעט איהר לעבּעדיגע ניט דער
געהן צו אייערע ווייבער... שוין געווען אַזעלכע מעשות מיט אַרעס-
טאַנטען. בּאַפרייט --- און גלייך צעכראַבּרעט זיך. זינגענדיג און
אַנטבּלוזט אַװעק אין דאָרף. מ'האָט זיי האַלבּיטױטע אויפגעהוי"
כּען אין וועג.. : :
ער האָט זי אָנגעשראָקען דער בּראַװער יעפים. זיי האָבּען
געוואוסט, אַז קאַטאָװעס האָט ער פיינט צו טרייבען, האָבּען זי איהם
וי די לערן-אינגלעך געפאָלגט, די בּאַראַשקענע וינטער-היטלען
אָנגעצויגען איבער די' אויערען. אַזױ האָבּען זיי זיך אַװעקגעלאָזט
דורכן בּרייטען, בּאַלױכטענעם שליאַך, נאָר דאָ, אין געדיכטען
שאָטען אויפן מאָך, האָבּען זי זיך ערלױיבּט אַראָפּצורײסען די טי-
פע היט, און אויסגעמאַטערט --- צוגעהערט זיך װוי דאָס בלוט זעצט
אין די שלייפען, וּ
-- כאָטש אַ קאַפּ בּראַנפעף -- זיפצט אָפּ טורערו,
16
-- אַ מאַלעטאָלענע אוגערקעלע! -- גיט פּאַנדרע אַ קנאַק
מיט דער צונג,
-- אַ גלאָז קאַלטע בּיר, מאָל דיר אויס, איז בּעסער!
-- אויפ'ן פּאַרעכאָד װאָלטען מיר אַלץ געקראָגען..
וי זיי זיצען אַזױי און רייצען זיך איינער מיט דעם אַנדערען,
ערשט אַ יונגע גויה געהט אַרױס פון װאַלד אויפן שליאַך, פּונקט
אקעגען זיי. זי האָט אַפּנים דערהערט די מענשליכע קולכער. אין
אַ ראַזיאון"בּלוי געפּאַסקעטען לייווענטענעם קליידעל איז זי אַרױס,
בּאַרװעס און אין אַ מאַליגע-רויטער קאַצאַװײיקע אָהן אַרבּעל, אָנגע-
שפּאַנט אויף דער בּרוסט. װי צויי לאַבּענס פריש-אױיסגעמאַקען
ברויט האָבּען איהרע בּריסט אויסגעפילט די קאַצאַװײיקע. און מיט
גרינע קווייטלעך און פיאָלעטע צלמימלעך איז געווען אויסעגגייט
דער שפּיציגער האַלז"אויסשניט. אין האַנט האָט די גויה געהאַלטען
אַ קערבפעלע פון בּעראָזעווע קאָרע פול מיט ברוסניצעס. די קיהלף
קאָראַלענע רויטקייט פון דִי דאָזיגע אָסיען-יאַגדעס האָט זיך שיער
ניט אַריבּערגעגאָסען איפער דער העלפאַנדצאָזיװייסקײיט פון דער
קערבּעלע. די פּאַסען זונליכט, אין וועלכע די גויה איז אַרײנגעטראָ-
פען, האָבען זיך צוקלעטערט און צושווינדעלט איבּער איהר גאַנ-
צען וואוקס. פון קאָפּ בּיז די בּאָרפיסע פיס לאַכענדיג דורכגעטאַפּט
זי. די כוסטקע אויף איהר קאָפּ האָט זיך צעבליהט מיט שלעפער-
דיגע בּלאַסע מאָהן-פלומען. איהר קאַצאַװײקע האָט זיך אָנגעצונ"
דען װי אַ העלישער פייער איבער איהרע זאַטע בריסט, און די
בּרוסניצעס אין קערבּעלע האָבּען זיך אָנגעגאָסען מיט בּלוט. זי
געװעוענע אַרעסטאַנטען האָבּען די פאַרמאַכטע מיילער
אויפגעעפענט. אין זײער יאַהרענלאַנגער אויסגעהונגערט-
'קייט, נאָך פאַרבּען און וויבערליכקייט, האָט זיך זי די
גויה אַנטפּלעקט וי אַ וואונדערליכע איבּערנאַטירליכע געשטאַלט
אינם ראַם פון ברוינע סאָסנע שטאַמען און בּאַלה נאָכדעם האָט
אַ זעץ געטאָן דער דורשט. צוויי דורשטען אויף איין מאָל, צויי
פאַרבּאָטענע און אַזעלכע נאָהענטע גענוסען: אַזאַ װאַרימע ווייפער-
ליכקייט אין העלע פאַרבּען און אַזעלכע קיחלע יאַנדעס אין דער
ווייסער קערבּעלע! פון טיפער גלוסטעניש האָבּען אפילו בּײַידע פאַר"
17
צוריק פון אסטראָג (2)
געסן װי פאַרשאַרפט זייערע אויגען זיינען געװאָרען אין אָסטראָג.
אַרױס פון די בוימער איז די גויה מיט אַ שמייכעלע פון פּױי-
ערישער קאָקעטערי, זי האָט אַפילן געמאַכט אַ דעכעלע מיט דער
פרייער האַנט איבּער די אויגען, און, אַפּנים, אָנגעשטױיסען זיך אַך
אָט דעם בּאַזונדערען קוק, אָן דעם ספּעציעלען אויסדרוק פון בֹּאַי
פרייטע אָסטראָזשניקעס. װאָרום זי האָט גלייך געמאַכט אַ טראָט
צוריק, איבּערגצלמט זיך, און וי אַן אָפּגעבּריהטע געלאָזען זיך
לויפען אַראָפּ שליאַך,. צו מאַרקאַראָווקי-צו. איהרע פולע און געַ-
זונטע היפטען האָבּען זיך אַלץ גיכער און גיכער געוויגט אונטער
איהר לייווענטענעם געפּאַסקעטען קליידעל, בּיז זי איז פאַרשוואונ-
דען געװאָרען אין בּויג פון װאַלד-וועג, |
שמחהלע טורערו און פּאַנדרע האָבּען זיך איבערגעקוקט.
אַמאָליגע צייטען װאָלטען זיי אַזאַ גויהקע ניט געלאָזען אַזױ גלאַט .
אַװועקגעהן. זיי װאָלטען זי צוגערופען. זי װאָלט אפשר גאָר ניט
אַנטלאָפען... , פאַרקויף אונז די בּרוסניצעס, האַרנאַ דיעװקאַ!"
(שענע מויד) װאָלטען זיי איהר נאָר צוגעשריען און באַויזען
אַ מטבּע. זי װאָלט שוין צוגעגאַנגען.. נאָר אַצינד, אָנגעשראָקען
פון פאָנישען אַסטראָג, זיינען זיי נאָך געווען פאַרקלעמט אין זיך
אַלײן, איינגעדאַרט איז געווען זייער מענשליכע פרייהייט. די פרעה-
ליכע צעלאָזענקײיט האָט זיי געפעהלט. האָבּען זיי זיך נאָר שטום
איבערגעקוקט. דער גויעס שרעק האָט זיי געמאַכט פיהלען דעם באַ-
זונדערען קיןדשטעמפּעל, װאָס דער אָסטראָג האָט אויף זיי אַרױפ-
לייגט, און האָבּען דאָס שווייגענדיג, אָהן ווערטער, געזוכט איינעו!
ביים צווייטען אין פאַרגרעבּטען פּנים. ניט-געוויינליכעס האָבּען
זי אָבּער דאָרטען ניט-געפונען. צו אָפט האָבּען זיי איינער דעם אנ"
דערען געזעהן. צוזאַמען געלעבּט, צוזאַמען געאַרבּײט. נאָר פרישע
און פרעמדע מענשן. זעהען עפּעס יאָ. אַפילו אַזאַ דאָרף-גויה האָט
באַמערקט דאָס, װאָס זיי ביידע בּאַמיהען זיך צו בּאַהאַלטען: דעם
איינגעגעסענעם שאָטען פון אָסטראָג. אַ סך װאָכען, אפשר, ועט זי
נאָך אויסקומען אויסצושוויצען דאָס אין שװוערער אַרבּײט, אויס-
בלייכען אין דער סביבה פון לײבּליכע קרובים, אױספּאַרען אין בּאָד,
18
בּיז עס װעט פאַרלירען די פאַרדעכטיגע טונקעלקייט, די געפעהר
ליכע שאַרפקייט,
-- דו ווייסט װאָס איך האָב אָקאָרשט געטראַכט? -- מאַכט
פּאַנדרע און װישט זיך דעם צעהיצטען פּנים מיט דער ברייטער
לאַפּע,
-- נו? -- פרעגט טורערו כּלומרשט קאַלטבּלוטיג,
-- אַ כאַפּ טאָן אָט די שרעקעדיגע גויע. דוקא.. וויילע זי
שרעקט זיך! אַ װאַרף טאָן אין מאָך װי אין אַ פּערינע. צערייסען
אויף איהר די כאָלאָסטינקע בּיזקעל האַלז. מורא --- טו זאָל זיין
אַן אמת! ליג, שטיק"פלייש דו! דערנאָך אָפּנעמען די קערבּעלע בּרוס-
ניצעס, פרעסען און לאַכען. זי וויינט און איך פרעס, אַז זי האָט
דאָס, זאָג איך דיר, דערפיהלט, זאָג איך דיר.,
-- דו הױבּסט אָן ווערען אַ מענש! -- כאַפּט זיך שמחהלע
אויף -- װי איך בּין אַ איד!..
-- אַ װאָס? -- פרעגט איבּער פּאַנדרע מיט עפּעס א באהאַל-
טענעם צאָרן. -- אַן אויסוואורף ווילסטו זאָגעף
שמחהלע מאַכט אַ מאָדנע מינע און גיט אַ הויב מיט די פַּליי-
צעס. ס'האָט אַפּנים געזאָלט הייסען: כ'האָבּ געמיינט, אַז דו געהסט
שוין אויף אַ דרך, אַז דו האַלטסט שוין בּאַלד אַזױ ווייט װי איך,
אלא װאָס דען -- ניט? איז ניט!
נאָך אַ וויילע שווייגען מאַכט פּאַנדרע פאַרטראַכטערהײט;
-- וי אַזױ װועל איך דאָס אַצינד פיהרען אין בּויד די ברי-
אהלעך, די שקלאָווער בּאַלעבּאַטימלעך? שטרוי אױסבּעטן אונטער
זייערע געבּריכען. קישעלעך -- אונטער זייערע גילדענאָדער. כוועצל
דאָס, דאכט זיך, מעהר ניט קענען. אָפּגעוואױנט זיך אינגאַנצען, אויס
דרך-ארץ פאַר זייער איידעלקייט! און דער נייער גגיד מיטן מילבי-
גען פּליך -- דו הערסט, טורערו, פאַלט ער מיר אַרײן אין דער
בּויד, זאָג איך דיר, אַ... מעשה װועל איך איהם אָפּטאָף
-- אַז איך זאָג דיר, פּאַנדרע, -- דערפרעהט זיך שמחהלע
ווידער אַמאָל -- איך זאָג דיר דו הױבּסט אָן צו ווערען א מענש...
-- אַ ראַזנּאיניק! -- שאָקעלט פּאַנדרע צו. קלעהרט אַ וויילע
און רעדט וייטער;
19
-- איך ווייס אסור ניט װאָס מיט מיר איז געװאָרען. אָט געה
איך, דער אימפּעט טרײיבּט מיך טאַקע. בּיסט גערעכט. אָנדערטהאַל-
בּען יאָהר אַ ווייב ניט געזעהן. קוים עטליכע חדשים געלעבט מיט
איהר. געװאַלגערט זיך איהר צו די פיס. נאָר עפּעס קלעהר איך ניט
וועגען איהר, װי ס'האָט געדאַרפט צו זיין, דאָס אינגעלע, װאָס איז
געבּוירען געװאָרען,. ליגט מיר גאָרניט אין קאָפּ, אַ פייער בּרענט
אין מיר. שלאָגען װאָלט איך זי געװאָלט. איידער װאָס ווען --- שלאַ-
גען: בּיסט אויסגעקומען אַזױ לאַנג אָהן מיר? אַ? אויסגעקומען?.. און
דערנאָך אַ טראַסק אין טיש: וועטשערע זאָל מיה װערען! פאַסאָליעס
מיט פלייש זאָל מיר װערען! פאַר'ן אַװעקגעהן אין אָסטראָג האָבּ איך
געגעסען קאַלטע פאַסאָליעס... בּאַנוגענט זיך, אַצינד וויל איך היי-
סע! דו הערסט!
-- וי איך בין אַ איד! -- פרעהט זיך שמחחלע -- ביסט
געװאָרן גאָר, גאָר אַ מענש, זאָג איך דיר, בּיסטו געװאָרעף
-- אַזאַ יאָהר אויף דיר!---מאַכט פּאַנדרע שווערמוטיג און שאָ-
קעלט מיטן קאָפּ,
-- אויך מיר אַ יצר-הרע! -- לאַכט פון איהם שמחהלע --
און װאָס װאָלסטו געזאָגט, ווען איך דערצעהל דיר, װאָס מיה
גלוסט זיך?
-- נו, --- ווערט פּאַנדרע נייגעריג,
-- קיהלען דאָס האַרץ װוילט זיך מיר. קוילענען אָקסען אויף
טרפה, אָקסען און קעלבּער. ס'אַלץ איינס. ניט עלע דער שוחט
מיטן חלף -- איך אַלײין! גיט צוליבּ פרנסה. גלאַט אַזױ. פופצעהן
חדשים אין שעכט-הויז ניט געווען. דו ווייסט װאָס דאָס איז! כביז
געוואוינט אַלע בּיינאַכט צוצוקוקען זיך, װי דער שוחט קוילעט. װי
רויטע פייערען, װאַרפט זיך דאָס בּלוט איבּעה די אָקטענע העלזער.
ס'האָט זיך אין מיר אָנגעזאַמעלט. איך האַלט דאָס מעהר ניט אויס. .
מ'האָט מיך אָפּגעריסען פון מיין אַרבּײט, איז נאַט אייך!.
-- נו, דו בּיסט דאָך אַלעמאָל געווען אַ גוטער רוצח -- קוקט
איחם פּאַנדרע אַריין אין די אויגען. -- און מענשען װאָלסטו ניט
געקענט קוילענען? און מיך אויף די נאַרעס אין אָסטראָג האָסטו
ניט געװאָלט שעכטען?יי
:
-- נו, גענוג צו דרשנעף -- שפּרינגט אויף שמחהלע, דאָס
מאָל דער ערשטער. -- געגאַנגען זאָל װערען! אָט בּאַלד, אַ פּאָר
װואָרסט פאַר מאַקאַראָװקי, לאָזט זיך אַראָפּ 8 זאַמד צום דניעפער,
וועלען מיר זיך אױסבּאָדען, דעם אָסטראָג אַבּיסעל אַראָפּשװײינקען
די טרפהנע בּלוטען אָפּקיהלען..
| זי האָבֿען ווידער אָנגערוקט די װאַרימע היטלען, אַרויפגע-
װאָרפען די קלומיקעס אויף די פּלײצעס און געלאָזען זיך געהן
אַראָפּ שליאַך, די סאָסנעס און געדיכטע יאָדלעס, רעכטס פון וועג,
האָבּען זיך פיסלעכווייז גענומען פאַנאַנדעררוקען, שיטערער ווע-
רען. דאָס ליבֿט האָט גענומען אַריינשיסען אין גאַנצע סנאָפּעס דורך
די בוימער-קרוינען, און אַ טרוקענע געלבּקייט פון זאַמד האָט זיך
גענומען מישען אין דער גרויער גריגקייט פונם מאָך. װי אַ פּלויט
ריזיגע אויג האָט אַ לאַך געטאָן דאָס װאַסער פון דניעפּער און פאַף-
שוואונדען געװאָרען. און פלוצלינג האָט דאָס שפּילעוודיגע װאַסער
ווידער אויפגעשיינט און אויפגעשימערט מיט אַ רונדיגען בלויען
בּויג ביים סאַמע עק זאַמד, װי אַ בת-מלכה װאָס פיעשצעט איהר
קיילעכדיגע פולע היפט אין אַ גאָלדענעם בּעט. עס האָט אַ וֹעה
געטאָן מיט פרישקייט פון ווערגעס, אין דער פּעכיגער דושנעקייט
פון סאָסנע-װאַלד האָט עס אַרינגעשטראָמט.. |
-- אָט דאָ, --- מאַכט שמחהלע א דעכעל איבּער די אויגען, ---
קען מען זיך אַ בּאָד טאָן גאַ.. צו אַלדי קאַדיק! קליידער ליגען אויפן
בּרעג,., אידעלעך, דאַכט זיך פּאַליושקען זיך, אין זייער מאַמ---
ער האָט ניט דערזאָגט זיין גוט-װאָרט. אינמיטען שטראָם, וי
פון אונטערן װאַסער אַרױס, האָט אַרױסגעשאָסען אַ גאָרגעלדיגער,
דערװאָרגענער געשרי; |
-- ליידזשקעדע! אוידי ראַטע"ע... גור-גור-גור!
-- מען טרינקט זיך! -- האָט פּאַנדרע אויפגברומט און גשי
כאַפּט לויפען צו די בערגלעך זאַמד בּיים בּרעג. אין לויפען --
אַראָפּגעװאָרפען פון זיך דעם קלומיק, די בּרודיגע העמד האַסטיג
אַרױסגענומען פון גאַרטעל, פאַרקאַטשעט און איבערן קאָפּ געשליי-
דערט. דעם פּאַסעק אָפּגעלאָזט, געלאָזט פאַלען, געטאַנצט אויף איין
פוס, דערנאָך אויף דער אַנדערער, בּיז ער האָט די שווערע פּלודערען
וו
=
אינגאַנצען פאַרלוירען, דאָס האָט אויסגעזעהן שמחהלען אַזױ קאָמיש,
אַז ער האָט זיך צעלאכט פון פולען האַלז. אָבּער פּאַנדרע האָט זיך
אַפּילו ניט אומגעקוקט. , האַלט זיך!" האָט ער גשריען צום װאַסער,
ואַרפענדיג די שטיקער אָנטועכץ, פיהלענדיג װוי, גלייכצייטיג מיט
די מלפושים, בּאַפרייט ער זיך פוֹן פאַרדאָכט צו מענשען, צו זייער
שפלדיגער נייגעריגקייט, פון מאַטקײט, פון בּייזע מחשבות צום ווייב
און פוּן גראָבּע ליידענשאַפטען צו דער אַנטלאָפענער גויה... די פרייד
פון ראַטעװען אימיצען האָט איהם אַרומגעכאַפּט, פּונקט װי אין די
גוטע צייטען, פאַרן אָסטראָג.. אַזױ דערלייכטערט, אינוועניג און
דרויסען, האָט ער דעם װאַלד און װאַסער אַנטפּלעקט אַ קערפער
פון אַ בּאַפרײיטען שמשון. בּרוין װי נוס איז דער קערפּער געוען,
בּוֹיגיג וי גומע און מאַסיוו וי אייזען. בּרייט אין די פּלײיצעס און
שמאָל אין בּויך. יעדער שטיק מוסקול האָט, װידערשפּעניג און נאָכ-
גיביג, געטאַנצט אונטער דער גלאַטער הויט. נאָר די איקרעס פון די
פיס האָבּען אויסגעזעהן צו שווער בּאַלעגאָליש..
ערשט דאָ האָט אפילו שמחהלע טורערו דערזעהן װוי איבּעריג
און מיאוס עס זענען די קליידער, װאָס אימיצער האָט צוגעקלעהרט
און אָנגעהאַנגען אויף אַזאַ מענשליכע געשטאַלט װי פּאַנדרע איז,
, הען אַ שענקייט פון אַ יונג! הען אַ מסירת-נפש ראַטעװען אַ מענ-
שען!... דאָס קיצעלדיגע געלעכטערעל איז שמחהלען געבּליבּען
שטעהן אין האַלז,ווען ער װאָלט זיך ניט געשעמט, װאָלט ער אָט דאָ,
אויף אַן אָרט צווישען װאַלד און װאַסער, געפּאַטשט לאַדעזשקעס
און װאָלט געשריען: , בּראַואָ פּאַנדרע! אין דיין טאַטען אַרײן!.."
ר' זימעל דער פּאַקענטרעגער
4
שוין בּאַלד אַ יאָהר צװאַנציג, אַז זימעל טראָגט אַרום זיין
שווערע קראָם אויפן רוקען. פון שקלאָוו קיין קאָפּוסט, פון קאָ-
פּוסט קיין אָרשע און צוריק. פון שקלאָװ קיין רישקאַקי -- דאָס
בּית-עלמין שטעטעל: פון רישקאַקי קיין מאָהליוו, דורך מאַקאָראָווקי
און צוריק,
ער איז אַ פּאַקענטרעגער פון אַלטען, גאָר אַלטען שניט. קיין
שום ניייצייטיג ווינטעל איז נאָך ניט געווען בּכֹּח דורכצובּלאָזען
דעם שואַרצען, גליטשיגען לייווענט, אין וועלכען ער בּינדט צונויף
זיינע ספרים. אין זיין פּאַק קריגט מען נאָר רומ'ל ספרים: סידורים,
מחזורים, ווייבּערשע קרכבּן-מנחהס, בענשערלעך, שיר המעלותן,
פּעקלאַך ציצית וכדומה,
אַ שווערע סחורה זיינען ספרים, און דאָס ניי-מאָדישע פּאַפּיר
איז נאָך שווערער. , אַמאָל, זאָגט זימעל, האָבּען זיך יונגע װי{ייבּלאַר
בּאַנוגענט מיט געוועהנליכען פּאַפּיר. פּראָסט פּאֲפיר איז לייכטער.
היינט, בּרוך השם, האָבען זיי געקראָגען אַ יצר-הרע צו קרבּןדמנחהס
אויף , ריגאַל!י, ווילנער מאָדעס! און די מאַנסמיל טוען זיי נאָך.. רי"
גאַל איז דען פּאַפּיר? בּליי איז דאָס, ניט קיין פּאַפּיר! צו מיינע
קראַנקע פיס, זאָגט זימעל, אויף די עלטערע יאָהרען פּאַסט מיף
נאָך ריגאַל!."
אַזױ קלאָגט זיך זימעל דער פּאַקענטרעגער. אָבּער וייבּער
23
האָבּען בּיי אַזעלכע זאַכען קיין רחמנות ניט. מאָדע איז שטאַרקער
פאַר רחמנות. ,,אויבּ איהר, ר' זימעל, סטראַשען די װײיבּער, װעט
אונז ניט בּרענגען אַ ווילנער קרבּן-מנחה אויף , ריגאַלי, ווייסען מיר
אַלײן וואו דער , סקלאַד?"*) געפונט זיך.,
ניט אַנדערש, אַז פון שלעפּען יאָהרענלאַנג אַזאַ מוראדיגען פּאַל,
האָט זיך בּיי זימלען דער האַלז-און-נאַקען אַראָפּגעבּױגען, און דער
אונטערשטער טייל פון רוקען, איבער זיין געזעס, איז ביי איהם
איינגעפאַלען, אינם דאָזיגען אַרינבױג פון די לענדען פּאַסט זיך אַזױ
גוט אַרין דער גרױסער רומליפּאַק אין דער גליטשיגער
שװאַרצער טוך. און דער ריזיגער קנופּ פון פּאַק, מיט די שװאַרצע
עקען-- ווי די פליגלען פוִן אַ פלעדערמויז, פּאַסט זיך אַזױ גוט אַריין
אין אַראָפּגעבּױגטען האַלזיאון-נאַקען. אַ פּאָר רויטע הענט מיט
קלעם-פינגער האַלטען איהם דאָרטען פעסט,
| הכּלל, איינער איז אָנגעמאָסטען פאַר דעם צווייטען. דער פּאַק
אָהן זימלען איז, דאַכט זיך, אַ האַלבּער פּאַקענטרעגער, און זימעל
אָהן דעם פּאַק איז אויך אַ. האַלבּער פּאַקענטרעגער. אָהן דעם
פּאַק איז זימעל ניט זיכער מיט זיינע פלאַכע פיס אין די ברייט.
נאָזיגע שטיוועל. ער געהט װאַקלענדיג און דער געזעס איז ביי איהם
בּולט-אױיסגעבּויגען וי בּיי אַן אָפּגעפאָהרענער קאָרסעט-טרעגערין.
דער בּויך אַראָפּגעהאַנגען און די ליטקעס -- צופי? אַרױיסגע-
שטעקט. מיט איין אונטערשייד, װאָס אָנשטאָט אַ וייבּערשען אוו-
טער-קליידעל פון לאַסטיק, ליגט דאָ, װי אױסגעגאָסען אַ גלאַנ-
ציגע ראַצעמאָרענע קאַפּאָטע מיט אַ שפּאַלט. אַזױ געהט זימעל אָהן
דער משא פון פּאַק, און זיינע אױסגעבּויגענע פליישען וויגען זיך
מיט אַ מין אויסטערלישער עלעגאַנץ פון אַן אנדרוגניס,
פון פאָרענט איז דוקא ניטאָ קיין שום סימן פון דער דאָזיגער
מאַזִיװייבּישקײיט. פון פאָרענט זעהט מען נאָר אַפּאָר רויט-אָנגעגאַ
סענע אויגען מיט אומרוהיגע גליהענדיגע שװאַרצאַפּלען, אויסגע-
קראָכענע װויעס, אַ טרויעריגען קוק, צו דריי האָר אויף די איינגע-
פאַלענע בּאַקען און אַ בּערדעל -- שװאַרץ װוי קויל און דין וי אַ
") סקלאַד -- ציכער-לאַגער פוּן הױפּטיפאַרקױיפעף,
: 4
פענזיל, שיטערע װאָנצעס איבּער אַ האַלבּ-אויפגעעפענטען מויל.
לעבּער-פלעקען אין די משופּעדיגע שלייפען, אַ פּליכעװאַטער שטערן,
אַ מאַסקע פון אַן איבּערגעמאַטערטען מענשען, װאָס כאַפּט דאָס
גאַנצע לעבּען דעם אָטעם און קען איהם ניט דערכאַפּען; װאָס יאָגט
זיך נאָך, יאָהרענלאַנג, נאָך אַ גילדען פּרנסה און קען עס גיט
דערגרייכען,
פונם שווערען אָטעמען אונטערן פּאַק, פון אײיבּיגער אָנשטרענ-
גונג, אין היץ און אין קעלט, האָט זיך איהם אויך דער קול פאַר-
ענדערט. גערייצט און דערשטיקט גאָרגעלט זיך דאָס בּיי איהם אין
האַלז, בּלעזעלט זיך וי אַן איבּערגעהיצט געקעכצעל, אָט-אָט לויפט
עס אַריבּער און פאַרלעשט זיך אַלין.. נאָר דער פייעה פון לעבען
איז אין זימעל פּאַקענטרעגער אַ סך שטאַרקער, װי מען קען
מיינען,
אין ליובּאַוויטשער בּית המדרש, בּיים טיר, אויפן לאַנגען דעמ-
בּענעם טיש פון חברה-תהילים-זאָגער, פּאַקט ער אָפּטמאָל אויס זיין
רומל-סחורה, נאָר צום צווייטען מנין טוט ער דאָס, ווען בּאַלעבאַ-
טים דאַװנען. װאָרים אָרימע לייט, פון ערשטען מנין, קויפען ניט
און האָבּען ניט פאַרװאָס צו קויפען.
דער גרויסער קניפּעל מיט די עקען פון אַ פלעדערמויז װערט
אויפגעעפענט. די שװאַרצע, גליטשיגע טוך, װאָל כאַפּט ארום דעם
גאַנצען פּאַק, איז איינע פון יעגע שטאָפען, װאָס לאָזען קיין לופט
און װאַסער ניט דורך. און חברהשע יתומים מאַכט מען פון אַזאַ
עהנליכען שטאָף מײיטקעלאַך, כדי עס זאָל זיך ניט אָפּטראָגען..
אָט די דאָזיגע סוך ווערט אַצינד פייערליך אויפגעבּונדען אוֹן אין
איהר טויטער שװאַרצקײיט גיבּען לעבּעדיג אַ בּליאַסק די געדרוק-
טע שער-בלעטער, די גאָלדענע אותיות אויף די קאָלירטע איינבונדען
און רימענע רוקענס. קליינע איבער גרויסע הויפען זיך די ספרים
און , בּלעטעף" ניט-געבּונדענע אין מײסטערהאַפטע עטאַזשען
צעהנגאָרענדיגע , שטיבעלאַךד", מיט געניטע הענט מאַכט זיי זימשט
פּאַקענטרעגער חרוב. ער נעמט פון מיטען קופּע און װאַרפט אויף
רעכטס און לינקס, ער טראַכט, דאַכט זיך, גאָר נישט דערביי, אָבּער
25
יעדער רוק און יעדע האַנט-בּאַװעגונג האָט אַ זין. בּלעטער לעגען
זיך אויף בּלעטער און טאָוולען אויף טאָװולען. יעדער מין
אויף זיין אָרט מיט די אותיות צו די בּית המדרש לייט,
די שװאַרצע סוך וװערט פיסלעכוױיז פאַרשואונדען או-
טער דער װיסקײט פון געדרוקט פּאַפּיר, וי אַ שאָטען
| אין אַ בּלאַסער ליכטיגקייט, און צויי וױיסע אין גאָלד-
בּאַפליטערטע פליגלען צופעכערען זיך פון זימעלס העכטע האַנט
און לינקע האַנט. אויפן סאמע גרונט פון צעװאָרפענעם פּאַק בּאַװייוט
זיך זימעלס אָפּגעטראָגענער טלית. ער ויקעלט זיך אין איהם איין
און שנורעוועט זיך אַרום מיט תּפילין. די פּאָלעס פון זיין גרויסען
טלית גיסען זיך אַצינד צונויף מיט דער וייסקייט און פאַרבּיגקייט
פון די רומל ספרים. אַזױ שטעחט זימעל אין זייער מיטען אַזױ צו"
שאָקעלט ער זיך און צודאַװענט זיך, און זיינע פליגלען דערגריי-
כען פון איין עק תּהילים-טיש בּיזן צווייטען. אָט די שװאַרצקײט פון
זיין פּענזיל-בּערדעלע, אָט די רויטקייט פון זיינע גליהענדיגע אוי-
גען -- אָהן װויעס, ווערען אצינד אַזױ בּולט-שאַרף אין דער געלב-
ליכער ווייסקייט פון טלית און פון זיינע רומ"ל ספרים. ער איז
אַצינד מאָדנע אינטערעסאַנט, זימעל פּאַקענטרעגער. זיין טלית
פלאַטערט בּיים דאַװנען, און מיט איהם צוזאַמען ריהרען זיך, דאַכט
זיך, די צופעכערטע ספרים פון ביידע זייטען.. ווער-ווער -- נאָר
אינגלאַך װאָלטען פאַר איהם געוויס מוראדיג דרך-ארץ געהאַט, ווען
ניט דאָס קולכעל זיינס, װאָס גאָרגעלט זיך װאָכעדיג אפילו אום
שבּת, װאָס בלעזעלט זיך װײ אַ בּיליג געקעכצעל אפילו בּשעתן
דאַוונען. מ'איז שוין געוואויגט דערצו, אַז זימעל זאָל מישען האַנ-
דעל און תּפילה אינאיינעם. אין איין אָטעם ענטפערט ער זיינע ניי"
געריגע קונדען, גיט אַ גלאָץ און אַ רעד צום רבּונו של עולם,
אַ קוק אין סידורל און אַ קוק אויף די פינגער פון קונה,
8 6
מעהר, וי אַלע בּאַבּערדעלטע אידען, זיינען חברה-יונגװאַרב
26
בייגיעריג אויף זיינע ספרימלאַך, טאַפּען זיי מיט ציטערדיגע פינ-
גער און פרעגען מיט ציטערדיגע קולכער. אָבּער זימעל וייסט גוט,
פון זיין לאַנג-יאָהריגער פּראַקטיק, אַז פון זײ ער טאַפּען װעט
גאָרנישט אַרוסקומען, סיידען די טאַטעס וועלען צוגעהן און וועלען
אויך אָנהױבּען צו טאַפּען; סיידען די קליינע חברה' לייט האָבען
אַװועקגעלקחענט אַ פּאָר קאָפּיקעס בּיי דער מאַמען. נאָר דאָס טרעפט
אַזוי זעלטען.. דערפאַר טרייבּט זיי זימעל מיט פאַראַכטונג פון זיין
סחורה, װי פליגען פון קעז. ער דאַװענט און טרייבּט,
-- אַי, יהי כבוד ד' לעולם.., געלט האָסטו? מ'נאַם-נאַם"נאַם...
אַ בּענשעריל? צוויי קאָפּיקעס. אַי, ממזרח שמש עד מבו-או... אַװעק!
על השמים כבודו כיל-כיל-כיל... אָ, נו, נו! ד' הפיר עצת גויים!,,
ביל---ביל---כיל...
דאָ גיט זימעל פּאַקענטרעגער פּלוצלינג אַ טאַפּ דעם ,של
ראשי', דערנאָך דעם , של ידיי, אַ קוש די שפּיצען פינגער און אַ
פּאַטש אַ זשעדנע הענטעל פון אַ חדר-אינגעל, װאָס איז איהם פאַר.
קראָכען צו ווייט אין די בּענשערלאַך. די אַלע פיער בּאַװעגונגען
קומען אַזױ האַסטיג, געקייטעלט איינס נאָך אײינס, פּונקט װי זײ
אַלע װאָלטען געהערט צוזאַמען. אָבּער די אינגלאַך, וי פליגען אַרום
קעז, לאָזען זיך ניט אָפּשרעקען פון אַזעלכע פלינקע פּעטשלאַך, זי
שפּרינגען אָפּ און שפּרינגען צו. זיי בּאַוואונדערען די מאָדנע געי
צאַצקעטע שער"בּלעטלאַך אויף די חסידישע ניט-געבּונדענע ספריט,
אויף די ,שעריםיי שטעהען דאָפּעלטע לייבּען, װאָס זעהען אויס וי
קעץ, עהנליך צו די הילצערנע לייבּען אויפן ארון קודש. איין לייב
קוקט רעכטס און דער צווייטער לינקס; די צינגער וי די זרקא-טראָפּ
אויסגעבּויגען. זי בּאריהמען זיך, דאַכט זיך, די לײבּען, װי דרדקי-
אינגלאַך: , אַהאַ. כ'האָבּ מיך טאַקע הויך אַרױפגעדראַפּעט! אַהאַ,
כ'בּין טאַקע אַ ליבּ!..י אונטער די לײיבּען שלענגלען זיך מיני עק=
דישען, און שופרות מיט הדסען זיינען דאָ געדיכט אָנגעװאָרפען
הושענות און הערנער פון הירשען אויך ניט געזשאַלעװעט, און אַלץ
ליגט פעסט אָנגעלעהנט אויף זיילען מיט בּרייטע פיס. אָט דאָס
הייסט מאָלען אויף דער וועלט!
בּיים שוועל פון אַזעלכע פּראַכטפולע , טויערעןי װאַלגערען
21
זיך מאָדנע װערטער: ,װילנאָ" אָדער , װאַרשא. װאָס וויטען
שקלאָװער חדר-אינגלאַך, - װאָס ווילנא אָדער װאַרשא בּאַדײט! פאַר
זיי האָט אָבּער אַלץ אַ טייטש און אַלץ איז אַ ראשי-תּבות. ניטאָ קיין
אומזיסטע אידישע אותיות אויף דער וועלט!
גיט איין קונדס אַ וואונק צום צווייטען, אַ גמרא-קעפּעל צו
אַ דרדקי-אינגעלע:
--- זעה, פּינקע, ווייסט װאָס , ווילנאיי' מאַכט?
-- נו, נו? |
-- װאָס װילען יונגע לײט נאָר אכלצעוי"
-- זעה, זעה! און , װאַרשא?? װאָס איז דאָס װאַרשא?
-- װאַרשא מאַכט;: װאָס װילען אַלע רבי'ס
ש מײס ען אינג לע די" |
דאָס דרדקי-אינגעלע חידושט זיך אַבּיסעל װאָס די שער-בלעט-
לאַך פון הייליגע ספרים זאָגען אַזױ גראָבּ אויס ,, פון חדר'... נאָר
װיבּאַלד פייווקע אוריס, דער גמרא"-בּחור, ווייסט אַלץ, טאָ זאָל ער
איהם זאַנען װאָס איז טייטש , האלמנה והאחים ראָם".. אָט דאָ
אויף די שער-בלעטער לעבּען , װילנאָ?! װאָס ;, האלמנהי' איזן --
ווייסט ער: אַן אלמנה איז אַן אַלמנה, און , אחים"? זיינען בּרידער,
יאָ, אָבּער װאָס איז דער טייטש , ראָם?"?
דאָ ווערט פייווקע אַליין אַבּיסעל מטושטש. ראָם? װאָס איי
, ראָם! ווייסט ער נישט? , ראָם" איז דער טייטש: ער האָט זיי גע-
זעהן. די אלמנה מיט די בּרידער האָט ער זיי געזעהעןי /
| דאָס דרדקי-אינגעלע בּלײיבּט שטעהן פאַרגאַפט פון פייווקעס
ידיעות. כֿאָטש אין פלוג איז דאָך אַ קשיא: וואו געזעהן? װאָס גע-
זעהן? און אַז געזעהן איז װאָס? און װאָס טוען דאָ די אלמנח מיט די
בּרידער? ווער וועמען האָט געזעהן? אַ רעטעניש. די זעלבּע רעטע-
ניש וי זימעל פּאַקענטרעגער מיט זיינע צעװאָרפענע , פליגלעף"
איבּערן טיש און מיט זיין גאָרגעלדיגען דאַװנען.. נאַ, אַבּי איינגע-
טייטשט: , די אלמנה מיט די בּרידער ער האָט זיי געזעהן. ניטאָ
ליין אומזיסט-געדרוקטע װוערטער אויף דער וועלט!
און ווען מען איז גאָר פלינק און מען פּאָספּעיעט, צווישען זי"
מעלס אָנגעשוײ אוֹן פּאַטש איבּערן האַנט, איבּערצוקעהרען אַ ספר
28
אויף דער לינקער זייט, דערזעהט מען גאָר-גאָר אַן אויסטערליש
װאָרט יאַ װאָרט װאָס מאַכט שטוינען אַלע קינדערשע אויגען און
פאַרכאַפּט דעם אָטעם מיט זיין טערקישען קלאַנג: ,תּושלבּעיי הייסט
דאָס װאָרט. תּושלפעל זעהט, קינדער, װאָס איז תושלבע? פייווקע,
ווייסט ניט װאָס איז תושלבע?
פייווקעס טיפע ידיעות אין לשון-קודשדיגע טייטשען און אין
ראשי"תּבותן ענדיגען זיך דאָ. אָט-אָט! עס ליגט איהם אויף דער
צוֹנג. און װאָס איז תושלבע קען ער זיך בֹּשׂום אופן ניט דערמאַנען.
בּאַלעבּאָטשעט ער װאָס עס מאכט זיך;
-- תּוֹשלבּע איז... איז.. אַלע ספרים ענדיגען זיך אַזױ... סימוז
זיין,.. אָט-אָט, דער נאָמען פון דרוקער...
-- עם הארץ! -- פאַלט איבּעד איהם פּלוצלינג אַראָפּ אַ זיס-
ליכער צבועצקער קול, |
צוויי פעטע שפּעלטעלאַך אָנשטאָט אויגען קוקען אויף פייווקען;
פליישיגע ליפּען סשמאָקען מיט פרומען שפּאָט. דאָס אין בערע"
רחמיאלס, דער אויבּער"שמש. פעטער אורי, פייווקעס טאַטע, איך
אַצינד אין װעג, פאַרטרעט ער, בערע רחמיאלס, פרייוויליג דעם
אָרט פון אַ טאַטען;
-- װי? װי האָסטו געזאָגט! שיגאַץ! נישט צײט צו ויסען
איז דיר ניט צייט? ,,תּושלבּעיי מאַכט דאָך ,תם ונשלם שבח לאל
בּורא עולם"" -- געענדיגט דעם ספר, געלױיבּט דער אויבערשטער.
אֵי"אַל-אַי?,. טצ,. צט! |
איטשייזשע, פעטער זשאָמעס אויסגעגעבּענער זוהן, פייווקעס
שוועסטער-קינד, געהט אָן מיטן טלית און תּפילין אויפן לומדישעל
דיספּוט צווישען בּערע"רחמיאלס און צווישען דעם צעהן-יאָהריגען
פייווקען. ער איז אַן אויפגעקלערטער, איטשייזשע. מישט ער זיך
אַרײין און לאַכט אַבּיסעל אָפּ:
-- יאָ, יאָ, שייווקע! ס'הייסט: געלויףט דער אױבערשטער,
װאָס מען איז פּטור געװאָרען פון אַ מחבר..
בּערע-רחמיאלס, דער צבועק, דער פרייוויליגער פאַרטרשטער
פון פייווקעס טאַטען, איז כּלל גיט צופרידען פון אַזאַ חכמהנען
זיך איבּער הייליגע ספרים. פון די פעטע שפּעלטעלאַך, אונטער די
29
סיווע בּרעמען, קריכען איהם אַרױס אַ פּאָר װאַסערדיגע שװאַרצאַפּ"
לען, ער הױיבּט אָן בּייז צו קייען די אונטערשטע ליפּ, צודאַווענט זיך
מיט קאָפּישאַקלערײ אויף היינטיגע עזות-פּנימער און טרעט אָפֿ,
אָבּער קינדער פאַרשטעהען ניט אָט די אַלע חכמות פון די
דערוואַקסענע. זיי זעהען די ספרים מיט זײערע אױגען און
טייטשען די געהיימניספולע שער-בּלעטלאַך און עק"בּלעטלאַך מיט
זײער ע ווערטער. פון די ספרים מיט , ווילנאיי אויפן שער בּלע-
טעל שמעקט מיט אַ פרישערען ריח פון דרוק. ער גיט זיך אָפּ
דער ריח מיט שבתדיגקייט, מיט אָנגעװאַרימטע שטרוי אין אַ היי"
סער זון.. און די ספרים מיט , װאַרשאיי אויפן שער-בּלעטעל שמע-
קען בּיליגער, פאַרלעגען. אַ ווייטער ריח פון טוכלעקייט הערט זיך
פון זיי. זייערע אותיות זענען אַ קאַפּעלע צושוואומען: קאָסטען זי
טאַקע װאָלװעלער ביי ר' זימלען.. ,װאָס ווילען אַלע רבּיס!*.
הע-העיי
און זימעל פּאַקענטרעגער געהען אויך אָן אָט די אַלע ראשי-
תּמותן פון זיינע ספרים, װי דער פאַר-אַייאָהריגער שניי. װאָס
קומט דערפון אַרױס? אַז מען לייזט ניט קיין געלט, זיינע זויערע
אויגען לויפען אַרום אין זייערע רויטע רעמלאַך, אין לעפּלאַך אָהן
זויעס. פון די דאַװונער און אינגלאַך בּיים טיש לויפן זי צו די תּפילות
אין סדור, און פון סדור --- צום רבּונו של עולם, די פרייע רעכטע
האַנט שפּרינגט, וי א וועווערקע, פון ,,של-ראשי' צום , של-ידיי און
פון ,של-ידיי צום מויל און פון מויל צו די גייגיעריגע קינדערשע
הענטעלאַך: פּאַטש! און דאָס דאַװונען און קרעמערישע קורצע ווער"
טער קאָכען זיך צוזאַמען בּיי איהם איןהאַלז, װי אַן איבּערגעהיצט
געקעכצעל: |
וכרות עמו הבּרית --- כביל--כיל--כיל! טשעפּע ניט!
החתּי, האמורי, וחפּריזי, נו, אָה! האָסט צוויי קאָפּיקעס! ביל---כיל---
כיל! ואת זאקתם... על ים סוף, מ'נאַם, מ'נאַם, מ'נאַם... פּאַרך! אָה,
אָה װאַרטיװאַרט+ . | :
30
3
פון אַרומצופיהרען זיין ספרים-קראָם מיט פערד:און- װאָגען
האָט זימעל קײינמאָל ניט געװאָלט וויסען. צו זיין אַ בּאַלעגאָלע און
פּאַקענטרעגער. אין איין און דערזעלבּער צייט האָט ער בּשום אופן
ניט געװאָלט. ,נאָך וועניג מיר, אַזױ פלעגט זאָגען זימעל, דער יאָך
פון ווייבּ און קינדער,זאָל איך נאָך אָנטאָן אַ פערדישען כאָמעט אויפן
האַלז? מוחל!"
נאָר איינמאָל, מיט די ערשטע ימים-נוראימדיגע פרעסטלאַך,
האָט זימעל, - פאַרשוויצטערהייט,. געכאַפּט אַ הוסטעלע אױפן
אָרשער שליאַך. פון דעם הוסטעלע אי אין עטליכע טעג
אַרום געװאָרען אַ הוסט און אַ שטעכעניש אין זיט, דאָס
האָט אַזױ אָנגעהאַלטען בּיז איבּער די ימים טובים. אונטערן גרויסען
שװאַרצען פּאַק, מיט די פלעדער-מויז-עקען, האָט געקייכט און צאַ-
פּעלדיג געקנייטשט זיך זימעלס קעפּעלע מיט די רױט-אָנגעגאָסענע
אויגען, מיט דעם פּענזעל-בערדעלע אויף דער פּליכעװאַטער גאָמ-
בי |
זיינען צו איהם צוגעשטאַנען ר' ישראל דער גבאי און נאָך
חשובע אידען פון ליובּאַויטשער בּית'המדרש, ער זאָל אויפהערען
צו שלעפּען אַזאַ פּאַק אויפן רוקען. ס'איז פקוח נפש, ער װעט זיך
נאָך, שונאי ישראל, די לונגען אָפּרײיסען.
מ'האָט מיט איהם גע'טענהט, איינגעשמועסט, אױסגעהאָלפען
מיט אַבּיסעל מזומן. ר' סענדער דער בּאַלעגאָלע, עליו השלום, האָט
זיך געלעגט אין דער לענג און אין דער ברייט, דעם גאַנצען צעך
האָט ער געשטעלט אויף די פיס. אַלע באַלעגאָלעס און שמייסער
האָכּען געהאָלפען אין דער מצוה און מען האָט אײנגעהאַנדעלט
אַ מציאה, אַ פערדעל פֿאַר ר' זימעל פּאַקענטרעגער. ס'איז אַפילו
געווען איינער פון יענע פערדלאַך, װאָס זיינען בּאַשריבּען ניי מעג-
דעלי מוכר ספרים: אָפּגעבּאַרעט און שווער אויפן גאַנג. אַבּי ר' זי-
מעל זאָל זיך מעהר די לונגען ניט רייסען, אַזאַ פערדעל אין בּכל
אופן בּיליגער װי אויסצוהאַלטען אַן אלמנה און יתומים, להבדיל
און אין אַ בּייזער שעה זאָל ניט זיין אויסגערעדטי.
אַן אַלט וועגעל האָט איהם ר' סענדער, עליו השלום, אויך אויס-
געבּאָרגט. אַ מין גויעשקע פוהרעל, אין וועלכען ר' סענדער פלעגט
פיהרען כּליערליי מיני אָפּפְאַל און שמאַטעס, מ'האָט דאָס װעגעל
אַבּיסעל אַרומגעװאַשען און דערלאַנגט אַ מתּנה ר' זימלען. אַ צוויי"
דייטיגע מתּנה איז דאָס געווען
- נאַ, פאַרניצט געזונטערהייט, ר' זימעל! אַז גאָט װעט אייך
העלפעןז, װעט איהר אויסצאָהלען
און ר' זימעל האָט אַװעקגעלעגט זיין שװאַרצען פּאַק, װי אַ
בר"מינן, אין רויען װעגעל אַרין, גענומען די שטריק-לייצעס אין
די הענט און אַװעקגעלאָזען זיך טיאָפּען, מיט זיינע אויסגעקרימטע
שטיװאַלעס נאָכן אָרימען שפּאַן. ווייל שלעפּען אי די פּאַפּירענע
סחורות, אי דעם פּאַקענטרעגער גופא, האָט דאָס פערדל קיין כֹּח גיט
געהאַט.
זויער און געדריקט איז זימעל נאָכגעגאַנגען נאָך זיין אָדלער,
, ביאָ, ניאָ, שלימזל!.," און אַליין געפיהלט זיך זעהה פּאַסקודגע.
אָהן דעם פּאַק ספרים אויף די אַרײנגעדריקטע לענדען איז איהם
געווען אַ סך שווערער צו געהן. אַ האַלבּער גוף האָט איהם געפעהלט.
דעם שטענדיג איינגעבּויגענעם קאָפּ האָט ער סיי װי סיי נים גע"
קענט האַלטען גלייך, דער אױיבּערשטעה טייל גוף און דער אונטעת-
שטער האָבּען בּשום אופן ניט געקענט מושוה ווערען צווישען זיך,
צו געהן בּשותּפות. אַ ברעכעניש איז געשטאַנען אין רוקען. דער
שליאַך האָט זיך געשאָקעלט אונטער זיינע אויסגעקרימטע פיס. כּדי
צו האַלטען גלייכגעוויכט האָט איהם געפעהלט די משא צווישען די
לאָפּעטקעס און געזעס. דאַכט זיך, אַזאַ פרייער, אַזאַ אויסגעבויגע-
נער אָרט --- און דער פּאַק, אויסצופילען איהם, איז ניטאָ... װען
מען נעמט בּיים קעמעל פּלוצלינג אַװעק דעם האָרבּ, װאָלט ער זיך,
מטתּמא, אויך ניט בּעסער געפיהלט. און טאָמער וועניג -- טראָי
גען זיך אַלײן אויף די פיס, מוז מען נאָך זאָרגען פאַרן פּאַדלע-
| פערד אויך, ער זאָל געהן; נוקען איהם מוז מען, ציהען פאַר די
לייצעס, אויסקירעווען. אָפּהאַלטען באַרג-אַראָפּ. יי יעדען פּלוצ-
ליכען, צורשטאַרקען ציה, װאָס דאָס פערדעל טוט, פאַרלירט ה'
22
זימעל דעם האַלט אונטער די פיס, און מוז זיך, נאָכשפּרינגענדיג,
אַ כאַפּ טאָן בּיים האָלצערנעם ראַנד פון וועגעל.
אַן אָפּגעמאַטערטער, אַן אָפּגעגאָסענער מיט שווייס האָט ר' זי-
מעל קוים דערטריבּען זיין בּרויט-געבּער בּיז קאָפּוסט, אַ וועלכט
צוועלף װיאָרסט פון שקלאָו, און אָפּנעשטעלט זיך לעבּען גרויסען
בּית המדרש, | |
אַ פאַרגרעבּטע שטאָט איז קאָפּוסט, כאָטש דער רבי ר' לייבע-
לע שניאורסאָן זיצט דאָרטען,. ציגעלניעס און קאַכעלניעס אַרום און
אַרום. אַ סך גראָבּע יונגען אַרבּײיטען דאָרטען, און די אינגלאַך זיי-
נען ניט בעסער פאַר די דערװאַקסענע. מ'איז געווען געוואוינט פון
קדמונים צו ר' זימלען אונטערן פּאַק, אָבּער ניט צו ר' זימלען
ל 9 ב ען פּאַק. האָט מען איהם אויפגעהויבען , נאַ אוראַ'?
-- זעהט, ר' זימעל פּאַקענטרעגער, דאַכט זיך!
-- וי זימעל מיט אַ װאָגען שמות!
-+ געװאָרען אַ בּאַלעגאָלע, דער פּאַקענטרעגער!
-- אורראַ! ר' זימעל!
אױסגעפּאַקט מיט מזל די שווערע סחורה אויפן בית-המדרש-
טיש -- איז געה, ווייס װאָס פריהעה צו היטען: צי די אױסגעפּאַק-
טע ספרים, צי דעם אױסגעשפּאַנטען פערד אין הויף. סיי דאָ, סיי
דאָרטען גראַבּלען זיך פלינקע פינגערלאַך פון מויקים, דאָ שלעפּען
זי בענשערלאַך, טאַפּען װאַרשעװער הגדות מיט צאַצקעס, און דאָף-
טען ציהען זיי סטרונעס בּיים פערד פון עק, פלעכטען איהם אין
שטעכעלקעס אין גריווע, קאַלופּען איהם מיט שטרױעלאַך אין די
רירעוודיגע אויערען, לויף אַהער און לויף אַהין, כאָטש נעם און פאַר-
קויף ספרים אונטערן פערדס עק, אָדער נעם און בּינד צו דעם סוס
צום בּית"המדרש טיש. -- און קויפען? פון קויפען אין גאָה קיין
רייד ניטאָ. בּאַלעכּאַטים טאַפּען אפילו, שמעקען, װויצלען זיך און
קויפען טוען זיי ניט. פון די װערטלאַך װאָס בּכּבודיגע אידען און
יונגעמאַנטשיקלאַף װאַרפען איהם צו, שטויסט זיך ר' זימעל אָן. אַז
מ'האַלט אַז ער איז נתעשר געװאָרען און פאַרקויפט ספרים פון
וואוילטאָג וועגען. װיבּאַלד, ר' זימעל, איהר האָט זיך, אָהן עין הרע,
געקענט אַרױפשלאָגעי אויף א פערה און װאָנען, זענט איהר דאָך
23
צוריק פון אסטראָג /3)
מעהר ניט קיין נצרך אַזאַ... היינט װאָס רייסט איהר אַזאַ מקח?,.. אַן
אַנדערס מאָל, ר' זימעל!..
ערשט דאָ האָט זיך זימעל אַרומגעזעהן װאָס פאַר אַ שלעכטע
עצה עס האָבּען איהם געגעפען ר' ישראל גבּאי און חשובע שקלאַ-
ווער בּאַלעבאַטים. נאָר איין בּענשעריל האָט ער פאַרקויפט, אַ צוויי-
טען האָט אימיצער אַװעקגעלקחנט. און אַ מעסטעלע האָבּער דעם
פערד האָט מען אויך געמוזט קויפען. הען אַ פּאַדלע! פּאַרבּרױיכט
מעהר הוצאות הדרך, וי ער אַלין. האַבּערעל ווילט זיך איהם!..
אַ וואָך צייט האָט זיך ר' זימעל אָפּנעמוטשעט מיט זיין בּרויט-
געבער, צווישען קאָפּוסט און אָרשע. און אויף דער צווייטער װאָך
איז ער אָנגעפאָהרען צוריק אין שקלאָוו,. מכּות רצח האָט ער, בּשעת
דעם לעצטען פאָהר, דעם פערד געשלאָגען דאָס גאַנצע ביטערע
האַרץ אױפֿגעגאָסען צו זיינע אָפּגעהאַנגענע ליטקעס. בּיים בּאַלע"
גאָלישען צעך איז ער שטעחן געבּליבּען און, הוסטענדיג, אַרײנגע
לאָפּען מיטן בייטש-שטעקעל צווישען די אָנגעפּעלצטע, רויט-
פּנימדיגע צעך-לייט; |
--- ר' סענדער! קכי, קכי,,. אידען ראַטעװעט מיך! װאָרים,
װאָרים... קכי-קכי-קכי! | |
מ'האָט איהם מיט פאַראייניגטע בּאַלעגאָלישע כּחות , געראַ"
טעוועט". דאָס פערדעל פאַרהאַנדעלט וי ניט איז מיטאַ פּאָר רובּעל
היזק. דעם אויסגעליהענעם װועגעל האָט ר' סענדער צוריק אַרױפ-
געפיהרט צו זיך אויפן הויף, און ר' זימעל האָט אָנגעבּויגען האַלז-
און-נאַקען, אַרײנגעפּאַסט דעם שװאַרצען פּאַק מיט ספרים אין טי"
פען אױיסבּויג, צווישען בּיידע לאָפּעטקעס און געזעס, אָנגעכאַפּט די
פלעדער-מויזדעקען פונם קנופ מיט בּיידע הענט, און װידער דעה"
פיהלט די ערד אונטער די אויפגעלעפטע פיס. האַיהאַ, עס געהט
זיך גאָר אַנדערש! אַ ליכט אין די אָנגעגאָסענע אויגען איז איהם
אויפגעגאַנגען. ער האָט אפילו בּיסלאַכװײיז אויפגעהערט צו הוסטעןי
און די בּרעכעניש אין רוקען איז אויך אַװעק. געהאַקטע בּאַנקעס .
װאָלטען איהם אויך בּעסער ניט אויסגעהיילט. ער האָט בּאַשיינפּער"
לאַך דערזעהן, צום לעצטען מאָל זיך איבּערצייגט, אַז ניט ער אָהן
.4
דעם פּאַק, ניט דער פּאַק אָהן איהם -- קענען וייט אַװעקגעהן
האַדהאַ, קיין גוטער איד זאָל פערדישע הילף ניט בּאַדאַרפען!
ס'האָט זיך ווידער גענומען לייזען צו-בּיסלאַך, ניט צו פאַרזיג-
דיגען. אמת, קיין גרויסע גליקען פון פּאַק האָט ער קיינמאָל ניט גע-
מאַכט, װאָס פאַר אַ גליקען קען מאַכען אַ אידישער פּאַקענטרעגער,
אַז אַזעלכע מעשה-בּיכלאַך פאַר דינסטמיידלאַך וי , עזריאל מיטן
כּער"י און , די כלוטיגע דאָלאָרעס!קאָסטען סך הכל דריי קאָפּיקעס?
און דער ,איסקלאַדי(סקלאַד) אין מאָהילעװו גיט איהם אַראָפּ ראַ-
בּאָט וועניגער וי אַ קאָפּיקע פון שטיק. און איבּער אַ געבּונדענעם
סידור פאַר אַ עברי-אינגעל דינגט זיך אַ טאַטע פון קינדער אַ װאָך
נאָכאַנאַד און כּדי צו פאַרקויפען אַ ווילנער , קרבּן מנחה" אויף רי-
גאַל-פּאַפּיר מוז דאָך אַ בּתולה התונה האָבּען; און בּיז מען זעצט אִפּ
אַ גאַנג משניותן, אויף אַ דרשה-געשאַנק, מוז דאָך ערשט אַן איידע-
לער בּחור טאָן אַ שידוך, און איידער אַ בּאַלעבאָס קויפט אַ זיידענעס
פּעקעל ציצית, טאַפּט ער אויס, מיט פאַרטאַבאַקטע פינגער, עט"
ליכע װאָלענע פּעקלאַך, כּדי צו זעהן דעם אונטערשייד.. באָטש
נעם און פיהר זיי דערנאָך אין בּאָד, די אױיסגעטאַפּטע פּוכקע װאָלע-
נע ציצית, נאָר גאָר-ניט, אַ דאַנק דעם אויבערשטען דערפאַר! מען
לעבּט זיך דורך; |
החתּי, האמורי הפּריזי והיבוסי... כיל-כיל-כיל,.. טשעפּע ניט!
ואת זעקתם שמעתּ על ים-סוף.. מ'נאַם-נאַם-נאַם.. צוויי קאָפּיקעס
האָסטו? אָה, אֶה, נו!.. וַתּתּן אותות ומופתים.,. כביליכיל-ביל --
אַוועק, שייגעץ דו!
זימעלס קאָנקוּרענט
4
שוואַך זיינען די פאַרדינסטען פון רומל ספרים. ר' זימעל האָט
זיך אָבּער קיינמאָל ניט בּאַקלאָגט, און װאָלט זיך אפשר אַזױי וויי"
טער דורכגעשלאָגען בּיז אויף די עלטערע יאָהרען. דאַרף זיך אָבּעף
אויפן שקלאַװוער האָריזאָנט בּאַװייזען אַ צוייטעד פּאַקענטרעגער.
און דער איז פאַרלאָפּען ר' זימלען אַלע שליאַכען און פאַרבּיטערט
איהם זיין בּרויט, | :
ניט איינגעבּויגען אונטערן פּאַק, וי דער אייביגער איד, איז
דער נייער מוכר ספריםניק אָנגעקומען, ניט מיט אַרױסגעקװעטש-
טע אויגען, פון אָנשטרענגען זיך אין היץ און אין קעלט, און ניט מיט
צוויי הויקערס, וי ביי ר' זימלען, איינער אַ אױבּערשטער, דער
צווייטער אַן אונטערשטער, צווישען וועלכע דער ספרים-פּאַק פּאַסט
זיך אַזױ גוט אַריין.. דער נייער פּאַקענטרעגעה איז דוקא געווען
אַ סטאַטנער חברה-מאַן אין אַ קורצען בּאַקװעמען רעקעל. די הויזען
אַרײנגעטאָן אין ניט-געפאַלדעװועטע שצאָגעלסקע כאָליאַװעס. אַ בריי-
טער אָפּגעברענטער פּנים מיט כוואַטסקע העלע אויגען. אַן ארומגע-
שאָרען רויטליך בּערדעל, און ניט קאַפּאָטע-לאַנגע רומל ספרים האָט
ער אַרומגעטראָגען, און ניט שווער-בּלעטערדיגע חסידישע פּאַפּן-
סעס, נאָר לייכטע, ניי-געבונדענע,. קלאָר-אותיותדיגע ספרימלאך,
! און קורץ אַרומגעשניטען זיינען די דאָזיגע ספרימלאַך געווען, װוי דל
36
שצאָגעלסקע רעקלאַך פון היינטיגע יונגע לייט און פון נייעם פּאַ-
קענטרעגער גופא..
דער אינהאַלט פון די ספרימלאַך איז געווען ניט בּעסער וי זיי-
ער אויסזעהן. אַלץ דקדוק-ספרים, אדיים הכהן'ס שירים, אליקום
צונזערס לידער, די העבּרעאישע וועלט-געשיכטע פון קלמן שולמאַן,
בּלאָשטײנס , קאַלט און װאַרים!, פרוגס רוסישע , סטיכאַטװאָרע-
גיעס", יהושע שטיינבּערגס ווערטער-בּיכער, געבּונדענע , השחרט"
פון סמאָלענסקינען, מאַפּוס ,, אהבת ציון'... הכּלל, גאָלע טריף-פסולס;
ליטווישע, פּױילישע און גאַליצישע אפּיקורסות, װאָס מען טאָר גאָר
אין אַ אידישער הויז ניט אַריינלאָזען. וי יעדער סם-המות האָט דאָס
פאַרנומען אַ קליינעם אָרט. מיט איין אָרעם האָט דאָס דער נײיער
פּאַקענטרעגער געקענט אַרומנעמען. די גאַנצע קראָם איז געוען
איינגעוויקעלט אין אַ צעראַטע, און די צעראַטע אין אַ טוך מיט
קווייטלאַך. גרינג, שען, באַשיצט, בּאַקועם.
די פרומע פיקס! פון שטעטעל האָבּען גלייך גענומען אַרומ-
פּאַדיען, אַרומשמעקען, אױספאָרשען;
-- פון אָט אַזאַ פעקעל קען דאָס אַ פּאַקענטרעגער לעבעי!
האָט אָבּער דער נייער חברה-מאַן געקוקט גלייך אין די זליך-
נע אױגעלאַך, בּאַטראַכט די פאַרשפּיצטע נעזלאַך און זעהר רוהיג
אָפּגעענטפערט;
-- צו װאָס טויג מיר שלעפּען גרויסע פּעק און פאַרדינען אַ
צווייער. בּעסער אַ פּעקעלע --- און פאַרדינען אַ זלאָטע,
-- אַזױ גאָר? --- האָבּען זִיך די פיקס איבערגעקוקט, איבּער-
געשמעקט זיך מיט פאַרטאַכאַקטע נעזער -- אַבּי דו האָסט בּעלנים.
המ... װאָס אַ שטייגער קען אַריין אין אַזאַ געבּונדען בּיכעלע? אָט אַ
װי אָס דער דאָ! מעהר טאָװעל װי געדרוקטע בלעטער,
-- היי,---מאָכט דער חברה-מאַן---פאַרנעמט אויך אַ סך אָרט,
פונדעסטוועגען קייען עס נאָר בּהמוֹת,
-- געהערט אַ לשון? -- קוקען זיך איבּער די פרומע לייט---
פון די דאָזיגע, ווייזט אויס, פון די יעניגע..
האָבּען זיך די אַלטע לייט פון איהם דערווייטערט, הויבענדיג
מיט די פּלייצעס, שמעקענדיג טאָבּאַק מיט הארץ, כּדי צן פאַרטריי-
31
בּען דעם שלעכטען ריח פון,, טריף-פסול'", און בּאַלד נאָך זיי האָ-
כּען זיך גענומען גנבענען יונגעלײיטלאַך און כּלה-מײדלאַך און אינג"
לאַך פון די עלטערע כּיתּות. װוי עס ציהט מייז צו טריפה חלבנע
ליכט,אַזױ האָט זיי געצויגען צום געבלומטען פּעקעל פון נייעם פּאַ-
קענטרעגער. צעהן מאָל אַרומגעקוקט זיך און פלינק געבּלעטערט
אין די פיינע בּיכעלאַך, געשושקעט זיך און געהאַנדעלט. קיין בּית-
מדרש וװעט דאָך אַזאַ חברה-מאַן דעם תּהילים-טיש ניט אָפּגעבּען
ער זאָל דאָרט אױספּאַקען זיינע שענע סחורה. האָט מען זיך געגע-
בּען אַן עצה. מ'האָט געהאַנדעלט הינטער ר' ישיעלעס חורבה, בי
די אָרֹשער בּרעמלאַך, בּיים גרויסען מיחל , אונטערבּאַרג". אויס-
געלייגט דעם פּעקעל אין גראָז, צופעכערט די רייך-קאָלירטע הילעס
|אויף אַ גרינעם פרישען גרונט, װי אויסלענדישע פּירות אויף פייגען
בּלעטער. דאָס האָט צוהיצט די אַפּעטיטען און צופלאַקערט די אויגען.
דער נייער פּאַקענטרעגער האָט אַפּנים גוט געוואוסט װי אַזױ אויפ-
צורייצען יונגע הערצער, עס זאָל זיך זיי גלוסטען,. און מקחים האָט
ער געריסען! יאָ, ער האָט בּאמת דערוויזען, אַז זיין סחורה איז ניט
קיין היי.,, פּאַר איבערלייענען בּלאָשטײנס , קאַלט און װאַרים. --
פינף קאָפּיקעס. פאַר אַ דקדוקעל -- צואַנציג קאָפּיקעס, און קלמן
שולמאַנס , מסתּרי פּאַריז" איז געגאַנגען אין די גילדענס. מ'האָט זיך
געבּרענט מיט די מקחים, וי מיט הייסע לאָקשען, און מ'האָט גע"
קויפט. דער יצר-הרע איז געווען גרויס. װאָרים אויסער זייער שעג"
קייט האָט נאָך פון די בּיכלאַך געשמעקט מיט נייעם דרוק און מיט
אַ פעטליכען ריח פון פרישען קאָלענקאָר. די סלינע פון אונטערן
צונג האָט גערונען.
- היינט דער עצם איינטענהען און האַנדלען?! דער נייער פּאַרשױין
האָט ניט גערעדט מיט טרוקענע ,סינען" וי מ'רעדט אין רייסען
און ניט מיט צושוואומענע , זיןס." ניט , סלעפּען", פלעגט ער זאָגען,
נאָר שלעפּען, און ניט , זשיבּעציג", נאָר זיבּעציג. געשלייפט און
געקאַנטיגט יעדעס װאָרט. גרױסשטאָטיש און װאָגיג האָט זיך עס
אָנגעהערט. מ'קען עפּעס אַראָפּדינגען פון , זשעכציג. קאָפּיקעס",
אָבּער געה שטעל זיך און דינג אַראָפּ פון , זוזעכציג" קאָפּיקעס! אַן
אומזיסטע טרחה. !
38
און טאָמער פלעגט צוגעהן א בּאַרישניע און נאָכפרעגען זיך
נאָך אַ בּיכעל, -- דעם נייעם נגידס טאָכטער מיט בּאָמבּעלאַך אין
די בּלאַסע אויערען, דעם מילנערס כּלה-מויד מיט דעם אױסגעפּאַ-
שעטען שענעם פּנים, -- פלעגט דער נייער פּאַקענטרעגער גאָר
אַראָפּנעמען דאָס היטעל: מעשה-קאַװאַליער פאַרנויגט זיך און אַרױס
מיט רוסיש, אָבּער װאָס פאַר אַ רוסיש! בּלויזע , דעיעפּריטשאָס-
טיעס' *), װאָס געפינען זיך נאָר אין קירפּיטשניקאָווס גראַמאַטיק און
קיינער בּאַנוצט זיך ניט מיט זיי. , אָבּדומיוואַיאַ".. אַזױי פלעגט דער
חברה-מאַן קייטלען זיין איידעלען געשפרעך מיט די בּאַרישניעס,
בּאַקלערענדיג הייסט דאָס, , אי איסכאָדיאַ... און אַרויסגעהענדיג
פון שטאַנדפּונקט הייסט דאָס, , אי איזכּעגאַיאַ. -- און אויסמיידענ"
דיג איבעריגע ריידא,
דער אָטעם פלעגט בּיי די בּאַרישניעס פאַרכאַפּען פון אַזאַ פּאָר-
ציע , דעיעפּריטשאַסטיעס". כ'מיין, װער װעט זיך דאָס אַרײנטרױען
אין אַזאַ געשליינגעל פון שווינדעל-קאַמערען מיט אָפּעגע טירען, אין
וועלכע מען קען בּשלום אַרײן, אָבּער ניט אַרױס?,., פלעגט מען האַלף
שעמעוודיג בּאַצאָהלען, װאָס דער פּאַקענטרעגער הײסט, אבי ניט
פּלאָנטערען זיך,
אויסגעקויפט דאָס בּיסעל סחורה, װאָס יענעה האָט פון ערגעץ-
וואו געבּראַכט אין זיין צעראַטע, איז מען דרייסטער געװאָרען
-- ע.,. וי הייסט ער אַ שטייגער? -- האָט מען געפרעגט.
--- וי הייס איך! --- האָט ער, וואונדערענדיג זיך, צוריק גִעָ*
פרעגט -- לייזער װאָלפאָװיטש דראַבּקין |
ס'האָט זיך האָפערדיג אָנגעהערט: ,װי? ליזער דראַבּקינען
קענט איהר ניט? סאַ חידוש!"
זיין בּרייטער בכּבודיגער נאָמען, וי ער אַלײן האָט זיך אָנגע-
רופען, האָט זיך אָבּער בּשום אופן ניט פאַרפלאַנצט. די טייערע טריף-
פּסול בּיכעלאַך --- יאָ. דער נאָמען ניט, כּדי אָפצושװאַכען דעם איי-
דרוק זיינעם אויף דעם יונגען דור, האָבּען איהם די פרומע באַלע-
בּאַטים דעם נאָמען פֿאַרקירצט. ל ייזשקע האָבען זי איהם אַ נאַ-
*) פאַרטיציפ . ס,
29
מען געגעבּען, אַזױ װוי אַ לויף-אינגעל פון קראָם. לייזש קע דער
פּאַקענטרעגער,
די געשעפטען זיינע האָט דאָס אַ האָר ניט געשאַדט. אָבּער דער
בּיטול-נאָמען איז איהם פאָרט געבליבּען: לייושקע,
2
אין די ישיבות און אין די עלטערע חדרים האָט אַ בּלאָז גע-
טאָן אַ ניי ווינטעל. מ'האָט געלייענט אויף פּראָקאַט קלמן שולמאַנס
וועלט-געשיכטע, און ערשט איצטער דערזעהן וי אָפּנעלעבּט עס איז
דער , יוסיפון" מיט זיינע מאָדנע מעשות פון אַלעקסאַנדער מוקדון,
בּאַלעבּאַטישע מײידלאַך זיינען אַװעק אויף רייזען מיט דעם מחבר
בּלאַָשטײן אין קאַלטע און װאַרימע לענדער. האָבּען געחזרט אויף
אויסוועניג פרוגס לידער און זיך שטאַרק געוואונדערט װי א איד
קען דערגעהן צו אַזאַ הויכער מדרגה פון שרייבּען רוסיש פּונקט
אַזױ וי פּושקין..,*) און עטליכע מתנגדישע רבּיים, פון די אינגערע,
האָבּען גענומען לערנען תּנ"ך מיטן בּיאור פון מלבייים, װאָס האָט
זיך בּיז איצט גערעכענט אַלס געכאַפּט אין יענער מעשה.. קלענערע
אינגלאַך האָבּען אויך ניט געשלאָפען. זי האָבען מקנא געווען זיי"
ערע עלטערע ברידער און שװעסטער און אָפּנעשפּאָרט גראַשענ-
דלאַך פון די אָנבײסענס, און קאָפּיקעס געשלעפט בּיי די מאַמעס
פון די טיש-קעסטלאַך, אַזױ אַרום צוזאַמענגעשלאָגען די נויטיגע
מטבע איינצוהאַנדלען בּיי לייזשקען קלייניטשקע לשון-קודשדיגע
מעשח-בּיכלאַך מיט ניקוד, װאָס געהען אַרױס אין װאַרשע. פרומע
טאַטעס האָבּען געכאַפּט די חדר-אינגלאַך איינגעבּויגען איבּער מאַרק
טוועינס , פּרינץ און בּעטלער", איבּער די מעשות פון די , ברידער
גרים". אַלץ איבּערזעצט אין אַ שענעם העבּרעאיש. און די גמרא-
בּחורים זיינען גלאַט אַרומגעגאַנגען משוגענערהייט און געחזרט
,,פּקד פּקדתּי?! פון אַן אָפענעם , מורה הלשון", האָבּען די טאַטעס
*) דער גרצטטער רוסישער פּאָעט.
געטאָן דאָס, װאָס גאָט האָט געבּאָטען, געריסען פאַר די אויערען
געפּאַטשט און געװאָרפען די דערטאַפּטע בּיכלאַך אָן דרערד;
-- אַז איך דאַרף גיט האָבּען דיין דקדוק!
--- אויף װאָס טוג מיר דיין קלמן שולמאַף?
--- װאָס פאַר אַ מחותן בּיסטו מיט... מיט די בּרידער גריט?
נאָר ס'האָט ניט געהאָלפען. די יונגװאַרג האָט אֲפּנים יאָ
, געדאַרפט?!, און יאָ ,, געווען מחותנים?י. װאָרים לייזשקע איז, פון
צייט צו צייט, פאַרשוואונדען פון שטעטעל מיט אַ ליידיגער צעראַ-
טע. און אָנקומען פלעגט ער צוריק, מיט אַ פול-געפּאַקטער, מיט
אַ נייע לאָדונג פון אַפּיקורסות פאַר שקלאַווער היוגענט.
זימעל, דער איינגעפונדעוועטער רומלניק האָט לכתּחילה שפּאַ-
טיש-זויער אָנגעקוקט זיין קאָנקורענט פון דעד וויטענס. קין
שלעכטס ניט גערעדט פון לייזשקען אפילו דאַמאָלסט, ווען די דאַװו"
נער אין ליבּאַויטשען בּית:המדרש פלעגען זיך צװאַמענרעדלען
נאָך שחרית, הינטערן בעלעמער און גיסען אויפן נייעם פּאַקענטרע-
גער פּעך און שוועבעל. ס'האָט איהם ניט געלוינט, מיט זיין רומל"
סחורה איז זימעל געווען זיכער, װי דער קאָראָבקע-חאַלטער אויף
כּשרער שחיטה. װאָס קענען איהם שאָדען עטליכע אַרײנגעשװאַרצ-
טע גענזלאַך פון שחיטת-חוץ? עט.. זאָלען אַנדערע נאַכלויפען
נאָכן שמוגלער און שלעפּען איהם צום רב.. נאָר גאָר אינגיכען
האָט ער גענומען בּאַמערקען, אַז די גאַנצע יוגענט פאַלט פון איהם
בּיסלאַכװײז אָפּ, אינגלאַך האָבּען אויפגעהערט צו סאַפּען זיינע
ספרימלאַך בּשעתן דאַװונען, אויפגעהערט שלעפּען די טאַטעס פי
די טליתים, זיי זאָלען עפּעס קויפען. מיידלאַך האָבּען אָנגעוואוירען
דעם חשק צו זיינע דרײי-קאָפּיקענע פרומע מעשה-בּיכלאַך, און יונ"
געלייט האָבּען עפּעס גענומען קוקען אָפּלאַכעריש אויף איהם און
אויף זיין שװאַרצען פּאַק. אַזױ קוקען נאָר אוױיסגעװאַקסענע בּחורים
אויף זייער אַמאָליגען אלף-בּית רבּי, װאָס האָט זיי געװאָרפען צו-
קערקעס און געזאָגט, אַז דאָס װאַרפט אַ מלאך,.
אומרוהיג איז געװאָרען ר' זימעל: האַ? מען גראָבּט איהם טאַ-
קע אונטער די פּרנסה! אַפריהער האָט ער זיך שטילערהייט בּאֲַקלאָגט
פאַרן מורה-הוראה הינטערן עמוד, דערנאָך -- פאַרן גבאי אין
41
מזרח-װאַנט. בּיסלעכווייז איז ער אַרױס מיט קלאָגילידער פאַר אַלע
חשובע בּאַלעבּאַטים אין לובּאַװויטשער בּית'המדרש: געװאַלד, אי"
דען! װאָס שווייגט מעף אָט דער לייזשקע, אָט דער טריף-פּסולניק,
אָט דער, פון שדים ווייסען וואו געקומענער, רייסט איהם דעם בי-
סען פון מויל.
האָבּען זיך גבּאי און מורה-הוראה און חשובע בּאַלעבּאַטים
עטליכע מאָל געשושקעט, נאָכן דאַװנען,. צווישען ארון-קודש און
בּעלעמער, און יאָשקע דער שערער איז אויך איינמאָל און צוויי מאָל
צוגעשטאַנען צו אַזאַ אסיפהלע אויף איין פוס, כאָטש קיינער האָט איהם
ניט גערופען און קיינער האָט איהם ניט געבעטען עפּעס צו טאָן
מ'האָט נאָר געשמועסט, יע... אַז לייזשקע איז עפּעס גאָר ניט קיין
גלאַטער פּאַרשױן. ער מוז ערגעץ וואו האָבּען צו טאָן מיט חברה.
פּאַראַן אַזעלכע חברות, װאָס פאַרשפּרײיטען ביכלאַך, , בּילדונג"
הייסט דאָס בּיי זיי. אָדער...אפשר איז ער גאָר פון חאַצע דעם קירזש-
נערס קאָמפּאַניע, אָט פון די ,, ציציליסטלאַך'... ער הױיבּט כּלומרשט
אָן מיט בּיכעלאַך אויף ריינעם לשון קודש און אויסלאָזען װעט זיך
מיט שדים ווייסען װאָס... איז, מילא, חאַצע דער הינקעדיגער איז
כאָטש אַן אייגענער. אָבּער װאָס האָט מען צו ליידען פון אַזאַ מין
ניט-געבעטענעם אורח?
נו, נו, יאָשקע דעם שערער דאַרף מען קיין פינגער אין מויל
ניט אַרײנשטופּען. יאָשקע דער שערער פאַרשטעהט אַליין װאָס ער
האָט צו טאָן. מיטן אַלטען פּריסטאַוו האָט ער געגעסען געפילטע פיש
און געשפּילט אין קאָרטען. אוּן דער נייער פּריסטאַװ... דער נייער
פּריסטאַװ האָט איהם אפילו אַראָפּנעװאָרפען פון די גאַניק-טרעפּ-
לאַך פאַר וועלען אונטערשמירען די פּריסטאַװיכע מיט צוויי פעטע
גענז, און איהט---דעם פּריסטאַוו אַליין---מיט צוויי פינף-און-צװאַנ-
ציגער. קהל האָט איהם, יאָשקען, אַריינגעפיהרט אין אַזאַ בּלאָטעײ.
אָבּער אָט דאָ קען ער דערווייזען, אַז ער איז אַ טרייער אונטערטאַן,
אַז ער האַלט פון פּראַװיטעלסטװאָי
און אין איין העלען טאָג, בּיי די אָרשער בּרעמלאַך, איז אויף
לייזשקען און אויף זיין פּעקעל אָנגעגאַנגען דער נייער פּריסטאַו
מיטן אוריאַדניק, דער פּריסטאַוו האָט אַ דרעה געטאָן די דראָטענע
42
װאָנסעס זיינע און אָנגעבּלאָוען די גזלעװאָיסקע אויגען, כּדי אינ"
גאַנצען ווערען עהנליך צו ניקאָלאַי דעם ערשטענס פּאָרטרעט, װאָס
הענגט נאָך עד היום אין דער אַלטער פּאָטשט, און דער אוריאַדניק,
דער פּיאַניצע, האָט אָנגעצױגען אַ מוראדיגע װאַזשנעקײט איבּער זיין
פאַרפאַלענעם, צוקנייטשטען געזיכט און שטרענג אַ גאָרגעל געטאָן
--- פּאַספאָרט!
און גיב נאָר אַ קוק! --- לייזשקע דער פּאַקענטרעגער איז אַ האָר
ניט נתפּלל געװאָרען. ער האָט רוהיג אַראָפגענומען דאָס היטעל,
רוהיג פאַרנויגט זיך, אַרױסגעצױגען דעם פּאַס פון בּוזימקעשענע,
געענטפערט אין אַ גוטען רוסיש אויף אַלע קלאָץישאלות,
-- און װאָס פאַר אַ בּיכער שלעפּסטו דאָ אַרום? --- האָט זיך
דער אוריאַדניק ווייטער אינטערעסירט,
די בּיכער? אַך, פּאָזשאַלױסטע! ס'זיינען אַלץ ערלױיבּטע ביכער.
ער פאַרקויפט זיי לויטן פּרייז, װאָס שטעהט אויף זיי געדרוקט. עה
האָט אפילו אַן ערלױבּעניש אויף דעם. און אָט האָט ער אַ דאַנק בּריף
פון , אָבּשטשעסטװאָ פּראָסװועשטשעניא *), אין פּעטערבּורג געפינט
זיך די חברה. אָט איז איהר שטעמפּעל אויפן פריף.,
איבּערגעקוקט, וי גאָר אַ גרויסער ידען, אַלע פּאַפּירען און
דורכגעבּלעטערט אַלע בּיכער, האָט איהם דער פּריסטאָו אומגץ-
קעהרט דעם פּאַס, געהייסען פאַרבּינדען דעם פּעקעל און נאָך איידער
לייזשקע איז דערמיט פאַרטיג געװאָרען האָט דער פּריסטאַו אַ הוים
געטאָן צוויי פינגער צום קאָזיראָק. אָט װי ער האָט זיך צוזעגענט
מיט לייזשקע-פּאַקענטרעגער! און בּאַלד אַ דרעה געטאָן זיך אויף די
אָפּצאַסען און שאַרף פון האַלז אַרױס, אַ בּרום געטאָן צום אָנגעזאַ-
מעלטען עולם אידעףן
-- ראַזאָיטיס! (צוגעהן זיך!),
אַזאַ איבּערגאַנג פון , אָפּגעבּען טשעסט" און אָנבּייזערען זיך
האָט שטאַרק אונטערגעשטראָכען דאָס, װאָס דער נייער פּריסטאַװו
האַלט פון , געבילדעטען" פּאַקענטרעגער און װאָס ער האַלט פון די
,פינסטערע" אידעלאַך, װאָס האָבּען זיך אַזױ נייגעריג אַרומגעקלי-
*) חברה, װאָס פאַרשפּרײט בילדוּנג צווישען אידען,
43
בּען זעהן, װאָס מיט לייזשקען װעט דאָ געשעהן. אַרױסשפּרײזעג-
דיג מיט זעלנערישע טריט פון רעדעל, האָט זיך דער פּריסטאַװו בּאַ-
געגענט מיט יאָשקע דעם שערערס הינטיש-איבערגעגעבענע אויגען
און האָט אָפּגעקערט דעם קאָפּ. דעם פּריסטאַװס אָפּגעקעהרטע דראָ-
טענע װאָנצע האָט יאָשקען סיף אַ שטאָך געטאָן אין האַרצען
--- הייסט דאָס... דאָס מאָל אױך ניט געראָטען. אוי"
אוי, נאָך זעהר וייט פון ווערען חבר-לאַפּ מיטן אדון,
פון דאַמאָלסט אָן האָט מען געקראָגען דרך-ארץ פאַר לייזשקען,
װאָס קען זיך האַלטען אַזױ איינפאַך מיט קליין און גרויס און מיט
אַזױ פיל װוערדע---מיט נאַטשאַלסטװאָ. ,,געהערט אַ דבּרען מיטן פּרי-
סטאַװ?.. אָפּהענדיג זיינען געװאָרען די, וועלכע האָבּען זיך פריהער
אַזױ היציג איינגעשטעלט פאַר זימלען מיט זיין פּאַק. אויף זיין קלאָ-
גען זיך אַצינד, אין לובּאַוויטשער בּית-המדרש, האָט מען נאָר צו-
פיהרט מיט די הענט אונטער די טליתים,
--- געה מאַך! אַז אַלץ בּיי איהם: , דאָזװאָליענאָ צענזוראָיו"..=).
דעם , דאָזװאָלענאָ? האָבּען אידען אַרױסגערעדט פאַרגרייזט,
מיט אַ קוועטש אויפן , ליע" און , צענזוראָיו" אויך פאַרקעהרט, מיט
אַ קוועטש אויפן ,,ראָ?. נאָר דער איינדרוק, פון די צוויי אויסטערלי"
שע ווערטער, אויף זימלען איז דערפון קלענער ניט געװאָרען. ער
האָט פּאַרלאָרען יעדער האָפענונג אַװעקצױאָגען לייזשקען פון שקלאָ-
ווער בּיכער-מאַרק.
אַזױ איז דער נייער פּאַקענטרעגער איינגעגלידערט געװאָרען
אין דער גייסטיגער בּאַלעבּאַטישקײט, וי אַ טריפהר בּיינקעל אין
קיך,. זימעל---דער כּשרער ביינקעל, לייזשקע--דער טריפהר. ווער
עס וויל קויפט בּיי דעם, ווער עס וויל -- ביי יענעם. פון קהל קען
מען קיינעם ניט נויטען. ניטאָ אַמאָליגע צייטעף!
3
זינט דעם האָט מען זיי געזעהן, די ביידע קאָנקורענטען, אויף
*) ערלױיבּט פון דער צענזורי
44
די שליאַכען, װאָס ציהען זיך צווישען אָרשע, שקלאָוו און מאָהלין,
דער איינער איינגעבּויגען, אָנגעדרודעלט, מיט אַ פּאַק---שװאַרץ און
שווער װי דער אידישער גלות: און דער צווייטער -- אַ פרעהליכער,
מיט אַ פרעהליכען קווייטעלדיגען פּעקעל אונטער דער פּאַכװע, זי-
מעל און לייזשקע, צוויי קולטור-טרעגער, צויי שליחים פון גע"
דרוקטען װאָרט. איינער פון דער אַלטער צייט, דער אַנדערער --
פון דער נייער. שװאַרץ װוי אַ בּר-מינן איז דער רומל געלעגען אין
אויסקרימונג, צווישען רוקען און געזעס, בּיי זימלען, אַ שטיק אָפּנע"
שטאַנענע צייט בּיי אַ צוויי הויקערדיגען קעמעל אויפן רוקען, די
אויגען פון דעם דאָזיגען אַפּאָסטאָל זיינען געווען זויער, פאַרלאָי
פען מיט בּלוט פון אייבּיגער מאַטערניש. אין בּרוסט בּיי איהם האָט
עפּעס אונטערגעכריפּעט. און פרעהחליך און האָפערדיג האָבען גע-
בּליהט די קווייטלאַך אויף לייזשקעס פּעקעל און זיינע אויגען האָ-
בּען אויך געבּליהט, פון זיין אָפּגעבּרענטען פּנים אַרױס, מיט דעף
שמחה פון היינטיגען טאָג און מיט דער זיכערקייט אין מאָרגען,
אויף די זעלבע שליאַכען זיינען בּיידע געגאַנגען, נאָר מען קען
ניט זאָגען, אַז זיי זיינען געגאַנגען א יין וועג. עפּעס אַ שטומער
קידער-ווידער"גאַנג איז דאָס געועזען. געהסטו, לייזשקע, אויף
אָרשע, געה איך, זימעל, אויף שקלאָוו. געה איך אויף מאָהליו,
טאָ געה-זשע, דו ממזר, אויף קאָפּוסט. אויף קאַראַצקעס געה! וואו
איך פאַרקויף מיין רומל, זאָלסטו גיט פאַרקויפען דיינע טריף-פּסולס,
און פאַרקערט. אַ שטומער אָפּמאַך איז דאָס געװאָרען, בּיי וועלכען
זימעל האָט זיך געהאַלטען פעסט און פאַרציסען און וועלכען לייזש"
קע האָט נאָר מקיים געווען, וועלענדיג טאָן אַ צוליבּ דעם פאַרביטער"
טען קאַנקורענט. אויף קרייץ-וועגען פלעגט מען זיך אָפּטמאָל באַגע-
גענען. דער שװאַרצער רומל-פּאַק פלעגט זיך מיט פינסטערעף
שנאה שאָקלען אַקעגען דעם געקווייטעלטען אפּיקורסות-פּעקעל, אָט
אָט פאַלט ער אויף איהם אַרױף און צוקוועטשט איהם.. נאָר לייזשקע,
דער טרעגער פון פרעהליכען פּעקעל האָט קיין מורא ניט. , גוט
מאָרגען, ר' זימעל!?י, אַזױ שוייט ער צו דעם שװאַרצען פּאַק פוך
דער ווייטענס. רייצט זיך מיט איהם מיט זיין בּרייטהארציגער פריינט"
שאַפּט. װוער דאַרף זי, אָט די פֿאַרדאַכטיגע גוטבּרודערשאַפט? אויף
45
כּפּרות דאַרף זי זימעל פּאַקענטרעגער האָבּען. כחייכחי,. ענטפערט
ער מיט אַ בּייזען הוסטעלע, קעהרט אָפּ דעם קאָפּ אונטערן קנופּ מיט
די שפּיצען, װאָס זעהט אויס וי אַ טויטע פלעדערמויז. דער שװאַר-
צער פּאַק שווימט פאַרבּיי,.
ר' זימעל, אַז ער הונגערט זיך אויס אויפן װעג, ואַשט ער
זיך די הענט מיט אַ קוערטעלע -- אַ הױכע בלעכערנע פּושקע
מיט זשאַװער-בּלאָטערלאַך. מיט דער פּאָלע װישט ער זיך אָפּ און
פון פּאַק שלעפּט ער אַרױס אַ שטיק שװאַרץ-בּרױט מיט אַ קאָפּ
פון אַ הערינג. ער עסט זיפצענדיג, קוויקענדיג זיך מיט דער געזאַל-
צענקייט פון הערינג; מיט דער רויער בּיטערקייט פון אַ ציבּעלע.
עס בּרענט אויפן האַרצען און שוין פאַרן בּענשען הױבּט דאָס איהם
אָן צו שלוקערצען. און נאָכן בּענשען הױבּט זיך איהם אָן גלוסטען
אַ הייסער טרונק.
-- אוף, אַ גלאָז טהיי!---זיפצט ער צום שטויבּיגען שליאַך און
פאַרװאַרפט אומבּאַהאָלפען דעם אַראָפּגעבּױגטען קאָפּ, און עס דאַכט
זיך איהם, אַז ער איז איינער פון די אידען, װאָס זיינען אַרױס פון
מצרים. זכרנו את הדגה!.. אָנגעגעסען זיך אין קנעכטשאַפט מיט
הערינג און ציבּעלעס און זוכט אַ געפּאַרעטען טשאיניק אין דער
פרייהייט פון מדבר. נאָר ניטאָ קיין נסים מעהר. משהס שטעקען
װועט ניט מאַכען רינען קיין הייסינקען טייעלע פון אַ שטיין אין
ר' זימעלס פאַרזשאַװערטער קווערטעל אַריין... אוף -- אוף!
לייזשקע, אַז ער איז הונגעריג -- נעמט ער אַרױס אַ פּדע-
פיצע פוּן בּוזים און אַן עפּעל פון קעשענע. אַ בּיס פון דער רעכ-
טער האַנט און אַ בּיס פון דער לינקער. עס איז זאַפּטיג און לייכט
צום עסען און צוםּ פאַרדייען. זימעל האָט איינמאָל אַזאַ סעודה צו"
געזעחן, פאַרבּייגעהעדיג מיט זיין שװאַרצען פּאַק, האָט ער זיך צע"
שפּייט און צעפעקעט עטליכע קלאַפטער נאָכאַנאַנד. אַזאַ אכילה האָט
איהם אויסגעזעהן װי אַ שקאַָצערײי: הען, אַ.. נפש! שוין אינכער
פערציג יאָהר, זאָגט מען, און עסט נאָך בּויגעל מיט עפּעל װי
אַ דרדקי-אינגעלע. טפת!
ר' זימעל, אַז ס'קומט די צייט פון זונאונטערגאַנג, לאָזט ער
אַראָפּ זיין שווערען פּאַק אויף אַ באַרג אַראָפּ, רייבּט זיך אָפּ די
6
הענט מיט אַ גרינעם בּלאַט, און שטעלט זיך צו מיט די קרומע
פיס צו אַ בּוים און שאָקעלט זיך מיט בּיידע הויקערס --- מיטן אוי"
בּערשטען און מיטן אונטערשטען. ער דאַװענט מנחה מיט געשלאָסע-
נע אויגען. די װעלט אַרום זיך זעהט ער ניט. נאָר די אותיות פון
סידור, װאָס ער קען אויסועניג, פליהען אַרום איהם. לייזשקע,
אַז ער װוערט מיד, -- גראָד מנחח-צייט בּאַפאַלט איהם אַלעמאָל
אַ מאַטקײט, -- זעצט ער זיך אַנידער בּיים שליאַך אין אַ שאָסען
נעמט אַרױס אַ בּיכעל און לייענט פאַר הימעל און בּוימער מיט אַ
מאָדנער התפּעלות און מיט אויסטערלישען טראָפּ. פרוגס לידער
האָט ער לי. לייענט ער זיי אַמאָל אין לשון-קודשדיגער איבער-
זעצונג, אַמאָל אין אַריגינאַל. ער קריצט אַבּיסעל מיט די ציין בּשעת
אַזאַ לייענען, פּונקט זי ער װאָלט יעדעס מאָל אָפּגעפיסען אַ שטיק
פרישע פּרעפּיצע און אַריינגעפאָהרען מיט די ציין אין אַ זאַפטיגען
עפּעל, די זעלבּע גשמיותדיגע חנאה פיהלט זיך אין זיין לייענען.
--- ס'ווערשין סינאַיאַ! --- אַזױ רופט לייזשקע אויס און פאַר"
װואַרפט דעם קאָפּ צו די סאָסנעס, װי צו אַ פּובליקום. און אַזױ דע-
קלאַמירט ער ווייטער דאָס משה-ליד;
פוּנם שפּיץ באַרגיסיני -- דאָס װיגעלע
פױן אוּנשטערפליכע געדאַנקען --
צו די ליבע געצעלטען איז ער פרעהליף
אַראָפּגעשטיגען:
אויסגעלייענט אַזױי אַ גאַנצען קופּלעט פאַרז װאַלד, איז לייזש"
קע מוסיף אַ אויסרוף פון זיך אַלײן;
--די געשמאַקײט!
נאָר ער גיסט דאָס אַזױ קונציג צונויף מיט דאָס אַקאָרשט
געלייענטע און מיט די זעלבע פייערליכע טראָפּ! די אױיסגעגלאָצ-
טע, רױיטשטאַמיגע סאָסנעס װאָלטען בּאמת געקענט גלױבּען אַז
אַזױ שטעהט טאַקע אין פוך: , די געשמאַקײט!"
,װייעואָ דושע! -- דעקלאמירט וייטער לייזשקע פּאַקעו-
טרעגער.
אין זיין נשמה האָעען פייערליך געקלונגען
די קלוּגע ווערטער פוּן די געטליכע בּאַפעלען;
{וּן פלאַמענדיג מיט װאוּנדערליכע אותיות,
חאָבּען געבּוענט די לוחות -- -
און אַ זאָג פון זיך אַליין;
--- די זיסקייט!
.עס האָבּען נאָך גצרױכצרט װײטע בערג
אין דוּרכזיכטיגען געבעל -- אַ ניט-קלאָרע זעהונג,
געשווינדעלט האָבּצן שטריכען בּלאַסע אין פאַרטאָג,
געוועהעט האָבּען אומגעזעהענע פליגלען --
--- די,,, האַרציגקײט!
דורכפאָהרענדיגע נאַלעגאָלעס האָבּען זיך פון צייט צו צייט
אָנגעשטױסען אויף אַזאַ סצענע און געמייגט, אַז לייזשקע איז משוגע
געװאָרען. האָבּען זיי אָפּגעהאַלטען די פערד מיט אַ , טפּררו" און
געקנאַקט מיט די בּייטשען פון די קעלניעס אַהאָפּ כּדי אויפוע-
קען לייזשקע פּאַקענטרעגעז פון זיין שכּורער התפּעלות:
-- אוי, דו דאָרטען! אַװוי דאַװענסטו דאָס?
און לייזשקע ציטערט אפילו ניט אױיף. דעם צײיג-פינגעה
שטעקט ער אַריין אין ביכעל און דעם קאָפּ פאַרװאַרפט ער צום
אָנגעפאָהרענעם בּאַלעגאָלע אויף דער קעלניע:
-- קום נאָר אַהער דו עם-הארץ דו! וועסטו הערען אַ דאַװנען
וועסטו הערעןיי |
אַ סטאַדע רויטע ואָלקענדלאַך איז אַדוּרכגעלאָמען
הייסע טויײטראַטענדלאַך צושיטעגדיג --
-- דאָס געמעל!
געווען אַפילו יונגע און נייגעריגע בּאַלעגאָלעס, װועמען
לייזשקעס בּאַנייסטערונג האָט פאַרכאַפּט אויפן מיטען שלאַך.
48
אַ מענש סמאַקעוועט אַװי -- מוז דאָך עפּעס זיין!.. אַזעלכע פלע-
גען אָננעמען לייזשקעס איינלאַדונג, אַראָפּנידערען פון דער קעל-
ניע און מיטן בּייטש-שטעקעל אונטערן אָרים אַװעקגעזעצט זיך מיט
לייזשקען אין גראָז בּיים אָפּענעם בּיכעל, און לייזשקע האָט ויך ניט
געפוילט און איבּערגעחזרט הויך אויפן קול דאָס גאַנצע ליד פון סאַ-
מע אָגהוֹיבּ. , ס'ווערשין סינאַיא!" פון די בּאַרג-שפּיצען פון סינין
דוֹ הערסט, דו שוטה איינער! דאָס וויגעלע פון אייכּיגע געדאַנקעל.
אַ -- געשמאַקײט! צו די ליבליכע געצעלטען איז ער אַראָפּגע-
שטיגען. אַ טיפקייט, אַ? וועגען משהן און בּאַרג סיני רעדט זיך דאָ,
דו בּאַלעגאָלע דו. אָט, הער, אַז
אין זיין גשמה האָבען פייערליך געקלוּנגען
די קלוּגע ווערטער פוּן די געטליפפ בּאַפעלען,
-- די.. די מחיהדיגקייט!
פאַרשטאַנען האָבּען די, ביים פּאָלץ אָנגעכאַפּטע, בּאַלעגאָלעס
זעהר וועניג פון אַזאַ מין פּאָעזיע. פונדעסטוועגען פלעגען זיי צוריק
אַרױפשטײגען אויף דער קעלניש פאַרטראַכטערהײט, ניאָ, גיאָ,
גיאָ?... אַ שטיק משוגענער אָט דער לייזשק ! נאָר אַ קאָפּ האָט ער
אַ גוטען. לייענט רוסיש וי אַן ,אשרי. ,װיאָ!י
די, וועלכע פאָהרען מיטן פּאַרעכאָד, זעהען אָפּטמאָל לייזשקע
פּאַקענטרעגער וי ער באָדט זיך. זיין געבּלומטער פּעקעל מיט
ספרים ליגט אויפן זאַמד, די קליידער היינגען אויף אַ ווערבּע און
לופטערען זיך. און לייזשקע אַלין שטעהט בּיוקעל בּרוסט אין װאַ-
סער און שטשירעט די ווייסע ציין זיינע צו די פּאַסאַזשירען. אַ באַ-
קעטער, מיט זיינע בּרייטע פּלײיצעס, מיט זיין רויטליכער אַרומגע-
שאָרענער בּאָרד, זעהט ער נישט אויס װי קיין איד, די שוימיגף
כװאַליעס, װאָס צופאַלדעװען זיך פון אונטערן פּאַרעכאָד, װאַרפען
זיך אויף לייזשקען, און עֶר לאָזט זיי שלאָגען איבּערן געשאָרענעם
קאָפּ, טוקט זיך און לאַכט. אַן אַנדערער אויף זיין אָרט װאָלט דאָף
געציטערט. אַפילן אין אַ שיפעל איז מען אין סכּנה בשעת אַזאַ כוואַ-
ליע. איהם אַרט דאָס ניט, און טאָמער װערט עס אַבּיסעל צו שטן-
49
צוריק פון אַסטראָג (4)
רעמדיג אַרום איהם לעגט ער זיך גאָר אויפן רוקען. די כװאַליע
וויגט איהם אַרױף און אַראָפּ, און ער האַלט זיך. אַ שוים נעמט
אַרום דעם אָפּגעבּרענטען האַלז, װי מיט אַ קאָלנער פון ווייסע פע"
דערען, און לייזשקע. שטעקט אַרױס דעם טונקעלען קאָפּ פונם דאָ-
זיגען קאָלנער און -- כאַדכאַיכאַ! מ'זעהט באַשײנפּערליך, אַז ער
האָט פון אַזאַ שקאַצעריי אַ ווילדע הנאה. ניט איין פֿאַרדאַרטער
ישיבה-בּחור, וועלכער פאָהרט דורך מיטן פּאַרעכאָד, איז איהם,
טיף אין האַרצען, מקנא: אָט לעבּט אַ מענש אויף דער וועלט!.. דורך
פעלדער און וועלדער געהט ער. פראַנק און פריי, רעדט לשונות:
עסט ווען ער וויל, רוהט ווען ער וויל, אוֹן בּאָדט זיךי.
כּשעת אַזאַ הנאה האָבען פון צאָדען זיך דערזעהט וועןיניט"
איז- לייזשקע, וי זימעל, זיין קאָנקורענט, קומט אָן מיטן פּאַק אויפן
צוקרימטען גופעלע. שוויצט, כראַקעט, פאַרשטױבּט און פאַרמאָי
רעט. ניט קיין הנאה פון דער ועלט, ניט פון זומער. און דער
שװאַרצער גלות איז אויף איהם אָנגעלאָדען, װי אויף דעם איבּי-
גען אידען, קריגט ער אויף איהם רחמנות און שרייט איהם גוט
ברודעריש פון װאַסער אַרױס; |
---ר' זייַמעל! קומט, זייט זיך טובל אַ קאַפּעלע, אַי"אַי!
זימעל ענטפערט נִיט, בּורטשעס פאַר זיך און װאָגעלט אַװעק
ווייטער, מאַכט לייזשקע אַ דעכעלע איבער די אויגען. מיט דער
נאַסער דלאַניע, און קוקט איהם נאָך. דער שטיק גלות האָצקעט זיך
פיי זיין קאָנקורענט, צווישען הויקער און געזעס, בּיז ער װערט
פאַרשוואונדעף /
שלום געמאַכט
4
איינמאָל, אין זעהר אַ הייסען טאָג, האָט לייזשקע פּאַקענטרע-
גער אָנגעיאָגט ר' זימלען אין קאָפּוסטער װאַלד. ר' זימעל. איז גע-
זעסען אונטער א בּוים, מיט איין אױסגעטאָנענעם שטיוועל און גע-
קרעכצט. לעבּען איהם איו געלעגען, אַן אויפגעריסענע, דאָס גלי-
טשיגע שװואַרצע טוך פון פּאַק, און פון זיין געפּלאַצטען בּוֹיך האָבען
געשטראָמט, צום שליאַך-אַראָפּ, די אױיסגעשאָטענע רומל-ספרים,
וי ווייסע און קאַלירטע קערנער פון אַ צעקוועטשטער טונקעלער
פּרל, |
-- ר' זימעל! -- איז צו איהם לייזשקע צוגעלאָפען אָהן שום
הקדמות -- דער פוס!
ר' זימעל האָט גאָרנישט געענטפערט. נאָר אָפּנעקעהרט דטם
קאָפּ און עפּעס געבּורטשעט. זיין שװאַרצע פּענדושע-בערדעלט
האָט זיך דערבּיי בּייז געשאַקעלט, |
מאכענדיג אַ מינע, אַז פון ר' זימעלס , ענטפער"! איז ער זעהר
צופרידען, האָט לייזשקע געמאַכט נאָך אַ טראָט, געהנטער;
-- ע,.. אפשר זאָל איך אייך העלפען? ר
זימעל קייט די אונטערשטע ליפ און ענטפערט ניט.
|ניט רעדענדיג מעהר קיין װאָרט, לאָזט ליזשקע אַראָפ
זיין געקווייטעלטען פּעקעל פון אונטערן אָרעם און שאַרט צוזאַמען
זימעלס צושאָטעגע ספרים-קראָם. אידישע בּיכלעך באַזונדסר, מח-
51
נגדישע סידורים באַזונדער, חסידישע -- בּאַזונדער, חומשיט באַ-
זונדער, בּיז אַלץ איז געלעגען ר' זימלען צופוסען אין שענע קופּ-
קעלעך, געאָרדענט לוט גרויס און אינהאַלט. זינט ר' זימעל איז
אַ פּאַקענטרעגער אויף דער וועלט, האָט ער אַזאַ געצאַצקעטע אַה-
דנונג צווישען זיינע אייגענע רומעליספרים ניט געזעהף.. מיט
דער זעלבּער רוהיגער שוייגעדיגקייט נעמט לייזשקע אַרױס פון
בּוזים-קעשענע אַ הילצערנע פושקעלע און פון פּושקעלע אַ נאָדעל-
פאָדים, אַװועקגעזעצט זיך, אַ ציה"געטאָן די צוריסענע שװאַרצע טוך
צו זיך אויף די קני, און װי אַ געגיטע נײטאָרקע -- איבּערגע"
דרעהט דעם טוך אויף דער לינקער זייט, געמאַכט אַ דאָפּעלטען
קנייטש אַרום געװאַלדיריס, בּאַפּעסטיגט די ווינקלען און אַרײינגע-
בּראַכט איין קנייטש אין צווייטען, און אַזױ דורכגענעהט דעם גאַנ"
צען ריס, אויף הין און צוריק, עטליכע מאָל נאָכאַנאַנד.
ר'-זימעל איז דערציי געזעסען אָנגעדרודעלט, געריבּען זיך
דאָס קנעכעל פון פוס, געהוסטעלט און געװאָרפען אַלע מאָל אַ קרו-
מען קוק אויף לייזשקעס מלאכה: , אַלץ קען ער, דער ממזר!".. עה
איז כּלומרשט געווען אונצופרידען, װאָס דער טריף-פּטולניק האָט
זיך איהם דאָ אַריינגעמישט אין זיינע געשעפטען. און אין דער
אמתן -- געפיהלט, אַז יעדער נייער שטאָך, װאָס לייושקע טוט
אין דעם שװאַרצען טוך, ציהט איהם, ר' זימלען, אַרױס אַ דאָרן
פון האַרצען.
-- נאַ, מאַכט לייזשקע, צו זיך אַליין כּלומרשט, און בייסט
אָפּ דעם פאָדים --- וואו, וואו, נאָר דאָ, אויף דעם זעלבּען אָרט,
װעט זיך שוין מעהר ניט רייסען!
ווען דאָס גאַנץ-געװאָרענע טוך איז װוידער געלעגען אויס-
געשפּרײיט אין גראָז און די קופּקעס ספרים האָבּען זיך װידעהת
אויפגעטורעמט אין איהר מיטען, האָט ר' זימעל דערפיהלט אַזיי
אין פלוג גענומען האָט ער געגען לייזשקען גאָר נישט. יענער האַנ-
דעלט מיט טרפה בּיכלעך און ער -- מיט כּשרע ספהים. װאָס פאה
אַ קאָנקורענציע קען מאַכען אימיצער וװאָס האַנדעלט מיט חזיה"
פלייש אַ אידישען קצב?.'. |
| לייִזשקע האָט אפּנים אַראָפּגעלײענט פון ר' זימעלס שטערעןו
52
אַז יענער איז ווייכער געװאָרען, האָט ער פּאַװאָליע אַרײנגעטאָן די
נאָדעל-פּאָדים אין פּושקעלע, דאָט פּושקעלע -- אין בּוזים-קעשטנט,
און פּאַװאָליע אַ רעד געטאָן |
-- יאָ... װאָס האָט ער געװאָלט פרעגען? אפשר וועט איהם
ד' זימעל זאָגען, װאָס דאָ איז מיט איהם געשעהן?
-- ס'איז גאָרניט, -- מאַכט ר' זימעל אָן דער זייט און
וײיבּט זיך דעם קנעכעל פון פוס -- אַבּי דער פּאַק איז גאַנץ,
אַצינד שווייגט שוין לייזשקע. שמייכעלט פאַר זיך. און גראָף
דאָס שווייגען מאַכט קיצלען ר' זימעלס צונג. רעדט ער כּמעט גצ"
גען זיין אייגענם ווילען: |
-- כ'מיין, װאָס זאָל דאָ געשעהן? געװאָלט האָט ער אַרוים-
קריכען מיטן פּאַק אֶט-אָ-דאָ, אונטער אַ בּוים. אויסרוהען זיך האָט
ער געװאָלט. דער שליאַך איז אָבּער דאָ צו נידעריג און דער װאַלד
אַ סך העכער... האָט ער זיךף פאַרטשעפּעט מיטן פּאַק אָן סוק, װי
מיט אַ מעסער האָט דאָס איהם דעם פּאַק אױפגעשניטען. די
ספרים האָבּען זיך פּלוצליננ אויסגעשאָטען. נו, האָט ער, זימעל,
פאַרלוירען דעם האַלט. צו גרינג איז איהם געװאָרען פון חינטען..
אויסגעגליטשט זיך און אויסגעלונקען אַ קנעכעל. נאַ, אַבִּי די
סחורה איז גאַנץ, - |
| = -- נאַן -- מאַכט איהם לייזשקע נאָך דעם. , נאַ" -- בִּיז לאַ-
וסט װועט איהר אַצינד אייער פּאַק אַליין ניט דערטראָגען. מ'וועט
װאַרטען צוזאַמען, ר! זימעל, אַ פוחרעל װעט דורכפאָהרען, װעט זי
אייך פאַר אַ פּאָר קאָפיקעס מיטנעמען פאַרנאַכט פאָהרען דורף
גענוג לעדיגע פוהרלעך..
-- האָט קיין דאגה ניט! -- ווערט ר' זימעל ווידער ברונז
פאַר אַזאַ עצה, וועלכע שמעקט מיט מװמנע ההוצאות -- געהט
אייך געזונטערהייט! כ'וועל מיר שוין אַליין געבען אַן עצה. עס
שיט זיך פיי מיר ניט מיט קאָפּיקעס,
זעהט לייזשקע, אַז ער האָט דאָ געמאַכט אַ פעהלער. פאַָר-
שטעלט ער זיך, אַז ער האַלט נאָך אינמיטען װאָרט. גיט זיך
כּלומרשט אַ כאַָפ: |
-- און אַז ניט אַ פוחרשט בּין א יי ך דאָ!... שאָט ר' זימעל,
-
ווייסט איהר גְאָר װאָס? מיר'ץ ניט װאַרטען. איהר וועט טראָגען
מיין פּעקעל און איך אייערן. בּיז סאַמע קאָפּוסט. גוט!
-- איך -- אייער פּעקעל? מאַכט ר' זימעל פאַרבּיסען און
רוקט זיך אָפּ -- איך אייער... אייערע טריף-פּסולס!
-- פע, -- מאַכט לייזשקע גוטמוטיג -- אַ איד אַ למדן װי
איהר, אַן אַלטער פּאַקענטרעגער, זאָל אַזױ רעדען פון לשון-קודש-
דיגע בּיכער! פון אמתן לשון-קודש.. אָט זעהט! |
: און ער כאַפּט זיך צו צו זיין קווייטעלדיגען פּעקעל און הױבּט
איז:ם אָן אויפצופּאַקען.
-- אַז איך װויל נאַר ניט זעהף -- מאַכט זימצל פינסט
און גיט זיך אַ רוק-אַװעק.
| ניט הערענדיג װאָס זיין קאָנקורענט בּורטשעט דאָרטען גיט
זיך לייזשקע אַ רוק מיטן פּעקעל צו איהם און בּינדט אויף דאָס
קווייטעלדיגע טוך. פון טוך קריכט אַרױס אַ בּרוינע צעראַטע און
פון צעראַטע שלעפּט לייזשקעס געניטע האַנט אַרױס אַ בּוך. דעם
צווייטען בּאַנד פון קלמן שולמאַנס , וועלט-געשיכטע".
לייזשקע גיט אַ מיש מיט דער רעכטער האַנט און די לינקע
גיט ער אַ הויף צום שליאַך און צו די סאָסנע-בּױמער געגענאיבּער,
פּונקט װוי ער װאָלט זיי אויך איינגעלאַדען צו זיין פאָרלעזונג, װאָס
ער וויל דאָ האַלטען פאַר ר' זימעל פּאַקענטרעגער, און הױיבּט אָן
אַזױין ' י : |
-- כּוס זהב!.... אַ גאָלדענער בּעכער איז די רוימישע מלוכה
אִין גאָטס הענט. אַ גאָלדענער בּעכער פול מיט פאַרגיפטעטען וייןי-
איהר הערט אַ מליצה! פון איהם, פון צּעכער הייסט דאָס, האָבּען גע"
טרונקען אַלע פעלקער, האָבּען אויסגעזויגען, שיכּור געװאָרען דול
געװאָרען; אַנידערגעפאַלען און מעהר ניט אױפגעשטאַנען. די.. די
טיפקייט! הערט, הערט!
ער דערכאַפּט אינמיטען דעקלאַמירען ר' זימעלס נייגעריג-
געװאָרענעם קוק און גיט זיך צו איהם פּלוצלינג אַ ווענד;
-- נו, װאָס זאָגט איהר? מיט װאָס, אַ שטייגער, ניט קײן
כּשרער ספר? וועניג צרות האָט אונז די רוימישע מלוכה אָנגעד
טאָן?ייי.
54
-- װילנאָ וי -- װערט ר' זימעל צוטרויליכער און גיט אַ
טאַפּ דעם שער" בלאַט, אַ שענער דרוק! נאָר ,װילנאָ? זאָגט מען
מאַכט: װאָס ווילען יונגע לייט נאָר אכלען, כע"הע..
--וואַרשא?.... מאַכט לייזשקע און נעמט אַ ספר פון ר' זי-
מעלס אָפענעם פּאַק -- און ,,װאַרשא?, זאָגט מען, מאַכט: װאָס
ווילען אַלע רבּייס שמייסען אינגלעך, -
און בּיידע קאָנקורענטען האָבּען זיך פונאַנדערגעלאַכט. דאָס
איז געווען אַן אומגעריכטער שלום, און װאַלד און הימעל זיינען
געווען עדות,
4
גרויס איז געווען די פאַרוואונדערונג. אין קאָפּוסט, ווען
מ'האָט דערזעהן, אַז די געוועזענע בּלוט-שונאים קומען אָן צו"
זאַמען און נאָך אויף װאָס פאַר אַן אופן: ר' זימעל אונטערהינקענ-
דיג מיט לייזשקעס פעקעלע טריף-פּסולס אונטער דער פּאַכװט,
און לייזשקע -- איינגעבּויגען אין דרייען מיטן גרויסען רומל-פּאַק
אויפן רוקען, :
דערזעלבער וואונדער האָט זיך דערנאָך איבּערגעחזרט אי
שקלאָוו. , בּילדונג! און , רומט"" זיינען אָנגעקומען צוזאַמען, אַלט-
געבּאַקענע פרומקייט און אַפּיקורסות האָבּען זיך פאַרחברט,
מ'האָט זי שפּעטער מיט עטליכע טעג געזעהן צושיידען זיך
אויפן שליאַך, אָבּער גאָר פריינטליך. דו אַהער, איך אַהיף ,אַנוטען
סאָג", ,אַ גוט יאָהר!?! --- װי מענשען, װאָס האָבּען זיך איינגע-
טיילט די וועלט. אין בּיידענס פּעק זיינען אויך פאָרגעקומען גרױי-
סע ענדערונגען. זימעלס פּאַק איז קלענער געװאָרען, לייזשקעס ---
גרעסער. טריף"פּסול האָט זיך אַרײנגעפרעסען אין זימעלס כּשרער
קראָם, און רומל איז אַרײינגעקראָכן אין לייזשקעס ,פּראָסװעס-
טשעניע"?-ןבּילדונג) בּיכער. נים אַנדערש -- בידע פּאַקענ-
טרעגער האָבּען דאָ בּכּיון צומישט די יוצרות: כּשר מיט טרפה,
פינסטערניש מיט ליבט, כּדי עס זאָל זיך בּעסער ליוען אַפֹּנים
55
בּיידע האָבּען זיך אַרומגעזעהן, אַז דאָס שטרענגע אָפּגרעניצען זיך
פון דעם אַנדערענס ספרים רייסט יעטװעדערן אָפּ פון אַ האַלבּען
עולם. האָט יעדער צומישט זיין זאַלץ מיטן צווייטענס װאַסער. גע
גומען איינער בּיים צווייטען אויף קאָמיסיע, געביטען זיך, אויס-
גלייכענדיג די , שמיציגלעך'י פון די מקחים מיט אַ צוגאָב: ר' זי-
מעל -- לייזשקען די חסידישע מעשה פון , עזריאל מיטן בער",
און לייזשקע -- זימלען אַ לשון-קודשדיגע קינדער-מעשהלע מיט
נקוד, געדרוקט אין װאַרשא. און דאָס געשעפט האָט זיך צובּליהט,
אויף די גרינע שליאַכען אין די זומער-טעג און אין די בּתּי-
מדרשים, וואו מען נעכטיגט איבּער, קוקט לייזשקע אַרײן אין די
חסידישע ספרים, װאָס ער האָט גענומען אויף קאָמיסיע בַּיי ר'
זימלען, און זיין שפּאָטישער שמיתכעלע פון אַ , קענער"י װערט
פאַרשוואונדען לייענענדיג די מעשיות פון ר' נחמן בּראַצלאַװער..
יאָ, פרוג אַליין װאָלט זיך ניט געדאַרפט שעמען אָנצושרײבּען אַואַ
זאַך װי די , מעשה מיט די זיבּען בּעטלער", און אידישע קינדער
װאָלטען דאָס געמעגט לייענען אָנשטאָט די איבּערזעצטע גויעשע
מעשיות פון די ,,פרידער גרים".
און ר' זימעל, ווען ער רוהט זיך אויס אונטערוועגס, כאַפט
אַ קוק אין לייזשקעס אַ ספר, אין דער וועלט-געשיכטע פון קלמן
שולמאַן, למשל. די מליצהדיגע בּאַשרײבּונגען פון חורבּן ירושלים,
פון די קרייץ-פאָהרער און פון דער , פּאַסטוכער"גזרה?" האָבּען זיך
ניט מיט װאָס צו שעמען אַקעגען די זעלבּע מעשיות אין , שבט
יהורה'!, װאָס אַלע. פרומע לייט לייענען. נאָר דאָרטען, אין שבט
יהודה", איז עפּעס אַלץ פאַרשוואומען, אָהן אַ טאָג און אָהן אַ יאָהר,
אָהן אַןְ אָנהױבּ און אָהן אַ סוף. דאָ, בי קלמן שולמאַנען, איז אַלץ
דערצעהלט כּסדר מיט אידישע און גייעשע יאָהרען בּיי דער זייט.
ווי אין לוח איז דאָ אַלץ אויסגערעכענט אויף דעם טאָ:נ און אויף
דער שעה. מען ווייסט אַ טאָלק. עס גלוימט זיך גאָר ניט אַ אידישער
מחנר זאָל אַזױ פיל וויסען.
בּיסלעכווייז גלייכען זיך בּיידע ספרים-פּעק אויס. אויך לייוש-
קע נעמט זיין פּאַק אויפן רוקען,. וייל אונטערן פּאַכװװע קען ער
איהם שוין מעהר ניט טראָגען. צופיל אָרט פאַרנעמען ניט"געבּונ-
56
דענע רוימליבּלעטער. זימעלס געשטאַלט גלייכט זיך ביסלעכויין
אויס; אלץ גרינגער און גרינגער װערט די משא צווישען זיין אונ"
טערשטען און אויבערשטען הויקער. און לייזשקעס סטאַטנע וואוקס
בויגט זיך אַ קאַפּעלע איין אונטער דער לאַסט פון די גייע סחורות.
און... דאָס געשעפט פליהט.
דהיינו: בּאַלעגאַטים, װאָס האָבען פריהער גיט געװאָלט שטט"
הען אין לייזשקעס די אמות, דערנעהנטערן זיך צו איהם אַצינד וי
צו אַ בעל-תשובה און צאַשטעלען ביי איהם, דאָ אַ קרבן"מנחה פאַר
אַ פאַרקגסטטער טאָכטער און דאָױרטען אַ גאַנג משניותן פאַר א בר"
מצוה"יונג,. און פאַרקעחהרט--יונגע-לייטלעך האָפּען אצינד מעהר
דרך"ארץ פאַר ר' זימלען. מען קוקט מעהר ניט אָן זיינע אויסגעלעג"
טע סחורות מיט אַ שמייכעלע פון , געבּילדעטע"י. טאָמער דאַרף אי"
מיצער האָבּען א לשון-קודשדיגען דקדוק, און טאָמער איז, צווישען
אונז רעדענדיג, אימיצער אַזוי הויך אַװעק אין רוסיש, אַז ער דאַרף
שוין האָבּען קירפּיטשניקאָווס גראַמאַטיק, קען ער עס, שטילצף"
הייט, דורך ר' זימלען אויך באַשטעלען. נישקשה, ר' זימעל װועט
דאָס איהם אַרײנבוענגען אין שטופ אַריין, אָט צו װאָס פאַר' מרלי"
דענקערישקייט ר' זימעל איז דערגאַנגעף
דורך די פאַראייניגטע כחות פון ר' זימלען און לייזשקען דלי"
נען דורכגעפראַכען געװאָרען שטעכעדיגע צוימען. די אַלטע צייט
און די נייע צייט האָבּען גענומען אַרײנטרעטען איינער אן דעם
צווייטען אין גאָרטען, אַפּרײיסען אַ פאַרבאָטענע פּרי פון אונצאַקאן-
טע צױמער טאַטעס און קינדער דערגעהנטערן זיף שעמערדיג
מ'כאַפּט אַ קוק, איינער פיים אנדערען אין די איינגעהאנדעלטע
ספרימלעך. און דינע, יונגע ברעמען און אַלטע אָנגעכמורעטף --
פאַרשאַרען זיך פון גרויס פאַרוואונדערונג. אַזױ װוי די פּאַקענטרע-
גער צווישען זיך, אַװױי די יונגע און מיושבדיגע קונדען זייערע.
יאָ, ניט אַלע פֿאַרטראָגען דאָס העלע ליכט פון דער זל און
ניט אַלע -- די טיפע טונקעלהייט פון דער נאַכט. אָבּער אַלעמען
איז ליב דער בין-השמשות. פאַרנאַכטליך, ווען שיין און שאָטענס
זיינען אויסגעמישט... אַזאַ מין בין'השמשות האָבען לייזשקע און
די זימעל געבּראַכט אויף שקלאָוו מיט זייער שותפות,
57
עס דערגעהט אַזױ ווייט, אַז חנא, דעם דיינס בּחור, האַנדעלט-
איין יהושע שטייגבערגס װערטעױבּוך. און טרעפט בּיי וועמען? יי
ר' זימלעף און איטשייזשע, פעטער זשאַמעס בּן"יחיד, דער אויפ-
געקלערטער, קויפט אַ געניצטען גאַנג משניותן,. שטעטינער דרוק
און אין לעדער געבּונדען, ניט ביי אַן אַנדערען נאָר דוקא פיי
לייזשקען, אַ מציאה. און בּיידע זיינען העכטט צופרידען,
-- נו, װאָס האָבּ איך דיר געזאָגט! --- אַזױ מאַכט ר' זימעל
טרעפענדיג זיך מיט לייזשקען אויפן שייד-וועג, צווישען שקלאָװו
און מאָהליון, --- װאָס איז דיר אָפּנעקומען, אַז דו האָסט פאַרקויפט
מיין גאַנג משניותן? דער באָבּעס ירושה צוגעלעגטן' .
| =-- און אייך, ר' זימעל, װאָס איז אָפּנעקומען, אַז איהר האָט
פאַרהאַנדעלט שטיינבּערגס װערטערבּוך? געמיינט ס'וועט ליגען װי
אַ שטיין. אָט, זעהט איהר דאָך!
גיט אַנדערש, אַז בּיידע האָבּען שטומערהייט בּאַשלאָטען , קאַ-
ליע צו מאַכען! איינער דעם צווייטען. ר' זימעל וויל פרום מאַכען
לייזשקען און לייזשקע האָט אַ טריף-פּסולע כּונה אויף ר' זימלען,
װאָרים בּיידע ווען זיי בּאַגעגענען זיך, שמייכלען זיי אין פאָרד
אַרײן מיט גאָר אַ בּאַזונדער שמייכעלע -- און מיט אַראָפּגעלאַזענצ
אויגען, װאָס מוז צעדייטעף ,יאָ, געטראָפען דעם אֵרט. מיינע שונ"
אים זאָלען אַזױ לעבּען!?... נאָר צולעגען צו אַזאַ קליגלען זיך, לע-
גען זיי בּיידע ניט צו. געלױיבּט דער אױבּערשטער! מען לעבּט זיף
דורך.
מ'זעצט זיך אַװעק אין געדיכטען שאָטען פון נוס-בּוימלעך.
דער ריח פון נוסענע טונקל-גרינע בּלעטער איז מחיהדיג, און פאָ-
כען טוען זיי וי אַ גוטער פאָכער, וען אַ װוינטעל געהט דורך, די
ניט-צייטיגע ניס, צווילינגלעך און דרילינגלעך און פירלינגלעך,
שטעקען אַרױס זייערע שפּיציגע נאַקעטע הינטענס פון די גרינע וויי"
צּערשע הויזלעך. אַ גאָטס וואונדער וי זיי װאַקסען, אָט די ווילדע
װואַלדיניס. פריהער זיינען זיי גרינליך-ווייס. דערנאָך, סוף זומער,
ווערען זיי רויט"בּרוין װי קופּער. נאָר די מייטקעלעך זייערע בליי*
בּען אַלעמאָל גרין. אונטער אַזעלכע שענע בּוימלעך רעדט זיך נאָך
פרעהליכער פון געשעפט. רעדט מען אַזױ לאַנג און מען רעכענט
58
זיך, בּיז מען געהט איבּער צו נעמען עפּעס אין מויל אַרײן, לייזשקע
שאַנעװעט ר' זימעלס פרומקייט. טוט ער איהם אַ נחת:רוח און
ואַשט זיך די הענט פון ר' זימעלס פאַרזשאַװערטען קװערטעל,
װאָס זעהט אויס וי אַ הויכע פּושקע מיט צוויי הענטלעך. דערפאַר,
אַז עס קומט צום עסען גופא,האָט שוין לייושקע מעהר שליטה אי"
בּער ר' זימלען און איבּער זיינע קכצנישע מאכלים. ר' זימעל, װ"
זיין שטייגער איז, נעמט זיך צו זיין האַלבּען לעבּעל שװאַרץ-בּרויט
און צו אַ האַלבען הערינג אין אַ פּאַפּירעל, נעמט בּיי איהם לייזשקע
אַװעק דעם הערינג פון האַנט און לעגט איהם אַװעק, אויפן גראָז,
אַ גוטען שטיק רעטאַך, אַ זיסע באַרנע..
ר' זימעל הויבּט אָן פּינטלען מיט זיינע רױטאָנגעגאָסענש
אויגען און לייזשקע גיט איהם צו פערשטעהף /
|| --- ניט געזונט, ר' זימעל, צוֹ עסען הערינג אונטערװעגס,
בפרט אין אַזאַ היץ. אַ בּרענעניש אויפן האַרץ איז דאָס, ניט קייך
עסען, | |
ר' זימעל גיט נאָך, בּורטשענדיג אונטער די שיטערע װאָנסעס,
ער עסט בּרויט מיט רעטאַך, דערנאָך ברויט מיט באַרנע און איך
מודה, אַז יאָז.. ס'איז טאַקע אַ מחיה. עס קייט זיך אַזױ בעסעף
אין אַ זומערדיגען טאָג, עס גליטשט זיך. עס דורשט זיך ניט,
נאָר אַז עס קומט אויס צו פאַנוצען זיך מיט לייזשקעס מש-
סערל, קוקט ער איהם אָן מיט פאַרדאַכט. ער פוילט זיך ניט אוך
שטעקט דאָס מעסערל אריין דריי מאָל אין דר'ערד. אָפּגעפּשרט,
הייסט דאָס,.. ערשט דערנאָך שיילט ער מיט איהם דעם רעטאַך.
צעלאַכט זיך לייזשקע זיין שותּף הויך אויפן קול;
-- איהר מיינט בּאמת, ר' זימעל, אַז קיין בּעסערען מאכל ול
זייף מיט פולקע האָט אַזאַ אפיקורס וי איך קיינמאָל ניט געגעסען?
אָדער געבּאַקטע בּולבּעס געטונקט אין חלבנע אָנגעצונדענע ליכט"
- לעך... ווי? |
מיט דער צייט האָט טאַקע ר' זימעל אויפגעהערט צו כּשרן
לייזשקעס מעסערל. אָט װאָס פאַר אַ צוטרוי ער האָט שוין געהאַָט
- געוואונען צום שותּף. ער האָט אָבּער ניט חושד געווען װאָס פאַר
יאַ מיאוסער בּעל-דבר עס זיצט נאָך אין אָט דעם אַלטגעבאַקענעם
9
אַפּיקורס און צו װאָס אָט דער פאַרטאיעטער פּעלידבה. וועט איהם,
ר' זימעל פּאַקענטרעגער, דערפיהרען,
3
דעם זעלבען זומער, אין זעהר אַ הייסען טאָג, סוף חודש אב,
האָבּען זיך די אַמאָליגע קאָנקורענטען און איצטיגע טרייע שותּפים
בּאַגעגענט אויפן מאָהליווער שליאַך, עטליכע װיאָרסט פאַר מאַי
קאַראָווקי. לייזשקע איז געגאַנגען קיין מאָהליוו און ר' זימעל קיין
שקלאָוו, בּאַגעגענט האָבּען זיי זיך דאָרטען, וואו דער געלער זאַמד
צערוקט די סאָסנע-בּוימער פון װאַלד, צעפרעסט דעם מאָך און
לאָזט זיך אַראָפּ בּיז צום בּרעג דניעפּער. פון די זומער-היצען איז
דער דניעפּער אַ סך שמאָלער געװאָרען און שלאַנגיש-פינקלענדיג
געדרעהט זיך צווישען צויי זאַמדען אויף דעם בּרעג און אויף
יענעם בּרעג, און, מיט אַ פאַרטאיעטען פאָנפע-געזאַנגעל, געטראָגען
זיינע האַסטיגע װאַסערען אין סאַמע מיטען שטראָם. דעם זאַמד
אויף די בּרעגעס האָט ער נאָר געלעקט מיט פלאַכע װאַסעך"
קנייטשעלעך. און קוקענדיג אויף זיי האָט האָט זיך געקענט דוכטען,
אַז מען װאָלט איהם געקענט, דעם דניעפּער, אַריבּערגעהן מיט נאַ-
קעטע פיס און אפילו די לענדען ניט פאַרנעצען.
בּיידע פּאַקענטרעגער האָבּען אָפּגעלעגט זייערע שווערע פּעק
אויפן זאַמד. אַרױסגענומען קליינינקע נאָטיץ-ביכעלעך, געלעקט
די שפּיצען פון שלעכט-פאַרשניצטע בּלײפּענעס. פאַרשריבּען און
גערעכענט. קיין סך צייט האָט אָבּער בּיידענס בּוכהאַלטעריע ניט
פאַונומען. אין אַ האַלבּע שעה אַרום זיינען זיי שוין געווען פאַרטיג
מיט זייערע חשבונות און צוגעפיסען. איינער פון לייזשקעס מאכלים
איז דאָס געווען: בויגעל מיט בּאַרנעס,
די היץ, נאָך האַלבּען טאָג, איז שווערער געװאָרען, דער זאַמף .
-האָט געשימערט מיט שטעכיגע געלבע פונקען. האָבּען זיך ביידע
שותפים פאַררוקט מיט זייערע פּעק אין שאָטען, אַזױ אַז פון איין
זייט האָבען זי געזעהן דעם דניעפּער און פון דער אַנדערער זייט
-- דעם שליאַך, .
ר' זימלען איז עפּעס געווען גוט אויפן הארצען. מיט אַ פאָר-
טאַיעטער צופרידענקייט האָט ער געקוקט דורך אױגען-שפּעלטעץ-
לעך אויף זיין פּאַק, אויף זיין שותּף, פריהער פלעגט ער אַלײן, װי
אַ קראַנקער זשוק, אַרומקריכען אויף די שליאַכען. קיין שמייכעל
האָט ער קיינמאָל ניט געטאָן,. דער פּאַק איז געווען שווער און דאָס
האַרץ --- נאָך שווערער. און אַצינד, געלױיבּט דער אויבּערשטער,
;צוויי זיינען בּעסער וי איינערי' שטעהט אין פּסוק, ס'איז טאַקע אַן
אמת, |
אָט די שטילע צופרידענהייט, די לייכטע הנאה נאָכן בייגעל
מיט דער פרישער באַרנע, די קיהלקייט פון שאָטען האָבּען איהם
בּיסלעכווייז צעקיצעלט די מילץ און אַרױסגעשױמט אין דער פּענ-
דזשע-בערדעלע מיט אַ שטילינקען , כי"בי-כיי,
לייזשקע האָט אויסגעלופעט ביידע אויגען,. ער האָט כּמעט
קיינמאָל ניט געזעהן זיין שותּף זאָל אַ לאַך טאָן, גלאָט אַזױ, פון זיך
אַליין, און נאָך איידער ער האָט אַ פרעג געטאָן, האָט איהם שוין ="
זימעל אַליין גענומען פערענטפערן זיין געלעכטערל;
-- דו הערסט דאָך, לייזשקע, איך קום היינט פריה אָן פון
רישקאַקי און געה פאַרפיי דעם שקלאָווער בּית-עולם, אָט דאָרטען
וואו אַ שטיק פון אַלטען געמויערטען צוים איז איינגעפאַלען און איז
דערוויילע פאַרלאַטעט מיט פלעקענער. דערהער איך װי אַ אידענש
לייענט פון אַ , מענה-לשון"+) און יאָדאָמערט! װאָס זאָל איך דיר זאָ-
גען! אַ שטיין האָט געקענט צו געהן.. איך גיב אַ קוק דורכן צוים---
ס'איז דעם טרייבּערס אלמנה. יאָשע דעם טרייבערס. פאַראיאָהקרען
אין דער צייט איז ער געשטאָרבּען. זיצט די אלמנה איבּער זין
קבר און פאַרגעהט זיך נעבּיך. איך הער זיך צו: עפּעס פון אַ מאַף"
נעם מענה-לשון לייענט זי װאָס דעף די אידענע האָט אַ ביטע"
רען טעות געהאַט. אָנשטאָט אַ , מענה לשוןי האָט זי געבראַכט צו
שלעפּען אַ ספר פון אַ טרייבּער אויפן בּית עלמין. , דיני מנקף"
מיט עברי-טייטש. יאָמערט זי הויך אויפן קול און האָט טענות צוםם
') אַספר מיט תחיגות און תפיפות װאָס מען זאָגט אויפן בית עלמין,
41
רבּונוישל-עולם: ,,אַי, און מען נעמט די קלאָץ און מען שטעלט אַני-
דער. און מען נעמט דעם זאָד און מען לעגט אַרױף. און מ'נעמט אַ
מעסער און מ'שגיי---דט!'י., אֵידאַי, מ'שניידט! אַ קלייניגקייט,
מ'שניידט! זי האָט אַודאי געמיינט, אַז דאָ רעדט זיך פון חבּוט-הקבר",.
אידענע!:--שריי איך צו איהר דורכן צוים---איהר האָט דאָך אַ טעות:
געהאַט! ס'איז דאָך ניט קיין מענה-לשון, ס'זיינען דאָך גאָר דינים פון
אַ מנקר! װאָס קלאָגט איהר װאָס?... ערשט דאָ האָט זי זיך געכאַפּט,
אַ פּאַטש געטאָן מיט בּיידע הענט: וועה איז מיר, ווינד איז מיר'.
שאַ! זאָג איך, נעמט זיך ניט צום האַרצען, איהר קענט, זאָג איך, האָ-
בּען גלייך אויפן אָרט אַ נייאינקען ,,מענה לשון", איהר דאַרפט, זאָג
איך, אַפילו צוריק אַהיים ניט געהן, אַזאַ מהלך,.. נו, נו, וועסט גלױבּען?
געלייזט טאַקע גאַנצע פופצעהן קאָפּיקעס אויפן אָרט, :
--אַז גאָט װויל, -- לאַכט לייזשקע און גלעט זיך דאָס אַרומ-
געשוירען בּערדעל --- אַז גאָט װויל ווערט אַ אידישער פּאַקענטרט-
גער גליקלעך אפילו אויפן בּית-עלמין,
אַ וויילע איז מען געזעסען און מען האָט פערדייעט די ביל"
געל מיט בּאַרען ;די פרעהליכע מעשהלע מיט דעם טרייבּערס אַל--
מנה. און לייזשקע דער אַפּיקורס האָט דערזעהן, אַז ר' זימעל איז
גוט אויפגעלעגט, האָט ער זיך גענומען , קאַליע מאַכען" איהם, װי
זיין שטייגער איז;
-- אוף! -- מאַכט ער און פאָכעט אויף זיך מיט אַן אָפּגץ-
ריסען טאָװעל פון אַ ספר -- ווער פון אונזערע אידען, ר' זימעל,
האָט נאָך אַזױ הנאה פון זומער װי איך און איהר? אידען וייסען
דען פון זומער? פריהער געהט ספירה, זיבּען װאָכען נאָכאַנאַנד
טאָר מען זיך ניט באָדען, ניט שערען זיך, אויסער ליג-בּעומר,
איין טאָג! איידער װאָס ווען -- רוקט זיך אן שבעה-"עשר בֹתּמוז.
און איידער מען האָט נאָך פּאָספּעיעט אָפּטובלען זיך, ערשט אַהאַי
די ניין טעג זיינען שוין דאָ. תּשעה-בּאָב קומט אָן אין װאָלענע זאָ-
קען, מיט שטעכעלקעס אין די בּערד און מיט זיצען אויף דעה
ערד. און איידער מ'האָט נאָך צייט אָטכאַיען זיך פון תּענית --
געהט שוין קושע דער שמש אַרױס פאַרטאָג מיט אַ לאַמטערנע:
, אידעלעך,. שטעהט אויף צו סליחות!".
62
-- װער װער, -- מאַכט ר' זימעל האַלבּ-שלעפעריג -- נאָר
דו האָסט ספירה און תּעניתיםניט אָבּגעהיט. װוי אַ גוטער גוי האָסטו
זיך געבּאָדען! קיין סוד ניט. אַלע וועלכע פאָהרען מיטן פּאַרעכאָד
ווייסען דאָס., | | |
--איך רעד דען פון מיר? -- גליטשט זיך לייזשקע פון האַנט
-- איך רעדט גלאָט אַזוֹי װאָס אידען האָבּען געמאַכט פון זומער.
און דערפאַר טאַקע, רעכען איך, זיינען אידישע קינדער אַזעלכע
סטאַטיקלעך אינדערהיים און אַזעלכע ווילדע שטיפער אויף דער
גאָס. אַנדערש קאָן דאָס גאָר ניט זיין. פּרובט, ר' זימעל, פאַרזייען
-בּולבּעס אין אַ קעלער, װעט איהר זעהן װי משונחדיג זיי וועלען
זיך אייך צעװאַקסען. איך געדענק מיך נאָך, אַלס אַ אינגעל, מיט װאָס
פאַר אַ בּיטער האַרץ איך פלעג געה, אין די הייסטע ומער.
שבּתים, לערנען פּרק אין חדר. אַפילו נאָסקע-טרעגער רוהען זיך
שבת אויס. פאַר אידישע חדר-אינגלאַך איז אַפילו דער שבּת קיין
שבּת ניט. זיצען מיר אַזױ, איך און מיינע חברימלעך, אין הדר, די
פיסלעך הענגען אַראָפּ וי בַּליי פון די הויכע הילצערנע טיינקלעך,
און דרויסען, דורך דעם רבּינס פענסטער, זעהען מיר אַ זומער
בּליהט, אַ קאַרטינע (אַ בּילד) זאָג איך אייך --- איינגעפאַסט אין אַ
בּרודיגער גערווענע װאַנט. גרין, אַלערלײ סאָרטען גרינס. אַ בּלויער
שטיק פון אַ טייך, אַ בּלויער שטיק הימעל מיט וייסע װאָלקענ-
דלעך, און אויף דאָס גרינס בּאַוועגען זיך קאָלירען. קליינע קינדער
שפּילען, ווייסע ציגען שפּרינגען דורך. גענז געהען צום טיײך,
גויות אין רויטע כוסטעס שווימען פאַרבּיי, און דאָ ביים טיש זיצט
אַ רבּי, זויער און פאַרקרימט פון שבּתדיגען שלאָף. ער שלוקערצט,
דעם טשאָלענט האָט ער נעבּיך שלעכט פאַרדייעט. און דער קרומער
מויל טייטש איין: דע מאין בֹּאת! ווייס, מענש, פונװאַנען דו פיסט
געקומען מטפּה סרוחה --- פון אַן עפּושדיגען טראָפּען. און וואואַהין
געהסטו? צו אַן אָרט פון װערים געהסטן,.. סאל עקביא דער
זוהן פון מהללאל! זיינע ווערטער זיינען דאָס. אַ מרה-שחורה פלעגט
אויף מיר אָנפאַלען פון ר' עקביא'ס חכמה. כאָטש נעם און לעג זיך
אַװעק, אָט דנ אויף אַן אָרט און שטאַרב,
-- בּיסט אַ ,פּושט, -- מאַכט ר' זימעל אין זיסען האַלבּ"
63
דרימעל און בּאַהאַלט אַ שמייכעלע אין זיין פּענדושע-בּערדצל --
אין אַ אידישער שטובּ טאָר מען דיך נישט אַרינלאָזעף
פונם שמייכעלע דערקענט אָבּער לייזשקע, אַז ס'האָט אַבּיסעלע
ר' זימלען צענומען, דערמאָנט איהם די אייגענע , גוטע" קינדער-
שע יאָהרען. װאַרט, קלערט ער זיך, דו װעסט בּיי מיר בּאַלד אַ
קאַפּעלע בּעסער האָרכען! און רעדט אין איהם ווייטער אַרײן
-- און װאָס מיינט איהר, ר' זימעל, איז געווען דער סוף?
מ'האָט דאָך געװאָלט אונז אָנשרעקען, האָט מען געװאָלט. און אַרויס-
קומען פלעגט גראָד פאַרקעהרט. װאָרים װי נאָר מיר זיינען אַרױס
פון חדר, נאָך אַזאַ פּאָרציע מוסר-השכּל, פלעגען מיר זעהן, אַז מיף
זיינען שוין סיי וי סיי פאַרפאַלען. גאָרנישט מיט נישט זיינען מיר,
סיי אויף ד ע ר. וועלט, סיי אויף יענער וועלט. היינט װאָס האָבּען
מיר אַזױ צו שאַנעװען זיך אַליין און די שבּתדיגע הויזלעך? מלע-
גען מיר, אימיצען אויף צו-להכעיס, דראַפּען זיך אויף צוימען
אַריינקריכען אין פרעמדע סעדער, גנבענען האַרטע עפּעלעך, אָנ-
מאַכען זיך בּױיכװוייטאָג, און קומען אַהיים צודראַפּעטע מיט גע-
װאַלד-ריסען אין די מייטקעלעך. אַזױֹי, ר' זימעל, טרעפט זיך אָפט-
מאָל מיט אַ כניאָק אַי פּרוש אויך. װאָס מעהר ער טובלט זיך, אַלץ
מעחר חלומט זיך איהם שדים ווייסען װאָס. נאַקעטע װײיבּער שטי-
קען איהם בּיינאַכט.. . | |
זימעל האָט זיך אויסגעטשוכעט. לייזשקעס לעצטע וװערטער
מיט זיין געזאַלצען שמייכעלע האָבּען איהם אַ בּרען געטאָן אין האַר-
צען. שוין לאַנג האָט ר' זימעל אַלין ניט בּאזוכט זיין װײיבּ און
קינדער אין זייער דאָרפישער הייזקע, ווייט-ווייט פון דאַנען.. ער האָט
דאָס שוין אָפטמאָל געטאָן אין זיין װאַנדער-לעבּען. נאָר דאָ, הייג"
טיגען זומער, די לעצטע צייט, האָט ער טאַקע בייזע חלומות. פון
װאַנען-זשע ווייסט ער דאָס אַלץ, אָט דער חברה-מאַן? אַ פאַרקלייד"
טער יצר-הרע איז דאָס, גיט קיין פּאַקענטרעגער! -
-- וו..אָס בּאַיבּאַלעבּאָטשעסטו דאָרטען? -- פארזאַאיקעט
זיך ר" זיסעל פון אויפכאַפּ --- װאָס פּרוש? װוי קומט אַהער אַ פּרוש?
-- כע, -- פאַרשפּיצט לייזשקע די אויגעלעך נאָך מעהר --
איהר געדענקט גאָר ניט? דאָס װערט דאָך דערצעהלט אין אייערען
64
אַ ספר, װאָס איהר האָט מיר געגעבּען אין קאָמיסיע, מיט איינעם פון
דעם בּעשייט'ס תלמידים, אָט אַ! איין וויילעטשקע! אָט איז דער
ספר. אָט דאָ מוז ער זייף
,..און זי האָט איהם אױסגעבּעט דריי בּעטען איינע פון גאָלד
איינע פון זילבּער און איינע פון העלפאַנדצאָהן. אַלע מיט טייערע
בּעטגעװאַנדען און אױיסגעשפּריצט מיט בּשמים. און גלייך האָט זי
גענומען אַראָפּרײיסען פון זיך די טייערע קליידער איהרע, געשטיקט
מיט אבנים טובות ומרגליות. דערנאָך די העמדער.. איין העמד
פון פּורפּול-זייד און איינע פון הימעל-פלויען ליין, און איינע פון
שװאַרצען אַטלאַס... זי האָט דאָס בּכּיון פריהער אָנגעטאָן כּדי
צו מאכען פלאַקערען זיין יצר-הרע. װי זי האָט אַ ריס געטאָן די
לעצטע שװאַרצע העמד, אַזױ האָט איהר לייבּ אַ לוכט געטאָן פון
ריס, װי די זון פון די װאָלקענס, און דער מקובּל האָט פאַרמאַכט
די אויגען פון בּלענדעניש און געשריעף לילית! שמע ישראלו."
ר' זימעל שפּרינגט אויף, זיינע נאָזלעכער זיינען אָנגעצלאָזען,
ער אָטעמט שווער: |
-- װאָס... װאָס איז דאָס פאַר אַ מין לייענען אינמיטען װאַלד?
ער בּעט דיך װער? |
ער מוז זיך אָבּער בּאַלד בּאַהערשען און אַנטשװיגען ווערען.
װאָרים עס דערהערען זיך ווייכע בּאָרװויסע טריט. און פּונקט אַקע-
גען זיי בּיידען, אויפן בּאַלױכטענעם שליאַך, אינם גרינעם הייל פון
צווייגען, בּאַװײזט זיך אַ גויע... אַן עהנליכע גויע װי אין חסידישען
ספר, זי איז נאָר אַבּיסעל אַנדערש אָנגעטאָן. אָנשטאָט אַ רויטע העמד
פון פּורפּור-זײד טראָגט זי גאָר אַ קורצע בּלוט-רויטע קאַצאַװײיקע
מיט גרינע שטערנדלעך; און פון אונטער דער פייערדיגער יאַקעלע
גיסט זיך, איבּער איהרע פולע קני, אַ געפּאַסקעט לייוענטענץ
קליידעל, און די קאָלירטע פּאַסקעס ווינקען ביים געהן. און אַ האַלז-
בּאַנד פון גרויסע קרעלען לאָזט זיך איהר אַראָפּ איבער איהר פו-
לער בּרוסט. און" איהר קאָפּיכוסטע בּליהט מיט מאָהן-בּלומען אויף
אַ שװאַרצען גרונט. און די זעלפע קרעלען װאָס אויפן האַלז, נאָר
קלענערע, טראָגט זי אין איין האַנט, אין אַ קערבעלע פון ווי-"
סער בּעראָזעווער קאָרע. אָנגעריסענע בּרוסניצעס צי הוױפענס
5
צוריק פון 8סטראָג (5)
קרעלען?... און איהר קיילעכדיגער פּרצוף-פּנים לויכט מיט װיבּי
ליכקייט און מיט פרישקייט, און איהרע ליטקעס וויגען זיך, וויגען
זיך, וויגען זידיי
ר' זימעל איז געבּליבּען שטעהן מיט אַן אָפענעם מױל און
מיט אַ פאַרכאַפּטען אָטעם אינמיטען זידלען זיך: אַ כּשוף האָט איהם
דאָ לייזשקע דער אפּיקורס אָנגעטאָן. ניט אַנדערש, אַז דאָס איז
דעם מקובּלס נפקא... אַ לעבּעדיגע לילית פון ספר אַרױס, אינמי"
טען װאַלד, אינמיטען העלען טאָג. --
איגם װאַסער:דריירעל
4
געווען איז דאָס דיזעלצּע יונגע גױיע, מיט דעם קערבעלע
בּרוסניצעס אין האַנט, וועלכע האָט מיט עטליכע מינוט צוריק אוים-
געװועקט די בּייזע מחשבות אין פּאַנדדעס צוהיצטען קאָפ..
עפּעס אַ כּשוף איז אין איהר געלעגען, אין אָט דער אס"
געפּוצטער װאַלד-שיקסע. פון פּאַנדרעס שאַרף-ברענענדיגע אוי-
גען איז זי אַנטלאָפען און אָנגעגאַנגען איז זי מיט איהר דאָרפיש-
פאַרשמיצטען שמייכעלע אויף די פּאַקענטרעגער. די דאָזיגע צו-
כראשצעטע אידען האָבּען איהר כּלל ניט אויסגעזעהן אַזוי געי
פעהרליך. וי די צוויי אָקאָרשט געזעהענע, פאַרטאַיעטע און געזוג"
טע האָלאָדראַנצעס אין װאַלד. זי האָט אָבּער גלייך בּאַמערקט, אַז
אויך דאָ האָט זי אַרײנגעכּדאַכט אַן אומרוהיגקייט... װאָרום אָט דער
זשיד מיט דער רעטאַדיבּערדעלע האָט אויפגעעפענט א מױל װי
אַ װאַראָנע און איז אַזױ שטעהן געבליכען. אויך מיר אַ נפש!.
האָט זי בּכּיון גענומען וויגען מיט די פולע היפטען אויס-
געבּויגען די בּרוסט אונטעד דער רויטער קאַצאַװײיקע און געשאָ-
קעלט מיט די אָנגעהויפטע בּרוסניצעס אין דער וייסער קאַרע"
קערבעלע, װי אַ מכשפהטע -- מיט אַ פייער-פאַן פול מיט גלי-
הענדע קוילען און מיט וייראַךיי
אַ יצר-הרע-שמייכעלע האָט זיך אַרױסגעשלײנגעלט פון אונ"
טער לייזשקעס אונטערגעשוירענע װאָנסעס, אַריינקוקענדיג אין
67
ר' זימעלס אַפענעם מויל האָט ער זיך נאָך גערייצט מיט איהם!
-- כּמעט אַזאַ נפקא װוי אָט דאָ אין ספרל, בּיים מקובּלי.
,כ'בּין אינגאַנצען קאַליע געװאָרען..."' טראַכט פיבּערדיג ר'
זימעל און פּינטעלט מיט די רויט-פאַרלאָפענע אויגען
ער וויל אַנטלופען און קען ניט. צום אָרט האָט איהם די גויע
צוגעשמידט מיט איהרע הייסע קאָלירען. פּאָכעט ער אױף זיך
פאַרשעמטערחייט מיט איין אומבּאַהאָלפענער דלאָניע און שטאַ"
מעלט עפּעס:
-- אַ.. אַ היץ! אוף!
--- אַזױ? ס'איז. אייך הייס?...---ווינקט איהם צו לייזשקע--
ס'איז מיר אויך הייס, װוי איך בין אַ איד!
אַפּנים ער האָט איבּערגעזאַלצען. װאָרום מיט אַמאָל קומט
פאָר, פאַר זיינע ממזריש-פאַרשפּיצטע אויגען אַ זאַך, אויף וועל-
כער ער האָט זיך כּלל ניט געריכט. מיט אַמאָל גיט ר' זימעל אַ כאַפּ
דעם פּאַק זיינעם, מיט איין הויבּ אויפן אַקסעל, און לאָזט זיך לוי-
פען אַראָפּיזאַמד צום בּרעג דניעפּער, אונטערטענצלענדיג, װײ
אַ דערשראָקענער בּאָק, און ואַרפענדיג משונהדיג מיט זייגע בי"
דע הויקערס אונטער דער ראַצאָמערענער קאַפּאָטעי
--- וואוהין? ר' זימעל! -- שרייט איהם לייזשקע נאָך מיט
בּרייט אויפגעריסענע אויגען. אַ קשיא אויף אַ מעשה. אפשר האָט
זיך ר' זימלען געריהרט אין קאָפּ פון אַזאַ היץ און פון נאָך עפּעסי*
איהם, לייזשקען, האָט שוין גענומען פֿאַרדריסען װאָס ער האָס
דאָ געשפּילט די פרייוויליגע שלאַנג בּיים עץיהדעת. ער האָט זיך
אָבּער בּאַלד בּאַרוהיגט, װאָרום, אָנשטאָט אָפּטאָן אַ מעשה, האָט
גאָר ר' זימעל אַ װאָרף געטאָן זיין פּאַק אויפן בּרעג װאַסער און
האַסטיג גענומען אױסטאָן זיך, איבּערן שװאַרצען ספרים-פּאַק
זיינען געפלויגען: די קאַפּאָטע, דער טלית-קטן, דער קאַשטעט,
--- האַדהאַז -- צולאַכט זיך שטילערהייט לייזשקע דער טריף".
פּסולגיק -- די פייערדיגע שיקסע איז שוין אַװעק און בּיי איהם
בּרענט נאָך!
הויך אויפן קול אויפצולאַכען האָט ער שוין מורא געהאַטי
ער האָט פאַרשטאַנען, אַז צופיל רייצען זיך אַצינד מיט ר' זימ-
לען טאָר מען ניט. האָט ער אויפגעהויבען זיין אייגענעם פּאַק, אָן-
געלאָדען אויף זיך און אויך. אַראָפּגעלאָזען זיך צום װאַסער,
-- באָדען זיך איז בּאָדען זיך! --- מאַכט לייזשקע תּמעװאַ-
טע און לעגט אָפּ זיין פּאַק,
נאָר זימעל ענטפערט ניט. זימעל קוקט איהם אפילו ניט אָן.
צר רייסט נאָר האַסטיגער פון זיך דאָס לעצטע אָנטועכץ. און ווען
| לייזשקע האַלט נאָך בּיים אַראָפּװאַרפען זיין קורצען רעקעל,
שטעהט שוין זימעל אדם-נאַקעט און מיטן רוקען צו איהם,
צום ערשטען מאָל אין לעבּען האָט לייזשקע דערזעהן דעם
אױסגעהאָרעוועטען צוקרימטען גוף פון זיין געװװעזענעם קאָנקו-
רענט; דעם טיפען אויסקרים, צווישען רוקען און לענדען װאָס
דער אַמאָליגער גלות"פּאַק האָט געמאַכט. אױיבּען -- אידישלאַ-
געבּויגען און שװאַך און אונטען געזעצט, שווער-פליישיג -- אַ
פונדאַמענט פון אַ לייף, װאָס איז געוואויגט צו טראָגען אויף זיך
צודשווערע לאַסטען, און איז אינגאַנצען באַדעקט מיט שװאַרצף
בּערשטעל-האָר, װי אַ װאַלד מענש.
-- אַפּנים אַ גרויסער בּעל-תּאוחניק! -- קלערט בי זיך
לייזשקע. פרום-פרום און עס גלוסט זיך איהם אָהן עין-הרע,
און מיטן מויל װאָרענט ער צום האָריגען רוקען אַזױ;
-- פּאַװאָליע,. ר' זימעל!
זימעל ענטפערט ניט. דרעהט זיך אפילו ניט אום. מיט אַ מין
צולהכעיס לאָזט ער זיך לויפען אין װאַסער, בשעת לייזשקע האַלט
נאָך אין אַראָפּציהען די שטיוועל. האָץ-האָץ! מיט די קרומע פיס,
אַז ס'איז אַ מחיה צו קוקען |
די פּלוצליכע קאַלטקײיט פון װאַסער גיט איהם אַ ברען זיינע
צוהיצטע פּיאַטעס װי מיט הייסע קוילען. דאָס צורייצט איהם נאָך
מעהרער. ער אַנטלופט פון , פייער"י און דאָ איז ווידער , פייער",
ער האָט גענומען שפּרינגען אין דער פּרענענדיגער קיהל-
קיים, זוכען אַן אָרט וואו אָפּצוטובלן זיך מיט איין מאָל און גלייף
אויפן שטעל, ניט געקענט געפינען. דער דניעפּער איז פון די זו"
מער-היצען געווען האַלב אויסגעטריקענט, און געלבע פאַלדען זאַמד
69
און שטיינדלאַך האָבּען אַרױסגעקוקט פון דעם גרינליכען װאַסער"
פלאַך. אפילו בּיזקעל די קניע איז דאָס װאַסער ניט דערגאַנגעף
די פלאַמענדיגע קאַצאַװײיקע אויף דער גויעס הויכער בּרוסט האָט
זיך נאָך זינדיג און שיכּור געהוידעט פאַר זיינע אויגען און זי
האָט איהם אוױיסגעבּעט דריי בּעטען".. וי איינער, וועלכער זוכט
צו לעשען אויף זיך די בּרענענדיגע פּאָלעס פֿון קאַפּאַָטע, האָט ער
אַ. לויף-געטאָן עטליכע טריט ווייטער, און ניט געניט, מיט אַ זיי-
טעל, אַריינגעשניטען זיך אין שטראָם, האַיהאַז געלױבּט איז דער
אויבּערשטער! דאָס װאַסער איז מיטאָמאָל טיפער געװאָרען, דער-
גאַנגען. בּיז איבּערן גאַרטעל. דער דניעפּער האָט אָבּער דֹאָ מורא"
דיג געצויגען אונטער די פיס, און אויפן פּלאַך פון װאַסער האָבּען
זיך דאָ געדרייט שפּיציגע גריבּעלאַך, וי איבּערגעקעהרטע ,פּינג-
פּערלאַך"י, געשרויפט-געשרייפעלט זיך און געשטאַנען איף אין
אָרט. אַן אָנזאָג פון טיפע גריבּער פאַר בּאַהאַװענטע. נאָר װוי קומט
ר' זימעל צו וויסען אַזעלכע זאַכען! אַז בּאָדען בּאָדט ער זיך איינ-
מאָל אין אַ שמיטה, און דאָס אויך -- אין דער שטילער, לעב-
לאַכער אָזערע. ער האָט נאָר געהערט זאָגענדיג, אַז אינמיטען זו-
מער ווערט דער דניעפּער פלאַך, און צעחניאָהריגע אינגלעך גע-
הען איהם אַריבּער. אויסער. אין סאַמע מיטען שטראָם, וואו דער
פּאַרעכאָד פאָהרט דורך; דאָרטען מוז מען אַריבּערשווימען. נאָר צום
מיטען דניעפּער איז נאָך ווייט.
און ניט טראַכטענדיג קיין סך מאַכט ר' זימעל: , האָפּ" און
גיט זיך האַסטיג אַ טובל בּיז איבּערן קאָפֿ. און שפּרינגט צוריק
אַרױס אַ פאַרשוימטער, אַ שפּייענדיגער מיט װאַסער, װי אַ ים-
קאָטער. |
| ער האָט גלייך דערפיהלט אַ דערלייכטערונג. די בּרענענדי-
גע קעלט אין אונטערשטען האַלבּען גוף האָט זיך פאַרטיילט אין איין
מחיהדיגע קיהלקײַט איבּער אַלע אברים. , האָפּו: מאַכט ער נאָכ-
אָמאָל און גיט זיך נאָך האַסטיגער אַ טובליאָפּ. די קיצעלדיגע
קיהלקייט דרינגט טיפער אין ליי אַרין. און אויפן האַרצען ווערט
איהם אויך גרינגער. די פּיטערקייט װאָס ער האָט מיט אַ רגע
צוריק, געפיהלט צו לייזשקען זיין שותּף, צעשמעלצט זיך אין װאַ-
70
סער אַרום איהם. דאָס קוויקעניש פון בּאָדען זיך און די צופרידעג"
קייט מיט זיך אַליין גיסען זיך צונויף אין איין טעם. אַן אויסגע-
מישטע עולם-הזה און עולם:הבא. און דאָס שטענדיג פאַראומערט
געזיכטעלע צושיינט זיך בּיי איהם, װוי בּיי יענעם מקובּל, װאָס
האָט גובר געווען דעם יצר-הרע.. פאַרגאָסען מיט װאַסער און
זון און הנאה גיט ער זיך אַ דרעה-אויס מיטן פּנים צום בּרעג און
טובלט זיך ווייטער. נאָר אַצינד -- רוהיגער, נחתדיגער: אָנקוקעג-
דיג לייזשקען, צווישען איין טונק און צווייטען, מיט אַ שפּיציגער
מינע פון אַרױספאָדערונג. עס הייסט: , זאַמד דיר אין די אויגען
בּעל-דבר דו! האָפּו אויף דיינע קונצען פייף איך אַצינד! האָמּ'"
ר' זימעל האָט נאָר ניט בּאַמערקט, אַז ס'איז ניט קיין שמחת-
תּורהדיגע האָפּקע, בּיים חסידישן מורה-הוראה אויף דער פּאָדלאַ-
גע, אַז בּיי יעדען טוק שויינקט איהם דער האַסטיגער שטראָם
אַוועק אַבּיסעל זאַמד פון אונטער די פּיאַטעס און גיט איהם אַ ציה
פאַר די פיס אָפּיסעלע אָן אַ זייט אַלץ נעהענטער און נעהעגטער
צום מיטען טייך, וואו די פּאַרעכאָדען געהן דורך,
-- מאָלאָדיעץ, ר' זימעל! -- שרייט צו איהם לייזשקע פון
בּרעג און פינקעלט צו איהם מיט אויגען און ציין, און דאָס גיט
ר' זימלען צו נאָך מעהר חשק. דער צצױגיכער איבּערגאַנג פון
זינדיגע מאַנסבּילשע מחשבות צו אינגעלשע שטיפערישקייט האָט
איהם אינגאַנצען פאַרשיכּורט. אַ טייערע זאַך -- װאַסער! ניט אומ"
זיסט, הייסט דאָס, טובלען זיך די אמתע חסידים אַלע אינדערפריה,
פאַרן דאַװענען... אויבּ אַזױ, טו נאַדזשע דיר! האָפּ! און טאַקע נאָכ-
אַמאָל -- האָפ!
נאָר אינמיטען טריאומף פון טוקען זיך און פּאָליושקען זיך
דערפיהלט ר' זימעל, אַׂז דער זאַמד מיט די קיילעכדיגע שטייג-
דלעך אונטער איין פּיאַטע האָבּען געגעבען אַ פאָהר אַראָפּ. גיט ער
דאָך אַ כאָפּ דעם אויסגעגליטשטען פוס און אַ שטעל אַרױף, װי
אויף אַ צו-הויכען טרעפּ. ערשט דער האַלט פון דער צוייטער
פּיאַטע שווימט אויך אַװעק. מיט דעם כֹּח פון אַ הרעבליע פיי אַ װואַ-
סער-מיהל גיט דאָס איהם אַ ריס און אַ דרעה:אום. און אָנשטאָט
לייזשקען, צווישען צוויי פּעק ספרים אויפן זאַמד, דערזעהט ער
11
גאָר, אַז הימעל און װאַסער און בּרעגעס געהען אַ קאַרעהאָד,
ער ווייסט אָבּער, אַז ער מוז זיך אַ נעם-טאָן װאָס נאָהענטער
צום זאַמד. וואו איז אָבּער דער זאַמד? בוימער און װאַסער טאַג-
צען פאַר די אויגען.. ואו -- ;רעכטס"" און ווא -- , לינקסי"
איז ער נאָר משער אין זיין פאַרצווייפלונג. ער גיט זיך אַ שליידער
אויף , טאָמער-יאָיי און טרעפט אַריין.. אין רעכטען מיטען פון
דער אומברחמנות-שלעפּענדיגער קראַפט. װי אַ גרויסע חיה, כאַ-
פּענדיג אַ קליינינקע, אַזױ גיט זיך אויף איהם דער שטראָם אַ װאָרף;
מורמעלט איבער איהם וי אַ קאַץ איבּער אַ מייזעל, פאַרגעהט זיך
איבּער איהם אין אַ בייזוויליגען הודזשען... געװאַלד! וואו איז לייזש"
| קע? ער מוז דאָך דאָ ערגעץ וואו זיין. ערגעץ וואו אָט דאָ. אַקאָרשט
איז ער דאָך געזעסען פּונקט אַקעגען איהם. , לייזשקע!י' שרייט ער
אויף און הױיבּט אָן צו שלאָגען מיט די פיס און הענט, ראַנגלען
זיך װי אַ פיש אין נעץ.
און פּלוצלונג דערזעהט ער מיט איין אויג, אַז לייזשקע שווימט.
אַװעק פון איהם, רוקט זיך אָפּ מיטן בּרעג צוזאַמען ערגעץ-וואו אָן
אַ זייט, הייסט דאָס --אַז פּונקט אַזוֹי גיך שלעפּט איהם, זימלען,
דער שטראָם אַראָפּיװאַסער?
|--- איך טרינק זיך! לויפט רי זימלען דורך אַן אייזיקאַלטער
געדאַנקעל און דאָס װאַסער אַרום וװוערט אויך קעלטער -- פאַר
מיינע זינד איז דאָס געקומען.
| נאָר דער שרעק פאַר עפּעס מוראדיגעס, װאָס רוקט זיך אֶן
איז שטאַרקער פאַרן תּשובה-געדאַנקעל. די נשמה מוסרט זיך און
דאָס גוף ראַטעװעט זיך. פון װאַסערידרײדעל כאַפּט זיך אַרױס אַ
פּליכעװאַטע שװאַרצע קעפּעל מיט אַפּענזעל-בּערדעלע און שרייט
הייזעריג פאַרכלינעט:
-- ליידזשעקע-ע! ראַטטעיע!
און דאָס װאַסער, װי קאַלטע שיטערע בּליי; רייסט זיך אַרײן
אין גאָרגעל... אַי, אַי! אָנכאַפּען זיך, איינקלעמען זיך: איינבּייסען
זיך מיט די נעגעל, מיט די פיס, מיט די ציין! נאָר ניטאָ אָן װאָסײ
פון יעדען גראַבעל שפּרינגען אַרױס בּלעזלעך. און אין האַנט
בּלייבּט גאָרנישט.,. דער גוף װוערט שוער. אַ מוראדיגער הוסט
72
שטיקט. נאָר אויסהוסטען זיך קען מען ניט. די אויגען קריכען פון
קאָפּ פון אומזיסטע אָנשטרענגונגג -- --
2
לייזשקע דראָפּקין האָט זיך געלאַסען אויסגעטאָן צווישען זיין
פּאַק ספרים און ר' זימעלס, און אין האַרצען שטאַרץ הנאה געהאַט
פון דעם אומזיסטען טריאַטער, װאָס ער האָט דאָ געהאַט אינמיטען
װאַלד, בּיים בּרעג דניעפּער. ער האָט מיט זיינע אייגענע אויגען
געזעהן, װוי אַ חסיד אַ פּאַקענטרעגער כאַפּט ברענען פון יצר-הרע
און לויפט לעשען זיך מיט קאַלטע טבילות. טאַקע עפעס אַ מעשה
פון חסידישע ספרימלעך, װאָס דער אָנגעצונדענער" חסיד גופא
האָט איהם געגעבען איץ קאָמיסיע.. אַן אַנטיק אין דער װעלט
וי אַלע האָבּען דאָ גוט געשפּילט! ער, לייזשקע, מיט זיין רייצען
זיך, ר' זימעל -- דער אויבּערשטער זאָל איהם אויך ווייטער גע
בּען כּח אין די לענדען? היינט די שיקסע מיט דער רויטער קאַצאַ-
ווייקע, כאַדכאַ! אויף איהר האָט ער זיך גאָר ניט געריכט..
איינהאַלטענדיג װוי נאָר מעגליך דעם גראָבּען געלעכטער,
האָט ער, מיט פאַרפעצטע אויגלעך, צוגעקוקט וי ר' זימעל האָצ-
קעט זיך דאָס אין װאַסער. אָט פאַרשװינדט ער און אָט בּאַװייזט
זיך זיין פּליכעװאַט קעפּעל מיט צװויי שפּיציגע פּאות אויף די
פּליכעװאַטע באַקען, און פון זיין קויהל-שװואַרצען פּענזעל-בּערדע-
לע גיסט זיך וי פון אַ צעבּראָכענעם שװאַרצען טשיגיק. , הען
װוי ער האָט זיך דאָס צעהאָפּקעט, דער כניאָק!יי טראַכט זיך לייזש-
קע און מיטן האַנט דיריגירט ער איהם, פון ברעג, נאָך יעדען
טוק. ס'הייסט: אדרבא, ר' זימעל! האָפּ!,, און טאַקע נאָכאַמאָל?"
מיט אַמאָל זיינען לייזשקעס שפּילעװודיגע אויגען געבליבּען
שטעהן. די האַנט איז געבּליבּען הענגען אין דער לופטען. ער האָט
בּאַמערקט, אַז ר' זימעל טובלט זיך מעהר ניט װי פריהער, נאַר
עפּעס בּאָבּרעט ער זיך דאָרטען אין װאַסער מיט פיס און הענט.
73
אפשר וויל ער דאָ ווייזען אַ קונץ? אַ נייעם סאָרט , טריט-װאַסער",
װי מען איז געגאַנגען אַמאָליגע יאָהרען. אדרבּא, ר' זימעלו
אָבּער ר' זימעלס תּנועות װוערען צאַפּעלדיגער, די חעויות
-משונהדיגער. ערשט דאָ דערזעהט לייזשקע, אַז ר' זימעל שטעהט
מעהר ניט אויף איין אָרט, נאָר עפּעס װירבּעלט אַרום איהם און
טראָגט איהם אַװעק. קיין גוף זעהט מען מעהר ניט אָן. נאָר אַ פּלי-
כעװאַט קעפּעל, װי אַן איבּערגעקערטי פענדעל מיט אַן אויס-
געשייערטער דנאָ,. שאָקעלט זיך איבּערן װאַסער אַרױף און אַראָפּ,
-- ר' זימעל? -- גיט לייזשקע דערשראָקען אַ רוף --
ס'הייסט: איהר חכמהט זיך, צי איהר טרינקט זיך?
אין דעם אַועקגעשוואומענדיגען קעפּעל עפענט זיך איף
אַ מויל... פון פּליכעװאַטען קעפּעל װערט איין גרויסער מויל, און
דער מויל שרייט הייזעריג-קוויטשענדיג:
-- לייזש-קע-ע!
לייזשקעס פּנים צוקרימט זיך. זיין אייגענער מויל עפענט זיך
אויף צו שרייען, רופען עמיצען צו הילף, נאָר ער פאַרשעמט זיך
און שרייט ניט. ער כאַפּט נאָר רייסען פון זיך די לעצטע שטיקער
פון זיין אָנטועכץ, ניט אַרױסלאָזענדיג זימעלס קעפּעל פון אױג.
אָבּער פון גרויס שרעק און איילעניש האָט ער זיך אַזױ פאַרפּלאָג-
טערט אין זיינע אייגענע תּחתּונים, אַז ער שפּרינגט נאָר אויף אייך
אָרט און בּריקעט משונהדיג מיט ביידע פיס, װי אַ געפּענטעטער
פערד, וועלכען מען שמייסט נאָכאַנאַנד איבּער די הינטערשטע
גבּאַבּקעס/* / בע
| = זימעלס קעפּעל בּאַװײזט זיך נאָכאַמאָל פון װאַסער. עס שרייט,
נאָר אַצינד -- אָהן װערטער. ער דערגרייכט נאָר אַ כאָרכעלדיג
מעקען פון אַ ניטדערקוילעטען בּאָק:
--- מייעדער! | |
-- פאַרפאַלען ר' זימעל! -- שיסט דורך לייזשקען דורכן
צוטומעלטען קאָפּ,
ער גיט זיך אַ װאָרף אויף דער ערד, כּדי אַזױ אַרום װאָס
גיכער בּאַפרייען זיך פון זיין הױיזען-פּלאָנטער און דערהערט פּלוצ-
לונג הינטער זיך אַ טפּעניש פון צויי שװערע באָרפיסע
24
פיס, און נאָך זיי -- אַ צוייטע פֹּאָר פיס. לייכטערע. איידער ער
קוקט זיך אום, גיט עמיצער, אַ האַלב אױסגעטאַנענער, געזונטער
פאַרשױין אַ פליה פאַרבּיי איהם, אַראָפּװאַרפענדיג דערביי זיין לעצ-
טען שטיק מלבּוש. אַ נאַקעטער שמשון הגיבור, מיט װאַרטע גע-
שטריקעוועטע פליישען און מיט אַ שרעקליך ברייטען רוקען גיט
אַ שפּרונג אין װאַסער, ניט אומקוקענדיג זיך, גאָרניט זעהענדיג,
אויסער דאָס קעפּעל אויפן װאַסער. לייזשקען דוכט זיך אויס, אַז
זיין הייסער ווילען האָט זיך דאָ פאַרקערפּערט. אָנגעטאָן זיך אין
פלייש און האַסטיגקײט און טוט דאָס, װאָס ער אַלײן האָט דאָ גע"
װאָלט טאָן --
ראַטעװען ר' זימלען!
דער צווייטער פּאַרשױן לויפט דערווייל אָן אַן אָנגעטאָנענער,
מיט אַ װאַטאָװוען היטעל, מיט אַ קלומיק אויפן פּלייצע און בּלייבט
שטעחן לעבּען לייזשקען מיט אַ דרי" גאָרענדיגער, פאַרסאָפּעטער
שאלה;
-- וואו? וואו? וואו?
-- אָט דאָרטעף -- ווייזט אָן לייזשקע אויף דאָס פּליכעואַ-
טע קעפּעל, װאָס בּאָבּרעט זיך אין שטראָמיגען שוים,
;ער קוקט זיך איין אין פאַרגרעבטען פּנים פונם אָנגעלאָפץ-
נעם פּאַרשױן. עפּעס בּאַקאַנט קומען איהם פאָר: די װאַטאָװע הי-
טעל, די האַרטע אויגען, די אױסגעבּויגטע נאָז.. נאָר אַ גויעשקץ
פרעמדקייט ליגט אױיסגעגאָסען אויף אָט די בּאַקאַנטע זאַכען גיט
ער ניט-זיכער אַ ווייז-אָן אויף דעם אַוועקגעשוואומענעם נאַקעטען
שמשון;
-- ווער איז ער?.. דער!.?
דער אָנגעלאָפּענער פּאַרשױן רוקט אַרױף די װאַטאָװע היטעל
און אַנטבּלױזט אַ נידעריגען שטערען מיט אַ שישקע:
-- און מיך דערקענסטו שוין ניט? דו טריף- פּסולניק דו!
שעמסט זיך מיט מיר?
-- שמחהלע! -- רופט אויס לייזשקע -- אוֹן.. דער אין
פּאַנדרע?! -- שטויסט ער זיך שוין אַלײן אָן און שטרעקט אס
אַ פינגער נאָכן נאַקעטען שווימער. ---פון... פון אָסטראָג?
15
שמחהלע ענטפערט נִיט. ער לאָזט נאָר בייז אַראָפּ די אויגען
דרעהט אויס דעם רוקען צו לייזשקען און לאָזט זיך געהן מיטן
זאַמד,- ביים ברעג, כּדי אָנצױאָגען זיין אַװעקגעשוואומענעם חבר.
! פּאַנדרע האָט דערווייל געלייגט האַסטיגע , קלאַפטער"" אַראָפּ-
װאַסער, האַלטענדיג זיך אויף איין זייט און אייננורענדיג אַלע וי"
לע דעם פּנים אין שוים, כֹּדי װאָס שאַרפער דורכצושניידען די
געפעהרליכע װאַסער-דריידלעך און איבּעריאָגען דעם שטראָם. פון
אַזאַ דרייפּאַכיגער טרייבּ-קראַפט האָט זיך פּאַנדרעס גרויסער גוף
געטראָגען, פייל פון בּויגען, צו איין ציל. --- צו דעם שװאַרצען
פּליכעװאַטען קעפּעלע, וועלכע טוקט זיך נאָך, קוים-קוים צוקענ-
דיג, און געהט אונטער. כּדי אונטערצוגעבּען מוט דעם האֲלב-
דערטרונקענעם, האָט פּאַנדדע, צווישען איין ,קלאַפטער" און דעם
צווייטען, גערעװועט מיט אַלע כּחוֹת:
-- האַלט זיך! האַיאַלט זיך!.
לייזשקע איז געבליבּען שטעחן איינער אַליין לעבּען די ספרים-
פּעק. סיי זיין נאַקעטקײט, סיי זיינע פּלודערען אין האַנט האָבּען
איהם אַצינד אויסגעזעהן איבּעריג. אַ פאַרשעמטער און אַ צוטומעל-
טער איז ער געשטאַנען און האָט זיינע אייגענע אויגען ניט גע"
| גלױבּט, װאָס אַזאַ בּרייטער אייזערנער גוף וי פּאַנדרעס איז, קען
זיך אַזױ לייכט און בּױיגיק בּאַוועגען איבּערן װאַסער, פע, לייזשקעי
קענסט נאָר ווייזען קונצען פיים פּאָדען זיך, ווען שיקסעס קוקען
דיר נאָך פון פּאַראָכאָד... און װי נאָר עס קומט צו עפּעס, שטעה-
סטו מיט די אױיסגעטאָנענע תּחתּונים אין די הענט!.
אַפּנים, אַז דער לייבּען-רוף פון דעם האַסטיג-שוימענדיגען
גרויסען גוף האָט אַרײנגעדרונגען אין זימעלס פאַרגאָסענע אויף-
רען און געשטאַרקט זיין אָפּגעחלשט האַרץ. דער קאָפּ זיינער האָט
זיך שטאַרקער אַ צאַפּעל געטאָן. דער מויל זיינער האָט זיך אויפ-
געעפענט צו טאַן אַ געשריי, און... געמאַכט בּול-בּול-בּול. נאָר איין
האַנט זיינע האָט זיך אַרױסגעװאָרפען איבּערן װאַסער:דרײדעל--
אַ שטומער געשריי פון אַ האַלבּידערטרונקענעם. נאָך האַסטיגער
שניידענדיג אינם שטראָם-אַראָפּ. מיט איין זייט און מיטן פּנים,
װי אַ העכט, איז פּאַנדרע אָנגעפלויגען אויף דער אויפגעהויבענער
76
האַנט און אויסגעשטרעקט נאָך איהר, איבּערן נאַקען, זיין אייגע"
נעם לינקען אָרעם, מיט אַ האַלב צעהנדליג נאַסע פינגער. וי אַן
אויסטערלישער , שלום-עליכםי?, איבערן קאָפּ פאַרװאָרפען. האָט
דאָס אויסגעזעהן פון דער ווייטענס לייזשקען און שמחהלען; װי אַן
אומגעלומפּערטע באַגריסונג פון אַ לעבּעדיגען אַ האַלבּ-טױטעף
די אַרױסגעשטעקטע הענטעל האָט זיך אָמער גלייך, און מיט
אָן אומדערװאַטעטען ווילדען כּח אינגעקלעמט אין פּאַנדרעס
לינקען אָרעם. דורכן פאַרװאַרפען דעם אָרעם איבערן קאַפּ האָט
פּאַנדרעס האַנט ניט געהאַט דעם געהעריגען כֹּח אויפצוהוימען
אַ משא, מאַכען אַ שטאַרקע פאַוועגונג. און פּאַנדרע האָט גליף
דערפיהלט, אַז ניט ער שלעפּט, נאָר מ'שלעפּט איהם.
אָנגעכאַפּט זיך אָן דער אויסגעשטרעקטער װאַנט, האָט זיך
דער גאַנצער געזונקענער גוף אַ צאַפּעל געטאָן אונטערן װאַסער,
וי אַן אָנגעטראָטענע ים-חיה. אַ צווייטע האַנט האָט זיך אַ הוים
געטאָן, װי אַ פינגערדיגער, זשעדנער טאַפּ האָרן אַרומגעכאַפּט
פּאַנדרעס האַלז און איינגענעגעלט זיך איהם, בּיים סאַמע גאָר-
געל, מיט אַזאַ פאַרקראַמפּטען כּח, אַז פּאַנדרען איז גלייך אויסגע"
גאַנגען דער אָטעם.
ערשט דאָ האָט זיך פּאַנדרע געכאַפּט, אַז ער האָט דאָ געמאַכט
דעם זעלבּען פעהלער, װאָס אַלע צו-היציגע שווימער מאַכען, בּיים
ראַטעװען אַ מענשען. ער האָט פאַרגעסען װאָס פאַר א שװאַרצען
כּח עס בּאַזיצען אַפילו די שװאַכסטע נפשות בּיים טרינקען זיך.
אַצינד האָט ער אַלין אָנגעטריט, דעם װילד'געװאָרענעם האַלבּ
דערטרונקענעם גראָד יענע אברים, וועלכע זיינען אַזױ נויטיג צף
האַלטען זיך איבּערן װאַסער, צו אָטעמען, צו געבען ראַטונעקי.
ער האָט זיך צו שפּעט געכאַפּט. אויף די אינגעקלעמטע
צוויי האָריגע אָרעמס האָט זיך נאָך אָנגעהאָנגען אַ קאַלטער גלי-
טשיגער גוף פון עפּעס א מוראדיגען מענש-קראב, אָנגעגאָסען מיט
בּליי; און, פאַרן אָרעם און האַלז, געשלעפּט פּאַנדרעס פאָדערשטען
האַלבּען גוף אין אַ נאָך קעלטערען כּף-הקל, אין אַ גרינלעכער
פינסטערניש, מיטן קאָפּ אַראָפּ האָט דאָס איהם געשלעפּט און מיט
די פיס אֲרויף.
3
פּאַנדרעס פּלוצליכע פאַרלירען"זיך איז אָבּער אַריבּער אַזױ
גיך װי ס'איז אויף איהם אָנגעקומען, װי שוין אַ סך מאָל -- אין
די געפעהרליכסטע מינוטען פון ראַנגלען זיך פאַרן לעבּען. פּונקט
וי בּשעת הרגענען די װאָלפיכע אין ווינטערדיגען װאַלד און וי
בּשעת שלאָגען זיך אין אָסטראָג מיט טשורילאַ קאַטאָרזשניק, אַזױי
האָט ער זיך אויך אַצינד געצוואונגען געלאַסענער און בּאַקלערטער
צו ווערען.
| -- האַלט קאָפּ, נח! --- אַזױ האָט עֹר זיך אין האַרצען אָנגע-
בייזערט אויף זיך אַלין, זינקענדיג מיטן איינגעקלעמטען גוסס.
ער האָט אויפגעהערט צו שלאָגען מיט די פיס, כּדי ניט צו
פאַרלירען קיין איינציגע בּאַוועגונג אומזיסט, און כּדי קלאָר צו
מאַכען זיך וואו ער איז דאָ אין דער װעלט. ער האָט זיך געלאָ-
זען אַראָפּשלעפּען אין תּהום אַרײין אַזױ ווייט װי ס'איז געגאַנגען.
און פּלוצלינג -- אַ ריס געטאָן זיך מיט אַ זייט, וועלענדיג אַזױ אָפּ-
טרייסלען פון זיך, מיט איין צוג, די איינגעקלעמטע, ווערגענדיגע
משא. אָבּער די פאַרקראַמפטע הענט און נעגעל זיינען, דאָ אונטערן
װאַסער, געווען שטאַרקער פאַר איהם. אונטערן װאַסער האָט דער
פרעמדער גוף פאַרלאָרען פון זיין געוויכט און דער װידערשטאַנד
פון װאַסער האָט אויך פּאַנדרען ניט דערלױבּט צו אַנטװיקלען דעם
גאַנצען שוואונג פון זיין גבורה... ס'האָט זיך ניט אינגעגעבּעף
און דער פרעמדער גוף האָט זיך נאָך זשעדנער איינגעקלעמט און
נאָך שווערער געצויגען אין אָפּגרונט. |
דאָס בּיסעל לופט אין פּאַנדרעס ברייטער כּרוסט האָט שוין
אינגאַנצען איבּערגעבּרענט, און ער האָט דערפיהלט, אַז אָט, אָט
ציהט ער אַריין דאָס װאַסער אין בּיידע לונגען און װערט דער-
שטיקט. בּלייבּט אַצינד איבּער נאָך איין-איינציגער מיטעל, דער
לעצטער מיטעל --
שלאָגען!
מיט דער פרייער רעכטער האַנט האָט ער פיבּערדיג גענומען
טאַפּען אַרום זיך, אונטערן װאַסער. דעם עמפינדליכסטען אָרט בי
780
דער איינגעקלעמטער װאַסער"שרעקעניש האָט ער געזוכט און אָנ"
געטאַפּט דאָס פּליכעװאַטע קעפּעל פונם גוסס. זי האָט זיך אין איהם
איינגעגעסען צווישען אונטערמויל און לינקער פּלייצע, װי אַ זשעד-
נער קאָפּ פון אַ ריזיגער פּיאַװקע. אין אָט דעם דאָזיגען קאָפּ האָט
ער זיך בּלינדערהייט אָנגעצילט, געמאַכט אַ פּוסטען, ניט צו-האַר-
טען קולאַק און אַ זעץ געטאָן.
פּאַנדרע האָט צו-גוט געקענט דאָס געוויכט פון זיין בּינטעל
פינגער. אָט די פינף פינגער, װאָס ברעכען נייע פּאָדקאָװעס וי
בּויגעל, ווען זי נעמען זיך צוזאַמען אין איין האַרטער פויסט, װאָל-
טען זיי געקענט צובּדעכען דעם שאַרבּען פון אַן אָקס, ניט נאָר
דאָס קעפּעלע פון אַ מענשליכען נפש. שטיקענדיג זיך מיטן איבער-
געבּרענטען אָטעם, האָט עֶר נאָך פונדעסטוועגען געהאַט גענוג וי"
לען צו רעגולירען דעם קלאַפּ:ער זאָל ניט ממיתן, נאָר פּאַטױבּען
דאָס מאָל האָט ער געהאַט גליק. די איינגענעגעלטע הענט
זיינען גלייך ווייך געװאָרען, אָפּגעלאָזען זיך פאַרחלשטע. ערגעץ-
זואו אַראָפּגעזונקען.
פּאַנדרע האָט זיך בּאַלד אַ שפּאַלט געגעבּען, מיטן געשוירענעם
קאָפּ, דורך װאַסער ארויף, הוסטענדיג און סאָפּענדיג, וי אַ פאַר-
יאָגטער אָקס, אַרײנגעצױגען אין זיך די לופט, אײינמאָל און צויי
מאָל, אַ װיש געטאָן די פאַרפּליוכעטע אויגען און געכאַפּט אַ קוק:
וואו אַ שטייגער איז דאָס פּליכעװאַטע קעפּעלע?
קיין שום סימן פון דעױטרונקענעם איז מעהר ניט געוען
אויפן װאַסער,
ניט טראַכטענדיג קיין איבעריגע רגע, און מיט ניט-אַנגעזץ-
טיגטע לונגען, האָט זיך פּאַנדדע אַ שפּאַלט געטאָן קאָפּ-אַראָפ אין
שטראָם אַרין, און,. שוין זייענדיג אונטערן װאַסער, בּרייט אוים-
געעפענט די אויגעף
אַ מוטנעקייט פון בּוטעל-גלאָז האָט איהם אַרומגעכאַפּט, ס'האָט
געוואָיעט אין די אויערען וי אויף אָנגעצױגענע טיף בּאַהאַלטענע
סטרונעס. פּאַנדרע האָט גיך גענומען טאַפּען מיט היידע הענט
אָרום זיך, די הענט זיינע האָבּן זיך צעהן מאָל פאַרגרעסערט אין
דעם גרינעם תהו-ובהו און אויסגעזעהן וי פליגלען אַן אַ דורף-
פך
געשוואומען פישעל האָט זיך פאַרגרעסערט אין אַ גרויסע שלאַנג..
און פּלוצלינג, גאָר נאָהענט, בּיים סאַמע נאָז, האָט ער דערזעהן
אַ גרויסען שאָטען פון אַ משונהדיג פאַרגרעסערטען גוף. דער שאָ-
טען איז צו איהם אַרויפגעשוואומען פון גרונט און פאַרטונקעלט
די גרינע האַלבּ-ליכטיגקייט,., דער אָנגעטאַפּטער גוף איז שױן
אַצינד געווען אינגאַנצען קאַלט און נאָכגעבּיג. נאָר מורא האָבּענ-
דיג, אַז די סכּנה פון האָריגען קלעם זאָל זיך ניט איבערחזרן, האָט
פּאַנדרע אויסגעמיטען די קלעמענדיגע הענט און אָפּגעזוכט דעם
קיילעכדיגען טייל פון שאָטען. דעם האַלז און נאַקען.
דער קליינער פּליכעװאַטער קאָפּ האָט זיך אָבּער אונטערן
װאַסער געגליטשט פון האַנט, וי אַ שליימיגער קנויל, ניט געווען
פאַר װאָס אָנצוכאַפּען. אַ באָרד אפשר פאַראַן?
פּאַנדרעס האַנט האָט זיך אַראָפּגעגליטשט צו דער גאָמבּע און
אָנגעטאַפּט אַ נאַסען פּענזעל. אָט דאָס איז אַ בּאָרד? אַפּנים אַ בּאָרד!..
אָנכאַפּענדיג דעם דאָזיגען האָריגען עקעלע, מיט אַ שטיק אונ-
טערמויל צוזאַמען, איז פּאַנדרע גיך אַרויפגעשואומען. אַ װאָרף
געטאָן זיך אויפן רוקען. אָפּגעאָטעמט. דאָס האַרץ, האָט געקלאַפּט
רוהיג. קיינער האָט איהם אַצינד ניט געצוואונגען אַראָפּצוזינקען,
דערפאַר האָט ער לענגער אױיסגעהאַלטען. אַ װאָרף-טוענדיג זיך,
מיטן רוקען אויף פּלאַך פון װאַסער, האָט ער אויסגעמערקירט
אַזױ, אַז דער גאַנצער גוף זיינער זאָל זיך לעגען אין דער ברייט
פון שטראָם, כּדי װאָס גיכער איבּערצוקרייצען איהם, אין אַז דאָס
קעפּעל פון דעם דערטרונקענעם זאָל זיך לעגען אױיף זיין לענד,
מיט מויל און נאָזלעכער -- איבּערן װאַסער,
שווער גראַבּלענדיג מיט איין פרייער האַנט און שטויסענדיג
מיט בּיידע בּרייטע פּיאַטעס, איז ער אין איין מינוט אַרױס פון
רייסענדיגען שטראָם און פון אַלע זיינע דריידלעך אין פלאַכען
װאַסער אַרײן, נאָהענטער צום זאַמדיגען בּרעג. צוריסען אַזױ מיט
עטליכע שוימיגע שטויטען אַלע כיטרע פעטליעס פון דניעפּער
און אַרױסגעשלעפּט נאָך זיך דעם נאָכגעבּיגען פרעמדען גוף פאַר
דעם פּענדזשע-בּערדעלע. . |
אַריינשװימענדיג, אויפן רוקען, אין פלאַכען װאַסער, האָט ער
80
מיט איין פּיאַטע אָנגעטאַפּט דעם זאַמדיגען גרונט:; אַראָפּגעזעצט
זיך אַזױ, מיט איין פוס אונטער זיך, און איז גלייך אויפגעשפּרג-
גען אויף דעם זעלבּען פוס, װי אויף אַ שטאַרקער פרוזשינע. און
מיט איהם צוזאַמען -- דער געראַטעװעטער.
שטעהענדיג אַצינד נאָר בּיזקעל גאַרטעל אין װאַסער, האָט פּאַנ-
דרע אַ קוק געטאָן אויף דעם פאַרחלשטען נפש, וועלכען ער האָט
זיך אַלץ געהאַלטען פאַר דעם אונטערמויל און בּערדעלע און זיינע
אייגענע אויגען ניט געגלױבּט. ער האָט בשום אופן ניט געקענט
גלויבּען, אַז אָט דער שװאַכער צוהויקערטער גוף מיט די נאַסע
פּאותלעך און מיט די קרומע פיס האָט אָקאָרשט אַזױ מערדערליך
געװאָרגען, אַזױ בּלייאיג געשלעפּט אין תּהום אַרײין אי ה ם6.
איהם, פּאַנדרען! |
ער האָט דעם פאַרװאָרפענעם קאָפּ אַ טרייסעל געטאָן אִפ-
געשאָקעלט דאָס געבעכדיג פּנימעל פון װאַסער און דערשראָקען
אַ טראָט געטאָן אויף הינטער: עס קען ניט זייף ס'איז דאָך דער
שקלאָװוער פּאַקענטרעגער! דער שוער ר' סענדער, עלין השלום,
פּלעגט יי איהם נעמען אוױיף פּראָקאָט חסידישע מעשה- ביכלעד
אַלע פרייטאָג פאַר ליכט-בּענשען.
|-- ר' זימעל, ר זימעל! -- האָט ער איהם געכאַפּט טריים-
לען מיט ביידע הענט -- איהר?
ר' זימעל האָט ניט געענטפערט. דאָס פּליכעװאַטע קעפּעל
האָט ער פאַרװאָרפען אויף פּאַנדרעס אָרעם און פון די אויערעף
נאָזלעכער און בערדעלע האָבּען גערונען דינע קאַלטע ריטשקעלער.
און די פּאות זיינען אַזױ אומבּאַהאָלפען געווען איינגעקלעפּט אין
די געלפע אײנגעפאַלענע פאַקען.
צום זאַמדיגען בּרעג זיינען געלאָפען צוויי פּאַרשױינען: איינער
אַ נאַקעטער מיט א פּאָר הויזען אויפן אֶרעם -- לייזשקע, און דער
צווייטער אַן אָנגעטאַענעדל מיט אַ קלומיק אויפן פּלייצע -- שמחה-"
לע טורערו,
פאַנדרע האָט זיי אַקעגען אַרױסגעטראָגען ר' זימלען, וי אַ
קװאַטער טראָגט אַרוֹיס אַן עופהלע צום סנדק. מיט דעם אונטער-
שייד, װאָס ד אַ ס נאָסע עופהלע האָט ניט געקוויטשעט. געשויגען
81
צוריק פון אסטראָג (6)
האָט עס און געטריפט װאַסער.
טויט: דערשראַקען, װאָס פון אַ שפּיל אין יצריהרע האָט זיך
אױיסגעלאָזט אַזאַ ערנסטע מעשה, איז לייזשקע אַרײנגעשפּרונגען
אין װאַסער און צוגעפאַלען צו פּאַנדרען
- ער לעבּט! ער לעפט ר' זימעל? ער לעבּט?
נאָר איין שמחהלע, וי זיין שטייגער איז, האָט נאָך געהאַט
מוט קצביש-גראָבּ צו חכמהנען זיך:
-- נישקשה פון אַ בּן"פּקוע! אַ אַ געמלטער כאָטש?...
שווער סאָפּענדיג און הוסטענדיג, האָט פּאַנדרע אָנגעכמורעט
די שװאַרצע בּרעמען און אַ בּרען געטאָן שמחהלעס פּנים מיט זיינע
גרויסע גרויע אויגען:
-- ס'איז ר' זימעל!
אַ זאָג געטאָן און אינגאַנצען אַרױס אויפן זאַמד, אָנגעכאַפּט
דעם געראַטעװעטען נפש פאַר בּיידע פּלייצעס און גענומען טרייס"
לען. דער קאָפּ האָט זיך אומבּאַהאָלפען מיטגעשאָקעלט. נאָר עפּעס
האָט פּאַנדרעס אוער יאָ דערטאַפּט אַ מין דערשטיקטען זיפץ, טיף
אין די לונגען פונם פאַרחלשטען. האָט ער דעם נאָכגעבּיגען גוף
גלייך איבּערגעדרעהט אויה איין אָרעם, װוי אויף אַן אַקס. מיטן
קאָפּ אַראָפּ און מיט די פיס אַרױף. צונומען בּיידע פיס, וי אַ גרוי"
סע שער, אוּן אַזױ פּאַװאָליע גענומען וויגען איהם. דער נאַסער גוף
האָט זיך צושאָקעלט וי אַ געלאַסענער אומרוה פון אַן אַלטען װאַנט-
זייגער. |
דורך דער דאָזיגער בּאַװועגונג האָט דאָס איינגעשלונגענע
װואַסער ניט רעגעלמעסיג גענומען רינען פון ר' זימעלס לונגען
זוי פון אַ איבּערגעקערטער פאַרשטאָפּטער כּלי. אָט מיט אַ בּריי"
טען פּליוך און אָט טראָפּענװײז. דער אונטערמויל האָט דערביי
קוים, קוים געצוקט,
ניט קענענדיג צוזעהן וי גראָבּ מען מינטערט ר' זימלצן, זיין
שותּף, האָט זיך לייזשקע געשטעלט אויף די קני און אונטערגע"
שטיצט דעם איבּערגעקערטען גוף מיט בּיידע דלאָניעס, בּיים רו"
קען און בּרוסט, און אַזױ געהאָלפען שאָקלען איהם. דאָס האָט איהם
אויסגעזעהן מענשליכערי.
82
אין אַ מינוט אַרום האָט זיך אויפן זאַמד צוגאָסען אַ היבשע
פלאָטקעלע, װאָס איז גלייך איינגעזאַפּט געװאָרען. אויף ר' זימעלס
מויל האָט זיך באַװויזען אַ בּרוינליכע ראָפּע, דערנאָך אַ פּאָר טראָ-
פּען בלוט... ס'האָט זיך דערהערט אַ כריפּענדיגער פייף פון אַ מאַר-
קראַמפטען לופט-רעהר, אַ פייף פון אַ האַלז, װאָס שטיקט זיך מיט
אַ בּיסען... און גאָר פּלוצלונג האָט, פונם אַראָפּגעהאָנגענעם קאָפּ
געגעבּען אַ שאָס אַרױס אַ שאַרפער הוסט, װאָס האָט דערשיטערט
סיי דעם נאַסען גוף, סיי די בּיידע ראַטוגעק-געבּער,
-- ער לעבּט, ער לעבט! -- גיט ליזשקע אַ געשריי און
שפּרינגט אויף אויסער זיך פאָר פרייך,
וי מען לייגט אַװעק אַ קראַנק קינד אין וויגעלע, אַזי פאָרי
זיכטיג האָט פּאַנדרע אויסגעצויגען רִ' זימלען אין הייסען זאַמד,
און שטעהענדיג אויף די קני, איינגעבויגען זיך איבּער איהם! ,
---נישקשה, ר' זימעל. איחר װעט גאַנץ זיין!
אויפן וועג קיין מאַקאַראָװוקי
41 |
אַז ר' זימעל איז געקומען צו זיך און אַבּיסעל דערװאַרימט
זיך, האָבּען זיך די געוועזענע אַרעסטאַנטען אױסגעצאָדען. שמחהלע
טורערו האָט אַפּילו ניט זעהר שטאַרק געהאַלטען פון װאַסער, נאָר
דערזעהענדיג אַרום זיך די נאַקעטע לײבּער פון פּאַנדרעז, לייזשקען
און פון ר' זימלען, האָט ער דערפיהלט אַ בּאַדערפעניש אַראָפּצו"
שוויינקען פון זיך אַבּיסעל דעם מאָהליווער אָסטראָג.
דאָס שטראָמיגע דניעפּער:װאַסער האָט זי בּײדען
דערפרישט. דאָס װאַסער האָט. דערפרישט די צעהיצטע
לײיבּער און ר' זימעלס הוסטעלע -- זײערע געמיטער.
אָקאָרשט, דאַכט זיך, אַרױס פון אָסטראָג און שוין גע"
ראַטעװעט אַ מענשען... אמת, געראַטעװעט האָט נאָר פּאַנדרע און ,
שמחהלע האָט נאָר שפּעטער געהאָלפען מינטערען.. נאָר פּאַנדרעס
העלדישקייט האָט אַזױ װאָרים געלויכטען, זי האָט זיך, דאַכט זיך,
אַצינד צוזאַמענגעגאָסען מיט דער הייסער ליכטיגקייט פון כאָגי
מיט די שפּילעוודיגע גאָלד און בּלוי אין דניעפּער, מיט דער בּלעני
דענדער געלבּקייט פון זאַמד אויף ביידע ברעגעס, מיט דער פרעה"
ליכער גריגקייט פון נאָהנטען װאַלד, אַזױ האָט זי בּאַשטראַהלט
אויך שמחהלען, דעם פאַרבּיטערטען חבר זיינעם פון אָסטראָג. זיין
פינסטערע בייסיגקייט האָט זי דערװאַרימט. זיין אָפּלאַכען פון גאָט
און מענשען. בּיידע, סיי פּאַנדרע סיי י-==ײײ האָבּען געבּרױוט
84
אַצינד פון אַ בּאַהאַלטענעם מענשליכען שטאָלץ, פון אַ נייעם פאַר-
געניגען צו לעבּען אויף דער ועלט, און -- אױסגעלאָזט די גאַנ-
צע פרייד צום האַסטיגען שטראָם. פּאַטש-פּאַטש מיט הענט און
פיס, יעדער אויף זיין שטייגער. פּאַנדרע מיט אַ. שניידיגען קלאָפ-
טער-לעגען, און שמחחלע -- מיט פּאַליאָשקען זיך בּיים בּרטג.
דערפרישט אַזױ אין ליב און זעעל, זיינען דערנאָך די מייזיע
אָסטראָג-חברים געגאַנגען אַ סך פרעהליכער מיטן שליאַך אַראָם
קיין מאַקאַראָווקי. דער שאָטען פון אָסטראָג, הינטער זייערע פַּטי-
צעס און קלומיקלעך, איז, דאַכט זיך, בּלאַסער געװאָרען. די מאָס-
קע פון כמורנעקייט און פאַרדאַכט אין געװאָרען וייכער, אָפּגטָי
שוויינקט זיך אין דניעפּער, אַזױ וי אַן איינגעגעסענער שמוץ, אִמ-
געטרייסעלט פון זיך דעם שרעק פאַר שטעטעלשע אידען און פאַר
זייער קלעפּיגער נייגעריקייט, ;ראַזדדװאַ? פּאַנדרע און , ראַזי
דוואַי?, שמחהלע! געגאַנגען זאָל װערען מיט די בּאָרפיסע רגלים
אויפן שליאַך! אָט, נאָך א פאָר מאָל אױיסבּאָדען זיך, בּאַגעגענען זיך
מיט אידען, און די קרומקייט פון קוק װעט גלייך ווערען, די פאַר-
גויעשטע פּנימער וועלען אידישליכער וערען. אָט, מ'וועט אבּי-
סעל אויסגלייכען די אברים, ביל די וייבּער, אונטער די היימלשע
פּערינעס,,. און דער ריח פון פאָניעס בּאָרשץ, אין אָסטראָג, װעט
זיך אוױיסװעפּען פון זיך אליין,.
| דערװואַרימט פון פּאַנדרעס נאָהענטקייט, איז שמחהלע אַצינד
מעהר ניט אָפּנעשטאַנען, געזשומעט עֶפּעס אַ פרעהליכס אונטערן
גאז און נייגעריג אַרומגעקוקט זיך, װי ער װאָלט אימיצען איינ-
לאַדען: אַדרבא, זאָלען זיך אַצינד שטאָטישע אידעלעך פּאַגעגענען
וויפיל זיי ווילען. זאָלען זיי נאָר פאַנאַנדערפרעגען, טאַפּען אין די
קלומיקעס. שלום עליכם, עליכם שלום! מ'יעט זיי שוין זאָגען פונוואַ-
נען מען געהט, ניטאָ װאָס צו שעמען זיך! מ'האָט זיי געראַטעװעט
א פּאַקענטרעגער האָט מען זיי. אַ גאַנצען ר' זימלען מיט אַ פֹּענ-
דזשע-בּערדעלע און מיט פּאותן. זאָלען זיי איהם אָניאָגען, אויבּ עס
גלוסט זיך זיי, אויפן מאָהליווער שליאַך; איהם מיט לייזשקען דעם
טריף-פּסולניק. און זאָלען יענע דערצעהלען אוב זיי װילען.
אָבּער מיר, פּאַנדרע און איך, געהען מיר בּאָרפיסערהייט קין
85
שקלאָוו דורך מאַקאַראָווקי און טוט אונז עפּעס! פיו-פיו"פיו:יי,
אויך פּאַנדרע, װאָס האָט זיך נאָך, מיט אַ שעה צוריק, אַלײן
געטרונקען מיט ר' זימלען צזאַמען, האָט זיך געפיהלט אַצינד וי
נײי-געבּוירען. זיינע אויגען האָבּען געלויכטען מיט זייער' שטיפערי"
שער גרויקייט פון די בּחורשע יאָהרען, און זיינע בּאָרפיסע בּרייטע
פּיאָטעס האָבּן זיך לייכט און בּויגיג געלעגט אויפן פלאַך פון גרי"
בּערדיגען שאָסײ, װי די פיס פון אַ. גרויסער קאַץ. די היץ איז ליב"
ליכער געװאָרען און די ליידענשאַפטליכע בּייזקייט צו מערען האָט
זיך אַ בּיסעלע אָפּנעקיהלט. כאָיכאָ, ער װעט בּכּיון אָנקומען אין
דער נאַכט ווען מערע שלאַפט שוין. קליפּ-קלאַפּ, אין דער הילכי-
גער טיר פון פיר-הויז! ער איז דאָיטען, אַ? װאָיטעק דער בּרי"
פענטרעגער! אַ בּריף פון נחן! אַזױ שפּעט??.. אֵ?.. ער. װועט נאָכ"
מאַכען זיידע-װאָיטעקס קולכעל, אַזױ לאַנג װי סשוועט זיך לאָזען
נאָר זי, מערע-מעריינעלע, װעט שוין דערקענען די אמתע ,בור"
צאַדלע" פון אִיהר. נחן... אויף בּיידע הענט, װי אַ פּעקעל, וועט ער
זי צוטראָגען צום בּעט. אָט פּונקט װי ער האָט זי אויפגעהויבּען
אַוװעקגעלעגט און איינגעדעקט, ווען זי איז איהם דאָס לעצטע מאָל
נאָכגעלאָפען אין בּלויזען העמד און געפּרובט אָפּהאַלטען איהם ער
זאָל ניט לויפען צום נייעם-נגידס שרפה. הלואי װאָלט ער זי דאַי
מאָלס געפאָלגט..
פאַרוואונדערט האָט ער זיך אַצינד אַליין צוגעהערט צו זיינע
מחשבות. וי לויטער זיי זיינען געװאָרען אַקעגען די פריהערדיגע,
מיט אַ שעה צוריק, איידער ראַטעװען ר' זימלען. ער האָט ניט
געוואוסט, אַז דאָס איז די אינערליכע בּאַפרייאונג פון אַ מענשען
| װאָס האָט עפּעס אױיפגעטאָן, און אַ שענע זאַך אויפגעטאָן, אויף זיין
אייגענער אחריות און מיט זיין אייגענעם גוטען ווילען. נאָך גאַנצע
אַנדערטהאַלבּען יאָהר פאַרשפּאַרט-זיין, האָט ער זיך היינט צום ער"
שטען מאָל, בּאַנוצט מיט זיין גבורה ווען ער אַליין האָט געװאָלט;
ניט אונטער די געשרייען פון ,נאַדזיראַטעלי און ניט אונטער די
ביקסען דרעהרען. פון קאָנװאָי... ס'איז דיר ניט די אומגעלומפּערטע
אָפּטריט-פאָס, פאָניעיגנב! ס'איז דיר ניט אויסהאַקען אונטערגע"
פוילטע פוימער אין זומפּיגען װאַלד!..
86
אויסער דער נאַטירליכער פרייד פון ראַטעװען אַ מענשען װאָט
פּאַנדרע געטראָגען אין זיך נאָך אַ גרויסע באַפרידיגונג: די שמחה
פון בּאַלוינונג. אַקאָרשט אַרױס פון אָסטראָג און שוין פאַר-
דינט עפּעס, געלויבּט דער אויבּערשטער. ניט קיין געלט, חס-ושלום,
בּיי ר' זימלען װעט ער דאָך קיין געלט ניט נעמען. נאָר גלאַט אַ
מתנהלע. דאָס יאָ. מען רעדט דאָך אין שקלאָו, אַז ר' זימעל איז
מסוכּן קאַרג. ס'איז שקר וכּזב. פאַרן פאַנאַנדערגעהען זיך, זיי אויף
מאַקאַראָוקי און די פּאַקענטרעגער אויף מאָהליוו, האָט ר' זימעל
אויפגעעפענט דעם פּאַק און געשענקט איהם א פּאָר מעשה-ביכלעך
פאַר מערעף , עזריאל מיטן בער" און , די בלוטיגע דאַלאָרעס",
ער, פּאַנדרע, איז אַזש רויט געװאָרען וי אַ אינגעל. ,,מ'דאַרף נישט!"
מאַכט ער און שטופּט אָפּ זימעלס האַנט. מאַכּט צו איהם ר' זימעל:
,און איך האָבּ פיינט אַן אומזיסטע טרחה!.." וועלכע טרחה! --
;און אַרױטשלעפּען אַ אידען פאַָרן בּאַרד פון װאַסעד איז ניט קיין
טרחה?יי לייזשקע טריף-פּסולניק האָט שיער ניט געקראָגען די פּאַי
פליעקסיע פאַר לאַכען. ר' זימעל האָט זיך צעװאַרימט און צונע.
געבּען נאָך אַ תּחינהלע פאַר מערען. נאַ. מאַכט ער, עס געהט צו
די ימים-נודאים, װעט זיך סענדערס טאָכטער קענען אויסויינען
יי תּשליך און אויסבּעטען אַ גוט-יאָהר". דאָס איז פאַר מערען /
און איהם, פּאַנדרען גופא, האָט ר' זימעל געשענקט אַ שענינקע
מזוזהלע אין אַ מעשען שיידעלע מיט אַ קיילעכדיגער פענסטערל,
און פון פענסטערל קוקט אַרױס, בּרוגזדיג און הייליג א , שרי",,
אַ צאַצקע ניט קיין מזוזהלע! אין שקלאָוו אויף די אַלטע באַלעבּאַ-
טישע פּריטעלקעס זעהט מען גאָר ניט אַזעלכע שצאָגעלסקע מזוזה-
לעך. מען זאָל זיי אפילו זוכען מיט ליכטוּ זימעל האָט איהם טאַקע
געזאָגט, אַז דאָס מזוזהלע איז אַ װאַרשעװער.
ער האָט זיך צעלאָזען ר' זימעל, אָט דער ר' זימעל, וועלכער
איז נאָך מיט אַ שעה צוריק געלעגען אַ געחלשטער אין זאַמד, א
װאָרט האָט מען מיט איהם מעהר ניט געקענט אויסרעדען ער זאָל
ניט שיטען מיט מתּנות. פּאַנדרע האָט נאָר פאַרבייגעהענדיג אַ זאָג
געטאָן, אַז די שרפה ביים נייעם-נגיד האָט איהם און ר' סענדערן
עליו השלום, אומגליקליך געמאַכט. ניט אַ פערד אין אין שטאַל
81
געבּליבּען, ניט פּרנסה --- אין שטובּ. ס'איז געקומען צו רייד... האָט
איהם ר' זימעל גלייך אויפן אָרט געשענקט אַ נייאינקען בּענשערל
אין אַ בּלויער פּאַפּקעלע, מיט גאָלדענע אותיותלעך אויף דער פאַ-
דערשטער טאָוועלע. אַלע ברכות זיינען אין בּענשערל ערקלערט
אין עברי-טייטש. װאָס פאַר אַ בּרכה מען דאַרף מאַכען אויף אַ דו"
נער און אויף לאַקריץ; אַז מען דערזעהט אַ קיסר און אַז מ'עסט
געפּרעגעלטען אייאיר-װאָרצעל און לאַטיק... מען האָט אַפילו אין
קייק שקלאָוו קיינמאָל ניט געװאַרט דער רוסישער קיסר זאָל
אַהינצו אַראָפּפאָהרען. און אַזעלכע מאכלים, װוי ,לאַטיק? און
אֵיאיר:װאָרצעל?? האָט נאָך קיין שקלאָװער תּושב קיינמאָל אין די
אויגען ניט געזעהן. פונדעסטוועגען איז דאָס אַלץ אין בענשערל
געווען אָפּגעדרוקט שװאַרץ אויף ווייס. מאַלע װאָס עס מאַכט זיך,
-- האָבּ נאָר, --- אַזױ האָט איהם ר' זימעל געטרײיסט --
אָנגעגרײט אַ גוטען בּענשערל אין בּוזעם, מזונות וועלען שוין מיר-
צעשעם זיין? | ר י
ניין, װי גאָט פאַרלאָזט איהם ניט! ואו האָט ער דאָ היינט
געקענט קלערען פון בּדענגען מערען אַ מתּנה? אַז אַרױס איז ערי
היינט ראַנעצקע, פון אָסטראָג װי אַן אַנטלאָפענער גזלן און געלאָפען
מיט שמחהלען, דורכן װאַלד, וי צוויי ווילדע מענשען. און אָט טראָגט
ער אַצינד אין קלומיק צוויי מעשה-ביכלעך און אַ תּחינה. פאַר סענ"
דערס שטובּ אַ מזוזהלע און פאַר זיך אַליין -- אַ בּלויאינקען בענ-
שערל. הייסט עס, אַז גאָט װעט איהם אויך אויף ווייטער ניט פאַָר-
לאָזען. מען װעט קריגען אַ פערד. מען װעט זיך צוריק אַרופזעצען
אויף דער פריש-אָפּגעפאַרבּטער קעלניע פון דער אַלטער בּריטש-
קע. און מ'וועט לעבּען. װיאָ, פּאַנדרע!
2
דאָס האַרץ האָט זי בּיידען שטאַרק געצויגען. בּיים געזעגענען
זיך היינט מיטן אָסטראָג איז נאָך געווען צו פריה עפּעס צו קויפען.
און אַפּילן די קראָמען װאָלטען שוין יאָ געווען אָפען, װאָלטען זיי
88
זיך אויך געשעמט, גלייך פון אָסטראָג, אַװעקלאָזען זיך אויפן מאָרק
אין די װינטער-מלבּושים, מִיט די װאַטאָווע היטלעך אויף די קעפּ.
זיי האָבען גערעכענט אָנצוקומען מיטאָג-צײיט אין מאַקאַראָװ
קי, און דאָרטען לאָזען זיך וואוילגעהן. פאַר פּויערים אין ניטאָ
װאָס צו שעמען זיך. זיי טאַפּען ניט, זיי קריכען ניט אין לעבּער
וי אידען. פאַר עטליכע קאָפּיקעס קען מען ביי זיי אײנהאַנדלען
א האלפטן פויערשען לאַבּען גרויט, אַ גוטען רעטאַך, אַ פּאָר אייער.
דער חשבון איז געווען אַ ריכטיגער, אָבּער דורך דעם עסק
מיט זימלעף דאָס ראַטעװען איהם, דאָס מינטערען איהם און דער-
נאָך בּאָדען זיך, זיינען פאַרלוירען געגאַנגען גוטע צוויי איבּריגע
שעה. און דאָס ניט האָבּען אין מויל פון אינדערפריה אָן האָט זיך
אַצינד שטאַרק געלאָזען פיהלען,
ניט קענענדיג מעהר פאַרטראָגען די ציהעניש אין האַרצען
פלעגען זיי, אַמאָל שמחהלע, אַמאָל פּאַנדרע, פאַרלויפען פון שליאַך
צווישען די בּוימער און אָפּפליקען עטליכע בּרוסניצע-יאַנדעס אין
טרוקענעם מאָך. אָבּער די דאָזיגע בּיים-וועג בּרוסניצעס, זיינען נאָך
געווען האַלב-גרין און ביטער-זויער אין טעם,
-- וואו, אַ שטייגער, -- קרימט זיך פּאַנדרע פאַר זויערקייט---
וואו האָט דאָס פריהער די שיקסע דערטאַפּט אַזעלכע רויטע ברוס-
ניצעס אין קערבעלע, אֵ? גויים האָבּען מזל,
-- זאָג דעם אמת -- הױבט איהם שמחהלע וידער אָן צו
טשעפּען -- מיינסט דו טאַקע נאָר די רויטע פרוסניצעס, צי אפשר,
טשאַסאָם, די רויטע שיקסע אויך! די הגדה צי די קניידלעך?
פּאַנדרעס האַרץ איז אַצינד פריי, מאַכט ער ניט מעהר קין
אָנשטעלעניש: |
--- איך מיין בּיידען? -- ענטפערט ער און לאַכּט,
-- נאַ? -- איז מיט איהם שמחהלע צופרידען -- אַז גאָט
וועט געפען װעסטו בּאַלד זיין אין מאַקאַראָװוקי. וװועסטו בַּיי איהר
די בּרוסניצעס אָפּקופען און אפשר נאָך עפּעס.. אין דאָרף וועט זי
זיך מעהר ניט שרעקען. װעסט זעהען. עפּעס שמעק איך, זאָג איך
דיר, אַז זי איו אין מאַקאַראָווקי. מיר דאַכט זיך, אַז. ס'איז מיקי-
טעס טאָכטער, דאַכט זיך מיר. געדענקסט דאָך מיקיטען! אַ בעל-גוף
89
אַ ערל. אַ קונד אוזערער געווען אַמאָל אין יאַטקע. פלעגם קומען
פאַר די חגאות קויפען ניט-געטרײבּערטע זאָדיקעס. אין ועגעל
פלעגט פיי איהם אָפּטמאָל זיצען אַ שיקסעל, אַ פּאַמפּעשקע, זאָב
איך דיר. אַן איין-איינציגע טאָכטער זיינע, קאַטערינקע, געדענקסט?
פּאַנדרען האָט זיך דערמאָנט: אַ הויכער גוי מיט אַ פלאַקסע-
נער װאָרד. אַ לאַנגע און שמאָלע בּאָרד װוי אַ רעטאַך פון פּאַקליע.
קליינינקע אויגעלעך האָט דער גוי געהאַט מיט פאַרריסענע גרוי"
סע נאָזלעכער, װאָס האָבּען איהם צוגעגעבּען אַן אויסדרוק פון פּויע-
רישער כיטרעקייט און חוצפּה. נאָר בּאמת איז עס געווען אַ גוטער
גזי, אַן עהרליכער, געווען בּאַקאַנט אין די אידישע יאַטקעס, און
אין וועגעל פלעגט פיי איהם זיצען אַ שיקסעל, אַ לאַכעדיגס, מיט
ברוינע אויגען און בּרוינע האָר,. אונטער אַ קאָלירטע כוסטקעלע.
זאָל דאָס טאַקע געוועזען זיין קאַטערינקאַ? וי אַ בּוים איז דאָך אויס-
געװאַקסען.
-- װאָס אַרט דיך? -- מאַכט שמחהלע, פּונקט װי ער װאָלט
געטראָפען פּאַנדרעס געדאַנקען -- איך האָבּ אַן אױג, זאָג איך
דיר. מיר וועלען זיך טאַקע אַראָפּלאָזען צו מיקיטען אין כאַטע עפּ;ס
איינקויפען. װועסטו זעהן, אַז ס'איז זי. זי --- זאָג איך דירי
די יונגע גויע, װאָס איז פון זיי פריהער אַנטלאָפען, שטעלט
זיך פּאַנדרען ווידער פאָר. איהר פּלאַמענדיגע קאַצעװײיקע איז גצי
שפּאַנט אויף איהר פּויעריש-גרויסער בּרוסט. דער אויסשניט פֿן
האַלז לאָזט זיך אַראָפּ אונטער דער קאַצעװייקע װי אַ שפיציגער
שטיק פון אַן אָנגעהױבּענער קאַװענע. ראשיהשנה מאַכט מען
, שהחיינוי" איבּער אַזױנע שטיקער... און דאָס קליידעל איהרס,
ראָז און בּלוי געפּאַסעקט, שאָקעלט זיך איבּער איהרע בּרױנע,
שטאַרקע פיס. איבּער איהרע היפטען. מערע שוימט ערגעץ-וואו
אַוועק... און אינמיטען הונגער, װאָס ציהט איהם בּיים האַרצען, גנבעט
זיך אַרױס אַן אַנדער הונגער, אַ מעהר פאַרטאַיעטער, אַ מעהר בי"
סיגער הונגער.
--- איך שטאַרבּ עסעױי -- גיט ער פּלוצלינג אַ בּריל צו
שמחהלען און ווייסט אַליין ניט וועלכער הונגער איז דער שטאַרי
קערער.
90
שמחהלע האָט לצעוודיג פאַרדרעהט דאָס מויל אָן אַ זייט,
געװאָלט עפּעס אַ זאָג טאָן און געבליבּען מיטן װאָרט אויף די
פּאַרקרימטע ליפּען. װאָרים אַ בּלאָז פון אַ קינדיש טראָמײיטערל
האָט זיך דערהערט פון הינטען און אַ באַסאָװער קול האָט טטראַ-
שענדיג אַ רוף געטאָן
-- העי, װוי! כטאָ טאַקאַי? סטאַי--אָי! (אוי, איהר! ער איז
דאָס? שטעה!)
פאַרציטערט זיינען שטעהן געבּליבּען בּיידע געוועזענע אַרעס-
טאַנטען. דער פינסטערער אָסטראָג האָט זיך מיט אַמאָל אָפּנעשל
קערצט ערגעצוואו. אַ פאַרפלויגענער שאָטען האָט זי אָנגעיאָנט.
עפּעס ווייטער אַ צרה! מ'האָט אימיצען אַרױסגעשיקט נאָך זי
נאָך איידער זיי האָבען נאָך פּאָספּעיעט אַרומצוקוקען זיך,
ערשט אַ צװייראָד-מאַשינדעל לויפט אויף זיי אָן, שטיל וי אַ רוה,
און שפּאַלט זיך אַרײן מיט דער פאָדערשטער גלאַנציגער ראָד
צווישען זיי ביידען. אַ פאַרדעכטיגער שװאָרצער פּאַרשױינדעל גיט
אַ שפּרונג אַראָפּ און כאַפּט אָן פּאַנדרען פאַרן אַרבּעל:
--- סטאָל |
דערשראָקען קוקען זיי בּיידע אָן דעם פּאַרשױנדעל. אַן אַנעג"
טעל פון דער מאָהליװוער פּאָליציי אודאי, אַ קליין נפשל שטעהט
צווישען זיי מיט א ברוינעם קאַשקעט. דער גװוויסער קאָזיראָק
אַראָפּגעלאָזט איבּער די שאַרפע אויגען. די בּרוינע הויזען אונטער"
געשפּילעט וי בּיי אַ צװיל-ראָד-פאָהרער. אַ שװאַרץ בּערדעלע פאַר-
שטעלט די גאָמבּע און די בּאַקען. אַ קוק וי מיט אַ מעסער אין
האַרצען, נאָר די ווייסע ציינדלעך פּליאַסקען געמין פון דעם
שװואַרצען בּערדעלע אַרױס. קריצט ער זיי? לאַכט ער מיט זייל
פאַנדרע איז געשטאַנען בּלאַס און פאַרגאַפט. עפּעס שרעק"
ליך און בּאַקאַנט איז דאָס פּניםל. צי האָט ער אָט דעם נפש ניט
געזעהן אין קאַנצעלאָריע פון אָסטראָג?.. נאָר שמחהלעס פּנים האָט
זיך גלייך גענומען אויסלויטערען. ער האָט אַרופגעשאַרט דאָס װאַ-
טאָװוע היטעל, כּדי בּעסער זעהן, אַ װויש געטאָן דעם אָנגעלאָפּענעם
שווייס און ניט זיכער אַ מעקע געטאָן
--- כװואָלט שווערען, 9ע--ע--
1
-- ע--ע--ע! -- מישט איהם איבער דאָס בּרוינע פאַרשויג"
דעל,. ער לאָזט אָפּ פּאַנדרעס אַרבּעל און גיט אויך אַ שאַר-אַרויף
זיין גרויסען קאַשקעט בּיזקעל שפּיץ קאָפּ.
| -- שעפּֿטעלע! -- שרייען אויס שמחהלע און פּאַנדרע ביל"
דע אין איין קול,
דאָס אָנגעטאָהרען פּאַרשױנדעל קוקט זיך פאָרזיכטיג אַרום,
און ערשט דערנאָך גיט עס אַ שפּריץ אין פויסט אַ פולען מויל גע"
לעכטער. קוים װאָס ער האַלט איין זיין צװיי-ראָד פאַר לאַכען
בּיידע אָסטראָגיחברים בּאַטראַכטען איהם נאָך אַלץ מיט אוים-
געריסענע אויגען,. שעפטעלע-גנב און ניט שעפטעלע. אַ בּראָך זאָל
איהם לעגעף ואו האָט ער דאָס אױסגעקראַצט אַזאַ קיילעכדיג
כּערדעלע, אַזעלכע טאָטערישע אַראָפּהענגענדע װאָנסעלעך?
--- טפו זאָלסטו װוערעף---קומט פּאַנדרע צו זיך -- דעם לע"
בּער האָסטו מיר אָפּגעריסען מיט דיינע חכמות.
--- איז וויפיל פּנימער האָסטו דאָס, דו גנב! -- ואונדערט
זיך שמחהלע און גיט אַ מאַך מיט די פּלייצעס --- זעה, פּאַנדרע,
אַ נאָמען נאָך איהם! אן אמתעי בּערדעל..
-- אַז מאיז אַ גנב, -- מאַכט שעפטעלע זעהר ערנסט --
אַז מ'איז אַזאַ גנב װוי איך, מוז מען קענען שפּילען פּורים-שפּיל.
אַלע טאָג עפּעס אַנדערש. אַמעהר נאָך, אַז איך בּין אַ , בּיעגלער?*).
נאָר... זעהט, קינדער, קומט בּעסער אַװעק פון שליאַך. אַ סך גליי-.
כער פאַר מיר און פאַר אייך.. | :
שעפטעלע האָט אַרײנגעשלעפּט זיין ניאינקען צװיי-ראָד
צווישען די בּוימער, און גלייך נאָך איהם זיינען אין װאַלד אריינ-
געלאָפען שמחהלע טורערו און פּאַנדרע. שעפטעלע האָט פלאַך
אַוװועקגעלעגט זיין מאַשין אויפן קיהלען מאָך און די אָסטראָג-
חברים האָבּען אָפּגעלעגט די קלומיקעס.
שעפטעלע װאַרפט-אָפּ זיין קאַשקעט פון די לאַנגע פּעף:
שװאַרצע האָר, און זיין קול קלינגט דאָ, אין װאַלד, אַבּיסעל זי"
כערער: + :
')אַן אַנטלאָפענערי
92
-- געװאָלט שוין פאַרקירעווען צוריק, געמיינט איהר זינט
שוין אין מאַקאַראָווקי. אין דאָרף װאָלט איך ניט אַרײנגעפאָהדען,
ס'איז מיר דאָרטען אַבּיסעל... הפּלט, אין מאַקאַראָוקי דאַרף איף
זיך ניט ווייזען. טרעף איך מיט אַ מאָל אָן צוויי פּאַקענטרעגער
אויפן שליאַך. געזעהן דאָ צוויי פּאַרשױנען? װועמען? דעם און
דעם? זיי האָבּען מיר אפילן די נעמען אָנגערופען. אָקאָרשט גע"
בּאָדען זיך מיט זײי. עפּעס האָבּען זיי צווישען זיך געלאַכט. גצ-
װאָלט זיך אָפּשטעלען, בּראַיען מיר א קאָפּ. נאָר איך האָבּ גלייך
אָפּגעצויגען,
שמחהלע און פּאַנדרע קוקען זיך פילדייטיג איבּער. און שעפ-
טעלע רעדט ווייטער;
-- זענט איהר גאָר אַװעק צופוס װי די טאַראַקאַנעס, זענט
איהר גאָר? אַ שענע אַרבּייט האָט איהר מיר אָנגעמאַכט. גטמיינט
איהר וועט אָפּפאָהרען מיטן פּאַרעכאָד. מ'האָט מיר שוין צו וויסען
געגעבּען ווען מ'לאָזט אייך ארויס. הינע איך פון אינדערפרי װ5
אַ הונט. כ'שטעה פיים מאָהליווער פּריסטאַן און די שקורע אי-
טערט אויף מיר. װאָרים זוכען טחוט מען מיך אומעדום. אַ פֹּאַ-
רעכאָד קומט אָן און אַ פּאַרעכאָד געהט אַװעק. די העכט זיינען
| נישטאָ: איך לויף אַהער, איך לויף אַהין. פון דער ,אַרבּייט'' אָפּ-
געריסען זיך --
-- עס פגאַרבּײט? זיך עפּעס גוט! -- שלאָגט איהם איבער
טורערו מיט זיין געזאַלצענעם שמייכעלע.
-- געלויבּט איז גאָט -- װערט שעפטעלע זעהר ערנסט,
וי אַן איינגעפונדעוועטער סוחר, װאָס װערט אויסגעפרעגט פון
א צווייטען סוחר אויף קרעדיט -- עס אַרבּייט זיך גאָר גוט. און-
טער די אויגען זיינען מיינע ,,יאַטען" ניט אַזעלכע בריות: אַז איף
בין בּיי זיי איז עפעס אַנדערש,
-- דף! -- וואונדערט זיך פּאַנדדע -- דו נעמסט נאָך אַלץ
אַריין גאָט אין קאָן? בּאַלד סליחות-צייט, שעפטעלע!
-- יעדער אויף זיין שטייגער! -- בּאַליידיגט זיך שעפטעלט
א האָר ניט -- נגידים, אַז זיי שפּילען קאָרטען גאַנצע נעכט, געמען
אויך אַריין דעם רבונוישל-עולם אין קאָן. כ'האָב זיי געזעהן שפּי-
3
לענדיג אין מאָהליוו, אין דאַנציג אויף דער קור... זיי מעגען? מעג
איך אודאי. מיט בּלוט און מיט אַנגסט קומט מיר יעדער רובּעל
אָז. זי קומט אָן גרינגער, זאָג איך אייך..
3
ער רעדט געלאַסען שעפטעלע. און רעדענדיג העקעלט ער
אָפּ דאָס דריי-עקיגע לעדערנע בייטעלע פון צװי-ראָד, ציהט-
אַרױס אַ פלאַכע פלעשעלע מיט עפּעס אַ בּרוינע משקה, שרויפט"
אָפּ דאָס בּלעכערנע הײבּעל פון פלעשעלע, גיסט זי אָן פול און
דערלאַנגט פּאַנדרען ער זאָל פארזוכען, דערנאָך שמחהלען. דער"
נאָך גיסט ער אָן זיך אַלײין
-- אֵי, אִי! -- מאַכט פּאַנדרע און פּאַסמאַקעװעט זיף --
שעפטעלע, עס אין דאָך עפּעס גאָר אַן אַנטיקי
-- פראַנצויזישער קאָניאַק! -- ערקלערט שעפטעלע מיט
אַ זעהר באַהאַװענטער מינע -- אַ טעם, אַז.. איז וויפיל, פּאַנדרע.
האָבּען מיר זיך ניט געזעהן?
--- שוין בּאַלד אַ יאָהר. נאָר גריסען פון דיר האָבּ איך געהאַט,
אַמאָל מיט טאַבּאַק, אַמאָל אָהן טאַַקײ דאָ, מיט אַ וועלכע פיער
חדשים צוריק, האָט מיר דיינער אַ ,יאַט" געבּראַכט אַ ג"ס פון
מערען. אַז דו האָסט זי געזעהען,. מערען,. מיט מיין יאַטעל אויף
די הענט. ביים פּאַרעכאָד אין שקלאָ, דאַכט זיך, בּיי זונדעלי
גאָטס-גנבס הייזקעייי
-- יאָ, -- לאָוט שעפטעלע א אַראָפּ די אויגען, װי פאַרשעמט
פון פּאַנדרעס דאַנקבּאַרען קוק -- מ'האָט געטאָן װאָס מ'האָט גע"
קענט. מ'האָט געשמירט, מ'זאָל דיך אַװעקנעמען פון די אָפּטרי-
טען און מ'זאָל דיך בּאַלד נאָכן ,סראָק! אַרױסלאָזען. קאָנסט נאָך
ניט פאָניעס פּאַראָנדקעס. נאָכן סראָק הױבּען ערשט אָן געהן פֹּאַי
פּירען אין קאַנצעלאָריע. און איידער מען שרײבּט דיך אַרין אין
אַלע פּאַפּירען געהען אַריבּער חדשים. זיי האָבּען צייט די פּיאַני
צעס. װאָלסט נאָך אויף סכּות אויך אינדערחיים ניט געוועף
4
-- בּיסט אַ גוטער-בּרודער! -- לויבט איהם פּאַנדרע אין די
אויגען -- צעהן נייע-נגידים אַ כּפּרה פאַר איין שעפטעלען. נאָר
זעה, שעפטעלע, היט זיך די בּיינער! דו פאָהרסט מיר צופיל אַרום
אויף דיין , רעדעל""... און װי אַז מען כאַפּט דיך?
-- אַז מיכאַפּט מיך האַדהאַ, װעל איך דערצעהלען די מעשה!..
אַזױ צולאַכט זיך שעפטעלע און ציהט אַרױס אַ בּלאַנקען פּיסטאָל פון
דער הינטער-קעשענע, לעגט איהם ליבּליך אַװעק אויף איין קניע און
גלעט איהם מיט דויי פינגער, װי מען גלעט אַ קלײן קעצעלע.
דער בלאנקער מעטאַל האָט זיך, דאַכט זיך, צעשמייכעלט אונטער
אַזאַ צערטליכקייט,
-- פאַרשטעהסט? -- פאַרקוועטשט שמחהלע איין אויג און
מיט דער צווייטער קוקט ער אָן פּאַנדרען---פאַרשטעהסטו שוין, װאָס
פאַר אַ פּרייקע דיין שעפטעלע איזן
-- און װאָס ה אַ ס ט ו געמיינט, דו קצב-יונג? --- אַזױ ווענ-
דעט זיך שעפטעלע האַלב-ערגסט האַלבּישפּאַסיג צו שמחהלען --
מיינסט מען גנבעט די גרעניץ אין טלית און תּפילין? אָדער מען
שטאָפּט אָן אַ קעשענע גאָלדענע זייגערס מיט אַ קאָך-לעפעל? גע-
לויבט איז גאָט, שעפטעלע ווייסט װאָס ער האָט צו טאָן
-- שעפּטעלע! -- שלאָגט איהם פּאַנדרע איבער -- לאָז
ישוין גאָט צו"רוה! אפשר האָסטו בּעסער מיט װאָס צו פֿאַרבײיסען?
איך שטאַרב,
-- היינט װאָס-זשע שווייגסטו? --- רופט זיך אָפּ שעפטצלע.
ער גיט זיך װידער אַ כאַפּ צו דער דריי-עקיגער בייטעל פון צויי-
ראָד, ציהט אַרױס אַ דאַרע קישקע אין ריינעם פּאַפּיר איינגעווי"
קעלט, שניידט אָפּ רעדעלעך און צוטיילט,
מ'האָט נאָך אַ מאָל געמאַכט לחיים, און טאַקע אַ דריטען מאָל,
דאָס בלעכענע הײבּעל פון דעם קאָניאַקיפלעשעלע איז דריי מאָל
אַרומגעגאַנגען אַלע דריי געוועזענע חברים פון אָסטראָג. און צווי"
שען איין לחיים און צווייטען האָט מען פאַרבֿיסען מיט דער קנאַ-
בּעלדיגער דאָרער קישקע,
שמחחלע קייט געשמאַק און טשעפּעט זיך. אַנדערש קען ער
ניט;
93
-- איז אָהן גוטשינקע זאַכען לאָזטו זיך גאָר י פון שטובּ נישט
אַרױס? ווי?
--װאָס דען? -- מאַכט שעפטעלע -- אַלֶע גוטשינקע זאַכען
איבּערלאָזען פאַר די נגידים? דיר, פּאַנדרע, האָבּ איך שוין, דאַכט
זיך, איינמאָל געזאָגט, אין אָסטראָג, דאַכט זיך: איך האַלט, אַז
איך בּין בילכער.. |
-- כ'געדענק, כ'געדענק! -- טאַקעל צו פּאַנדרע און פּאָס-
מאַקעװעט זיך. פונם קאָניאַק אויפן ניכטערען מאָגען איז אַװעק
אַ זיסע פּאַרע איבּערן מוח, און אַ נעבּעלדיג שלייערל האָט זיך גע"
נומען וויגען פאָר די אויגען. אַלץ איז געװאָרען גוט, אַלץ איז גע-
װאָרען רעכט. אַבּי מ'זיצט צוזאַמען און מען חברט זיך,
-- יאָ, -- דערמאָנט זיך פּלוצלינג שעפטעלע -- אַ פּעקע-
לע טאַבּיק פון מיר האָט איחר היינט געקראָגען? |
-- געקראָגען, געקראָגען? -- ענטפערן בּיידע אָסטראג-חברים
צוזאַמען. | |
--- איך מוז אַלץ וויסען, צי מיינע , יאַטען" נאַרען מיך ניט,
אָט, נעם, פּאַנדדע! כ'האָבּ דיר געבּואַכט עטליכע רובּעל צום
פּאַרעכאָד. אַן אומזיסטע טרחה געווען. קומסט אַהיים אויף לעדי"
גע ווענט. איז אָט!!ּ שטופּ מיר ניט די האַנט צוריק! איך שענק
קיינעם ניט. וועסטו האָבּען. וועסטו אָפּגעבּען. און אָט אין אַ קאָנ"
ווערטעל מיט מיין אַדרעס. ס'וועט דיר צונוץ קומען. סאיז ניט
מיין אַדרעס, מיין ניט!,, נאָר מ'וועט מיר שוין אָפּגעבּען. װעסט
עפּעס דאַרפען -- שרייפ אָן
--- כ'וועל אָנשרײבּען, כ'וועל אָנשרײבּעף -- זאָגט נאָך
פּאַנדרע מיט אַ צעשוואומענעם שמייכעלע און דרעהט דעם קאָנ-
ווערטעל צווישען די האַרטע פינגער, וי עפּעס גאָר אַן אײידעלפ
צאַצקע פון גלאָז. נאָר מיטאַמאָל פאַרטראַכט ער זיך;
--- איך -- דיר שרייבּען? -- װאָס װעל איך דיר שריבּען?
-- וועסט דאַרפען? -- רעדט צו איהם שעפטעלע וי פון סדור
אַרױס -- וועסט אַמאָל דאַרפען..
--- בּייס דיר אָפּ די צונג, שעפטעל! דו הערסט? אויף װאָס
- װעל איך דיך עפּעס דאַרפען? אויף איינברעכען שלעסער אפשרן
06
-- כ'האָבּ. דיר שוין אַמאָל געזאָגט, -- מאַכט שעפטעלע גאַנץ
רוהיג, און גיט אַ טרייסעל מיט די געדיכטע אָפּגעלאָזענע האָר
אויף דעם שפּיציגען קעפּעלע -- אַזֹ מ'זיצט איינמאָל, זיצט מען
אַ צווייטען מאָל, פאַר גנבות צי פאַר שלעגעריי, ס'אַלץ איינס. עס
ציהט... וואו װעסטו אַהינטאָן דיין כּח, פּאַנדרע? אַצינד, נאָכדעם
וי מ'האָט דיר אָנגעטאָן די געבּרענטע צרות אומזיסט און אומ-
נישט. עס מוז אַרױסגעהן -- זאָג איך דיר. פאַר ניט געבּען
קלעפ דעם פּריסטאַו בּיסטו געזעסען און פאַר אמתע קלעפּ װעסטו
נאָך זיצען. עס מוז אַרױס דער פאַרטאַיעטער כֹּח. מיינסט, אַז דו
וועסט אַצינד קענען פיהרען די מערידאַלניקעס צום פּאַרעכאָד
און פון פּאַרעכאָד!: אידענעס מיט קאָשיקעס אַרומפיהרען און
קוים דערהאַלטען די גשמה? ס'איז ניט פאַר דיר פּאַנדרע: געדענקי
--- מיינע װערטער! -- וואונדערט זיך פּאַנדרע און גיט זיך
אַ קעהר צו שמחהלען --- היינט אין דער פרי... געדענקסט?
שמחהלע לאַכט... צי האָט ער טשאַסאָם שעפטעלען ניט אַױײיג-
געבּורטשעט עפּעס אין אוער אַרײן? עפּעס אָפּגערעדט צוישען
זיך?... די פּאַרע פון פייערדיגען קאָניאַק בּרויזט אויף אין פּאַנדרעס
קאָפּ. ער שטעלט זיך אויף:
-- זאָג נאָר, שעפּטעלע! מיינסט, אַז דו האָסט מיין אידענע
געגעבען עטליכע קערבּלעך און מיר דאָ עטליכע קערבּלעך קענ-
סטו שוין מיר זאָגען דעות װאָס איך האָבּ צו טאָן? מיר, פּאַנדרען?
נאַ, נעם דיר אַװעק דיינע געלאַטכענטע ממתּקים, מיט דיינע אַד-
רעסען, און טראָג זיך אָפּו װאָרים איך צובּרעך דיר דאָ באַלד דיי-
גע עצמות מיט דיין גנבישער מאַשין צוזאַמען..
-- שאַ -- שאַ -- שאַ! -- שפּרינגט שעפטעלע אויף װי אַ
וועווערקעלע -- האָסט ניט געדאַרפט נעמען קיין בּיסעל משקה
אויפן ניכטערען מאָגען! בּאַהאַלט בּעסער, פּאַנדרע, דיינע קולאַ-
קעס פאַר גויים! ס'וועט דיר צוניץ קומען. װועסט זעהען..
אַלע דריי האָבּען זיך אויפגעשטעלט. שמחהלע האָט אָנגע-
רוקט דאָס װאַטאָווע היטעל איבּער די אויגען, אויפגעקליבען דאָס
צושאָטענע געלט, דעם קאָנװערטעל מיטן אַדרעס און אַריינגערוקט
97
- צוריק פון אסטראָג (7)
אין פּאַנדרעס קלומיק. ער האָט דערבּיי געבּורטשעט ניט צו שעפ-
טעלען, ניט צו פּאַנדרען, ניט צו זיך אַליין
--- װאַרפט זיך מיט געלט! -- אַ קדחת װאַרפט איהם. ער
בּרענגט דאָך די גרויסע אפּותּיקי דער ווייבּ בּרענגט ער! ר' זי
מעלס אַ תּחינה בּרענגט ער איהר! די יוכע האָט זיך שוין אין איהם
ווידער צוקאָכט. מיך האָט ער שוין היינט אויך געװאָלט שלאָגעןי
פאַר אַ װאָרט. גרינג אויף גרימצאָרן איז ער מיר געװאָרעף העף
אַז מיקען ניט נעמען קיין ביסעל משקה, נעמט מען גיטי
שעפטעלע האָט דערוויילע אויפגעהויבּען זיין צװײי"ראָד און
פאָרזיכטיג אַרױסגעקוקט אויפן שליאַך, צווישען די סאָסנעס /
--- נאַ, -- מאַכט ער --- קינדער! איהר בּליבּט נאָך דאָ אַ
וויילעצקע, איך מוז אָפּציהען. גלייכער ניט אַרױסצוגעהן אױפן
שליאַך אַלע אויף איין מאָל, און דו, בּרודערינח, זיי ניט בּרוגו אָט
וועסט קומען אַהיים, וועסט אָנקנײפּען דיין יאַטעל אין ,.מחילה"י
וועסט זיך אויסשלאָפּען מיט מערען זייט בּיי זייט --
מערע איז פון תּמיד אָן געווען פּאַנדרעס שװאַכער אָרט. ער
האָט פלוצלינג אַ שפּרונג געטאָן צו שעפטעלען און אַ הױבּ געטאָן
איהם מיט זיין צװיידראָד צוזאַמען, װי מ'הױיבּט אויף אַ קינדער
צאַצקעלע.
שעפטעלען איז דאָס מוטער-מילך איינגעפאַלען: אָטיאָט צושי-
טען זיך איהם אַלע ביינדעלעך, און קיין שרייפעל װעט אין זין
פאָהר-מאַשינדעל אויך גאַנץ ניט בּלייבּען. ער גיט אַ קוק אַראָפ--
ערשט אַ נס איז געשעהן. פּאַנדרעס ווייסע ציין לאַכען צו איהם
אַרויף גוטמוטיג און מיטן זעלבּען שמייכעל לאָזט איהם פּאַנדרע
צוריק אַראָפּ אויף דרערד. איהם און זיין מאַשינדעל, פּאַװאָליעי
וי מען לאָזט אַראָפּ אַ קינד מיט זיין רייט-וועגעלע.
-- גוט דערשראָקען זיך, אַז -- צולאַכט זיך פּאַנדרע א
כאַפּט זיך אָן בּיים גאַרטעל -- דו האָסט מיך פריהער איבּערגעי
שראָקען, אַצינד --- איך דיך! זיינען מיר בּיידע --- קוויט... פאָהר
געזונטערהייט,. שעפטעלעי
98
פּאַנדרע אַן אָקסענקעמפער
4
קיין גאַנצען װיאָרסט זיינען פּאַנדרע און שמחהלע ניט אָפּנע-
גאַנגען, נאָכן צוזעגענען זיך מיט שעפטעלען, און די פעלדער, װאָט
רינגלען אַרום מאַקאַראָווקי, האָבּען זיך גענומען אַנטפלעקען
דער װאַלד האָט זיך קודם-כּל צורוקט וי אַ גרויסער טויער,
וואו די פּריטעלקעס זיינען -- אַלטע סאָסנעס אוך דער פַּױ-
גען -- די בּלויקייט פון הימעל. אינ'ם דאָזיגען שאַרף-קאָלירטען
טויער האָט גענומען שיינען דאָס מאַטע גאָלד פון אָפּגעשניטענצ --
און דאָס גלאנציגע גאָלד פון נאָך ניט-בּאַריהרטע פעלדער: צואַ-
מענגעפעכערטע סנאָפּעס און רונדע סטאָגען פון אױיסגעדראשע:
נע שטרוי, |
מאַקאַראָווקי האָט זיך נאָך ניט אָנגעזעהן זי איז געבליבען
ערגעצוואו נידעריגער פון די פעלדער, אין אַ טאָל, און נאָר אַ װי-
טער בּילען פון הינט און אַ צוגאַנגענער פלויער רויכל האָבּען אָג-
געזאָגט, אַז ערגעצוואו, אין אַ בּאַרג-אַראָפּ, אין דאָ אַ ישוב,
פון אונטער די פאָרוויסע פּיאַטעס ביי אונזערע צויי פוס-
געהער, זיינען אויף אַלע זייטען געשפּרונגען גרינע און ברוינע
סוף-זומער גרילען, וי די פונקען פון אַ געשמידטען אייזען זיינען
זיי געשפּרונגען. ס'האָט זיך געדאַכט, אַז די מאָרפיסע גראָבט
מענשען-פיס שרעקען איבּער אַלע וויילע, און טראָט נאָך טראָט,
אַ נייע גרינינקע דינפיסיגע קאַפּעליע פון כּלי"זמר-לילעפּוטלער.
99
| כאָפּט יעדערער סמיטשיק און פידעל אונטערן פּאַכװע און,,. שפּײיץ!
שפּריץ!.,,. היפּען אַװעק וואו עס מאַכט זיך, טרעפען אַריין אין אַ
פרעמדען מזיק-פאַראיין, און פּאָדאַװאַי פידלען די איבּערגערי"
| סענע נגינה, װוי בּיי זיך אינדערהיים..
דער גרויסער פעלד-אָרקעסטער פון די גרילען האָט אַז
אַ האָר ניט געליטען פון די ניט-געבּעטענע, שװער-שפּרייזענדיגע
פיער מענשליכע פיס... די פעלדער אַרום האָבּען געזאָטען פון אַ
פלייסיגען אינטאָניגען מזמור, וואו יעטװעדער איז פידלער און
יעדער איינער --- קאַפּעלמײסטער. אַלע װי איינער. איינער װי אַלע.
--- סאַרסאַיסאַ! און סאַרסאַ!... אָהן אָנהױבּ און אָהן סוף, אָהן
אינהאַלט און אָהן ציל. סתּם הפקר-פּעטרישקע און געפידעלט זאָל
ווערען!יי און פונדעסטוועגען איז דער טרוקענער און צושאָטענער
ניגון אַרױסגעקומען אַזױ בּרייט און זאַט, אַזױ פחברותאדיג-אויסגע"
האַלטען -- ער האָט זיך אָנגעהערט וי אַן איינגעהאַלטענער זונען"
געלעכטער, װאָס שיסט און זידט דורך אַלע שפּעלטלעך פון דער
ערד און דורך אַלע זאַנגעזירעהרלעך. ער האָט זיך אָנגעהערט װי
די שטים פון אַלע איבּערגעזיסטע זאַפטען אין דע ערד, װאָס זיי"
נען איבּעריג געבּליבּען נאָכן פעלדערישניט און יערען אונטער
דער הייסער זון: סאַיסאַיסאַ און סאַ-סאַײײי
די דאָזיגע איינטאָניגע זיד-מוזיק פון דער ערד, האָט זיך איך
דריבּנע ציטערונגען איבּערגעגעבּען אונזערע ביידע װאָגלער, דורך
די באָרפיסע פיס. װוי דורך גרויסע און לעצעדיגע קאַמערטאַנען
האָט זי זיך איבּערגעגעבען, דורכגענומען זייערע לײבּער, צולאָי
פען זיך איבּער דער הויט און ליבּליך געקיצעלט, וי פּענכערלעך
פון װאַרימע זעלצער-װאַסער... סאַיסאַדסאַ און סאַיטאַ!
אין די אַלערלײ גאָלד-שאַטירונגען פון די אַראָפּיצאַרגיגע"
פעלדער האָבּען זיך אָנגעהױבּען אױיסצופּרייגען איינצעלנע ווייסע
פלעקען פון פויערים און פּויערטעס, פון שניטער און גאַרבּען
בּינדער, אין אַלערלײ פּאָזעס פון שטעהן, פון געבּויגענקייט א
פון זיצען.
-- כ'האָבּ מורא, --- מאַכט שמחהלע --- אַז אין דאָרף וועלעך
, 100
מיר קיין ציינדעל קנאָבּעל ניט קריגען. זעהסט דאָך! אַלע זיינען אין
פעלד,
פּאַנדרע האָט אַ מאַך געטאָן מיט די פּלײצעס, די פּאַרע פון
שעפטעלעס קאָניאַק איז איהם געשטאַנען אין קאָפּ. אינם גאָלדיגען
שיין פון די פעלדער איז פון דער פּאַרע אויך געװאָרען גאָלד, אַ
װואַרימער. שפּינװעבּס איז איהם געהאַנגען פאַר די אויגען. יאָ קרי"
גען, ניט-קריגען װאָס צו אכלען.. אַבּי מ'איז פריי, מ'געהט צווי"
שען פעלדער. ס'איז גוט אױיף גאָטס װעלטו |
כּדי צו אָפּקירצען דעם וועג, האָבּען זיך די געוועזענע אַרעס
טאַנטען גענומען אין דער קרום, דורך די אָפּגעשניטענע תבואה-
פעלדער. די קורצע קאָרן-װאָרצלען האָבּען אָבּער געשטאָכען וי
דראָטענגע בערשטלעך און גיך מיד-געמאַכט די פּיאַטעס, האָבען זיך
פּאַנדרע און שמחהלע געמוזט קאֲליץ מאַכען דאָס פאַרגעניגען פון
געהן בּאָרפיס, געמוזט אַרױסציהען די שטיװאַלעס פון די קלומי-
קעס און אריינגעקראָכען אין די דושנע כאָליאַװעס, |
לעבּען דעם גרעסטען סטאָג שטרוי, אינמיטען פעלד, אין גע
שטאַנען אַ הויכער גוי, אַבּיסעל איינגעהויקערט איז ער געשטאַנען
און זיין לאַנגע גרוי-פלאַקטעגע בּאָרד איז אַראָפּגעהאַנגען,. װי א
צייטיגער רעטאַך. אין איין האַנט האָט ער געהאַלטען אַ סערפ און
מיט דער צווייטער האָט עֹר בּאַדעכעלט די אויגען. די גרויע אויגען
זיינען געווען פאַרשוואומען אין שאָטען. נאָר אַ פּאָר גרויסע, שװאַר"
צע נאָזלעכער פון אַ קורנאָס האָבּען אָנגעקוקט די אונבּאַקאַנטע,
װאָס נעהנטער נח און שמחהלע זיינען צוגעגאַנגען, אַלץ בֹאַי
קאַנטער האָט זיי דער גוי אויסגעזעהן. טורערו האָט אויך געמאַכט
אַ דעכעלע איבּערן שטערען און אַ זאָג געטאָן צו פּאַנדרען;
-- מיקיטאַ! װי איך פין אַ איד --- מיקיטאַ!
ניט װאַרטענדיג בּיז פּאַנדרע װעט אויך דערקענען, װאָס פאַר
אַ מיקיטאַ דאָס איז, האָט זיך שמחהלע אַ לאָז געטאָן צום גוי;
-- באָך נאַ פּאָמאָץ, כאַזאַיף (אַ גאָט-העלף, בּאַלעבּאָס!)
אַז פּאַנדרע אין נאָהענט צוגעגאַנגען, האָבּען שוין שמחהלע
און מיקיטאַ פריינטליך גערעדט צווישען זיך, װוי צוויי אַלטע באַ-
קאַנטע. שמחהלע, וייזט אויס, האָט שוין פּאָספּעיעט צו דערצעחי
101
לעז פון װאַנען זיי ביידע קומען דאָס אָן. װאָרים מיקיטאַ. האָט
שמחהלען פּויעריש-גוטמוטיג געטרייסט; |
-- בּיאַדאַ... ניטשאַװאָ! (אַן אומגליק... ס'מאַכט ניט!)
וי יעדער פּױער פון דאָרף, װאָס. קען דעם טעם פון פּאָדאַט-
קעס אוּן פון אוריאַדניק, פון אבות-אבותינו אָן, האָט אויך מיקיטאַ
געקוקט אויף יעדער אַריינמישען זיך פון פּאָליצײ, צי גערעכט, צי
אומגערעכט, וי אויף אַן אָנשיקעניש. זיצען אין אָסטראָג, אַבּי נישט
פאַר גנבה און. גזלה, איז אויך ניט קיין פלעק אין דער משפחה.
פאַרקעהרט, ס'הייסט אַ מענש האָט געליטען פאַרן אמת:
--- ניטשאַװאָ! מיט אַלעמען קען עס טרעפען. אָפּנעזעסען --
פּטור געװאָרען. נו, אַצינד װעט גאָט העלפעף!
-- און איהם געדענקסטו ניט? -- ווייזט אָן שמחהלע אויף
פאַנדרען, געדענקסט? אַמאָל מיינער אַ שכן אין יאַטקע געווען. נאָי
(נח)... פאַר... אַרײנפאָהרען דעם פּריסטאַװ אין מאָרדע איז ער .
אָפּגעזעסען. ,
אַזאַ כראַבּרעקײט, װי דערלאַנגען דעם פּריסטאַוו וואו עס גע"
הערט צו זיין, האָטׂ פּאַנדרען שטאַרק געהױיבּען אינם גויס אויגען.
מיט אַזאַ מוראדיגען פאַרנעם אין די ענינים פון געבּען אין מאָרדע
קען זיך, בּאמת, קיין אָנגעשראָקענער פּויער פון דאָרף ניט פאַר"
מעסטען! און ניט-וויסענדיג וי אוֹיסצודריקען זיין בּאַוואונדערונג,
האָט אים מיקיטאַ גלייך פאַרבּעטען זיצען אין שאָטען פון סטאָג,
-- אַ דאַנק! -- מאַכט שמחהלע אָנשטאָט פּאַנדדען -- מיר
איילען זיך!.. יאָ, װאָס האָבּ איך געװאָלט זאָגען! דו, מיקיטאַ, האָסט
דאָך אַמאָל געהאַט אַ טעכטערל, אַ בּת-יחידקע.. װאָס מאַכט זי?
עפּעס זעהט מען זי דאָ ניט אין פעלד,
-- אָקאָרשט איז זי דאָ געווען. -- מאַכט מיקיטאַ און שמיי"
כעלט אין דער שמאָלער בּאָרד --- אָדכאָז פון דעם מיידעל איז שוין
געװאָרען אַ מויד -- אַ יאַגדע. אויף דעם חתן אויף איהרען װאַרט
זִי היינט. אַ סאָלדאַט, אויסגעדינט זיך אין פּאָלק. קומט ער היינט
פון שטאָט. פּוצט זי זיך אַ גאַנצינקען טאָג. בּרוסניצעס האָט זי פאַר
איהם אָנגעקלינען. אָדנאָדסלאָװאָ (מיט איין װאָרט) -- וייבּערשע
עסלים!
102
-- בּריטניצעס? -- פרעגט איבּער שמחהלע און קוקט זיךף
איבּער מיט פּאַנדדרען -- מיר דאַכט, מיר האָבּען זי געועהן אין
װאַלד מיט אַ קערבעלע. ניט אין אַ רויטער קאַצאַװײיקע -- דיין
טאָכטער?... אָט. זעהסט, זי האָט זיך פאַר אונז דערשראָקען און אַנט-
לאָפען. אַנטלאָ---אָפען...
-- אָט וי, כאַיכאָו צולאַכט זיך מיקיטאַ פון זיין מוידס
חכמה -- אָט אַ ציג אַ שפּרינגענדיגע. געמיינט -- בּראָדיאַגעס..
ניטשאַװאָ:
וי קומט דאָס, --- פרעגט זיך נאָך שמחהלע -- װאָפ
אין אַזאַ גאַריאַטשקע אויף די פעלדער לאָזטו זי אַרומלױיפען?
-- איין איינציגע איז זי בּיי מיר, -- שמיינעלט מיקיטאַ --
דער חתן איז פילכער. צוויי פּאַראָבּקעס געדונגענע אַרבּייטען בי
מיר. זי איז דאָך בּיי מיר די באַלעבּאָסטע אויך. מיין אַלטיטשקע
,;צאַרסטװאָ ניאַבּעסנאָיע"+) איז שוין בּאַלד פינף יאָהר געשטאָר-
בּען. ווייסט דען ניט? איז אָט בּאַלעבּאַטעװעט זי בּיי מיר, מיין קאַ-
טערינקאַ. דערלאַנגט דעם זיידען עסען. מיין אַלטיטשקען , באט-
קאָי הייסט עס. -- ער זיצט אויף דער פּריזבע און װאַרימט די
קראַנקע פיסלעך, דער אַלטיטשקער. פונדעסטועגען -- מין
ניט!.. אָט ערשט איז זי דאָ געווען און געהאָלפען מיר אַ שמה"
צוויי. אינדערפריה האָט זי מיר אויך געהאָלפען. אַ גוטע מויד --
כולאַ טע"ע באָזשעו **)
פון דעם גויס בּאַרעדעוודיגקייט און פון זיין טאָכטערס מעלות,
האָט פּאַנדרען גענומען ציהען אונטערן לעפעלע. ער האָט דאָס ניט
אויסגעהאַלטען,
-- איך שטאַרבּ עסעף -- גיט ער מיט אַ מאָל אַ בּרום צף
שמחהלען --- קום! |
--- ווייסט אפשר ניט? -- גיט שמחהלע פאָרזיכטיג אַ פרעג
בּיים גוי --- מירן עטּעס קריגען צו עסען אין דאָרף? פאַר... פאַר
געלט. קיין , כאַרטשיי בּיז שקלאָוו ניט מיטגענומען,
") עליה השלום,
*') געלױבט איז גאָט.
103
-- עסען איז אַ. גוטע זאַך...---איז מיקיטאַ מסכּים---געה, סימ-
כאַ (שמחה) צו מיר אַהים! אָט דאָ אַראָפּ-פעלד, װעסט געפינען
אַ שטעגעלע אין דאָרף אַריין. מיין קאַטערינקא װעט אייך געבּען
בּרויט מיט קװאַס, אייער פרישע, אַן אוגערקע. אַלץ איז דאָ. וועסט
זאָגען איך האָבּ געהייסען. און געלט -- מען דאַרף ניט, סימכאו
אָט װועט בּאַלד זיין חתונה ביי מיין קאַטקען, וועלען מיר קומען אין
שטאָט איינקויפען. בּיי דיר אין יאַטקע וועלען מיר אויך זיין. מירן
זיד שוין אויסרעכענען, סימכאַ!
:
קווער דורך מיקיטאַס פעלד, האָבּען זיך די אָסטראָגיחברים
אַראָפּגעלאָזט קיין מאַקאַראָווקי.
שטאָלץ איז מאַקאַראָווקי אויף איהרע בּרויט-פעלדער, װעַל-
כע ליגען גוט אין דער זון, אויף שענע באַרג אַראָפּען. דער װאַלד
אַרום באַשיצט זיי פון צוֹ שטאַרקע ווינטען און די זון ציהט צו זיך
אַרױי די זאַנגען פריהער װי אויף אַנדערע פעלדער אינם זעל-
בּען געגענט. די קאַרשען-בּוימלעך, וועלכע גרענעצען דאָ אָפּ איין
נחלה פון דער צוייטער, בּאַזאָרגען שקלאָוו מיט די ערשטע פרות
אויף "שהחיינו"י. דערפאַר אָבּער, בּשעת דער שניי שמעלצט זיך,
ליידט מאַקאַראָווקי פון פאַרפלייצונגען. אַלע פרױהלינג-װאַסערען
לויפען זיך צונויף, אונטען אין דאָרף; מאַכען טייכלעך פון איהרע
גאַסען און בּרונימער -- פון די שטאַלען. און סיקומט אָפּטמאָל אויס
צו ראַטעװען דעם סקאָט אויף די הויכע פעלדער אין די שייערען,
ניטאָ קיין מעלות אָהן חסרונות,
-- עס געהט אַ גאַנג, אַ? -- אַזױ מאַכט שמחהלע צו פּאַנדרען
און פאַרקוועטשט אַן אויג,
עון שמחהלעס העויה גיט פּאַנדרען אַ צופּ אין האַרצען נאָר
ער מאַכט זיך, אַז ער פאַרשטעהט ניט װאָס שמחהלע מיינט, אַז
דאָס מיינט ער מיקיטאַס כּאַטע מיט קאַטערינקען צוזאַמען.. מאַכמ
פּאַנדרע אַן אָנשטעל פון אַ הלעיטנו -- אַ פרעסער, בּיי װעמטן
104
די קישקע שטעחט העכער פון אַלע זאַכען אויף דער וועלט, און גיט
גראָבּליך אַ בּרום:;
-- כ'װואָלט שוין בּעסער געהאַלטען בּיים קװאָס מיט בּרויט!
-- פון שיקסעס האָסטו אַמאָל מעהר געהאַלטעף -- גלױבּט
ניט שמחהלע, קוקט איהם אָן פון אַ זייט און הױיבּט איין פּלײצע.
נאָר פּאַנדרע ענטפערט ניט. אַ רויכעל איז איהם פאַרצויגען
איבּער די גרויע אויגען אונטער די שװאַרצע ויעס. שעפטעלעס
קאָניאַק שטעהט איהם נאָך אַ פּנים אין קאָפּ. און געה ווייס פון װאָס
אַזאַ יונג טראַכט זיך, איילענדיג אין דאָרף אַרײן, װי נאָך ירושה,
פּריהער איז אַרױסגעװאַקסען דאָס קליינטשינקע קלויסטערל,
מיט אַ גרינעם קיילעכדיגען קנויל איבער זיין פּיראַמידע-דעכעל
און מיט אַ מעשענעם צלם איבּערן קנויל. דערנאָך האָבּען זיך הֹאַ-
וויזען די װייס-געפאַרבטע פענסטערירעמלעך פונם זעלבען קלויפ-
טערל.
װאָס נאָהענטער אַלץ קלאָרער איז געװאָרען, אַז דער קניל
איבּערן קלויסטערל איז פריש געפאַרבט, און אַז זיין גרינע פּלוי-
ליכקייט פּאַסט זיך כּלל ניט גוט צו דער אָפּגעבּליאַקעװעטער
גרינקייט פון זיין שינדעל דעכעל,
-- עפּעס איז דער צלם נידעריגער געװאָרעף -- וואונדערט
זיך שמחהלע.
פּאַנדרע, וועלכער אי נאָך האַרט פאַרן אָסטראָג אַרומגט-
פאָהרען מיט סענדערס פערד, איז געווען מעהר באַהאַװענט אין
דעם װאָס עס קומט פאָר אין די אַרומיגע מקומות,
-- האָסט ניט געהערט? שוין אַ מעשה פון צוויי יאָהר, אַ דו"
נער איז אַרײן, דורכן צלם, אין קלויסטער און פאַרבּרענט איהם דעם
קיילעכדיגען קאָפּ. אַ יאָחר אפשר איז דאָס קלויסטערל געשטאַנען
אָהן אַ קאָפּ, אַצינד, ווייזט אויס, האָט מען עס פון דאָס ניי צוגע-
שטוקעוועט. הען אַ גרינקייט פון אַ קאָפּ! פּאַרטאַטשעס!
-- עס געהט דיר, זעה איך, פּאַנדרע, אום לעבּעף -- הויבּט
שמחהלע שפּאָטיש מיט די פּלײיצעס -- סאיז דיר אַ גרויסע נפקא
מיגי, |
שמחהלע דער קצב האָט בּאמת ניט פאַרשטאַנען נח פּאַנדרען
105
וועלכער איז שוין אַזױ פיל אַרומגעטאָהרען דורך װאַלד און פעלד
און האָט זיך געוועהנט צו די וייכע איבּערגאַנגען פון קאָלירען
אויף גאָטס וועלט... פּאַנדרע האָט אָבּער ניט געהאַט קיין ווערטער,
וי צו ערקלערען דאָס און האָט געשוויגען. |
אונטען אַרום קלויסטער זיינען דערוייל אויסגעװאַקסעך
די כאַטקעס מיט שטרוי בּאַדאַכט. פון הויכען פעלד האָבּען דערפאַר
די הייזקעס אויסגעזעהן װי פאַרשװאַלצטע, פאַר-דריי-יאָהרעדיגע
קופּעס שטרוי, מיט נאָך שװאַרצערע פירקאַנטיגע לעכער אַרינצו-
געהן. נאָר איין כאַטע, אָן אַ זייט, איז געווען אַבּיסעל העכער, מיט'
אַ ווייסען קוימען און מיט שינדלען געדעקט,
-- אָט דאָס איז מיקיטעס מלוכה! -- האָט אָנגעװויזעך
שמחהלע.
פון משופּעדיגען אָפּנעשניטענעם פעלד האָבּען זי זיך אַראָפּ-
געלאָזט צום שטעגעלע, װאָס פיהרט שוין אין סאַמע דאָרף. זיי האָ-
בּען אָבּער קיין צעהן טריט ניט געמאַכט און געמוזט שטעהן בּלי" .
בּען. אָנגעשפּיצט זיך. אַרומגעקוקט זיך, צו זייערע אויערען האָט'
דערגרייכט אַ טעמפּער שטויסען, וי מיט אַ הילצערנעם טײ
קאַטש אין אַ גרויסער מצה-שטויסעל. אָבּער ניט אַזױ רעגעלמעסיג.
אַמאָל איינס נאָך איינס, אַמאָל זעלטענער. און נאָך יעדען שטויס---
אַ ווייבּערשער געשריי מיט אַן אויפשרעק און מיט אַ קוויטש. און
גלייך אויף זיי, מיטן זעלבּען שטעגעלע, זיינען פון מיטען דאָרף
געלאָפען אַ פּאָר שקצימלעך מיט אַנטבּלױזטע ליין-ווייסע קעפּלעך
און אין לאַנגע לייווענטענע העמדלעך. און נאָך די שקציםלעך, אין
איין לאַפּטיעלע און נאָכשלעפּענדיג אַ צווייטען פוס פאַרבּונדען אין
אַ סך אָנוטשעס, האָט זיך געשאַרט-געהאָצקעט אַ גועלע מיט אַ
גרויסען אָפּגעבּרענטען פּליך אין איינע הויזען און אַ העמד. לויפעג"
דיג אַזױ האָט ער מיט אַ פאַרסמאַרקעטען שיטערינקען קולכעל
געשריען סתּם אין דער ועלט אַרײן;
-- מייקי-טאַ---אַ!
פּאַנדרע האָט שוין געװאָלט אַ לױף טאָן איהם אַנטקעפלן.
פרעגען װאָס איז. נאָר שמחהלע האָט איהם אָנגעכאַפּט בּיים אַרבּעל:
106
-- אוב אַ שרפה -- בִּין איך ניטאָ. גענוג װוצט מיר זיין
שרפות! און דיר -- אויך...
-- מען זעהט ניט קיין רויך! -- קוקט זיך פּאַנדרע גיך אַרום
און גיט זיך פאָרט אַ ריס צום אַלטיטשקען גויעלע,
דערזעהן אַ שטאָטישען מענשען, מיט בּאַשטיועלטע פיס און
אין טונקעלע קליידער, האָבּען זיך די לויפענדיגע שקציםלעך אָפֹּי
געשמעלט, אַריינגעשטעקט זיך די הענטלעך אין די מיילער און
אין אַן אַנדער אָרט --- אויך, גענומען רוקען זיך אויף הינטען... נאָל
דער אַלטער גויעלע אַליין האָט גיכער גענומען שלעפּען זיין קראַנ-
קע פיסעל נאָך דער רירעוודיגער לאַפּטיעלע און פון זיין שװאַרצען
מויל האָבּען זיך נאָך שרעקעדיגער גענומען רייסען די שיטערינ
קע, אונבּאַהאָלפענע אויסגעשרייען;
-- טאַטקי! מאַטקי!.. זאַבּיעט דעווקו. זאַבּיעט! (טאַטעלעך
מאַמעלעך! ער װעט זי ממיתן די מויד. ער װעט זי ממיתן),
--- װאָס איז דיעד! -- איז אויף איהם פּאַנדרע אָנגעלאָמען
מיט זיין גאַנצען וואוקס,
ציטערענדיג מיט אַלע אברים, האָט צו איהם דער אַלטיטש'
קער אַרויפגעשריען:
-- זאַבּיעט יעטאַ קאַטערינקו,,,. מאַ--אַטק (ער װעט זי
ממיתן, קאַטערינקען, מאַמעלעך!)
-- װער? ווער ממיתט -- שרייט איהם פּאַנדרע איבּער -
קאַטערינקען? -
| -- אַ, בּוהאַי טרעקליאַטי, מאַט -- (אַ בּייק אַ פאַרפלוכטער
מאַמ---),
פּאַנדרע האָט גלייך תּופס געװוען אַז דאָס שרייט צו איהם
ניט קיין אַנדערער וי קאַטערינקעס זיידעלע. דער זעלבּער װאָס
איז קראַנק אויף די פיסלעך און װאַרימט זיך אויף דער פּריוֹבא .
לויפט ער אַלײן, הייסט דאָס, קראַנקערהײט, מיט די שקצימלעך,
צו מיקיטען אין פעלד אַרין, כּדי צו זוכען ראַטונעק. אַזױ שלעפט
האַלט דאָס מיט קאַטערינקען?
ניט-װאַרטענדיג מעהר בּיז דער אַלטיטשקער װעט זיך אָפַּי
שפייען און אָפּסמאַרקען, האָט פּאַנדרע אַ װאָרף געטאָן זיין קלומיק
107
פון. פּלייצע, אַ געשריי געטאָן צו שמחהלעף ;נעם!' און אַלײן
געלאָזען זיך לויפען צו דער גרויסער געשינדעלטער כאַטע, צו
מיקיטעס היים אין עק דאָרף, . |
3
ווייט לויפען איז פּאַנדרען ניט אויסגעקומען. נאָך עטליכע
שפּרונג האָט ער דערזעהן פאַר זיך אַ נידעריגען פּאַרקאַן, װאָס.
רינגעלט אַרום מיקיטעס בּאַשינדעלטע כאַטע. לעבּען אָפענעם טוי-
ער, מיט אַ שטיק איינגעפאַלענעם פּאַרקאַן, ווייזט אויס -- פון אי"
מיצען אָקאָרשט איינגעריסען, האָט זיך געשטופּט אַ קופּקעלע דער"
שראָקענע אַלטע גויות און שקצימלעך: בּכלל, אַלץ װאָס איז געבַּלֵיי
בּען שניט-צייט אינדערהיים. אַלע האָבּען זיך געטומעלט, געצלמט
זיך, געשריען, אַרײנגעקוקט צושראָקען אין הויף און אָפּגעלאָפען
אויף צוריק. פון הויף האָט זיך אַצינד דייטליך געטראָגען די שווע-
רע שטויסען אין האָלץ אַריין און די האַרצרײיסענדע געשרייען פון
אַ יונגער גויע: |
-- מאַ--אַטקאַו! ראַטױטשאַ:.. (מאַ--מע! ראַטעװעט!)
װי נאָר די אַלטע פּויערטעס האָבּען דערזעהן פּאַנדרען לויי
פען, האָבּען זיי צו איהם גענומען פאָכען מיט הענט און פאַרטוכער:
--- סיודאָי! סיודאָי! (אַהער, אַהער!)
אַזױ װי עס טרעפט זיך אָפּטמאָל מיט מענשען, װאָס נעמען
אַבּיסעל משקה אויפן ניכטערען האַרצען, אַפילו מיט שטאַרקע מענ-
שען: זייער בּאַוואוסטזיין צוטיילט זיך אין אַ זיסען נעבּעל, און איין
,איך'! ווינקט ליבּליך צום צווייטען ,. איך'? -- אַזױ האָט זיך אַצינד
אויך פּאַנדרען אויסגעדוכט, אַז ניט ער אַליין לויפט, נאָר עפּעס
א ! צווייטער פּאַנדרע. ער אַלײן לויפט נאָר מיט און קוקט זיך צו
י ,יענער'י לויפט... און איז טשיקאַװע צו וויסען װ אָ ס דערפון
װעס דאָ אַרויסקומטן... יעדער שרעק פאַר אַ סכּנה איז פון איהם
געווען ווייט. אַן אונבּאַגרענעצטע דרייסטקייט האָט איהם פֹאַ-
הערשט, אַ אינגעלשע לייכטקייט האָט איהם געטראָגען כּמעט אַ
108
ליידענשאַפטליכען בּאַגעהר האָט ער געהאַט, אַז די סכּבה, אין אייג"
געבּראַכענעם הויף, זאָל זיין װאָס גרעסער, דער ראַטונעק װאָס
מען דאַרף דאָ געבּען זאָל זיין װאָס שווערער. אדרבּא!.. ער איז
אַריבּערגעשפּרונגען איבּערן אײינגעפאַלענעם שמיק פּאַרקאַן און גים
דורכן אָפּענעם טויער. כּדי עס זאָל זיין װאָס שווערער... אויף די
אַלטע ,באַבּעט?, װאָס פאָכען און צלמען זיך, האָט ער זיך אַפילו
נִיט אומגעקוקט.
װי נאָר ער איז אַרײנגעשפּרנגען אין מיקיטעס הויף, האָט
ר אויף דער ערדי ניט וייט פון איינגעריסענעם פאַרקאַן, קודם
3ל דערזעהן דאָס בּערעזאָווע קערבעלע מיט די צייטיגע ברוטניצעסי
וועלכע האָבען זיך איהם פריהער, אין דושנעם װאַלד, אַזוי געגלוסט,
אַצינד זיינען די בּרוסניצעס געלעגען צושאָטענע װי װילדע
צווייגלעך קרעלען, און דאָס קערבּעלע -- צוטאָפּטשעט. אַבּיסעל
ווייטער, לעבען אַ סלופּ פון גאַנץ-געבּליבּענעם פּאַרקאַן, האָט זיך;
געריכען אַ שװאַרצע יונגע קוה מיט אַ ווייסען פלעק אױף אײן
ליטקע. זי האָט דערביי שטיל און פאַרשעמט גערעוועט, פאַרענט"
פערט זיך אַפּנים פאַר עמיצען, װאָס דורך איהר בּהמהשער קאָקע"
מעריע און דורך איחר נישט אָנשטענדיגען קאַװאַליער, וועלכער
האָט זיך געלאָזען פאַרפירן אַהער אין הויף, איז דעם פּאַלעבּאָט גע"
שעהן אַזאַ היזק מיטן פּאַרקאַן. און אָט דאָרטען צוקעט ער זיך נאָךי
דער שענער בּחור, וויל עמיצען אומברענגען, און זי? װאָס זאָל זײ
אַצינד טאָן? זי איז דאָך נאָר אַ שװאַכע נקבה איז זי.,. מאָ---אָי
ווייט זוכען דעם צעיושעטען ,קאַװאַליער? האָט פּאַנדרע ניט
בּאַדאַרפט, צווישען דער בלינדער װאַגט פון מיקיטאַס כאַטע און
צווישען פּארקאַן, איז געווען אָפּגעצוימט, מיט דיקע פלעקעגער,
אַ בּלומען-גערטעל. איבּער די נידעריגע פלעקענער האָבּען יאָלדיש
און זוגיג"גליקליך אַריבּערגעקוקט האַלב-צייטיגע טעלער" גרויסע
פּאַדסאָלניקעס, אויף אָט דעם צוים האָט זיך אָנגעזעצט אַ מוראדיג
גרויסער בּוהאַי, אינגאַנצען מילך-ווייס מיט בּרייטיצובויגענע שפּי
ציגע הערנער. פון דער װאָלכישער פּאַראָדע. דעם פאַװאָפּענטען
גרויסען קאָפּ האָט ער שטאַרק אַראָפּגעגױגען פאַר וואוטה און אַזױ
האָט ער געשטויסען, וי אַ באַנומענער, זעץ נאָך זעץ. ער האָט קענ"
109
טיג אימיצען בּאַלאַגערט און געשטורעמט דעם צוים, וי אַן אַלט-
מאָדישע פעסטונג, מיט אַן אייזערנעם טאַראַן.
אַ שטיק צוים איז שוין געווען אַרינגעבּױגען. אַ פּאָר קע
יפון די פּאָדסאָלניקעס זיינען שוין געלעגען צוטאָפּטשעט אונטער
דעם בּוהאַיס קלאָהען, און פאַרשעמט. געשמייכעלט, װי גראָב-באַ-
ליידיגטע, ניט-עכטע זונען... אָבּער אַרײנרײסען זיך, מיטן גרויסען
גוף, דורכן פאַרבּויגטען טייל פון צוים, האָט נאָך דער צעווילדט-
וועטער בּוהאַי ניט געקענט. האָט ער דערפאַר געבּוכצעט אָהן אויפ-
הער און מיט גרויס התמדה, מיט אַ פייף געסאָפּעט פון געדראָלע-
נעם בויך אַרױס, דורך אָנגעפּלאָזענע פאַרשוימטע נאָזילעכער, און
ווילד געקייקעלט זיינע בּלוט-פאַרלאָפענע אויגען. פון דער זייט
האָט עס אויסגעזעהן, אַז דער בּוהאַי אַליין זעהט שוין ניט קלאָר
װאָס ער טוט דאָ, נאָר אַ בייזע אומגעלומפּערטע גבורה יאָגט איהם.
ער אַלײן איז האַלבּ-משוגע פון זיין אומגעלומפּערטקייט, אָבּער
אויספיהרען מוז ער; מעג עס איהם קאָסטען פעל און הערנערי.
װאָס אויספיהרען?... ס'אַלץ איינס. געבּוקעט און געשטויסען זאָל
ווערען. זיין גאַנצער בּייקישער האָנאָר שטעהט דאָ אין שפּילו
פּאַנדרע איז פאָרזיכטיג פאַרלאָפען פון הינטען. און ערשט
דאָ האָט ער דערזעהן דעם אמתן ציל פון צעיושעטען בּייק.
הינטערן צוים, אין סאַמע ענגען ווינקעל, צווישען פּאַרקאַן און כאַ-
טע, האָט זיך איינגעטוליעט אַ בּאָרפיסע יונגע גויע. איהר פייעך-
רויטע קאַצאַװײיקע איז געווען צושפּילעט, איהר פלוי-און-ראָז גע-
פּאַסעקט קליידעל -- צוריסען. די כוסטע, מיט בּלאַסע מאָהן-
בּלומען אויף אַ שװאַרצען גרונט, האָט זיך איהר אַראָפּגעגליטש
אויף איין אַקסעל; און איבּער דער כוסטע איז געלעגען אַראָפּגע-
'קייקעלט אַ צופּלאַשעטער שווערער צאָפּ פון בּרוינליך-גאָלדליכע
האָר, אַזױ דיק וי אַ פויסט און געפלאָכטען וי אַ קיטקע. קיין ספק
ניט: ס'איז די זעלבּע שיקסע װאָס איז פריהער אַזױ פאַרפירעריש
אַרױסגעלאָפען פון הייסען װאַלד מיט דער קערבּעלע קיהלע ברוס"
ניצעס און וועלכע איז אַזױ מיידעלש-צושראָקען אַנטלאָפען פון זיי
בּיידען... ס'איז קאַטערינקאַ. מיקיטעס טאָכטער,
כּדי אַװעקצונעמען און בּאַשיצען װאָס מעהר פון איהר פולען
110
גוף, האָט זיך קאַטערינקע אַריײנגעשפּאַרט אין שאַרפען װינקעל
מיט איין זייט, און מיט בּיידע הענט פאַרשטעלט זיך דאָס פּנים, אַבּי
ניט צו זעהן אַזױ נאָהענט דאָס ווייסע שרעקעניש, די צעווילדעוועטע
אויגען און בּאַהאָרענטען קאָפּ, זי האָט נאָר דריבנע געציטערט, גע-
כאָפּט לופט דורך פאַרבּיסענע ליפּען, װי אַ נאַקעטע אין פּראָסט.
איהר הויכע בּרוסט האָט זיך גיך און קראַמפּענדיג בּאַװעגט, און
נאָך יעדען געלונגענעם שטויס פון דעם מזיק, האָט זיך פון איהר
פאַרבּיסענעם מויל אַרױיסגעריסען אַ בּאַנומענער קול. פּונקט װוי דער
בּוהאַי װאָלט, מיט זיינע שפּיציגע הערנער, געטראָפען ניט אין האַר"
יטען האָלץ פון צוים, נאָר אין איהר ווייכען היפט אַריין.
--- מאַטקאָ! טאַ--אַטקאָ! -- האָט זי געװאיעט,
אָט די מענשליכע משונהדיגע קולות אויסגעמישט מיט דער
בייסענדיגער רויטקייט פון דער קאַצאַװײקע, וועלכע באַװועגט זיךף
און ווינקט. בּיי יעדען געשריי, האָט, אַפּנים, נאָך מעהר צורייצט די
בייקישע עקשנות, איינמאָל פאַר אַלעמאָל, ער, דער עלטסטער אין
סטאַדע, מוז זי דאָ דורס זיין? איהם אַ טויט אָדער דער קאַצאַװײקע
אַ טויט! זעץ! זעץ!
דער דיקער צוים האָט פּלוצלינג אַ קרעכץ געטאָן און איינגעפאַ-
לען. אויפגעריסענע שטיקער ערד האָבּען אַ שאָס געטאָן דעם בּוהאַי
אין די אויגען און איהם אַ רגעלע בלינד געמאַכט. דער האַרנדיגער
קאָפּ האָט זיך ווילד אַ וויג"געגעבּען פון אונטען אַרוֹיף,. דערנאָך
אַראָפּ. אָפּגעטרײיסעלט זיך פון דער פאַרבּלענדעניש: און, מיט דער
גאַנצער פופציג-פּודיגער משא פון צעווילדעװעטע בלוט-און-פלייש
און הערנער -- אַ ריס געטאָן זיך איבער דער אײנגעפאַלענער
פשסטונג. אָט-אָ װועט עֹר זי, די גליהענדיג-רויטע חצופה, דורכשטע-
כעדייי
נאָר זעה! װאָס איז דאָס? עמיצער אַ מוראדיג-שווערער, צויי
מאָל אַזױ שווער וי ער אַלין, האָט זיך איהם אָנגעהאָנגען פון היג"
טען, ציהט איהם בּיים עק אויף צוריק.,. פאַרן עק? איהם דעם
שטאַרקסטען אין סטאַדע?.. צוטרעטען, דערשטעכען, צװעצעף
מאָה---אָה!
ס'איז געווען די העכסטע צייט אָפּצושטעלען דעם מזיק,. נגיט"
111
קלערענדיג אַפּילו, װי שטיפעריש און אונבּאַזאָרגט ער בּאַנעמט זיך
אין אַזאַ געפאַהר, האָט פּאַנדרע; אין דער לעצטער מינוט, אַ כאַפּ
געטאָן דעם בּוהאַי פאַרן שטייפען עק. דורכן לייכטען נעבּעל פון
קאָניאַק אין קאָפּ און אין די אויגען האָט זיך איהם, פּאַנדרצן, נאָך
אַלץ געדוכט, אַז ניט ער, נאָר אַן אַנדער פּאַנדרע טוט דאָס... כאַ-כא,
אַ בּייקישער עק איז בּאַקוועם אָנצוכאַפּען. אויבען איז ער דין און
אונטען דיק און האָריג. ער גליטש זיך ניט פון די הענט. ציה,
פּאַנדרג!
ער האָט די גאַנצע עקשנותדיגע משא פון לעבעדיגען פלייש
האַסטיג אַ שלעפ געטאָן צו זיך. פאָרגעשטעלט זיך, אַז דאָס װויל ער
אויסקערעווען אַ משא-פערד פון אַ שמאָלען טױיער אַרױס. דער
בוהאַי האָט אַ ציטער געטאָן אונטער אַזאַ אומגעריכטען, געהיימ-
ניספולען כח, װאָס איז איהם בּאַפּאַלען פון הינטען. ער איז שטעהן
געבּליבּען צווישען פּאַרקאַן און כאַטע, צווישען דער רויטער קאַצאַ-
ווייקע װאָס װאָיעט און רייצט זיך מיט איהם און צווישען דעם שטו=
מען שונא פון הינטען, ניט אַהער, ניט אַהין, זיין שטאַרקסטער אָנ-
פּראַל, דער שטויס פון אַלע שטויסען, איז אַזױ מאָדנע געשטרוי-
כעלט געװאָרען. אָפּגעהאַקט זיך ביים סאַמע ציל,
אָבּער בּאַלד האָט דער ערשטוינטער בּוהאַי געמאַכט אַ פּאַר
טריט אויף צוריק, נאָך איין טריט -- און ער איז אַרױס פון קלעם
צווישען צוויי ווענט. און גאָר פּלוצלינג און מיט דער גאַנצער וואוט
אַ װאָרף געטאָן מיטן האָרניגען קאָפּ צום נייעם שונא. זיין גאַנצע
צעיושעטע פלייש-מאַסע האָט דערביי געשפּילט די ראָלע פון
אַ טרייבּ-ראָד, און אָט די לעבדיגע, צעוויגטע בּאַרג האָט פּאַנדרען
געגעבען אַ טראָג אין דער לופט, וי אַ דרעה-בּיינקעל אַרום אַ טלופ
פון /,ריזען-טריט?... דאָס האָט איהם אָפּנעשאָקעלט פון האָריגען
עק און אַ שליידער געטאָן מיטן זייט אָן פּאַרקאַן,
קיין צייט צי צפּרײיבּען דעם אָפּגעקלאַפּטען זייט האָס פּאַנדיע
ניט געהאַט, װאָרים גלייך נאָכן שליידער האָט ער דערזעהן, וי
אַ פאַרשלײמטער קאָפּ מיט צוויי שפּיציגע הערנער דרעהען זיך צו
איהם אויס, מיט אַ שנאָרד און מיט א כראַפּ און מיט ראָפּע פיים
מויל, און צוויי רויטע פּאַרגלײזטע אויגען זוכען איהם, דעם אַני-
112
דערגעפאַלענעם, מיט יענעם מוטגעם קוק פון אַ ווילדען מזיק, װאָס
מאַכט שטאַרען דאָס בלוט אין אַלע אָדערען,
ערשט אצינד האָט זיך פּאַנדרע אינגאַנצען אויסגעטשוכעט. זי
זיסע פּאַרע פונם קאָניאַק איז אַװעקגעפלויגען. פון פיידע צוטיילטע
פּאַגדרעס, פון דעם נעבּעלדיגען, שטיפערישען און פון דעם אמתן
שטאַרקען און אויסגערעכענטען, וועלכער האָט זיך בּיז אַהער בלוין
צוגעקוקט, איז געװאָרען א יי ן פּאַנדרע. בליץ-שנעל האָט ער דעף"
כאַפּט דעם אנטרונענעם עק פון בּוהאַי, אָנגעהאַנגען זיך אָן איהם
און װוידער געלאָזען זיך מיטשלעפען. דער הויכער פליישיגער רוקען
פונט מזיק װאָט זיך אַצינד פֿאַרװאַנדעלט פאַר איהם אין א מין
דרעה-באַריקאַדע, קעגן די מאוימדיגע העױנער װאָס יאָגען זיך נאָך
איהב,
דער פּוהאַי, וועלכער האָט שוין געמיינט, אַז אָס, אָט דורס'ט
ער זיין שונא, האָט דערפיהלט, אַז די אראָפגעשלײדערטע משא
האָט זיך ווידער אָנגעהאַנגען פון הינטען און בויגט איהם די הין-
טערשטע פיט צו דער ערד. דאָס האָט איהם אינגאַנצען משוגע גט-
מאַכט. ער האָט גענומען פּאַבריקעווען, דריגען מיט די חינטערשטע
און פאָדערשטע קלאָהען, וי אַבּייזער פערד, װאָס וויל פון זיך אַראָמ"
װאַרפען א צו-שווערען רייטער. ער האָט זיך נאָך דערביי געדרעהט
אין קוייז, אָרום זיך אַלײן, און וואוטיג, מיט געשליינגעלטע בּאֲווע"
גונגען, געװאָרפען מיט די הערנער פון רעכטט נאָך לינקס און פון
לינקס נאָך רעכטס. פון אָט די אַלע דריי האָסטיגע תנועות צוזאמען
האָט זיך פּאַקומען אַ מין נכפי-געדרעה, א פאַלערע-געשלענגעל
פון איין גרויסען האָריגען גוף, און פּאַנדרען איז אונמעגליך גש"
װואָרען עפּעס אונטערצונעמען, אויסצורעכענען װאָס גיט איז איך
אַזאַ ווילדען מישימאָש..
אָנגעהאַנגען אָן עק, האָט ער זיך געמזט מיטדרעהען, הי
ס'האָט זיך געלאָזען. מענש און בהמה האָבען זיך אויסגעמישט, איין
רגע האָט זיך פּאַנדרע דערמאַנט אָן דעם נייעם נגידס כּהמה, וי ער
לויפט מיט איהר, פאַרפלאַכטען מיט איהרע װינטערשטע קלאַהען
פון בּרענענדיגען שטאַל, נאָר דאָרטען האָט ע ר געשלעפּט און דאָ--
שלעפּט מען איהם,,,. איהם פאַנדרען
113
צוריק פון אַסטראָג (8)
| = דאָס געדרעה וערט ווילדער. ער לויפט-מיט און עס שווינד-
לען איהם פאַר די אויגען צוים און כאַטע און פּאַרקאַן און אָנגע-
לאָפּענע מענשען אין הויף. און ווידער דער איינגעריסענער צוים
מיט אַ רויטען אויפבּליצען פון קאַטערינאַס קאַצאַװײיקע.,, ס'איז דיר
ניט דעם נייעם-נגידס בּהמה, פּאַנדרע!
4
דער געדאַנק, אַז די שענע קאַטעדינקא קוקט זיך אַצינד צוי
אין װאָס פאַר אַ אינגעלש-אונבּאַהאָלפענער לאַגע ער, פּאַנדרע, דער
גרויסער גיבּור, איז דאָ אַרײנגעפאַלען, האָט איהם וי מיט א האָרן
אַ שטויסּ. געטאָן אין צוהיצטען קאָפּ,. דער מאַנסבּילשער האָנאָר
זיינער האָט זיך אין איהם אויפגעכאַפּט. עס מעג איהם קאָסטען דאָס
לעבען, אָבּער. דער געצוואונגענער קאַראַהאָד, מיטן בּוהאַי, מוז אוים-
הערען, און -- גלייך אויף אַן אָרט. נאָכטאַנצענדיג, װי אַ האַנו-
מענער הינטערן בּוהאַי, מיטן עק פאַרקלעמט אין ביידע הענט, האָט
ער מיט די אויגען גיך אָפּגעזוכט אַ פריי שטיקעל אָרט, כֹּדי דער
מזיק זאָל איהם ניט אַ שליידער טאָן אָן אַ האַרטע זאַך, און פלוצ-
לינג --- בּרייט אַ שטעל-געגעבען בּיידע פיס, אָפּגעלאָזען דעם צק,
און, אין איין אָטעם, אַ װאָרף געטאָן זיך צום מיטען בּויך פון בּוהאַי.
פון דער פּראַקטיק האָט פּאַנדרע געוואוסט, וי שווער עס איז אויסצו"
קראַצען דעם איילענבויגען מיט איין און דערזעלבּער האַנט,,. פּונקט
אַזױ שווער מוז זיין דעם בּוהאַי צו דערשטעכען איהם מיט די הער-
נער, אויפ ער װעט זיך איהם צוטוליען צום בּויך, בּיז ער װעט גע-
פינען אַן אויסוועג... אויף יעדענפאַלס האָט ער אוסגעשטרעקט בַיי-
דע הענט אָפּצושלאָגען אַ צו-פּלוצליכען שטויס אין האַרצען
פון דער פּלוצליכער לייכטקייט אין עק און פון דער האַרטער
בּאַריהרונג אין זייט, האָט זיך דער בּוהאַי דערשראָקען. אָפּגעשפּרוג-
גען אַ פּאָר טריט, און זיינע מוטנע אויגען האָבּען גענומען זוכען
דעם, וועלכער טרייבּט מיט איהם אַזעלכע בייזע קאַטאָװעסען. אַצינד
האָט זיך אָנגעהױיבּען אַ נייע שפּיל, פּאַנדרע איז מעהר ניט געװען
114(
דער שווערער װאַָרף-שטיין אויפן עק, נאָר די אַקס אַלײן; די אַקט
פון דעם מזיקס בּאַװעגונגען. דעל בּוהאֵי גיט זיך אַ װאָרף און צילט
מיט די הערנער און פּאַנדרע גיט אַ שפּרונג און טוליעט זיך איהם
צו צום מיטען בּויך. געה, שטעך די אייגענע ליטקע!
פּאַנדרען האָט זיך שטאַרק געװאָלט אַרױפשפּרינגען אויפן
ווייסען רוקען, אויסרוהען זיך אַ וויילע, נאָר ס'האָט זיך איהם ניט
איינגעגעבּען. דער בוהאַי איז פאָרט געווען פלינקער, נאָכדרעהענדיג
זיך אַזױ, נאָכן שונא, האָט ער פּאַנדרען געטראָפּען מיטן פלאַך פון
האָרן אין איין זייט. דאָס האָט געווירקט װי אַ פאָך פון אַ קלאָץ,
אָבּער ניט וי אַ האָרן-שפּיז. פּאַנדרע האָט אַ פאַל געטאָן. אַ געװאַלד
האָט זיך אויפגעהויבּען אין הויף, אַ ואִיען פון אַלטע ,בּאַבּעס?:
פּראָפּאַוו סאַרדעשני! (פאַרלוירען דער האַרציגער!). דעט אַנידערפאַל.
צווישען דעם בּוהאַיס קלאָהען, האָט אָבּער פּאַנדרע פלינק אויסגע-
נוצט: פּלאַך אַ װאָרף געטאָן זיך אויף קניע און איילענפּוינענס און
אַזױ דורכגעשפרונגען וי אַ זשאַבּע, דורכן בּוהאָיס דריגעגדיגע פיס,
אויפן צווייטען זייט. ס'איז געווען דיזעלבע זאַך, װוי דורכצולויפען
צווישען די רעדער פון אַ גיך-פאָהרענדיגען װאָגען. נאָר ס'האָט זיך
איהם איינגעגעכען. די גרויסע געפאַהר האָט איהם געמאַכט שאֲרף
אויף יעדען פרייען װיערשאָק ערד, צווישען דעם פּוהאַיס פיסנאָגעס.
די בלוט-פאַרגאָסענע אויגען פונם מזיק האָבּען דעם צװוי"
פיסיגען שונא געזוכט אַצינד אויף דער סאַמע ערד. אָט דאָ רעכטס
איז ער דאָך אנידערגעפאלען דער ריהרעוודיגער שונא! מהאָ? ואו
איז ער דאָס דאָ?
אין אָט דער רגע פון שנאָרכען און זוכען איהם ר ע כ ט ס אין
גאָר פּאַנדדע אויפגעשפּרונגען פון דער ל י נ ק ע ר זיט. מיט
רער זעלפער בויגיגער פלינקייט פון אַן אַריבּערגעבּיגטער שטאָ-
לענער ספּרונזשינע, װוי ער איז שוין אַמאָל אויפגעשפּרונגען צו דער-
לאַנגען דעם אַ סך העכערען טשורילאָ-קאַטאָרזשניק אין דער בּרי-
טער מאַרדע אַרײן, איז ער אויך אַצינד אויפגעשפּרונגען און אָנגש-
כאַפּט דעם כּוהאַי מיט ביידע שווערע לאַפּעס פאַר איין האָרן.
--- דערזשי! (האַלט) --- אַזױ האָט פּאַנדרע גראָפ-גויעש אַ בּױום
געטאָן, כּדי זיך אַליין צו-צוגעבּען מוט. ער האָט זיך קרום אייגגשי
115
שפּאַרט מיט איין שטיוועל אין דער ערד און אַ רייסענדיגען בּויג גע"
טאָן דעם בּוהאַיס קאָפּ, מיטן גאַנצען כֹּח און מיט דער גאַנצער װאָג פוך
גוף, וי ער װאָלט געװאָלט אַראָפּבױגען אַן איינגעזשאַװערטען הוי-
בעל, אָפּבּרעכען אַ העלפט פון אַ ריזיגער פּאָדקאָװע. דעם בוחאַיס
הערנער האָבּען טאַקע אַזױ אויסגעזעהןי.
אַ בּרילענדיגער כריפּ פון גרויסע נאָזדלעכער אוי פון אַ מויל
פיט ראָפּע האָט אויפגעשאַלט. די גרויסע פיר-קאַנטיגע קאָפּ פונם
מזיק האָט פּאַמעליך נאַכגעגעבּען. איין בּלוטיגע אויג האָט זיך אויס-
געדרעהט אַרױף און דער אָנגעכאַפּטער האָרן האָט זיך אַראָפּגעבּױ-
גען. דאָס האָט פּאַנדרע ווידער אויסגענוצט, איבּערגעװאָרפען איין
האַנט צום צווייטען האָרן און מיט אַגעװאַלטיגער אָנשטרענגונג גע-
נומען אויסדרעהען דעם בּוהאַיס פאַרשוימטע מאָרדע צום הימעל
און די שפּיצען הערנער צו דער ערד.
דער מזיק האָט פאַרדאָפּעלט זיינע כּחות אַרױסצודרעהען זיך
פון מאוימדיגען נאַקעןיגרעכענדיגען צװאַנג. ער האָט זיך אויך אייג= /
געשפּאַרט מיט אַלע פיער קלאָהען אין דער קרום, און מיט זיין גאַנ"
צער משא אָנגעלעהנט זיך, דורך די פאַרכאַפּטע הערנער, אױף
פּאַנדרעס הענט. דערביי געמאַכט קורצע און שניידענדיגע באַועגוג-
גען מיט זיין אַרשין'דיקען האַלז, וי קורצע און ערשיטעדנדיגע פּול-
ווער-אויפרייסען האָבּען זיך די דאָזיגע האַלז בּאַװעגונגען איבּער-
געגעפען אין פּאַנדרעס אָנגעשטרענגטע אָרעמס. און אױיסגעהאַלטען
האָט ער, אי די שװוערע משא אי די שלידער- בּאַועגונגען, נאָר
דערפאַר, ווייל מיט יעדען צוק פון מזיקס האַלז האָט ער, פּאַנדרע,
פּונקט אַזױ פיל פאַרדאָפּעלט די קראַפט פון זיינע אייגענע לאַפּעס,
אויסרוהענדיג זיך נאָך איין סעקונדעלע צווישען איין צוקען און
צווייטען,. די גרויסע אָנשטרענגונג האָט זיך אַזוֹי איבּערגעװאָרפען
וי אַ פופציג-פודיגער אומרוה פון די מענשליכע הענט אין די הער"
נער, און פון די הערנער אין די מענשליכע הענט. און פּאַנדרע האָט
געפיהלט, אַז אָט-אָט מוז עפּעס געשעהן. אָדער זיינע אָרעמס רייסען
זיך איהם אַרױס פון די פּלײצעס, אָדער דער האַלז פון בּוהאַי
רייסט זיך אַרױס פון דער בּרייטער בּהמהשער בּרוסט.
| אמת, אין זיין אַמאָליגער פּראַקטיק אין שעכט-הויז, פאַרן פּרי"
116
זיוו, איז איהם ניט איינמאָל אויסגעקומען אוועקצולעגען אַזאַ גרוי"
טען אָקט צו דער שחיטה. אָבּער דאָרטען זיינען עס געווען געפּעו"
טעטע אָקסען, טעמפע קאַסטריױרטע בּאַשעפענישען. פוילע איבער"
געקאָרמעטע און האַלב שיכורע פון דער זיסער בּריי אין פרויז. און
דאָ -- אַ וילדער, פייערדיגער זכד, א פרייער צולאָזענער פוהאַי,
װאָס דאָרף האַלט אין סטאַדע אויף ,,פּלאָד!; צורייצט און צואַכמערט
פון צופיל אָפּגעבען זיך מיט צעחנדליגע דאָרפישע בחמות.. מינף
שחהיטה אָקסען זיינען גִיט אַזױי פלינק און ניט אַזױ שטאַרק הי
אָט דער פופציג-פודיגער מזיק.
די צו האָלטען מוט, האָט פּאַנדרע, מיט אַ גרויסען אַנשטרע:"
גען פון ווילען, פאָרגעשטעלט זיך, אַז דאָס איז אויך אַ שחיטה-אָקט,
אַז ער מוז איהם גוט האַלטען און פלאך אַװעקלעגען אויף דער
שרד, אַז ניט... אַז ניט װעט ער טריף ווערען. ער טאָר זיך ניט װאָף"
פען בשעת שחיטה, שר טאָר ניט..
דער שטומער צויי-קאַמף פון ,,ווער וװעמעןי האט אַזױ אֲנגע"
האַלטען אַ גוסע מינוט. דער שוייסם האָט פאנדרען געשאָסען פון
אָלט הויטילעכלעך און געפלענדט די אויגען וי הייטע זאַלץיוא"
סשר. ביידע, מענש און בהמחה, האָבען טיף און מאוימדיג געקרעכצט,
האָט פּאַנדרע צוזאַמענגענומען די לעצטע כּחות און נאָכאַמאָל אַ ריס"
געטאַן דעם בוהאַיס קאָפּ, אַראָפּ צו דער ערד, דער איבערפרוך איז
געקומען. דאָס ווילדע צוקען אין מזיקס האַלו האָט אויפגעהערט.
פּאַנדדע האָט דאָס גלייך דערשפּירט און איבערגעביטען זיין פּאַזע.
אָנשטאָט צו שטעהן מיט איין זייט צום האָרנדיגען קאָט, האָט עױ
זיך געשטעלט א י בע ר איהם. איבערגערוקט איין שטיוועל און צו"
נומען ביידע פיס וי אַ גרויסע שער. אַזוי האָט ער געוואונען מעחף
געוויכט איבער זיין ווילדען געגנער. נאָך איין וויילעטשקע -- און
אַ גרויסע צונג האָט זיך ווייך אַרױיסגעגליטשט פון פיר קאַנטיגען
מויל, אַראָפּגעלאָזען זיך װי אַ טויטער לעקער װאָס מ'הענגט אויף
צום רויכערן. אַ שטראָט מיט ראָפּע האָט אַ שפּאַר געטאָן פון איין
זייט מויל,. די בלוטיגע אויגען האָבּען זיך האַלפ צוגעמאַכט, די.
קלאָהען -- אָפּגעלאָזט. און די פופציג-פודיגע פלייש-מאַסע האָט
געגעפען אַ קלאַציגען פאַל אויף איין זייט, אויסגעצויגען זי הי
117
גרויס זי איז. דער אָנגבּלאָזענער ווייסער בויך האָט טעמפּ געמאַכט:
,בּום!?,. װי אַ שלעכט-אַנגעצויגענער קעסעל-פּויק,
אָבּער פּאַנדרע איז נאָך אַלץ שטעהן געבּליפען איבּערן אַנַי-
דערגעפאַלענעם ריז. ווידער אָנגעכאַפּט איהם און פעסט געהאַלטען
בּיי איין סטאַרטשענדען חאָרן, ער זאָל נאָכאַמאָל ניט אויפשפּרינגען.
אין פיידע פּלייצעס האָט ער געפיהלט אַ שטאַרקען װעחטאָג. דער
געזאַלצענער שווייס האָט איהם די אויגען געגעסען. אַן אויפגעבּלאָ-
זענע ווייסע בּאַרג האָט זיך כריפּענדיג בּאַװעגט אין אָט דער בלעג-
דעניש. דעם בּוהאַיס בּויך איז דאָס געווען. נאָר פּאַנדרען האָט זיך
שף אַלץ געדוכט, אַז די לעבעדיגע משא װאַרפט זיך אויף איהם,
שפרינגט איהם אין די פאַרלאָפענע אויגען. ניין. ער קען איהם נאָך
ניט פאַרטוויען,. דעם געפאַלענעם מזיק! |
ערשט אַצינד איז שמחהלע טורערו צוגעלאָפען מיט זיין לאַנ-
גען אָפּגעלאָזענעם גאַרטעל. קאַטערינקע און די אָנגעלאָפּענע בּאַכּעס
אין הויף האָבּען אויך צוגעטראָגען שטריק. דער אַלטיטשקער גויע-
צעל, מיקיטאַס ,.בּאַטקאַ'י, איז פון ערגעצוואו צוגעקראַכען מיט איין
לאַפּטיעלע און צוכראַכּרעט זיך;
-- פּינדט איהם, קינדער, בּינדט איהם! -- אַזױ האָט ער
געקאָמאַנדעװעט מיט זיין שיטערינקען קולכעל און געשטופּט זיך
אַלעמען צווישען די פיס.
מ'האָט דעם בּוהאַיס האַלז און הערנער אַרומגעפּלאָנטערט מיט
שטריק. אומגעלומפּערט געבּונדען איהם אֶהן אַ טאָלק, וי צושראָ-
קענע ליליפּוטען טוען מיט אַ געפאַנגענעם ריז. דעם לאַנגען עק
פון שטריק האָט מען פעסט אָנגעבּונדען אָן אַ סלופּ,
דערשיטערט פון דער איבערנאַטירליכער קראַפט, װאָס האָט
איהם אַנידערגעװאָרפען, איז דער גרויסער בּוהאַי געלעגען וי אַ בּאַ-
צויבּערטער און געלאָזען טאָן איבּער זיך װאָס מען האָט געװאָלט, ער
האָט נאָר בּהמהש פערוואונדערט געגלאָצט מיט די גרויסע אויגען
וועלכע זיינען יעצט געווען נאָס פון בּייקישע טרערען. ער האָט אפי-
לו ניט געקלערט אויפצושפּרינגען. מיט אַן אַרױסגעהאַנגענער צונג
איז ער רוהיג געלעגען און די געהיימניספולע איבּערקראַפט האָט
זיך נאָך געטראָגען איבּער איהם..
118
אויף דער ערד לעבּען איהם, און ניט וועניגער מאַט פון איהם,
איז אַן איינגעקאָרטשעטער געזעסען -- פּאַנדרע,. װי נאָר מ'האָט
דעם בּייקס הערנער פאַרכאַפּט מיט שטריק, האָט ער זיך א זעץ
געטאָן, כּמעט אַ פאַל געגעבּען, אויפן געזעס; און אַזױ איז ער זיצען
געבּליבּען, מיט אַראָפּגעלאָזענע אָרעמס און פּלייצעס, שער גע-
כאַפּט דעם אָטעם און דעם געזאַלצענעם שווייס געלאָזען רינען אין /
די אויגען. קיין השק ניט געהאַט אַפילן אַ וויש צו טאָן זיך. זאָל
עס רינען... ניין, אַזױ מיד האָט ער זיך ניט געפיהלט אַפילו דעמאָלט,
אין אָסטואָג, ווען ער איז מיט אַ צעשונדענער גאָמבּע אויפגעשטט"
נען נאָך אַװעקלעגען פֿלאַך אויפן דיל טשורילאָ דעם קאַטאָרזשניק..
מיקיטעס שװאַרצע קוה, מיט דעם וייסען פלעק אויף דער
ליטקע, האָט זיך נאָך אַלץ געריבען אָן אַ סלופּ בּיים איינגעריסענעם
טייל פון פּאַרקאַן, האָט נעביך כּהמהש און מיט חרטה געקרעכצט
אין טיפען בּויך. פאַרענטפערט זיך אַפּנים, װאָס איהר מגושמ-
דיגער ווייסער קאַװאַליער האָט דאָ אָנגעמאַכט אַזאַ טאַראָראַם;
-- מאָ---אָ?, = אָסור אויב איך בּין שולדיגא.
קאַטערינושקאַ
4
בּיי דעם דעמפענעם נאַקעטען טישעל, אונטער א ווילדען פּאַ-
רענבּוים, אין מיקיטעס הויף, האָבּען זיך כּרייטליך צעזעצט פּאַנדרע
און שמחחלע און געלאָזען זיך וואוילגעהן. קאַטערינקאַ, אַ צופלאַמטע,
אַ פריש-איבּערגעטאָנענע, האָט זיי בּאַדינט, און געטאָן האָט זי דאָס
מיט דער גאַנצער דאַנקבּאַרקײט פון אַ גוטמוטיגער גויע, וועלכע
מ'האָט אָקאָרשט געראַטעװעט פון אַ בייזער סכּנה,
דער שטיק פּאַרקאַן לעבּען טויער, װאָס דער צעװילדעװועטער
בּוהאַי האָט איינגעשטויסען, האָט מען, ווי-ניט-איז און אויף דער"
ווייל צורעכט-געמאַכט: מען האָט צוטריפען די נייגעריגע דאָרף-
, בּאַכּעס!י מיט די שקצימלעך. דער שולדיגער אינם גאַנצען האַר-
מידער, דער מילך-ווייסער בּוהאַי אַליין, איז שוין געשטאַנען אַצינד
אויף אַלע פיער קלאָהען, אַ האַלב געפּענטעטער און אַ צוגעבּונדענער
האָט ער געגלאָצט מיט בייקיש-פאַרוויינטע אויגען און געלעקט די
שליימיגע ראָפּע אַרום מויל, קוקענדיג אויף איהם האָט טוויעריג
געמוקעט מיקיטעס שװאַרצע קוה. איז אָט װי עס האָט זיך געענ-
דיגט דער גאַנצער ראַנדעוואו מיט דעם ליבּען גרויסע כּוהאַי. מען-
שען האָבּען ניט פאַרגונען!... דער קאַװאַליער שטעהט אַ געפענ-
טעטער. און זי אַלײן --- מוה! וועה צו איהרע בּהמהשע יאָהרעף*
זי ווייסט, אַז מ'האָט שוין עמיצען אַװעקגעשיקט אויף דער לאָנקע
נאָך מיטרען דער פּאַסטוך, אַ פלאַקס-קעפּיגער שגצל איז הענדום-
1200
פּענדום אַװעקגעלאָפען... מוה! און מיטרע װעט מסתמא באַלד קו-
מען מיט דער לאַנגער קנאַקעדיגער בּייטש, וועלכע דערלאַנגט ווייט,
און ,,בּייסט"? זיך פאַר א מייל..
אָבּער די מענשען אונטערן בּאַרענבּוים האָבּען זיך, ווייזט אויס,
וועניג װאָס געקימערט איבער דער קוה און איהר געליעטען אייפן
שלעכט-אָפּגעהובּעלטען טיש איז געװען אָנגעשטעלט די גאנצע
כּרכה פון דאָרף: אַן אָנגעהױבּענער לאַבּען האַלבּ-פרישער קאָרענער
בּרויט אויסגעטונקט אין צוגעבּרענטען מעחל, איבּערגעצויגען מיט
בּרוינע שפּעלטעלעך און פאַרלענגערט, אויף איין זייט, דורך א רוי-
הען זשליפּיעץ. די גאַנצע געשמאַקײט האָט דאָ דאַכט זיך, אויס-
געשאָסען אין דער הייסער אויווען; דורך מעהל און בּרױיט-קאָרע
דורכגעריסען זיך און אַזױ פֿאַרבאַקען געװאָרען..
גרינע אוגערקעס מיט בּולבּעװאַטע זיסע געזער און מיט פאַר-
צויגענע בּיטערע נאָפּלען, אָקאָרשט פון בּייט. אַזױ װוי זיי װאַקסען
סוף-זומער אין גאָרטען אַזױ זיינען זיי דערלאַנגט געװאָרען..
אַ בּכּבודיגער רעטאַך, אַזױ גרויס און לאַנג און שפּיציג װי
מיקיטעס בּאָרד... זיין גרינע טשופּרינע, מיט אַ שטיק האַרטען קאָפּ
האָט קאַטערינאַ אָפּגעשניטען. אַ געקעפּטען דערלאַנגט צום טיש. און
זיין געזונטע ווייסקייט האָט זיך אַצינד אַרױסגעטײלט פון דער ער"
דיגער שאָלעכץ, װי אַ קיילעכדיגער שטיק מירמעלשטין פון
אַ שװאַרצען רעמעל,
געבּאַקענע קאַרטאָפליעס אין די פעלצלעך. לעדערדיגע און
-קנאַקענדיגע. שווערע ערדיגע בייטעלאַך פול מיט שפּייז און אָחן
אַ שלעסעל.. זייער ערד-ריח לאָזען זיי הערען ערשט דאַמאָלסט,
ווען מען גיט זיי אַפּעטיטליך א קייקעל צװוישען ביידע דלאָניעס
זיי זאָלען ווייכער ווערען... און אַז מען ברעכט זיי אויף, גיבּען זיך
אַ שפּאַר זייערע מעהליגע געדערים, פון דער אַשיגער שאָלעכ
יאַרױס, אין אַ לייכטער שמעקעדיגער פּאַרע. אַזױ באַזאַלצט מען זֵיי
און אַזױ דערטראָגט מען זיי, וי איבערגעפילטע בּעכער צו די
ליפּען. מן פון הימעל קען מחיהדיגער ניט זיין!
אייער, - האַרט-געקאָכטע אין ציבּעלע שאָלעכץ, אויפן דאָרפי-
שען שטייגער, כּדי צוצוגעבּען זייער טויטער וייסקייט אַ קאָליר
121
פון פלייש. אַזאַ אָפּגעפאַרבּטע שאָלעכץ פון אַן איי בּרעכט זיך אויף
מיט גאָר אַן אַנדער חשק. און די גלאַנציג-בּלויליכע ווייסקייט פון האַר-
טען ווייסעל -- קוקט אַרױס לעבּעדיגער, אָנציהענדער, וי אַ גש-
זונטע בּרוסט פון אַ קופערנעם פּאַנצערעל, |
אין אַ טונקעל-גרויער ערדענער שיסעלע האָט געלבּליך גע-
לויכטען די פעטע דאָרפישע סמעטענע. פול מיט דער קיהלקייט פון
פירהויז, פון װאַנען קאַטערינאַ האָט עס אַרױסגעטראָגען, און מיט
דער זאַטקײט פון זומערדיגער פּאַשע.
אַ בּינטעל גרינע ציבּעלעס מיט איבּערגעצייטיגטע ,סטרעל"
קעס"" צוושען די גרינע הילזען, האָט זיך ווייס-גרין און בּיטער-זיס
צופעכערט אויפן עק טיש און ממש געבעטען זיך, מען זאָל אָפּבּײיסען
די װאָרצעלדיגע ווייסע בּערד און טונקען אין זאַלץ,
אין אַ הילצערנעם רוסיש-געלאַקטען שיסעל האָט זיך גע"
טורעמט אַ גרויסער הויפען מאַלאָסאָלנע אוגערקעס, װאָס האָבּען
שוין פאַרלאַרען זייער גרינקייט און געוואונען אין געשמאַק און ריח,
זיי זיינען געווען איבּערגעגאָסען מיט ווייניגען ראָסעל און בּאַשאָטען
מיט , אוקראָפּיי-קערענדלעך,
אַ גרויסער ליימענער קרוג, מיט בּרויט-קװאַס, איז דאָ אויך
געשטאַנען. און אין קרומליכע, צװיי-קאָפּיקענע גלעזער האָט ער
זיך געגאָסען וי מוטנער אַלטער בּורשטין, זיין גרינליכער שוים
האָט זיך ניט לאַנג געהאַלטען. ער איז בּאַלד נאָכן אָנגיסען צוגאַנגען
אין דער אייגענער שטאַרקײט און קיהלקייט,
אַלס אַ פאַרגייסען האָט קאַטערינקאַ צוגעטראָגען, אין אַ קליין
מולטערל, דעם פעסטען דאָרפישען ,קאָמפּאָט!י -- פרישע ביהנען-
האָניג אין ,.סאָטעס!, וואו די זעקס-קאַנטיגע איידעלע װאַקס-קעמער-
לעך, גאַנצע און צובּראָכענע, קלעטערען שטאָק אויף שטאָק. פון אַלע
, שטאָקען" פליסט האָניג און אַלע קעמערלעך שווימען אין אַ דורכ-
זיכטיגע זיסע פליסיגקייט. לויטן אויסזעהן און ריח האָט מען גע"
קענט דערקענען, אַז דאָס איז דער אמתער ,ליפּיעץי, װאָס די ביה-
נען קלייבּען צונויף בּשעת די ליפּעס (לינדען) בּליהען. אַ האָניג,
וועלכער צוקערט קינמאָל ניט און נעמט דורך די בּיינער מיט זיין
אָנשטעקעדיגען, פעטליכען גערוך. און ווירקליך, װי נאָר קאַטערינ-
122
קאַ האָט אַראָפּנעשטעלט דאָס פולע מולטערל האָט ער גלייך פאָר-
שמעקט דעם גאַנצען טיש און פאַרטױבּט די גראָבּליכע ריחות פון
די אַנדערע שפּייזען. אַפילו די מאַלאָסאָלנע אוגערקעס און גרינט
ציבעלעס האָבּען זיך גענומען אָפּנעבּען מיט , ליפיעץי,
איבּער אָט די אַלע ריחות, קאָלירען און טעמים האָט זיך אַצינד
אויסגעטיילט, גאר בּאַזונדערס, קאַטערינאָס לאַכענדיגער פנים, איה"
רע קיילעכדיגע פּלײיצעס, איהרע טאַנצענדיגע היפטען, איהרע טיף-
רויטע ליפּען איבּער די שאַרפע ציינער און איהרע בּלאַסע קרעלען
איבּער איהר אָפּגעברענטען האַלז, איהרע קאָרע אויגען אונטעב
לאַנגע בּאַנולדעטע ויעס און איהרע קופּערנע עקעלעך האָר פ'ן
אונטער דער שװאַרצער קאָפּיכוסטע מיט ראָזעװוע מאָהן בּלומע.
מ'האָט פאַשינפּערליך געזעהן, אַז זי איז דאָס דער פועל:יוצא
פון אָט דער גאַנצער קאָלירטער שפע אויפן טיש. אויף אָט די
אַלע בּרכות פון דער ערד האָט זי זיך אויפגהאָדעװעט און זיי אַלֶעַ-
מען אַריינגענומען אין איהרע יונגע אברים. די ווייסקייט פון רע-
טאַך, די בּרוינקייט פון בּרויט, די זאַפטיגקײיט פון אוגערקעס, די
פעטקייט פון סמעטענע, די ווייכקייט פון די מעהליגע הייסע בּול"
בּעס און די האַרטקײט פון די געקאָכטע אייער. און דער איבער.-
פלוס פון געזונט און יוגענט גיסט זיך זיס און דורכזיכטיג, װוי דער
ליפּיעץ-האָניג, איבּער איהרע לאַכענדיגע ליפּען.
זינט פּאַנדרע און שמחהלע זיינען אַװעק אין אָסטראָג, האָבּעז
זי בּיידע אַזאַ פאַרביגע, שמעקענדיגע און זאַפטיגע שפע אויף איינ-
מאָל ניט געזעהן. אַלע פינף חושים פון אונזערע באַפרייטע אויס-
געהונגערטע אַרעסטאַנטען האָבּען זיך אויפגעעפענט, אַזױ צו זאָגען
כּדי איינצונעהמען אין זיך די ברכה פון דאָרף. װאָס מעהר זאַפט
און זומער אַרייננעמען אין זיך, נאָך אָנדערהאַלבען יאָהר חזירשען
בּאָרשץ אין טורמע. יעטװעדער חוש האָט זיך אַצינד געקװיקט אויף
זיין שטייגער. די אויגען האָבּען זשעדנע געשלונגען די זאָטע שװאַרצ"
קייט פונם קאָרענעם בּרויט מיט דער מעהליגער קאָרע פון אױיכען;
די געפּאַסעקטע גרינקייט פון די זיסע אוגערקעס, דעם גאַלדענעם
גלאַנץ פון האָניג, די העלפאַנטבּיין:װײיסקייט פון דער סמעטענע אי
דעם פּאַרצעלײענעם גלאַנץ פון די האַרט-געקאָכטע, האַלב-געשייל-
123
טע אייער. רי אויגען זיינען איבּערגעלאָפען פון קאָליר צו קאָליר און
ניט געוואוסט אויף װאָס פריהער אָפּצושטעלען זיך. די מתּנות פונם
זומער האָבּען זיך דאָ צופעכערט אויפן פּויערשען טיש, וי דער
עק פון אַ פּאַוע, אַראָפּגעהאַנגען איבּער זיינע בּרעגעס, וי פון אַן אי-
בּערגעלאָדענער קאָרבּ, פול מיט גוטע זאַכען
די נאָזלעכער האָבּען טיף אין זיך געצויגען די בּאַזונדערע און
געמישטע ריחות: די קיצעלדיגע בּיטערקייט פון די ציבּעלעס,. די
זויערליכע . שטאַרקייט פון קװאָס,. דעם יערענדיגען אוקראָפּ-גערוך
פון ,,מאַלאַסאָל'?... די הענט האָבּען געציטערט, קייקלענדיג די גע-
בּאַקטע קאַרטאָפליעס, בּרעכענדיג די דיקע לוסטעס בּרויט, טונ-
קענדיג די ציבעלע-קעפּלעך אין גראָבּען זאַלץ, גיסענדיג דעם
שוימיגען קװאָס אין די קרומע גלעזער. און די אייגענע אױע-
רען װאָבּען זיך צוגעהערט וי דער האַרטליכער רעטאַך
קנאַקט אונטער די בּאַקיציינער. וי די מעהליגע בריט קאָרע
קרעכצט װען מען ביסט זיך אין איהר אין, וי די
געלכלעך פוֹן די האַרטע אייער מאָהלען זיך שטאָפּיג און געדיכט
מיט דער געשמאַקער זויערקייט פון קאָרענעם בּרויט. עס קוויטשעט
אַזש אויף די יאַסלעס און דער קװאָס מאַכט גול-גול-גול אין צוהיצטען
דורשטיגען האַלז. היינט די צונג און דער גומעף װעגען זי איז
אָפּגערעדט! די האָבּען זיך צעזונגען און געזונגעןי.
אַ ניגון האָבּען זיי געזונגען!.. אָט דעם וואונדערליכען שטו-
מען ניגון פון געשמאַקען עולם-הזה קענען נאָר געזונטע, גוט-אויס-
געהונגערטע מענשען, וועלכע געהען אָפּ אַ פופצעהן װיאָרסט אויף
דער ניכטער, שוויצען זיך גוט דורך און בּאָדען זיך דערנאָך אויס,
וועניגסטענס האָט די דאָזיגע מוראדיגע הנאה געפיהלט אַצינד נח
פּאַנדרע, וועלכער האָט זיך נאָך, אויסערדעם, אַזױ שטאַרק אָנגע-
שטרענגט בּיים ראַטעװען ר' זימלען און בּיים אַװעקלעגען דעם
בּייזען בוהאַי. ער האָט פיבּערדיג אַריינגענומען אין זיך די ליב
-ליכע הנאה, און געפיהלט, מיט אַלע אברים געפיהלט, אַז זי קומט
איהם, וי לעקאַך -- אַ מחותּן.. די אמתע בּעלישמחחטע איז אָט
ודי קאַטערינקאַ. צוליבּ איהר איז די גאַנצע סעודה. און ער רײיבּט
אַרין... נישקשה, זאָל זי אַבּיסעל אַרומפּאַדיען אָט די געשמאַקע
124
גויקע, אַ געזונט אין איהרע זייטעלעך... טפו! אַזױ, להבדיל, פלעגט
ער אַמאָל ווינשען מערען. אַך, דער אָסטראָג! דער אָסטראָג ליגט
איהם נאָך אין די בּיינער.
אויסגעשוויצט פון געהן און פון אָקסענקאַמף װי ער אין גע"
ווצן, האָט ער זיך ניט אַזױ גיך אָנגעזעטיגט מיטן קיהלען קװאָס.
דערפאַר האָט אָבּער דערנאָך אַ זעץ-געטאָן דער אמתער וועלפישער
הונגער. צוויי הענט, צוויי אויגען און צוויי און דרייסיג געזינטשף
ציין האָבּען זיך פאַרװעט. איין גלוסטעניש, צו דעם אָדער יענעם
מאַכל, איז געלאָפּען וועט-געלויף מיט דער אַנדער גלוסטעניש. איין
מויל בּסך-הכל און אַזויפיל גוטע זאַכען, אָהן עין'הרע... און קאַטע-
רינקאַ, די אויסגערוהטע און זאַטע דאָרפישע בת-יחידה האָט מיט
אַ פעטינקען שמייכעלע צו"געזעהן און צו-געהערט זיך װי אֲלץ
װאָס זי האָט אָנגעשטעלט, פאַר איהרע אָנגעלעגטע געסט, בּרעכט זיך
און שניידט זיך און קנאַקט און װערט צומאָלען און פאַרשלונגען,
אַז ס'איז אַ מחיה צו קוקען. אמת, שטאָטישע לייט עסען אביסעל
צו גיך. אין דאָרף, װוי הונגעריג מען זאָל ניט זיין, איילט מען זיך
ניט אַזוֹי. אָט דער מאָגערער פּאַרשױן, נאָי'ס חבר, שלינגט שוין
אַבּיסל צו גיך; וי אַ סאַראָקע אין ווינטער שלינגט ער. דערפאַר אָבּער
נאָי (נח), אָט דער איליאַ מוראָמעץ*) װאָס איז פון װאַלד ארויס-
געשפּרונגען, און געקומען צו לויפען ראַטעװען זי -- אַלץ װאָס
ער טוט איז שען. יעדע בּאַװעגונג זיינע נאָגט זי זיס אונטער דער
הױכּער בהוסט, קיצעלט זי אין זייט. עס ווילט זיך איהר זאָגען איהם
אַ גוט-װאָרט, נאָר זי שעמט זיך. רעדט זי פערשטעלטערהייט צף
ביידע געסט, און ווינשעוועט פאַר איינע הוצאות שמחהלען אויך;
-- עסט, עסט, גוטע מענשען! עסט געזונטערהייט!
פיהלט זיך דערפאַר שמחהלע אַלס אַ גאָר נאָהענטער מחותּן,
פיי אַזאַ חתונה, אינמיטען העלען טאָג. ווינקט ער אונטער מיט איין
אויגעל און רעדט צו פּאַנדרען, מיט אַן אָנגעשטאַפּטען מויל;
-- נו, נחקע! האָסט דאָך געװאָלט פאָהרען מיטן פּאַרעכאָד,
האָסטו דאָך געװאָלט! װאָס האָסטו אָנגעװאָרען? אַ שלעכטער אָנ
+) אַ רוסישער לעגענדאַרער גיבור".
125
בּייסען אפשר? און מיט דער שיקסע, זאָג איך דיר, קען מען זיך
אויך ניט פאַרסמען... הען װי זי װאַרפט קוקערס! איך זאָל געווען זיין
דו... אויף ד יי ן אָרט.,
-- פרעס! -- שלאָגט איהם פּאַנדרע איבּער, און אַ היץ
גיט איהם אַ זעץ אין פּנים. כאָפּט ער און בּייסט אָפּ אַ ציבּעלע דעם
גאַנצען קאָפּ, כּדי שמחהלע זאָל מיינען, אַז דערפון איז איהם הייס
געװאָרעןי:
2
ערשט נאָכן אַועקלעגען דעם בּוהאַי, ווען קאַטערינקאַ האָט זיך
דערוועגט אַרױיסצוגעהען פון דעם שמאָלען בּלומען-גערטעל, איבּעף.
דעם איינגעריסענעם צוים, ערשט דאָ האָט זי אין דעם בּרײיט פּלײ-
ציגען גיבּור דערקענט דעם ,נאֵָי" (נחן) פון דער אידישער יאַטקע.
דער זעלבּער ,נאֵי, וועלכער האָט אַמאָל געקניפען אַלע דינסט-
מיידלעך, בּשעת אויסטיילען חלקים פלייש פון קלאָץ. זי איו נאָך
דאַמאָלסט געווען אַ יונגע שיקסעל און פלעגט זיצען בּיים טאַטען
אין װאָגען. דער טאַטע מיקיטאַ פלעגט צעהן מאָל מאַכען אַן אָנ"
שטעל, אַז ער געהט אַװעק, און פלעגט זיך הייס דינגען איבּער
אַ פרישען זאָדעק אויף חגא. און זי איז געזעסען אין שטרוי. וי
אַ קװאָקעכע, און צוגעקוקט זיך. אָט דער זעלבּער ,נאָי" איז איהר
שוין דאַמאָלסט געפעלען געווען מיט זיין שװאַרצער טשופּרינע,
מיט די פרעהליכע גרויע אויגען און מיט זיין מוראדיגער גבורה
בּיים צוהאַקען די גראָבּסטע קנאָכענס. זי האָט זיך ניט געוואונדערט
װאָס די מוידען שטופּען זיך אַזױ צו זיין קלאָץ און קװואָקטשען אונטער
זיינע גראַבּלענדיגע פינגער, וי די געכאַפּטע הינער. זי האָט כּמעט
מקנא-געווען די שטאָטישע מיידלעך, וועלכע זיינען אַזױ פריי און
ניט שעמעדיג און קויפען איין בּיי וועמען זײ געפעלט. אָט, בי
אידען קויפען די מאַנסבּילען קיין פלייש ניט איין, װי דער טאַטע
איהערער, ס'איז אַ ווייבערישער עסק...
די דאָזיגע עראינערונגען האָכּען צוגעגעבּען איהר דאַנק"
126
באַרקײט, פאַרן ראַטונעק װאָט נאָי האָט איה געגעבּען אַ באַ-
זונדערע מיידעלשע װאַרימקײט, אַ שוועבענדיגע לייבטטייט --
אַלע איהרע בּאַוועגונגען. און פּאַנדרע, מיט זיין גאַנצער אויס-
געהונגערטער מאַנסבּילשאַפט, האָט דאָס געפיהלט אין יעדען
קעהר פון איהר היפט, אין יעדען בּויג פון איהר קאָפּ, אין יעדען
צולויפען צום טיש -- צי מען דאַרף צי מען דאַרף ניט. ער האָט
זעהר גוט געזעהן, אַז קאַטערינקאַ װאָלט זיך געקענט אײנשפּאָרען
ניט איין טרחה, אַז זי װאָלט געקענט דערלאַנגען עטליכע עסעגזאַכען
אויף איין מאָל. נאָר זי צוטיילט דאָס אומישנע, כּדי װאָס אָפטער
צוצוגעהן צום טיש און װאָס געהנטער אָנזעהן דעם, וועלכער האָט
זיך געשטעלט צווישען איהר טויט-שרעק און צווישען ווילדען בּוהאַי.
און אַזױ גיך וי זיין ערשטע דורשט און הונגער האָבען זיך גע"
שטילט, האָט זיך אַן אַנדער הונגער אױיפגעכאַפּט, אַ נאָגענדיגעך,
אַ הייסער, אַ ביידנשמה-ציהענדיגער. זיסע מורעשקעס זיינען איהם
געלאָפען איבּערן רוקען, פאַרקליבּען זיך אין די פינגער און געמאַכט
זיי ציטערען: און כּדי צו פאַרמאַסקירען אָט דעם נייעם הונגער האָט
ער זיך געװאָרפען, בּשעתן עסען, פון כמורער שווייגעדיגקייט אין אי-
בּערגעטריבּענער פרעהליכקייט, און פון זשעדנעם שלינגען אין
אַ פאַרקלערטען קייען.
אַרײנרײבּענדיג געשמאַק, האָט איהם שמחהלע גענומען אָנ-
יקוקען פון דער זייט מיט פאַרדאַכט. ער האָט בּאַמערקט, אַז פּאַנ-
דרע אַכלט עפּעס ניט װי ער װאָלט באַדאַרפט צו אַכלען, נאָך אַזאַ
וועג און נאָך אַזאַ אָנהאָרעװען זיך. פארקװועטשט ער, שמחהלע,
ממזריש איין אויג און ווינקט אונטער מיט דער צוייטער:
-- דו מעלה-גרהסט מיר עפּעס װי אַ מילכיגע קעלבעל, נחקע!
האָסט דאָך געשריען, אַז דו שטאַרבּסט עסען, האָסטו..
-- איך עס ניט?... --י וואונדערט זיך פּאַנדרע און כאָפּט רייבּען
מיט אימפּעט אויף ביידע בּאַקען און אַ רויטקייט שפּאַרט איהם אָן
אין דער אָפּגעבּרעאָזער הויט פון פּנים.
נאָר מיט אַמאָל צורייצט איהם דאָס לאַכענדיג פייערל אין
ישמחהלעס אויגען און צֶר צעבּרומט זיך;
12
-- טאַפּסט מיך, אַ? װאָס בּין איך דיר? אַן אָקס אויף בּריי?..
פרעס! | |
אָבּער שמחהלע ווערט אַ האָר ניט נתפּעל:
| -- איך אויף דיין אָרט װאָלט איך אומזיסט:אומנישט דעם
לעבּען ניט איינגעלעגט. מילא, ר' זימלען אַרױסשלעפּען פאַרן בּאָרד
-- אַ מצוה-זאַך. אָבּער דו, קאַטערינקאַ-מאָלאָדיצאַ, כ'האָבּ דיך אָפ-
געשלאָגען פון בּוהאי? -- בּאַצאָהל! האָסט אָנגעקליבּען בּרוסניצעס
פאַר דיין חתן? -- כ'וויל אויך בּרוסניצעס...
-- הענג דיך אויף, טורערו..
פּאַנדרע האָט זיך אָנגעכמורעט און גענומען עסען מיט אַ גע-
מאַכטער זשעדנעקייט. שמחהלע איז איהם דאָ אַבּיסעל איבּעריג
געװאָרען. װאָס דאַקוטשעט ער איהם? דאָס -- געהט מען צו גיך
אויפן שליאַך. דאָס -- זיצט מען צו לאַנג. דאָס געפעלט איהם
ניט װוי ער עסט, דאָס טשעפּעט ער זיך מיט איהם סתּם אַזױ, װוי מיט
אַ אינגעלע... | |
נאָר אינמיטען בייזערען-זיך גיט ער אַ הויב די אָנגעכמורעטע
אויגען, פאַרגעסט אינגאַנצען, אַז טורערו קוקט איהם נאָך יעדען
ריהר מיט דער. בּרעם, און צולאַכט זיך פון פולען האַלז. װאָרים ער
דערזעהט װי קאַטערינקאַ נעמט צואַמען בּיים פּאַרקאַן, די צעשאַ-
טענע בּרוסניצעס, קלײיבּט אַרױס די גאַנצע פון די צעטראָטענע.
אין דער צובּראָכענער קערבּעלע פון בּעראָזעווער קאָרע קלייבּט זי
זיי צונויף,.. און, אינמיטען אויפקלייבּען, מאַכט זי פּלוצלינג אַ קולאַק
דעם געפּענטעטען בּוהאַי, וועלכער האָט דאָס אַלץ אָפּגעטאָן
-- או--או! טרעקליאַ--אַטי! (או, או, פאַרפלוכטער),
די צוזאַמענגענומענע רעשטלעך יאַגדעס האָט קאַטעוינאַ. לאַ-
כענדיג, אויך דערלאַנגט איהרע אורחים. אַבּי נאָך אַן איבעריגען
מאָל צודריקען זיך, מיט איין קיילעכדיגען זייט, צום טיש, נעהענטער
צו פּאַנדרען. זי האָט שוין אַ פּנים אינגאַנצען פאַרגעסען אַז זי
האָט דאָס געקליפען אין װאַלד צוליבּ איהר חתן, וועלכער דאַרף
קומען פון שטאָט, נאָך היינט פאַרנאַכט,.,. צווישען אַלע קאָלירען אוץ
רעשטלעך שפּייזען אויפן טיש, האָט דאָס רעשטעל בּרוסניצעס
אויפגעלויכטען מיט אַ קאַראַלענער רויטקייט, וי די קרעלען אויף
128
קאַטערינאַס האַלז, פאַרבלאַסט אַלע אַנדערע קאַלירען אויפן טיש
און צוגעגבּען איהם עפּעס יום-טובדיגס, אַ שיכּורע פרעהליכקייט
פון אַ יאַריד,
פּאַנדרעס פינגער האַבּען זיך ניט-ווילענדיג אַ ציה-געטאָן צום
נייעם כּיבּוֹד, און געבּליבּען אַזױי אויסגעצויגען ביים ראַנד פון
דעם צובּראַכענעם קערבעלע. ער האָט זיך עפעס דערמאָנט... שמחה-
לע איז טאַקע גערעכט. מיקטאַ האָט, דאַכט זיך, אויך געזאָגט אין
פעלד, אַז דאָס האָט קאַטערינאַ געקליבּען פאַר איהר ;,נאַזשיצאָני?
(חתן יי |
-- מען מעג פאַרזוכען? -- האָט ער קויינקלענדיג א פרעג
געטאָן,
-- פאַרזוך גוטער מענש, פאַרזוך! -- האָט איהם קאַטערינא
שעלמיש-לאַכענדיג אַרײינגעקוקט אין די אויגען. איהר שפּילעוודיגט
מינע איז אָבּער גלייך פאַרפלויגען. צום צעהנטען מאָל האָט זי היינט
פאַרחידוש דאָס, װאָס אַזאַ גִיבּור אַ מאַנטבּיל האָט אַזעלכע איננשל-
שע גרויסע אויגען. און אַזױ פרעמד איז זייער גרויער בּליאַסק אוג"
טער די שװאַרצע וויעס. פּונקט אַזױ פרעמד זיינען די צו-וייסע
ציין אונטער די שוארצע ווענסעלאך. א זשיד ניט זשיד, אַ ציגלי"
נער ניט ציגיינער. און בּיי איהר ,,נאַזשיצאָני? זיינען די וויעס וי
ראָגאַזשע און די װאָנסעס װוי ראָגאָזשע..
-- ;איז אַצינד -- שרעקט זי איבּער שמההלעס געמינער
קולכעלע -- אַצינד, קראַסאַװיצע, האָסטו שוין ניט מורא פאַר
אונו?
,ער נעמט זיך שוין אויך אַרײן אין כללי, בּייזערט זיף
פּאַנדרע אין האַרצען. , אונזי?
דער גויעס אויגען לויפען אום. זי פאַרשטעהט ניט יאָס
שמחהלע מיינט צו זאָגען,
-- פריהער אין װאַלד, -- פֿאַרטײטשט איהר שמחהלצ --
האָסטו זיך דערשראָקען פאַר אונז, װוי פון גזלנים בּיסטו אַנטלאָפען.
-- דאַ טאַק אוזש.. (שוין איינמאָל אַזױי) -- מורמעלט קאַ"
טערינאַ. פֿאַרלעגען -- ניט געוואוסט, גיט דערקעגט אַז.. אַוּ
ס'איז , גנאל" |
1209
צוריק פון אסטראָג (9)
-- אַזױ? נאָי? -- חזרט איבּער טורערו מיט אַ געזאַלצענעם
שמייכעלע.
קאַטערינאַ דרעהט זיך אויס אַבּיסעל בּרוגזלעך און געהט אָפּ פון
טיש. אויך איהר װאָלט לייכטער געווען, װען אָט דער מיאוסער
מענש װאָלט דאָ בּיים טיש ניט געזעסען, װאָס קוקט ער איהר נאָך?
װאָס שטעכט ער זי אַזױ מיט די , פּאָהאַנע" אויגעלעך? נאָר ס'איז
נאָיס חבר. זי קען דאָ גאָרנישט מאַכען
פונם פרוגזדיגען גאַנג ווערען איהרע היפטען נאָך בּויגיגער.
דער רוקען גלייכט זיך אויס, דער יונגער קאָפּ מיט דער געפּלומטער
כוסטע פאַרװאַרפט זיך,. מען זעהט אַפילן די שטראַמע ;בייט"
צווישען איהרע פּלייצעס, פּאַנדרע לאָזט אָפּ די זויערע בּרוסניצעס
און פאַרקוקט זיך אויף דעם רוקען. ער עסט איהם מיט די אויגען
איהם אַרט שוין גאָרניט װאָס שמחהלע קוקט איהם נאָך.
אַפּנים, כּדי מעהר ניט צו רייצען דעם צוגעבונדענעם בּוהאַי
האָט קאַטערינאַ, נאָך פאַרן גרייטען דעם טיש, אױסגעטאָן איהר
מאַלינע-רויטע קאַצאַװייקע. און איהר געפּאַסעקטע קליידעל, װאָס
זי האָט צוריסען איבּערן צוים, פאַרבּיטען אויף אַ ווייסען לייווענ-
טענעם. נייע לאַפּטיעלעך האָט זי אַרױפגעכאַפּט אויף איהרע בּאָר-
פיסע פיס און פּאַנדרע האָט מיט ערשטויטנג דערזעהן וי אַן
אמת-שענער פּאַסט אַלץ, װאָס זי זאָל ניט אָנטאָן. פאַרקערט, יעדע
נייע אָנטועכץ מאַכט בּולטער אַ נייעם חן, אַנטפּלעקט אַן אונבּאַקאַנ"
טען רייץ. קאַטערינאַס שענקייט איז אַצינד אַרױס פון איהרע קאַ"
לירטע שאָלעכצען, וועלכע ער האָט געזעהן אין װאַלד און דאָ,
הינטער צוים פון בּלומען-גערטעל. זי איז אַריין אין אַ נייער וי"
סער שאָלעכץ. דערפון איז קאַטערינאַ געװאָרען אַ בּיסעל גרעסער,
דערװאַקסענער, וײיבּערישער. איהר ווייסע , כאָלאָסטינקע? (ליין
איז אַראָפּ נעהנטער צום לייבּ און איהרע שטאַרקע בּריסט האָבּען
נאָך מעהר אָנגעשפּאַרט, מיט זייער צייטיגקייט, אונטערן זױבּערען
לייווענט, װוי איבּערגעװאַקסענע גרויסע יאָדרעס אין אַ דורכזיכטי"
גער פרי, נאָר איין רויטע שנירעל, װאָס איז געווען דורכגעצויגען
אין דער כאַלאָסטינקע ביים האַלז, האָט הייס בּאַלױכטען אָט די
קיהלקייט פון געװעבּ. און דער בּלויער אָפּגעבּליאַקעװעטער גאַר"
130
טעל, װאָס האָט פויל אַרומגעכאַפּט איהרע היפטען, האָט זיך שפּי-
לעוודיג און פּויעריש-חנדעלדיג געבאָמבּעלט בּיים געהן, מיט זיינע
אַראָפּגעהאַנגענע פרענז, אין איהר פולען שויס און אויף איהר יונגען
אָנגעצױגענעם בּויך,. און די שען-פאַרבונדענע, שװאַרצע און גע-
בּלומטע כוסטע אויפן קאָפּ. האָט געשאַפען אַ שניידיג-שאַרפען
קאָנטראַסט צו דער וייסער כאָלאָסטינקע און צום בּלאָס:רױטען
בּייטש קרעלען... צווישען אָט די קאָנטראַסטען האָט דער האַלז און
נאַקען אַרױסגעקוקט אַזױ פאַרפיהרעריש און אַזױי װאָרים, אַז פּײ
פּאַנדרען האָט דער אָטעם פאַרכאַפּט פון דער גיעס אַװעקגעהן
מעהר וי פון איהר צוגעהן.
שמחהלע האָט דער פּרוגז-געװאָרענער קאַטערינאַ עפּעס נאָמ-
גערופען, אַז זי איז אַ , האַרנאַ דיעווקאַ?, אַ שענע מויד הייסט דאָס,
און זי דאַרף גאָר ניט בּרוגז ווערען... און פּאַנדרען האָט ער, דערביי.
אַ בּיסעל שטילער, אַ זאָג געטאָן אַ פּאָר גראָכע װערטער ועגען
דער גויעס בּוזים און אַנדערע טיילען.. נאָר פּאַנדרע װאָט איהם
גלייך אָפּגעשטעלט, אַ טורקע געטאָן איהם מיטן איילענבּויגען און
אויך אַ רוף געטאָן
-- קום אַהער, קאַטערינושקא!
אויף זײן קול האָט זיך קאַטערינאַ גלייך אָפּגערופען און
צוריקגעקעהרט זיך צום טיש. אין איהרע ברוינליכע אויגען האָט
געלויכטען אַן איבּערגעגעבּענקייט פון אַ טרייען הונט און א פרייד
פון אַ יונג-בּלוט נאָך אַן איבערגעלעבטער גרויסער געפאהר,
אָנווייזענדיג אויפן טיש, װאָסּ איז נאָך געווען געדיכט פאַר-
שטעלט מיט שיריים פון אַ רייכען דאָרפישען מאָהלצייט, און סטא-
רענדיג זיך דער קול זאָל בּרומען װאָס ווייכער, האָט זי פּאַנדרע א
פרעג געטאָן;
-- זאָג נאָר, קאַטערינושקאַ, וואו האָסטו זיך דאָס אויסגץ-
לערנט אַזױ גרייטען צום טיש?
-- אַ װיעדאָמאָ, --- לאַכט צו איהם קאַטערינאַ -- פיי אידען!
דער טאַטע האָט געװאָלט נאָך אַמאָל חתונה האָפּען און אַרײננע-
מען אַ שטיפמאַמע אין שטוב, בּין איך אַװעק קיין שקלאָו און גע-
שטעלט זיך דינען בּיי אידען. איז דער טאַטע דערנאָך געקומען זון
111
מיך אָפּגענומען, , כ'וועל מעהר ניט חתונה האָבּען". זאָגט ערי,
-- בּיי וועמען האָסטו דאָרט געדינט? -- װערט פּאַנדרע
שטאָרק נייגעריג, י
-- אַ װיעדאָמאָ: --- מאַכט קאַטערינקאַ -- בּיי חייםען אַ
רייכער . איד, חיים. װאָס אַקעגען די יאַטקעס..
מויל האָט זיך איהם אַזש אויפגעעפענט פון בּייזער פאַרוואונדערוננ,
האָט זיך איהם אַזש אויפגעעפענט פון בּייזער פאַרוואונדערונג. און
און דאָ זיצט נאָך שמחהלע אוֹן גיסט בּוימעל אויפן פייער:
-- דו הערסט דאָך בּיי וועמען? בּיי ד יין נייעם נגיד! וי איך
בּין אַ איד. נו? -
| -- לאַנג האָסטו דאָרטען געדינט? -- פרעגט פּאַנדרע שטי"
לערהייט און דערקענט ניט זיין אייגענעם קול. אַזױ הייזעריג איז
ער מיט אַמאָל געװאָרען.
--- ניין. ניט לאַנג. ניט קיין גוטער מענש איז ער, חיים.
כ'האָבּ מורא געהאַט צו בּליבּען מיט איהם אַליין אין שטוב, װי
איך בּלייבּ מיט איהם אַליין --- אַזױ אַלערלײ ווערטער אַזעלכענע..
קריכט נאָך מיט זיין שטובּ-כאַלאַט. טשיקעוועט איך קיך אַרײן. אַ
פּליך בּיז די אויערען. קינדער -- דערוװאַקסענע. און
אַלײן -- טפו! ניע דאַי בּאָזשע! (בּאַהיט גאָט!)
-- דו הערסט? -- מאַכט שמחהלע מיט אַ שלעפערדיג"בּײ-
זער מינעלע -- געחערט װאָס אַ מערידאַלניק פאַרגינט זיך? יונגע
שיקסעס גיפ איהם? און אַ מכּה וויל ער ניט?
פּאַנדרען האָט שאַרף אַ שטאָך געטאָן אין האַרצען פון שמחה-
לעס פּירוש. ער האָט אַזש אַ ליפּ פאַרבּיסען. די אַלע חשבּונות מיטן
נייעם-נגיד זיינען אין איהם מוטנע אויפגעשוואומען וי הייווען אין
אויפגערודערטען וויין. די שלימזלדיגע שרפה האָט זיך איהם קלאָר
דערמאָנט, דאָס ראַטעװען דעם נייעם-נגידס בּהמה, דאָס שטעלען
זיך אַקעגען פּריסטאַו. דאָס בּעטלען פון ר' סענדערן, עליו השלום,
דער נייער-נגיד זאָל געבּען צו-שטייער אויפן משפּט, און די צויי
דריי-רובּעלדיגע װאָס יענער האָט ר' סענדערן צוגעװאָרפען פון
קאָרטען... אַלץ ווייסט ער דורך מערעס בּריף און פון שעפטעלעף
און אָט דער דאָזיגער נפש האָט נאָך אַן עזות צו קריכען צו.. צו
122
יונגע גויעס. צו קאַטערינקען!... װי אַ װאַנץ דאַרף מען איהם צו-
ריײבּען! טורערו איז גערעכט!.. שאַ, פּאַנדרע! און אין פלוג גענו"
מען, װאָס איז דאָס דיין עסק? אַ שומר פון דאָרפישע שיקסעס ביסטו
געװאָרען? און פונדעסטוועגען --- פאַרװאָס פאַרדריסט דאָס אַז?
פאַרװאָס זעגט דאָס אַזױ איבּערן לונג און לעבער?
אויפגעפרעסעו די בּרוּסטניצעס
41
פּאַנדרעס ווערטלען זיך מיט קאַטערינושקען האָט איבּערגע-
ריסען מיטרע דער פּאַסטוך. ער איז אָנגעלאָפען פון דער לאָנקע
מיט זיין בּלעכערנער טרובּע און מיט דער לאַנגער בּייטש -- פאַר-
װאָרפען אויפן אַקסעל,. און, כּדי אָנצושרעקען זיינע אַנטלאָפענט.
קעסט-קינדער -- מיקיטאָס שװאַרצע קוה און דעם וייסען כּוהאַי,
האָט ער נאָך, פאָרן אַרײינקומען אין טויער, אַ שברים-תּרועה געטאָן
אין זיין לאַנגער טרובּע: אַ פּאַסטוכישען שטייגערעל אויסגעדרעהט...
וי אַ פאַרפיינקטער אָפּקלאַנג פון טויאיגע לאָנקעס און גראָ-
זיגע פּליינען האָט זיך דער טרוב אָפּגעגעבּען אין די לאַנגע אויערען
פון דער קוה און פון איהר געפּענטעטען .קאַװאַליער". .טרו-טאָי
טאָ.."י די פעלדער רופען, די גרעזער װוינקען.
אָבּער גלייך נאָכן טרובּען האָט זיך דערהערט דער שאַרפער
קנאָל פון מיטרעס לאַנגער און קניפּעלדיגער בייטש. װי אַ שאָס
אָהן פּולװער איז עס איבּערן פּאַרקאַן אַריבּערגעפלויגען. דער שול-
דיגער בּוהאַי האָט אַ ציטער געטאָן, אַ ריס געטאָן זיך. אָבּער דער
קורצער סלופּ און די שטאַרקע שטריק האָבּען איהם פעסט געהאַל-
טען. האָט ער גענומען טרייסלען מיטן גרויסען האָרניגען קאָפּ, וי
ער װאָלט זיך געװאָלט אָפּשאַקלען פון זיינע שלעכטע מעשים און
פון דער שווע"ער בּאַצױבּערונג װאָס פּאַנדרעס קראַפט האָט אויף
איהט אָנגעװאָרפען.
134
און מיקיטאַס שװאַרצע קוה, מיטן וייסען פלעק אויף דער
ליטקע, האָט זיך עפּעס אויך געפיהלט ניט מיט אַלעמען. אומרוהיג
האָט זי זיך איבּערגעשטעלט אויף איהרע קלאָהען, געדרעהט מיט
די לאַנגע אויערען און טרויעריג געמוקעט. ס'הייסט: , מיטרע לא"
בּען! דער בּוהאַי איז גאָט די נשמה שולדיג! איך, איך! איך אַלין,,'*
און דאָ איז שוין מיטרע-פּאַסטוך מיט זיינע כּלים און לאַפ-
טשעס אַרײנגעשפּרײזט אין מיקיטאַס הויף, און -- פּאָדאַװאַי זיד"
לען און שילטען דאָס אַנטלאָפּענע , פּאָרליי, יעטוועדערען באַזונדער.
-- אַך דוֹ סטערווא! -- ווענדעט ער זיך מיט שוים בּיים מויל,
וי מען ווענדעט זיך צו אַן אױיסגעלאַסענער מויד, ווען מען כאפּט
זי בּיי אַן עבירה, -- דו שװאַרצע פּאַסקודע! דו ווייס-לאַפּיקדיגע
פיסנאַהע דו! וועניג דיר, דו אַזױנע און אַזױנע, אין פעלד! דאַרם-
סטו נאָך, דו נפקא, פאַרפיהרען דעם בּוהאַי צו זיך אַהיים, אין דיין
מאַמען אַרײן! פאַר דיר אַליין װילסטו דעם בּוהאַי האָכּען? פאַר-
גינסט ניט, הייסט דאָס, טאָמער וועלען זיך אויך אַנדערע בהמוז
, לויפען" מיט אָט דעם גולם? טו, נאַדזשע דיר! און נאַ דיר!י..
אַזױ לאָזט אויס מיטרע פּאַסטוך זיינע שטראָף-רייד מיט אַ קנאַל
פון דער לאַנגער פייטש איבּער דער בּהמהס רוקען. אַ לאַנגער געד"
ראַלענער פלעק שפּרינגט אַרױס אויף דער בּהמהס פעל, און, פאַר-
רייסענדיג דעם עק און מיקענדיג פון װעהטאָג, רייסט זי זיך אַרױס
פון אָפענעם טויער.
-- און דו? --- ווענדעט זיך אַצינד מיטרע-פּאַסטוך צום שע"
נעם ,, בּחור"' -- האָפט ניט, דו אויסוואורף, וואו דיין כּויאַנסטװאָ
אַהינצוטאָן? פּאַרקאַנעס אײנװאַרפען, װײיבּער שטויסען, דו ,גיע"
כריסטי? נאָך רויטע קאַצאַװייקעס יאָגען זיך? דיין גלייכען זיינען
זיי?.;. װאַרט, װאַרט! לאָמיך דיך קאָרשט אָפּפּענטען, דו הילצערנע
מאָרדע! װאַרט, װאַרט!
פּאַנדרע,. שמחהלע און קאַטערינושקאַ האָבּען זיך געהאַלטען
פאַר די בּייכער צוהערענדיג, װוי מיטרע טענהט זיך אויס מיט זיינע
קעסט-קינדער. דער ערשטער איז פּאַנדרע אַנטשװיגען געװאָרעף
ער האָט זיך פאַרחידושט, װוי רוהיג און זיכער מיטרע דער פּאַסטוך
פּענטעט אָפּ דעם האָרניגען ריז. אָט די זעלבּע ווילדע חיה, װאָס איז
135
ערשט מִיט אַ שעה צוריק געווען אַזױ געפעהרליך, אַזױ ווידער-
שפּעניג, אויף וועלכער ער, פּאַנדרע, האָט אַזױ פיל כּחות אַװעקגע-
לעגט, דרעהט אַצינד אונטערטעניג מיט די האָריגע אויערען. לאָזט
זיך אָפּפּענטען, און לויפט אַרױס פון הויף, אונטער מיטרעס אָנ"
געשריי,. מיט דראָבּנע טריטעלעך. אַפּנים דער ריח פון מיטרעס
אָנטועכץ אין אַן אַנדערער. ניט קיין שטאָטישער. אַ לײבּליכער ריח
פון איין און דערזעלבּער משפּחה. פּונקט אַזױ, װוי היינט דער בו"
האַי, האָבּען אַמאָל ר' סענדערס פערד פיינט געהאַט זיינע קצבישע
בּגדים. געביסען זיך, געדריגעט..
מיט אַ חברשען קוק האָט פּאַנדרע אַרױסבּאַגלײט דעם גרוי"
סען בּוהאַי. מיט אַזאַ קוק בּאַגלײטען אודאי עהרליכע און שטאַרקע
קעמפער זייערען א באַזיגטען געגנער,. וען מען פיהרט יענעם
אַרױס, אונטער די הענט, פון דער אַרענע אין צירק... אַ שטומע צונג
אפילו, אָט דער גרויסער בּוהאַי. אָבּער אַ בכּבודיגער האָרן-שט-
סער און בויך-אױיפּשפּאַלטער! ניין. זיין בייקישען כּבוד, דעם כּבוד
פון אַן עלטסטען אין סטאַדע און פון אַ , הערצער-ברעכער', ביי
אַלע בּהמות, האָט ער פאָרט ניט געלאָזען פאַרשוועכען... מוה---ה!
אָנגעלאַכט זיך אַ פולען בּויך, װישט זיך שמחהלע אָפּ די אַו-
געלאָפּענע טרערען, פאַרקירעוועט ממזריש איין אויגעל אונטער דער
בּאַראַשקענער היטעל און מאַכט שטילערהייט צו פּאַנדרען
--- מילא דו און קאַטערינקאַ לאַכען -- פאַרשטעה איך נאָך.
ס'איז אייך פרעחליך. אָבּער װאָס לאַך איך?
אויף זיין רעטעניש-שפּראַך האָט איהם נאָר פּאַנדרע אָפּגץ-
ענטפערט מיט אַ האַרטען קוק, װוי מען קוקט אָן אַן איבּעריגען און
פּאַרזעסענעם גאַסט. -
-- נאַ, -- לאָזט שמחהלע בּורטשענדיג אַראָפּ די איגען
אונטער דעם דאָזיגען שטייפען קוק -- איך זעה דאָך שוין, אַז דיר
און דער שיקסע האָט אָנגעשפּאַרט... היינט װאָס פּלאָנטער איך זיך
דאָ? איז לאָמיך כבּעסער געהן צושפּאַרען זיך בּיז די היץ װעט אָפּי
פאַלען.י.
= פּאַנדרע שווייגט אַן אָנגעכמורעטער.
-- אַ דאַנק דיר! -- װענדעט זיך שמחהלע אויף גויעש צו
136
דער שיקסע, מיט אַ בּאַהאַלטענעם שפּאָט -- אַ דאַנק דיר, קאַטע-
ריגקאַ, פאַר בּרויט און זאַלץ! צו דיין חתונה װעל איך דיר פאָר
דיין כּיבּוד שענקען אַ גוטען זאָדיק, האָבּ קיין מורא ניט.. ויז
וואו קען מען זיך דאָ צושפּאַרען אַבּיסעלע.
-- אָט דאָרטען! -- ווייזט איהם. קאַטערינושקאַ אָן און
אָטעמט לייכטער אויף -- אָט דאָרטען אין גערטעל, וואו די פּאָד-
סאָלנוכעס,.. (זון"בּלומען), אַ גרינע בייט אין דאָרטען פאַראַן אין
שאָטען. סיי װי סיי האָט דער בּוהאַי צוטאָפּטשעט. ניטשאַװאַ!
שמחהלע האָט גענומען זיין קלומיק און, זינגענדיג עפעס אַ
געמיין ניגונדל, אַװעקגעשפּרײזט צום בּלומען"גערטעל מיטן איינ"
געריסענעם צוים. נאָר עטליכע מאָדנע וװוערטער מיט אַן אויסטער.
ליש-פאַרדרעהטען גמרא-ניגון,4 האָבּען דערגרייכט צו פּאַנדרעס
אויערען: |
-- אַי. שור שנגח את השי-ווי-ווי"ייק"קסע!=)
| פּאַנדרע האָט אָבּער קינמאָל קיין משניות ניט געלערנט און
ישמחהלעס מיין ניט פאַרשטאַנען. |
2
וי נאָר שמחהלע איז פאַרשוואונדען הינטערן קיחלען וואויג-
געל פּון כאַטע, האָט פּאַנדרען שטאַרק גענומען קלאַפּען דאָס האַרץ,
אַזאַ אינגעלשע האַרץ-קלאַפּעניש האָט ער שוין ניט געפיהלט זינט
ער האָט חתונה געהאַט. נאָר פּשעת ער איז נאָכגעלאָפען מערען
און יענע האָט איהם ניט געװאָלט -- דאַמאָלסט יא
--- וי קום איך צו פאַרגלייכען אַ שיקסע מיט מערען.
בייזערט זיך פּאַנדרע אין האַרצען, אָבּער עפּעס אין דאָ שטאַרקער
פון איהם. ער בּייזערט זיך און דאָס האַרץ קלאַפּט פון בּלייבּען אויג
אויף אויג מיט קאַטערינושקען. ניט די מידקייט פון געהן צוֹ פוס
') אִי, אן אָקס װאָס האָט אַ שטױסיגעטאָן אַ שי-יק-סע! איבער.
געדרעהט פון שור שנגה את הפרה.
137
אַזא ווייטען וועג אין אַזאַ היץ, ניט דאָס טרינקען זיך מיט זימלען
צוזאַמען, ניט דער קאַמף מיטן בּוהאַי, ניט דאָס שטאָפּיגע דאָרפישע
עסען -- זיינען בֹּכּח איינצושלעפערען די מאָדנע אומרוהיגקייש
װאָס האָט איהם אַצינד אַרומגענומען. אוֹן דאָ ?טעהט נאָך קאַטע-
רינושקאַ אַזױ נאָהענט, בּלוט-און-מילך און זון, און דערצעהלט לאַ
כענדיג, װוי דער בּוהאַי איז זי פריהער בּאַפאַלען. זי בּאַמערקט אַפי-
לו ניט, װי איהר ניטיגעקינצעלטער אָפענער לשון גיסט בּוימעל
אויפן פייער, מיט איהר פּויערשען הומאָר, װאָס גיט זיך אָפּ מיט
גראָז און שטאַל און נאַטירליכע בּאַדערפענישען, דערצעהלט זי, אַז
שוין בּאַלד אַ חודש וי די יונגע בּהמה זייערע בּרענגט מיט זיף
אַראָפּ, אַלע עטליכע טעג, אויף כּיבּוד דעם ווייסען בּאַיק פון סטאַ-
דע. אַ נייעם בּוהאַי האָט מאַקאַראָווקי געקויפט , אויף פּלאָד"י. אויפן
לעצטען פּאַסכע-יאָריד האָט מען איהם איינגעהאַנדעלט. אַ גוטע
פּאָראָדע אויסגעזוכט. אַלע פּוערים האָבּען געגעבּען צושטייער..
איז אָט האָט ער זיך פאַרנאַדיעט דער זעלבּער בּוֹהאַי. שלעפּט זיך.
נאָך, אַזאַ גרויסער האָרניגער זכר נאָך זייער שװאַרצער בּהמהלע.
אַ , פּאָטיכע!י צו קוקעף עפּעס װי דער סטאַראָסטע פון דאָרף
זאָל זיך געווען נאָכשלעפּען נאָך אַ קליין מיידעלע.. טיאָפּיטיאָפּ
מיט אַלֶע פיער קלאָהען. און אַן אַקט מיט איהר, מיט דער בהמהלעז
זי ווייסט גוט, די הולטאַיקע, װוען אַלע אַרבּײיטען אויפן פעלד,
גראָד דאַמאָלסט בּרענגט זי אַראָפּ דעם ווייסען חתן איהרען. וועל-
כער איז צעהן מאָל גרעסטר פאַר איהר. פאַרן זיידעלע אונזערען
האָבּען זיי אויך קיין מורא ניט. װאָס קען ער מאַכען דער אַל-
טעטשקער? יאָגען זיך אפשר נאָך זיי, מיט זיינע קראַנקע פיסלעך?
זיצט ער אויף דער פּריזבּע און קרעכצט.. קומט ער זיך אַזױ גאַנץ
רוהיג, דער טייערער חתן, עפענט אויף דעם טױער מיט די הער-
נער, זליאָקעט אויס דער בּהמהס פּאָילע,. פרעסט אױיף איהר הי,
צעטאָפּטשעט איהר אונטערלעגער. און זי,. די שוורצע כּלה זיינע,
שטעהט נאָך דערבּיי אַ הונגעריגע און מוקעט. אַזאַ שטיק נאַר דאָס
| איז! ווינשעוועט נאָך, קענטיג, אַז ס'זאָל איהם זיין צו געזונט. און
פּאַטשט זיך מיטן עק אין בּיידע בּאָקֶעס. און וי נאָר ער פרעסט זיךף
אָן דער בּוהאַי, אַזױ הויצט ער זי אָן צו האַליבּען אונזער בּהמהלעי.+
138
-- אֵ? -- מאַכט זיך פּאַנדרע תּמעװאַטע -- וי אַזױ האַליו-
בעט ער זי? -- גיט ער שטיל און הייזעריג אַ פרעג און פיהלט וו
דאָס גאַנצע ליב בּרענט אויף איהם.
-- אַ װיעדאָמאָ (מען וייסט)! -- ערקלערט איהם קאַטעריל"
נושקאַ פראָסט און פּשוט -- שטעלט זיך דיבּאָם און מיט די פאָ-
דערשטע קלאָהען --- אַ װאָרף זיך איבּער דער כבּהמהלע. אונוצ"
בּהמהלטס דוקעו גיט זיך אַזשׁ אַ בּויג און א קנאַק אונטער אאַ
, מאַכינע!. אָט-אָ בּרעכט ער זי איבּער, אַזאַ בּוהאַי! נאָר , גיטשאַ
װאָ". זי האַלט אױיס.,
--- און היינט, -- דערצעהלט קאַטערינושקאַ, ניט אָפּשטע-
לענדיג זיך --- היינט קומט זי פּלוצלינג אַהיים. אין װאַלד האָט זי
ברוסניצעס געקליפען, אין פעלד -- דעם טאַטען געהאָלפען און
פאַרלאָפּען אַהיים געבּען דעם זיידעלען עסען. ערשט -- אַהאַ! די
בהמהלע מיט איהר בּוהאֵי זיינען דאַ! האָבּען, קענטיג, זיך גאָר גיט
געריכט אויף איהר... הויבּט זי אויף,. אויף קאַטאָװעס, אַ שטיק
האָלץ און טוט אַ פאָך אויפן בּייק. געמיינט, ער װעט זיך דערשרע"
קען. ,,ניאַ טוט-טאָ בּילאָ!יי (עס הויבט זיך גאָר ניט אָן) אַז ער גיט
זיך דאָס ניט אַ מאָרדעװע אויף איהר, דער בייק! איהר רויטע קאַ-
צאַווייקע האָט איהם, זעהט אויס, די בּייקישע אויגען אױיסגעשטאָ-
כען, די רויטע ברוסניצעס -- אין קערבעלע.. זי האָט אָן דעף
אינגאַנצען פאַרגעסען.
- יאַק נאַפּרעטש (וי ער שטורעמט זאָס אָן! -- מאָלט
איהם קאַטערינקאַ דאָס בּילד און מאַכט צושראַקענע איגען --
װי ער האָט דאָס פאַרריסען דעם עק, װי ער האָט דאָס אָנגעצילט
די הערנער! אַ בּאַהאָרנטע בּאַרג פלייש איז אויף איהר אָנגעלאָפען
מיט איין טראַסק -- אײנגעװאָרפען אַ שטיק פּלאַנקען אָט דעם
זעלבּען שטיק, לעבּען טױיער, װאָס ,נאֵי" האָט אויך געהאָלפען
פאַרריכטען, אַ גליק האָט איהר געטראָפען, װאָס זי האָט זיך פון
ערשטען קלאַפּ אַרױסגעדרעהט. זי ווייסט אַליין ניט װי ס'האָט זיף
איהר איינגעגעבען. אַזױ האַסטיג איז דער קלאַפּ געװען.. האָט זי
זיך געלאָזען לויפען צום טיר פון כאַטע. געװאָלט איינשליסען זיך,
אָבּער דער בּוהאַי איז איהר דעם ועג פאַרלאָפען. מיטן בּרייטען
139
הינטען פאַרשפּאַרט דעם אַרײנגאַנג, אַ גליק איז איהר געשעהן, װאָס
איהר איז איינגעפאַלען אַ װאָרף צו טאָן דאָס קערבּעלע בּרוֹסני.
צעס. פּאָדאָװואַי זעצען דאָס קערבּעלע מיט די נאַרישע הערנער און
דריגען מיט די קלאָהען איבער די צושאָטענע יאַנדעס! דערווייל-
װאָס האָט זי פּאָספּעיעט אַריבּערדראַפּען זיך מיט די בּאָרפיסע פיס
איבּערן צוים פון בּלומען"גערטעל, . אַ שטיק קליידעל אָפּגעריסעף
אַ קנעכעל צושונדען. ווען ניט די בּרוסניצעס ווייסט זי ניט װאָס פון
איהר װאָלט געװאָרען. דער בּוהאַי האָט זי אָבּער אין גערטעל אויך
דערשמעקט. דערנאָך איז ער, ,, נאָי"", אָנגעלאָפען.- :
--און אויף דיר, קאַטערינושקאַ,---גיט פּלוצים פּאַנדרע היל"
זעריג אַ פרעג און נעמט זי אָן ביי דער האַנט -- אויף דיר האָט
זיך קיינמאָל אַ מענש.. אַ מאַנסבּיל אַזױ ניט געװאָרפען?
קאַטערינושקאַ פֿאַרשאַרט די בּרעמען אונטער דער כוסטע פון
אַזאַ פלוצליכער שאלה און פון פּאַנדרעס קוק. זיינע אויגען זיינען
אַצינד מוטנע און מיט בּלוט פאַרלאָפען, װי פריהער ביים צעווילי
דעוועטען בּוהאַי. זי גיט ניט-ווילענדיג אַ ריס איהר האַנט פון זיין
האַנט:
--- טשאַהאָ (ווי)? איך פאַרשטעה ניט. װאָס הייסט אַ... מענש
װואַרפט זיך?
--דיין חתן -- דער סאָלדאַט!: -- מאַכט פּאַנדדע שטיל און
פרעך, און פיהלט װי דאָס אַמאָליגע קצבישע גראָבּקײט צו װײיבּער
קעהרט זיך צו איהם אום, , |
אַ געדיכטע רויטקייט פאַרגיסט קאַטערינאַס פּנים. דאָס צִוֹי
יעהן, אַמאָל אין יאַטקע, װוי , נאָי*י קנייפּט די יונגע דינסטמיידלעך,
דאָס אַנטלויפען פון איהם היינט אין װאַלד װי פון אַ בּראָדיאַגע,
דאָס ראַטונעק װאָס ער האָט איהר היינט געגעבּען, אַלץ מישט זיך
בּיי איהר צונויף אין איין גרויסער אומרוהיגקייט,
-- זשאַנאַטי! (אַ בּאַװייבּטער) --- אַזױ שאָקעלט זי מיט איה .
געבּלומטער קאָפּיכוסטע -- װי שעמסטו זיך ניט ,נאָי?: אט
זועל איך נעמען און דערצעהלען היינט מיין חתן. |
-- דערצעהל, דערצעהל! -- לאַכט פּאַנדרע מיט יאַשצער-
קעס -- אויך מיט איהם וועלען מיר זיך ספּראַװען
140
ער פיהלט, אַז דער שיקסעס אָרענטליכקייט האָט איהם אמ
בּערגעוואויגען. קאַטערינושקאַס צוריקגעהאַלטענקייט איז אָבּער ניט
אויף אַזױ פיל , געפעהרליךיי ער זאָל זיך אינגאַנצען אָפּקיהלען
ער האָט נאָר פאַרגעסען װי צו רעדען מיט אַזעלכע צור-יונגע
שיקטעס,-
און אַנשטאָט צו בּאַרוהיגען זי רייצט ער זי נאָך מעהר:
-- און פאַרװאָס האָסטו מיר אַװעקגעגעבּען אָט די רעשטלעך
בּרוסניצעס? האָסט דאָך פאַרן חתן געקליבּען. דער טאַטע דיינער
האָט מיר געזאָגט. אָט װעל איך נעמען און אינגאַנצען אויפעסען.
אַ יאַגדע זאָל איהם ניט בּלייבּען.. אַ?
63
קאַטערינושקאַ גיט פאַרדריסליך אַ װאָרף מיט די אַקסלען
אָבּער פון טיש געהט זי ניט אַװעק. די דאָזיגע אומצופרידענע בֹאַ-
וועגונג קיהלט פּאַנדרען אָפּ. בּאמת, װאָס האָט ער זיך צו איהר צו"
געטשעפּעט?.. די מידקייט פוֹן היינטיגען טאָג און די זאַטקײט פון
פּויערשען אָנבּייסען קומען אויף איהם אָן װי אַ בּאַרג. די שווערע
אויגען-הייטלעך ציהען זיך אַראָפּ, עמיצער אַ פוכיגער, א װאָרימער,
אַ זיס-שיכורער קיצעלט איהם, דאַכט זיך; אין זייט, שעפּטשעט
איהם אויפן אויער;
--- שלאָפּען, שלאָפען, שלאָפען..
פּאַנדרע גיט געשמאַק אַ געניץ, | |
אַצינד, אַז פּאַנדרע איז שװאַכער געװאָרען, איז די נקבה אין
קאַטערינושקאַן שטאַרקעל געװאָרען, הייסער געװאָרען, נייגעריגער.
-- קום בעסער, נאָי! -- מאַכט זי צן איהם מיט אַ מאָרמ-
הערציגען שמייכעל, אַזױ װוי עס שמייכעלט אַן עלטערע שװעסטער
צו אָן אינגערען שטיפערישען ברודער -- קום, כ'וועל דיר בעטש?
געבען אַן אָרט אין היי-שפּײיכלער. ווייך, קיהל. װעסט זיך אויסרױו"
הען. און אָט -- די זון װעט אַראָפּ, וועסטו דיר אַװעקגעחן קיין
שקלאָוו, צן דיין ווייבּ.,, זאָג, אַ שען ווייב האָסטו עפּעס.
141
--אַ שענע, גאָר אַ שענע! -- לאַכט פּאַנדרע, ציהענדיג זיך
אויף אַלע בּיינער.
--אַ?--איז כּלומרשט צופרידען קאַטערינושקאַ--נו,. און גע"
לױיבּט איז גאָט! געלױיבּט איז גאָט!
נאָר פּאַנדרע דערכאַפּט אין איהר , לױבּען גאָט" -- אַ בֹּאַי
האַלטענע ווייבּערשע פאַרדראָסיגקײט, װאָס ער האָט אַזױ גוט גע-
קענט אין בּחורשע יאָהרען... און די הייסע אומרוהיגקייט כאַפּט זיך
אין איהם ווידער אויף.
וי דורך אַ שיכּורן נעבּעל איז נאָך איהר פּאַנדרע נאָכגעגאַנ"
גען, פיהלעפדיג אַ שלעפערדיגקייט און אַ בּאַגעהר אין אַלע אברים:
דורך דער קיהלער פירהויז זיינען זיי אַריין אין אַ מין שמאָלען
בּערװענע-קאָרידאָרעל, צווישען צוויי הילצערנע טירלעך. רעכטס---
צום שטאַל, לינקס -- צום-היישפּײיכלער. אַ שטאַרקער שנאָרכען
פון אַ פערד בּיים זאַשעק האָט זיך דערהערט אין דער האַלבּ-טונ"
קעלקייט,
-- אַ פערד? -- וואונדערט זיך פּאַנדרע -- אַרבּײיט גאָר ניט
שניטצייט אין פעלד?
-- אונזערער אַ זשערעבּטשיק! (לאָשעק) -- ערקלערט איהם
קאַטערינקאַ --- נאָך ניט קיין אָנגעפּאָדקאָװעטער. דער טאַטע כאָ-
ליעט איהם. ווילסט איהם זעהן?
-- בּאַװייז! --- מאַכט פּאַנדרע מיט אַן אויפגעקאָכטע זשעד-
נעקייט. די בּאַלעגאָלישע בּענקשאַפט נאָך דער װאַרימער נאָהענט-
קייט פון אַ פערדעל האָט זיך אין איהם אויפגעוועקט. שוין אָנ"
דערטהאַלבּען יאָהר ניט געפּאַטשט אַ סוס איבּער דער ציטערדיגער
ליטקע. |
קאַטערינושקע האָט אַ שטופ געטאָן דאָס רעכטע טירעל. און
אין דער קאַרגער ליכטיגקייט פון שטאַל האָט פּאַנדרע גלייך דער"
זעהן אַ שענעם יאָהריגען לאָשעק, מיט אַן אויסגעצויגענעם בּויך,
מיט אַ מאָגערליכער שפּיציגער מאָרדע איבּערן זאַשעק און מיט
דינע פיס---אין שטרוי פון געלעגער. זיין גרוי-גלאַטע פעל האָט זיך
איבּערגעגאָסען אן אַ זילבּערדיגען גלאַנץ און אין טונקעליגרויע מאַ-
טאָװע , עפּעליי.. אויף דעם דאָזיגען אַטלאַסענעם גרוי האָט נאָך
142
זואונדערליכער און פרעמדער אויסגעזעהן די בּרוינע ניט-געשוירעגע
אויפגעברויזטע גריווע. פּונקט פון אַזאַ פרעמדער , מאַסטיי (פאַרבּ)
איז געווען דער רייכער, נאָך ניט-אױיגעװאַקסענער עק, צויל פאַר"
שידענע , בּלוטען" האָבּען געשפּילט אינם לאָשעק,. פאנדרע איז
נשתּומם געװאָרען:
-- וי קומט צו אייך אַזאַ צאַצקע? סאיז דאָך א פּריצישע
פּאַראָדעי.
-- אָך, יאָ! -- גיט אַ לאַך קאַטערינושקאַ -- ניט דו דער
ערשטער וואונדערט זיך, אַ סלוטשאֵי (צופאַל) אַזאַ געװען. דעם
פּאָמיעשציקס אָגער איז באַפאַלען אונזער יונגע קליאַטשע דאָ אין
הויף,. דער פּאָמיעשציק האָט איהם א וויילע אױיסגעשפּאַנט פון קאַ-
דעטע. אַ האַלאַבּליע געדאַרפט פאַרריכטען. און זיין אָגער האָט
גלייך דערשמעקט אונזער קליאַטשעלע. האָט ער זיך אָפּגעריסען פון
צוימעל און אַ פאַרסאָפּעטער אַרײינגעריסען זיך אין הויף, אול וי
האָט ער געהירזשעט!.. דער פּריץ האָט זיך דערנאָך געטשעפּעט
צום טאַטען. געלט געמאַנט פּיי איהם. פאַר אזא , אַרבּײיט,, מאַכט
ער, װאָלסטו בּיי מיר, מאָכּט ער, אין פערדען זאַװאָד באַצאָהלט
אַ פינף-און-צװאַנציגער..
--- איז אַרױסגעשפּרונגען אַזאַ לאָשעק! --- בּליאַסקעט פּאַנדרע
מיט זיינע לאַכעדיגע אויגען.
און לאַכענדיג אַזױ, לעגט ער אַרויף זיין האַרטע לאַפּע אויף
דעם האַרטען הינטען פון פערדעל. די גרוי-זילבּערנע פעל האָט זיך
דריבנע געצאַפּעלט אונטער די מאַואָליעס פון האַנט, װי אַ לעבּע-
דיגער װאַרימער אַטלאָס. דאָס האָט פּאַנדדען דערמאָנט אָן דעם
אומגעקומענעם , שמענדריקען?, סענדערס ,איידימעל אויף האָ-
בער"י. זיין גלאַטינקע פעל, זיין ציטעריגקייט, אָבּער די איז נאָך
איידעלער, נאָך פייערדיגער. יעדער נייער גלעט האָט אַרױסגערן-
פען אַ נערוועאישען צוקען אין די הינטערשטע פיס. און ס'האָט
זיך אויסגעדוכט, אַז דער ראַסאָװער לאָשעק ציהט און ציהט די
אַטלעסענע טריקאָדהויזען איבּער זיינע שלאַנקע ליטקעס און קען
זיי ניט אַרויפציהען.. פּאַנדרע האָט שוין אַליין ניט געמערקט אַז
ער גלעט נאָך אַלץ. װי אַ פאַרשיכּורטער איז ער געשטאַנען. דער
143
וואַרימער ריח פון שטאַל האָט איהם געקיצעלט אין נאָז. אָט דער"
זעלבּער ריח, וועלכען ער האָט אַזױ אָפט געשפּירט אין די בּחורשף
יאָהרען, נאָכלויפענדיג, אין די פרייע פאַרנאַכטען, נאָך דאָרף-
שיקסעס, אָט דאָ ניט לאַנג, דאַכט זיך, איז עס געווען... דאָס שטרוי
האָט שטיל געשאָרכעט אונטער דעם לאָשעקס אומרוהיגע, ניט-גע-
פּאָדקעװעטע קלאָהען. און פּאַנדרען האָט זיך אויסגעדוכט, אַז אימי-
צער ליגט דאָ צעװאָרפען איהם צופוסען, הייס און נאַקעט, און שוש-
קעט מיט טרוקענע ליפּען ,,נאָי. ראָדגאָי! קום צו מיר!,,
וי אַ ווייטער פאַרשוואומענער ווידער"קול פון ליבליכע ווער"
טער און הייסע זיפצען האָט איהם דאָס שאָרכען פון שטרוי אָפּגע-
קלונגען. און דער שאַרפער ריח פון שטאַל און זאַשעק איז געװאָ-
רען שטאַרקער פון אַלע געטראַנקען אין דער ועלט. ס'איז געווען
דער ריח פון זינד, פון יונג -בּלוט און פון האַסטיגע מאַנסבּילשע
און ווייבּערשע כּחות, װאָס מישען זיך שטורעמדיג צוזאַמען,
און פּלוצלינג, גלעטענדיק אַזױ דעם לאָשעק, טרעפט ער נאָך
אָן, אין דער האַלבּיטונקעלהײט, קאַטערינושקאַס האַנט. זי גלעט
אויך. אויף דעם לעבּעדיגען אַטלאַס פון דער ליטקע האָבּען זיך
זייערע פיידע הענט צזאַמענגעטראָפען. די דאָזיגע באַריהרונג איז
געווען אַזױ אומגעריכט און אַזױ פייערדיג -- װי אַ בּליץ האָט זי
געטראָפּעןי
וי דער פּריצס אָגער אויף דער פּויערשער יונגער קליאַטשע,
אַזױ האָט זיך פּאַנדרע געװאָרפען אויף קאַטערינושקאַן. ער האָט
זי װוילד געגעבּען א פּאַק אין ביידע שטאַרקע אָרעמס און פיבּערנ-
דיג, מיט דער גאַנצער אויסגעהונגערטער, אויסגעביינקטער הוט
פון לייבּ, דערפיחלט איהר פרישע דאָרפישע זאַפטיגקײט. אונטער
דער דינער אוּן קיהלער כאָלאָסטינקע האָט זיך געצאַפּעלט אַ לעבע-
דיגער כּאַהעלטער פול מיט יוגענט. די כאָלאָסטינקע גליטשט זיך
איבּערן רונדען מיידעלשען ליב װי אַ פיינע שאָלעכץ אויף אַן אי-
כּערגעצייטיגטער גרויסער פלוים. זי צאַפּעלט זיך, דאַכט זיך, קאַ-
טערינושקאַ, און רייסט זיך. פונדעסטוועגען שווייגט זי... ער גיט זי
אַ הויפ אַבּיסעל העכער און וואונדערט זיך װאָס זי איז אַזױ לייכט
144
אַז מען לאָזט זיך ניט, װי קאַטערינקאַ מאַכט אַן אָנשטעל, איז מען
דאָך אַ סך, אַ סך שװערער..
--ניע טרעבאַ, נאָי, ניע טרעבּאַ! --- אַזױ בּעט זי זיך שטיל
זיין געפאַנגענע און שטופּט איהם כּלומרשט אָפּ מיט איין הונדער
פלייצע, און מיט די הענט נעמט זי איהם אַליין אַרום, זיין האַלן"
און-נאַקען. איהרע אַראָפּגעהאַנגענע קרעלען אויפן האַלז גיבּען אַ
ריהר-אָן זיין צוהיצטען פּנים און בּריהען אָפּ מיט זייער קיהלער
גלאַטקײט. דאָס בּלוט גיט איהם אַ זעץ אין קאָפ,
4
| == האַסטיג טרעט פּאַנדרע אַרױס פון לאָשעקס שטעלכעל און
איינגעבּויגען, כּדי ניט אָפּקלאַפּען זיך און קאַטערינושקאַן אָן פּרי
טעלקש, גיט ער אַ שטויס די אַקעגענדיגע טירעל און כאַפּט זיך
אַרײין, איינגעקאָרטשעט און פאַרטאַיעט,. וי אַ רױבּער מיט זין
גזלה אויף די הענט, אין הײי-שפּײיכלער. אַ לעקאַכדיגע דושנעקייט
נעמט איהם אַרום און אַ שאָרך פון טרוקענע גראָזען. ער ויל
אַראָפּלאָזען זיין רויבּ און קען ניט. קאַטערינושקאַ. האַלט איהם
שטאַרק אַרומגענומען, װי איינע װאָס טרינקט זיך -- אָן אַ בּערווע"
נע. פּאַנדרעס שטאַרקער האַלז איז איהר לעצטער האַלט אין ים פון
היל... , ניע טרעבּאַ?, שושקעט זי איהם הייס אויפן אױער, ניע
טרעבאַ!"
אַ זודיגע בּייזקייט נעמט איהם אָן. מיט איין שאָקעל װאַרפט
ער זי אָפּ אין היי. זי מאַכט אַ פּאָר גרויסע אויגען און שרייט אויף,
וי פריהער, ווען דער פּוהאַי איז זי בּאַפאַלען אין בּלומען-גערטעל,
נאָר אַצינד -- אַ סך איינגעהאַלטענער, שטילער;
-- טאַטקאָ! (טאַטעלע),
-- שווייג! -- גיט פּאַנדרע פּונקט אַזױ שטיל און איינגעהאַל-
טען אַ פּרום איבּער איהר, און רייסט פון איהר איהר לייווענטענעם
אָנטועכץ. איהר לייבּ איז בויגיג, האַרט און הייס; און עס שמעקט
פּון איהם מיט יענעם ריח פון אונבּאַריהרטער מײדעלשאַפט, װאָס
145
צוריק פון אַסטראָג (10)
קיין ריח אין דער װועלט קען זיך מיט איהם ניט פאַרגלײיכען. ער
בּאַטױבּט אַפילן דעם היי-גערוך.
פּאַנדרע, וואו בּיסטו? פון אָסטראָג טראָגסטו דער װײיבּ דיינער,
דיין מערען, די גאַנצע גבורה דיינע! אָנדערטהאַלבּען יאָהר האָסטו
זי געזאַמעלט, פאַרטאַיעט אונטער די אַרעסטאַנטען-קלײדער. אַ
פרעמדער דאָרפישער גויע גיסטו אָפּ מערעס חלק. װי דעם פּריצס
אָגער בּאַפאַלסטן אַ פּויערשע קליאַטשע. װאַרט, װאַרט! דער פּריץ
וועט נאָך קומען מאָהנען פאַר דעם טייערען כֹּח פון זיין אָגער.
פּאַנדרע הערט ניט מעהר דעם קול, װאָס רופט איהם ערגעץ"
וואו, פון דער טיף פון היי, פון די ליכטיגע שפּעלטעלעך אונטער
דער קראָווקע. זיין זעעל איז אַוװעקגעשוואומען, מערע -- אַװעק-
געשוואומען. און זיין ליב שווימט בּאַזונדער, ,אָהן אַ קאָפּי, אין
די דושנע כװאַליעס פון היי, אַ קורצער אויסגעשריי. אַ שושקעניש
פון טרוקענע גראָזען. קרעכצען. און דער לאָשעק אין דעם אַקעגענ"
דיגען שטאַל הירזשעט זאָט און צופרידען: , הי---אי! אָט אַזױ לעבּט
מען אויף דער ועלט,..""
אין פּאַנדרעס אָרעמס קנאַקען אַלע קנאָכען פון זיין לעבּעדי-
גען רויבּ. אַזױ נאָכגיבּיג האָט אודאי געקנאַקט דער רוקען פון מיי
קיטאַס יונגער קוה,. װעל דער גרויסער בּוהאַי האָט זי בּאַדעקט.
, ניטשאַװאָ זי האַלט אויס..?י שווימען דורך אין נעבּעלדיגען זכּרון
אַ פּאָר ווערטער פון קאַטערינאַס פריהערדיגער ערצעהלונג. קאַ-
טערינאַס זיפצען און שטיקען זיך רייצען איהם אַצינד. ער קריצט
אויף איהר מיט די ציין אין זיין הייסער בּייזקייט. ער שעפּטשעט
איבּער איהר מאָדנע אָפּגעריסענע ווערטער. וי פון היץ שעפּטשעס
ער צו איהר:
--- שווייג, אַ... זאָג איך דיר... כ'האָבּ געוואוסט אַז דו װעסט
זיין היינט מיינע. אַנטלאָפּען בּיסטו פון מיר אין װאַלד, אַ? שוייג:
די גאַנצע בּרוסניצעס דיין סאָלדאַט אַװעקגעטראָגען... , איך וויל
אויך בּרוסניצעס!י שמחהלע האָט דאָס מיר געזאָגט.. די גאַנצע
ברוסניצעס וויל איך,.. שווייגען זאָלסטו!
ער ווייס שוין אַליין ניט װאָס ער רעדט. ער ווייסט אַליין ניט,
אַז דאָס רעדט פון איהם דאָס נקמה-נעמען פון דער גאַנצער טרפה"
146
נער גויעשקייט, װאָס האָט איהם אָנדערטהאַלבען יאָהר געמוטשעט,
זיין לייבּ אויסגעחונגערט און זיין זעעל אָפּגעריסען פון גאָט און
מענשען, צווישען איהם און מערען אַן אייזערנע גראַטע געשטעלט,
סענדערען דערטרונקען, חרוב-געמאַכט די שטובּ, געפּטרט אַלע דריי
פערד, אַלע דריי בּרויטגעבער אין איין האַלב יאָהו. געפּטרט אֵ? איז
נאַט אייך, חזירים! איהר קענט מיך אָפּשליסען פון דער גאָרער
וועלט. אָבּער פאַר אייערע טעכטער בלייב איך אַלעמאָל -- פּאַנדרע.
נח פּאַנדרע. אייערע בת-יחידהס זיינען פאַר מיר די כּפּרה. איך בין
בּיי זיי בּילכער וי אייערע סאָלדאַטען..,. שווייג, סטערווא!
-- אַך טיעך-טיעך! --- זיפצט פּױעריש אֶפּ קאַטערינושקאַ
און גלעט איהם פונדעסטוועגען.
-- טשעפּע ניט! -- גיט ער איהר גראָבּ אַ שטויס די האַנט.
אַ ניט-פאַרבּרױכטע ווילדקייט בּרויוט נאָך אין איהם. ער האָט
זיך היינט אָנגעשטעקט פון בּוֹהאַי, קעמפענדיג מיט איהם. מיט
הערנער, ווען ער װאָלט זיי געהאַט, װאָלט ער איצט קאַטערינושקאַן
געשטויסען. מיט די קלאָהען געטראָטען. מיט אַ שליימיגער הער-
שטעל-צונג לעקען איהר געזיכט.. די כּחות פון בּהמה און חיה
שטעהען אין איהר אַצינֹד דיבּאָם. זיי זיינען די שטאַרקערע, און
דאָס מענשליכע אין איהם איז שװאַך, גאָר שװאַך. קוים װאָס ער
עטעמט צווישען קלאָהען און ציינער און הערנער און בלוטיגץ
אויגען,
גאָר ביסלעכווייז געהט דער ערשטער טשאַד אַװעק, דאָס מענש-
ליכע באַפרייט זיך, דער מעגש שטאַרקט זיך איבּער דער בהמה.
דאָס געפיהל פון מוטנער נקמה געהט-איבער אין אַ טיפער בענק-
שאַפּט. אין אַ זיסען װעהטאָג אין האַרצען, אין אַ זודיגען רחמנות:
-- קאַטינקאַ, קאַטערינושקאַ! --- בּויגט ער זיך אינער איהר
איבּער נאָכאַמאָל,
קאַטערינאַ כליפּעט שטילערהייט,
--- וויין ניט! -- בעט ער זיך בּיי איהר -- דו האָסט דאָך
אויך געוואוסט אַז אַזױי װעט זיין. שוין היינט אין װאַלד. דערמאר
פיסטו אַנטלאָפען?.. זאָג, זאָג, קאַטערינושקאַ!
די זעלצע וערטער װי פריהער, נאָר זיי קלינגען גאַנץ אנ"
10
דערש. זי נעמט איהם אַרום מיט איין האַנט, איהר געבלומטץ
שװאַרצע כוסטע האָט זיך אַראָפּגעגליטשט. איהרע קרעלען זיינען
פאַרװואָרפען. איהרע רויטליכע האָר מישען זיך מיט הי איהר
שמייכלען מישט זיך מיט טרערען.
נח פּאַנדרע טרייסט זי. און דאָס בּלוט צופלאַקערט זיך אין
איהם ווידער אַמאָל,. ,פּאַיעטאָנטשיק?, , צעפּצעכעלע, אַזי
שעפּטשעט ער צו איהר. און בּאַמערקט אַפילו ניט, אַז דאָס זיינען
די זעלבּע ליבּליכע צונעמענישען װאָס ער איז געוועהנט געווען צו
שעפּטשען, פאַרליבּטערהייט, מערען אויפן אויער, , טערמאָמעטע-
רעל'', , דייזשקעלעי.
ער איז וי איינער, װאָס זיין הייס געליבּטע ווייב איז פיי איהם
געשטאָרבּען. און, נעמענדיג אַ צווייטע, כּדי צו טרייסטען זיך,
רעדט: ער צו איהר, אין דער טונקעלהייט, וי צו דער געשטאָר-
בּענער: רופט זי מיט בּאַגראָבּענע נעמען.
אי, פּאַנדרע, פּאַנדרע! דאָס אויך אַװעקגענומען בּיי מערען און
אַװעקגעגעבּען אַ פרעמדער? פריהער די גלוט פון די אָדערען, די
אָנגעזאַמעלטע גבורה, אַצינד -- די זיסע צונעמענישען אויך, די
יאָדערדיגע פאַרליבּטע ווערטער פון קצב און באַלעגאָלע..
נאָר ס'איז איהם אַצינד אַלצאײינס. וי אַ פאַרפאַלענער שיכּור;
בכּשעת מען דערלאַנגט איהם אַ נייע כּוסע. מעהר געשיכּורט, ווע" .
ניגער געשיכורט -- סאיז אַלצאײנס!
ער בּאַגרייפט נאָר, ניט גאַנץ קלאָר, אַז אַלץ קעהרט זיך אום'
וי אין אַ כּשוף ראָד, אַלץ חזרט זיך איבּער אויף ד ע ר וועלט: דל
װאָלפיכט -- אין טשורילאַדקאַטאָרזשניק, דאָס שלעגעריי מיט טשו-
רילאָן --- אינם קאַמף מיטן בּוהאַי, און די היי-שפּייכלערס און
שיקסעס פון פאַר דער חתונה -- דאָ אין מיקיטאַס שפּייכלער און.
אין קאַטערינושקאַן. אַלץ גלגולט זיך. פֿון װאַנענט מען קומט, אַחין
געהט מען. נייע. בּאַגעגענישען. נייע צװזאַמענטרעפענישען. אָבּער
די אָקס איז דיזעלפע. אָט איז ווייטער דיזעלבּע זינד, דאָס זעלבע
גליק אויף דער ערד, וי אַמאָל! איבּער מערעס קאָפּ האָט זיך עס
אַריכערגעװאָרפען וי אַ כװאַליע. שעפטעלע גנב איז אפשר אויף
148
גערעכט. ,װער ס'איז אַמאָל געזעסען אין אָסטראָג װעט נאָך
זיצען..."" אויך גערעכט, גיטאָ װאָס אָנצוװוערען!
גנאָך, נאָך!'' צושרייט זיך אין איהם דאָס בּלוט. אַרײנגעמען
אין לייבּ װאָס מעהר פרעמדע לײדענשאַפּטוּ אָט אַזױ װוי פריהער
ביים עסען -- װאָס מעהר טעמים און ריחות... צונויפפלעפכטען זיך!
צוזאַמענגיסען זיך! װער האָט דאָס געשטעלט פּאַפּירענע גרענעצען
צווישען פאָלק און פאָלק. צווישען געשלעכט און געשלעפט, צווי-
שען יוגענט און גבורה -- ווען דער פייער פון בּאַפרוכפּערונג נעמט
זי אַרום? װוער װאַרפט זיין מלבּוש צווישען לײבּ און ליביכע,
בּשעת זיי לעכצען איינער צום צווייטען!
זי גים נאָך. קאַטערינאַ. זי כליפּעט ניט מעחר, זי זיפצט ניט
מעהר. זי האָט זיך אָנגעפּאַסט אָן נחן מיט איהר וייבּערישען נאַ-
טור-געפיהל, אַ בּעריאָוקע אין שטורעם, אַז עס יל ניט צובּראָכען -
ווערען מוז עס זיך בויגען: בּויגען זיך מיט צעפּלאָשעטט גרינע צעפּ
וואוהין עס װאַרפט און ציהט. ,פון פאַרבּלאַנדזשעטע בּוימער אין
גרויסען פעלד האָט דאָס קאַטערינושקאַ געלערענט. אַזױ איז זי
גאַנץ געהליבען. 0 :
די צוויי געגענזאַצען, װעלכע שלאָגען זיך אָרום אין יעדען
מענשען, דער גוטער גײיסט און שלעכטער גייסט, דער יצר"הרע
און יצר-טוב, זיינען געזעסען אין תּפיסה מיט פּאַנדרען צוזאַמען.
אײנגעשפּאַרט, װי ער אַלײן, זיינען זיי געזעסען און געביינקט נאַך
פרייע לופּט,
שטאַרקער פון אַלע שטעטעלשע אידען איז נח פּאַנדרע. פּונקט
אויף אזול פיל זיינען אין איהם אַלעמאָל שטאַרקער געווען דאָס גו"
טע און דאָס בּייזע. און פּונקט אויף אַװי פיל מעהר האָט זײי גץ-
שטיקט דער אָסטראָג,
| און אָט, בּשעת ראַטעװען זימלען און קעמפען פאַר קאַטערי-
נושקאַן מיטן בּייק, האָט זיך דער יצר-טוב בּאַפרײיט מיטן גאַנצען
אימפּעט אויפגעאָטעמט, נאָך אָנדערטהאַלבען יאָהר תּפיסה, מיט
זיין גאַנצער בּרייטהאַרציגקײט. דער שטן אָבּער איז נאָך אַלץ גש-
בלימען פֿאַרשפּאַרט אין דער פינסטערניש פון לייב, אַ געקייטעטער,
אַ זינדיגער, אַ פיעל-אויגיגער, מיט טויזענט מיילער פון גלוסטעניש,
149
= אָפּגעריסען זיך פון קייט האָט ער זיך ערשט בּיי מיקי"
טען אין טונקעלען היי"שפּײיכלער. ערשט דאָ האָט ער זיך צע"
בּליאַסקעט מיט אַלע זיינע אויגען-ווייסלען, צעטשמאָקעט און צע-
נאַשט זיך מיט אַלע זיינע פעט-רויטע מיילער: נאָך, נאָך און נאָךְ
וויל ער! אויך איהם מוז מען בּאַפרײיען. בּיזקעל סוף בּאַפרײיען. אַלע
זיינע קייטען צובּרעכען. נאָך, נאָך!
בּעט זיך בּיי איהם, בּיים שטן, קאַטערינושקאַ:
-- לאָז מיך!
ענטפערט ער איהר שיכּור און פאַרפרעסען. מיט האַלבּע, פאַר-
כלינעטע ווערטער ענטפערט ער:
-- ניין, איך לאָז דיך ניט אָפּ, קאַטערינושקא! אַ בּוהאַי בִּין
איך אַ פליישיגער. אַן אָגער פונם פּריצס פערדזאַװאָד. בּאַפרײיען
זיך. בּאַפרײיען זיך. נאָך, נאָך!
-- נאָי, ראַדנאָל? --- זיפצט זי טיף אָפּ און נעמט איהם אַרום,
דער קרבּן נעמט אָרום דעם פּייניגער, מיט װײבּליכער אונטערטע-
ניגקייט, מיט יסורים און דאַנקבּאַרקײט. אַ צושטורעמטע פעלד
נעמט נאָר אַזױ אויף דעם האַסטיגען זומער-רעגען.
וי האָט זי געזאָגט: ,,נאָי ראַדנאָי?? נאָר ד אָ ס האָט נאָך גע-
פעהלט פון אַמאָל... און אָט האָט אויך דאָס אָפּגעקלונגען פון תּבואה-
שייערס און שפּײיכלערס, פון פאַר:חתונה-יאָהרען. אָפּגעשלוקערצט
זיך פון די בּחורשע הולטאַיסטװאָס. אַלץ חזרט זיך איבּעו
אַצינד איז שוין די מאָס אינגאַנצען פול געװאָרען. דער קרייז
האָט זיך געשלאָסעז. דאָס עפּעלע האָט זיך איבּערגעזעטיגט מיט
זאַפּט און זון. אָפּגעריסען זִיך. אַװעקגעקײקעלט זיך,
פּונקט אַזױ גיט זיך קאַטערינושקאַ אַ ריס פון נחן און קיי-
קעלט זיך פון איהם אַװעק איבּערן הי:
-- ניע, ניע! לאָז! נאַזשיצאָני פּרידעט! דער חתן װעט בּאַלד
קומען פון שטאָט... דער טאַטע -- פון פעלד.. ניע, גיע! |
פּאַנדרעס אויסגעשטרעקטע זשעדנע אָרעמס לאָזען זיך אִמַ,
קאָרטשען זיך איין, װי ריזיגע פּיאַוקעס. אַ האַלבּ-געחלשטער, אַ
טויט-מידער גליטשט זיך שווער אראָפּ דער קאָפּ. זיין בּאַואיסט-
150
זיין דערטרינקט זיך אינם שמעקעדיגען היי וי אין אַ גרינעם שוים,
ער שלאָפט איין אַ האַרטען שלאָף, אָהן חלומות, וי אַ מסוכּן-קראַנ"
קער נאָך אַ שווערען קריזיס. -- -- ==
=
אַ האַנט טרייסעלט איהם. האַרטע פינגער שטורכען אידם,
עמיצער אַ שװאַרצער, אַן אימבּרחמנותדיגער שטעהט איבער איהם
איינגעבּויגען און רייסט איהם פון שלאָף אַרױס, װי ער -- ר' זימ"
לען פון גרינעם דניעפּער-תהום. , האַ? ווער איז דאָס? װאָס װילט
איהר?י"
אַ בּאַקאַנטער גראָבּער קול בּרומט איבּער איהם:;
גענוג צו פּאָפען און גענוג צו דריכניען! קום!
שמחהלעס קול דאַכט זיך, װי קומט ער אַהער?
פּאַנדרע טרייסעלט זי אויף. זעצט זיך. רייבּט זיך די אויגען
און פרעגט הייזעריג, װוי אין הינהערפּלעט;
-- װואָ---אָט?
-- אַ נאָז! -- ענטטערט איהם שמחהלע צום גראַם. -- אַהיים
קום!
אַ היים קום...יי עס רעדט זיך נאָר אַזױ. ער האָט דען נאָך
אַ היים? די פענסטערלעך פון סענדערס הייזקע זיינען אויסגעלאשען
פאַר איהם. מערעס בּעט איז קאַלט.. אין די בּיינער פרעסטעלט
עפּעס. אַך, ער װאָלט נאָך אַװי געלעגען און ,געדריכניטט".
פאַרגעסען זיך! שלאָפען. שלאָפען!
נאָר די אומבּרחמנותדיגע האַנט רייסט װידער:
--- קום!
--- שוין שפּעט? -- פרעגט פּאַנדרע אַ דערשלאָגענער.
--- מ'קומט בּאַלד פון פעלד. מיקיטאַ װועט באַלד קומען
קענסט נאָך האָבּען אַ חתונה,
--- וועלכע חתונח?
--- מיינסט אודאי כ'האָבּ גאָר ניט געהערט װי דו האָסט גע-
151
ראַבּאָטעװעט! אָדער צוליב װאָס, למשל, האָט מיך די גויע אָפּגע-
שיקט אין גערטעל שלאָפען?.. בּין איך אַ גוטער חבר, צי ניט?.,
זאָג כאָטש: ,אַ דאַנק!
וי פון אַ שלאַנג געביסען שפּרינגט פּאַנדרע אויף פון הי.
ער ציהט כמורנע די בּרייטע פּלייצעס, וי אַ שמשון װאָס װויל אויף
זיך צורייסען די געהיימניספולע שטריק און קען ניט.. קיין שום
גבּור איז בּכֹּח צו צו רייסען די פּעטליעס פון בּייזע מעשים.
אַצינד האָט ער זיך שוין אינגאַנצען אויסגעטשוכעט. ער גע-
דענקט קלאָר, אַז ער האָט פאַר מערען, פאַר ז יין מערע-מעריינע-
לען געטראָגען עפּעס אַ גרויסע, גאָר גרויסע מתּנה, װאָס ר' זימעלס
תּחינות און מעשה-ביכלעך, אין זיין קלומיק, קענען זיך גאָר דער"
מיט ניט פאַרגלייכען. נאָר אימיצער אַ ניט-פאַרגינער האָט זיך
אַריינגעמישט, אַ שטויס-געטאָן זיינע אָרעמס,. צעפליוכעט דאָס
טייערע, דאָס פייערדיגע אין אַ פרעמדען שויפ. און אָט דער שמחה-
לע, אָט דער מנוול, האָט אויך שטילערהייט געהאָלפען, בּאַהאַלטען
זיך, געטשיקעװעט און אנטערגעהאָרכט הינטערן ואויננעל.
אַצינד װאָלט ער נאָך געווען אַ בּעלן מזאָל איהם באַצאָחלען פאַר
זיין חברשאַפט,,. אפשר גאָר דערלאַנגען איהם אין בּאַק אַריין?
= אַ פּנים שמחהלע האָט בּאַמערקט דעם ביזען פייער אין
פּאַנדרעס אויגען. װאָרום ער האָט גענומען אָפּטרעטען אויף הינטען,
אַ בּורטשע געטאָן אַ בּיסעל ווייכער: -
-- װאָס גלאָצטו מיך אָן, װאָס? נעם דעם קלומיק און קום!
אויף די ציפּקעלעך, יי גנבים, געהען זיי בּיידע אַרױס פון
דער האַלכּיטונקעלער פירהויז. די זון האַלט ביים פאַרגעהן א
הונט צעהאַװקעט זיך. רופט עמיצעף ,האַוו, האַװו, קוקט! זיי גע"
הען דאָך טאַקע אַװעק, אֶהן אַ גוטען טאָג, די שענע לייטי""
| בּיים אַרױסגעהן פון טויער גיט פּאַנדרע אַ װאָרף מיט ביידע
אויגען צום פענסטערל פון כאַטע, װאָס געהט אַרױס אין הויף, דאָר"
טען זיצט אַ קאָפּ. קאַטערינאַס קאָפּ, אָהן אַ כוסטע, באַנלײט איהם
אַרױס. די אויגען איהרע זיינען רויט, זי האָט ערשט, דאַכט זיך,
געוויינט. פונדעסטוועגען בּאַנלײט זי איהם מיט אַ טרויעריגער ליף-
שאַפט, מיט אַ צעדריקטען שמייכעל אויף די פולע ליפּען
152
דרויסען, אויף דער פּריזבע, זיצט דער , דיעד"י, קאַטערינאַס
זיידעלע. ער װאַרימט נאָך אַלץ די קראַנקע פיסלעך אויף דער לעצ-
טער זון,
דערזעהן, אַז די אָנגעלעגטע געסט, װאָס האָבּען געראַטעװעט
זיין אייניקעל, געהען אַועק איינגעטונקען אין היי, צעשמייכעלט ער
זיך מיט אַ פאַרװעלקטען מויל און מיט איין געלבען צאָהן;
-- גוט געשלאָפען?
-- אַ דאַנק, אַ דאַנק!
-- װאָס איילט איר זיך אַזױ, זעמליאַקעס? אָט מיקיטאַ װעט
באַלד קומען פון פעלד, װעט ער אייך בּאַדאַנקען. מ'עט נעמען צו
גלעזעלעך. |
-- גיטאָ קיין צייט, דיעד! אין שקלאָוו װעט מען זיך זעהען.
8 5 א
אַ הונדערט קלאַפטער וייט פון דאָרף, דאָרט וואו דאָס שטע-
געלע צו מאַקאַראָווקי גיסט זיך צונויף מיטן גרויסען שליאַך, באַ-
געגענען ביידע פוסגעהער אַ סאָלדאַט. יענער געהט ניט פעסט אויף
די פיס. קענטיג -- אַבּיסעל אָנגעשניאָשקעט. זיין צונויפגעוויקעל-
טער שינעל איז איהם אָנגעטאָן איבּער זיין פּלייצע און אונטער"
אָרעם, װוי א קרומער מייגעל., אַ שענער דאָרפישער יונג, מיט געלב-
ליכע װאָנסעלעך, מיט שפּיציגע רויטע באַקענביינער. אין אין
האַנט האַלט ער אַן אַרומגעבּונדענע האַרמאָשקע און מיט דער צויי"
טער האַנט האַלט ער זיך פאָרן זעלנערישען לעדערנעם גאַרטעל מיט
אַ רינג. זעלנערישער האָנאָר פון איין זייט און גרייטע , מזיק"
פון דער צווייטער זייט, אַזױ, ווייזט אויס, װויל ער דאָס אַרײנמאַר-
שירען אין דאָרף און בּאַצױבּערען אַלע מאַקאָראָווקער שיקסעס,
שמחהלע קוקט זיך שאַרף איין אין דעם זעלנערס פאַרגאַסענע
אויגען. און פּאַנדרען גיט אַ טיאָכקע אין האַרצען. ער קעהרט אָפּ
דעם קאָפּ.
איבּערגעקוקט זיך מיט חשד, פאַרבּײיגעגאַנגען --- פֿאַרשטאָפּט
153
ויך שמחהלע דעם גראָבּיצעשמייכעלטען מויל מיט אין דלאָניצ
און, אָפּגעהענדיג אַזױ ווייט, אַז דער סאָלדאַט זאָל ניט קענען דער"
הערען, גיט ער פּלוצלינג אַ שאָס אַרױס מיט אַ דערשטיקטען זליד"
נעם געלעכטערל און אַ װאָרף מיטן קאָפּ און מיט איין אויגעל צו
זיין חבר,
פּאַנדרע כמורעט זיך אָן. ער ווייסט װאָס דאָם מיינט,.. קוקט עף
אַװועק און בּורטשעט פאַרלעגען:
--- װאָס שוין ווייטער פאַ.. פאַר אַ שטיק? טורערו!
-- איך לאַך! -- שטיקט זיך שמחהלע מיט זיין כּלומרשט
תּמעװאַטען געלעכטערעל -- געקליבּען, געקליבען, זאָג איך קאַטע-
רינקאַ... בּרוסניעעס געקליבּען פאַר איהר חתן דעם סאָלדאַטשועײ-
און לסוף האָט זי גאָר נחקע פּאַנדרע אויפגעפרעסעף כנאַ-כידכי-
כייססס 6
אַ פולער װאָגען נייעס
1:
פּאַרשעמט, װי אַ גרויסער אינגעל, וועלכער האָט אָנגעטראָפען
דעם, וועמען ער האָט פון הינטען-אַרום אָפּגעטאָן אַ מיאוסע מעשה,
אַזױ האָט זיך פּאַנדרע דערווייטערט פונם זעלנער אַראָט-שליאַך,
אויף קאַטערינקאַס בּראָך װעט ער אַצינד מוזען שפּילען. אָט דער
בּלאָנדער שגץ מיט זיין האַרמאָשקע!.. |
אַ זיסליכע שװאַכקײט איז איהם געשטאַנען אין אַלע אברים;
אַ ווייכע טרויעריגקייט --- װי נאָך שטעלען געהאַקטע בּאַנקעס, ווען
עס װילט זיך אויסציהען די פיס, ליגען רוהיג, זופּען הייסע טיי און
ניט טדאַכטען. אַפילו דער האַרטער שלאָף אין היי-שפּײכלער האָט
איהם ניט אָפּגעפרישט,
לוט אָט דער ניט-זיכערקייט, אין גאַנצען גוף, האָט פּאַנדרע
ערשט אַצינד דערפיהלט װאָ ס ער האָט קאַטערינושקען אַװעק:
געשענקט. ווען ער װאָלט ניט געווען אַװוי זשעדנע -- אַ גבּור װאָלט
דערפון געקענט געבּוירען ווערען בּיי מערען זיין װײיבּ. ניט קיין
ממזר אין מאַקאַראָוקי..
אַצינד איז שמחהלע טורערו דער גוטער פוסגעהער, און ער,
פּאַנדרע, ער זאָל זיך ניט געווען שעמען, װאָלט ער זיך אויסגע-
צויגען אין די טרוקענע בּוים-נאָדלען, בּיים שליאַך, און װאָלט געלאָ-
זען דעם אָװענט קומען איבּער זיך,
155
אָבּער דער וועג קיין שקלאָוו איז נאָך גאַנץ וייט. מען מון
געהן, געהן...
אין די װאָלקענדלעך איבּערן װאַלד האָט זיך דורכגעװאָרפען
אַ לייכטע רויטקייט. סאַראָקעס האָבּען זיך גענומען ציהען אַהיים.
הויך און בּאַפרײט פון טאָגיגער פליהעניש, פון כאַפּען און גזלנעף
און זייער זשעדנער געשריי איז אַצינד געװאָרען ווייכער, קיילעכדי-
גער. פונם האַרטען , קרראַ" איז געװאָרען , קכאַ, קכאַ?", פּונקט וי
זיי װאָלטען געגאָידערט פאַרפיינקטערהייט. קכאַ, קכאַו צו די נעס-
טען, צו די קינדער! קכאַ!
טיף אין װאַלד האָט זיך צעשריען אַן אומבּאַקאַנט פױיגעל.
אָפּגעצימבּעלט איינס נאָך איינס: , צאַס-צאַס-צאַס!" און גלייך אַנט-
שוויגען געװאָרען. ס'האָט זיך אָנגעהערט, וי אַן אונגעדולדיגער
כּלי-זמרל װאָלט זיך ניט דערװאַרט בּיז די גאַנצע קאַפּעליע פון על"
טערע װעט אָנשטעלען איהרע כּלים. איז ער אַרױסגעשפּרונגען מיט
דריי אייליגע קלעפּלעך אין זיין מעשענעם ,באָם-ציק-צאַק און
פאַרשעמט זיך פאַר זיין אייגענער אומגעלומפּערטקייט..
אַלץ קולות, װאָס זאָגען-אָן דעם פאַרנאַכט אין װאַלד. אָצּער
גראָד אָט די פאַרנאַכטיגע קלאַנגען האָבּען פּאַנדרען נאָך טרויערי"
גער געמאַכט. װאָס נעהנטער צו שקלאָוו, אַלץ שווערער אויפן האַר"
צען. שמחהלע, דער ביטערער גראָבּער יונג, מיט זיינע שטעכעדיגע
ווערטלעך האָט זיך שלעכט אַריינגעפּאַסט אין אָט דער אומעטיגקייט.
נמאס און מאוס איז עס פּאַנדרען געװאָרען. כאָטש איין בּאַקאַנטער
איד װאָלט אָנגעקומען מיטן שליאַך. מװאָלט געגאַנגען אַ פּאָר
װויאָרסט צוזאַמען. מ'װואָלט זיך דורכגעשמועסט.
| אַ פּנים דער רבּונוישל-עולם אַלײן האָט דערהערט זיין שטיל
געבּעט. אַ פּאָר װיאָרסט ווייטער האָבּען אַקעגען גענומען פּאָהרען
גויעשקע פוהרלעך, יי
-- אַטקעדעװאָ, זעמליאַקי? (פונװאַנען, לאַנדסלײט)) -- האָט
זיי שמחהלע האָפערדיג אַ פרעג געטאָן. |
-- אָט.., פון שקלאָווער מאַרק! --- האָבּען איהם קודלאַטע
גויים אָפּנעענטפערט מיט מאַכאָרקע רויך, אַרױסגעזױגען פון די
גרויסע פּיפּקעס, און ווייטער געפאָהרען. |
156
גאָר אומגעריכט איז אָנגעפאָהרען אַ אידישער װאָגען פול מיט
בּעבעכעס. אַ ברייטע אידענע איז געזעסען אויף אַ צװאַמענגעבּוו
דענער פּערינע, מיט צוויי קינדערלעך פון ביידע זייטען. אַ אינגט-
לע און אַ מיידעלע. דער בּאַנערדעלטער אָנטרײבער אויף דער קעל-
ניע איז פּאַנדרען אויסגעקומען בּאַקאַנטלעך. די לאַנגע האָר זיינץ
פון אַ לאַטיש --- אויך. און װי ער קוקט זיך אַזױ איין, מאַכט דער
אָנטרײבּער , טפּררו!!" און שרייט אַראָפּ מיט אַ גאָר בּאַקאַנטען, אָנ-
געשפּאָלטענעם קול:;
-- פּאַנדרע, דו, שלום-עליכם!
פון די געלבּע און רויטע האַרמאָשקע-קנייטשלעך, אֲרום די
אויגען, האָט זיך גענומען אַרױספּרײגען אַ פריינטליכער פאַרוואו:"
דערטער קוק. און בּיי דער בּרייטער אידענע אויפן פּנים איז אַרוס-
געשוואומען אַ שמייכעלע. נאָר עפּעס האָט זיך פּאַנדרע אָפּגעװעהנט
אין אָסטראָג פון אידישע פּנימער. וי פאַרשטעלטע האָבּען זיי איהם
אַלע אויסגעזעהן,
-- ס'איז דאָך ר' זונדעל! -- גיט איהם שמחהלע א טורקע"
מיטן איילענבויגען,
-- אַ--אַ. עליכט-דשלום! -- דערפרעהט זיך פּאַנדרע וי
מיט גאָר אַ נאָהענטען. מיט היימישער װאַרימקײט גיט איהם אַ
שלאָג פון דעם אָפּגעבּרענטען צוקנייטשטען פּנים אויף דער קעל-
ניע, מיט דער פרייקייט ביים בּרעג דניעפּער און מיט הכנסת-אוף"
חים, װאָס זונדעל פּראַװעט אַ גאַנצען יאָהר אין זיין אָרימער פרץ-
טער-הייזקע,
-- אַד-אַ! -- מישט איהם זונדעל איבער -- דערקענסט שויך
ניט קיין אידען?... היינט פון אָסטראָג? װאָס?
--- היינט ראַנעצקע! -- ענטפערט פאַר איהם שמחהלע,
--- ניט מיטן פּאַרעבאָד?
-- ניט געגלוסט זיך עפּעס.. |
-- גוט געטאָף -- לױיבּט ר' זונדעל בּיידע פוסגעהער -- דעם
רבּינס פּאַרעכאָד געהט ניט, שוין בּאַלד אַ װאָך. צו מיעלקע (פלאַך)
איז דאָס װאַסער.
157
-- און איהר, ר' זונדעל, ואוהין? -- פרעגט פּאַנדרצ --
קיין מאָהליוו? אַזױ שפּעט? |
-- אין אַזאָלכענע היצען איז ניט שפּעט. אַנדערש האָט דער
בּאַלעבּאָס פון פערדעל ניט געװאָלט... אָט, מיין שנור מיט די איי-
ניקלעך באנלייט איך. פון דאָרטען פאָהרען זיי אויף פּאָסעליעניע.
מיין קאָפּעל --- ווייסט דאָךי.
דער זיבּעניאָהריגער יענקוץ, זונדעלס אייניקעל, װאָס איז פיז
איצטער געזעסען מיטן פינגער אין נאָז און זיך גוט איינגעהערט,
האָט זיך מיטאַמאָל געגעבּען אַ שטעל-אויף אויף די דינע פיסלעך!ו
איבּער דער פּערינע, און, בּאַריהמעריש, מיט אַ קינדישען קוויטש,
אויסגעשריען;
-- איכ'ל, איכ'ל טאַקע געפאָהרט צום טאַטען טאַקע! אין
אין ,סימבּיך""!! אוי, אוי, סאַכאַ וויי---טקייט!
ס'הייסט: ער פאָהרט טאַקע צום טאַטען קיין סיבּיר, אוי ס'אַראַ
ווייטקייט!.. '
2
דרייזע, די מאַמע זיינע, האָט איהם, מיט אַ גוטען פּאַטש אי-
בער דער פּלייצקע, צוריק אַוװעקגעזעצט אויף דער פאַרבּונדענער
פּערינע. יענקוץ האָט אָבּער ניט געװיינט. ער איז נאָר געבּליבּען זי"
צען אַ רויטער, א פאַרשעמטער, װאָס זיין גרויסע , מודעהיי מיטן
קוויטש איז אַזױ מיאוס דורכגעפאַלען. כּדי צו טרייסטען זיך אַבי"
סעל, האָט ער צוריק אַרײינגערוקט דעם פינגער אין נאָז,
-- יאָ, כ'האָבּ עפעס געהערט! -- מאַכט פּאַנדרע לאַכענדיב. /
די היימישע סצענע, װאָס ער האָט דאָ געזעהן אין װאָגען האָט איהם
צעקיצעלט -- געהערט האָבּ איך. שעפטעלע האָט עפּעס אי-
בּערגעגעפען, אַז מ'האָט אייער קאָפּלען פאַרשיקט, נאָר װאָס, ווער,
וועמען --- ווייס איך ניט,
-- באַלד נאָך דיין אַרעסט, -- שאָקעלט זיך זונדעל פרום
פון דער קעלניע אַראָפּ --- איבּער כישין דעם דאָקטאָר.. אַ נייעס
158
יי קאָפּלען דורכצופאָהרען-זיך אויף אַ.. געליהענעם שליטעף
גראָד מוז דאָס טרעפען אום שבּת. נו, נו, איז איהם אויסגעפאַלען
בּאָקאָם -- קאָפּלען. און אָט, אויף די עלטערע יאָהרען, מון איך
זיך שלעפּען בּאַגלײטען מיינע אייניקלעך. גאָט וייסט וואוהין..
צי װעל איך זי נאָכאַמאָל זעהן... געװאַרט, געװאַרט בּיז דער דניץ-
פער האָט אויסגעטריקענט, שלעפּ זיך אַצינד!.
-- און פאַראַן כניאָקעס, --- ווינקט שמחהלע מיט זיין אוי"
-געל -- װאָס קליגען זיך נאָך טרינקען אין אַ אויסגעטריקענטען
דניעפּער. |
-- טרינקען זיך? -- כאַפּט זיך ר' זונדעל אויף פון זיין פאַר-
זאָרגטקײיט -- אויף אַן אמת? ווער?
--- װאָס דען אויף צו פלייסען? -- זימעל!
-- זימעל פּאַקענטרעגער? וי קומט ער?
-- בּאַשערט געווען פּאַנדרען אַ טרחה! -- װינקט אונטער
שמחהלע אויף זיין חבר --- װי אַ נאַסען וויעכיטש האָט ער איהם
אַװױסגעשלעפּט דעם כניאָק. שוין געמיינט --- אויס ר' זימעל:
--- כ'ווייס װאָס! --- פאַרשעמט זיך פּאַנדרע -- און פֿאַרװאָט,
יר' זונדעל, זיינט איהר בּעסער ניט געפאָהרען מיטן פּאַרעכאָד פון
דער קאָמפּאַניע?
-- מיטן גויעשקען פּאַרעכאָד? אַן אומזיסטען בּילעט װעלען
זיי דיר אַצינד אַ אידען געבּען?.. האָבּ איך בּעסער אױסגעמאָרגט
אַ פערדעל מיט אַ װעגעל אין צעך און פאָהר מיר פּאַװאָליע,
--- װאָס עפּעס מיטאַמאָל? -- וואונדערט זיך פּאַנדרף --
:צּיים גויעשקען פּריסטאַן פלעגט איהר דאָך פאַרקויפען קיכעלעך..
--- װאָס רעדסטו װאָס! זינט אַנשעל פּאָראָמשציק איז נהרג
געװאָרען --
--- אַנשעל פּאַראָמשציק? ווי? אָט דער --
-- אונז צו לאַנגע יאָהר! אָנגעלאָפען אַ פּאַרעכאָד, פון אָט
דער שענער , קאָמפּאַניע בּשעת אָפּלאָוען דעם קאַנאַט, און צע-
טרושצעט אַנשלען דעם שאַרבּען, מיט זיין אייגענעם ראָד, װי אַ
וועלשענעם נוס, געבעך. ניט פאַר אונז געדאַכט, ניט פאַר קין
אידען געדאַכט! שוין אַ מעשה בּאַלד צוויי חדשים. נו האָבּען דאָך
159
אידען עדות געזאָגט, אַז ס'איז געווען בּכּיון... אַ פּראָטאָקאָל האָט
מען דער קאָמפּאַניע געמאַכט און אַ משפּט געהט. ס'האָט זיי שוין;
מאָהל דיר אויס, אָפּגעקאָסט אַ רעכטע מטבע. אַז אידען ווילען מיט
דער קאָמפּאַניע ניט פאָהרען -- איז שוין אָפּגערעדט. דער שענעה
קאַפּיטאַן איז אויך אַרױס אַ געניזוקטער. דער זעלבּער טראַסק, װאָס
האָט געממיתט אַנשלען, עליו השלום, האָט דעם גוי מיט דער קאָ-
קאַרדע אויך געבּראָכען רוק און לענד. ליגט נאָך דער חזיר, אין
שפּיטאָל אין מאָהליוו און ער װעט נאָך מירצעשעם הינקעף.. נו,
איז אַװעק פון דאַמאָלסט אָן אַ שנאה מיט דער קאָמפּאַניעײ
פּאַנדרען האָט פאַרקוועטשט דאָס האַרץ אויף דער מיתה"
משונה פון אַנשעל פּאַראָמשציק. אויף זיך אַלײן, אָט אַזעלכענע זאַ-
כען האָבּען זיך אָפּגעטאָן אין שטאָט און ער האָט ניט געוואוסט.
בּאַגראָבּען לעבּעדיגערהייט איז ער געוועזען.
פרעגט שמחהלע:
-- יאָ, וי קומט עס אָבּער, ר' זונדעל, איהר זאָלט פאָהרען
אויף מאָהליוו? מיט דער אָרשער באַהן פאָהרט מען, דאַכט זיך,
אויף , סימבּיר'. דער קאָפּ האָט זיי געדאַרט, די באַלעגאָלעס אין
צעך? : |
-- הערסט דאָך, -- מאַכט , זונדעל-גאָטס"גנב?? --- אויף דעם
קלאָג איך דאָך! דרייזע מיט די קינדער פאָהרען דאָך װוי פּאָסעליעג-
צעס מיט אומזיסטע בילעטען. כלאָפּאָטשען מיר שוין אַזױ אַ שענע
פּאַר חדשים. כאָטש קומען קומט דאָס איהר על פּי זאַקאָן. נאָר
פאָניע קװאַס! געה טענה זיך מיט איהם אויס! דערװיילע-װאָס איז
שוין בּאַלד אַװעק דער זומער. אַרײנפאָהרען אין , סימבּיר"' מיט
קליינע קינדער אין די גרויסע קעלטען איז אויך ניט פון די גע-
שמאַקע זאַכען. און די פּאַפּירען ליגען שוין גרייט בּיים מאָהליווער
גובערנאַטאָר אין קאַנצעלאָריע. נאָר בּיז דער שקלאָװער פּריסטאַו,
ימח שמו זאָל ער ווערען, װועט זײי אַרױסטרעבּעװען -- איז אויס
זומער. װעט זיך דאָ דרייזע מוזען װאַלגערען נאָך אַ האַלבּ יאָהר
אויבּ מ'פאָהרט ניט גלייך... אוּן יענער דאָרטען, קאָפּעל, האַלט אין
איין האַקען בריוועלעך: קום און קום! פּאָדאַװאַי ווייבּ און קינדעף
160
זאָל מען איהם! ניט געדאַרפט, אַזאַ תּכשיט, פאָהרען אום שבּת אין
כישין דעם דאָקטאָרס שליטען, ניט געדאַרפט. אָטוּ
3
יענקוץ איז װידעראַמאָל אויפגעשפּרונגען אין װאָגען,. אויף
די דינע פיסלעך, דעם זיידענס בּאַרעדעוודיגקייט האָט איהם צץ-
װאַרעמט, דער זיידע דערצעהלט דאָ אַלץ זאַכען, װאָס ער, יענקוץ,
ווייסט זיי וי זיינע שמוציגע פינף פינגערלעך. ער ווייסט בּעסער!..
פאַרגלוסט זיך איהם אויך אַריינשטעלען אַ װאָרט. אַ פול קעפּעל
מיט סצענעס האָט ער און אַזױ וועניג ווערטער. צעקרייעט ער זיך
און צעזאַאיקעט זיך קינדיש און אין גרויס איילעניש; |
-- אוי, אוי, בּיי אונו טאַקע געווען דער פּכיסטאַ,. אוי,
סאַרא איװאָנסקי קנעפּ! די מאַמע טאַקע געוויינט, די מאַמע. איביט
ניט מורא, איכ'ל,,,
ס'הייסט, בּיי זיי אין שטובּ איז טאַקע געווען דער פּריסטאַו,
א געוואלד וויפיל יוניסקע קנעפּ ער האָט: די מאַמע האָט געויינט,
נאָר ער, יענקוץ. האָט ניט מורא געהאַט..
אַ פלעם איבערן מויל פון דרייזעס פולער האַנט האָט איהם
צוריק אַװעקגעזעצט אויף דער פּערינע. נאָר איהר אינגעלס , אויס-
זאָגען פון חדריי האָט זי צערייצט, און טאַקע, פאַרװאָס קומט דאָס
עפּעס סענדערס טאָכטער זאָל האָבּען דעם מאַן, דעם אָסטראָזשגיק,
שוין היינט פּיינאַכט בּיי זיך? און זי, דרייזע, דער זעלבּער יחוס,
דאַכט זיך, װי מערע, מוז נאָך װאָגלען חדשים לאַנג צו איהר קאָפ-
לען, ערגעצוואו אין דער גויעשער פרעמד. שלעפּען זיך אויף ווש-
גענער, פּאַרעכאָדען און בּאַהנען.. ס'איז מעהר ניט, ווייל סענדער
האָט געבּאַמקעט אין ליובאַוויטשער בּית"מדרש, האָט זיך שטאָט
איינגעשטעלט פאַר זיין איידימעל. און קאָפּלען, זונדעל-גאָטס-גנבס
בּנאָק, האָט שטאָט פיינט. האָט מען איהם פאַרהוקעט און פארטן-
קעט. א פינגער אין קאַלטע װאַסער האָט קיינער ניט אַריינגעטאָן
איהם צן ראַטעװען פון פאָניעס הענט..
161
צוריק פון אַסטראָג (11)
אָנקוקענדיג אַזױ פון װאָגען אַראָפּ פּאַנדרעס געזונטען פּנים,
זיינע בּרייטע פּלייצעס, האָט זיך אין איהר אויפגעכאַפּט אַ גראָבע
קנאה, אַ בּייזער ווילען אַ שטאָך צו טאָן די, וועלכע זיינען גליקלי-
כער וי זי. מאַכט זי אַ זיסע מינעלע, פאַרציהט פרום די עקען פון
טיכעל אויפן קאָפּ, שמייכעלט כּלומרשט אַראָפּ צו פּאַנדרען און די
אויגען בּרענען בּיי איהר:
--- פרעגסט זיך גאָר אויף קיינעם ניט נאָך?... כ'קען דיר אָפּי
געבּען אַ גרוס פון מערען, קען איך דיר. זי איז היינט נאָך אָנביי
סען געווען בּיים פּריסטאַן. געװאַרט, וי אַלעמאָל, אויפן פּאַרעכאָ יי
דרייזעס זיסליכע און צוויידייטיגע מינעלע האָט פּאַנדרען
אויסגעזעהן פאַרדעכטיג. אין זיין פאַרזינדיגטקייט געגען מערען האָט
איהם אַזאַ פּלוצליכער גרוס געטראָפען, װי אַ שטויס אין האַרצעף
איהם האָט זיך גלייך אויסגעדוכט, אַז פרעמדע הענט מישען זיך
אין זיינע משפּחה-זאַכען. האָט ער מיט אַ האַלבּען מויל, וי אַ פאַר"
שעמטער אינגעל, קוים, קוים אַרױסגעבּורטשעט:
--- אַז... אַזױ? בּיים פּאַרעכאָד! איז.. איז װאָס מאַכט זי
--- װאָס זאָל זי מאַכען? -- פרעגט איצער דרייזע און איהר
שמייכעלע וערט נאָך האָניגדיגער און דער קוקעלע בּרענט בּײ
איהר װוי בּיי אַ װאָלפיכע, -- זי טראָגט זיך אַרום מיטן אינגעלע
אויף די הענט. אַ שענער אינגעלע, נאָר דער דויטער לאַפּיק (לאַטקע)
אויפן העלזעל...
--- אַ, דער פלעק? -- שפּיצט זיך פּאַנדרע אָן -- ס'איז גאָר"
נישט! ס'יאיז פון דער שרפה.. זי האָט זיך דערשראָקע!ײ
--- זי נעמט זיך אָבּער צום האַרצען. אַ מאַמע! זי נעמט זיך
אַלץ צום האַרצען. אפילו קושקע דעם פרעסערס שטיקלעך.. זי
קען איהם נאָך אַלץ אין די אויגען ניט קוקעװײײי
-- קושקע בּראַנד? --- ווערט פּאַנדדע אומרוהיג --װאָס שויו
ווייטער דאָרטען?
- װאָס זאָל זיין? ער האָט זיך ניט זעהר שען בּאַנומעף
אָט. וועסט קומען אַהיים וועסטו שוין הערעןײי
--- אידענע!---שרייט אויף דרייזען אָן זונדעליגאָטסיגנב --
אידענע, שווייג שוין בּעסער!
102
-- ואס איז דאָ װאָס צו שווייגען? -- װאַרפט צו דרייזע דעם
שווער איהרען אַ פּאָר פרומע אויגעלעך -- גאַנץ שטאָט װייסט,
אַז;.. מערע האָט קושקען געפּאַטשט אינמיטען דער נאַכט און פון
שטוב אַרױסגעװאָרפען..
פּאַנדרע וויל אַ שפּרונג טאָן צום װאָגען, אָנכאַפּען דרייזען
בּיי ביידע פעטע אָרעמס, אַ טרייסעל טאָן זי אַזױ, אַז אַלע בּאַהאַל-
טענע און שװאַרצע רכילותלעך זאָלען פון איהר אַרױסשפּרינגען
מיט איין מאָל, װי די צייטיגע קערענדלעך פון אַן אָנגעפילטען
מאָהן-קאָפּ, נאָר ער האַלט זיך איין. ער װערט נאָר בלאָס. און
פרעגט זיך געלאַסען;
-- גאָר אַזױ? ע... ווען איז דאָס געווען?
אַ זלידנע פרייד צעטאַנצט זיך אין דרייזעס פאַרפּיטערט האַרץ,
לויט פּאַנדרעס כּלאַסקײט און לויט זיינע געצעהלטע װערטער זעהט
זי, אַז ס'איז איהם גוט אַריין אין לעבּער. זינגט זי זיך אַז. כּלו"
מרשט, אָהן אַ שום כּונה, און קוקט ערגעצואו אין װאַלד איבער
פּאַנדרעס קאָפֿ;
--- ווען זאל עס זיין?... נאָך דער סעודה אין חברה-לויה איז
עס געווען. אָנגעזויפען זיך -- קושקע און אַװעקגעטראָגען, כּלו-
מרשט, מערען איהר חלק פיש און גענזעס. אויסגעזוכט אַ ציײט..
האַלבּע נאַכט קלאַפּען אין לאָדען, קריכען צו שטרויענע אלמנות..
-- נוֹ, ני, אידענע! -- צעשרייט זיך שוין זונדעל ניט אויה
קאַטאָװעס און װוינקט צו איהר מיט די אָנגעקנייטשטע אויגען.
און בּאַלד נאָכן אָנשרײיען גיט ער זיך, מכּלומרשט לאַכענדיף,
אַ קעהר צו פּאַנדרען
--- װאָס איז דאָ װאָס צו דערצעהלען? גאַנץ שטאָט האָט גע-
לאַכט פון, פון... קושקען. אַי"אַי האָט זי אוֹהם געבּאָיקערט, זאָנ
איך דיךר?.,
-- מיט,,, מיט... מיט אַ ,, סטיוועל' טאַקע! -- שפּרינגט
אויף יענקוץ. אוי-אוי , ציי' איהם , געסלאָגען"!
| נאָר אַצינד בּאַשטראָפט ניט מער דרייזע דעם תּכשיטל איה-
רען. זעצט איהם ניט מעהר אַװעק אויף דער פּערינע מיט אַ פלעם
איבּעון פּיסקעל, פאַרקעהרט, זי גיט איהם אַ גלעט מיט אַ פּאַר
163
מאַמע-אויגען, בּאַדאַנקט איהם שטום, דעם אַנטיקעל, ואָס העלפט
איהר אַזױ: גוט אין איהרע רכילות,
דערקענט פּאַנדדע אָן דעם קעצישען בּליאַסק אין דרייזעס
אויגעלעך, אַז מיט אָט דער צעשוואומענער, זיס-זויערער אידענע
איז ניטאָ װאָס צו רעדען, און אַז קיין גוטס װעט דערפון ניט אַרוס"
קומען. גיט ער פּלוצלינג אַ זאָג: , פאָהרט געזונט!יי צו זונדלען אויף
דער קעלניע, דרעהט זיך אויס מיטן רוקען צו דרייזען און לאָזט
זיך געהן, אַראָפּ שליאַך,. מיט געלאַסענע אָבּער פעסטע טריט. און
שמחהלע מיט זיין קלומיק --- נאָך איהם,
זונדעל-גאָטס-גנב ציהט אויס דעם קאָפּ פון דער קעלניע און
קוקט אַ וילע נאָך ביידע פוסגעהער, פּינטלענדיג, װי ער װאָלט
זיינע אויגען ניט געגלױבּט. דערזעהן, אַז פּאַנדרע איז טאַקע אַװעק.
צעקאָכט ער זיך און צעפאָכעט זיך מיט דער בייטש איבּער זיין
שנור אויף דער פּערינע אין װאָגעף
--או -- א דו גראָבּע דייזשע! דו טרפהנער מול! דײן
שבתדיגע טיכעל האָט דיר דאָך טאַקע קאָפּעל געקויפט פאַר כי"
שינס געגנכעטען פערד!. שווייגען דאַרפסטו! דו צו.. צו מערען
גלייכסטו זיך?.: טפּו!..
נאָר אָנשטאָט אַראָפּלאָזען די בייטש אויף דרייזען לאָזט ער
אויס זיין האַרץ צום אױסגעבּאָרגטען פערדעל. שמיץ-נאָך- שמיץ
און ציה'נאָך-ציה פאַר די שטריקענע לייצעס:
--- ניאָ, ניאָ, ניאָז פּאַדלע! צו אַלדי שװאַרצע יאָהר. ניאָ --
האַצע קירזשנער אויפז שליאַך
41
אַװעקגעגאַנגען פון זונדעל-גאָטסיגנבס פוהרעל -- האָט זיךף
פּאַנדרעס פּנים פאַרצויגען מיט אַ פינסטערניש. די נאָדעל, מיט
וועלכער קאָפּעלס אידענע האָט איהם וייבעריש-כיטרע אַ שטאָך
געטאָן. איז זיך צעװאַקסען, צעשלענגעלט זיך, דערקראָכען בּיזן
האַרצען און געטאָטשעט: , קושקע-בּראַנד.,,. מערע,.. מערע, קוש-
קע בּראַנד.," אומעטום קושקע! דאָ כאַפּט ער אויס , שודאַקעס", דאַ
מאַנטשעט ער אויס , שמענדריקעף' יי סענדערן און פארשמײסט
איהם. אַצינד קריכט ער נאָך צו מערען אויך?.. שוין לאַנג געַ-
דאַרפט איהם אָפּרײיסען די ראהקע! אָט ביים אָרשער בּאהן האָט
שוין אַמאָל, פאַרן , זיצען, געהאַלטען דערבּיי. עס האָט זיך אָנגע-
הױיבּען פון קאַלטער רעטשקענער קאַשע מיט מילך, װאָס קושקע
האָט געגעסען פון האַלאַטשיק און ער, פּאַנדרע, האָט בּיי איהם גע-
בּעטען פאַרזוכען... געדאַרפט שוין דאַמאָלסט מאַכען פון איהם א
פליישיגע קאַשע. האָבּען זיך אָבּער גוטע בּרידער -- בּאַלעגאָלעס
אַריינגעמישט. נאָר אַצינד, וי נאָר ער קומט אַהיים --
דער אונפּאַקאַנטער װעהטאָג פון אייפערזוכט װאָט פּאַנדרען
געטריבּען, צוגעגעבּען האַסטיגקײט זיין. טראָט און אַ פרישען
בּרען -- זיינע אויגען. זיין אָפּגעלאָזענקײט איז אינגאַנצען אַװעק.
און שמחהלע האָט אַצינד קוים פּאָספּעיעט נאָך איהם. פּונקט הי
היינט אינדערפריה, בּאַלד נאָכן אַרױסגעהן פון אָסטראָג,
165
-- האָסט זיך דאָך שוין אָנגענואפט!---בּורטשעט שמחהלע קוים
כאַפּענדיג דעם אָטעם --- היינט װאָס לויפסטו?
פּאַנדרע האָט זיך געמאַכט, אַז ער הערט ניט. נאָר װאָס וי"
טער ער איז געגאַנגען, אַלץ שװאַכער איז געװאָרען זיין כּעס. די
מוטנע טרויעריגקייט האָט זיך אומגעקעהרט. אָט ערשט האָט ער
זיך 47" אַלײין ניט געקענט בּאַהערשען. נאָכגעגעבּען דעם שטן. און
אָט צאָהלט זיך עס שוין אָפּ.. דער שװאַרץייאָהר האָט אָנגעטראָגען
זונדעלס פוהרעל מיט זיין שנור!.,; װער האָט זי געצויגען פאַר דער
מיאוסער צונג?.. יאָ, מערע האָט טאַקע קושקען געבּראָכען די בּייי
נער מיט ר' סענדערס אַ שטיוועל װאָס אמת איז אמת. אָבּער
אַריינלאָזען איהם אינמיטענדערנאַכט האָט זי לכתּחילה ניט גע-
דאַרפט. ניין! בּשום אופן ניט געדאַרפט.. |
און דער װאָרים האָט געטאָטשעט און געטאָטשעט.
אַ װיאָרסט פינף פאַר שקלאָוו האָט אַ שמעק געטאָן מיט , אונ"
טערבאַרג"י, וואו דער דניעפּער און די אָזערע גיסען זיך צוזאַמען
אונטער דער הרעבליע פון גרויסען מיהל. אַלס ערשטע שטאַפּעטע:,
פון די דאָזיגע מקומות, זיינען אָנגעפלויגען עטליכע ווילדע קאַטש-
קעס, אין איין שמאָלען דריי-עק, וי בּאַפּליגעלטע פיילען זיינען זי
געפלויגען, ערגעצוואו אַהײם, אין אַ געמויזעכץ אַרײן. מען האָט
קלאָר געהערט דאָס פייפענדיגע פאָכען פון זייערע פליגלען. אפילו
היי שמחהלען דעם גראָבּען יונג, דעם אָפּלאַכער, האָבּען זיך אויפגע"
בּלאָזען די נאָזדלעכער. ער האָט דערשמעקט די הײים אין דער
נאָהענט. און איז אונרוהיג געװאָרען, װי אַ חיה אַרום דער פאַר"
לאָרענער לאָך צו איהר נאָרע. |
און גאָר אומגעריכט, פאַרקערעווענדיג מיטן אױסבּױיג פון
שליאַך, דערזעהט פּאַנדרע אינם ראָזעװוען אָװענט-נעבעל פון װאַלד,
וי אימיצער הינקט, אָנגעשפּאַרט אויף אַ שװאַרצער קוליע, און אַ
ווייסער לייכטער קלומיק באָמבּעלט זיך בּיי יענעם אויפן רוקעף
דערהערענדיג טריט הינטער זיך, גיט דער פּאַרשױן אַ קעהר
דעם קאָפּ איין מאָל און צוויי מאָל, און הױיבּט אָן צו האָצקען זיך
פּאַמעליכער.
16
דאָס האָט פּאַנדרען אויסגעזעהן, וי װען דער הינקעדיגער
פוסגעהער װאָלט גוט געוואוסט, אַז ער און שממהלע דאַרפען אנ-
קומען פון הינטען, מיטן זעלבּען שליאַך... און אַן אָנשטעל ויל
יענער מאַכען, אַז ס'איז נאָר אַזױי-זיך, אַ צופאַל אַזאַ.
דערנעהנטערט זיך -- װאַקסט פון ווייסען קלומיק אויס א
בּרודיגע טוך, פון וועמעס גראָבּ-צוזאַמענגעבּונדענע שפּיצען עס
שטופּען זיך, װי שװאַרצע שעפּסען פון צוים, גויעשע ואַטאָװע
מאַגערקעס. דער קאָפּ הינטער דעם דאָזיגען קלומיק גיט זיךף הל"
דער אַ דרעה-אום און... פּאַנדדרען גיט עס פרעהליך אַ טיאַכקע אין
האַרצען. ער דערקענט די פייערדיגע אויגלעך אונטערן שװאַרצען
דאַשעק, די וועלפיש-שפּיציגע אויערלעך איבּערן פאַרשמאָלצעװעטען
ראַנד פון קאַרטוז, ניין, דאָס מאָל האָט איהם טאַקע גאָט אַלין צו"
געשיקט דעם, וועגען וועמען ער האָט ניט איינמאָל געטראַכט אין
אָסטראָג,,. ס'איז חאַצע דער הינקעדיגער קירזשנער גופא. טאַקע אָט
דער , ציציליסטיי, דער קהלשער טרפה לעפעל, דער שטילער מאַ-
ער פון אַלע רייסערייען צווישען בּאַלעבּאַטים און בּאַלמעלאַכעס;
פֿאַר וועמען אַלע אַרבײט-געבּער אין שטאָט עס האָבּען מורא, וי
פאַר פייער, און וועמען קיינער האָט נאָך קײינמאָל ניט געכאַפּט הי
דער האַנט. אַפּילן דער גייער פּריסטאַ, דער המן, וועלכער לעגט
זיך אין דער לענג און אין דער בּרייט אויסצונעמען בּיי נאַטשאַל-
טטװאָ, אפילו איהם האָט זיך נאָך דערויילע ניט איינגעגעבען צו
באַשטראָפען איהם, דעם הינקענדיגען חברה-מאַן. פליקט ער זיך,
דער פּריסטאַ, די דראַטענע װאַנצעס, קריצט מיט די וועלפישע
ציין, און חאַצע דער הינקענדיגער שטעקט איהם אֲַרוֹיס אַ צונג
הינטערן זילבּער-גרויען שינעל מיט די רויטע עפּאַלעטעף
-- ישקני!.. איך נעה גויעשקע חיטלעך נעה איך.. אוֹן טהו
מיר עפּעס! :
פּאַנדרע געדענקט גוט, אַז זינט דעם משפּט זיינעם אין אַק-
רוזשגאָייסוד האָט ער זיך געקליבּען דורכצושמועסען מיט דעם
הינקעדיגען חברח-מאַן אויף דער פריי, פרעגען בּיי איהם, אפשר
ווייסט ער װאָס עס טהוט זיך דאָ אויף דער װעלט? פאַרװאָס מען
פאַרמשפּט מענשען פאַר גאָרנישט מיט נישט? פאַרװאָס אָנצוריהרען
167
דעם אַרבּעל פון אַ פּריסטאַוו איז אַ שווערערער חטא װי אונטערצינ"
דען. װאָרים אָט האָט דאָך שמחהלע טורערו בּאַקומען מיט דריי
חדשים אָסטראָג וועניגער װי ער.. חאַצע נעמט זיך דאָך אָן פאַר
עולות, אַ פאַרזאָרגער פון אָרימעלײט איז ער דאָך פון תּמיד אָן
מוז ער וויסען. אַדרבּא, זאָל ער טאַקע זאָגען װאָס ער טראַכט װע-
גען אַזעלכע זאַכען.
אָנגעזאַלצען, װי עס איז איהם אַצינד געװען, פון דריזעס
רכילותן, האָט זיך פּאַנדרע דערפרעהט, װאָס ער װעט דאָ קענען
אַראָפּרעדען פון האַרצען. און װי אַ וואונדער און אַ גוטער צייכען
האָט איהם אויסגעזעהן דאָס, װאָס זיין בּאַהאַלטענער וואונש איז
מקוים געװאָרען, בּאַלד נאָכן אַרױסגעהן אויף דער פריי, עטליכש
װיאָרסט פאַר שקלאָו..
2
חאַצע דער קירזשנער בּלייבּט שטעהן און קוקט אַרױיס פון אונ-
טערן דאַשעק, שאַרף און פאַרטאַיעט, אויפן געזונטען פּנים, װאָס
געהט אויף איהם אָן מיט אַזאַ בּרייטע פריינטליכקייט,
-- אַ גוט-נאָװענט!: -- צעשמײיכעלט זיך פּאַנדרע -- אַ
שקלאָווער איד, דאַכט זיך?
-- אַ שקלאָווער, אַ שקלאָװער! -- ענטפערט חאַצע אָפּ פריינט".
ליך, אָבּער צוריקגעהאַלטען.
-- אוי, אַ כאָלערע! --. גריסט אויך שמחהלע טורערו אויף
זיין שטייגער --- וואו מען זייעט דיך ניט --- דאָרטען װאַקסטו!
פּאַנדרע שטופּט אֶפּ שמחהלען מיט איין האַנט, און די צַוי-
טע לאַפּע זיינע לעגט ער וייך אַראָ. אויף האַצעס מאָגערער
פּלײצקע: |
-- האָסט מיך דערקענט!
-- המ... -- מאַכט חאַצקע און שאָקעלט פון זיך פּאַװאָליע
אָפּ פּאַנדרעס האַנט -- דיך ניט דערקענען?
ער נעמט פעסט אָן זיין שװאַרצע קוליע אונטערן ארעם און
168
הױיבּט אָן צו האָצקען זיך אַראָפּישליאַך. װי איינער זאָגט: ,איך
האָבּ ניט קיין צייט צו בּאַלאַפּאָטשען.! זיין לייכטער קלומיק מיט
די היטלען בּאָמכּעלט זיך בּיי יעדען טראָט: און פון בּיידע זייטען
וי די אונטערפיהרער, געהען איהם נאָך שמחהלע און פּאַנדרע.
פּאַנדרע איז אַבּיסעל פאַרשעמט פון חאַצעס קיהלען קבּלת-
פּנים. ער האָט גלייך בּאַמערקט, אַז יענער מיידט:אויס זיין צו"
נאָהענטע גוט-בּרודערשאַפט. היינט פאַרװאָס האָט ער זיך פריהער
אַזױי אומגעקוקט?..
-- װאָס הערט זיך עפּעס אין שקלאָוו?- -- פרעגט פּאַנדרע
גלאַט אַזױ אין דער וועלט אַריין.
-- גאָרנישט,--- ענטפערט חאַצע און האָצקעט זיך ווייטער--
דער גרינער קלויסטער שטעהט אויפן זעלבען אָרט. יאָשלע דער
שערער שטופּט זיך נאָך אַלץ צום נייעם פּריסטאַו. גאָר דער אדון,
כאָטש גיבּ איהם אַ קרענק, וויל קיין אידישע פיש ניט פאַרזוכעף..
אָבּער דו, נח, זאָרג זיך ניט, װעסט זיין אַן אָנגעלעגטער גאַסט!
-- בּיי וועמען? -- שפּיצט זיך נח אָן.
--- בּיי אַלעמען... בּיי דיין ווייבּ. למשל,
פּאַנדרען דאַכט זיך אָבּער, אַז דער קירזשנער האָט איהם גע-
געבּען אַן אָנצוהערעניש. לאָזט ער איהם ניט גליטשען זיך;
-- און בּיי וועמען נאָך?
-- צּיי אַ סך אַנדערע -- ענטפערט שוין חאַצע אַבּיסעל קלאָ-
רער -- אַלע ווייסען דאָך, אַז מ'האָט דיך פאַרמשפּט פאַר... פאַף
גאָרנישט,
וי אַ בּוימעל צוגיסען זיך חאַצעס װערטער איבער פּאַנדרעט
האַרצען. דער פאַרטאַיעטער װייטאָג נאָך דרייזעס רכילותן לינדערט
זיך. ער פיהלט, אַז חאַצע נעמט איהם שטילערהייט אַרײין אין קאָמ-
פּאַניע מיט אַלע בּאַעולהטע, פאַר וועלכע ער שטעלט זיך איין דאָס
גאַנצע לעבּען -- רופט ער זיך אָפּ פאַרטראַכט, װי אַ מענש װאָס
רעדט צו זיך אַליין
--- און מיר האָט זיך געדאַכט, אַז דו וייסט שוין, אַז מיף
קומען אָן... פריהער, ווען דו האָסט זיך אומגעקוקט,,
-- אודאי האָבּ איך געוואוסט, -- זאָגט האַצע פּראָסט און
169
פשוט, --- כ'האָבּ דיך שוין היינט געזעהן אין מאַקאַראָװקי. אַלטע
בּאַבּעס!! האָבּען זיך געשטופּט אַ קוק טאָן דורך אַ פּאַרקאַן. האָבּ
איך זיך אויך אַריינגעשטופּט. אַ בּוהאַי, זאָגען זיי. האָט זיך דאָ
פריהער צעיושעט, שיער אַ שיקסע ניט צוטרײיבּערט, און אַ איך
פון שטאָט האָט איהם אַװעקגעלײגט..
| -- אֶךְ, דאָס! -- לאַכט פּאַנדרע פאַרשעמט.
-- זעה איך, -- מאַכט חאַצע און שפּיצט אָן זיינע אויגע-
לעך, --- זעה איך וי דו זיצט אונטער אַ בּוים, װי אַ טערק אין גן-
עדן, און אַ יפה-פע (אַ שענהייט) טראָגט דיר אונטער פון פויגעל-
מילך...
נאָר דאָ מישט זיך אַריין שמחהלע טורערו. ער איז אומצו"
פרידען, װאָס האַצע רעדט די גאַנצע צייט מיט פּאַנדרען און ניט
מיט איהם, און דערפאַר װאָס שקלאָוו װאַרט אויף פּאַנדרען און
ניט אויף איהם. גיט ער אַ בּורטש:;
-- מען ווייסט, יאָ. אומעטום שטעקסטו די נאָז דיינע!
--- פֿאַרקעהרט, -- ענטפערט האַצע זעחר רוהיג -- איך
שטעק גאָר ניט. דערפאַר טאַקע בּין איך אַװעק,
-- ניט אָנגעשטאַנען דיר צו װאָרטען אויף אונז? -- טשע-
פּעט זיך שמחהלע.
--- מיט מיין קאַװוילע (קוליע) װאָלט איך סיי וי סיי ניט גע-
קענט נאָכלויפען נאָך אייך. איך געה מיר פּאַמעלעך. װאָס בּיי אייך
אַ שעה איז בּיי מיר --- דריי. פונדעסטוועגען, --- ווענדעט ער זיך
ווידער צו פּאַנדרען,. -- פונדעסוועגען האָבּ איך גערעכענט, אַז
מיטן שליאַך װעט איהר אָנקומען, הינטער מיר, אַ סך פריהער.י.
-- גע... געכאַפּט אַ דרעמעל, -- פאַרענטפערט זיך פּאנדרע
און קוקט בּשעת מעשה איבּער חאַצעס אויגען, אין הימעל אַרײן.
שמחהלע גיט אַ מעקע אין זיין קאָלטאָנאָװאַטען בּערדעלל:
,יאָ, ר' אברמל -- אַ דרעמעל! מיט אַ קאַץ אויף אַ קעמעל!י און צו
האַצען גיט ער זיך אַ קעהר אַזױ שפּיציג-כיטרע:
-- און דו, תּנאיבּרא מיינער? פונװואַנען -- דו? װאָס שלעפּט
זיך עפּעס אַ הינק... אַ קירזשנער אַרום אינמיטען טאָג אויפן שליאַך?
10
ס'האָט אויסגעזעהן וי ווען יעדער איינער װאָלט געווען טאַפּען
בּייט צווייטען ,, אין װאָגען!" און קיינער לאָזט זיך ניט. דער קירזש"
נער איז דאָך אָבּער אַ געשאָסען פויגעל -- ענטפערט ער שטיל
און גלייכגילטיג; :
-- עס געהט דאָך עפעס צו אָסיען. געה איך מיר פּאַװאֲליע
איבער די דערפער. כ'פאַרקױיף ווינטער-היטלעך די גויים, אייגש"
נע אַרבּײיט. אין שטאָט זיצט מען אָהן אַ שטאָך מלאכה, היינט װאָס
דאַרף איך װאַרטען בּיז גויים וועלען קומען אויפן יאַריד? אַזו
פאַרקויפט זיך בּעסער, אָהן טומעל..
--- און מעהר גאָרנישט?! -- פאַרקװעטשט שמחהלע אין
אויגעל,
-- װאָס טשעפּעסטו זיך, װאָס? -- גיט אויף איהם פּאַנדרע
אַ בּרום,
-- זעהט נאָר ס'אַראַ פאַרליבעניש! -- גיט שמחהלע אַ װאָרף
מיטן קאָפּ -- זינט וען בּיסטו דאָס געװאָרען אזא מחותן מיט,
מיט..,
--- מחותן, ניט-מחותן -- כמורעט זיך שוין פּאַנדרע אָן --
לאָז אַ מענשען ריידען. מ'רעדט דאָך ניט צו דיר,
-- איך זאָג, --- פאַרקרימט שמחהלע דעם גרויסען מויל זיי"
נעם -- צוליבּ היטלען אַליין, זאָג איך, װאָלט ער זיך אויף זיין
קאַווילע ניט אַרומגעשלעפּט, זאָג איך, אין אַזאַ היץ, לוקסיי דעם
דעסיאַטניק קען ער דאָס דערצעהלען, ניט מיר..
חאַצע דער הינקעדיגער, וועלכער האָט בּיז אַהער געשויגען
אָדער געענטפערט מיט אַ האַלבּען מויל, דרעהט זיך מיטאַמאָל אויס
אויף זיין קאַװילע, וי אויף אַן אַקס, און זיינע אויגעלעך שטעכען
פון אונטערן דאַשעק וי אָנגעגליהטע נאָדלען,
-- און דו -- מאַכט ער שאַוף צו שמחהלען -- בּיסט אפשױ
אַן אָנגעשטעלטער בּיים פּריסטאַװ? יאָשקע דעם מסורס א חבר
אפשר? שעם זיך ניט. זאָג שוין דעם אמת!
-- כאָדכאָ! -- כאַפּט זיך פּאַנדרע פאַר די זייטען -- אַ קלאָג
צו דיר, טורערו! גוט אַרײנגערעדט אין דיר, װאָס?
דער טרפהנער נאָמען פון גוי, וועלכער האָט איהם אַרײנגע-
171
פּאַקט אין חד-גדיא און חאַצעס ספּעציעלע מינעלע, טרעפען שמחה-
לען וי אַ פּליאַסק מיט אַ נאַסער שמאַטע אין פּנים. ער וויל עפּעס
אַ זאָג טאָן אַ גראָבּקײט און קען ניט, וי פאַרכלינעט מיט בּרודנע
װאַסער.
זיין צוטומעלטקייט נוצט נאָך חאַצע דער הינקעדיגער אויס
און שפּילט אויף איהם מיט בּרענענדיגע אויגען און מיט שטעכיגע
ווערטער:
--- און טאָמער בּיסטו נאָך ניט דעם נייעם פּריסטאַװס בֹּאַ-
העלפער, קענסטו אַצינד ווערען. יאָשקע דער שערער האָט נאָך
אַלץ בּיים נייעם פּריסטאַוו קיין הצלחה ניט. אפילו פּאַרמסרן לייזש-
קע דעם פּאַקענטרעגער האָט זיך איהם ניט אינגעגעבּען. איז
אָט, שמחהלע, פּרוב דו אַקאָרשט! אפשר װעט זיך דיר אינ"
געבעןיי
-- נוינו"נו! -- געהט איער שמחהלע פון צוטומעלטקייט
צו גרימצאָרן -- שפּרינג, הינקעדיגער טשאָרט! װאָרום איכ'ל,
איכ'ל,,. כ'וועל דיך בּאַלדיא
3
פּאַנדרע שטעלט זיך. צווישען זיין אויפגערעגטען חבר און
צווישען חאַצע דעם קירזשנער, וי צווישען צוויי צוקריגטע הענער,
אַ קלוגעטשקער שמייכעל שליינגעלט זיך אױיף חאַצעס ליפען
אונטער די שיטערע װאָנסעלעך.. ער וייסט, אַז ער האָט אָנגע-
טאַפּט דעם שװאַכען אָרט בּיים צולאָזענעם חברה-מאַן. אין ווינ-
קעל האָט ער איהם פאַרשטופּט. קיין פּיפּס װעט ער מעחר ניט
טאָן. אַצינד קען ער ריידען פרייער, דאַרף זיך מעהר ניט פאַר-
טאיען פון שמחהלעס שפּיציגע אויגען און פון זיינע שאַרפע
אויערען. |
לאָזט מען זיך ווידער אַװעק זאַלבּעדריט מיטן שליאַך. נאָר
אַצינד הינקט שוין ניט מעהר חאַצע קירזשנער אינדערמיטען
172
נאָר בּיי פּאַנדרעס רעכטער האַנט. און פּאַנדרע אינדערמיטע)
טיילט איהם אָפּ פון זיין צאָרענדיגען חבר.
-- אָט ערשט אַרױיס פון פאָניעס הענט און שוין איינגעשטעלט
זיך פאַר פאָניען? --- אַזױ מוסרט פּאַנדרע שמחהלע טורערו --
עס געהט דיר אום לעבען, טאָמער טשעפּעט אימיצער פאָניע-גנבס
מלוכה?... און איך,. חאַצע! -- אַזױ גיט ער זיך אַ קעהר צום
קירזשנער -- װי איך בּין אַ איד!.. כ'האָבּ דיך געװאָלט זעהף
כ'האָבּ געחלשט דיך זעהן
-- דו מין"! -- שטעלט אויס חאַצע קירזשנער אַ פֹּאֶר פאָךר"
שענדיגע אויגען.
--- איך דיך! װאָס וואונדערסטו זיך? נאָך בּשעתן משפּט אין
אָקרוזשנאָיסוד האָבּ איך געטראַכט אַז, אַז.. װי איך בִּין אַ איד!
כ'האָבּ גע ז-אַכט, אַל מ'מוז בּיי דיר אַ פרעג טאָן װאָס דו זאָגסט..
דן האַלסט דאָך ניט, זאָגט מען פון פּראַװיטעלסטװע. אין אָט..
װאָס זאָגסטו צו פאָניעס יושר אין מיין דיעלאָ? און בּכלל --
- און אין מיין דיעלאָ?.. -- שטעלט שמחהלע אָן א פּאָר
גזלנישע אויגען.
-- אין דיין דיעלאָ אויך! -- גיט פּאַנדדרע אַ בּויטש מיטן
קאָפּ, --- אָבּער דו, דאַכט זיך, אַזױ צו זאָגען, שטעלסט זיך דאָך
איין פאָר 8---
--- דיך אַרט דאָך -- כאַפּט אונטער האַצע דער הינקעדי-
גער -- װאָס איך געה איבּער די דערפער מיטן פּאַק היטלען
און,,. לאָמיך דיר זאָגען גאַנץ קלאָר װאָס דו מיינסט, און איך רייד
מיט די גויים איבּעריגע זאַכען.. ווי?
-- איך? -- גיט זִיך שמחהלע אַ מאָרדעװע ניט צו פּאַנדרען
ניט צו חאַצען, נאָר צו זי בּיידען -- איך שטעל זיך איין? מיר אַרט
פאַר פאָניעס מלוכה, נאָכדעם װוי,,, װוי,., טפוז
-- טאָ טשעפּע זיך גיט! -- לאַכט פּאַנדרע און פיהלט, אַז
מיט זיין לאַכען האָט ער אינגאַנצען אָפּגעקויפט חאַצעט האַרץ. און
| חאַצע דער הינקעדיגער װערט טאַקע זעהר נייגעריג און טרייבּט
איהם אונטער;
-- נו, נו! און װאָס איז ווייטער געװאָרען? נאָכן משפּט..
173
-- ווייטער, אין אָסטראָג, האָט מען גערעדט מיט שעפטעלען.
אַ גנב אפילו, אָבּער זאַכען האָט ער גערעדט װאָס דו האָסט זי
אויך געמעגט זאָגען. כ'האָבּ אָבּער קיינמאָל ניט געוואוסט וען עס
רעדט פון איהם דער גנב און ווען דער עהרליכער מאַן. האָבּ איך
ביי דיר געװאָלט דערגעהן דעם רעכטען אמת.. /
-- דערגעה, דערגעה! -- שמייכעלט חאַצע און האָצקעט זיף
גאָר האָפערדיג אויף זיין קאַװילע. אָט אין שטאָט. -- מאַכט
ער אַ בּיסעלע שטילער און קוקט זיך אום אויף שמחהלען -- אין
שקלאָוו, װעל איך דיר אַמאָל שבּת זָגען וואו צו קומען. אין
פראַנצאָווקער װאַלד אפשר, אָדער הינטער די אָרשער בּרעמלעך..
-- פּאַנדרע, -- כאַפּט אָן שמחהלע זיין חבר בּיים אַרבּעל---
קריך ניט, זאָג איך דיר, וואו מען דאַרף ניט! מעהר פעהלט דיר
ניט..,
-- האָסט דאָך עפּעס געזאָגט, -- נאָדעלט איהם חאַצע מיט
די שװאַרצע אויגלעך פון אונטערן דאַשעק -- אָט ערשט האָסטו
דאָך געזאָגט, אַז דיך אַרט ניט! האָסט אפילו אױסגעשפּײט..
-- לאָז איהם!' -- פאַרגלעט נח פּאַנדרע -- ער האָט זיך
נאָר ליבּ צו טשעפּען -- שמחהלע. איך קען איהם בּעסער. אַז מען
דאַרף ניט, װעט ער ניט ריידען.. נאָר דו, חאַצע, זאָג מיר בּעסער
אַ װאָרט, עפּעס דיינעם אַ װאָרט זאָלסטו מיר זאָגען..
-- אַ װאָרט? -- טראַכט נאָך חאַצע דער קירזשנער -- װאָס
פאַר אַ װאָרט?.
-- עס זאָל מיך נעמעף -- צוהיצט זיך פּאַנדרע -- עס זאָל
מיך טרײבּערען עס זאָל מיר אין די בּיינער אַרײן!
-- נו אָט, למשל -- האָצקעט זיך װאַצע -- אָט ביסטו אִפּ"
געזעסען פאַר אַ בלבּול, פאַר גאָרנישט,.. וויפיל בּיסטו אָפּגעועסען?
-- אָנדערטהאַלבּען יאָהר!
- און אָפּטריטען גערייניגט -- גיט צו. שמחהלע --
בּײדצ.. |
-- איז אָט זעהסטו דאָך! -- שאָקעלט צו חאַצע קירזשנער--
ווען דו װאָלסט אויפגעהויבּען אַ האַנט גלאַט אַזױ איף אײנעם,
אויף אַ , נאַש-בּראַט", װאָלסטו אויך אָפּגעזעסען מיט כּליערלײ
144
גנבים און גזלנים? מ'װואָלט שוין ביי אַ טרונק בּואַנפען דורכגע-
קומען... עס טרעפט זיך. װוי? און דאָ---אַ פּיאַניצע אַן ערל, װיבּאַלד
ער טראָגט אַ שינעל מיט קנעפּ, איז עפּעס אַנדערש. טו איהם אויס
דעם שינעל -- בּלייבּט אַ פּיאַניצע. און פונדעסוועגען.. אָנדערט-
האַלבּען יאָהר, זאָנסטו, בּיסטו אָפּגעזעסען? האָסט אפשר אַ טראַכט
געטאָן װאָס אין אַזאַ צייט קען אַ מענש אױפּטאָן? אַזאַ געזונטער
יונג ווי דו! ווער האָט דאָס די העזה צו פאַרשפּאַרען דעם כֹּח פוך
אַ געזונטען אַרבּײיטער גאַנצע אַכצעהן חדשים נאָכאַנאַנד, פאַרי.
פאַר אָנריהרען אַ פינף-קאָפּיקענעם יונסקען קנעפּעל! װי? אַזאַ כֹּה
געהערט אַלעמעף מען בּאַהאַלט ניט קיין פייער אונטער אַ בּאַק-
דייזשע. אָדער דער פייער לעשט זיך אויס, אָדער די דייזשע צינדט
זיך אָן.
--- וועלכע דייזשע? -- פאַרשטעהט ניט פּאַנדרע.
-- דעם אָסטראָג מיין איך! -- גיט שאַוף א זאָג האַצע
דער הינקעדיגער און בּלײיבּט שטעהן. זיינע אויגען מרענעןף. ער
אָטעמט גיך און אין זיין שטילינקען קול מישט זיך צו א מין אייג-
געהאַלטענער הייזעריגער בּרום פון אַ חיה. -- איך מיין אַ לע
אָסטראָגען, אַ לע זאַקאָנעס, אַ לע פּריסטאַװעס! דו, זאָגסטה
האָסט געטראַכט אין אָסטראָג צו ריידען מיט מיר? און איך האָבּ
געטראַכט צו ריידען מיט דיר, װען דו װעסט קומען צוריקי.
-- דו מיט מיר? -- ציטערט פּאַנדרע אויף פון אַ טיפער
פרייד --- ס'איז אַן אמת?... הער, האַצע, זאָל איך אַזױ געזונט זיין!
זאָל איך שטאַרבען... זאָל.,. וואו? אין פראַנצקאָװער װאַלד?;, ווען?
מאָגסט זאָגעף שמחה איז אַן אייגענער מענש.
נאָר חאַצע איז שוין ווידער געלאַסען, איינגעהאַלטען. ער האָצ-
קעט זיך פּאַמעליך אויף זיין קאַװוילע און בּאַטראַכט יעדעס װאָרטן
-- קאָך זיך ניט! מ'עט דיר שוין זאָגעף
-- פּאַנדרע! -- גיט איהם שמחהלע ווידער א שלעפּ פאַרן
אַרגעל -- מיינסט טאַקע מיט אַן אמת?
-- נו, גוטע בּרידער!---בּרעכט פּלוצלונג חאַצע דער קירזשנער
אָפּ, אָבּער מען זעהט, אַז אַ פרייד גלימערט בי איהם אין די
ישװואַרצע אויגען און די אויערלעך פּרענען ביי איהם פון ביידע
175
זייטען קאַרטוז וי צוויי שפּיציגע פלעמלעך -- קריגט אייך גע-
זונטערהייס צווישען זיך!... אַזױ גיך, װי איהר מיט אייערע רגלים,
קען איך סיי וי סיי ניט געהן. און... ס'איז בּעסער מען זאָל אונז
ניט זעהן צוזאַמען אַריינגעהן אין שטאָט,
רופט זיך אָפּ שמחהלע: ,
-- כע! אַ מאָדנע זאַך. שעפטעלע גנב האָט פריהער פּונקט
אַזױי געזאָגט: נאָר ניט צזאַמען!..
-- שמחה! -- שטעלט אויף איהם פּאַנדרע אָז זיינע גרויע
אויגען -- װי קענסטו פאַרגלייכען?
חאַצע קירזשנער האָט מעהר קיין װאָרט ניט גערעדט. ער
האָט נאָר אַ שאָקעל געטאָן מיטן קאָפּ. ,,אַ גוטען!! הייסט דאָס, פאַר-
קלענערט זיין הינקעדיגען טראָט און גענומען אָפּשטעהן. אין פינף
מינוט אַרום איז ער שוין געבּליבּען ווייט הינטער די צוויי געזונטע
פוסגעהער,
| נאָר סיי: שמחהלע סיי פּאַנדרע, בּיידע האָבּען זיי געהאַט אַ
געפיהל, אַז בּיי זיך אין האַרצען איז חאַצע-דער-קירזשנער אויסער
זיך פאַר פרייד. און אַז ער איז פון זיי אַצינד אָפּנעשטאַנען בּכּיון,
פּונִקט אַזוי, װי ער האָט זיי פריהער אָפּגעװאַרט אויפן שליאַך..
און צופרידען איז ער, חאַצע דער ,, ציציליסט"י, װוי איינער װאָס האָט
דאָס זייניגע אָפּנעטאָן.:
שמחהלע האָט זיך נאָכאַמאָל אומגעקוקט און בּאַטראַכט דעם
אָפּגעשטאַנענעם קירזשנער. פון דערוייטענס האָט ער איהם פיט
זייין הינקען אויסגעזעהן וי אַ פאָרזיכטיג-שפּרינגענדיגער מענש".
שפּין, װאָס קריכט צוריק אין נאָרע און לעגט דערוויילע אויס זיי-
נע דינע שטאַרקע נעצען, מיט קלעפּיגע פּעטליעס, אויף שליאַכען
און דערפער, אויף וועלדער און שטעגען אַרום שטאָט. און עס פאַר-
טשעפּֿען זיך אין זי בּאַלמלאָכעס און פּויערים, אינגלעך און מייך-
לעך, אַפּילו אַזאַ זיבּען-פּודיגער , העכט"י, װי נח פּאַנדרע, האָט זיך
אויך פאַרפּלאָנטערט... ניט פריהער---שפּעטער װעט איהם אָט דער
חאַצע קירזשנער אַ ציה טאָן נאָך זיך, און װעט איהם פאַרשלעפּען
ערגיץ"וואו. וואו ס'איז פריי און געפעהרליך... היט יזך, נח פּאַנדרע!
176
פאַרלאָרען קרעדיט,,,
4
אַ װיאָרסט צוויי פאַר שקלאָוו איז שוין אין סאָסנע-װאַלד
געװאָרען גוט טונקעל, נאָר די ראָזעװע װאָלקענדלעך אין דערויי-
טענס האָבּען נאָך שװאַך בּאַלױכטען דעם ועג און אומגעבּיטען
אַלע פאַרבּען -- דער ברוינליכער קאָרע פון די שטאַמען צוגץ-
געבּען אַ קופּערנע רויטקייט און די גרינע נאָדעל-קרוינען אַ בּלוי-
ליכע שװאַרצקײיט. דער דיקער שטויף אויפן וועג איז געלעגען װי
טרוקענער ליים, און דער בּרייטער פּאַס הימעט איבּערן קאָפּ האָט
אויסגעזעהן וװיאָלעט,.
דער שליאַך האָט זיך אַצינד צושלענגעלט און גענומען געהן
אַראָפּ צום , אונטערבּאַרג" צו, ס'הייסט. צו שקלאָװוער פאָרשטאָט
פון מאָהליווער זייט, וואו דער דגיעפּער און אָזערע גיסען זיך צו-
זאַמען בּיי דער גרויסער מיהל. טאַקע צוליפ דעם װאָס דער וועג
איז דאָ אַזױ משופעדיג, איז ער געבּראָכען אין ציקצאַקען, פּדיּ
שווער-בּאַלאָדענע פוהרען זאָלען דאָ, אָהן געפאַהר, קענען אַרױם-
פאָהרען און אַראָפּפאָהרען, בּפרט אָסיען-צײט און סוף וינטער,
ווען דער שניי איז נאַס און דער בּאַרג-אַראָפּ איז מוראדיג גליטשיג.
די סאָסנע-בוימער האָבּען זיך דאָ צועפענט אין איין גרויסען
טויער, וי פאַר מאַקאַראָװקי, אַנטלאָפען אויף צוריק און איבערגט-
לאָזען דעם וועג די יונגש האָריגע יאָדלעס און ווילדע קוסטעס,
7+
צוריק פון אסטראָג (12)
זי אַליין, הייסט דאָס, זאָלען בּאַגלײטען די פוסגעהער בּיז סאַמע
,אונטערבּאַרג'+.
אויף פּאַנדרען מיט שמחהלען האָט אַ װעה-געטאָן מיט נאָי
הענטקייט פון שטאָט און מיט סמאַלענעס פון געבּרענטען סכןךי
עטליכע קלאַפטער ווייטער, לינקס, האָט זיך אין דער טיף װאַלד
בּאַוויזען אַ ווייסער שמעקעדיגער רויכעל, ועלכער איז געקראָכען
איבּער דער ערד. דאָס האָט איהם דער אָװענט-װינטעל געצוואונ"
גען, דעם פּעכיגען רויכעל, ער זאָל קריכען צווישען די קוסטעס
;אויפן בּויך". |
שמחהלע האָט זיך אָנגעשפּיצט, װי אַ װאָלף װאָס דערנעהג"
טערט זיך צו אַ ישוב. ער האָט גענומען ציהען מיט זיין קרומלעך"
שאַרפּער נאָז.
-- קאַליאַדעס +) אַפּנים.
-- קאַליאַדעס! --- איז פּאַנדלע מסופּק, -- אַזױ נאָהנט פון
שטאָט?
| --- אָדער פּאַסטוכער האָבּען צולעגט אַ פייער.
-- אָט!,, די סטאַדע איז שוין לאַנג אינדערהיים,
--- וויפיל אַ זייגער קען יעצט זיין?
פּאַנדרע : האָט פאַרװאָרפען די אויגען, װי אַ געניטער בּאַלע"
גאָלע װאָס איז געוואוינט צו דערקענען די צייַט לויטן אויסזעהן
פון הימעל:
-- שוין אודאי זיבען אַ זייגער.
און וי זי טרעפען אַזױ ביידע, איז שוין דאָס רויכעל געבּלי"
פען הינטער זיי און זיי האָבּען אָן איהם פאַרגעסען.
| = אין דער ראָזעװער טונקעלהייט פון בידהשמשות האָט זיך
באַוויזען דער גאַנצער אידישער ישוב פון , אונטערבּאַרג", װי אַ
געמאָלטע קאַרטינע. איינגעשלאָסען אינגאַנצען צווישען פראַנצאָו"
קער װאַלד, צווישען הויכען ליימיגען באַרג און אויסגוס פון דער אַזצ"
רע. בּסך הכּל איז דער גאַנצער אונטערבּאַרג איין געסקע, נאָר אין דער
שפּיץ פון שליאַך-געשלענגעל האָט דאָס אונזערע פוסגעהער אויס-
5) קאַליאַדעס הײיסט אין רײסען -- דאָס בּרענען אױף אַ לױזע
מייער פפטע װאָיצלען אוּן צווייגען אוּן דאָס אַרויסציהען פוּן זײ פען אוּן
דיעגאַכץ, אויף אַ זעהרף פרימיטיווען אופן,
178
געזעהן װי אַ גאַנצע שערענגע פון טונקעלע מענשען נעסטען, װאָס
האָבען זיך איינגעטולישט אין אַװענט-שאָטען און אין אָפּגלאַנץ פון
װאַסער, און אין די דאָזיגע נעסטען לעבּט מען און מען זאָרגט; מען
פרעהט זיך, מען קינדעלט און מען דאַװענט.. און ווייטער, איכבּערן
, אונטערבּאַרג"י, אויף יע נעם זײט אויסגוס פון אָזערע, האָט
זיך צעװאָרפען שקלאָוו מיט איהר געמויערטער גרינער שול פון
יעקאַטערינאָס צייטען, מיט איהר גרינעם פינף קעפּיגען קלויסטער,
להבדיל, מיט איהרע אַלטע בתּיימדרשים און מיטן קיילעכדיגען
טורם-קאָפּ פון סטאַן, וואו מ'האָט איהם, פּאַנדרען, איינגעזעצט
צום ערשטען מאָל, אין דער נאַנכט פון שרפה ביים נייעם גגיד..
אַרום אָט די גרויסע בּנינים האָבּען זיך די געװעהגליכט
הייזקעס געטוליעט וי די שװאַרצע שעפּסען. דאַך איבּער דאַך האַ"
בען זיי אַרױסגעקוקט, און קוימען איבּער קוימען האָבּען נייגעריג
געצויגען די ציגעל-רויטע און די געוייטטע העלזער: , האַ? װאָס?
ווער? וואו?יי... ניט קיין הייוער, נאָר אַ שטומער איינגעליף פון
ווייבּערשע באַשעפענישען, מיט דעכער אָנשטאָט פאַטשײלעס און
מיט אויסגעגלאָצטע פענסטערלעך אָנשטאָט אויגען. און אַלץ איז
געווען אַזױ מאָדנע בּאַלױיכטען מיט אַ לעצטען שטטױאַהל,. װאָס
לויכט, דאַכט זיך, אי פון מערב אי פון דער טיף אָזערע אַרױס,
וואו ער שפּיגעלט זיך אָפּ
די געוועזענע אַרעסטאַנטען האָבּען זיך כּמעט פאַרשעמט פאַר
אַזאַ זשעדנער נייגעריקייט פון די וייטע היזקעס. זיי האָבּען גע"
כאַפּט אַראָפּלאָזען די ווינטערדיגע פּלודערען איבּער די כאָלאַװעס,
איבּערבּינדען די גאַרטלען, אָפּפאָכען זיך מיט די װאַרימע היטלען
כּדי אָפּצוקיהלען זיך אַבּיסעל פון וועג, כּדי אויסצוזעהן אַבּיסעל
אָנשטענדיגער, שטאָטישער... גאַנצע אָנדערטהאַלבּען יאָהר אָפגע-
ריסען פון דערהיים, וי זיי זיינען געוועזען, האָבּען זיי די ווייטע
טונקעלע קופּעס הייזער אויסגעזעהן אַצינד פריציש אײינגעשלאָסען
אין זיך, בּאַלעבאַטיש גאוהדיג, דאָס האַרץ האָט זי פאַרקוועטשט.
און צוזאַמען מיטן אָװענט:װינטעל, װאָס איז צו זיי אַרױפגעקראַכען
פון אָזערע-פלאַך,. האָט אויף זיי געװועהט אַ טרויער,. װאָס האָט
ניט קיין נאָמען. אַ טרויער, װאָס נאָר געפאַלענע בּיי זיך אַלין
19
קענען איהם; געפאַלענע, װאָס קעהרען זיך אום צו די מקומות פון
זייער געוועזענם כּבוד,
נואָס נידעריגער זי זיינען אַראָפּ פון הויכען שליאַך-געשלענ-
געל, אַלץ גראָבּער און ממשותדיגער זיינען געװאָרען די הייזקעס פון
דער פאָרשטאָט, פאַרחושכטער, רויהער. נאָר איבּער די ווייטע שקלאָ-
ווער הייזער,. אויף יענער זייט אָזערע, האָט נאָך געשװעבּט דער הן
פון בּיןדהשמשות. און פּלוצלינג האָט זיךך דער שלאַך
שניידיג אַ קעהר געטאָן און צוקושט זיך מיט דעם אָנהױבּ פון דער /
שטויבּיגער געסקע -- , אונטערבּאַרג?.
וי פון אונטער דער ערד איז אַרױסגעװאַקסען די זעלצער-
וואַסער-בּודקע פון אַלטע געהובּעלטע בּרעטער, מיט אַ שװאַרצער
עקיגער לאָך פון אַן אָפענער טירעל, מיט אַן אַראָגעהאַנגענעם אייד
זערנעם פּרענט, צום אָפּשליסען דאָס טירעל. די זעלבּע בּודקע וואו
פּאַנדרע פלעגט, אַלע שבּת נאָך טשאָלענט, לויפען קיהלען זיין הייסע
ליבּע צו מערען מיט קאַלטע זעלצערקע, און ואו װאָװקע דער
ממזרוק מיטן געגאָלטען קעפּעל פלעגט געבּען אויף בּאָרגי.
פון דער עקיגער בּודקע-לאָך האָט זיך אַרױסגערוקט אַ געשוי-
רען קעפּעל מיט גרויסע אָפּגעשטאַנענע אויערען. לעבּעדיגע אויג-
לעך האָבּען אָנגעקוקט די צוויי משונהדיגע פוסגעהער, אָנגעקוקט
און בּאַהאַלטען זיך.
דאָס האַרץ האָט פּאַנדרען גענומען קלאַפּען פון אַזאַ , ּאַגע-
גענישיי מיט דער אַלטער בּודקע. ער האָט זי אָנגעקוקט וי אַ מצבה,
אויף די בּחורישע יאָהרען אין וועמענס געהיימניספולען, טונקעלען
אינוועניגיי עס לעבּט נאָך אַלץ דער קליינער שומרל --- װאָווקע-
טאָג און נאַכט זיצט ער דאָרטען און װאַרט אויף פּאַנדרעס גשמה,
זי זאָל זיך אומקעהרען פון אָסטראָג. און אָט האָט ער זיך אומגצ-
קעהרט. | -
פּאַנדרע האָט מיט אַ מאָל דערפיהלט אַ טרוקעניש אין מויל
און אַ גלוסטעניש נאָך אַ גלאָז זעלצער-װאַסער. די מידקייט פוך
וועג, די אָנשטדענגונגען פון טאָג, דאָס בּיטערניש פון די רכילות
װאָס האָבּען צו איהם גיפטיג אַראָפּגעטריפט פון זונדעל-גאָטס-גנבס:
װאָגען, דאָס אַלץ איז זיך אַצינד צוזאַמענגעלאָפען אין איין פאָר-
180
שטעלונג פון אַ קופּערנעם אָנגעקיהלטען סיפאָן, פון געצאַצקעטע
צוויידהענטעלדיגע גלעזער, און אין איין שאַרפער גלוסטעניש נאָך
דאָס בּלעזעלדיגע, קיצעלדיגע. דעם אָטעם-פאַרכאַפענדיגע זעלצערקע,
-- איך שטאַרבּ אַ טרונק! -- גיט ער טיף אַ זיפץ צו שמחה"
לען -- קום, לאָמיר אַריינגעהף
2
שמחהלע האָט זיך בּייז אַרומגעקוקט צי די אונטערבאַרגער
אידען זעהען ניט זייער אָנקומען װי האָלאָדראַנצעס, אין װאַרימע
מלבּושים, מיט די קלומיקעס אויף די פּלײצעס, און וי אַזױ די אוו"
טערבּאַרגער אידען קוקען אויף דעם... ער האָט נאָך ניט פּאָספּעיעט
צו בּאַשליסען, צו אָפּרוהען זיך דאָ, בּיים , אונטערבאַרגי צי ביט,
ערשט פון בּודקע לויפט אַרױס זאַװעל, דער געוועזענער שמייסער
ביי קושקע"בּראַנד. די שװאַרצע טשופּריגע רייסט זיך פיי איהם,
וי אַ וויכער, פוֹן אונטערן היטעל מיטן צפפּראָכענעם קאָויראָק,
אָפּגעריסען איז ער און זיינע שטיוועל זיינען גראָבּ פאַרלאַטעט.
לאַטע אויף לאַטע, |
-- בּרודער נח! -- אַזױ פאַלט ער צו צו פּאַנדרען, וי צו
אַ גאָר נאָהענטען קרוב -- אַ גוטשינקען שלום-עליכם דיר! װאָווקע
זאָגט מיר אַז דאָס ביסטו.. גליב איך ניט. ערשט איך גיב אַ
קוק -- וי איך בּין אַ איד -- דן!
פּאַנדרע האָס קושקע-בּראַנדס שמייסער געקענט פון בּאַלע-
גאָלשען צעך. נאָר אַז מען זאָל זיין אויף , דוי און אויף גוט-
בּרודער'י געדענקט ער עפּעס ניט. די שנאה צו קושקען און צו אַלץ
װאָס געהערט זיך אָן מיט קושקען װעקט זיך אין איהם אויף, מעסט
ער אָפּ זאַװולען, פון דער ווילדער טשופּרינע בּיז די פאַרלאַטעטע
שטיוועל, און גיט אַ פרעג מיט פאַרדאַכט;
-- װאָס טהוסטו דאָ? -- טרײבּסט גאָר ניט קושקעס פערדי
= כע"הע! -- שאַרט זיך צו איהם זאַװעל שמייסער און
מאַכט מיטן עק -- איך -- בּיי קושקעף? סאיז שון אַ מעשה,
181
בּרודערינח, פון ווינטער-אָן. זינט דיין מערע האָט איהם געבּוי-
קערט מיט אַ שטיוועל, האָט עֹר אױסגעגאָסען דעם כּעס צו מיר,
אַזאַ פרעסער! /
די ניט-גוטקייט פון דרייזעס רכילות, אויפן װאָגען, האָט זיך
ווידער אױפגעכאַפּט. װי אַ גיפט האָט זיך די שפלדיגקייט צונאַ-
סען אין פּאַנדרעס אויפגעקאָכט האַרץ. געװאָלט האָט ער אויסדרע-
הען זיך צו זאַװלען מיטן רוקען און אַריין אין בּודקע אָפּקיהלען
זיך, אָבּער די בּרענענדיגע נייגעריגקיים איז געווען נאָך שטאַרקער
גיט ער אַ רעד, כּלומרשט פאַרבּיינעהענדיג, מיט אַ האַלבּען מויל:
-- יאָ, זונדעלס שנור האָט מיר עפעס געזאָגט,.. װאָס אין
דאָס דאַרטען געווען? |
אויף אַזאָ פראַגע האָט זיך, ווייזט אויס, זאַװעל שמייסער קוים
דערװאַרט. נאָר ער האַלט איין דעם אימפּעט. ער פאַרריכט דאָט
היטעלע אויף די טרוקענע האָר, בּאַלעקט זיך װי אַן אַכלער פאַר
אַ נייעם געריכט, קוקט זיך, כּלומרשט, אַרום צי קיין זייטיגע אויע-
דען הערען ניט װאָס ער װיל דאָ אַנטפּלעקען, און צעהלט ווערטער
מיט א פאַרשושקעטען קול+ .
-- װאָס איז געווען? אַ שענע מעשה איז געווען. אָט װעסטו
הערען. כ'וועל דיר דערצעהלען כּסדר װאָס פאַר אַ גוטען פריינט
דו האָסט: װי נאָר מ'האָט דיך אַרעסטירט, האָט קושקע בּואַנד
מיט כּלערלײי קונצען אױסגעבּאָרגט , שמענדריקען! בּיי דיין שווער,
עליו השלום, און האָט איהם פאַרשמיסען אויף טויט, צוקאַליעטשעט
שמענדריקען. ר' סענדער, עליו השלום, האָט איהם דערנאָך געמוזט
פאַרקויפען מֵאיר פּענטען פאַר זיבּען קאַרבּען. מ'האָט איהם שוין
לאַנג אָפּגעשונדען שמענדדיקען. אָט דאָ, אין פראַנצאָוקער װאַלד,
| בּיים אָזערע, װאַלגערען זיך נאָך די בּיינער זיינע.
-- דאָס ווייס איך! -- מאַכט פּאַנדרע אונגעדולדיג,
נאָר זאַװעל שמייסער לאָזט זיך ניט אַרױספיהרען פון שפּאַן.
ער איילט זיך ניט. ער ציהט אַרױיס װאָס מ'קען פון יעדען װאָרט,
ער דערצעהלט כּסדר:
-- און נאָך דעם װי ר' סענדער, עליו השׂלוֹם, איז געװאָרען
182
אַ קדוש, ווייסטו דאָך מסתּמא װאָס קושקע-בּראַנד האָט טאַנאַנדער"
געבּלאָזען אין צעך?
-- כ'ווייס ניט, --- גיט פּאַנדרע אַ זאָג חייזעריגידערשטיקט,
-- ,זעהר רעכט", האָט קושקע בּראַנד געזאָגט. ר' סענדער
מיט זיינע בּרידער האָבּען אַמאָל געהרגעט אַ מענשען אין װאַלד
און בּאַגראָבּען, אַ גוי אַפילו, אָבּער אַ מענש.. בּאשר, אַ מעשה --
דער גוי איז געווען איינער פון די גויים, װאָס זיינען אַמאָל בּאַפאַלען
זייער טאַטענס בּויד, בּשעת פיהרען די פּאָטשט מיט אָרשער שליאַך.
האָט מען זיך, הייסט עס, מיטן ערל אָפּגערעכענט. איהר מיינט,
מאַכט קושקע, ר' סענדער איז אַלעמאָל געווען אַ פרומאַק? כע"הע!י.
איז בּלוט, מאַכט קושקע, צאָהלט זיך אֵפּ..
פּאַנדרע האָרכט מיט פאַרקלעמטע ציין. ער טראַכט. אָט
ערשט אַריינגעשטעלט אַ פוס אין שטאָט און שוין פּלאַנטערט מען
אָרום איהם רכילות, קלעפּיגע פעדים, װי שפּינען אַרום אַ פליג.,
אַ גאַנצען טאָג איז מען געגאַנגען מיטן װאַלד און ס'איז געווען גוט
און פריי. און דאָ --- איינער אויפן צווייטען, איינער אויפן צוויי-
טען... עס פאַרגלוסט זיך איהם שטאַרק אַראָפּצולאָזען זאַװלען אַ
פליאַסק איבּערן חוצפהדיגען שװאַרצען פּנים. נאָר ער האַלט זיך
איין און פרעגט, כּלומרשט, זעהר געלאַסען
-- און װאָס האָט צעך געזאַנט?
-- צעך האָט איהם, מאָהל דיר אויס, גוט אַרײנגעזאָגט. בִּיז
היינטיגען טאָג זאָגט מען דאָס איהם: , װאַרט, װאַרט, קושקע! אָט
פּאַנדױע װעט קומען פון אָסטראָג, װעט ער זיך מיט דיר אִפַּ-
רעכענען."" |
--- המ!,, -- מאַכט פּאַנדרע אַבּיסעל געקיהלט,
-- נאָר דאָס איז אַלץ גאָרנישט, -- שעפּטשעט זאַװעל און
קוקט זיך כלומרשט אַרום צי זייטיגע אויערען הערען ניט. דערזעהט
ער װאָווקעס געשוירען קעפּעלע און גיט אויף איהם אַ מרוק:
-- נאַ, װאָווקע! דו קריך צוריק אין בּודקע! ניט דיין עסק!..
--- דאָס איז נאָך אַלץ גאָרניט, --- גיט זיך זאַװעל ווידער אַ
קעהר צו פּאַנדרען, און מאַכט אַ פאַרסודעטען פּנים -- פאָריגען
ווינטער, נאָך דער סעודה אין חברה-לויה, מאַכט ער צו מיר, קושקע
183
בּראַנד, קום, מאַכט ער, זאַװעל, מירן אָפּטראָגען מערען איהר חלק
פיש און גענזענס, מאַכט ער. נו, ער איז דאָך בּאַלעבּאָס און איך
בּין שמייסער. בּין איך געגאַנגען. נאָר פאַרן טיר לאָזט ער מיר
שטעהן אויפן גאַס. װאַרט, זאָגט ער, כוועל איהר אַלין אָפּגץ-
בּען --מערען! און קלאַפּט אָן אין לאָדען..
-- אַזױ האָט ער געזאָגט! -- כריפּעט פּאַנדרע.
זאַװעל זעהט גוט מיט זיינע ממזרשע אויגען פון אונטערן
צובּראָכענעם דאַשעק, װאָס פאַר אַ שווערען איינדרוק זיינע געצוי-
גענע ווערטעלעך מאַכען אויף פּאַנדרען. בּלייבט ער בּכּיון אַ וויילע
שטעהן, כּדי נאָך מעהר אָנצושפּאַנען נחס אונגעדולדיגקייט:
-- און מערע? -- קען זיך פּאַנדרע ניט דערװאַרטען -- זי .
האָט גאָר קיין מורא ניט געהאַט.. אויפצומאַכען?
--- װאָס זאָל זי מורא האָבּען? -- בּאַלעקט זיך זאַװעל שמיי-
יסער שטילינקערחייט -- אַז קושקע בּראַנד קלאַפּט אין פירהויז
מיט דער קליאַמקע און טענהט: די מאַמע דיינע האָט דיר געשיקט
דיין חלק פון דער סעודה. די מאַמע, זי װאַשט נאָך אין לויה-בית-
מדרש דאָס געפעס, די מאַמע. זי װעט ערשט קומען פאַרטאָג... איז
װאָס האָט מערע געדאַרפט מורא האָבען? |
זאַװעל פאַרשאַרט דערביי תּמעװאַטע ביידע שװאַרצע בּרעמען
אונטערן דאַשעק, גיט אַ הויבּ מיט די פּלײצעס, און אין האַרצען
קוועלט ער אָן װאָס פּאַנדרע איז אַזױ צורייצט. נאָר בּאַלד כאַפּט ער
| זיך, אַז זיינע לעצטע וערטער האָבּען פּאַנדרען געקענט אַבּיסעל
בּאַרוהיגען. עס לעגט זיך אויפן זינע די מאַמע האָט געשיקט,
היינט װאָס זאָל דאָ מערע האָבּען פאַר אַ בּאַזונדערע כּונות?... ציהט
זאַװעל צוריק און צעהלט װערטער;
-- געבּליבּען איז ער דאָרט זיצען, קושקע דער פרעסער,
אַ... רעכטע וויילע. כ'האָבּ געמיינט מען זיצט און מען שמועסט.
מערע בייסט צו און קושקע שמועסט. מיר האָט ער דאָך ניט גע-
הייסען אַריינגעהן. איז מיר געװאָרען גוט קאַלט אויף דער גאָס,
כ'האָבּ שוין געװאָלט אָנרוקען דעם קאָלנער און אַװעקגעהן. ערשט
מיטאַמאָל פּראַלט אויף די טירף -- |
144
-- אונזער טיר? -- פרעגט איבּער פּאַנדרע װי א דער-
שטיקטער.
--- איער טיר. בּיידע טירען פון שטובּ און פון פירהויז און
מערע מיט איין בּאָרװעסען פוס שפּרינגט אַרויס און.. טראַך--
טאַראַראַך, זאָג איך דיר! טואַך---טאַראַ---ראַך!.. און קושקע לויפט
אַרױס איינגעבּויגען, מיט אַ לעדיגען קאָשיק. אַ טריאַטער געוען
צו קוקען. װי איך בּין אַ איד!
::
אַ גראָבּליכער שמייכעל האָט זיך דורכגעשליינגעלט איף
שמחהלעס בייזען פּנים. נאָר פּאַנדרע האָט אפילןו קיין שמייכעל ניט
געטאָן. זיינע גרויע אויגען זיינען שטאַר און קיילעכדיג געווען אָנ
געשטעלט אויף זאַװעלס פּנים. ער האָט שווער געאָטעמט. דעם גע-
וועזענעם שמייסער איז פון אַזאַ קוק געװאָרען אַבּיסעל קאַלעמוטנע:
צי האָט ער ניט איבּרגעכאַפּט די מאָס בּיים אויפרייצען אַזאַ יאָט
וי פּאַנדרע? האָט ער זיך דעריבער וידער אַ כאַפּ געטאָן אויף צן-
ריק, גענומען פֿאַרגלעטען
-- נאָר דאָס איז נאָך גאָרניט. דיין מערע האָט איהם נאָך אָפּ-
געטאָן אַ שענערע מעשה. באַלד נאָך די קלעפּ מיטן שטיוועל האָבּען
גענומען פליהען אויפן שניי די חלקים גענזענס און פיש אוֹן טי"
געכץ. און איין פעטע בּלינטשע -- פּאַטש רבּי קושקע בּראַנד אי-
בּעוֹן פּליך!.. װי מיט אַ נאַסע שמאַטע זאָג איך דיר. אָהן זייטען
האָט מען געקענט בלייבען.
אָבּער שמחהלע טורערו גלױיבּט ניט אַלצדינג,. שמחהלע טו'
רערו האָט אַ שאַרפערען קוק:
-- זאָג מיר נאָר --- שלאָגט ער איבּער דעם שמייסער --
זאָג מיר נאָר. תּנא-ברא מיינער, אַז דו בּיסט שוין יאַ אַזאַ תבשיט,
היינט פאַר װאָסיזשע האָט דיך קושקע בּראַנד פאָרט אַרױסגעװאָר-
פען?
זאַוולען דעם שמייסער פאַלט אַזאַ קלאַץיקשיא אַראָפּ װי אַן
אומגעריכטע שטרויכלעניש אין מיטען צולויפען זיך;
-- פאַר װאָס.. ע"ע.. פאַר װאָס מיך! ער.. קושקע?
185
פון... פון זיין קאָפּ זאָל איך אַזױ וויסען. ער האָט זיך פון דאַמאָלסט
אָן אָנגעזעצט אויף מיר, האָט ער. דערפאַר װאָס איך האָבּ געזעהן
וי אַ אידענע בויקערט איהם מיט אַ שטיועל איבּערן קאָפֿ, ס'איד
איהם ניט אָנגעשטאַנעןי /
-- און מעחר גאַרנישט? -- שפּיצט שמחהלע אָן די אויגעלעךף
זיינע. | | |
-- װאָס נאָך זאָל זיין? --- מאַכט זיך זאַװעל תּמעװאַטע,
נאָר דערזעהענדיג וי שמחהלעס שאַרפע אויגען עקבוירעך
איהם, פאַלט איהם איין דאָס האַרץ, זאַװולען דעם שמייסער. צוכניי
קעט ער זיך בּכּיון, רעדט מיט אַ וויינענדיגען קול, כּדי צו פאַרדע-
קען זיין צוטומלעניש: |
-- אַז אין צעך האָט ער אויף מיר בּיי אַלעמען אָנגערעדט,
דער געלער פרעסער! אָהן אַ בּיסען בּרויט געלאָזען מיך. שלאָג איך
זיך אַזױ אַרום אַ גאַנציקען זומער. דאָס בּיי די פּאַרעכאָדען, דאָס
אונטערן בּאַרֹגי. |
קריגט פּאַנדרע רחמנות אויפן שמייסער, ועלכען שמחהלע
פאַרהערט וי אַ דרדקי אינגעלע. צו דער בּיטערניש פון די אויס-
געהערטע רכילות מישט זיך צו אַ צופרידענקייט מיט מערעס
גבורות. דער דורשט הוױיבּט איהם ווידער אָן צו פּייניגען.
-- נו -- מאַכט ער צו זאַוולען מיט פאַראַכטונג --- מירן נאָך
ריידען מכּח דעם. קום, טרינקען אַ גלאָז זעלצערקע!
װוי אַ ווילדער הונט װאָס לויפט פאָראויס דעם לײב, דער"
שמעקט פאַר איהם רויב און ווייזט איהם דעם ועג, אַזױ אין זאַ-
וועל שמייסער אונטערטעניג אַרײנגעלאָפען דער ערשטער איך
בּודקע און מיט גרויס פּרסום אַ בּיל געטאַן אויף װאָיוקעף
-- גיכער, װאָװוקע! פּאַנדרע געהט. דריי גלעזער! פאַר אונז
אַלעמען-. | 00
אָבּער װאָווקע דער ממזרוק האָט זיך ניט געריהרט פון אָרט.
די בּרעטער-בּודקע מיטן לייכטען דיל האָט זיך אַ שאָקעל גע-
טאָן אונטער פּאַנדרעס אייזערנעם טראָט, עֹר האָט זיך שווער אַראָפּ-
געלאָזט אויף דעם הילצערנעם בּאַנק, בּיים ווענטעל, און בּאַלד פאַר-
געסען צוליבּ װאָס ער איז אַריין. די טונקעלקייט אין בּודקע האָט
186
איהם אַרומגעכאַפּט װי אַ שלייער. ער האָט זיך פאַרטראעט. טריף
און זיס האָט זיך איהם פאָרגעשטעלט מערעס לײבּ, ערגעץיואו
אין דער טונקעלקייט. דער חשד איז נאָך אינגאַנצען ניט צוגאַנגען.
יאָ. בּרעכען די בּיינער, האָט זי קושקען געבּראָכען. אָבּער וי אַזױי
האָט זי זיך דאָס דערוועגט אַרײנלאָזען אַ פרעמדען מאַנסבּיל, א
שונא, אַזױ שפּעט אין דער נאַכט? און ער, פּאַנדרע, האָט זיך פון
מאַקאַראָווקי אָן דאָס לעבּען גענומען, װאָס ער האָט זיך פאַרזין-
דיגט געגען איהר, אָפּגעגעבּען זיין כּח קאַטערינושקאַן..
-- נו,. וועקט איהם אויף שמחהלעס קול,
ער גיט זיך אַ כאַפּ אויף. װאָווקעס געשוירען קעפּעל מיט די
אָפּגעשטאַנענע אויערען בּלייכט זיך הינטערן סיפאָן און סטאָיקע.
דער פּנים וי בּיי אַ בּוילע. די שפּיציגע בּאַװאַקסענע שלייפען --
װי די הערנער בּיי גאָר אַ יונגען בּייקעל. נאָר עפעס ניט אַזױ
פריינטליך וי אַמאָל, פאַרן אָסטראָג, אין אַצינד װאָװוקע דער
שבּתניק. אויף װאָס ואַרט ער ראַל? |
-- נו, װאָװקע! --- אַזױי געהט פּאַנדרע אַרױס מיט דעם אַמאָ-
ליגען צולאָזענעם שבת-בּרייטליכען לשון, -- פּליוכע מיר אָקאָרשט
אָן א גלאָז זעלצערקע, אָבּער פון די אמתע זעלצערקע! עס זאָל
בּורטשען אין בּויך, װאָװוקע! עס זאָל בייסען די צונג. אַלעמען צו
גלאָז, װאָװוקע! דריי גלעזער | |
פּאַנדרע האָט אָבּער זיין אייגענעם קול ניט דערקענט. זיין
בּאַלעגאָלישע בּרייטליכקייט פון די בּחורישע יאָהרען איז אַצינד,
נאָכן אָסטראָג, אין די אַװענט-שאַטענס, אַרױסגעקומען עפּעס צו
הילכיג און ניט זיכער. װי אַ צו הויכע , יעלה!! ביי אַ פאַרקיהלטען
חזן. און ס'האָט אויך ניט געהאַט די אַמאָליגע וירקונג, װאָרים
װאָווקע האָט זיך ניט געכאַפּט צום צאַפּען פון סיפאָן. ער האָט נאָר
געטאָפּט די פינגער זיינע און פּאַנדרען מיט זיינע געסט אָנגעקוקט
מיט קענטיגען חשד;
/יאָ0 -- גיט ער אַ מעקע -- דע.. דע,, דער טאַטע --
-- װאָס זאַאיקעסטו מיר דאָ? --- שטעלט זיך פּאַנדרע אויף--
װאָס פאַר אַ , טאַטע! װאָסן
181
זאַװעל שמייסער שטעלט זיך אויך אויף און העלפט פּאַנדרען
זוי אַ משורר אַ חזן. |
-- אויך מיר אַ נפש!.. גיס אָן זאָגט מען דיר!
--- איך... איך קען ניט געבּען אויף בּאָרג! -- רעדט װאָװוקע
יקוים אַרױס. |
-- אַךְ, דו, סוקין-סין! --- בּייזערט זיך פּאַנדרע און זיין טרוי"
עריגע גוטמוטיגקייט קעהרט זיך צו איהם ווידער אום -- בּיי דיר,
אַזאַ צוציק, האָבּ איך שוין אויך פאַרלאָרען מיינע נאמנות? פּאַנדרע
וועט דיר ניט אָפּצאָהלען?
--- אַך, דו פּאַסקודניק, דו; -- העלפט איהם זאַװעל שמיי"
סער -- דו קענסט נח פּאַנדרען צי דו קענסט איחם ניטלי
טרעט װאָווקע אַרױס אַקעגען זאַװלען גאָר חוצפהדיג:
--- דו.. איהר קומט מיר דאָך דריי קאָפּיקעס פאַר זעלצער-
קע, קומט איהר דאָך!
זאַװעל גיט פאַרלעגען אַ קוק אויף זיינע פאַרלאַטעטע שטי-
וועל, דערנאָך אויף פּאַנדרען און שמחהלען. נאָר פּאַנדרע מאַכט
איהם אַ צייכען ער זאָל זיך אַנידערזעצען און שווייגען. און אַליין
שאָקעלט ער מיטן שווערען קאָפּ, ניט אויף זיך אַלײן, ניט אויף
װאָוולען.
אָן אָסטראָזשניק בּין איך בּיי דיר געװאָרען? װי? װיש
דיר פריהער אָפּ די נאָז, װאָווקע!.. פייף מיר אָן, זאָג איך דיר, דריי
גלעזער פאַר אַלעמען דו הערסט? זאַװעלס דריי קאָפּיקעס װעל
איך דיר אויך בּאַצאָהלען. װאָרים, װאָרים... איך צוקוועטש דיר דאָ
בּאַלד דעם סיפאָן דיינעם וי אַ פאַרעפּושטע אייז
44
װאָווקע פאַרקרימט זיך און גיט אַ כליפּ. ער האָט מורא פאַר
פּאַנדרעס קול און פאַר שמחהלעס גזלנישע אויגען אָבּער אָנגיסען
זעלצערקע גיסט ער פאָרט ניט אָן. ער האָט פאַרלאָרען דעם צוטרוי
צום אַלטען קונד.
188
-- נאַ דיר! זעה, דו סוקין-סין! --- ווערט פּאַנדרע נאָך ווייכער
און כאַפּט זיך צו זיין קלומיק, ער שלעפּט פון דאָרטען אַרױיס
שעפטעלעס פּאַפּירענע רובעלס און גיט זיי אַ װאָרף אױיף דער
סטאיקע:
-- זעהסט, צוציק? געלט איז דאָ וי שפענער!
שמחהלע פאַרקוועטשט איין לאַכעדיג אויג אויף פּאַנדרען
-- צוניצגעקומען? װאָס? געװאָלט אַװעקװאַרפען..
נאַ, צאָהל! -- װאַרפט איהם פּאַנדרע צו די פּאַמירלעך --
ווערג זיך מיט זיא, -
דער אֶגבּליק פון אַזױ פיל געלט בּאַרוהיגט װאָווקען. ער גיט
אַ װיש די פאַרטרערטע אויגען, פאַרענטפערט זיך;
-- אַז דער טאַטע האָט געזאָגט, דער טאַטץע --
-- פייף? --- גיט אויף איהם פּאַנדרע אַ בּרום,
דער קופּערנער סיפאָן צוכריפּעט זיך, צוקוויטשעט און צו"
כאָרכעלט זיך און פילט אָן דריי טיפע גלעזער, אָ הן הענטלעך,
אַזעלכע גלעזער זענען בּאַשטימט פאַר בעסערע קונדען. די אַנדע-
רצ גלעזערנע כּלים מיט צוויי הענטלעך -- זיינען אויף אָפּצונאַ-
רען. דאָרטען געהט אַריין מעהר גלאָז װי זעלצער-װאַסער...
אַלע דריי קונדען, שמחהלע, זאַװעל שמייסער און פּאַנדרע,
טרינקען דורשטיג. דעם שטאַרקסטען אָטעם האָט אָבּער פּאַנדרע.
טרינקט ער אויס זיין גלאָז גיכער פאַר אַלעמען.
-- אי װאָווקע, --- מאַכט ער און פּאָסמאַקעװעט זיךף --
ס'איז עפּעס ניט דאָס! עס בּייסט גאָר ניט אויף דער צנג, עס
בּורטשעט ניט. עס גרעבּסט זיך ניט. דו האָסט זיך מיר עפּעס גאָר
אויסגעװעפּט, װאָווקע!
עס גלוסט זיך איהם גאָרניט צו חכמענען זיך,. ער ויל דאָס.
נאָר נאָכמאַכען די אַמאָליגע שטיקלעך פון פאַר דער חתונה, בּדי
אַרויסצורופען דעם אַמאָליגען טעם איץ זעלצער-װאַסער, די אַמאָ-
ליגע פרייד פון לעשען דעם שבתדיגען דורשט. נאָר שוין בּיי דער
צווייטער גלאָז דערפיהלט ער קלאָר, אַז יענע פרייד איו מעהר
גיטאָ און װעט שוין, אפשר, קייגמאָל מעהר ניט זיין. װוער האָט דאָס
אַװעקגעגנבעט פון איהם? דער אָסטראָג? דער ווייטער וועג? צי דאָס..,
189
װואָס מערע האָט אַװי שפּעט געעפענט די שטוב-טיהר אַ פרעמדען
מאַנסבּיל? ער ווייסט דאָס אַליין ניט, נאָר זעהן זעהט ער בּאַשייַ-
פֿערלעך, אַז דאָס טרינקען אַצינד זעלצערקע איז פּונקט װי עסען
טשאָלענט אינמיטען וװאָך. ס'איז ניט דאָס. אַ דעהר איז ערגעץ"
וואו פאַרשטאָפּט געװאָרען.
בּלײיבּט ער זיצען פֿאַרקלעהרט. הערט זיך צו צו זיך אַלײן,
מיטן פינגער ווייזט ער נאָך װאָווקען אָן, יענער זאָל אָנגיסען דריי
פרישע גלעזער. -
זאַװועלס חניפהדיגער קול װועקט איהם אויף, זאַװעל האָט זיך
אָפּגעפרישט מיטן טרונק און צוריקגעקואָגען זיין חוצפּה און זיין
לשון: יי
-- גוט װאָס איך האָבּ דיךף געטראָפען, נח. זאָל איך אַזױ גע-
זונט זיין! איך קוק שוין לאַנג אויף דיר אויס. דער פאַיעטאָן סעג-
דערס איז נאָך גאַנץ. די שליטען אויך. שטעהען ביי אייך אין שטאַל,
נאָר כאָמעטען װועסטו מוזען קויפען נייע.. |
-- פאַרקויפט די כאָמעטען? --- כאַפּט זיך פּאַנדרע אויף,
-- װאָס האָבּען מערע און דיין שוויגער געזאָלט טאָן?.. נאָר
האָב קיין צער ניט, נח! אָט װעסטו זעהן,. אם ירצה השם, װעסט
באַלד צוריק אַרױף אויף דער קעלניע. דער נייער נגיד װעט מוזען
געבּען צו שטייער...
-- איך װעל נעהמען בי איהם! - גיט פּאַנדרע אַ
װאָרף מיטן קאָפּ. ---ביי אָט דעם?.. טפו!
-- צעך װועט דיך אויך ניט פאַרלאָזען! קושקע בּראַנד װעט,
זאָג. איך דיר, צופּלאַצט ווערען. אָט װעסט זעהף!
נאָר אינמיטען רעדען אַזױ זיס, פאַרגעסט זאַװעל אינגאַנצען
אַז ער טרייסט פּאַנדרען, דעם צוריקגעקומענעם אָסטראָזשניק. זֵיי-
נע אויגען צינדען זיך אָן מיט זשעדנעקייט:
-- זעה, פּאַנדרע, לאָמיר מאַכען שותפות. לאָמיר צוזאַמען
שפּאַנען פאיעטאָנען, פיהרען סחורות און , שודאַקעס צום בֹּאֵהן
אין אָרשע. קושקע בּראַנד זאָל צולאָפּניעט װערעף!
שמחהלע צולאַכט זיך מיט זיין געזאַלצענעם געלעכטערל:
190
-- לאָמיר! הען... לאָמיר! װאָס גיבּסטו, ר' זאַװעל אין נִדן?
די צוריסענע שטיוועל דיינע?
פּאַנדרען אַליין געפעלט אויך ניט אַזאַ שידוך, זאַװעלס אל"
בערשפּרינגען פון רכילות צו גוט-בּרודערשאַפט און פון טרייסט
צו שותּפות-מאַכען געפעלט איהם ניט, ער זעהט, אַז זאַװעל שמיי"
סער בּאַהאַלט עפּעס פון איהם. אפשר וייסט ער נאָך ערגערט זאַ-
כען וי די, וועלכע ער האָט דערצעהלט מיט אַ שושק און מיט א
האַלבּען מוילב. - |
אַ הייסע בּייזקייט צוברענט זיך אין איהם. אַ נס װאָס אין מוד"
קע איז שוין טונקעל און מען זעהט ניט איינער דעם אַנדערען אין
די פּניםער.
פייערלעך צינדען זיך אָן אויף דער גאָס, אין די אידישף
פענסטערלעך. זומערדיגע מעריב-פייערלעך. וייבּער האַקען לעבעף
אויף וועטשערע. האַקמעסער פלייסען זיך: האַק:האַק-האַק,
װאָווקע הויבט זיך אָן פּאָרקען בי אַ לעמפּעל. דרעהט אַ קנויט.
--מ'דאַרף ניט!---גיט פּאַנדרע פינסטער אַ מאַך מיט דער האַנט.
ער וויל אַצינד מעהר קיין מענשליכע אויגען ניט זעהען אַ טיפע
בּענקשאַפט נאָך מערען נאָגט אין איהם און אַ בייזע צורייצטקייט
פון אין דער פריה, יאָ. אַנדערש װעט דאָס היינט בּיינאַכט ניט געהף
אַ טראַסק-טאָן מיטן קולאַק אין טיש װעט ער, װי נאָר ער פאַלט
אַרײין אין שטובּ. דערצעהלען מוז זי איהם אַלץ, און נאָך היינט בל
נאַכט, וי און װאָס איז געווען, בּיז א האָרעלע... אַן אַרעסטאַנט איז
דיין מאַן געווען, טאָ נאידיר אַן אַרעסטאַנט:
אויף דער שטילער ,אונטערבאַרג"-געסקע, הינטער דער
דינער ווענטעל פון בּודקע שרייען אויף פאַראיינצעלטע קולות:
-- אָט קוקט, קוקט!
---אַי"אַי אי
-- גערויכערט, גערויכערט און אָנגעכאַפּט זיך!
-- עס דערקלייבּט זיך אַראָפּ-באַרג!
--- זעהט, זעהט!
און גלייך נאָכדעם לויפען זיך אַ סך קולות צונויף אין איין
הו"האַ. אַן אָפּשײן פון אַ ווייטען פייער צופלאַטערט זיך אין דער
191
שװאַרצער טונקעלהייט פון בּודקע, וי אַ צובּראָכען פליגעל,
פּאַנדרע רוקט אַרױס דעם קאָפּ פון בּודקע און קוקט זיך אום.
אין די אויגען גיט איהם אַ בּלענד אַ מין פייערדיגע, צובּראָכענע
קרוין. איבּער דער שװאַרצקייט פון די הויכע סאָסנעס אין װאַלד איז
די קרוין אָנגעטאָן. איבּער דעם אָרימינקען ישוב פון , אונטער"
בּאַרגי, מיט זיינע געלינקע פייערלעך, קיניגט די זומערנאַכט
אַליין,. שאָקעלט מיט איהר העלישער קרוין. און פונקען וי צוש"
מאָלצענע גאָלד, קייקלען זיך פון איהר מלובז-קרויץ, אין דער רויט"
ליכער שװאַרצקײיט פון בּאַרג-אַראָפּ.
דער װאַלד בּרענט!
4
וי אַן אויסלעזונג פון זיין שווערען געמיט איז פאַר פּאַנדרען
געקומען דאָס בּרענען פון װאַלד. אויפן שװאַרצען גרונט פון דער
נאַכט האָט דאָס צו איהם געוואונקען מיט אַ העלישער פרייד. ער
האָט זיך אָן דעם אָנגעכאַפּט וי אָן אַ גאָבּ פון הימעל, אט אין
אַצינד אַן אָרט וואו אויסצוכושעווען דעם פאַרטאַיעטען כּעס אויף
קושקע-בּראַנד, אויף זאַװעלס רכילות, די בייזע מחשבות -- איבער
מערעןיי |
פאַר די צואַמענגעטוליעטע הילצערנע הייזקעס פונם ,אונ-
טערבּאַרג! איז נאָך דערווייל די ספנה געווען וייטלעך. איבערן
הויכען געשליינגעלטען שליאַך איז נאָך דער פייער געשטאַנען. בּיז
די קוסטעס פון משופּעדיגען בּאַרג-אַראָפּ נאָך ניט דערקליבען זיך,
גאָר אין זיין אַראָפּגעפאַלענקײט און אין זיין ניט-געזונטער. מורא,
צו געהן אַהיים מיט אַזאַ אָנגעלאָדען האַרץ, האָט נח געזוכט איין"
צושמועסען זיך אַלין, אַז די סכּנה פאָרן , אונטערבּאַרגי איז שוין
מוראדיג גרויס,
האָט ער זיך געגעבען אַ ווענד צו זיינש חברים בּיים זעלצער"
וואַסער טיש;
-- זעהט, קינדער, װאָס עס טהוט זיך!.. קומט!
און האַסטיג אַרױסגעשפּרונגען פון דער הילצערנער בּודקע,
שמחהלע האָט אַ כאַפּ געטאָן זיין קלומיק און אויך אַרױסגע-
193
צוריק פון 8סטראָג (13)
לאָפען. אָבּער וי נאָר ער האָט דערזעהן דעם פייער איבּערן שװאָר"
צען װאַלד, האָט ער זיך צושריען
-- װאָס , קומטי'? וואוחין , קומט"ל
-- מירן העלפען לעשעף -- מאַכט פּאַנדרע, וי איינער. װאָס
רעדט פון אַ זעלבּסטפאַרשטענדליכער זאַך.
-- װאָדאָדאָס? -- ציהט אויס שמחהלע מלא רציחה --
מיר'ן לעשען? װאָס פאַר אַ , מירץ" װאָס?
ער איז שטאַרק צורייצט שמחחלע. דער פייער איבּערן װאַלד
דערמאָנט איהם דעם נייעם נגידס בּרענענדיגע שטאַל.. די בּייזע
עדות געגען איהם, דער שפּט.. ער איז וי אַן אָפּגעריסענער פון
תּליה, וועמען מען באַווייזט אַ נייע פּעטליע..
-- איך -- לעשען? -- צושרייט ער זיך נאָכאַמאָל -- אַ
שרפה?... בּין איך גיטאָ!
-- האָסט דאָך געזאָגט, -- זוכט איהם פּאַנדרע צו בּאַרוהי-
גען -- האָסט דאָך פריהער אין װאַלד געזאָגט, אַז עס איז , קאַליאַ-
דעס".,. שענע קאַליאַדעס! איין האָלאָװועשקע און גאַנץ , אונטער-
בּאַרג!" געהט אַװעק מיטן רויך,
נאָר שמחהלע לאָזט זיך מעהר ניט אינרעדען. די הענט צי-
טערן ביי איהם פון אויפרעגונג. ער פאַרװאָרפט זיין קלומיק איבּערן
פּלייצע און רוקט אָן דאָס װאַרימע היטעל איבּער די אויגען, מיט
אַ מינע פון אַ מענשען, װאָס האָט עפּעס פעסט באַשלאָסען
-- איז געהסטו? -- מאַכט ער צו פּאַנדרען האַרט אוֹן קורץ---
צי דו געהסט ניט?
--- וואוהין? -- מאַכט זיך פּאַנדרע תּמעװאַטע.
-- וואו-הידין? -- קרימט איהם איבּער שמחהלע און שטשי-
רעט זיינע שלעכטע ציין אַקעגען פייער פון װאַלד -- אַ.. אַהיים
צו אַלידי-קאַדיק! |
-- און לאָזען אידען בּרענען? -- פרעגט איכּער נח פּאַנדרע
גאַנץ שטיל,
שמחהלע דרעהט זיך צו איהם אויס מיטן רוקען און מאַכט
אַ פּאָר האַסטיגע טריט. דערנאָך בּלייבּט ער שטעהן. ער איבּער-
טעגט זיך.
144
נאָר פון דער פינסטערניש, בּיי דער גרויסער מיהל. און פון
דעם ואַסער-גערויש אין דער הרעפליע שווימט פּלוצלינג אַרױס
אַ ווילדע פיגור אין טראַנטעס. איהרע פאַרזאָרגטע קנייטשעלעך זיי-
נען רויט בּאַלױכטען. אויפן אָרעם, בּיי דער בּרוסט, וויגט זי אַ הע-
לען פּעקעלע, וי מען וויגט אַ שרייענדיג קינדץ .
אַד-אַ--אַ בּײאינקע--ע
אוינעלעך האָסטוּ שענענקע,
זי װאַרפט אַ פלינקען קוק אויף שמחחלען און פּאַנדרען, זי
דערקענט זיי גלייך מיט איהרע משוגענע דורכדרינגענדע אויגען.
זי בּינדט זיי, דאַכט זיך, גלייך צוזאַמען מיט דער סביבה: מיט דער
בּודקע, מיט װאָווקען, מיטן בּרענענדיגען װאַלד. איהרע גראָבּע לי-
פּען עפענען זיך אויף, איהרע חיה-ציין גיבען רויט אַ גלאַנץ אַקעי
גען דער שרפה. איהרע פאַרטאַיעטע לאַך-קנייטשעלעך ציטאַנצען
זיך אַרום איהרע בּולטע אויגען און מויל. און אַ פּאַסקודנינקע,
פאָנפאַטע לידעלע צוגיסט זיך איבּערן שיטערען טומעל פון , אונ"
טערבארג'!
ניטשײנע האָבּ איך אַ קוק גצטאָן
דאָ אויכצט דאָ !
פאַרן פּאַנדרע, פאַרן שמחה
דאָ, טאַקע דאָ,
צװש שָסטראָזשגיקעס פוּן מאָהליוו
דאָ, אויכצט דאָ.
פאַר די זעלצער, פאַר דער פּוּרקע --
איכט, איכש, כא !
מיטן װאַלד אוּן מיטן פייער
איכאַד-איכאַ--איכאַ--כאַ ז
שמחהלע שרעקט אויף אינמיטען נאָכטראַכטען, װי אַ שלאַנג
װאָלט איהם אַ ביס געטאָן, די בּייזע היימישע גביאטע דערמאַנט
195
איהם אינגאַנצען אָן דער נאָהנטקייט פון וייבּ און שטובּ. אומזיסט
וועט חיה-שרהקע די משוגענע קיינמאָל ניט זינגען. מסתּמא זאָגט
זי אָ עפּעס אַ נייע צרהיי.
גיט. ער ווידער אַ קעהר זיין פאַרבּיסענעם, ו רויט- בּאַלױכטענעם
פּרצוף-פּנים,
-- איז געהסטו ניט? ניין?!
און, ניט װאַרטענדיג אויף פּאַנדרעס ענטפער, פאַרענדיגט
ער אַז: |
--- איז װוער דאָ פאַרברענט מיט חיה-שרהקען צוזאַמען!
אין דער דאָזיגער בּייזקייט איז דאָ אַ בּאַהאַלטענער פאָרוואורף,
װאָס נאָך אַ גאַנצען יאָהר צוזאַמענזיין אין אָסטראָג מוז ער אַצינד
געהן אַהיים איינער אַליין, איבּער די פינסטערע גאַסען. און נאָגענדי-
גע געװויסענבּיסען איז דאָ, װאָס ער לאָזט איבּער אַ אידישען ישוב
אונטער אַ ברענענדיגען װאַלד און אַנטלױיפט צום וייבּ.. אָבּער
די מורא פאַר חיה-שרחקעס נביאות און פאַרן נייעם פּריסטאַו, װאָס
האָט זיך ליבּ צו שטופּען אויף אַלע שרפות, איז נאָך גרעסער. כאַפּט
ער דערפאַר. די פיס אויף די הענט און אַנטלופט צו דער פינסטע-
רער מיהל צו, צום בּריקעל וועלכער פיהרט אין שטאָט אַרין. און
דער פייכטער רעש פון דער הרעבליע שלינגט איין זיינע אייליגע
טריט,
:
פּאַנדרען טהוט אַ וילע באַנג װאָס ער לאָזט זיין חבר פון
אָסטראָג אַװעקגעהן איינעם אַליין אין דער נאַכט אַרײן. אָבּער בּאַלד
כאַפּט איהם אַרום אַ צופרידענקייט, װאָס אַצינד, נאָך אַזױ פיל חדשים'
פון טרעטען איינער דעם צווייטען אויף די נאַגניאָטקעס, פון רע"
כענען זיך איינער מיטן צווייטען, איז ער אינגאַנצען פריי. פריי פוך
יעדער חברשאַפט, פון יעדען נאָכקוקען.. ער איז צופרידען װאָס
קיינער טרייבּט איהם מעהר ניט אַהײם. און ער װעט דאָ קענען
| אויסבּושעווען זיין בּייזע קראַפט, זיין האַרצװײיטאָגי זיינע פאַרדאַכ"
טען... איינער אַלין,
196
-- נאַ, -- מאַכט ער צו װאָווקען -- בּאַהאָלט דאָ מיין פַּע-
קעלע! |
און אַליין גיט ער זיך אַ װאָרף צום פייער אויכן בּאַרג. ער מישט
זיך אויס מיט אַ גאַנצער כאָפּטע אונטערבאַרגער אידען, װעלכע
לויפען שוין בּאַרג-אַרױיף מיט לאָפּעטעס און קאָטשערעס און גראָף"
אייזענס, |
-- אוי, אוי! -- שרייט עמיצער סאָפּענדיג -- עס דשר"
קלייבּט זיך, עס דערקלייבּט זיך..
-- שפּילען זיך אין פלאַקערס! |
--- װאַרפען גרענענדיגע ציהאַרקעס אין אַזאַ טריקעניש!
-- , פּאָדיסוד!! דאַרף מען זיי אָפּגעבּען אַזעלכע חברה"לייט!
--- ס'װואָלט ניט געשאַדט פּאַקען זיך!
-- מאַלע װאָס!.. זאָל גאָט היטעף
--- מען פּאַיאַקט זיך שוין!
און דורך אַלע קולות זעגט זיך דורך חיה"שרהקעס פאָנפאַטע
לידעלע;
8-אַדאַה באי-אינקע !
אָט--אָ בּרעגט אַ וועלדעלען
מיר פאַר דײנע אױיגעלעך|
בּאַלד ווצט זין אַ שרמהלט
דאָ, טאַקע דאָ ! -- חײ =
---- די משוגענע: -- סאָפּעט אַ איד און שפּאַרט זיך אַך אוה
זיין לאָפּעטע.
-- געדאַרפט איהר פּלעטען דעם מח! -- קריצט עמיצער מיט
די ציין. |
די צורייצטקייט גיט זיך איבּער װי דער פייער אין װאַלד,
אַ דריטער כאַפּט אַ קאָם טרוקענע ליים, צילט אָן אויף חיה-
שרהקעס קול און גיט אַ שליידער אַראָפּ-בּאַרג, אין דער טונקעל-
הייט אַרײן,
-- אָט -- דערהערט זיך אַ דערשראָקענער קוויטש און דאָס
לידעלע ווערט גלייך פאַרשטומט,
197
די אידען מיט די קאָטשערעס צולאַכען זיך. זיי ווערען זיכע-
רער ביי זיך. מען גיט זיך אַ לאָז מונטערער צום ברענענדיגען
װאַלד,
עמיצער דערלאַנגט פּאַנדרען א גרויסען גראָבּיאײזען. און
פּאַנדדע פאַרװאַרפט איהם איבערן פּלייצע, וי אַ זעלנער זיין בּיקס,
אַזוױי לויפט ער אַרױף-שליאַך, פון װאַנען ער האָט זיך, דאָ נישט לאַנג,
אַראָפּגעלאָזט מיט שמחהלען צוזאַמען. ער לויפט אין געשליינגעל
פון בּאַרג אַרױף און איהם דוכט זיך, אַן שוין לאַנג לאַנג, אַ זו"
מער-טאָג אַ יאָחר און אַ שטיק אָװענט, זינט ער איז אַרױס פון אָסט-
ראָג, פּלאַנטערט ער זיך אין אַלע אויסבּויגונגען פון שליאַך און
װאַלד און קען זיך נישט אַרױספּלאָנטערען. אַ כּישוף האָט מען איהם
אָנגעטאָן: ער לויפט אַהיים צו מערען און דער װאַלזד ציהט צוריק,
צודיק... אַ סך שלוחים האָט דער װאַלד: זימעל דעם פּאַקענטרעגער,
דעם בּוהאַי, קאַטערינושקאַן... אַצינד -- דעם פייער.
און אָט לויפט ער צוריק צום װאַלד, מיטן גראָבּיאײיזען אויף
דער פּלייצע, און פרעגט בּיי זיך אַלין: װוי װאָלט געווען ווען קאַטע"
רינושקאַ װאָלט איהם ניט אַרינגענומען אין איהרע פּערשע
אָרעמס, ווען זי װאָלט איהם אַזױ ניט אױסגערױבּט, װאָלט ער דען
געקענט לאָזען װאַרטען מערען און לויפען צוריק, אַרױף בּאַרג
צום װאַלד?
-- ניין? -- ענטפערט ער זיך. אַליין מיט אַ מין צדוק-הדין
און מיט אַ עס -- רעכט אויף דיר, פּאַנדרע! לעש, ממזר! וװער
פאַרבּרענט! ,
װאָס נעהענטער צו די בּרענענדיגע שװאַרלע סאָסנע-קרױ-
נען, אַלץ צוריסענער און צוזייטער װערט דאָס פייער. ער אַנט-
פּלעקט זיך אין צושאָטענע גרופּעס, װי אַ שונא װאָס פאַלט אֶן.
די שטיוועל לויפען אַרײן אין אַ מין פעלד פון רויטער גרויזאַמער
ליכטיגקייט. עס דערהערען זיך די קראַקערײיען פון דורכגעבּרענטע
צווייגען, די זיפצען פון דער פּעכיגער קאָרע. די געפּלאַצטע צאַפּען
פון די יאָדלעס שיסען וי קינדערשע פּיקסעלעך. אין דעם ברע"
נענדיגען מאַך זידט עס און עס שיפּעט און שושקעט און עס שלענ-
געלט זיך. די רויהע היץ פון דער שרפה שלאָגט זיך דורך דורך
198
דער קיהלקייט פון אָװענט, װי אַן אָנגעגליהטער פּרעס:איזען
דורך אַ דורכזיכטיגען טיול. דוכט זיך פּאַנדרען, אַז דאָס איז בּלוין
אַ מין פאָרטזעצונג פון דער בּײיטאַניגער היץ, אַן אױסטערליש
אָפּשפּיגלען פון דער גרויסער חמימא היינט אין װאַלד, אין מערב
איז די זון פאַרגאַנגען, צווישען העלישע װאָלקענס, און אָט איו זי
שוין ווידער אויפגעגאַנגען אין פינסטערען װאַלד פון דער
צװײטצר זײט,,
קורצע בּליצען, פלאַטערנדיגע שמאַטקעס-פייער טראָגען זיך
איבּער פּאַנדרעס קאָפּ און ער פאַרשטעהט ניט װאָס דאָס איז, נאָר
אַבּיסעל געהנטער דערקענט ער אָן דעם צושראָקענעם קוויטשען
און פּיסקען, אַז דאָס זיינען די אונטערבאַרגער שװאַלכען. פון
זייערע טיפע לעכעף אין דעם אָפּנעשפּאָלטענעם ליים- בארג זי-
נען זיי דאָס אַרױסגעפלױגען אױסצופאָרשען, וואו עס האַלט מיט
דער שרפה. מענשען לויפען אונטען, זיי --- אויבּען. ס'איז איין סו"
מאַטאָכע. און בּאַלױכטען פונם פייער אין װאַלד בּליצען זיערע
ווייסע בייכלען און בלויע פליגלען אהין און צוריק. קרייצען זיף
דורך אין איין בּייזען אָנזאָג: צוויץ, צוויץ!.. ערגעצוואו ווייט, אין
די ניט-בּאַריהױטע בּוים-קרוינען,. שרייען הייזעריג סאָראָקעס, וי
אויפגעוועקטע ניט-כּשרע פּאַרשױינדלעך, דערשמעקענדיג פּאָליציע,
אַזױ שרייען זיי זיך איבּער אין דער פינסטער, װאָרענען איינער דעם
צווייטען;
-- אַ בּררראַק! אַ בּררראק! קרראַ!
און אַ סאָװע, אַ מכשפה, צוכאָכאָטשעט זיך אַ סך וויטער,
נאַכטיג-פאַרשוואומען און מאוימדיגער:
-- אוֹ --הוֹ -- האָ -- האָ!
ס'הייסט מקוים געװאָרען מיין שװאַרצע נבואה? אַ? נאַט אייך!
וי אַ לעכעלדיגע סישטוך מיט העלע שלענגעלדיגע פרענ,
אַזױ פּױזעט דער פייער איבּער די טרוקענע גראָזען און נאָדלען
אויף דער ערד און דערקלײבּט זיך צו די שטאַמען פון די סאָס-
נעס. פונם פלאַכען פייער שטעקט זיך אַרױס אַ צונג און הױיבּט אָן
זשעדנע צו לעקען די פּעכיגע שאָלעכצדיגע קאָרע. אַ גאָלדענע ווש-
ווערקע טיילט זיך אָפּ פון דער ערד, גיט אַ שפּרונג און קאַראַבּקעט
199
זיך גיך-גיך איבּערן ברוינעם שטאַם. זי דערקלייבּט זיך בּיז דער
טונקעלער קרוין פון דער סאָסנע און בּאַהאַלט זיך דאָרטען װי אין
אַ נעסט. נאָר אין אַ וויילע אַרום געהט אַרױס פון ;,נעסט" אַ
שטראַהל פֿײער, אַ צווייטער און אַ דריטער. אַ גאָלדענער ריזען-
קאַם בּאַרשט די טונקעל-גרינע קודלעס פון דער סאָסנע, בּיז זי צו-
פּאַטלען זיך אין פייערדיגע קרויזען. פון זייערע אַראָפּגעהאַנגענע
שפּיצען הוֹיבּט עס אָן צו שיטען מיט ראַקעטען. שטעהט דאָ נאָ-
הענט אַ צווייטע סאָסנע -- אַזױ צינדט זיך אָן קרוין פון קרוין
און די גאָלדענע ועווערקע באַוייזט דאָ ניט אַריינצולויפען אין
אַ פינסטערען , נעסט"י, נאָר זי טרעפט אַריין אין אַ העלישען פלאָם,
אָדער זי בּאַגעגענט זיך, שוין אין מיטען שטאַם, מיט אַ צווייטער
וועווערקע, װאָס לאָזט זיך אַראָפּ, מיט אַ בּייזען זידען און מיט פוג"
קען, איהר אַקעגען |
און ווייטער, אין דער טיעף-שרפה, צווישען די אָפּנעבּרענטע
פאַרקויהלטע שטאַמען,. מיט גליהענדיגע פונקעלעד-רובּינען אויס-
געזעצט, טוען זיך אָפּ עפּעס מאָדנע זאַכען. דאָרטען זיינען זיך
מתדמה מיני נאַקעטע פייערדיגע לײבּער, משוגע - טאַנ-
צענדיגע ענטבּלויזטע נקבוֹת. העלישע קאַטערינושקאַס מיט שפּי
ציגע בּריסט און מיט פּלאַטערנדיגע געבּלימטע כוסטעס און מיט,
אין פייער-שאָטען- און רויך-געפּאַסעקטע,. צוריסענע קלידלעך.
דער װאַלד בּרענט און דאָס האַרץ כבּרענט. קושקע בּראַנדס רויטע
האָר קרייזלען זיך איבּער אַ מוראדיגען העלישען פּליך. מערע
לאַכט צו איהם געמיין און זינדיג. איהר אַנטבּלױזט ליב איז זיס
און גיפטיג וי די זינד אַלין. זי לאַכט פון פּאַנדרען מיט אַן אָפע"
נעם הולטייסקען מויל און מיט גליהענדיגע ציין ,,אַהאַ, אַזױ לאַנג
געזאַמט זיך אין אָסטראָג? אויפן שליאַך געהולטאַיעװעט? געלאָזען
װואַרטען אויף זיך! איז מיר קושקע אויך גוט!..י
ה3,
כּדי צו פאַרטומלען אין זיך אָט דעם גאַנצען מיש-מאַש פון
פיבּערדיגע פאָרשטעלונגען, כאַפּט זיך פּאַנדרע צו צום גראָבּען
מיט אַ גאַנצער שורה אידען פון לינקס און רעכטס,
לעשען אַ בּרענענדיגען װאַלד איז דאָך ניט שייך צו זאָגען
נאָר איין מיטעל איז דאָ פאַראַן: אױיסצוגראָבּען אַ בּרייטע קאַנאַװע,
מאַכען אַ טיפען גרענעץ עווישען דעם פייער און צווישען די נאָך
ניט-בּאַריהרטע קוסטעס און בּוימער. און אַזוי האָבּען די אונטער-
בּאַרגער אידען. מיט פּאַנדדען אָן דער שפּיץ, איך געטאָן. יי
האָבען געמאַכט אַ פראָנט צווישען אונטערבאַרג און צווישען ברע-
נענדיגען װאַלד. גראָב-אייזענס און לאָפּעטעס אויף און גראָב-איי-
זענס און לאָפּעטעס אָפּ, דער װאַלד האָט אויף זיי געשאָסען מיט
בּרענענדיגע שישקעס. מיט הייטען פּריסיק און פונקען די אויגען
געװאָלט אױסבּרענען. און די שװאַרצע מענשעלעך האָבּען איהם
צוריק געשאָטען מיט זאַמד און שטיקער ערד; עקשנותדיג אַראָפּ-
געבּויגען די רידלעס. און אַלץ בּרייטער און טיפער גענומען אָפּגרע-
ניצען זיך פון זיינע בּרענענדיגע לײידענשאַפטען, װי פון אַ מגמה,
שווער איז צו שטעהן און גראָבּען אויף אַ משופּעדיגען באַרג-
אַראָפּ. מען מוז אונטערשפּאַרען דעם גוף מיט איין פוס און אַװי
אַרבײיטען. די גאַנצע משא פון קערפּער און שוואונג פון גראָבּי
אייזען פאַלען אויף איין אָנגעשפּאַרטער ליטקע. מוז מען זיך אַלע
וויילע בייטען. פון איין פוס איבּערשטעלען זיך אויף דער צוייטער.
און דאָ שלאָגט נאָך די היץ אין פּנים וי פון אַ קאַלך-אוי-
ווען. זי דרינגט דורך די גראָבּע קליידער, די הויכע כאָליאַװעס.
פון פאָרענט סמאַליעט, פון הינטען איז קאַלט.
אָבּער פּאַנדרע האַלט זיך פעסט. אין עטליכע מינוט האָט ער
זיך שוין צוגעוועהנט צו אַזאַ האַלבּ-אײנגעבּויגענעם שטאַנד, אוך
ער האַלט אין איין װארפען דעם אױסגעגראָבענעם זאַמד דעם לאַ-
כענדיג פייער ; אין פּנים אַריין", בּיז אַ גרויסש קאַנאַװע טיילט
איהט אָפּ פון דער װאַלד-שרפה,
עפּעס ניט קיין גרויסע חיה. אַ פוקס, וייזט אויס, שפּרינגט
אַרױס פון די פונקען, פון יענער זייט קאַנאַװע. איהרע שװאַרצע
אויגעלעך זיינען בּאַלױכטען פון טויט-שרעק און פונם פייער. זי
ישפּרינגט אַריין אין דער אױיסגעגראַבּענער גרוב און לויפט ווידער
201
אַרױס. אין מויל טראָגט זייבּיים פעלכעל פון האַלז, אַ נאָך קלענע-
רע חיהלע. איהרס אַ מוזיניקעל אַפּנים.. פאַר מענשען האָט זי
אַצינד קיין מורא ניט. די שרפה פון װאַלד איז פאַר איהר שרעק-
ליכער,
-- אַטו, אַטודו! --שרייט איהר פּאַנדוע נאָך, נלומרשט צך
איבּערשרעקען זי. און אין האַרצען װוינשט ער איהר: ,לויף גע-
זונטערהייט"?? די סצענע איז אַזױ ריהרענד, אַז ער קוקט איהר נאָך
אַ וויילעטשקע, אין דער פינסטער אַריין, מיט אַ ברייט-צושמייכעט-
טען פּנים. די אַנטלאָפענע פוקס, מיט איהר קינד אין מויל דער"
מאָנט איהם אַ צווייטע פוקסעל, װאָס ער דאָט איינמאָל, נאָך פאַרן
אָסטראָג, דערזעהן, זיצענדיג אויף ר' סענדערס קעלניע. ער האָט
זי דערזעהן אין װאַלד צווישען די שטאַמען פון די סאָסגעס. אַלײן
בּרוֹין װוי קאָרע איז זי געשטאַנען, אויף דריי לאַפּקעס, צוגעטוליעט
צו פּונקט אַזאַ ברוינעם שטאַם פון אַ סאָסנט -- און געהאָרמט,
געמיינט, אַז אויפן דאָזיגען גרונט, װעט קיינער איר פעלכעל ניט
דערקענען. אָבּער וי נאָר זי האָט דערהערט פּאַנדרעס געלעכטער,
האָט זי פאַרשטאַנען, אַז אַזאַ , בּאַהעלטעניש?י איז ניט זיכער. האָט
זי אַראָפּגעלאָזט פון בּויך אַ פערטע לאַפּקע, אַ שאַר געטאָן מיטן
ריי2ען, האָריגען עק, אַ שפרינג געטאָן פייל פון בויגען און,. פאַר-
שוואונדען.
פּאַנדרע גיט זיך צוריק אַ נעם צו זיין גראָבּ-אייזען און דער"
שרעקט זיך אַלין; עפּעס אַ האָריגער קנויל, אויסגעטונקט אין אָנ-
געשטאָכענע בּוים-נאָדלען און בּלעטער ריהרט זיך איהם צופוסען.
איהם דאַכט זיך, אַז די אַנטלאָפענע פוקס איז גאָר ניט אַנטלאָפען.
נאָר פאַרטאַיעט זיך דאָ, אין קאַנאַװע, און טשאַטעװעט אַ בּיס צו
טאָן... ער הױיבּט שוין אויף דעם גראָבּיאײיזען צו שלאָגען און
האַלט זיך איין, בּויגט טיפער אַראָפּ דעם קאָפּ און פאַרשעמט זיך
פֿאַר זיין שרעק. ער דערקענט, אַז סאיז גאָר אַ גרויסער שטעך-
חזירל, װאָס איז פאַרקראָכען אַהער פון בּרענענדיגען װאַלד, אָפַּײ /
געשלאָגען זיך אָן זיינע שטיוועל און זיך פאַרקנוילט,
נעמט איהם פּאַנדרע אַרױף אויף זיין גראָבּ-אײיזען, װי אַ
בּעקער נעמט אָן אַ לאַבּען בּרויט אויף זיין לאָפּעטע. און לאָוט
202
איהם, דעם שטעך-חזירל, ער זאָל זיך פריי אַראָפקײקלען באַרג"
אַראָפּי צווישען די פינסטערע קוסטעס,
-- גאַ --- שוייט ער איהם נאָך -- מאַרש צום אונטערבאַרגו
נאָר זעה, צובּרעך מיר ניט דעם , פליישיגען טעפּעל'!
-- אַהער, אַהער! -- שאַלען פּלוצלינג אויף עטליכע קולות
פון איין זייט. מען איז דאָרטען הינטערשטעליג געבליבען אין גע-
ראַנגעל מיטן פייער און מען רופט נאָך הילף,
-- אַהער, אַהער, אַהער! --- שרייט מען פון אַ צווייטער זייט,
פּאַנדרע קוקם זיך אָרום און דערזעהט, אַז נאָר ער אַלײן האָט
זיך אַרײנגעגראָבּען אין צענטער פון ברענענדיגען װאַלד. אָבּער פון
רעכטס און לינקס האָס זיך דער פייער אַראָפּגעלאָזט, וי אַ העלישע
פּאָדקאָװע,. מיט די שפּיצען צום טונקעלען , אונטערבאַרג",
ניט אַלע כּחות זיינען גלייך. ניט אַלע קענען אַזוי האַסטיג און
אָהן אויפהער גראָבּען. ניט אַלע זיינען זיך אַזֹי מוסרינפש װי
פּאַנדרע... האָט זיך דער פייער אַריבּערגעװאָרפען איבער די שמאַ-
לע קאַנאַווקעס, װאָס יענע האָבּען באַװויזען אױסצוגראָבּען, און פאר-
כאַפּט די קוסטעס אַראָפּ-בּאַרג, פלייבּט פּאַנדרע שטעהן מיטן שווע-
רען גראָבּ-אייזען אין האַנט און ווייסט ניט וואוהין פריהער צו
לויפען. |
זאַװעל דער שמייסער װאַקסט פּלוצלינג אויס לעבּען איהם,
פּאַנדרעס הייסער אימפּעט, נאָכן אַרױסגעהן פון אָסטראָג, נאָך א
גאַנצען טאָג װאָגלען איבּערן אָנגעגליהטען שליאַך, האָט איהם גע-
מאַכט שטוינען, אויפגעוועקט אין איהם די בּעסטע מענשליכע כּחות.
זעהט ער נאָכצוטאָן פּאַנדרען װי אַ לער-אינגעל טיט ואָך א
מייסטער.
-- דו? -- פרעגט פּאַנדרע פאַרוואונדערט -- כהאָב גע"
מיינט, אַז דו זיצט נאָך אין בּודקצ. /
און אין האַרצען טראַכט ער זיך: , אפשר איז ער גאָר ניט אַזאַ
פּאַרך, װי ס'האָט זיך מיר פריהער געדוכט?""
זאַװעל פאַרשטעהט מיטן קוק װאָס פּאַנדרע טראַכט ועגען
איהם און װאָס זיין פארויאוודערטע פֿראַגע בּאַדייט. ענטפערט ער
איהם אָפּ װאַרסאָפּעט, אָבֹּער באַשײידען.
203
-- איך לעש דאָ די גאַנצע צייט,
-- דאָ --- מאַכט צו איהם פּאַנדרע -- װעט שוין דער פייער
ניט אַראָפּגעהן. לויף דו רעכטס, איך --- לינקס. אָבּער געגראָבּען
זאָל װערען! |
-- אַהער, אַהער! --- שאַלען ווידער אויף פאַרשטיקטע קולות,
פּאַנדרע און זייוועל צולויפען זיך אויף ביידע זייטען. זייערע
שאָטענס צופלאַטערען זיך, װאַקסען אויס מאוימדיג אינם רויטען
שיין. און בּאַלד ווערען זיי פאַרבּרענט, וי שװאַרץ פּאַפּיר, אין
דער הייסער ליכטיגקייט. רעכטס און לינקס גיסט זיך דער פייער
אַראָפּ-בּאַרג, װי צושמאָלצען גאָלד און צינגעלט, נאַשענדיג די
פאַרטריקענטע קוסטעס, | |
פּאַנדרע װאַרפט זיך ווידער אַרײין מיט לייבּ און לעבּען אין
פייער און אין רוס. הייסער פּריסיק שיט זיך אַרום איהם און פונ"
קען מיט רויכיגע עקעלעך שיסען איהם אין די אויגען. דאָס זיינען
סאָסנע-נאָדלען װאָס וערען צו גיך פאַרבּרענט. מוז פּאַנדרע אַראָפּי
רוקען די טיפע װאַטאָװע היטעל זיינע איבּער די אויגען און אַרױים-
ציהען די הויכע אָנגעקנייטשטע כאָליאַװעס. אַזױ אַרבּײיט ער פאַר"
בּלענדט און פאַרפּאַנצערט, ר' סענדער, עליו-השלום, פלעגט זאָגען,
אַז גאָט בּאַשאַפט די רפואה פאַר דער מכּה. ס'איז טאַקע אַן אמת!ּ
אַ גאַנצען טאָג האָט ער, פּאַנדרע, געפלוכט און געשאָלטען, װאָס ער
מוז אויף זיך שלעפּען די ווינטער-קליידער. פאָניע-גנב מיט זיין
אָסטראָג איז שולדיג! דער פּריסטאַוו איז שולדיג! אַלע זיינען שולדיג.
און אָט זיינען איהם די גראָבּע מלבּושים צוניץ-געקומען. װי װאָלט
ער דאָ געקענט שטעהן און לעשען אָהן זיי: געלױיבּט דער אויבּער-
שטער אויך דערפאַר!
4
ער גראָבּט געשמאַק און שפּירט די סמאַלענעס פון זיינע אייגע-
נע מלבּושים, דעם פּאַרעדיגען שווייס פון זיין אייגענעם ליבּ. דער
אָטעם בּרענט װי אין קדחת. די אָדערען שלאָגען אין די שלייפען.
אָבּער פּאַנדרע טרעט ניט אָפּ.
204
-- נאָך, נאָך! -- מונטערט ער זיך אַלײן און צעויגט'
שטאַרקער זיין גראָב-אייזען, |
-- נאָך, נאָך, נאָך! -- חזרט ער איבּער לײידענשאַפטליך, װי
בּשעת אָפּגעבּען זיך מיט קאַטערינושקען היינט פּייטאָג, אין מיקי-
טעס טונקעלען היי-שפּײיכלער, דער פּיין פון לייבּ און די שװערע
האָרעװאַניע געהען ביסלעכוייז איבּער אין אַ טעמפּער הנאה פון
מסירת-נפש, פון פאַרגעסען זיך אַליין. װאָס מיר אֶסטראָג? װאָס מיר
ווייב און קינד! דער איינגעשלאָפּענער פּאַזשאַרניק פון אַמאָל װעקט
זיך אין איהם אויף מיטן גאַנצען כּוח. דער זעלבּער פּאָזשאַרניק,
וועלכער האָט איבּערגעלאָזען מערען איינינקע אַלײן אין שטטוב,
בּשעת זי איז געווען אין די חדשים, און אַליין איז ער אַװעקגעלאָ-
פען געבּען ראַטונעק דעם גייעם-נגיד... דער רעשט אָנגעזאַמעלטע
קראַפּט, װאָס איז איהם איבּערגעבּליען נאָך ראַטעוען זימלען, נאָכן
בּוהאַי און נאָך קאַטערינושקען, מוז אױסגעבּושעװעט װערען ביז
אין. דעק! עס מוז אױסגעגאָסען ווערען, אָט דאָ, אין טייכען שווייס,
בּיז דער , אונטערבּאַרג? װעט אָפּנעראַטעװעט װערען!
| ער גיט אַ װאָרף מיטן קאָפּ און אַ שפּײי מיט טרוקענע שפײי-
עכץ אין די פייערדיגע צינגער אַרין. גויים זאָגען אַפּילו, אַז אין
פייער טאָר מען ניט שפּייען. ס'איז אַ זינד. נאָר ער מוז דאָס אַצינד
טאָן. דעם העלישען שונא אויף צו להכעיס. אַן אַרױספאָדערונג איז
דאָס, |
הע -- עך! -- צורעוועט ער זיך אויף ביידע לונגען --
אַ רוח אין איער טאַטענס טאַטען אַריין!
| ער האַקט דורך װאָרצלען און װאַרפט זאַמד און שפּענער אין
דער לופטען און עס דאַכט זיך איהם, אַז ער טובלט זיך אין פייער,
אַרױף און אַראָפּ מיטן קאָפּ און גראָבּ-אייזען. אַרױף און אַראָפּ. דעם
גאַנצינקען טאָג טובלט ער זיך אַזױ. אויפן שליאַך --- אין דעך היי-
סער זון. אין דניעפּער -- מיט ר' זימלען, אין היי --- מיט קאַטערי-
נושקען. אַצינד די לעצטע טבילה -- אין רויטען גלוט פון דער
װאַלדישרפה. אַלע שלעכטע מחשבות אויף מערען מוען דאָ אויס-
געבּרענט ווערען, אַלע זינד -- מיט דער שיקסע אין דאָרף..
-- הע -- עך, אַ רוח אין אייער טאַטענס טאַטעף
205
ט'הייסט: אין אייך פייערדיגע צינגער, נאַכטיגע װאַלד-רוחות,
מענשליכע זינד און מענשליכע בּאַגרענעצטע כּוחות! אין אייך בּענ-
קענישען צו לויפען אַהיים מיטן קלומיק װוי שמחהלע! פּאַנדרע איז
שטאַרקער פאַר אייך. פּאַנדרע װעט אייך אַלעמען גובר זיין!
| = און דער גראָבּ-אייזען געהט אַלץ האַסטיגער אַרױף און אַראָפּ
איין הויפען זאַמד פּאָספּעיעט נאָך ניט אראָפּצופאַלען און דער צויי"
טער יאָגט איהם אָן. הייסע אַש אַקעגען קיהלען זאַמד און זאַמד
אַקעגען אַש... דער דורשט, אַזױ הייס וי די װאַלד-שרפה, צובּרענט
זיך אין איהם, | : :
-- װאַסער! --- גיט פּאַנדרע אַ רעווע פון זיין קאַנאַװע אַרױס,
ריזיג און געהיימניספול בּרומט זיין קול פון די רויטע פּלאַמען
אַרױס,
עמיצער אַ פאַרסאָפּעטער, אַ שװאַרצער, אַן אונטערבּאַרגער
איד, ווייזט אויס, טראָגט איהם צו אַ בּלעכערנעם עמער גלייך צום
מויל, פּאַנדרע שאַרט אַרױף זיין אָפּגעסמאַליעטע, װאַטאָװע היטעל
און װי אַ פאַריאָגטער פערד טרינקט ער פון בּלעכעכרנעם גראָבּען
ראַנד. ער פיהלט דערבּיי אי אַ מוראדיגען פּיין פון דורשט אי פּונקט
אַזאַ מוראדיגע הנאה צו לעשען דעם דורשט, ער מוז זיך פּשוט איינ"
האַלטען פון זיין וועלען איינבּייסען זיך מיט אַלע ציין אין בּלעך פון
עמער. נאָר פאַרשמיסענע מלחמה-פערד, נאָך אַ גרויסער שלאַכט,
קענען אַזאַ דורשט,
דער עמער שווימט אַװעק צו צנדערע אידען מיט גראָב-
אייזענס אין די הענט. און דער געראַנגעל מיטן פייער געהט ווייטער.
דער װאַלד הודזשעט פון בּרענענדיגע לײדענשאַפטען. עה
לעקט אַרום זיך מיט פייערדיגע צינגער גרוזאַם-פרעהליך און
זשעדנע. דער רויטער אָפּשײן װאַרפט זיך און כאָכאָטשעט שטום,
ער האָט דאַכט זיך, ווילד הנאה פון דער סומאַטאָכע װאָס ער האָט
אָנגעמאַכט אין די ליימיגע שװאַלבען-נעסטען פון ,אונטער"
בּאַרג!!. עמיצער אַ העליש שיכּורער, אַ בּייזיצוהוליעטער שפּרייזט
פונדערווייטענס. מיטן זעלבּען שליאַך, וי פּאַנדרע בּייטאָג, קומט
ער אָן. מיטן שאַרפען ריח פון פּעך און געסמאַליעטען סכך איז ער
אַרומגערויכערט, און אַרומגערינגעלט מיט ריהרעודיגע קאַר"
206
ליקלעך-משרתים, ער. דער גרויסער, שפּרייוט פייערליך געלאַסען
און זיי, די קלייגע, האָפּקען און טענצלען און שאָקלען מיט די שִפַּי-
ציגע פייער"מיצלעך, די אָנגעצונדענע סאָסנע-קרוינען, אויף די
שװואַרצע אָפּגעסמאַליעטע שטאַמען, זעהען אויס וי גרויסע פּאַראַז-
פאַקעלן אין די הענט פון שװאַרצע און זעהר הויכע לאַפּיטוטעף
וועלכע מאַכען אַ װאַרע זייער הערשער. די פלינקע פייער-שדים-
לעך (אָדער אָנגעצונדענע קוסטעס) טאַנצען אַװעק און קומען צוריק,
טראָגען נאָך דעם רוים און געלם-שימערדיגען שלעפּ: אַדעֹר זי
יפאַרלויפען פאָראויס און שיטען אויס בּרענענדיגע שישקעס און
פונקען און פּריסיק,, | |
נאָר ער געהט און געהס דער מאוימדיגער א
קומען קומט ער אַלץ גיט אָן. ער וויל אַראָפּגעהן צום אונטערבאַרג
און קענען קען ער ניט,
פּאַנדרע מיט זיין גרויסען גראָבּ-אייזען שטעהט איהם אין וועני
שטעקט ער אַרױס אַ פייערדיגע צונג פון רויטען פּיסק -- שיט
איהם פּאַנדרע אָפּ מיט קאַלטען זאַמד, גיט ער אַ טראָט -- האַקט
איהם פּאַנדרע אָפּ די פייערדיגע פינגער פון די פיס. כאַפּט עֶר די
צונג צוריק און שפּרינגט אָפּ מיט די רויכערדיגע וואונדען אויף די
פיס, קאָרטשעט זיך איין און קוקט זיך בּייז אום: די ריהרעוודיגע
פייער-שדימלעך זאָלען איהם העלפען.
אָבּער וי אַזױ זאָלען זיי איהם העלפען? אַז די קאַנאַװע, אין
וועלכער פּאַנדרע לויפט אַרום, ווערט אַלץ בּרייטער און טיפער, אִפַ-
געשטעלט דעם פייערליכען מאַרש אויף דער לינקער זייט, איבּערן
, אונטערבּאַרג",
-- אַהער, אַהער! -- דערגרייכט זאַװעלס הייזעריגער קול
צו פּאַנדרעס אויערען, |
לאָזט ער איבּער זיין קאַנאַװע אויף אויסגערוהטע אידען און
לויפט רעכטס אויף זאַװעלס קול. ער געפינט דעם שמייסער זיצטן-
דיג, אַ האַלבּ-געחלשטען, אין זיין קאַנאַװע. נעמט ער איבער
אָט דעם אָפּגעשװאַכטען אָרט און אַרבּייט אַזױ לאַנג בּיז דער מאַרש
פון פייער ווערט אויך דאָ אָפּנעשטעלט און אָפּגעגרעניצט,
פאַרגינט זיך שוין פּאַנדרע אויסצוגלייכען דעם רוקען און
207
אַרויפציהען די װאַטאָװוע היטעל פון אויגען און אויערן. ער קוקט
זיך אַרום און האָרכט. ערגיץ-וואו, פון דער טיף, שטייגען ול
בּערישע קולות. אַ קינדערש געוויין און עס סקריפּען פוהרען. דער
,אונטערבּאַרג!" גלױיבּט נאָך ניט, אַז ער איז געראַטעװעט. דער
אונטערבּאַרגער ישוב פּאַקט די בעבעכעס:
-- חאַדאַשע! די פּערינע!
-- יענקעלע וואו איז?.. יענקעלע!
-- דעם טאַטענס פו-ודטער גיייב!
--- מאַ-אַמע!
פּאַנדרע זעהט אָבּער קלאָר, מיט אויגען פון אַ געניטען פּאַ-
זשאַרניק, אַז די געפאַהר איז אַריבּער. דער װאַלד בּרענט נאָך טאַ-
קע, אָבּער צום , אונטערבּאַרג" איז איהם דער ועג אָפּנעשלאָסען
די פייערדיגע שפּיצען פון דער העלישער , פּאָדקעװע"" זיינען אִפּ-
געשניטען, די ליניע פון די בּרייטע קאַנאַװעס און פייער האָט זיך
אויסגעגלייכט,
און נאָך איינע איז דאָ, וועלכע ווייסט שוין אויך, אַז די גע-
פאַהר איז אַריבּער. דאָס איז חיה שרהקע די משוגענע. וי אַזױ זי
האָט דאָס דערשמעקט קען מען ניט וויסען. זי ווייסט אָבּער פאָרט!.
איהר פּאַסקודנינקע לידעלע שטייגט שוין, פון דער נאַכט אַרױס,
און קלינגט מיט טרייסט און מיט בּאַדױערען. איהר פּעקעלע אויפן
אָרעם שאָקעלט זי, אינמיטען דער סומאַטאָכע פון אונטערבּאַרגער
װייבּער, און זינגט צו איהם אַזו:
א--אַ--אַ גאַאינקען /
מיר פאַר דײַנע אויגעלעך|
ס'ווצט נישט זיין קײן שרפהלע
דאָ, טאַקע דאָ!
אָנגעשפּאַרט אויף זיין גדאָבּ-אייזען הערט זיך פּאַנדרע צו און
צולאַכט זיך. ס'איז אפשר דאָס ערשטע מאָל װאָס חיה'שרהקעס
בייזע נבואה פון פריהער איז ניט מקוים געװאָרעןי
208
איינער אַלֵין
שוין בּאַלד האַלבּע נאַכט איבּערן רויכערדיגען װאַלד, דער אל
דישער ישוב אין געראטעוועט. איבערגעשניטען דעם מאַרש פון
פייער, איבּער די קוסטעס, אויפן , אונטערפארג".
מיט די שפּיצען אַראָפּ, װוי אַ גרויסע פאַדקאָװע. איז טריהער
דער פייער געגאַנגען און געשאָסען מיט ברענענדיגע שישקעס,
אַצינד האָט איהם אַ ברייטע קאַגאַוע אָפּגענאַרטעלט און פאַריאָגט
זיינע העלישע פלאַנקען אַרױיף באַרג, און דער װאַלד-פייער האָט
זיך דערשראַקען פאַר אַזאַ אָנשטורעם פון מענשליכער קראָפט און
איז אָפּגעטרעטען צוריק אויף מאַקאַראָװקי
מיט זיין פאַרסמאַליצטען ארבּעל װישט זיך אַצינד פּאַנדרע
אָרום דעם קלעפּיגען, האַלב-פאַרטריקענטען שווייס, ער בּאַמערקט
אפילו ניט, אַז ער שמירט נאָך מעחר אויס, זיין פאַרשװאַרצטען פּנים,
מיט אש און מיט סאַזשע, און װערט אַלײן צהנליך צו אַ פאַרלאָשץ"
געם פיען. צו א רוח פון אַן אָפּגעברענטען בּוים,
פֿאַרגלוסט זיך איהם א קוק צו טאָן אױיף ויפיל דער
שונא פיײיער אי פֿאַרטריבען געװאָרען. שפרינגט ער ארי"
בּער, מיט די גרויסע שטיװאַלעס, די אױיסגעגראָבּענע קאַנאַװע און
קוקט זיך ארום,
צווישען די אױסגעסמאַליעטע שטאַמען, מיט די אָפּגעברענטע
צווייגען און קרוינען, אין די נאַכט דאָפּעלט פינסטער. שװאַרצע
209.
צוריק פון אסטױאָג (14)
נאַכט טוליעט זיך צו די חשכדיגע צווייגען"האָלאָװועשקעס, נאָר רוי-
טינקע, איינגעגעסענע פונקען בּאַלױכטען גרויזאַם די אויסטערלי-
שע צייכענונגען פון אָפּנעסמאַליעטע צעצוייגטע. בּוים אָרעמס.
אין דער טיף װאַלד טאַנצען נאָך קליינינקע פייער-שדים-
לעך -- בּרענענדיגע קוסטעס, זיי שפּרינגען אויף און לאָזען זיך
אַראָפּ. דאַכט זיך, אַז זיי געהען אַ האָפּקע, אויסגעבּרענטע יאָלקעס
רויכערען וי ליולקעס. זשעדנע, פאַרמאַסקירטע מיילער ציהען פון
שװאַרצע טשובּוקעס. גלימערט עס אויף און עס שלאָפט איין אונ-
טערן אַש, אין די אויפגעבּרענטע יאָדלע-װאָרצלען.
און גאָר ווייט לויכטען נאָך הויכע סאָסנע-פאַקעלען. דער
מלך-פייער האָט זיך אומגעדרעהט מיט זיין בּראָקאַטענעם שלעפּ
צום , אונטערבּאַרג", און זיינע שװאַרצע און הויכע נעגער- לאפ
טוטען זיינען פאָראויס אַװעק, מיט זײיערע אָנגעצונדענע פעכיגע
שטאַנגען, צו בּאַלױכטען איהם דעם וועג אויף מאַקאַראָוקי.
דער גאַנצער שטח פון אוױיסגעבּרענטען װאַלד, מיט זיינע אוים-
גלימערנדיגע פונקעלעך און רויכעלעך און קוילענדלעך, זעהט
אַצינד אויס װי אַ גרויסער ,בּיװאַקי פון געהיימניספולע, שטומע
און סאַזשע-שװאַרצע זעלנער אין לאַנגע שינעלען. צעװאָרפען האָ-
צען זיי זיך די נאַכטיגע בּעל-דברס אין גרופּקעלעך, אַרום זייערע
אויסגעלאָשענע מאַרש-קעסלען. זייט בּיי זייט זיצען זיי שטומער"
הייט, דרימלען און רויכערען זייערע איינגעאַשטע ליולקעס און צי-
האַרקע-רעשטלעך, די דאָזיגע פייערלעך טליהען אויף אין העליש"
רויטע סגל'ן, צרה'ס, מלופּים'ס און קמץ'ץן. רייסען אויף אַ שטי-
קעלע נאַכט, בּאַלױכטען מאָדנע בּולבּעװאַטע נעזער,. שטאַרע אוי-
גען, פאַרריסענע שאַרפע בּרעמען. קרומע ציין, פאַרדרעהטע מיילער
און לעשען זיך ווידער אויס,
-- זדאָראָװאָ רעבּיאַטאַ: (זייט געגריסט, קינדער!) אַזױ גלוסט
זיך פּאַנדרען בּאַגריסען אָט די אונקערפּערליכע זעלנערס, אָט די
שטומע בעל-דברס און בּעטען ביי זיי פייער פאַר זיין אייגענער
ציהאַרקע".
נאָר מיט אַ מאָל, װי דורך אַ צושטאַרקען ציה פון אַ גרויסען
טשובּוק, פלאַמט אויף איין ליולקע, און אַקעגען איהר -- אַ פאַר"
200
לאָשענע ציהאַרקע בּליהט אויף מיט א רויטלינען צויבּער'שיין
און בּיי דעם ציטערדיגען בּליץ פון דער אויפגעגליהטער װאַלד-
סמאָלע דערקענט פּאַנדרע. אַז ס'איז ניט מעהר וי אַן אויסגע"
בּרענטער קוסט, אַ טליהענדער פּיען פון אַ סאָסנעלע.. די גאַנ"
צע פאַרשטעלעניש פאַרשװוינדט. אויס מיטן , בּיוואַקיי און מיט די
מאָדנע שטומע זעלנער. נאָר דער אױיפגעלעבּטער, פרישער פלע-
מעל ברענט װי אַ יאַהרצײיט-ליכטעל אין אױיסגעסמאַליעטען װאַלד,
שמייכעלט פאָרשענדיג אין פּאַנדדעס אויסגעשמירטען פּנים:
-- װאָס, פּאַנדרע? האָסט זיך עפּעס גוט דערשראָקען?
און אַ שטילער נאַכט-שרעק כאָפּט טאַקע פּאַנדרען אַרום. ער
פיהלט זיך װי פאַרבּלאַנדזשעט אין אַ רעדעל פון רוחות. צווישען
חברה כּתּילצנים, װאָס שפּילען זיך מיט פינסטערניש און פייער-
לעך און פּלאַנטערען איהם מיט שװאַרצע קונצען. ניט-געשטויגען
ניט-געפלויגען. אַזױ װאַרפט דאָס איהם פון חלום צו וואָהר און פון
וואָהר צו חלום. און די אויסגעבּרענטע פּעכיגע שטאַמען פון יוב"
גינקע יאָלקעס רויכערען װי פייער-פאַנען, טליהען װוי רעשטלעך
זינד קעגען מערען זיין ווייבּ, פאַרגיבּען זיינע פאַרדאַנטען אויף
איהר,
ער דרעהט זיך אויס מיטן פּנים צום , אונטערבאַרג". דאָרט
אונטען האָט זיך אַבּיסעל בּאַרוהיגט, אין דער בּודקע פון זעלצער-
וואַסער, בּיי דעם סאַמע אָנפאַנג פון ישוב, בּרענט נאָך א לעמפּעל.
װאָווקע, ווייזט אויס, װאַרט נאָך אַלץ אויף איהם אָפּצוגעבּען איהם
זיין קלומיק. און אין דעם קופּערנעם סיפאָן מוז נאָך זיין זעלצער-
װואַסער, װאָס זידט אַזױ קיהל און קיצעלט אין האַלז דער גאַנצער
אויסגעשוויצטער, שטאַרקער גוף לעכצט אַזױ נאָך דעם,
2
אין בּודקע טרעפט ער וידער אָן זאַװלען. זאַװעל װאַרט אויף
איהם. ער וייסט דאָך, אַז פּאַנדרע מוז קומען אָפּנעמען זיין קלו"
מיק. נאָר דערזעהענדיג איהם בּיים שיין פון לעמפּעל, דערשרע"
211
קען זיך סיי װאָווקע סיי זאַװעל. מיטן גראָבאײיזען אויפן פלייצט,
מיט די פאַרסמאַליעטע מלבּושים און מיטן אויסגעשמירטען פּנים
זעהס ער טאַקע אויס װי אַ שװאַדרצער רוח אַ ריז, אָקאָרשט געקו"
מען פון צווישען די שואַרצע בּעל-דברס אין װאַלד, וועלכע האָבּען
מיט איהם דאָרט געשפּילט אין סאַזשע און פייער אין בּאַהעל-
טערלאַך...
אָנגעטרונקען זיך---פּליוכעט איהם נאָך װאָווקע אָן ביידע הוי-
פענס פול מיט זעלצער-װאַסער און פּאַנדרע װאַשט זיך דערמיט אַבּי-
סעל אָפּ. דאָס זעלצער-װאַסער בייסט אין די אויגען, אָבּער עס ריי-
נִיגט בּעסער וי פּראָסטע װאַסער. פּאַנדרע באַקומט אַ שטיקעל
מענשליכע צורה,
-- נאַ, -- מאַכט ער צן װאָווקען -- עמיצער האָט מיר אַרײינ"
גערוקט אין האַנד אַ גראָבאײיזען, װעסטו אָפּגעבּעף
רעדט צו איהם זאַװעל מיט אַ קרום שמייכעלע;
--' נו, אָט אָנגעראַבּאַטעװעט זיך פאַרן , אונטערבּאַרג,,
מיינסט זיי וועלען אונז... דיר זאָגען אַ דאַנק?
פּאַנדדרען געפעלט ניט, װאָס זאַװעל שמייסער האָט איבערגע-
נומען שמחהלעס ראָל אונטערצושטעכען אַלץ און אַלעמען. און אין
האַרצען ווייסט ער דאָך. אַז ניט צוליבּ דאַנק האָט ער אַ לײן גע-
לאָשען דעם בּרענענדיגען װאַלד, נאָר כּדי אויסצובּושעווען זיין כּעס
און זיינע בּייזע מחשבות. רופט ער זיך אָפּ אַזו;
-- אויף כּפּרות דאַרף איך זייער דאַנק!
און נאָך אַ ויילעצקע טראַכטעף |
--- און איך האָבּ געמיינט, אַז דו טוסט דאָם אויך ניט צוליב
אַ דאַנק... בּשעת כ'האָבּ דיך געפונען זיצען אין קאַנאַװע.
-- איך? -- גיט זאַװעל אַ הויבּ מיט די פלייצעס -- מעהר
ניט װי צוליבּ דיר האָבּ איך געלאָשען..
פּאַנדרע קוקט איהם אָן פאַרוואונדערט. אין זאַװעלס אויגען
בּליאַסקעט אַ פייכטער גלאַנץ, װי בּיי אַ הונט װאָס לאשצעט זיך
צום בּאַלעבּאָס, / בי
-- מעהר ניט וי צוליבּ דיר. -- ערקלערט איהם זאַװעל
2
שמייסער און קעהרט אָפּ די אויגען -- אַז ד ו קענסט לעשען באַלד
נאָכן אָסטראָג, אויפן וועג צו דיין ווייבּ, קע... קען איך אויך!
פּאַנדרע לאָזט אויך אַראָפּ זיינע גרויע אויגען. ער האָט זיך
שוין לאַנג אָפּגעװואױנט פון אַזאַ איבערגעבּענקייט.
ער איז אפשר טאַקע נאָר ניט אַזאַ פּאַרך..יי טראַכט ער זיך,
גיט אַ נעם זיין קלומיק און וויל געהן. זאװעל בּאָט זיך אָן צו פּאַנלײ-
טען איהם, נאָר פּאַנדרען גלוסט זיך אַצינד צו זיין אַליין, די איין-
דרוקען פונם לאַנגען זומער-טאָג -- דער ערשטער טאָג אויף דער
פריי -- דריקען איהם;
-- אַן אַנדערש מאָל, זאַװעל! איך, איך.. לאָז מיך הינט
אַליין!
ער רוקט אָן די װאַטאָװע היטעל איבּער די אָנגעהיצטע אוי-
גען, טראַכט אַ וילע און גיט צן אַבּיסעל ווייכער:
-- און מכּח טרייבען פערד צװואַמען, װעט מען נאָך זעהען
און געהט אַרױס, די בּרעטער-פודקע גיט זיך אַ וויג נאָך איהם,
נאָך זיין אַרױסגעטראָטענעם שווערען גוף, און אַ שאָקעל זיך אויף
צוריק, װוי זי װאָלט איהם צוגעוואונשען
-- אַ גוטע נאַכט, נח!
פּאַנדרע איז נאָך גוט אויסגעשמירט אין סאַזשע און פאַף-
שטויבט מיט אֵש, נאָר עס אַרט איהם ניט װאָס װאָווקע און זאַװעל
קוקען איהם אַזױ נאָך. ער טראָגט אַװעק דעם שמוץ פון דער װאַלױ-
שרפה, װי אַ טויט-מידער זיגער -- זיינע וואונדען און מעדאַליען
אין דער נאַכט אַרײן. קיין נייגעריג אויג װעט איהם אַצינד ניט דער-
קענען. ס'איז אויך גוט,
ער געהט אַריבּער דעם הילכיגען הילצערנעם בּריק, איבּער דער
הרעבליע יי דער גרויסער מיהל, און שפּרייזט איינער אַלֵיין מיט
זיין קלומיק אויף דעם פּאַסעק ערד, צווישען ביידע שקלאָווער װאַי
סערען, צווישען דגיעפּער און אָזערע. די שטאָט מיט איהרע שי-
טערע פייערלעך רוקען זיך איהם אַקעגען.
זיין פּעס אויף קושקע-בּראַנד און דער חשד זינער איף
מערען איז צושאַטען געװאָרען, גראַבּאייזענווייז, צוזאַמען מיטן זאַמד
פון קאַנאַװוע, אינם בּרענענדיגען װאַלד. זיי האָבּען אויסגעפל;קערט
213
מיט די פּעכיגע סאָסנעס און אויסגערונען מיטן שווייס. אַ זיסע
שװאַכקײט כאַפּט איהם אַרום, אַ קינדערשער אומעט גלעט איהם.
די מאָמע זיינע װאָלט נאָך געלעבּט, װאָלט ער אַצינד, קומענדיג
אַהײם, געזעצט זיך בּיי איהר אויפן בּעט און װאָלט געוויינט. אפשר
אויסוויינען זיך אַזױ בּיי מערען אויפן בּעט? ניין. אַ וייב איז ניט
קיין מאַמע,. |
די שרפה פון אונטערבאַרגער װאַלד האָט אויפגערודערט אַלע
נייגעריגע אין שטאָט. ערשט אַצינד, נאָך אַלעמען, האָבּען זיך
אַלע פויליאַקעס גענומען ציהען אַ קוק טאָן װי האַלט דאָס מיטן
, אונטערבּאַרג", אַצינד, אַז דער פייער האָט אָפּגעטראָטען --- קען
מען זיך שטעהן און קוקען און געניצען. און קיינער װעט דיר ניט
זאָגען: נעם אַ גראָבּאייזען און העלף, זיי מוחל, לעשעןי.
שאַרט זיך פּאַנדרע פון אָט די נייגעריגע פױליאַקעס אָן אַ
זייט. ער געהט האַרט בּיים אויסגוס פון אָזערע און כאַפּט אַלע ויי-
לע אַ קוק אויף זיין שװאַכען שאָטען וועלכער גליטשט זיך נאָך
| איהם, אין שװאַרצען גלאַנץ פון װאַסער,
אינם שלאָפענדיגען װאַסער שפּיגעלט זיך אָפּ דער וייטער
פייער פון דער אַנטרונענער װאַלדדשרפה, װי אַ נשמה טליהעט עס
אין אָפּגרונט,
אַ טיאָכקע גיט פּלוצלינג פּאַנדרען אין האַרצען. לויט װוי מען
האָט איהם געשריבּען און וועדליג ער אַליין איז זיך משער, מוז דאָ
ערגעצוואו זיין דער אָרט, דער אָפּגעריסענער ברעג איבּער דעם
אויסגוס פון אָזערע, וואו זיין שווער, ר' סענדער עליו השלום. איז
דערטרונקען געװאָרען צוזאַמען מיט , שמאַרעװאָזען? --- זיין לעצ-
טער פערד,
אָט איז אַ משופּעדיגער אָפּריס. אָט דאָ, מן הסתּם, האָט זיך
שמאַרעװאָזען פאַרגלוסט צו טרינקען... צי טליהעט דאָ ניט ר' סענ-
דערס נשמה פון אָפּגרונט אַרױס? װי דער וייטער אָפּגלאַנץ פון
דער װאַלדישרפה וװוינקט זי צו איהם. גיט איהם אָפּ שלום אויף זיין
צוריקוועג אַהים... יי
זיינע טרויעריגע נאָכדענקענישען שלאָגט איבּער אַ גראָבּע
גויעשע שטים. אַ בּאַקאַנטע הייזעריגע שטים און אַ קלונג פון
214
שווערדען. ער קוקט אַריין אין דער פינסטער. אַ זילבער-גרויער
שינעל שפּאַנט אַקעגען איהם, מיטן ברעג פון צוייטען װאַסער.
אַ הויכע פיגור מיט עפּאָלעטען, און נאָך איהר --- אַ צווייטער שי"
נעל, אַ טונקעלער, אַ קורצער. די קורצע פיגור רעדט הייזעריג:
-- אַשצע האַריטש, װואַשע בלאַמאָראָדיע! (עס בּרענט נאָך,
אייער הויכגעבּורט!)
דערקענט פּאַנדרע אין די צוויי שאָטענס דעם נייעם פּריסטאַװ
און ליקסיי דעם דעסיאַטניק זיינעם. אױיסגעשלאָפען האָבּען זיי זיך
צו מאַכען פּאַראָנדקעס אין , אונטערבאַרג!, אַצינד, ווען ס'איז שוין
נאָך אַלעמען, אַפּנים געשיכּורט היינט, אַזױ וי אַלעמאָל, בּיים פּאָסט"
מייסטערי.
דער װעהטאָג איבּער ר' סענדערס טויט געהט בי פּאַנדרען
איבער אין אַ צאָרן. די אונטערשטע ליפּ הױיבּט איהם אָן צו ציטע-
דען. אפשר דערלאַנגען אַצינד, גאָר אומגעריכט, דעם שונא:ישראל
אין קאָלנער, אַזױ װי עס בּאַדאַרף צו זיין? ס'איז האַלבּע נאַכט און
פארסאזשעט איז ער אויך. װוער װעט וויסען?..
גיין, עס טויג ניט. ער װעט שוין מוזען שלאָגען פאַר איינע
הוצאות ליקסיין דעם דעסיאַטניק אויך, װאָס האָט ער צו איהם!
האַלט זיך איין, פּאַנדרע! דיין טאָג װועט נאָך קומעןי
שטעהט ער אַזױ אין אָפּריס פון דעם אָזערע-בּרעג, מיט פאַר-
קריצטע ציין און מיט אַ גרויסען קולאַק אין קעשענע. נאַי מאַכט
וער אַ פּשרה, װעט זיך דער פּריסטאַו נעמען טשעפּען. פרעגען
ווער עס געהט, וואוהין מען געחט, וי זיין מיאוסער שטייגער איז, אַזױי
וועט ער, פּאַנדרע, ניט קוקען אויף ליקסיי דעם דעסיאַטניק און װועט
דעם אדון'הגדול דערלאַנגען מיטן קולאַק אין טרפהנעם פּנים אַרײין..
אלא װאָס דען, ניט? -- איז ניט,
צום גליק, צו זיין אייגענעם גליק. עטליכע גאַסען פאַר זיין
חיים באַמערקען זיי איהם גיט. ניט דער פּריסטאַו, ניט ליקסיי דער
דעסיאַטניק, דער שװאַרצער שאָטען פון הויכען אָפּגעריסענעם
אַזערע"ברעג פאַרדעקט איהם אינגאַנצען. זיי שפּרײזען אַװעק, די
25
פּאַראָנדעק-מאַכער, בּיידע שטאַרק פאַרהאַװעט. נאָר די שפּאַגעס
יקלינגען זיי נאָך אונטער די שינעלען. |
. -- נאַי ס'וועט זיך נאָך מאַכעף -- פאָכעט פּאַנדרע נאָך מיט
זיין האַרטער לאַפּע. --- סוועט נאָך גאַנץ זיין!
ער סטראַשעט אין דער פינסטער און אַ שוידער לויפט איהם
איבּערן רוקען. ס'איז דער זעלבּער שוידער, וועלכען ער האָט דער-
פיהלט אַמאָל אין װאַלד, ווען ער איז ניצול געװאָרען פון טשורילאָ-
קאַטאָרזשניקס געװאָרפענעם שטיין. אויך דאָ אַצינד אין ער ניצול
געװאָרען פון אַ גרויסער געפאַהר. אויף איין האָר איז עס געהאנ-
גען ער זאָל בּאַפאַלען נאַטשאַלסטװאָ?? און אָפּרעכענען זיך פאַר
אַלע איבּערגעלעבּטע יסורים, פאַר סענדערס טויט, פאַר די פערד,
-און אַלײין דערביי אומקומען...
אין דער זעלבּער צייט דרינגט איהם עפעס דורך אַ מאָדנע
זיכערקייט, װוי אַ ווייטע נבואה דרינגט עס איהם דורך, אַז ניט צום
לעצטען מאָל טרעפט ער זיך דאָ מיטן צורר-היהודים. אַה אָה.
מ'וועט זיך נאָך בּאַנעגענעף ס'ועט נאָך אפשר אױסקומען
אױיסצובּאַהאַלטען זיך אַזױ װי שעפטעלע גנב בּאַהאַלט זיך אויס,
:אָבּער ניט גלאַט אַזױ פאַך אַ כּלבּול, אָדער פאַר אַן אויסגעטראַכטען
אָפּגעריסענעם קנעפּעל.. נייף
3
| == און אָט איז דער בּלוי-געטינקעװועטער אַפּטײיק, אין דער נאַכט
זעהט מען ניט די דאָזיגע בּלויקייט, נאָר מען פיהלט זי. און אָט
ציהט זיך שוין דער מאַרק מיט זיינע שורות הילצערנע קרעמלעך,
איינס אויף איינס אָנגעליעפּעט, וי אַ בּיהנשטאָק. דער נאַכט-שומר
קלאַפּט ערגעץ-וואו מיט זיין קאַלעקאָטקע. אָט גיך-גיך און אָט פּאַ-
מעליך; ,היט אייך, גנבים! איך יענקעל-דער-שומר בּין װאַך!
קאַלאַ--קאַלאַ---קאַלאַ--קאָט! אָט װאָס!..
און אָט איז דער סטאָן מיטן טורעם, וואו מען האָט איהם,
פּאַנדרען, פאַרשפּאַרט צום ערשטען מאָל אין זיין לעבּען, אינמי-
216
טען שרפה בּיים נייעם נגיד, דער טורעם מיט זיין קיילעכדיגען
קאָפּ שניידט זיך אַריין אין אויסגעשטערענטען הימעל, און זיין אַפּ"
געקראָכעגע גרינע פאַרבּ זעהט אַצינד אויס װי מיט אַש בּאַשאַטען
גרוי, יי
| פּאַנדרען גיט עס אַ ציה אין האַרצען. ער לאָזט אַראָפּ די אוי-
גען. וי אַ שונא קוקט אויף איהם דער קיילעכדיגער קאָפּ פון טו-
רעם איבּער די קראָמען. װי אַ שטומער היטער פון גויעשען געזעץ,
וועלכער איז בחברותא מיטן נייעם פּריסטאַו;
-- דו קומטט שוין, אָסטראָזשניק דו, אַהיים, אֵ?.. נאָר איך
האָבּ אויף דיר אַן אויג! איך קוק דיר נאָך אומעטום!.
און אָט זיינען די יאַטקעס,
פּאַנדרע דערקענט זיי אָן דעם ריח פון ניט פרישע קנאַכענס
און פריש פלייש. די נאַכט האָט אויסגעפילט מיט שװאַרצע שאַי
טענס דעם פוסטען ,חית" פון די דאָזיגע פליש געװעלפלעך.
שורה געגען שורה, מיט אַ געשלאָסענעם פינסטעדען רוקען נאָר
די אָפּגעשאָבּענע קלעצער בלייכען זיך נאָך שװאַך אינם פינסטערען
;חית"! פון פאָרענט,
צעװאָרפען ליגען אומעטום שטיקער לעבּען פון , אונטער-
בּאַרג!* בּיז די יאָטקעס װאַלגערען זיך גאַנצע שטיקער פון פּאַנדרעס
יוגענט. אומעטום וואוז ער גיט זיך אַ קעהר צאַפּלען זיי זיך װוי ניט-
דערשאָכטענע קעלבּער. װאָס ווילען זיי פון איהם? װאָס זויגען זי
איהם זיין בּלוט? קנאַפּ אָנגעליטען זיך? ער, פּאַנדרע, געהט זיך אַצינזח .
אַהיים פון אָסטראָג. ער איז מיד. לאָזט איהם צורוה!
נאָר זיי לאָזען ניט. אָט דאָ, אויף דער פאַרבּלוטיגטער יאָט"
יקע-קלאָץ, פאַר שמחהלעס צוגעשלאָסענעם געװעלבּעל. האָט די
יוגעגט אַװעקגעלייגט איהר קודלאַטען קאָפּ און ויינט אָהן אַ קול;
,גחקע! נחקע---עויי
פּאַנדרע גיט זיך שניידיג אַ דרעה אויס. ער קען מעהר ניט
יקוקען אויף דער אַמאָליגער קלאָץ, װעלכע ער האָט פאַרקויפט
שמחהלען, דאַמאָלסט, ווען ער האָט זיך אָפּגעטרײסעלט פון דער
יאַטקע,.. ער דרעחט זיך אויס און דערזעהט דעם נייעם נגידס הויז
מיטן גרינעם גאַניק און גרינעם שטאַקעטעל, וואו עס װאַקסען זו"
217
מער:צייט רויטע בּלומען. דאָרטען שׂלאָפּט מען שי נגיד אוך
נגידיכע. די אָפּגעבּרענטע שטאַל איז אָפּגעבּױט. איהרע נייע בּער-
ווענעס טורעמען זיך איבּער דעם פאַרלאַטעטען פּאַרקאַן. יאָ, אָפּגץ-
בּויט. מיט געלט מאַכט מען אַלץ. און דו, פּאַנדרע?.. |
ער מאַכט אַ קולאַק קעגען די פאַרמאַכטע, ווייס - באַמאָלטע
לאָדען;
--- נויטיג געדאַרפט... אַ--אַך!
דאָס איז ניט אַזױ אַ דראָהונג קעגען דעם ניעם נגיד, וי
קעגען זיך אַלײן,
דאָס בּאַדײט: אָט, אָפּגעפױלט אַזױ פיל חדשים אין אָסטראָג,
צוליב וועמען, צוליבּ װאָס? צוליבּ דעם כּבוד פון אָט דעם מערי-
דאַלניק? אומזיסט אַרױיסגעװאָרפענע כּוחות! מען װאַרפט זיך ניט
מיט אַזעלכע זאַכען. איינגעהאַלטען און קאַרג אויף גבורה דאַרף
מען זיין, פּאַנדרע! װאָס מעהר כּוח מען האָט, אַלץ וועניגער דאַרף
מען עס צושענקען. וויל מען רייך זיין, דאַרף מען קאַרג זיין. וויל
מען שטאַרק זיין, דאַרף מען קאַלט זיין. אָט װאָס, פּאַנדרע. פֿאַר
עפּעס אַ גרויסע זאַך אויסברענגען -- איז עפּעס אַנדערש. אָט פאַר
עפּעס אַ זאַך װאָס חאַצע דער הינקעדיגער זאָגט..
וי אַ מגילה האָט זיך אין פּאַנדרעס האַרטען און מידען קאָפּ
אויפגעוויקעלט דער היינטיגער דורכגעלעכטער זומער"טאָג. פון
זעקס אינדערפריה, זינט ער און שמחהלע טורערו האָבּען פאַרלאַ-
זען די טויערען פון דעם מאָהליווער אָסטראָג, בּיז אַצינד שפּעט
אין דער נאַכט. בּילד נאָך בּילד האָט זיך עס געוויקעלט, און אוים-
טוי נאָך אויפטוי האָט זיך צעשימערט. דער ראַטונעק װאָס ער האָט
געגעבּען ר' זימעל-פּאַקענטרעגער, דאָס בּאַגעגעניש און געשפּרעך
מיט שעפטעלען: דאָס אַװעקלײגען דעם צעיושעטען בּוהיי; דער
מאָהלצײיט אונטערן בּאַרנבּוים מיט מיקיטען אין הויף; דאָס אַרומ-
נעמען קאַטערינושקאַן אין פרישען היי: דאָס אָנטרעפען אויפן
שליאַך זונדעל גאָטס גנבס פוהרעל: דער ערשטער שטאָך פון דריי"
זעס רכילות. דערנאָך חאַצע דער הינקענדיגער מיט זייגע דבּורים
אויפן אָווענטיגען שליאַך. זאַװעל שמייסער אין בּודקע. דער מורא-
218
דיגער צאָרן אויף קושקע"בּראַנד און אויף מערען. די שרפה אין
װאַלד, דאָס לעשען די שרפה עטליכע שעה נאָכאַנאַנד,
ער האָט דאָס אַצינד באַטראַכט וי דאָס װאָלט געשעהן מיט
אַן אַנדערען: געװאַלד, װאָס אין איין זומער-טאָג קען אָפּגעטאָן וו
רען, ווען מען איז פריי, ווען מען האָט פרייע הענט! היינט װאָס
קען אויפגעטאָן ווערען אין אַ חודש, אין אַ יאָהר, אין אַזױ מיאוס
געפּטרטע אָנדערטהאַלבּען יאָהר! עס הויבּט אַזש אָן צו שווינדלען
אין קאָפּ. ער האָט פריהער קיינמאָל ניט געטראַכט װאָס הײייסט
צייט!? און װאָס פאַר אַ טייערע זאַך דאָס איז. בּיז אַהער האָט ער,
פּאַנדרע, גלאַט אַזױ געלעבט פון איין טאָג אויפן צווייטען טאָג, װי
אַן אָקס אויף בּריי, וועלכער קלערט גאָר ניט, אַז דאָס קאָרמעט
מען איהם אויף שחיטה,.
איז דאָך טאַקע האַצע דער קירזשנער גערעכט װי דער טאָג!
װאָס פאַר אַ , פּאָלנע-פּראַװאָ" (פולע רעכט) אַזאַ האָבּען דאָס ווילד"
פרעמדע מענשען צו פאַרשפּאַרען א געזונטען יונגען-מאַן װוי ער
איז, מיט אַזאַ פּאָר געזונטע הענט, פאַר גאָרנישט מיט נישט, פאַר
עפּעס אַן אָפּגעריסענעם קנעפּעל בּיי אַ שיכּורען פּריסטאַו? ווער האָט
דאָס אַזאַ , פּאָלנע-פּראַװאַ"י צו לאָזען פוילען אַזױפיל גבורה און
אימפּעט, מאַכען דערפון אַש און בּלאָטע, פאַרשמוצען מִיט אָפּטריט-
פעסער, מיט צוגעטראַכטער ניט-נויטיגער אַרבּייט?.. טאָמער ווע"
ניג -- האָט מען נאָך פאַר אָט דער טײערער פאַרלאָרענער צייט
דערטרונקען ר' סענדערען, געפּטרט פערד און װאָגען פאַרפוילט
און פאַרשאַכערט די כאָמעטען. אַצינד הויב אָן אַלץ פון דאָס בי
אָלץ פון דאָס ניי. נח פּאַנדרע!
איז דאָך טאַקע חאַצע דער הינקעדיגער גערעכט! צעהרגענען
צעמזיקן און חרוב מאַכען דאַרף מען זיי אַלעמען... זײ אַלעמען!..
אָפּער וער זיינען דאָס די , זייי/? וואו זיצט ער, דער שונא? דאָס
האָט חאַצעדקירזשנער ניט געזאָגט, נאָר ער, פּאַנדרע, פיהלט דאָס
אַצינד אַלײן. װוי אַ גרויסע שפּין זיצט דאָס ערגעצוואו אינמיטען
דער נאַכט. מיט טויזענטער בייזע אויגעלעך זעהט דאָס אין דער
פינסטער און זיינע שפּינוועבס-פעדימער זיינען צעװאָרפען אומע"
טום. שטעט און שטעטלעך און דערפער זינען אין זײי פאַר-
219
פּלאָנטערט, צעהנדליגער טויזענטער מענשען צאַפּלען זיך אין זי
חאַצע דער קירזשנער מוז יאָ וויסען וואו עס זיצט. בּשעת ער רעדט
שמייכעלט ער אַזױ זיכער און געזאַלצען. מסתּמא װעט ער דעם סוד
אױיסזאָגען אויף דער ערשטער סכאָדקע אין פראַנצאָווקער װאַלד,
אָדער אין אַ פּוסטער דירה, בּיי די אָרשער ברעמלעך -- דאָרטען
וואו די , ציציליסטעןי קלײבּען זיך צװאַמען אַלע שבּת.. ער,
פּאַנדרע, װעט טאַקע געהן אַהין. ער מוז וויסען. ער מוז דאָס אַלץ
דערגעהן בּיזקעל סוף,. |
ער גיט זיך ווידער אַ דרעה אויס צו שמחהלעס יאַטקע-קלאַץ.
דאָרטען ליגט אַלץ דער קודלאַטער קאָפּ, זיין אייגענער
קאָפּ. אַ טעמפּער און פאַרשטאָפּטער קאָפּ, און ויינט.,
ער גיט אַ טאַפּ זיינע אייגענע אויגען. זי זיינען נאַס. טרעהרען
גיסען זיך איבּער די בּאַקען.
--- דו וויינסט נאָך! דו חמור דו.. -- אַזױ זידעלט פּאַנדרע
אויס זיך אַלײן,
און ער ווישט זיך די אויגען מיט אַ האַרטען קולאַק און שווערט
זיך אין האַרצען: אָט קריינקען זאָל ער, װײיטאָגען זאָל ער, פון אָרט
זאָל ער דאָ ניט אַראָפּגעה! אויבּ ער װעט זיך מעהר איינשטעלען
פאַר אַזעלכע צוקראַכענע נפשות וי דער נייער נגיד, און אויב ער
װועט אָפּגעבּען זיין גבורה אויף שיקסעס און אויף שלעגערייען מיט
גראָכּע יונגען. קאַטערינושקאַ איז געווען די לעצטע שיקסע. דער
נייער נגיד יי דאָס לעצטע אומזיסטע איינשטעלעניש.. אָט נאָר
פאַר אָרימע, פאַלש-פאַרמשפּטע. פאַר געיאָגטע און געפּלאָגטע דאַרף
מען זיך איינשטעלען. פאַר זיי --- יאָ!.
ער גיט אַ קוק מיט אויסגעשווישטע טרוקענע און אויפגעלוים-
טענע אויגען -- ערשט דער קודלאַטער קאָפּ אויף דער יאַטקע-
קלאָץ, זיין אייגענער קאָפּ פון די יונגע יאָהרען; איז פאַרשוואונדען..
דערשראָקען זיך, אַפּנים, פאַר זיין האַרטער שבועה און אַװעק, וי
אַ שאָטען, פון צווישען די פינסטערע יאַטקעס אין דער נאַכט אַרײן.
+
200
בּיים תּנכ'ניק
4
זינט די תּוכחה האָט זיך אױסגעגאָסען אויפן פּאַראָמשציקס הויז
און אַנשעל איז דערהרגעט געװאָרען דורך זיין אייגענעם קאנאט,
איז דעם נייעם נגידס שקאַלע-בחורל געװאָרען גאָר אַ סטאַטיק, ער
איז געווען איינער פון די ערשטע, װאָס זיינען אָנגעלאָפען אויף דעם
פּאַראָמשציקס ביטערען טוט, און האָט תּשובה געטאָן,
צעדראַפּעט װי ער איז געווען, איז ער קודםיכּל אַװעק אַהיים
און האָט זיף איבּערגעבּעטען מיט זיין עלטערער שװעסטער, װאָס
טראָגט פּערל-בּאָמבּעלעך אין די אָפּגעצױגענע איערען און אין
שטענדיג מעלה-גרה אַ מאַנדעל-בּייגעלע און איז עחנליך צן אַ ציג,
צווייטענס האָט ער איהר פון דאַמאָלסט אָן אויפגעהערט צו זן-
גען דאָס פּאַסקודנע לידעלע: ;קאַזי"קאַזינע שהלך לגינת ואבל
לבּאָטשויבע"", דריטענס, װען מערע פּאַנדרעס מיטן קינד
אוֹיף די הענט קומט בּעטען מען זאָל איהר אָנשרײבּען אַ ברי-
װעל צו אֵיהר מאַן אין אָסטראָג, דערגעהט עס מעהר גיט, צווישען
בּרודער און שוועסטער, צו שטויסען זיך מיט די עלענבויגענס;
,געה, שרייבּ דו"... , בּיסט ניט קראַנק אַלײן צון שרייבּעף" עס
דערגעהט אויך ניט דערצו, די זויערע נגידיכע זאָל אֶנהוֹיבּען קרי-
מען איהר פּאַרמעט-געלען פּנים, װאָרים דער שקאָלע-בחור לויפט
איהר דער ערשטער אַקעגען
-- קומט, איכ'ל אייך שרייבּעף
221
ער בּאַמיהט זיך אַפילו אויסצופיינען. דער שקאָלע-בּחור, פאַר
דער פרעמדער יונגער װײיבּעל מיט די לאַנגע געטאָקטע פיס, מיטן
לאַנגליך-בּלייכען פּנים און מיט די קאַרע הייסע אויגען אונטעה די
דינע בּרעמען. דאָס זכרל אין איהם האָט זיך היינטיגען זומער גע"
נומען ריהרען. און דאָס פרעמדע הויכע װײיבּעל זעהט איהם אויס /
וי אַ פאַרװאָגעלטע בּאָטשאַניכע, וועלכע האָט זיך אָפּגעשלאָגען פון
איהר בּאַשערטען, זוכט זי איהר נעסט, מיט איהר עופעלע אויף די
הענט, און קען ניט געפינען... און אַלעמאָל, װוען זי געהט אַװעק
מיטן אָנגעשריבּענעם בּריוועל אין האַנט. קוקט ער אַרײן אין שפּי"
געל, דער שקאָלע בּחור, צופּט זיך דעם פּוך אונטער דעם רויטלי-
כען נעזעל: צי שפּראָצען איהם שוין ניט די װאָנסעלעך אַרױס!
בּשעת שרייבּען מערען דעם אַדרעס האָט איהם אפילו אײינמאָל
אָנגענומען אַ מאָדנע חשק צו בּאַריהמען זיך.
-- וואוהין שרייבּען? -- מאַכט ער זיך, אַז ער ווייסט גיט,
רופט זיך אָפּ מערע:
--- קיין מאָהליוו, ווייסט דאָךי.
-- ווייטער מאָהליוו? -- גיט ער זיך אַ קרים װי גאָר
אַ גרויסער שרייבּער -- שרייבּט אַמאָל קיין יעקאַטערינאָסלאַוו.
מאַכט מערע גרויסע אויגען:
-- װאָס עפּעס יעקאַטערינאָסלאַ? מיין נח איז דאָך אין
מאָהליו! |
--- אוי -- גיט דער שקאָלניק אַ הויבּ די פעדער -- אוי,
װאָלט איך אייך אויסגעדרעהט אַ גרויסהאַנטיגען רוסישען , יע"!י.
נאָר בּאַלד דערפיהלט ער, דער לעקיש. אַז ס'האָט זיך איהם
אַרױסגעכאַפּט; אַז די אינגעלשע בּאַריהמעריי, מיטן גרויסהאַנטיגען
גיע!! קען לחלוטין דער הויכער שענער װײיבּעל ניט געפעלען ווע"
רען. אָט לאַכען שוין איהרע קאַרע אויגען, כאָטש דעו פּנים איהרער
איז בּלאָס און שטאַר װוי פריהער.
האָט ער זיך אינגאַנצען צוטומעלט, דער קליינער קאַװאַליער,
און גענומען רייבּען זיך די רױיט-געװאָרענע נאָז. שיער-שיער ניט
צעוויינט זיך פאַר בּושה. נאָר מערע פּאַנדדעס האָט מעשה עלטערע
שוועסטער אַ שמייכעל געטאָן. איהר שמייכעל איז אַצינד אַרױס פון
222
איהרע הייסע אויגען און צוגאָסען. זיך איבּער איהר גאַנצען פּנים,
און לויכטענדיג אַזױ, מיט גוטסקייט און װאַרימקײט, האָט זי איהם
נאָכאַמאָל געבּעטען ער זאָל נעמען און שרייבּען קיין.. מאָהליו.
דער שקאָלע-בּחור איז ניט דער ערשטער און ניט דער לעצ"
טער. שוין אַ געוויסע צייט פיהלט זי אַז אַלע מאַנסבּיל, גרויס און
קליין. ווערען עפּעס אומרוהיג ווען זיי געפינען זיך נאַהענט לעבּען
איחר. זיי עפענען די מיילער, סאָפּען מיט די נעזער, קייען די צונג
און פּינטלען מיט די אויגען. עס זעהט אויס װי זיי װאָלטען געבלי-
בּען שטעהן אינדערחויך, בּיי אַן אָפּגרונט, יי אַ גליטשיגען
דאַנד פון אַ פרונעם. און װאָלטען געװאָרען שווינדעלדיג. אַ באַ-
זונדער ריח און אַ בּאַזונדער װאַרימקײט מוז פין איהר אַרױסשטראַ-
מען, זי איז װי אַ לעבּעדיגע פייערפאַן פול מיט הייסע קוילען און
מיט שווערען ווייה-רויך. װוער עס טרעט אַרײן אין איהרע דלד"
אמות ווערט עפּעס נאַרישעװאַטע און שאַרט זיך אַרום איהר וי
אַ פאַרטשאַדעטער... אָנגעהױבּען האָט זיך דאָס שוין סוף ווינטער
מיט קושקע-בּראַנד, נאָך דער סעודה פון חברה- לויה. און װאָס וויי"
טער אין וויעסנע און אין זומער אַריין װערט דער טשאַד אֲרום
איהר אַלץ שטאַרקער. זיינע סימנים האָט זי שוין געמערקט פיײ
זאַװועל שמייסער אויפן פּנים, בּשעת ער האָט זיך געשאַרט צו איהר
ביים פּאַרעכאָד און, כּלומרשט, פאַרענטפערט זיך פאַר איר. זי האָט
דאָס געזעהן בּיים נייעם-נגיד אויף די בּלאַסע אָפּנערונענע מאַקען
ווען יצנער דערזעהט זי בּיי זיך אין שטוב. אוֹן אַצינד -- אפילו
יי זיין אינגעל, אָט פיי דעם צוציק. װאָס געהט נאָך אין שקאָלע
און האָט נאָך ניט קיין סימן פון װאָנסעלעך,
מערע איז אין האַרצען שטאָלץ אויף איהר בּאַהאַלטענעם ויי-
בּערשען כּוה. און ניט-קוקענדיג אויף איהר מוראדיגער בּיינקשאַפט
נאָך נחן, איהר מאַן, פיהלט זי עפּעס אַ מאָדנע רחמנות אויף אָט
די אַלע פאַרטשאַדעטע מאַנסבּילען. זי װאָלט זיי געװאָלט אַרויפלענען
אַ האַנט אויפן שטערען און פרעגען מיט אַ קול פון א פאַרזאָרגטער
מאַמע: |
--- וואו טוט דיר וועה, קינדעלען אָט דאָל..
דעם זעלבען רחמנות-געפיהל האָט זי אפילו צו קושקע"בּראַנד,
223
ווען זי דערזעהט איהם אין מאַרק אָדער בּיים בּרעג דניעפּער, װי
ער זיצט אויף זיין קעלניע, מיט אַן אַראָפּגעלאָזטען קאָפּ, און װאַרט.
דאַכט זיך, פּאַנדרע זאָל צוריקקומען פון אָסטראָג און אָפּרעכענען
זיך מיט איהם דערפאַר, װאָס ער איז געקראַכען צו זיין ווייבּ אינ-
מיטען דער נאַכט.,
ס'טייטש! זי ווייסט דאָך זעהר גוט, אַז קושקע איז אַן אייבּיגער
שונא פון סענדערס משפּחה. שטענדיג האָט ער באַרעדט און גע-
האַװוקעט. אָפּגעשלאָגען שודאקעס. פאַרשמיסען , שמענדריקען"..
זי אַלײן האָט איהם פאַר זיין גראָבּקײיט געמוזט בּויקערען מיט דעם
טאַטענס אַ שטיוועל אינמיטען דערנאַכט,. און פונדעסטוועגען האָט
זי אויף איהם אַצינד שטענדיג רחמנות, וי אויף אַן אָפּגעשמיסענעם
גרויסען אינגעל. און אַז זי דערפיהלט אין זיך די דאָזיגע ניט-
זעהר כּשרע רחמנות -- דערשרעקט זי זיך אליין,. װאָרים מיט
איהר עהרליכען װייבּערשען חוש פיהלט זי, אַז נאָר איין מריט טיילט
אָפּ אַזאַ מין מוטנע רחמנות פון שװאַרצע זינד,
און טאַקע אָט דער דאָזיגער שרעק, וועלכער חורט זיך אי-
בּער בּיי איהר די לעצטע װאָכען, ווען זי טראַכט וועגען מאַנסבי-
לען. טרייבּט זי אונטער צו שרײבּען פּאַנדרען א סך אָפּטערע בריווע"
לעך וי בּיז אַהער. דאָס איז אַ מין פאַרשטעלטע וידוי. דאָס איז
אַ סאָרט געהאַקטע באַנקעס, אָפּצוצאַפּען פון זיך אַליין דאָס אינער-
געקאָכטע טרפהנע בּלוט,
אין די דאָזיגע בּריוועלעך קלאָגט זִי זיך פאַרשטעלטערהיט,
אַז איהר איז שלעכט. זעהר שלעכט. אַז איין גאָט זאָל איהר העלפען.
נאָר װאָס פאַר אַ מין שלעכטס דאָס איז און פון װאָס דער אויבּער-
שטער זאָל איהר אַרוסהעלפען -- דאָס שרייבּט זי ניט. און פּאַנדדע
פאַרשטעהט טאַקע ניט, װאָס זי מיינט צו זאָגען, ער פערשטעהט ניט
דעם עיקר. און ענטפערט גאָרניט צו דער זאַך. וועגען אַלץ אין דעף
וועלט ענטפערט ער איהר, נאָר ניט מכּוח ד עם.
און אָט אפילו אַצינד, ווען זי קומט אויסגיסען דאָס האַרץ אין
אַ בּריוועל, פאַרענטפערען זיך פּאַנדרען פאַר איהרע בּייזע מחשבות,
האָט זי אויך קיין מנוחה ניט, אינם שקאָלניק בּאַמערקט זי די זעל"
224
.בּע סמנים פון טשאַד און פיהלט צו איהם די זעלבע פארדעכטיגע
רחמנות. הען, װי ער כראַבּרעט זיך דאָס, דאָס הענדעל.;
9 שרייבּט בּעסער קיין יעקאַטערינאָסלאָו?
-- הער, -- שמייכעלט זי צו איהם וי אַן עלטערש שװועסטער.
נאָר וי אויף צו-להכעיס קומט ביי איהר דאָס שמייכעלע אַרױס
אַ שעלמישער -- שרייבּ מיר היינט צו מיין נחן עפּעס.. רעכטט,
דערצעהלען דאַרף מען קיינעם ניט. װעסט ניט דערצעהלען?
-- גיין. -- שאַקעלט דעם נייעם-נגידס בּחורל מיטן קאָפּ און
ווערט רויט. ער פיהלט זיך אָבּער װוי אַ שטיקעל העלד אין אַ ליבּע-
ראָמאַן,. װאָס די שוועסטער זיינע, די , ציגיי, לייענט שטילערהייט,
עס נאָגט איהם בּיים האַרצען, װאָס ער איז נאָך אַ אינגעל און נייגש-
ריג איז ער אויך.
מערע האָט זיך שוין אינגאַנצען אָפּנעװעהנט צו שריבּען, װי
די שטובּ געהט אונטער. װי די מאַמע שטעהט אַ גאַנצינקען טאָג
בּיי אַ טישעל אין מאַרק און לייזט גאָרנישט; אַז ס'איז שוין מעהף
ניטאָ בּיי וועמען צו לייהען און װאָס צו פאַרקויפען פון דער בּאַלש-
בּאַטישקײיט איז שוין אויך מעהר ניטאָ. דער עיקר איז דאָך ניט
ד אָס. דער עיקר איז, אַז אַ פייער בּרענט אין איהף. אַ ניט-גוטעף
ווילדעוועט אין איהר. אָבּער נח װעט דאָך סיי װי סיי ניט פערשטעהן,
זי שעמט זיך פאַר די הייסע ווערטער, װאָס בּרויזען איהר אין
קאָפּ. זי זוכט אַ פּאַסיגען לשון, כּדי ניט אַרױסרעדען זיך, וי
אַ שיכורע גויע, פאַר אַזאַ בר-מצוה-שנעק,
--- איז שוייבּ! --- מאַכט זי צום נייעם-נגידס שקאָלניק און
פאַררויטעלט זיך נאָך איידער זי זאָגט אַרױס איין װאָרט,
דאָס אינגעל טונקט אונגעדולדיג אין טינטער און מאַכט אַן
אָנשטעל פון אַ דערװאַקסענעם, װאָס דערזעהט אומגעריכט, װי וויי-
בּער בּאָדען זיך און קוקט בּרייטהאַרציג אַװעק אין אַן אַנדעף
זייט,
--- שרייבּ איהם, --- אַזױ רעדט מערע קוים אַרױס -- שרייפ
איהם אַזוֹ: , מיין טייערער מאַן, נח-לעבּען ע... ע... װאָס מאַכסטו?
און אוף;. געשריבּען? אַז איך דערמאָן מיך, אַז מיר האָבּען זיך צו-
שיידט אַזוֹי גיך נאָך דער חתונה, אַזױ גיסען זיך מיר פּלוטיגש
225
צוריק פון אַסטראָג (15)
טרערען פון די אויגען. אַצינד, אַז איך ווייס. אַז דו דאַרפסט שויף
בּאַלד קומען אַהיים, קען איך זיך שוין גאָר ניט דערװאַרטען. ניט
דערװאַרטען... און און... ס'איז מיר שלעכט, אַז איך קען דיר גאָר
ניט אַרױסזאָגען. די מאַמע איז אַ גאַנצינקען טאָג אויפן מאַרק און
איך געפין זיך מעהר קיין אָרט ניט. דאָס עסען געהט מיר ניט
איין. און װוי איך גיב + קוק.. אַ קוק.: שרייב, וי איך גיבּ אַ קוק
אויף דעם בּעט וואו דו בּיסט געשלאָפען, אַזױ הױיבּען מיר אָן צו
חלשען די הענט, און װוי עס קומט די נאַכט אַזױ... אַזױ שלאָף איך ניט.
עס וואַרפט מיר אין היץ און קעלט. און גאָט זאָל געבּען דו זאָלסט
שוין װאָס גיכער קומען. װאָרים... װאָרים איך ווייס ניט װאָס פון
מיר וועט זיין אָהן דיר. מיין מאַן, און --
-- ניטאָ מעהר קיין אָרט אויף דער אָטקריטקע! -- אַזױ
רופט זיך אָפּ דער שקאָלע-בּחור און הױיבּט אויף צו מערען אַ כּאָר
בּלאָנדזשענדיגע אויגען.
--- מעהר ניטאָ? -- וואונדערט זיך מערע. זי איז וי אין
הינהער"-פּלעט, זי האָט נאָך גאָרניט געזאָגט און מען מוז שוין פאַר-
ענדיגען,
-- טו שרייב, --- זאָגט זי מיט אַ געפאַלענער שטים --- שרייבּ
נאָך צו מיט קליינינקע אותיותקעס: ,,פון מיר און פון מיין מאַמען
און פון דיין אינגעלע װאָס לעכצען נאָך דיר..." אַזױ שרייבּ נאָך
צויץ
עס ווערגט איהר אין האַלז. זי לאָזט אַראָפּ דעם קאָפּ און טרע-
רען קאַפּען איהר איבּער איהר קינד אין שויס. איהר אַהרט שוױן
אַצינד ניט װאָס דעם נייעם נגידס בּרימצוה-אינגעל זעהט און װאָס
ער קוקט זי אָן מיט דערשראָקענע און בּאַגײסטערטע אױיגען פון
אַ בּחורל, וועמען אַ פֿרױ האָט זיך בּאַוויזען אָדם-נאַקעט צום ער-
שטען מאָל אין זיין לעבּען.
2
ווען די גלוטען פון תּמוז זיינען שטאַרקער געװאָרען און די
פרעש האָבּען זיך. צושריען מיט שטאָלענע טרילען אין די פאַר"
226
נאַכטיגע זומפּען, ביים בּרעג אָזערע, האָט זיך נאָך שטאַרקער צו"
שריען דאָס בּלוט אין מערעס אָדערען. איהר האָט זיך געדאַכט, אַז
די פייערען פון תּמוז זיצען ביי איהר אינעוועניג אין לייבּ. די שטאָ-
לענע סטרונעס פון די פרעש קלינגען בּיי איהר אין די אויערען אין
נאָר זי אַליין הערט זי אַזױ שרייען.
האָט זי גענומען זוכען טרייסט, טרעפען און װעטען זיך מיט
זיך אַלײן. אויבּ ס'וועט דורכפאָהרען דורכן גאָס אַ רויטער פערד,
װועט נח קומען אינמיטען חודש אָב, אַזױ װי ער בּאַדאַרף צו קומען.
און אויבּ אַ שװאַרצער פערד ועט אַנפאָהרען -- דאַמאָלסט, דאַ-
מאָלסט... זי װויל גאָר ניט קלערען װאָס דאַמאָלסט װעט זיין. דאַי
מאָלט װועט זי מעהר ניט אויסהאַלטען.
די בּלויע קאָרטען-טרעפערקע, מיט איהרע וװיינפּערלעך אוימן
שטערען און פּינטעלעך אויף איהר בלויען קליידעל. האָט זי צום
ערשטען מאָל אָנגערעדט צו וארפען-קאָרטען און , טרעפען. נאָר
די סומאַטאָכע פון אַנשעל פּאַראָמשציקס טויט האָט דאָס איבּערגע"
ריסען אין רעכטען מיטען. פון דאַמאָלסט אָן איז מערע צורייצט װי
פון ניט אַן ערפילטער גלוסטעניש. צו דער בּלויער קאָרטען-װאַר*
פערקע געהט זי ניט מעהר, יענע איז עפּעס צו קלוג. ווינקט צופיל
-מיט די אויגעלעך, טשמאָקעט צופיל מיט די ליפּעלעך. זי קען נאָך
אַרױסבּאַלעבּאָטשען דאָס, װאָס בּיי מערען איז פאַרשטעקט אין טי
פען האַרצען. דערנאָך װעט זי דאָס דערצעהלען טעמען, און טעמע
וועט דערצעהלען אַנדערע װײיבּער בּיים דניעפּער. אָט צו , זנאַכערס
װאָלט זי יאָ געגאַנגען, צו ציגיינערס, צו גוטע-אידען. נאָר זי שעמט
זיך נאָכצופרעגען אויף זיי. װאָרים וי זי הױיבּט אָן צו רעדען מכּוח
דעם, אַזױ דאַכט זיך איהר, אַז אַלע קוקען אויף איהר מיט קעצישע
אויגען, ווייסען פאַרװאָס עס וילט זיך איהר טרעפען אַז מיינען
מיינט זי דעם מאַן איהרען, אויסלויטערען איהרע שלעכטע מחשבות..
אַזױ געהט זי אום און שטיקט זיך צווישען די מאַנסבילען ביים
ברעה טייך. פון זונדעלס הייזקע צום פּאַרעכאָד און פון פּאַרעכאָד
צו זונדעלס הייזקע. נאָר איהר קינד ראַטװעט זי. זי האַלט עס שטאַרק
אַרומגענומען, װי אַ מענש. װאָס טרינקט זיך און כאַפּט זיך אָן
=
אַ שטרויעלע, אַ טייערע שטרויעלע. אַ ליבּינקע שטרויעלע.
221
איינמאָל דערהערט זי עפּעס רעדען פון אַ תּנכ'ניק און דערמאָנט .
זיך, אַז אין עק שקלאָוו, בּיי די אָרשער בּרעמלעך, וואוינט אַ קורצינ-
קער אידעלע, װאָס מישט אויף אַ תּנכ'ל און טרעפט. און עס לויפען צו
איהם אָרימע פּיטערע הערצער, פאַרזעסענע מיאוסע דינסטמיידלעך;
פאַרנאַכט קומען זיי צו איחם צוגעהן, פאַרװיקעלט אין פאַטשײלעס,
כּדי קיינער זאָל זיי ניט דערקענען. מען לעגט איהם אַװעק אַ פּיאַ-
טאַקעל אויפן טיש און ער נעמט צו שטילינקערהייט, שטעקט
אַריין אַ בּיינערנע טייטעל אין פאַרמאַכטען תּנכ'ל און מאַכט אויף,
פּאַר װײיבּער מישען זיך בּיי איהם שטענדיג אויף ווייבערישע סדרות
מיט וייבּערשע נעמען און פאַר מאַנסבּיל -- מאַנסבילשע סדרות
מיט מאַנסבּילשע נעמען. לייענט ער איבּער אַן אויפגעמישטען פּסוק
און טייטשט און טרעפט, װאָס עס איז געווען און װאָס עס װע ט
זייך;, | |
און נאָך אין דעמזעלבען פאַרנאַכט, ווען סענדעריכע איז גע-
קומען פון מאַרק, לאָזט איבער מערע דאָס קינד אויף דער באָבּעס
הענט מיט אַ מינע פון אַ מענשען, װאָס האָט פאַרגעסען עפעס
אַ זעהר נויטיגע זאַך. און אַלײן לאָזט זי זיך לויפען אין עק
שטאָט,, זי איז פאַרװויקעלט אין איהר שטוב-פאַטשײלע וי אַ דינסט-
מיידעל. זי קוקט זיך אַרום וי אַ גנב, און אין האַנט האַלט זי גרייט
אַן אָנגעװאַרימטען אָפּנעשפּאָרטען קופּערנעם פּיאַטאַקעל, אַזױ פאָר-
שלייערט און צושראָקען לאָזט זי זיך אַריין צום תּנכ'גיק אין הייזעלע,
דער קורצינקער תּנכ'ניקעל האָט בּלויע טרויעריגע אויגען אוך
אַ גרויסען בּולטן שטערען, װאָס פאָהרט ביי איהם אַרױס אונטער
דער זיידענער יאַרמעלקע. ער נעמט מערען אויף מיט אַ טרויערי"
גער פריינטליכּקייט און מיט אַ שטילינקען קאָפּישאַקלען און מיט
אַ שמייכעלע, וי איינער זאָגט: , קוים דערמאָנט זיך אויף מיר?,
שוין לאַנג געדאַרפט לומען..""
מערען פאַרקוועטשט דאָס האַרץ, זי זעצט זיך און פאַרגעסט
אַװעקצולעגען דעם פּיאַטאַקעל אויפן טיש. ביי דינסט-מיידלעך איז
זיך דער תּנכ'ניק נוחג פריהער צו נעמען דעם פּיאַטאַקעל און ערשט
דערנאָך , טרעפען". נאָר ניטאָ קיין סודות אין שקלאָוו. דער תּנכיניק
דערקענט מיט זיינע געניטע אויגען, מיט וועמען ער האָט דאָ צו
228
טאָן. אַ בּיטער האַרץ, נאָר אַ שטאָלצע, סענדערס טאָכטער... האָט
ער גאָר ניט געזאָגט, נאָר פאַרריכט דאָס זיידענע יאַרמעלקעלע אויפן
ווייסן בּולטן שטערען און פון אונטער אַ טישטוכעל, וי אַ חלה נאָך
קידוש, אַרױסגעצױגען אַן אַלטען תּנכ'ל, אַ פאַרשמאָלצעװעטען, אין
לעדער-געבּונדען. אַ פלאַכען טייטעל פון הירשבּיין האָט ער אַ הויב
געטאָן, וי גאָר אַ הויכער סאָרט קלעזמער זיין סמיטשיק: אַרײינגע-
טראָפען מיטן שפּיץ צווישען די פאַרמאַכטע בּלעטער פון ספר'ל און
אויפגעמאַכט, יי
און גאָט האָט געהאָלפען און עס האָט זיך אויפגעמישט, ניט
קיין אַנדערע װי די דרייטיגסטע פּרשה אין חומש בראשית, אין דער
סדרה גדיצא". אַ ווייבּערשע, ניט קיין מאַנסבּילשע פּרשהלע,
און דער תנכ'ניקעל, מיט זיין שטילען פאַרטראַכטען קול, האָט
גענומען לייענען די פּרשהלע, פּעױלען יעדעס װאָרט, איינטייטשען
אויף זיין שטייגער און טרעפען װאָס עס איז געווען און װאָס עס
װ' עט זיףא -
-- עותרא רחל.. און רחל האָט דערזעהן. ,ותרא!' איז אויך
פון לשון: זי האָט מורא געהאַט., איך זעה אַ גרויסען שרעק, אַ שרעק
פאַר אַ. שרפה, װאָס האָט צושטערט דעם שלום פון הוי..,
-- אַ שרפה.. אַן אמת:. --- זאָגט נאָר מערע און צאַפּעלט זיך
אונטער איהר פאַטשײילע. שלוכצען שטיקען זי, װי אַ פרומען אידען
אונטערן טלית, בּשעת שופר-בּלאָזען,
-- הכא לי בּנים! -- לײענט ווייטער דער תּנכ'ניקעל מיט
אַ קוועטש אויפן סוף װאָרט ;נים". איך זעה אַ שלאָס-מם..
אַן אָסטראָג, ניט פאַר קיין אידען געדאַכט! אַ בלבּול און אַן אָסטראָג
און... און אַ קינד ווערט געבּוירען,
|=-- יאָ, יאָג --- וויינט מערע אונטער דער פאַטשײלע,
-- און איך זעה וייטער ,ואם אֵַין מתה אנכי", איז דער
טייטש: אַז ניט שטאַרבּ איך... איהר גאַרט און לעכצט נאָך איער
ליבּען מאַן און װילט שטאַרבען.. | |
מערע זאָגט שוין מעהר ניט נאָך. אַ שלוכץ רייסט זיך אַרױס
פון איהר אַראָפּגעפאַלענער פאַטשיילע,
דערזעהט דער תּנכציקעל, אַז ער האָט שוין צו שטאַרק צו"
229
נומען דאָס הויכע שטאָלצע װײבּעל, צושאָקעלט ער זיך וי אַ מגיד,
איבּער דעם הייליגען ספרל און צוטרייסט זיך װי אליהו הנביא:
-- שטעהט אָבּער אַבּיסעלע ווייטער: ,ויבא אליה'.. און ער
איז צו איהר געקומען. און די פּרשה איז פרשה , למד". למד --
:איז דרייסיג, אין א , מאָנאָט!" אָרום װעט אייער ליבער מאַן קומען
צו אייך אוֹן איהר װעט פאַרגעסען אַל-דאָס בּייז און װועט נאָך האָבּען
נחת פון קינדער בּיז הונדערט און צװאַנציג יאָהר. אָמן.. דאָס
קאָסט פינף קאָפּיקעס!
מערע שווייגט. זי איז אַזױ פערשיכּורט פון די זיסע טרייסט"
רייד, װאָס גיסען זיך אויף איהר וי אַ וואַרימער שפּרײי-רעגענדעל,
זי איז אַזױ פאַרטאָן מיט זיך און מיט איהר מאַן, אַז זי הערט אפילן
ניט װי דער תּנכ'נקעל האָט מפסיק געווען, צוגעמאַכט דאָס ספרל,
אַ קוש געטאָן די שפּיצען פינגער און פאַרלאַנגט זיין פּיאַטאַקעל.
אַלץ האָט זיך בּיי איהר צוזאַמענגעגאָסען אין איין טרייסט. האַ?
פינף קאָפּיקעס? אָט! אַ דאַנק. אַ דאַנקײ.
מערע איז אַרױסגעלאָפען פון דעם תּנכ'ניקס הייזקע װוי פוך
אַ שװיצבּאָד,. ס'איז שוין געווען פינסטערלעך אויף דער גאַס. זי איז
האַסטיג געלאָפּען צוריק אַהײם, צום קינד. אוף! געװאָדען לייכטער
צו לעבּען אויף דער וועלט,
פון איהרע גיכע טויט האָט זיך צופלאַטערט איהר שטוב-
פאַטשײילע. אַהער-געפלויגען איז זי װוי אַ פאַרחושכטע פויגעל מיט
אויסגעפליקטע פעדערן. אַצינד שפּראָצען שוין איהר נייע פליגלען
הינטער די פלייצעס... געלױיבּט איז גאָט. , למדיי איז דרייסיג, דרייי
סיג טעג.
זי האָט גענומען צעהלען, גאַרען. שווער, װי ניט-גלייכע און
ניט-קיילעכדיגע בוי-שטיינער האָבּען זיך געקייקעלט די טעג און
האָבּען זיך בּשום אופן ניט געװאָלט צוזאַמענשטעלען אין איין װאַנט,
אין איין זיכערען בּנין. משונה-ווילד האָבּען זיך געהויפט די פאַר-
גאַנגענע טעג און נעכט. און די קומענדיגע זיינען נאָך געווען ווייט,
דער דייטשמערישער {,,מאָנאַטײ, װאָס דער תּנכ'ניק האָט געזאָגט,
האָט ביי איהר געקלונגען אין די אויערען מיט אַ באַזונדער קלאַנג,
230
ווען ער װאָלט געזאָגט ,, חודש"', װאָלט דאָס געווען אַ אידישער
חודש. אַכט און צװאַנציג טעג. ער האָט אָבּער געזאָגט.. אַ מאָנאַט.
דרייסיג טעג, אין פּינטעל אַריין. על פּי חשבון האָט דאָס טאַקע גע"
שטימט. געווען איז זי בּיים תּנכניק אינמיטען תּמוז און נח דאַרף
טאַקע אַרוֹיסקומען פון אָסטראָג בּערך אינמיטען חודש אָב. היינט
װאָס-זשע האָט דאָ דער תּנכניק אויפגעטאָן? ער האָט אָבּער געזאָגט
, מאָנאַט!, פּונקט דרייסיג טעג. מסתמא אויף געװיס. נחס בּריף
זיינען אַפילו געווען ניט קלאָר. ער אַליין האָט נאָך ניט געוואוסט וואו
ער האַלט מיטן , זיצען". שווער צו דערגעהן אַ טאָלק ביי פאָניע-
גנב אין קאַנצעלאָריע, מען סטאַרעט זיך יאָ פאַר איהם... מערע האָט
איהם אָבּער געטרייסט: ז י ווייסט אויף געוויס.
נאָר װאָס נעהנטער עס איז געקומען צום סוף פון , מאָנאַט",
אַלץ אונרוהיגער איז זי געװאָרען, אַלץ אונזיכערער. אױבּ דער
תּנכניק האָט זי אָפּנענאַרט, װועט זי צו איהם אַריינלויפען אין שטובּ,
פאַרנאַכטליך, בּשעת ער דרש'נט פון חומש פאַר פאַרזעסענע דינסט-
מיידלעך, אַלע װויסטע חלומות װעט זי אױסלאָזען צו זיין קאָפּ און
צו זיין זיידענער יאַרמעלקע.
זי איז אומגעגאַנגען מיט אַ געשפּאַנטען פּנים פון אַ מעבשען,
וועמען עס טוען וועה די ציינער און שעמט זיך צו קרעכצען. טאַ-
מער װעט מען זאָגען... אַז איהם טוען וועה די ציינער. זי האָט
קיינעם ניט געקענט קוקען אין די אויגען, װי זי װאָלט זיך בּאַנאַי
רישט און געטאָן אַ פאַלשען נדר. יעדער איבעריגער װאָרט צו איהר
האָט איהר עה געטאָן, װי מען װאָלט איהר בּאַריהרט אַן אָפענע
וואונד, קיינער האָט ניט געטאָרט פרעגען װען נח װעט צוריק"
קומען, זי פלעגט שווייגען אָדער ענטפערן בּייז, װי פאַר אַ בּאַהאַל-
טענער בּאַליידיגונג. אַפילו די מאַמעלע איהרע. סענדעריכע, אָט דאָס
דאַרע-קישקעלע אָנגעפילט מיט טרוקענע צרות, האָט אויך מורא
געהאַט צו רעדען מיט איהר אַ װאָרט. זי האָט געפיהלט װאָ ס
דער טאָכטער טוט אַזױ וועה. אויף די שפּיצען פינגער איז זי
אַרומגעגאַנגען אין שטובּ. אַלץ פאַרשוויגען איהר,
אָבּער אויך זי האָט ניט אױיסגעהאַלטען:
231
-- װאָס װאַרפסטו זיך. װאָס! -- האָט זי איינמאָל אַרױסגע-
פּלאַצט, קומענדיג אַן אָנגעהאָרעװעטע און אויסגעהונגערטע פון
מאַרק --- גענוג צו װאַרפען זיך! װעסט גאַנץ זיין. געה בּעסער אַרײן
צו חישין דעם דאָקטאָר, װעט ער דיד עפּעס געבּען צום אייננעמעף
בּיים דאָקטאָר
4
ניט אַלע טעג זענען גלייך אין זייער אומרוחיגקייט, און ניט
אַלע נעכט בּרענען מיט זייער שװאַרצען פייער דאָס לייבּ. נאָה די
לעצטע פּאָר װאָכען, פאַר פּאַנדרעס צוריק-קומען װאַרפט זיך מע-
רע אין די הייסע נעכט פון חודש אָב, וי אַן אָנגעטראָטענע שלאַנג,
װוי אַ יונגע װאָלפיכע, װאָס האָט אַ לאַפּע פאַרקלעמט אין אַן איי-
זערנער פּאַסטקע... זי האָט אינגאַנצען אויפגעהערט צו שלאָפען
איז סענדעריכע שטאַרקער צוגעשטאַנען צו איהר טאָכטער,
זי זאָל אַריין צום דאָקטאָר, ער זאָל איהר עפּעס געבען , צום אילן-
נעמען". זי האָט זיך, אַזױ צו זאָגען, איינגעגעסען אין איהר, פיז
מערע האָט נאָכגעגעבען
װאָס אמת איז אמת. זינט חישין דער דאָקטאָר, דער אַלטער
בּחור, האָט צוריק געפונען זיין פערד, װאָס קאָפּעל---זונדעלס בנאָק,
האָט בּיי איהם אַװעקגעגנבעט און זינט ער האָט צוריקגענומען אַרומ-
פאָהרען אין זיין נײי-איבּערגעלאַקטער קאָליאַסקע, אַזױי איז ער צן-
ריק אַריין אין פּאַטשאָט אין גאַנץ שקלאָוו. און אַז ס'איז געקומען
צו װיבּאָרעס האָט מען איה ם אױיסגעקליבען פאַר א קאַיאָנעם
ראַכּינער. איהם און ניט קראָל דעם בעל-גאוה, דעם צוייטען
שטאָטישען דאַקטאָר,
זינט דעם איז חישין נאָך פריינטליכער געװאָרען צום פּראָס-
טען עולם. ער האָט זעהר גוט געוואוסט, אַז דאָס האָט ער זי צו
233
פאַרדאַנקען פאַר אַזוֹי פיל ווייסע , גאַלקעס?*) האָט ער פון אָרי-
מע פּאַציענטען, װאָס קומען צו איהם, אָנגעהױבּען נעמען ניט מעהר'
װי אַ גילדען. דאָס זעלבּע װאָס דער שטאָט-פערשעל נעמט. אַמאָט
דאָס אויך ניט. שלאָגט מען איהם אָפּ, פון דאַמאָלסט אָן, אַלע טי
רען. און קראָל זיין קאָנקורענט עסט קעסט בי זיין רייכער מיאו"
סער וייבּ. מיט וועלכער ער האָט חתונה געהאָט צוליב נדן אך
ווערט צופּלאַצט,
איינגעוויקעלט איבּערן קאָפּ אין איהר גרויער שטוב-פאַטשײ-
לע, וי אַ זינדיגע נשמה, האָט זיך מערע אינמאָל פאַרנאַכט אויס-
געקליבּען געהן צו דאָקטאָר חישין,
זי איז געגאַנגען שעמעוודיג און פרעסטלענדיג וי צו דער
חופּה. װאָרים זי און סענדעריכע, איהר מאַמעלע, ווייסען דאָך זעהף
גוט, אַז די בּעסטע רפואה װאָלט געווען -- נח זאָל צודיקקומען..
נאָר בּיי איהר, אַזױ וי בּיי דער מאַמען, איז דאָס געווען אַ מין אָפּ"
גערעדטער ליגען: חישין דער דאָקטאָר װעט עפּעס געבּען , צום
אייננעמען".
און בּשעת מערע איז פאַרנאַכטליך, איינגעבּויגענערהייט, אַריין
צום דאָקטאָר אין שטובּ, איז שוין בּיי איהם, אין פאָדער-קאַמער,
געזעסען די לעצטע פּאַציענטקע. אַ דיקע צושוואומענע אידענע. מיט
אַ געלבּליכען פּנים און מיט לעבּעדיגע אויגען, װאָס האָט איהר
אַ בּיסעל דערמאַנט די קאָרטען-װאַרפערקע בּיים פּאַרעכאָד. -
-- רבּונוישל-עולם!.. -- האָט יענע גענומען זיפצען וי נאָר
מערע איז אַרײן.
און אַז מערע האָט זיך, פאַרוקט אין אַ ווינקעל. אַװעקגע-
זעצט ואַרטען, האָט די אידענע אָנגעהױבּען ווינקען מיט איהרע
לעבּעדיגע אויגען אויף דער צוגעמאַכטער טיר פון דאָקטאָרס קאַ-
בּינעט:
- רבּנות פּראַװעט ער דאָרטען היינט, צי װאָס? מען װאַרט
*) די װייסע הילצערנע גאַלקעס, אָדער קייקלעך, זײנען בּיי די װאֵה-
לען פ אַר, אוּן די שװאַרצע -- גע גע (.
וי
234
און מען װאַרט, מען װאַרט און מען װאַרט. אַ חלשות געהט אונ"
טער, און און און -- |
מערע האָט נאָר אַרױסגערוקט די נאָז פון פאַטשײלע און גע"
שוויגען, זי האָט קלאָר געזעהן, אַז די יענטעװאַטע אידענע נודיעט
זיך און חלשט פאַרטרייבּען די צייט מיט אַ קאַפּעלע רכילות,
נאָר די יענטע האָט זי ניט אָפּגעלאָזט. געמאַכט אַן אָנשטעל
אַז מערע, און ניט זי, האַלט אין איין רעדען, און זי װיל אױך
אַרײנשטעלען א װאָרט;
--- האָט קיין פאַראיבּעל ניט װאָס איך פאַל אייך אַריין אין די
רייד... װאָס פאַר אַ , בּאַלעזיי (קרענק) האָט איהר?
--- כ'ווייס?.. --- מאַכט מערע -- און בּאַהאַלט דאָס אַרױסגע-
שטעקט שטיקעל פּנים אין פאַטשיילע.
-- כּלוט און מילך! -- רעדט ווייטער די יענטע און בּאַטראַכט
מערען פון קאָפּ בּיז די פיס --- כ'מיין, װאָס קען אייך פעהלעל
זאָל דאָס אַלע אידישע טעכטער פעהלעף מסתמא.. װערט דאָס אָנ-
גערופען... אויף דער צייט!.. װאָס האָט איהר געזאָגט?
מערע האָט געשוויגען; |
-- אָך--כאַ! אויף מיר געזאָגט געװאָרען. -- מאַכט די אי-
דענע און פּאָסמאַקעװעט זיך מיט איהרע אייגענע , בּאַלעזען"' --
בּיי מיר, בּרוך-השם, איז וואו איהר גיט אַ נעם און װוי איהר טוט
אַ טאַפּ, און וי איהר גיט אַ ריהר און וי איהר טוט אַ קוק איז,
איז. איז -- |
דעם דאָקטאָרס קאַבּינעט האָט זיך פּלוצלינג געגעגען אַ מאַך
אויף און פון דער געעפענטער טיר האָט זיך שטיל, װי אין פאַנ-
טאָפליעס, אַרױסגעמאַכט אַ הויכע ווייבּערשע פיגור מיט שענע קייי
לעכדיגע היפטען, װאָס וויגען זיך בּיים געהן. דער קאָפּ אַרומגע-
וויקעלט אין אַ שטובּ-פאַטשײלע, אַזױ װי מערע. די פיגור אין
מערען אויסגעקומען באַקאַנט. זי װאָלט שווערען װאָלט זי. אַז
ס'איז מושע, זונדעל גאָטס-גנבס טאָכטער, קאָפּעלס שװועסטער. יאָ,
אָט האָט זי אַפילו אַ שלוקערץ געטאָן. הייסט עס, אַז ס'איז צוריק
געװאָרען שלום, צווישען איהר און דעם דאָקטאָר. קאָפּעל איהר טיי-
ערער ברודער, האָט דאָך אָפּגעטאָן אַ מעשה מיטן דאָקטאָרס פערד
235
און שליטען. און מ'האָט זיך צוקריגט.. אַצינד האָט זי שוין, אַ פּנים,
מוחל געווען װאָס חישין האָט קאָפּלען פאַרשיקט קיין , סימבּיר!!. ער
היילט זי שוין ווייטער פון איהר שלוקערץ און לאָזט נישקשהדיג
װאַרטען זיינע אַנדערע פּאַציענטען.
מושע האָט. קענטיג, דערפיהלט, אַז מען באַטראַכט זי שאַרף,
װאָרים זי האָט זיך אומגעדרעהט און פון דער פאַטשײילע אַרױס-
גערוקט אַ שטיקעל שטערען אַ פּאַר מאַטע אוגען. פליישיגע
ליפּען און דערזעהן אַ פּאָר אַנדערע נייגעריגע אויגען, גוט- באַ-
קאַנטע קאַרע אויגען.
אַ רגע'לע האָט זיך מערע און מושע אָנגעקוקט פון אונטער
די שטובּ-טיכער. מושעס קוק האָט געבּליאַסקעט מיט בּאַהאַלטע-
נער אייפערזוכט. זי איז געווען זיכער, אַז אַלע יונגע װײיבּלעך גע-
הען אַהער צוליבּ דער זעלבּער זאַך װוי זי. בּפרט נאָך אַזאַ שטרויע-
נע אלמנה וי מערע פּאַנדרעס,
,דו אויך דאָ, כּשרע נשמה מיינע??י אַזױ האָבּען איהרע אויגען
געפרעגט, |
מערעס וויעס האָבּען אַבּיסעל גענומען ציטערען פון אַזאַ אוג"
פאַרשעמטקייט. אָבּער בּאַלד אין איהר קוק האַרט געװאָרען. איה"
רע אָפענע הייסע אויגען האָבּען שפּאָטיש אָפּגעענטפערט: , האָבּ
נאָר קיין מורא ניט, כ'וועל דיר דיין מציאה ניט אױסכאַפּען!..."
מושע האָט אַזאַ קוק ניט אױסגעהאַלטען. זי האָט זיך גיך
פאַרשלײיערט אין איהר פאַטשיילע און אַרױיסגעשװאומען אויף די
ציפּקעלעך, וויגענדיג מיט איהרע שענע היפטען
די יענטעװאַטע אידענע, װאָס האָט זיך זשעדנע צוגעקוקט צו
דער שטומער סצענע, האָט אַצינד אינגאַנצען פאַרגעסען אויף אַלע
איהרע ,, בּאָלעזען!, אַ װאָרף געטאָן בּיידע קוקערלעך פון די שמאַל-
ציגע גריבּעלעך, בּאַלעקט זיך און שוין געהאַט בּדעה אָנצוהױבּען
רכילותן מיט גאָר אַ נייער פרישקייט. נאָר ס'אין געשעהן אַ נס,
דעם דאַקטאָרס קורנאָסע שטובּ-שיקסע, אין אַ ווייסען פאַרטוך,. האָט
די יענטע אַ רוף געטאָן אין קאַבּינעט. מערע האָט לײיכטער אַפּ-
געאָטעמט און געבּליבּען זיצען אין ווינקעל איינע אַלין, פאַרװוי-
קעלט וי אַ בעל-תּשובהטע אין איהר גרויער שטובּיפאַטשײלע.
236
62
די אויפגעעפענט און פאַרמאַכטע טיר פון דאָקטאָרס קאַבּי-
נעט האָט אויף איהר אַן אָטעם-געטאָן מיט דעם בּאַזונדערען גע-
מישטען ריח פון קליינשטעטעלדיגער דאַקטאָריע. מיטן פאַרעלטער-
טען גערוך פון יאָדאָפּאָרם, װאַלעריאַנקע און שלעכטע ציין, אין
איהר געדריקטען געמיט איז איהר אונטערגעגאַנגען אַ ניט-גוטקייט
פון דעם דאָזיגען ריח, װוי אַמאָל, בּשעת טראָגען איהר קינד, אין די
ערשטע חדשים,,
זיצט זי אַזױ אין דער פאַרגאַכטליכער האַלבּיטונקעלקייט און
הערט הינטער דער װײיס-אָפּגעפאַרבּטען, הילצערנעם טירעל פון
קאַבּינעט יעדעס װאָרט, װאָס דער דאָקטאָר רעדט צו זיין פּאַציענט-
קע און אַלץ װאָס די יענטע רעדט אין איהם אַרֹין. וואונדערט זיך
מערע װאָס פריהער, כשעף מושע"זונדעלס איז דאָרט געועזען,
האָט מען קיין פּיפס ניט געהערט. מסתּמא זענען חישין און זונ-
דעלס טאָכטער געווען אַ ביסעלץ ווייטער פון קאַבּינעט... אפשף
גאָר אין שלאָפצימער.
דער װאָרעם וועלכער טאָרעט מערען אין די נעכט, כאַפּט זיך
אויף. און עפּעס אַן אונבאַקאַנטע אומרייגע קנאה צינדט זיך אין
איהר אָן. װי איבּערגװאַלד קריכען איהר אין קאָפּ געדאַנקען, אַז
מושע, אָט די אָפּגעפּאַהרענע קראַסאַװיצע, מיט איהרע קיילעכדיגע
היפטען און פוסטע אויגען איז פ ר יי. װאָס זי װויל טוט זי... וויט
זי. היילט זי זיך בּיים דאָקטאָר אין שלאָפצימער: מאַכט זיך ניט
קיין צימעס פון דעם װאָס לייט זאָגען. זאָלען זיי זאָגעף זי איז זיב"
דעלס אַ טאָכטער און שפּייט אויף אַלע שענש לייט,,
מערע האָט זיך אַלײן געכאַפּט יי אָט די דאָזיגע מחשבות.
און מיט אַ זיסען שוידער פּאָרגעשטעלט זיך, אַז דער דאָקטאָה
חישין, אָט דער הויכער פאַרזעטענער בּחור. מיט דעם שװאַרצען
בּערדעלע און מיט דער געלבליכער בּלאַסקײט פון איידעלען פּנים,
וועט איהר אפשר הייסען אױסטאָן זיך. ער מחז זי דאָך אויס-
הערען... | |
כּדי צו פאַרטרײבּען דעם מאָדנעם שוידער און די ניט-כּשרע
231
מחשבות בּאַמיהט זי זיך אונטערצוהערען װי די יענטע טענהט זיך
אויס מיטן דאָקטאָר,
דעם דאָקטאָרס קול, געלאַסען און וייך:
-- איז , פּאַזשאַלעסטע?, זיצט רוהיג און דערצעהלט װאָס עס
טוט אייך ועה!
דער יענטעס קול, פאַרהאַװעט און פאַרזיפצט:
--- אַך, גאָספּאָדין דאָקטאָר, פרעגט בּעסער װאָס עס טוט מיר
נ יט װעה! די פיס ציטערען מיר און די הענט טרייסלען זיך מיר. אין
די אויערען זשומעט מיר, אין בּויך בּורטשעט מיר טאָג און נאַכט, און
אונטער דער לעפעלע זויגט מיר. און דאָ, הינטערן רעכטען אוער
האָט איך שוין אַ ,, גוזיי. און אַליין בּין איך, דאַכט מיר, אויך ניט
אין גאַנצען געזונט.. |
דערהערט זיך דעם דאָקטאָרס קול נאָך שטילער, נאָך וי"
כער, װוי ער װאָלט דערבּיי געשמייכעלט אין בּערדעל:
-- װאָס הייסט , איהר אַליין זענט אויך ניט אינגאַנצען
געזונט?
-- א י ה ר, דאָקטאָר, זאָלט ניט וויסעז, היינט וי אַזױ זאָל
איך וויסען? אויף דעם שקלאָווער , פערשעלייי אָט דעם שװאַרצען
,מורזע"", און אוֹיף דצָקטױרים געזאָגט געװאָרען, װי איך וס
װאָס מיט מיר טוט זיך. זאָל מען זיי שמירען אויף ווייסע חלה אַלע
, מאַשצען" (זאַלבּען) װאָס זי פאַרשרײבּען מיר. העלפען העלפט
דאָס מיר װי אַ טויטען בּאַנקעס.
--- װאָס טויג אייך שילטען דאָקטוירים? דערצעהלט בּעסער
אַלץ פּאָדראָבּנע.
--- װאָס איז דאָ, בּרוך השם, װאָס צו דערצעהלען! אָט וי איך
שטעה אויף אינדערפריה, אַזױ הױבּט דאָס מיר אָן ניט פאַר
אייך געדאַכט, צו בּורטשען אָט דאָ אָ אונטערן בּויך: בּררר! בּררו יי
אַזױ וי זעלצערקע מיט מילך.. כאָטש זעלצער-װאַסער נעם אִיך
אין מויל ניט. זאַטשעם (דערנאָך) הױבּט דאָס אָן געהן אַרױף צו
דער פּאַטילניצע: וואו-או-או! וו-וו-וואוי?!.. אַ װאיעניש אין קאָפ
אַז עס ווערט מיר שװאַרץ פאַר די אויגען. אַזױ אַ גאַנצינקען טאָג
אָט זיץ איך דאָך און קוק אויף אייך, מיינט איהר דאָך, אַז איך זעה
238
אייך! אַלע דאָקט... מיינע שונאים, מיין איך, זאָלען אַזױ זעהען
וו איך זעה. דאַכט זיך װי קומט דער בּויך צו די אויגען?..
-- אָט דאָ טוט וועה?
-- װאָס דען? עס טוט ניט ועח?
-- דאָ אויך?
--- אפשר ניט? װאָס?
-- און וי איז אייער דופק?
-- אִי, דאָקטאָר לעבּען, אויף װאָס טויג אייך מיין דופק? קיין
קדחת, געלױיבּט דער אױבּערשטער, האָבּ איך ניט. טוט מיר, זייט
מוזל, בּעסער אַ טאַפּ אָט דאָ אונטערן אויג. אַ שטעכעניש! די או-
טערשטע בּרעם װאַרפט זיך מיר, װאַרפט זיך, װאַרפט זיך.,
-- לאָזט זשע אַ קוק טאָן. נעמט צו אייער האַנט! לאָזט!
-- אָסטראָזשנע, דאָקטאָר---קװיטשעט די יענטע הינטערן טיר
-- ס'איז דאָך אַן אוי-יג!
-- זיצט רוהיג! -- דערהערט זיך דעם דאָקטאָרס קול אַבּי-
סעל גערייצט --- ווער וועמען היילט? איך אייך, אָדער איהר מיך?
-- אַי, דאָקטאָר-לעבּען, איהר לאָזט דאָך גאָר דעם אָטעם
ניט כאַפּען, אַ װאָרט ניט אַרױסרײדען. װאָס יל איך דען? איך
וויל בּרילען! איך לייען נאָך. געלױיבּט דער אױבּערשטער, אָהן
בּרילען. נאָר זעהט האָט רחמנות! דערקװויקט מיין האַרץ! גיט מיר
עפּעס , צום אייננעמען??! װאָרים וואו איהר גיט אַ ריהר און וואו
איהר טוט אַ טאַפּ, און איהר גיט אַ פיהר, או:און-און -- --
3
דאָס אינטערעסאַנטע אונטערהאַלטונג הינטערן טיהרעל, צווי-
שען פּאַציענטקע און דאָקטאָר, האָט מערען אַבּיסעל צושטרויט. און
װוען ס'שיז געקומען איהר רייהע, די יענטע איז אַרױס און זי איז
אַרײין אין קאַבּינעט, איז זי געווען סך רוחיגער. קורץ און געלאַ-
סען האָט זי דערצעהלט װאָס מיט איהר איז, ווער זי איז, װוי שלעכט
זי שלאָפט ביינאַכט,
239
דער דאָקטאָר האָט זי בּאַטראַכט מיט יענער בּאַהאַלטענער
נייגעריגקייט פון אַ פאַרזעסענעם בּחור, בּשעת ער קומט אין דער
נאָהענטקײט פון אַ יונגער שטרויענער אלמנה, אונטער פיער אוי"
גען, קוים קוים, אין קרומליכען קוק, איז דאָס געווען צו בּאַמער-
קען און... מעהר גאָרניט,
מערע איז אָבּער די לעצטע צייט געווען געוואוינט צו אַ גאַנץ
אַנדערער אומרוהיגקייט, װאָס זי, מערע, רופט אַרױיס כּמעט בּיי אַלע
מאַנסבּילען צו וועלכע זי דערנעהנטערט זיך מיט איהר שלאַנקען
גוף, מיט איהר װאַרימען אָטעם. כּמעט אַלע זיי דערפיהלען גלייך
דעם פֿייער, וועלכער בּרענט זי אין די הייסע זומער-נעכט, דעם
בּאַזונדערען ריח פון איהר הויט. אַפילן דעם נייעם נגידס שקאָלע-
בּחור הױיבּט זיך אָן צו טאַפּען די נאָז און ציהען איין אויער... אויף
אַן עהנליכער מינע בּיים דאָקטאָר האָט זי אַצינד געװאַרט, װי
אַ פאַרטאַיעטע קלוגע חיה פון נאָרע אַרױס, און ניט דערװאַרט זיך.
דער דאָקטאָר איז געבּליבּען זעהר קיהל און זעהה לייטיש. גע"
שטעלט פראַגען. ער האָט אַפילו שיער-שיער איינמאָל ניט אַ געניץ
געטאָן. דער מויל האָט זיך איהם שוין געווען אויסגעקרימט. נאָר
ער האָט זיך פאַרכאַפּט. בּלויע קרוהעס זיינען איהם געשטאַנען
אונטער די אויגען, און אַ ווייכע מידקייט איז געווען אױסגעגאָסען
אויף זיין געלבּליכען איידעלען פּנים. ווייזט אויס פון צופיל אויס-
הערען מושען, זונדעלס טאָכטערי.
אַ װייבּערשער פאַרדראָס האָט זיך אין מערען אױפגעכאַפּט:
איז זי באמת מיאוסער פאַר אָט דער אָפּגעפאָהרענער לויפערקע
מיט די גראָבּע היפטען?.. אַצינד האָט זיך איהר אַליין פאַרגלוסט
אױסצופּרובען איהר בּאַהאַלטענע קראַפט. אָט װעלען מיר זעהן,
קלערט זי מיט אַ בּייזער שטיפערישקייט, אָט ועלען מיר אַצינד
זעהן װאָס ער װעט מי ר געבּען , צום אייננעמען יי
זי האָט אויסגעגלייכט איהר איינגעבּויגענע פּלײצע, געלאָזען
אַראָפּגליטשען די שטובּ-פאַטשײלע איבּער איהרע קיילעכדיגע אַקס-
לען.און אויפן גרונט פון דער פאַרנאַכטליכער טונקעלקייט אין קאַי
בּינעט און בּיי דער גרויער בּאַלײיכטונג פון פענסטער, איז אַרױס-
געשוואומען איהר לאַנגליכער בּלאַסער פּנים, די קאַרע הייסע אוי"
240
גען מיט דעם פאַרטאַיעטען טרויער פון אַ װאָלפיכע, װאָס האָט זיך
אָפּגעשלאָגען פון איהר סטאַדע און פאַרבּלאָנדוששט זיך,.. פון יש"
דען קעהר מיטן קאָפּ, פון יעדען בּויג מיטן אַקסעל, האָט אַ וועה-
געטאָן מיט דעם אינגעהאַלטענעם פייער אין די איינזאַמע זומער-
נעכט. |
--- וי געמיין איך בּין? -- טראַכט זי זיך דערבּיי -- נח זאָל
עס געווען וויסען!י.
און פונדעסטוועגען חנדעלט זי זיך ווייטער... און אַלץ אַזי
פלינק, כּלומרשט --- אומגערן, ניט ווילענדיג, אַזױי צו זאָגען..
און בּאַלד באַמערקט זי די בּאַקאַנטע אומרוחיגקייט אויך
אינם דאָקטאָרס פּנים, ער מאַכט אַ מינע וי אַלע אַנדערע מאַנס-
בילען, וועלכע טרעטען אַרײן. די לעצטע ציט, אין איהרע דלך-
אמות. די ליפּען האָבען זיך בי איהם פאַרוואונדערט אױיפגעשפּאָט-
טען צווישען דער שװאַרצער בּערדעל און װאָנסעס, זיין קול איז גע-
װאָרען זיסער, זיינע פראַגעס לענגער און קיצעלדיגער: װי לאַנג
געלעבּט מיטן מאַן נאָך דער חתונה! וי לאַנג זי איז שוין איינע
אַלײן? בּאַלד אַכצעהן חדשים? אַה?,.
פון יעדער ריהר מיט זיין שמאָלער איידעלער האַנט איז גע-
װאָרען אַ פארשטעלטער קוים-קוים ציטערדיגער גלעט. אַ פרישף
בּאַטיסט-טיכעל האָט ער אַרױסגענומען און בּאַדעקט מערעס האַרץ
איידער אויסהערען זי. ער האָט דאָס געטאָן מיט אַ מין ציטערדיג-
קייט פון אַ לייטישען חתן, װאָס באַדעקט זיין כּלה פאַר דער
חופּה. און צוטוליענדיג איין אוער צום טיכעל און חאַרץ האָט ער
האַלבּ-פאַרמאַכט די אויגען. קלאַפענדיג מים אַ האַמערעל אונטער
איהרע בּיין'טעלערלעך, אויף די קניע, האָט ער אַבּיסעל צו שאַרף
גאַטראַכט איהרע געטאַקטע פויגעלשע פיס װי זיי שפּרינגען אויף
אונטער איהר סיטצענעם זומער-קליידעל, זי איז אַזֹשׁ ריט גע-
װאָרען פונם דאָזיגען קוק און אַראָפּגעצױגען דאָס קליידעל טיפער,
-- ס'איז, -- מאַכט ער, -- גאָרנישט! -- און צושמייכעלט
זיך כּדי צו פאַרמאַסקירען זיין זשעדנע-געװאָרענעם קוק. -- ס'זילײ
גען נערווען... יאָ, ווען קומט איער מאַן?
241
צוריק פון אסטראָג (16)
זי האָט געענטפערט, אַז זי ווייסט ניט. נאָר זי רעכענט איןײי
אין אַ פּאָר װאָכען אַרום, |
אַ מין שאָטען איז דורכגעשוואומען איבּערן דאָקטאָרס פּנים:
--- פאַרװאָס זענט איהר בּיז אַהער ניט געקומען? ניט גע"
דאַרפט װאַרטען אַזױ לאַנג., 7
מערע האָט געשוויגען. :
-- נו -- מאַכט דער דאָקטאָר און צושמייכעלט זיך נאָכאַמאָל
מיט זיין מאַטען שמייכעל --- כוועל אייך עפּעס פאַרשרײיבּען. און
טאָמער וועט דאָס ניט העלפען, קומט, אין עטליכע טעג אַרום, נאָך
אַמאָל, איהר,.. װעט קומען? |
מערע האָט אויף דער לעצטער אומגעריכטער פראַגע אויפגע"
הױיבּען בּיידע אויגען און דערזעהן דעם זעלבּען קוק װי בּיי קוש"
קע בּראַנד, בּשעת יענער האָט זיך צו איהר אַרינגעמאַכט װינ"
טער, אינמיטען דער נאַכט. נאָר דער דאָזיקער קוק איז טיפער,
שענער, געפעהרליכערייי |
דער דאָקטאָר האָט געמאַכט אַ בּאַוועגונג אָנצונעמען זי ליב
ליך בּיי דער האַנט. ערשט דאָ האָט זיך מערע דערשראָקען און גיך
אויפגעשטאַנען פון בּרייטען שטוהל. זי האָט פאַרשטאַנען, אַז דאָס
שפּיל געהט צו ווייט. | /
אַרױסגעלאָפען איז זי פונם דאָקטאָרס קאַבּינעט מיט אַ רע"
צעפּט און מיט אַ קלאַפּעדיג האַרץ אונטער דער פאַטשײלע. זי האָט
דערפיהלט. אַז זי איז דאָ געווען אין ניט קיין קלענערער געפאַהר
װוי דאַמאָלסט אין דער נאַכט, ווען קושקע בּראַנד דער בּאַלעגאָלע
האָט איהר כּלומרשט געבּראַכט איהר חלק פון דער סעודה.. דאָ
נאָך געפעהרליכער. װאָרים זי האָט זיך דאָ אַרײנגעלאָזט אין אַ
שטומען געוועט מיט מושע זונדעל-גאָטס גנבס, מיט אַ לויפערקע.
און שיער שיער ניט אויסגעגליטשט זיך אויף דער טונקעלער, בּאַרג"
אַראָפּ שטעגעלע, וועלכע פיהרט פונם דאָקטאָרס קאַבּינעט צו זיין
שלאָף-צימערי. - 0
זי האָט נאָך אין יענעם אַװענט בּאַשטעלט און איינגענומען
די געזאַלצענע רפואה, װאָס דער דאָקטאָר האָט איהר געגעבען צום
שלאָפען. נאָר ס'האָט אויך ניט געהאָלפען. זי האָט זיך אויפגע-
242
דעקט און צוגעדעקט און געטאַפּט דעם אָרט אויפן האַרצען, וועל-
כען דער יונגער דאָקטאָר מיטן איידעלען געזיכט האָט אויסגעהערט
מיט האַלבּ פאַרמאַכטע אויגען. דער ריח פון יאַדאָפאָרם, װאָס איו
געשטאַנען אין דאָקטאָרס קאַבּינעט, האָט זיך פון קאָפּ און פון זכּרון
אַלץ ניט געקענט אױיסװעפּען. און ניט פּריקרע איז איהר דער דאָ-
זיגער ריח געוועןי װי פריהער, בּיים אַריינגעהן צום דאָקטאָר,
פארקעהרט, עפּעס אָנציהענד און מוראדיג קיצעלדיג איז ער אַצינד
געווען. אַ מין וויירוך פון שװאַרצע זינד,
-- נח! -- האָט זי זיך געװאָרפען װי אָפּנעסמט מיט גאָר אַ
נייעם סם פון פאַרפיהרונג און אומריינקייט,. -- נח! -- האָט זי
געקריצט מיט די ציין אין הייסען חשך אַרין --- דו זאָלסט קומען!
דו הערסט? -- אַזױ האָט זי עמיצען געסטראַשעט מיט טרוקענע
ליפּען. -- װאָרים... גאָט ווייסט װאָס פון מיר װעט װערען. נחו
גאָט ווייסט װאָס איך װעל דיר נאָך אָפּטאָן!.
אִין יענער נאַכט.
4
אינם זעלבּען טאָג, ווען די טויערען פון אָסטראָג האָבּען זיך
צועפענט אום אַרױסצולאָזען נח פּאַנדרען, איז מערע, זיצענדיגער-
הייט, איינגעדרעמעלט נאָכן אָנבּײיסען, און בּאַלד -- אַ כאַפּ גע"
טאָן זיך וי אַן אָפּגעבּרענטע... עפּעס אין אַ סטאָג היי ליגט צע-
װאָרפען אַ דיקע גויע אין אַ רויטען טיכעל, און פּאַנדרע זיצט
אַקעגען איהר, כראָמשקעט אַ גרינע אוגערקע און קוקט אויף דער
גויע מיט פאַרגאָסענע אויגעףיי
דאָס האַרץ האָט מערען מוראדיג געקלאַפּט ווען זי האָט זיך
אויפגעכאַפּט: װאָס איז דאָס עפּעס פאַר אַ מיאוסער חלום?.. נאָר
פיהלען האָט זי געפיהלט, אַז נח איהר מאַן דערנעהנטערט זיך פון
ערגעצוואו, אַז היינט װעט ער געוויס קומען. הײיסט דאָס: דעה
! תּנכניק איז פאָרט געווען גערעכט. פּונקט דרייסיג טעג זענען היינט
געװאָרען זינט ער האָט איהר , געטראָפען.. דאָס איז געווען יע-
נער געפיהל, ביי אַ לײידענשאַפטליכער פּרימיטיװוער נאַטורי װאָס
גיט זיך איבּער אויף ווייטע שטרעקען: װי דער ריח פון זכרים און
נקבות אין די גרינע פּלאָנטערנישען פון װאַלד, װי די אומרוהיגקייט
פון װאָגלענען װאָס גיט זיך איבּער, אָסיען-צייט, אַלע װאַנדער-
פויגלען, אַפּלו די, װאָס זיינען פאַרשלאָסען אין אַ שטייגי
מיט איהר קינד אויף די הענט איז זי אַװעקגעלאָפען צום
ברעג דניעפער און מיט אַ נאָגענדיגען געפיהל פון בּענקשאַפט --
244
בּאַגעגענט און אַרױסבּעגלײט אַלע אָנגעקומענע און אַװעקגעפאָהרץ-
נע פּאַרעכּאָדען. די היצען פון חודש אָב האָבּען אָבּער אויסגעטרי-
קענט די װאַסערען אין טייך. דער גרויסער פּאַרעכאָד פון דעם קאָ-
פּוסטער רבּין איז אינגאַנצען ניט געגאַנגען. געלעגען ערגעצוואו
אויפן אַנקער אין מאָהליוו. און אפילו די קלייגע פּאַרעכאָדען פון
דער גויעשקער , קאָמפּאַניע!? זיינען געקראָכען אינמיטען דניעפער
וי די שלעפּ-בּאַרזשעס. און שקלאָװוער אידען, װאָס האָבּען געהאַט
עפּעס אייליג, זיינען אַװעקגעפאָהרען קיין מאָהליוו און קיין אָרשע
מיט פוהרלעך. ניט קיין שלעכטע טעג האָבּען בּאַלעגאָלעס געהאַט,
אין זונדעל-גאָטס-גנבס הייוקע האָט מען זיך געפּאַקט און
אויף אַ געדונגעגער בּרעטער-פוהרעל געלאָדען. דרייזע, קאָפּעלס
שטרויענע אלמנה, מים איהרע צוויי קינדערלעך, האָבּען זיך דאָס
געקליבּען פאָהרען צום מאַן און טאַטען אויף , פּאָסעלענישט', די
בּאָבּע טעמע, זונדעלס אידענע, האָט זיך געווישט די מאַנסבּילשע
נאָז און די פאַרטרערטע אויגען מיטן פאַרטוך. דרייזע האָט געקווי-
טשעט, די קינדער האָבּען זיך געפּלאָנטערט אונטער די פיס. מן-
שע, די אָפּגעפאָהרענע שענהייט, האָט מיט אַ שטעכעדיגען קוק
און מיט אָנגעבּלאָזענע פליישיגע ליפען בּאַגעגענט מערען, דאָס האָט
געזאָלט הייסען ,,נו, צנועה מיינע, װי איז עס געווען ביי דאָקטאָר
חישין??? נאָר מערעס קוק האָט איהר צושטרויט אָפּגעענטפערט.
,האַלט זיך דיר דיין מציאה! איך האָב אַנדערע דאנות..""
איין זונדעל גאָטס"גנב איז געווען פרעהליכער פאַר אַלעמען
אַן אונטערגעגאַרטעלטער האָט ער געקנאַקט מיט דער פייטש אי-
בּער די קעפּ פון זיינע אייניקלעך, כּלומרשט כּדי אָנצושרעקען זי
און אין דער אמתן, כּדי אַליין אַ בּיסעל אַ שפּיל טאָן זיך. דאָס
קנאַקען פון דער בּייטש האָט איהם דערמאָנט זיינע יונגע יאָהרען,
ווען ער איז נאָך ניט געווען צוגעבּונדען צו די שװערע קאָש-
קעס מיט עסענװאַרג, אויף ביידע אָרעמס, פֿאַר שקלאָװוער פּאַסאַ-
זשירען;: װען ער האָט נאָך געטריבּען פערד איף יאַרידען גע-
שפּייט אין די דלאָניעס, געשװאָרען זיך און געפליאַסקעט ציגיינער
אין די הענט אַרין, |
מערע האָט געפיהלט, אַז זי איז דאָ היינט איבּעריג. נאָר איהר
245
אומרוהיגקייט און איהר שווער געמיט, נאָכן ניט-גוטען חלום, האָט
זי געצוואונגען --- רײבּען זיך אַרום בּאַקאַנטע מענשען, טוליען זיך
צו דער פאַרהאַװעטער הייזקע..
דרייזע און מערע האָבּען זיך אויך אָנגעקוקט. איין מזל דאַכט
זיך האָט זיי פּאַראייניגט, אויסגעגליכען זיי. צוויי װאָלפיכעס, בּיידע
אויסגעהונגערט נאָך די געזונטע, פאַרװאָגעלטע און פאַרשפּאַרטע
מענער. מיט איין אונטערשיד, װאָס מערע װאַרט דאָ אויף איהם,
ער װעט קומען צו איהר, און דרייזע פּאָהרט אַװעק צו איהר
!,,װאָלף!י,. אויף ווייטע פאַרשנייטע וועגען אין סיבּיר. חדשים-לאַנג
מוז זי זיך נאָך שלעפּען מיט פוהרלעך און מיט איזענבּאַהנען
נאָכשפּירען דעם ריח פון װאָלפס לאַפּעס אין שניי. און די וועלפע-
לעך איהרע וועלען נאָכלויפען און ואָיען.. יאָ. אויך צווישען איין
אומגליק און צווייטען איז דאָ אַ גרויסער חילוק: אויך אין אומגליק
איז דאָ װאָס מקנא צו זיין.. און מערע האָט די דאָזיגע קנאה
קלאָר געלייענט אין דרייזעס ניט-פריינטליכע אויגען.
| ווען דער פינף-אַזייגערדיגער פּאַרעכאָד איז אָנגעקומען פון
מאָהליוו און פּאַנדרע איז ניט אַראָפּגעגאַנגען. האָט זיך מערעס
פּנים אויסגעצויגען. און אין דרייזעס אויגען האָט אַ בּליאַסק געטאָן
אַ צופרידענער , אַהאַיי-פײיערל, זי האָט זיך קוים איינגעהאַלטען פון
אַ זלידנעם שמייכעלע, בּשעת זי האָט מערען אַ פרעג געטאָן:
-- איז ווי? קומט ער היינט דיין נח, צי עה קומט ניט?
מערע האָט דערפיהלט די פאַרטאַיעטע שמחה אין דרייזעס
פראַגעלע און האָט איהר אויף צו להכעיס אָפּנעענטפערט מיט אַ
שטייפען קול: | |
--י ער קומט אויף געוויס.
דרייזע איז שווער אַרױפגעקראָכען אויף דעם אָרימען פוהרעל,
און מיטן בּרייטען געזעס, װי אַ קװאָקוכע, אַריינגעזעצט זיך אין
דער פאַרבּונדענער פּערינע מיט ביידע קינדער בּיי די זייטען --
צוויי פּיפּסענדיגע פּיסקליאַטעס. אַרײינגעזעצט זיך און מיט אַ בֹאַ-
זונדער בּאַטאָנונג אַ קװאָקצע געטאָן צו מערען:
--- ער וועט שוין. מסתּמא, היינט ניט קומען דיין נח'
--- פונוואַנען ווייסטו דאָס עפּעס? -- האָט זונדעל אומגעדרעהט
246
צו זיין שנור צוויי רויטליכע בייזע קוקערס. ער האָט איהר דערביי
געמאַכט אַ שטומען צייכען -- זי זאָל זיך מעהר ניט רייצען מיט
מערען. |
אָבער דרייזע האָט זיך געמאַכט אַז זי זעהט ניט. און װי
אַ געניטע אשת-חיל פון אַ גנב, װאָס ווייסט אַלע ענינים פון אָס"
טראָג, האָט זי זיך גאַנץ געלאַסען געמאַכט אַ זינגענדיגען פּירוש
צו איחר מיינונג; |
-- פון אָסטראָג געהט מען אַרױיס ראַנעצקע א זייגער זעקס.
לאָמיך זאָגען, אַז צום עדשטען פּאַרעכאָד האָט ער פאַרשפּעטיגט.
איז ער אַרױסגעפאָהרען אַ זייגער אַכט אינדערפריה. זעקס שעה
געהט דער פּאַרעכאָד אַקעגען װאַסער -- װאָלט ער שוין דאָ גצ"
דאַרפט זיין אַ זייגער צוויל.,
זונדעל האָט זיך אַ קראַץ געטאָן אין זיינע לאַנגע פעטע האָר
פון אַ לאַטיש: גערעכט איז זי גערעכט, די גנבטע, נאָר צוליבּ װאָס
מצער זיין סענדערס טאָכטער?
--- זעה נאָר. -- רופט ער זיך אָפּ ניט צו דער שנור, ניט צף
מערען---זעה נאָר צי קומט ער ניט אָן מיט אַ פוהרעל פון , אונטער-
באַרג.'א,
מערע האָט צו איהם, אויף דער קעלניע, אַרױפּגעקוקט מיט
דאַנקבּאַרע אוינען.
-- ער װעט ג עװיס קומעף -- האָט זי צוגעשאָקעלט מיטן
קאָפּי |
--- װיאָ! -- גיט זונדעל אַ פאָך מיט דער בּייטש. דאָס פוה"
רעל מיט קאָפּעלס בעבעכעס און מיט זיין משפּחה ריהרט זיך פוץ
אָרט, |
-- שאַ! --- דערמאַנט זיך זונדעל און דרעהט אויס דעם קאָפּ
צו מערען -- מיר פאָהרען דאָך אויך דורכן , אונטערבּאַרג" צום
שליאַך. עס קען זיין מיר'ץן נאָך איהם באַגעגענען.
און דאָס פוהרעל װערט צעשואומען אין אַ װאָלקען פון
שטויב,
2411
2
פאַר וועטשערע איז אָנגעקומען דער לעצטער פּאַרעכאָד. נח
פּאַנדרע איז מיט איהם אויך ניט געקומען. מיט אַ פאַרצווייפעלטער
אײנגעשפּאַרטקײט האָט מערע דורכגעלאָזען יעדען פּאַסאַושיר בּאַ-
זונדער. און אַז די קלאַטקע איז געפאַלען און דער פּאַרעלאָד האָט
זיך אָפּגעריסען פון פּריסטאַן און אַװעק, איז נאָך מערע אַלץ גע-
שטאַנען מיט אויסגעלאָשענע אויגען, אַ פאַרגליווערטע אין איהר
אַנטוישונג.
| = די ערשטע רגע, ווען זי האָט זיך אַ כאַפּ געטאָן, אַז שטעהן
אַזױ װי אַ גולם איז קיין תּכלית ניט, האָט זי זיך געװאָלט לאָזען
לויפען צום תּנכ'ניק אויסזידלען איהם. ער האָט דאָך געזאָגט אַ ,,מאָ-
נאַט!!, האָט ער דאָך געזאָגט. פון אַ סדרה אין חומש דערוויזען..
נאָר בּאַלד האָט זי זיך דערמאָנט אָן זונדעל גאָטס"גנבס טרייסט-ווער-
טער, אַז. נח האָט אפשר גענומען אַ פוהרעל און קומט מיטן שליאַך,
אויבּ אַזױ מוז ער שוין לאַנג זיין אינדערחיים און װאַרט, אפשר, אויף
איהר..,
דאָס האַרץ האָט איהר גענומען צאַפּלען צווישען האָפנונג און
פאַרצווייפלונג. װי מיט צוויי װאַרימע פליגלען האָט זי אַרומגענומען
איהר עופעלע מיט די פּאָלעס פון איהר שטוב-פאַטשײלע און גע-
לאָזען זיך לויפען אַהײם, שטעלענדיג פיס, װי אַ דערשראָקענע פוי-
געל מיט אונטערגעשניטענע קרילעס, אויף קיינעם ניט אומקוקענ-
דיג זיך,
די אַלטע פינסטערניש האָט זי געטראָפען אין שטוב, די אָנדעלט-
האַלבּען-יאָהריגע פאַריתומטקייט. סענדעריכע איז ערשט געקומען
פון מאַרק און קאָכט עפּעס אין אַ פאַררױכערט פענדעלע אוף
אַ דרייפוס, איבּער אַ פאַנאַנדערגעלעגטען פייער פון שפּענדלעך. די
שפּענדלעך קנאַקען,. סענדעריכע האַלט אַרײינגעשטעקט אַ פינגער
אין בּאַק. טרויעריג שטעהט זי אַזױ און אָוענטליך פאַרקלערט. דער
פייער בּאַגיסט זי מיט אַ ציטערדיגער ליכטיגקייט פון איין זייט.
דערזעהענדיג מערען גיט דאָס פייערל, אויפן פּריפּיטשאָק, אַ שטעק-
245
אַרױס אַ ,, צינגעליי צו מערען און בּייז אַ וואונק פון צווישען די הייסע
קויהלען, װוי דרייזע די גנבטע;
-- ער װעט שוין מסתּמא היינט ניט קומען, דיין נח!
סענדעריכע האָט גלייך דערזעהן דער טאָכטערס פאַרצווייפעל-
טע מינע, איהר טאָן אַ װאָרף דאָס קינד אין וויגעלע. איהר אַװעק-
זעצען זיך, װי אַ בּליי, אויף אַ שטול; און האָט זי גענומען מוסרן;
-- װאָס האָסטו זיך אַריינגענומען אין קאָפּי אַז דוקא היינט
װועט ער קומען? פאַרװאָס ניט מאָרגען? און װאָס איז די סכּנה אַז
איבּערמאָרגען? |
-- אַז איך האָבּ שוין מעהר קיין כּוח ניט! -- צורעוועט זיך
זיך מערע און פאַרדעקט דעם פּנים מיט ביידע הענט,
-- נישקשה?! --- רופט זיך אָפּ די מאַמעלע -- װעסט גאַנץ
זייך! |
זי פּאַדיעט אַרום איהר טאָכטער, האַלבּ-בּאַלױכטען פון פייערל,
זי זעהט אויס וי אַ מעשענע. אַ באַבּעלע פון אַלטען, פאַרשװאַרצטען,
פאַרקנייטשטען מעש, אָפּגעפּולירט מיט זאַמד נאָר פון איין זייט.,
זי אַליין איז מעש, און איהרע װערטער -- מעשענע, זיי נעמען
ביט, |
טרויעריג ציהט זיך די אָרימע וועטשערע אין דער האלב-טוג"
קעלקייט, --- און מיט אַמאָל װערט אויף דער גאָס אַ הודושעריי.
קולות לויפען זיך צוזאַמען אין איין אויפגערעגטען גערייד, מען
קוקט אַרױס פון פענסטער -- ערשט ערגעצוואו וייט, איבּערן
אונטערבאַרג!, בּרענט עס און עס רויכערט. די פרייע פּאָזשאַר-
ניקעס, שכנים פון דער גאָס, כאַפּען לויפען מיט די העקעלעך אין
די גאַרטלען,. אַ פוהרעל צעטראַסקעט זיך מיט איהרע ניט-גלייכע
רעדער, אַ באַלעגאָלע טרייבט אָן דעם פערדעל, שטעהענדיג אין
װאָגען. און ניט מיט אַ בּייטש נאָר מיט די לייצעס טרייבּט ער אָן
װיאָ-װיאָ?... דאָס גיט צו דער גאַס מעהר צורודערטקייט און דעם
ווייטען פייער מעהר וויכטיגקייט, מעהר געפאַהר,
דאָס ערשטע געפיהל ביי מערען, דערזעהענדיג דעם וייטען
פייער, איז אַ גרויזאַמע פרייד אויסגעמישט מיט אַ ווילדען גלױבּען
בּאַלױכטען מיט אַ שרפה איז פּאַנדרע אַװעק פון איהר, מיט אָנדערט-
249
האַלבּען יאָהר צגָריק, און דורך פייער פון אַ שרפה װעט ער היינט
קומען צוריק,.,. איהר אויפרעגונג װאַקסט צוזאַמען מיט דעם רויטעך
פלאַם איבּערן , אונטערבּאַרג",
-- ער װעט קומעף -- רייסט זיך בּיי איהר אַרױס ניטווי"
לענדיג און מיט אַ מאָדנעם קול פון אַ בּויךירעדנערין --- אָט װעסטו
זעהן,, מאַמע! ער װעט היינט קומען!י-
| =-- דו בּיסט שוין גאָר משוגע! -- צושרייט זיך די מאַמעלע-- +
טפו זאָלען מיינע שונאים װערעף אידען בּרענען און דו --- װאָס.
רעדסטו װאָס?
און בּאַלד קעהרען זיך אום די אָקאָרשט אַװעקגעלאָפענע פֹּאַ-
זשאַרניקלעך מיט די העקעלעך אין די גאַרטלען. , װאָס איז?י" פרעגט'
מען זיי, , װאָס עפּעס אַזױ גיך?" |
-- עט, -- ענטפערן זיי --- עס בּרענען ניט קיין הייזער,. עס
בּרענט דער װאַלד,
=--- נו יאָ, -- פרעהען זיך אידען - -- טאָ זאָל דער פּריץ
זאָרגען!
מערעס בּאַגײיסטערונג פאַר דער שרפה קיהלט זיך גלייך אָפּו
אַצינד װאַקסט אין איהר אַ פאַרטאַיעטער שרעק: אוב פּאַנדרע
קומט מיטן מאָהליווער שליאַך איז איהם דער ועג אָפּגעשניטען
דער װאַלד שטעלט זיך אַקעגען. דער פייער לאָזט איהם ניט
צוקומען צום שטאָט... געפרעהט האָט זי זיך איבּער אַ פרעמדע
שרפה. און אָט איז זי שוין בּאַשטראָפט.
אַ צוטראָגענע, מיט דער שטובּ-פאַטשײלע איבּערן קאָפּ, לאָזט'
זי זיך אַװעק איבּער דער טונקעלער בּאַרוהיגטער גאַס. שפּאַצירט
זיך דורך אויפן בּרעג אָזערע איין מאָל און צוויי מאָל. דער אָפּשײך
פון רויטען פייער אין שואַרצען װאַסער -- אָט װאַקסט ער אויס
און אָט ווערט ער קלענער און קלענער, דערוייטערט זיך. ווייטע,
זעהר ווייטע מענשליכע קולות דערגרייכען אַהער פון 3 אונטער =
בּאַרג"י. שווימען איבּערן שװאַרצען װאַסער און הערען זיך אִוֹ
וי אַ פּיפּסען און אַ טרייסלען פון פויגלעך: |
,סי, סי! מיר האָבּען מורא...יי סי-סי! מיר שטעהען אויף דעף'
װאַך. האָט קיין מורא ניט!א.
251
אַ טויטימידע קעהרט זי אום אין שטוב, װאַרפט זיך אַרין, ניט
קיין אױיסגעטאָנענע, אין בּעט. נאָר די מאַמע דערלאָזט ניט,
,הער אויף מיט דיינע משוגעתן, מערע! טו זיך אויס!",.
זי טוט זיך אויס אַ פאַרשלאָפּענע, וי אין הינערפּלעט. אָט-אָט
שלאָפט זי דאַכט זיך איין. נאָר דער פייער פון װאַלד, זיין אָפּשפּיג-
לען זיך אין דער שװאַרצער אָזערע, די אונרוהיגקייט פונם גאַנצען
טאָג, איהר אַנטױשטקײט און קומער זידען װי אַ געמישטער גיפט
אין אַלע איהרע אָדערען. זי שלאָפט און שלאָפּט ניט. זי װאַרפט
זיך און פיבּערט. דער צוריסענער חלום פון היינט בּײטאָג, נאָכן
אָנבּייסען, חזרט זיך איבּער, נאָר אַ ביסעל אַנדערש. דער סטאָג
היי, וואו די צולאָזענע שיקסע האָט זיך געװאַלגערט, בּרענט אַצינד,
נח פּאַנדרע אַנטלופט און די שיקסע קוקט זיך אום און כאַפּט נאָכ-
לויפען. ,,נח,נח!" -- שרייט זי. און נח לויפט אַ פאַרסאָפּעטער
אַ דערשראָקענער. װאָרים די צעפּאַטעלטע האָר פון דער נפקא זיי-
נען װי דער פייער איבּערן װאַלד... ער לויפט ראַטעװען זיך פון
איהר און פאַלט אַנידער מיטן קאָפּ אין טיר פון פירהויז: טראַסק!
און חלשט... דערשרעקט זיך די מאַמעלע אויף דער לעזשאַנקע,
הינטערן פאָרהאַנגעל;
--' מערע, מערע! דיין מאַ---אַף
מערע גיט זיך אַ כאַפּ אױף פונם דאָזיגען קול און זעצט
זיך אין בּעט,
-- מאַמע! -- שרייט זי און ווייסט ניט אויף װאָסער אַ וועלט
זי איז --- דו?
-- נח איז דאַכט זיך געקומע! -- ענטפערט איהר דער באַ-
מעלעס קול -- מ'האָט געקלאַפּט..
-- נח איז געקומעף -- חזרט איבּער מערע וי אַ באַנומענט
און ריהרט זיך ניט פון אָרט.. |
-- זיי ניט משוגע, --- בּייזערט זיך סענדעריכע הינטערן פאָר-
האַנגעל -- געה גיב אַ פרעגו.
דער קלאַפּ אין פירהויז חזרט זיך איבּער.
ערשט דאָ קוקט זיך מערע אַרום, אַז ס'איז ניט קיין חלום. און
מיט איין שפּרונג, אַ בּאָרװויסע, אין איין העמד, איז זי שוין אין פיר"
231
הויז בּיים ריגעל, נאָר איין רגעלע דוכט זיך איהר נאָך אויס, אַז הע-
רען האָט זי אָקאָרשט געהערט דעם אָפּֿקלאַנג פון קושקע-
בּראַנדס קלאַפּען אין טיר, וי אין יענער ווינטער-נאַכט נאָך דער
סעודהי., גיט זי שטיל און דערשטיקט אַ פרעג:
-- נח.., דו? דו?
3
| אינם ערשטען טומעל, בּיים שיין פון נאַכט-לעמפּעלע, איז
פּאַנדדע אָנגעקומען אויף זיין ווייבּ װי אַ רוח, װאָס איז געקומען
איבּערשרעקען דאָס לעכצען נאָך איהר מאַן אָפּלאַכען פון איהר
בענקשאַפט. ער איז געווען אָנגעטאָן אין אַ מין בּרודיגער מאַסקע.
אינגאַנצען פאַררויכערט, פאַרסמאַליעט און אויסגעשמירט אין אש
פון דער װאַלד שרפה, װאָס ער האָט שעות-לאַנג געלאָשען. עס האָט
געשמעקט מיט סמאַלענעס פון זיינע װאָלענע װינטער -קליידער
און מיט דעם רויך פון פּעכיגע נאָדעליבּוימער.
וי די פאָרטזעצונג פון בייזען חלום האָט דאָס מערען אויסגע-
זעהן. און אפשר איז גאָר נח אין אָסטראָג ניט געזעסען? אין דער שרפה
אַרײן איז ער מיט אַָ סך חדשים צוריק אַװעק פון איהר און פון דער
שויפה איז ער אַצינד געקומען אַ פאַרסמאַליעטער. עפּעס זעהר
אַ לאַנגע שרפה!.. דער טאַטע ר' סענדער איז דערווייל אומגעקו-
מען. אַ קינד איז געבּאָרען געװאָרען. |
פון דער גאַנצער שװאַרצקייט און פאַררויכערטקייט האָבּען
נאָר ליבּליך, װי בּלימעלעך אויף אַ רויער ערד, אַרױסגעקוקט זיי"י
נע גרויע און פרישע אויגען. נאָר זיי האָבּען מערען אָנגעקוקט
אַבּיסעל היימישער, אין האַרצען אַריין געטראָפען איהר. אַזױ אַז זי
האָט אַ פּאַטש געטאָן מיט בּיידע הענט: |
-- נח, שוין ווייטער געלאַשען שרפות? ווייטער?
פּאַנדרעס אויגען האָבּען טרויעריג אַ שמייכעל געטאָן פון דער
בּרודגער מאַסקע. ער אַליין האָט געשויגען.
252
--- און דיין ווייבּ פאַרגעסען? -- האָט זיך מערע ניט געקענט
בּאַרוהיגען. --- װי לאַנג געהסטו שוין פון מאָהליוו?
נח האָט פאַרשעמט אַראָפּגעלאָזט די אויגען;
--- פון זעקס אינדערפריה,,
מערע איז ווילד געװאָרען. פון איהר גאַנצע ליבּשאַפט און אומ"
געדולד איז געװאָרען איין ווייבּערישע פאַרבּיטערונג, זי האָט אַ כאַפּ
געטאָן דאָס קינד פון וויגעלע, װאָס האָט זיך אויפגעכאַפּט פון טו-
מעל און צעשריען זיך, און געשטופט דאָס שרייענדיג קעפּעל אין
נחס פאַררויכערטען פּנים אַרײן. װי אַ לעבּעדיגען פאָרוואורף גפ"
שטופּט;
-- נאַ, נאַ? אָן דיין קינד אויך פאַרגעסעף!
נח האָט אָנגעקוקט דאָס איהם אומבּאַקאַנט נפשל און ניט גע"
וואוסט װאָס ער זאָל דאָ טאָן. מערע האָט זיך אַלץ געקאָכט;
-- צוליבּ אַ שרפה האָסטו זיך אומגליקליך געמאַכט און
קריכסט ווידער אין פייער. אַזױ לאָזען מיך װאַרטעף! נח, נח+
װאָס האָט ער דאָ געהאַט װאָס צו ענטפערען -- פּאַנדרע? אין
האַרצען האָט ער דאָך גוט געוואוסט, אַז געלאָשען האָט ער דעם
וואַלד איבּער אונטערבאַרגער ישוב, ניט צוליב איבריגע צדקות,
נאָר כּדי צו פאַרלעשען, פאַר איינע הוצאות, זיין בּרעגענדיגען פאַר-
דאַכט געגען מערען און זיינע זינד מיט יעקאַטערינושקאַן
--מ,..מעדרדע, --- האָט ער גענומען שטאַמלען וי אַמאָל אין
די חתן-פחורישע צייטען, --- אָט זאָל איך שטאַרבּען,. אָט דאָ אויף
אָן אָרט:ם |
נאָר פון זיין שטאַמלען, פון זיין נאָכגיבּיגקײט איז מערע נאָף
אויפגערייצטער געװאָרען. די ווילדע קאַץ פון פאַר דער חתונה האָט
זיך אין איהר אױפגעכאַפּט. דראַפּען זיך האָט זיך איהר פאַרװאָלט,
אָפּרעכענען זיך פאַר איהרע יסורים אַ גאַנצען טאָג, פאַר אַלע פאָף"
װואָגעלטע נעכט:
-- אַ האַרץ פון אַ טאָטער האָסטו. אָט!,. שווייג שוין בעסער,
בּיז סענדעריכע האָט מעהר ניט אױסגעהאַלטען אַזאַ בּרוך-
הבּא און צושריען זיך אויף איהר טאָכטער:
-- גיט נאָר אַ קוק וי זי האָט זיך דאָס צעקוויטשעט! אַפריהעף
23
:
אומגעלאָפען וי אַ פאַרסמטע מויז.., אַצינד -- שי'ס תּחינות לייענט
זי איהם. גיבּ איהם בּעסער אַרומצעװאַשען זיך און לאָז איהם אָט-
כאַיען זיך לאָז איהם!... |
דער מאַמעס ניכטערער קול האָט אָפּנעקיהלט מערעס כּעס.
זי האָט אַ קוק געטאָן אויף איהר מאַמעלען, אַ קוק געטאָן אויף איהר
מאַן, און די אונטערשטע ליפּ האָט ביי איהר אָנגעהױבּען שפּרינגען,
זי האָט זיך אַלײן דערשראָקען פאַר איהר וייבּערישער אכוזריות צו
בּאַגעגענען אַזױ אַ מאַן װאָס קומט פון אָסטראָג, נאָכדעם וי זי
אַליין איז אַזױ אױסגעגאַנגען נאָך איהם. זי האָט ניט געוואוכט, אַז
דאָס קומט אָפטמאָל פאָר מיט איבּערגערייצטער בּענקשאַפט. מיט
איבּערגעבּרענטער ליבּשאַפט, ווען פון קוש װערט אַ בּיס, און פון
פייער -- אַ בּיטערער רויך.. 4
אַ שטראָפ טרעהרען האָט זיך איהר אַ גאָס געטאָן פון ביידע
אויגען, און וויינענדיג אַזױ, אָבּער מיט אַ לייכטערען האַרצען, האָט
זי אַראָפּגעלאָזט דאָס קינד אין וויגעלע און געלאָפען אין דער פיג-
סטערער פירהויז נאָך װאַסער.
סענדעריכע האָט זיך געשטעלט בּיים פּריפּעטשאָק קאָכען טיי
אויפן דרייפוס מיט שפּענדלעך, און מערע האָט נחן געהאָלפען אַראָפּ-
צווואַרפען פון זיך זיין שװאַרצע העמד, אַנטבּלױזט איהם בּיזקעל
גאַרטעל. דערנאָך האָט זי מיט אַ ליבּליכער ביזקייט אַראָפּ-
געבּויגען זיין פאַררויכערטען קאָפּ איבּער אַ ליימענעם שיסעל װאַ-
סער. זי האָט איהם אַצינד בּאַהאַנדעלט וי אַ גרויסען אינגעל אַ מזיק,
װאָס איז דורך זיינע שטיפערייען אַרײנגעפאַלען אין בּלאָטע און זי,
אַ פאַרנומענע מאַמע, מוז איהם רייניגען אינמיטען דער נאַכט,
אָבּער בּאַלד האָט זי מיט איהרע לאַנגע דלאָניעס דערשפּירט
נחס האַרטען קאַרק, די פעסטקייט פון זיין אָפּגעבּרענטען האַלז, און
האָט אַזש די ליפּען פאַרבּיסען פאַר אויפגעבּרויזטער ליבּשאַפט,
--- מיין מאַן, מיין מאַן, -- האָט זי װאַשענדיג און זייפענדיג
איהם געשעפּטשעט, -- געזונט זאָלסטו מיר זיין..
| = זי האָט איבערגעפיטען דאָס שװאַרץ געװאָרענע װאַסער, און
מיט יעדען נייעם װאַש, װאָס זי האָט געטאָן, איז עפּעס װי אָפּגע-
שוויינקט געװאָרען אַ ניט-ריינע מחיצה צווישען זיי בּיידען. וי
254
אַ מוטנעקייט אויף אַ פאַרפרוירענער שויבּ איז עס צוגאַנגען פון
שוים און װאַסער-שפּריצען און שעפּטשעניש האָט זיך אויפגעהויבּען
נחס נאַסער קאָפּ, זיין אָפּגעבּרענטער האַלז, זיין רויט-אָנגעלאָפענער
פנים מיט די אינגעלשע אויגען, זיין מעכטיגע ווייסע ברוסט מיט
מאַנסבּילשע ציצען װאָס זיצען האַרט אין צוויי פלאַכע לאַבּענס פון
פאַרטאַיעטע מוסקולען, אַ האַלבּ-נאַקעטער אָדם איז געשטאַנען אינ"
מיטען דער נאַכט פאַר אַ בּלאַסער חוה אין העמד. בּיידע פול מיט
בּאַגעהר און פאַרשעמט, וי פ אַ ר דעם ערשטען זינד. די אומגע-
דולדיגע שלאַנג האָט שוין אויפגעהויבען דעם גיפטיגען קאָפּ פון
אונטער די בּלעטער. נאָר דערזעהענדיג סענדעריכען, בּיים פייערעל
פון פּויפעטשאַק, האָט זי זיך דערשראָקען און צוריק בּאַהאַלטען
זיך.
נאָכן אָפּטרינקען אַ טעפּעל געלנליכען טיי האָט זיך סענדערילע,
שטילינקערהייט, אַװעקגעמאַכט הינטערן פֿאָרהאַנגעל, װאָס זעהט
אויס װוי אַ גרויסער פאַרטוך, אויף איהר געלעגער אַרויפגעקראָכען.
און מאַן און ווייב האָבּען זיך װוידער אָנגעקוקט פאַרשעמטערהייט בּיים
שיין פון לעמפּעל. אַזױ האַבּען זיי זיך בּיידע אַװעקגעזעצט אויף
מערעס צעװאָרפענער בּעט. די פרוכט פון גן-עדן האָט געוואונקען
צו זיי און ביידע, װוי פאַרזינדיגטע, האָבּען קיין מוט ניט געהאַט
אָנצוריהרען זי. אָה, ניט אַזױ האָבּען זיי ביידע דערװאַרט זייער
ערשטע בּאַגעגעניש נאָך אָנדערהאַלבּען יאָחהר. שטורעם האָבּען זי
דערװאַרט און בּליצען. און דאָ בּלאָזט גאָר אַ לינדער ווינטעל. און
יטרויעריגע שאָטענס שאָקלען זיך פאַרקלערטערהייט.
4
פּאַנדרע האָט פּאַװאָליע אויסגעשטרעקט זיין האַרטען בּינטעל
פינגער, אָנגעריחרט מערעס שלאַנקען ליב און בּאַלד צוגעכאַפּט די
האַנט. ער האָט דאָס געטאָן, וי אַ קינד װאָס האָט זיך שוין איינמאָל
אין לעפּען אָפּגעבּרענט, און פרובט אַצינד דאָס פייער נאָכאַמאָל צי
עס שרפ'עט נאָך, צי ניט, |
255
און בּאַלד נאָכן ריהר האָט אין איהם אױפגעפלאַקערט
אָדמס שנאה װאָס האָט ניט קיין נאָמען. די זעלבּע שנאה, װאָס האָט
אין איהם געפרענט די גאַנצע צייט, זינט ער האָט דערהערט דרייזעס
ערשטע רכילות אויפן שליאַך, זיס און גיפטיג האָט איהם גערייצט
מערעס לייבּ אונטער איהר העמד. עס װאַרימט און עס בּרענט זיך,
איז ער אַזױ געבּליבּען זיצען לעבּען איהר, וי אַ דורשטיגער לעבּען
אַ קװאַל, וועלכער ווייסט, אַז דאָס כּלומרשט-קלאָרע װאַסער איז
פאַרסמט. ער האָט זיך אַזש פאַרבּיסען אַ ליפ פון טיפען װײיטאָג,
אַפריהער, בּיי זיין אָנקומען, איז מערע בייז געווען, איצטער -- ער,
וי אַ װאַלד-פײערל אין פייכטען מאָך האָט דאָס אין איהם געטליעט,
און דאָי אויף מערעס בּעט, אויפגעפלאַקערט, וי פריהער די װאַלד-
שרפה,
-- זאָג! --- אַזױ האָט ער, בּלייך-ווערענדיג, פּלוצלינג אַ כריפּ
געטאָן. -- װאָס איז דאָ געווען מיט קושקען?
מערע האָט גלייך געכאַפּט און איינגעוויקעלט זיך אין קאָל-
דרע. קאַלט איז איהר מיטאַמאָל געװאָרען און איהר נאַקעטקײיט
האָט זי אויך דערפיהלט. װי אַ דערשטיקטע האָט זי קױים-קים
אַרױסגערעדט /
--י האָסט שוין געהערט?
-- געהערט? -- האָט איהר פּאַנדרע גראָבּ איבּערגעקרומט ---
גאַנץ שטאָט ווייסט, |
-- נו, איז ווייסטו דאָך,
מערעס קול הערט זיך אַצינד אָן פאַרקלעמט, אָבּער רוהיגער,
--- כ'וייס גאָרנישט, -- פּאַלט בּיי זיך פּאַנדרע אַראָפּי -- /
מ'זאָגט, דו האָסט איהם אינמיטען דער נאַכט געשלאָגען, אָבּער --
--- װאָס אָבּער?
-- איינע אַליין בּיסטו אין שטובּ געווען, צוליבּ װאָס... לכתּחי-
לה אויפמאַכען איהם?... |
מערע קלערט אַ וויילע. דערנאָך ענטפערט זי שטיל, אָבּעף
שטייףג | | |
-- געשלאָגען... יאָ: כ'האָבּ איהם אָבּער געװאָלט אויך... שפּע-
טער. אַז ער איז אַנטלאָפּען. דאָס ווייסטו ניט. איז אָט זאָג איך דיר.,
236
-- געװאָלט אויך... -- חזרט פּאַנדױע איבער װי אַ ווידער-
קול, און דאָס בּלוט שלאָגט איהם אין די שלייפען,
ער לאָזט אַראָפּ דעם קאָפּ וי אַ בייקי וועלכען מ'האָט דער-
לאַנגט מיט אַ שײט-האָלץ צווישען די הערנער. נאָר מערעס קול
קלינגט אויף, עפּעס גאָר איגמיטען דערינען, מיט טרערען אין האַלז,
זי בּענשט איהם גאָר;.
-- נח מיין מאַן? געזונט זאָלסטו מיר זיין,
פּאַנדרע קוקט זי אָן מיט פינסטערע אויגען. ער פאַרשטעהט
ניט די סמיכות- הפּרשות צווישען אַזאַ שטייפען מודה זיין זיך און
צווישען אַזאַ ליבּשאַפט, פרעגט ער איבּער הייזעריג און צווייפלעג-
דיג;
-- מעהר ניט וי געװאַלט?
-- נח, נח, -- צעוויינט זיך מערע שטילערהייט, --- ניט נאָר
איהם אַליין.,. דעם אַפּטייקער װאָס האָט מיר פריהער געשריבען
צו דיך די אַדרעסען האָבּ איך אויך געװאָלט... אַפילו דעם נייעם
נגידס אינגעל האָבּ איך געװאָלט... גערייצט איהב..
-- גערייצט איהם... -- זאָגט גאָך פּאַנדרע װי אַ ווידערקול,
-- חישינען, -- רעדט מערע ווייטער מיט אַ קול פון וידױי
פאַרן טויט, -- חישין דעם דאָקטאָר -- אויך... כ'האָבּ אַפילו אָנ-
געטאָן אַ פרישע העמד ווען איך בּין געגאַנגען צו איחם. אַרומגעזײיפט
דעם האַלז..
-- אַדומגעזייפט דעם האַלז..---זאָגט נאָך נח וי אַ פאַרטשאַדע-
טער.
-- און צוליב װאָס אַ נייע העמד! -- גיט ער זיך הייזערינ
אַ כאַפּ
-- כּדי איהם בּעסער געפעלען ווערען..
נח לאָזט שווער אַראָפּ דעם קאָפּ. און מערע בּענשט איהם וי"
דער, איהם און זיין קומער. מיט אַ קול פון געבּעט ווינשט זי איהם
און עפּעס גאָר ניט צו דער זאַך;
-- מייז מאַן, מיין מאַן. געזונט זאָלסטו מיר זייףי
זי ציהט אויס בּיידע אָרעמס, זי װאָלט אידם געװאָלט אַרומ-
231
צוריק פון אסטראָג (11)
נעמען, און כאַפּט זיי צוריק אַװעק, וי אַ זינדיגע, װאָס איז ניט ווערט
אַרומנעמען אַזאַ צדיקי. |
-- אַז דו ווייסט ניט, -- אַזױ מורמעלט זי צו איהם ווייטער
וי פון היץ, --- דו ווייסט ניט װאָס הייסט זיין אַ יונג ווייבּ, װי איך,
איינינקע אַלײן... דריי חדשים נאָך דער חתונה. צעבּרענט און צו-
פלאַקערט האָסטו מיך און געלאָזען איינע אַלין.. אַכצען חדשים..
כ'האָב אַלעמען געװאָלט און געקלערט פון דיר, מיין מאַן. אָט דאָר-
טען אין פירהויז ליגט נאָך אונזער אַלטער כאָמעט. קיינער האָט .
איהם ניט געװאָלט קויפען, ווייל ער איז פאַרזשאַװערט. איז ער גע-
בּליבּען. פאַר דער חתונה, ווען איך האָבּ דיר צעקאַליעטשעט, דיין
אויג... האָסטו דיך געזעצט אויף איהם... כ'האָפּ איהם אַרומגענומען
איינמאָל, ווען ס'איז מיר געווען בּיטער, און געקושט.. מיין מאַן,
געזונט זאָלסטו מיר זיין!
פּאַנדרע האָט אויפגעהויבן זיין שווערען קאָפּ. מערעס לעצטע
ווערטער האָבּען איהם צונומען, איז אָט צו װאָס װײיבּער קענען דער"
געהן: איבּערטאָן נייע העמדער צוליב אַ דאָקטאָרעל אַ כניאָק און
קושען פאַרזשאַװערטע כאָמעטען... געה דערגעה אַ טאָלק! אַ מין
געצקע האָט זי גאָר געמאַכט פון אַ זאַך, אויף וועלכער ער, פּאַנדרע,
מיט זיין האַרטען הינטער"חלק איז געזעסען,.. דער כּעס אויף קושקען
און דער שװאַרצער חשד אויף מערען איז צעשוואומען אין עפּעס אַ
ליכטיגער מוטנעקייט. אַך. דאָס זיינען דאָך אַלץ אַזעלכע קלייניגקיי-
טעף אָט זיצט זי סענדערס טאַכטער, מיט איהר פאַרוויינטען קאָפּ,
פאַרװויקעלט אין קאָלדרע, וי אַ זינדיגע, און קיינער ווייסט ניט מיט
װאָס פאַר אַ ,ניט-גוטע"" זי האָט זיך דאָ געראַנגעלט אַכצען חדשים
נאָנאַנאַנד..,. און איז גאַנץ געבליבּען. ניט װי ער, פּאַנדע -- דער
גראָבּער יונגֿי:
ער האָט זי אָהן שום ווייטערדיגע הקדמות אַ כאַפּ געטאָן מיט
אויסגעװאַשענע שטאַרקע אָרעמס, װי אַ פּעקעל װאַטע אַ הויבּ גע"
טאָן זי און דערפיהלט צו איהר דאָס זעלבּע רחמנות וי דאַן, בּשעת
לויפען מיטן האַק אין גאַרטעל צום נייעם נגידס שרפה. פּונקט אַזױ
וי דאַמאָלסט, מיט אַנדערטהאַלבּען יאָהר צוריק, האָט ער זי אויך
אַצינד פּאַװאָליע אַװעקגעלײגט אין בּעט, איינגעדעקט און געזעצט
28
זיך לעבּען איהר אַ צופלאַמטער, אַ צוטרייסעלטער אינגאַנצען.
-- צעפּצעכעלע? -- האָט ער זיך צו איהר געטוליעט מיטן
פייכטען קאָפּ ---איך מוז דיר עפּעס אויך זאָגען. איך מוז דיר זאָגע?
אַז דיין פּאָדמיאָטקע בּין איך ניט ווערט. געגאַנגען בּין איך אַהיים
צו דיר, מריינעלע, און פאַרקראָכען בּין איך גאָר אין היי.. צו
אַ שיקסעל אין דאָרף:.
-- אין אַ דויטען טיכעל? -- זעצט זיך מערע אַװעק מיט בּרייט
אויפגעעפענטע אויגען . |
-- אין אַ רויטער קאַצאַװײיקע. -- פאַרריכט איהר פּאַנדרע --
ווער האָט דיר שוין אונטערגעטראָגען? ניט שמחהלש טורערו?
-- װאָס רעדסטו װאָס? -- רופט זיך מערע אָפּ מיט גע"
חלשטע ליפּען -- װאָס עפּעס טורערו? אַ חלום אַזאַ האָט זיך מיר
געחלומט. אַ חלום אַזאַ.. מיין מאַן, מיין מאַן! געזונט זאָלסטו מיר
זיין!
כי
ווען טענדעריכע איז צו מאָרגען אויפגעשטאַנען גאַנץ פריה, װי
איהר שטייגער איז, צו געהן אין מאַרק אַרײן, האָט זי איהר פּאָר"
פאָלק געפונען האַרט שלאָפענדיג און פעסט אַרומגענומען, װי צַויי
װאָס האָבּען זיך געראַטעװעט פון אַן אונטערגעגאַנגענעם אָקרױענט
אויף אַ שמאָלען אינזעל, פּאַנדרעס ברוינע און שווערע לאַפּעס זיי-
נען געווען פאַרפלאָכטען מיט מערעס בּלאַסע אָרעמס און איהר
טונקעלער צאָפּ האָט ארומגעוויקעלט נחס קאַרק, װי אַ צוזאַמענגע-
דרעהטע, איינגעדרימעלטע שלאַנג פון גן-עדן, נאָכדעם וי זי האָט
חוהן און אָדמן איבערגערעדט.
סענדעריכע איז אַ ויילע געשטאַנען פאַרגאַפט, אָנקוקענדיג
איהר יונגע פּאָר, שמייכלענדיג מיט איהרע איינגעקנייטשטע לי-
פּעלעך און שאָקלענדיג מיט איהר איינגעדאַרטען קעפּעלע. האָט זי
זיך אָן עפּעס דערמאָנט פון איהרע אייגענע יונגע יאָהרען? אָדער אין
259
זי געווען צופרידען װאָס איהרע קינדער האָבּען זיך אַזױ גיך איבּער-
געבּעטען?
שטילערהייט האָט זי. זיך גענומען ווקען צום טיר, צוהאַלטעג-
דיג איהרע שליסעלעך, זי זאָלען ניט קלינגען. אָבּער, ניט אַריבּער-
טרעטענדיג דעם שוועל, האָט זי זיך אָן עפּעס דערמאָנט, געפליבען
אַ וויילע שטעהן און גיך צוריק אַרײנגעלאָפען הינטער איהר פאָר-
האַנגעל, צווישען אויווען און װאַנט. פון פּאָליצע האָט זי דאָרט
אַראָפּגעכאַפּט איהר טייטש-חומש, אָנגעטאָן סענדערס בּרילען מיט
די מעשענע האָלאָבּליעס, וועלכע זי האָט געירשנט נאָך זיין טויט
און בּאַנוצט זיך מיט זיי ניט ערגער פון איהם, עליו השלום..
בּיים ליכט פון פענסטערעל, אַקעגען איהר געלעגער. האָט
זי גיך גענומען מישען, לעקענדיג געניט איהרע איינגעדאַרטע פינ-
גערלעך, פיז זי האָט אויפגעמישט די הפטרה פון סדרה ,נח" און
אַזױי לאַנג געטייטעלט מיט איין פינגערעל, בּיז זי האָט געפונען דאָס
װאָס ס'האָט ערגעצוואו געטליעט אין איהר זכּרון. אָהוּ.. אָט איז
דאָס טאַקע! |
, כּי כּאשה עזובה... נייערט וי איין אשה איין פאַר
לאָזינע, -- אַזױ האָט סענדעריכע שטיל געפּרעפּעלטי --
װאָש איהר מאַן צערינט אויף איהר און פאַרלאָזט זי איין
וויילע און קעהרט זיך װידער אום צו איהר, אַזױ האָט
דיך גאָט גערופיןיי
און גלייך וי איין ווייבּ װאָש מען האָט פון דער יו"
גינט, ווען זי ווערט נמאס אויף איחר מאַן, אַזױ געדיינקט
ער זי בּאַלד און דער בּאַרימט זיך איבּער איהרי.
| בשצף קצף.. מיט גרויס צאָרין האָבּ אי אין
אױיגין-בּליק פאַרבּאָרגין מיין פּנים פון דיר און מיט איין
אייבּיגין חסד האָבּ איך מיך איבּער דיר דער בּאַרימטײ.
כּי מי נח,.. דען אַזױ װוי די װאַשער פון נח אַזױ אויך
איז דאָש;י" |
דער צוזאַמענהאַנג צווישען אַזעלכע װערטער,. אין דער
הפטרח, און צווישען דעם װאָס איהר פַּאָר פאָלק האָט זיך אַזױ גיך
איצערגעפעטען, נאָך דער נעכטיגער קריגעריי, אוּן אַזױ ,דער"
בּאַרימט? זיך איינער אויפן צוייטען, און גראָד דאָס, װאָס די
הפטרה געהערט צוֹ סדרה ,נח און װאָס פּאַנדרע, איהר איידעם,
הייסט אויך נה -- דאָס אַלץ איז סענדעריכען אויסגעקומען וואונ-
דערליך, וי אַ פאַרשדיבּענע נבואה, װי אַ ואונק פון הימעל.. זי
האָט זיך אַזש דערשראָקען פון אַזאַ אַנטפּלעקונג, אַ קוש געטאַן און
גיך אַװעקגעשטעלט איהר אַלטען טייטשיחומש אויף אַן אָרט, װוי-
שענדיג זיך די אַלטע אויגען מיטן פאַרטוך, איז זי אויף די צים"
קעלעך אַרױס פון שטובּ, כּדי ניט צו שטערען דעם שלאָף פון איהר
פּאָרפאָלק. װוי אַ שטילע , שמונה-עשרה'י האָט זיך איהר אַצינד אָנ"
געהערט זייער טיפער אָטעם אין דער פריהמאָרגענדיגער שטיט-
קייט פון שטוב -- אַ שטילקייט, װאָס טאָר ניט געשטערט װערעף
קוּלאַיע
ה1
אינדערפריה, נאָך סענדעריכעס אַװעקגעהן אין מאַרק. האָט
מערע אױפגעפּאַקט פּאַנדרעס קלומיק. צוזאַמען מיט דער וייבּער"
שער תּחינה און מעשה-ביכעל, װאָס זימעל-פּאַקענטרעגער האָט גע"
שיקט פאַר מערען, און צוזאַמען מיטן בּלױענקען בּענשערעל פאַר
פּאַנדרען גופא, זיינען פון קלומיק אַױסגעפאַלען אַן אָנגעשריבּע-
נער קאָנװערט און עטליכע רובּעלדיגע און דרייירובּעלדיגע פּאַ-
פירלעך.
נח האָט אויפגעריסען די אויגען. בּיי װאָווקען אין בּודקע, גע-
דענקט ער האָט ער צוגעװארפען שמחהלען דאָס בּיסעל געלט. האָט
איהם, הייסט דאָס, טורערו ווידער אַמאָל אַרײינגערוקט אין פּעקעל
דאָס ניט-כּשרע געלט? אַרויסקריכען קען מען ניט פון אָסטראָג,
ניט פון שעפטעלעס גוט-ברודערשאַפט..
מערע האָט זיך געווען אַ כאַפּ געטאָן צו די פּאַפּירלעך, נאָר
דערזעהענדיק נחס צומישטקייט האָט זי זיך אָפּגעהאַלטען און שטיל
אַ פרעג געטאָן
--- װאָס איז דאָס פאַר אַ געלט?
-- שעפטעלעס! -- האָט פּאַנדרע קורץ געענטפערט.
מעדע האָט זיך דערמאָנט אָן די פינף רובּעל, װאָס שעפטעלע
האָט איהר אַרײנגעשטופּט אין האַנט, בּיים פּאַרעכאָד, האָט זי זיך
262
אַליין פאַרשעמט, אַנטשויגען געװאָרען. פּאַנדרע האָט דאָס אָבּער
אָנגענומען װי אַ שטומען פאָרוואורף.
-- אַז ער האָט זיך צו מיר צוגעטשעפּעט, -- גיט נח אַ הוים
מיט ביידע פּלײצעס, -- נאָכגעיאָגט זיך אויפן , ליסיפּעד?י (צוױי-
ראָד) אין װאַלד. הכּלל: , נעם און נעם!.." אָט, דעם אַדרעס זיינעם
האָט ער אויך געגעבען צו בּאַהאַלטען, , ס'וועט דיר, מאַכט ער, צו-
ניץ קומען, נעט!,." כ'האָבּ דאָס געווען אָפּגעגעבּען שמחהלען, נאָר
ער האָט דאָס מיר צוריק אַרײינעשטופט אין קלומיק,
מערע האָט זיך פאַרזאַרגט, אָן איהר פּנים נאָך האָט נה דער"
זעהן, אַז זי האָט ניט מיט װאָס דעם טאָג אָנצוהױבּען, איז ער ויי"
כער געװאָרען.
-- נאַ, דעם אַדרעס שעפטעלעס באַהאַלט. און מיט זי עטליכע
רובּעל איז.., װוי דו ווילסט,
האָבּען זיך ביידע מיישב געוען, אַז דערווייל זאָל מען דאָס
געלט באַנוצען. און אַז גאָט װועט העלפען, זאָל מען שעפטעלען אָפּי
שיקען, סיי די פינף רובּעל װאָס מערע האָט גענומען אין איהףר
נויט, סיי דאָס געלט װאָס נח האָט געבּראַכט פון וועג. דעם אַדרעס
שעפטעלעס האָט מען דאַך... דאָס ערשטע פאַרדינסט װעט מען
איהם אָפּשיקען. און יוצא פאַר גאָט און פאַר זיך אַלײן
כּדי יוצא-זיין, פאַר איינע הוצאות, פאַר לייטען אויך, זיינען
מאַן און ווייב מושוה געװאַכען אַראָפּצונעמען פון שעפטעלעס געלט
אַ צעחן גילדען. מאַכען , קולאַיע!" אויף שבּת און פאַררופען גוטע
פריינט. ס'איז דאָך פאָרט אַ שטיקעל נחמה! מען איז אַרוֹיס פון
גויעשקע הענט און געקומען געזונטערהייט אַהיים. און די צייט איז
אויך די ריכטיגע. עס געהט אַצינד די װאָך נאָך שבּת ,נחמו".
פּאַסט זיך דאָס טאַקע גאַנץ גוט,
אַן אָרימער כּיבּוד איז , קולאַיע", אָבּער אַ געשמאַקער. אין
שקלאָווער געגענט און אין אַ גרויסען טייל פון רייסען מאַכט מען
קולאַיע!" פון קאָרענע מעהל. און ווייטער, צו ווילנע און גראָדנע-צו,
הייסט דאָס , קאַסלוכע?!. אין יענע מקומות איז, אַפּנים, קאָרענע
מעהל אויך אַ צו-גרויסער ואוילטאָג. מאַכט מען קאַסלוכע פון קאָ-
רענע ברױיט-סקאָרינקעס פון פּאַסקריאָבּע. פון איינגעטריקענטע
203
, זשליפּצעס!!. די מאַטעריאַלען זיינען אבּיסעל אַנדערש, אָבּער די
מאַכעכץ און דער טעם -- כּמעט די זעלבּע. געמאַכט ווערט , קולאַ-
יע!! אָדער , קאַסלופע" ווען מען ציהט זיך אַרײין אין אַ גייער דירה,
אויף אַן אָרימען חנוכּת-הבּית. ווען מען שערט אָפּ אַ דריי-יאָהריגען
אינגעלע, אָדער ווען מען פיהרט אַריין אַ קינד אין , חדר". צו אַ
בּר-מצוה, אָדער ווען אַ קינד האָט חתונה אין דער פרעמד, קומען די
עלטערען פון דער חתונה און מאַכען , קולאַיע" פאַר שכנים. און
גלאַט צו יעדער שמחה ווען מען וויל פאַררופען געסט און שפּאָרען
געלט. ס'איז אַ בּיליגער כּיבּוד. דאָס נאַשען אינגלעך און מיידלעך,
אַלטיטשקע לייט טוקען די װאָנסעס. בּאָבּיצעס באַלעקען זיך און
אַלע האָבּען הנאה. |
| = איז דאָך אין פלוג די קשיא, װיבּאַלד ס'איז אַזױ גוט און אַזױ
װאָלװעל, היינט פאַר װאָס-זשע זאָל מען זיך ניט פאַרגינען מאַכען
,קולאַיע!י, פאַר זיך אַליין און פאַר דער משפּחה, אין אַ מיטען װאָך,
גלאַט אַזױ זיך? דער תּירוץ איז: דער עסק צו מאַכען , קולאַיע! איז
צו גרויס. ס'נעמט אַװעק צופיל צייט און געדולד. האָבּען דערפאר
שקלאָווער אידען ליב אַ צווייטער זאָל מאַכען און זיי זאָלען עסען,
אַזױ װאַרט איין , קולאַיע"-מאַכער אויפן צווייטען. אָבּער אינגאַנ-
צען אויסדרעהען זיך פון מאַכען , קולאַיע" דרעהט זיך קייגער
ניט אַרױס. פריהער-שפּעטער קומט יעטװעדערען אויס צו מאַכען
און מהנה זיין שכנים און גוטע פריינט. װאָרים אין וועלכער אידי-
שער הויז, געלױבּט דער אויבּערשטער, מאַכט זיך דאָס ניט אַ שטי-
קעל אידישליכע שמחהלע? סוף כּל סוף דערגעהט צו אַלעמען די
רייהע. | |
אַזױי געהט די , קולאַיע"-מאַכערײ אַ קאַרעהאָד פון הויז צו
הויז און פון גאַס צו גאַס: פון דניעפּער ביז דער אָזערע און פון , אוג-
טערבּאַרג* בּיז די אָרשער בּרעמלעך, און קלעפּט צוזאַמען די גאַנ-
צע קהילה-קדישה שקלאָוו מיט איין זיס-זויערליכען פּאַפּ.
אַצינד איז די רייהע, פון מאַכען , קולאַיע", דערגאַנגען צו
מערען אויך. האָט זי אויף זיך אַרױפגעכאַפּט די שטוב-פאַטשײלע,
אַװעקגעלאָפען אין מאַרק. געשעפּטשעט זיך מיט איהר מאַמעלען
מיט סענדעריכען, בּיים טישעל מיט גויעשקע בּולקעס און לעקעכער,
264
אינגעהאַנדעלט אַ האַלבּען פוד קאָרענע מעהל, אַ פּאָר פונט האָניג,
אַבּיסעל געווירצעלעך. געליהען בּיי שכנים אַ פּאָר מוראדיג גרויסע
טעפּ. און איינעם אַליין צוגעקויפט, אַ רויטען, א געבּרענטען. מיט
שװאַרצע ,,זומערשפּרינקלעך"! פון געבּרענטקייט.. און געמאַכט
, קולאַיע?
:
דאָס רעדט זיך נאָר אַז: , געמאַכט קװלאַיע". , קולאַיף?
מאַכען איז דיר ניט פאַרקנעטען חלה אויף שבת. , קולאַיע! באַמען
איז אַ פאַראַנטװאָרטליכע אונטערנעמונג, אַ מין עקזאַמען אױיף
בּריהשקייט, װאָס געדויערט א װעלכענע פיער טעג ניט װעניגער.
קולאַיע! מאַכען הייסט: אַרױסבאַקומען אַ מין איינגעמאַכץ פון
פּראָסטע מעהל, און נִיט אַלעמאָל גיט זיך דאָס איין,
קודם-כּל פאַרקנעט מען די קאָרעגע מעחל אין אַ גרויסער מול-
טער. אויף קאַלט װאַסער פאַרקגעט מען עס, װי אַ מצה-מיירע, בּדי
עס זאָל ניט ווערען קיין קליאָצקעס און עס זאָל ניט כאַפּען זויערען.
;מען קנעט און מען גיסט צו. מען גיסט צו און מען קנעט. בּיז אין
מולטער צולייגט זיך אַ לייזליך טייג, װוי ראַסצענעס נאָכן יערעףן
דאָס לייזע פאַרקנעטאַכץ טוט מען אַריין אין גרויסע ליימענע
טעפּ. אויבּ מעגליך אין נייע טעפּ, כּדי עס זאָל ניט אֲנציהען מיטן
טעם פון אַנדערע געקעכצען. מען גיסט דאָס װידער איבּער מיט
קאַלט װאַסער און מען פאַררוקט, נאָכן הייצען, אין אויווען עס זאָל
פּרייען. גאָר גרויסע בּאַלעבּאָסטעס דעקען עס נאָך איבּער מיט פּאָק-
רישקעס און מיט נאַסען לייהם און פאררוקען דאָס אין אַ לינדער
אויווען איבּער אַ נאַכט. נאָר אויף דעם דאָרף מען צופיל זיין גע"
ניט, אויטרעכענען די װאַרימקײט, עס זאָל ניט כאַפּען טריקענען פון
איין זייט. איז גלייכער אַריינצושטעלען אין אַ ניט צו הייסער אוי"
ווען אויף עטליכע שעה אין טאָג. איז מען שטענדיג דערביי און מען
גיט אַכטונג. דהיינו: אַלע האַלבּע שעה שלעפּט מען אַרױס די פּײ-
יכיגע טעפ מיט גרויסע ווילקעס און מען מישט דורך, דאָס געפּאַ-
265
רעטע רויטליכע טייג, מיט אַ ריינער הילצערנער קאַטשעלקע. חס-
ושלום אויסצומישען דאָס, הייסערחייט, מיט אַ מעטאַלענער זאַך!
דאָס מאַלציגע געמישעכץ איז זעהר אַן איידעלער ענין, און האָט אַ
שװאַכקײיט אַריינצונעמען אין זיך כּליערלײי פרעמדע טעמים. פון
זשאַװער און גרינשפּאַן... מישען מישט מען דאָס אַזױ פלייסיג, כֹּדי
עס זאָל זיך ניט אָנבּאַקען אָן די ווענטלעך פון די טעפּ און עס זאָל
גוט , זיסען".
און כּדי עס זאָל פאַרטיג װוערען שבת צום כּיבּוד, מוז מען עס
אָנהױבּען צו ,, זיסען, שפּעטסטענס, מיטװאָך נאָכן הייצען. אַרײנ-
גערוקט אין אויווען און אַרױסגערוקט און געמישט בּיז אין אוי-
ווען קיהלט אָפּ. עס טאָר ניט כאַפּען בּרענען! װאָרים דאַמאָלסט ציהט'
עס אָן מיט אַ בּיטערקייט, און -- געפּטרט די גאַנצע מערכה, די
גאַנצע בּאַטעמטקײט פון , קולאַיע".
| איז אויב מען איז בּאַהאַװענט און געדולדיג און פאָרזיכטיג,
! פּרייעט דאָס צו בּיטלעך און הױיבּט אָן צו זיסען פון זיך אַלײן
מיטװאָך האָט מען עס אָנגעהויבען און דאָנערשטאָג הױבּט דאָם
שוין אָן צו שמעקען מיט זיסליכקייט, און פרײיטאָג פאַרשמעקט דאָס
שוין די גאַנצע שטוב מיט מאַלץ פון בּיער'בּרויז. פונדעסטוועגען,
אויפן ריח אַליין טאָר מען זיך ניט פאַרלאָזען. די קאַטשעלקע, מיט
וועלכער מען מישט, זעהט אויס װי אַ פענזעל בּיים איינבּינדער.
כאַפּט מען פון איהר אַראָפּ מיט אַ הילצערנער לעפעל, אָדער גאָר
מיט אַ פינגער און מען גיט אַ לעק, װוי ס'האַלט מיט דער זיסעניש,
אַ מיש און אַ לעק. אין אויווען פאַררוקט און אַרױיסגערוקט און ווי"
דער אַ לעק. אַזױ געהט אַ סדרה מישען און לעקען, בּיז מען פאַר"
רוקט דאָס אין טשאָלענט,
פון דער גלײיכמאָסיגער זיסעניש און פּרײיעניש ווערט דאָס אַלץ
לייזער און טונקעלער. עס בּאַקומט אַן אַפּעטיטליכע בּרוינקייט און
פון דעם געדיכטען קאָרענעם פּאַפּ ווערט אַ מין שיטערליכער קרעם.
פון דער אייגענער זיסקייט, װאָס דאָס פּרייען האָט אויסגע"
אַרבײט. קען אָבּער די , קולאַיע"י ניט געהאָלפען ווערען. פרײטאָג,
דער דריטער טאָג זינט מ'האָט די , קולאַיע!י פאַרקנאָטען, איז דער
יום-הדין, דער קריטישער טאָג. מען מישט אויס און מען פאַרזוכט
266
צום לעצטען מאָל און מען גיט צו האָניג. ניט אַזױ פיל עס זאָל וצ"
רען פּריקרע און ניט אַזױ וועניג עס זאָל זיך ניט פיהלען. נאָר ווי"
פיל מען זאָל זיך ניט סטאַרען, װעט דער טעם, נאָכן צומישען האָניג
צום הייסען פּאַפּי פאָרט אַרויסקומען פּריקרע-זיס. און כֹּדי צו לינ-
דערען די זיסקייט און כּדי צו-צוגעבּען איהר אַ מחיהדיגע ווייניגקייט,
קוועטשט מען אויס אַ פּאַר פונט זשוראַווינעס (קליוקווט), אַז ס'איז
דאָ, און מען זייט עס דורך: אָדער מען צולאָזט ציטרינזאַלץ און מען
גיסט אַריין אין די טעפּ. בּשעת הדחק איז זויערע בּוריקעס-ראָסעל
אויך גוט. דער זויערער זאַפט פון די זשוראַװינעס צוגיסט זיך, װי
אַ העלע בּלוט, איבּער דער שענער ברוינקייט פון דער האַלב-פאַר-
טיגער , קולאַיעי, עס בּלייבּט שטעהן אין די פּאַפּיגע קנייטשען פון
מאַלציגען איינגעמאַכץ, בּיז עס ווערט פאַרמישט מיט אונזער בא"
קאַנטער קאַטשעלקע, וועלכע איז שוין, אגב, אָנגעשװאָלען פון טו-
קען זיך און טאַנצען, טאָג-איין טאָג-אויס, אין הייסע ראָסצענעס..
דאָס זויערע בּלוט פון די זשוראַװינעס וװערט אינגעזאַפּט אין
דער בּרוינליכער מאַסע. דאָס צייג-פינגערעל פון דער בּאַלעבּאָס-
טעטשקע שטעקט זיך אַרױיס, דערנאָך -- איהה ציננעלע, און עס
ווערט ווידער פּרובירט. כאַפּט עס צו זויערליך, גיט מען צו נאָך
אַכּיסעל האָניג. די קאַטשעלקע צוטאַנצט זיך און דער טעם גלייכט
זיך אויס. טאָמער איז מען אָבּער פאָרט ניט צופרידען מיט דער איי-
דעלקייט פון געשמאַק -- און דאָס טרעפט זיך אָפטמאָל -- האָט
מען שוין מורא אַליין צו טשעפּען,. מיט האַלבּ-פאַרטיגער , קולאַיץ"?
טאָר מען זיך צופיל ניט שפּילען.. און גלייך אויפן אָרט, איידער
פאַררוקען אין טשאָלענט, װוערט פאַררופען אַ באַראַטונג פון שכנ-
טעס, אַלץ אַלטע וייבּער. געניטע זיס-און-זויער מישערינס, דורכ-
געטריבּענע , קולאַיע"-לעקערינס. מען כאַפּט פאַר זיי אַראָפּ פון
יעדען טאָפּ אויף טעלערלעך און מען דערלאַנגט זיי, זיי זאָלען אייג-
טונקען אַ פינגער און זאָגען מבינות.
3
מען דאַרף אָגזעהן אַואַ ערנסטען קאַנסיליום פון אַ דויי-פיער
261
ווייבּער, ביי אָפענע, פּאַרעדיגע טעפּ, מיט דער אָנגעדראָלענער
קאַטשעלקע, אַרײנגערוקט בּיז איבּערן נאָפּעל, אין דער זיס-שמע-
קענדיגער בריי --- אַ כּפּרה טריאַטער! שטעהענדיגערהייט ווערט
אַואַ אסיפה אָפּגעהאַלטען, מיט טיפזיניג אַראָפּגעפױגטע,. לאָס-
טיקענע טשעפּטשיקלעך און מיט פאָרשענדיגע אויגעלעך, װאָס
לויפען אום פון די טעלערלעך קולאַיע צו דער בּאַלעבּאָסטע אן
פון דער באַלעבּאָסטע צו די טעלערלעך קולאַיע. און די ניט"גע"
ראָטענע גרויסע טעפּ שטעהען דאָ אַנטבּלױזטע און דאַמפען מיט
האָניג און זשוראַװינעס-זאַפּט איבּער דער גאַנצער שטוב: ,,מומעס,
ראַטעװעט! אָהן אייך זיינען מיר פאַרלאָרען.."
הויבט זיך אָן אַ שטומע קנייטשעניש פון פאַרװעלקטע פּיס-
קעלעך. אַ קרימעניש אויף , גוטיי און , שלעכטי' מיט איינגעפאַ-
לענע בּעקעלעך, אַ הױיבּען מיט פּלײיצקעלעך, אַן אויפלויכטען און
פינסטער-ווערען פון פאַרשייטע אויגעלעך. מען בּויגט די פּרובּיר"
טעלערלעך, כּדי צו זעהען די געדיכטקייט פון דער קולאַיע. מען
טוקט װאָרצעלדיגע פינגערלעך און מען סמאַקעװעס מיט שנעבּע-
לעך. מען ציהט די לעקאַך-זיסליכע פּאַרע מיט פאַרשפּיצטע נע"
זעלעך. בּיז איין קולאַיע-פּראָפּעסאָרשע װישט אָפּ איהר פייכטען
קאָריאַוען פינגער אָן פאַרטוך, לעגט איהם צו. מיט נאָך אַ פינגער,
צום בּאַק און זאָגט... װאָס זאָל זי זאָגען? ס'איז אַ מאכל-מלכים..
אלא װאָס דען? ס'איז נאָר אַ בּיטעלע צו געדיכט. אַ קאַפּ װאַסער
צוגיסען װאָלט ניט געשאַדט. נישקשה אין אויווען װעט עס זיך
איינשטעהןי.. |
| רופט זיך אָפּ די צווייטע בּאָביצע: וואו געדיכט? װאָס גע-
דיכט? ווען געדיכט? גאָר געדיכט גאָר! אַ משל לעמעשקע! בּשעתן
פּרייען װעט עס דאָך סיי ווי סיי ווערען שיטערער. ניין. וועדליג
איהר שכל, וועדליג זי פאַרשטעהט, מוז מען אַרײנטאָן נאָך
אַ קאַפּעלע האָניג, כּדי אָפּצושלאָגען די זויערקייט. װאָרים קולאַיע
האָט פיינט איבּעריגע זויערקייט..
זאָגט די דריטע קולאַיעילעקערקע, אדרבא נאָך אַ בּעכערעל
סאָק פון זשוראַװינעס װאָלט גאָרניט געשאָדט. מען זאָל איהר מוחל
זיין װאָס זי פאַלט אַרײן אין די רייד, ווען קולאיע איז נאָך ניט
268
אױסגעפּרײיעט און אין צויהײס -- דוכט זיך אויט אַז סאיו
ווייניג. קולאַיע האָט אַ טבע פון ברזיט,. ניט אױסגעבּאַקענער
בּרוֹיט איז אויך זויערי.
זאָגט די פערטע... חכּלל וויפיל צינגעלעך אַזוֹי פיל טעמימלעך.
געה שטעל אַלעמען צופרידע מאַכט מען אַ פּשרה. מען הערט אויס
אַלעמענס עצות און מען נעמט פון יעדער עצה צוֹ קאַפּעלעך,
אַבּיסעלע מעהר האָניג, אַ צעלאָזען שטיקעלע ציטרינזאַלץ אין
לעבליכע װאַסעױ, און מען פאַררוקט מיט מזל די בּכבודיגע טעפ
אין טשאָלענט, שלעפּען די ליימענע טעפ זייערע קיילעכדיגע פיי"
כער, פול מיט הייסער קולאיע, איבּערן אויסגעגלעטען , פּאָדיי, און
בּרומען,. דאַכט זיך, פון די קלעפּיגע אָפּגרונטעף ,אָסור, אידען
אויב מיר האָבּען נאָך כּוח צו פּאַרען זיך!י' אָבּער װער הערט זי
די ליימענע גולמס? מען פֿארשטאָפּט די הייסע אויװוען מיט דער
זאַסלינקע, און די זאַסלינקע לעגט מען אַרום מיט נאַסע ויעכי"
טשעס: , פרייעט, טעפּלעך, לכּבוד שבּת!"
צושפּילען זיך די שבתדיגע מאכלים אין אויוען. פּאָקריש-
קעס טאַנצען, צימעסלעך פּיפּסען, געבּראָטענס -- קוליעט זיך אין
שמאַלץ, קוגעלעך האָצקען זיך. און די גרויסע טעפ מיט קולאַיצ
שפּילען קאַנטראַ-באָס,. זיי שרייען אַריבּער אַלע ליימענע און טשו-
הונענע כלימלעך מיט זייער בּורטשענדיגען , בּוף בּוף" און פאָךר-
טוימען אַלע שבתדיגע ריחות מיט זי ער ריח אַ גאַנצען שבּת-
צו-נאַכט איז די לופט אין שטוב געזיסט און געװוירצט װי פיל
אַ לעקעכמאַכער.
צו-מאָרגען אינדערפריה פאַרן דאַװונען, ווען מען קלעפּט אויף
דעם אויווען און מען נעמט אַרױס די שכּתדיגע הליאַקעס צום
טיי, רוקט מען אויך אַרױס די גרויסע טעפ מיט קולאַיע, כּדי צו
זעהן צי ס'איז ניט געװאָרען צו"געדיכט. אויב צ ודגעדיכט -- גיט
מען גלייך צו אַ בּיסעל הייסע װאַסער פון הליאַק. דאָס מאָל קען
מען שוין צוּגעבּען ה יי סע װאַסער. ווייל די קולאַיע איז שוין אין
גאַנצען אויסגעזיסט. און קליאָצקעס זיינען שוין מעהר ניט און קע"
גען זיך מעהר ניט פאַרקאָכען. דער פֿאַרשפּאַרטער, געמאַלצטעף
ריה, פון אַ גאַנצער שבתדיגער נאַכט אין אויװען, גיט איצטעם
205
געדיכט אַ שפּאַר-אַרױיס פון פּריפּעטשאָק -- די לאַבּאַראַטאָריע פון
אַלע פּאָטראַװעס. ער צושפּרײט זיך אין שטובּ, װי אַ זיסער װאָל-
קען. און נעמט דורך אַלע אברים. בּיי קינדער לויפט אָן דאָס ואַ-
סער אין מויל, אַלע שבתדיגע פּלעצלעך מיטן טיי װאָלטען זי
אַװעקגעשענקט פאַר אַ לעק פרישע קולאַיע.. נאָר ער װעט זײי
געבּען קולאַיע פאַרן דאַװנען? ניט חולה זיינען זיי צו װאַרטען בּיז
פיער אַ זייגער בּייטאָג. די עלטערע לייט ווייסען דען װי שװער
עס איז צו װאַרטען אַזױ לאַנג אויף אַ נאַשערײ? װאָס פאַר אַ נאַ-
שערס זיי אַליין זיינען געווען, קליינערהייט, האָבּען זיי שוין לאַנג
פאַרגעסעןי. |
הכּלל, די שאַפונג, װאָס האָט זיך געשאַפען פיער אומרוהיגע
טעג נאָכאַנאַנד מיט דער הילף פון מולטער, טעפּ און קאַטשעלקעס,
לינדע און הייטע אויווענס און כּלערליי פּאָטראַװעס, איז אַצינד
געקרוינט, אַזױ צו זאָגען, מיט ערפאָלג. די קולאַיע איזי געלױבּט
דער אויבּערשטער, פאַרטיג!..
שטעלט מען אַראָפּ די הייסע טעפּ אונטערן בּיינקעל אין קיך,
זיי זאָלען זיך אָפּקיהלען. נישקשה. אַז מען װעט דאַרפען װעט מען
זיי אָנװאַרימען. װאָרים קולאיע ווערט געגעסען אויף צוויי אופנים:
קאַלט און װאַרים. וי איינער וויל. װאָס מעהר מען װאַרעמט דאָס
צו, אַלץ בּאַטעמטער ווערט דאָס, לעקאַכדיגער, זיסער מיט אַ וי"
טען: טעם פון יערונג. נאָר איבּערטרײיבּען טאָר מען אויך ניט. עס
קען דערפון ווערען אַ שיטערע בראַי פון בּרויז.
הייסערהייט גיסט זיך די קולאַיע וי אַ בּרוינער קרעם. און
קאַלטערהײט איז עס לעבּערדיג, און לעגט זיך אין ווייסען טעלער
וי אַ טונקעל-בּרוינער מאַיאָנעז. נאָר װאָס ווייסט שקלאָוו פון מאַ-
יאַנעזען? איז גלייכער מירץ זאָגען: װי האַלבּ-פאַרקיהלטע פּעטשאַ.
אַזױי איז ריכטיגער.
צום קולאַיע-כּיבּוד קומט מען שבּת נאָכן שלעפעל, אַזױ, בּערך,
אַ שעה פאַר שלש-סעודות. פרעגט מען בּיי די געסט וי ווילען זיי?
הייסע אָדער קאַלטע קולאַיע?. |
אַלטע לייט האָבּען ליב הייסינקע. יונגע לייט -- געדיכטערע,
קאַלטע. דערלאַנגט מען יעדען גאַסט אויף אַ טעלער, וי זיין האַרץ
210
געלוסט. און כּדי ס'זאָל אויסזעהן נאָך שענער און סװאָל זיין באַ-
טעמטער, באַשיט מען יעדער פּאַרציע מיט געשטױיסענע נעגעלעך
און צימרינג. פון די געשטויסענע בּשמים װערט די קוּלאַיע מאַט,
װוי מיט אַ בּרוינליכען הויך בּאַדעקט. און רייצט דאָס אויג אוו
צונג נאָך מעהר,
היינט דער טעם גופא!.. געראָטענע קולאיע האָט אין זיך אַלע
טעמים, װי דער מן אין מדבר, זכרונו לברכה. עס האָט אין זיך דעם
תּמציתי) פון שװאַרצען פרישען בּרויט, דעם ריח פון האָניג, די
יפיינע זויערליכקייט פון קליוקווע, דעם געהויפענעם הײגנעשמאַק
פון טשאָלענט, די זיסקייט פון מאַלץ און אַ ווייטע שטאַרקייט פוּן
יערונג. קיין געניטער גאַסטראָנאָם אין דער װעלט, וועלכער קען
ניט די סודות פון שקלאָװער קיך, װעט אייך ניט גלויבען, אַז אַזאַ
מלכותדיגע נאַשערײ שטאַמט פון אַ גראָבּען מאַטעריאל, װאָס װוערט,
כטבע, גענומען צום פּראָסטען אַלטעגליכען זויערען בּרויט, אָט צו
װאָס קאָרעגע מעהל קען זיך דערהיינען בּיי שקלאָװוער בריות, אַו
זיי ווילען!
שאָרבּען אידען און אידינקעס. זיי בּאַלעקען זיך און קנאַקען
:מיט די צינגלעך. און יונגע-לייט מאַכען , אַה" נאָך יעדען זפ,
קוקען מיט בּאַדויערען, װאָס אין טעלער װערט אַלץ ועניגערי
און וועניגער, װאַרפען אַן אויג צום קאָכשטובּ און חלשען נאָך,
קלוגע לייט זיינען פאָרזיכטיג. אַ גוטע זאַך, זאָגען זיי, דאַרף מען
עסען, זאָגען זיי, מיט טאָלק. כּדי.. הכּלל.; האָניג, זאָגען זײי, איז
אויך ניט גוט צו עסען צופיל,;
נאָר װאָס הערען יונגע-לייט אויף אַזעלכע עצות! איין מאָל
לעבּט מען אויף דער װעלט און ניט אַלע טאָג עסט מען קולאַיע.
איז מען אַ געזונטער מענש -- װעט עס דאָך סיי װי סיי ניט פאַר"
שאַדען, אלא װאָס דען -- ניט? לויפט מען א פּאַר טעכי.
אלה תּולדות קולאַיע... נאָר װאָס ווייסען דערפון אַלע היינטיגע
קאָנדיטערסקעס און בּעקערייען אין די גרויסע שטעט? צו אַל-די-גוטע
*) צסענץ,
211
יאָהר מיט זייערע זיסע שמאָכטעס, פעטע שאָקאָלאַדען און פּריקרע
אייער-קרעמען! אַלע אידישע צינגער האָבּען זיי פאַרדאָרבּען, אַלע
, גוטע זאַכען!? אויף דער װועלט האָבּען זיי פאַרשלונגען, און צווי"
שען זיי אויך שקלאָװער , קולאַיע"" און גראָדנער , קאַסלוכע".
איין לעק... װאָס קען עס שאַדען?
4 |
די גרויסע טעפּ מיט , קולאיע! האָבּען שוין זינט אַ פּאָר טעג
געפרייעט און געזיסט אין סענדעריכעס אויווען און פונאַנדערגץ-
לאָזען אין דער, בּיז אַהער פאַריתומטער שטוב, אַ בּאַטעמטען ריח פון
האָניגדיגער זויערליכקייט און פון גייער אויפלעבּונג. און צוזאַמען
מיט דער קולאַיע איזי אונטער דער װאָליגער שטובּ-פאַטשײלע, אָפ-
געגאַנגען און זיסער געװאָרען מערעס האַרץ. די אומרוהיגקייט פון
איהר קוק איז פאַרשוואונדען געװאָרען. קלאָרער און דייטליכער
האָט זי דערזעהן זיך אַלין, אין דער אָנגעשפּאָלטענער שטוב-שפּי-
געלע, און -- אַלעמען אַרום זיך,
אַזא געפיהל פון אויסלויטערונג קענען נאָר די, וועלכע האָ-
בען לאַנג געהונגערט, אָדער אַזעלכע, וועלכע זיינען אױיפגעשטאַ-
גען נאָך אַ לאַנגעב קראַנקהייט. אויסער דער איבּערגעגעבענקייט
צום מאַן האָט אַצינד מערע געקוקט, מיט אַ פאַרשעמטען שמייכע=
לע, אויף א"הר פּאַנדרען, װי אויף אַ וואונדער פון גאָט געשיקט,
װואָס זעטיגט זי אין די קורצע זומער-נעכט און בּלייבּט שטענדיג
גאַנץ, אָפּגעריסען איין זאַפּטיגע פּרי און אַן אַנדערע װאַקסט גלייף
אויס אויף איהר אָרט. און מישענדיג מיט אַ הילצערנע קאַטשעל-
קע די פּאַרעדיגע טעפּ. האָבען איהרע ליפּען געשעפּטשעט אינם
געדיכטען זיסליכען ריח אַ.ציטערדיגע תּפילה: , געלױיבּט דער אוי"
בּערשטער, נח איז אינדערהיים,,," |
273
צוריק פון אַסטראָג (18)
די ערד איז ווידער פעסט געװאָרען אונטער איהרע הויכע גע-
טאַקטע פיס, און מיט אַ פאַרטאַיעטער אַרױיספאָדערונג אין זי
האַלבּ אַראָפּגעלאָזענע ניט-יאויסגעשלאָפענע בּרעמען, מיט אַ מין
, פרוב אַקאָרשט!!? האָט זי אַצינד בּאַגעגענט אַלע די, וועלכע האָבּען
איהר, נאָך מיט עטליכע טעג צוריק, אויסגעזעהן אַזױ געפעהר-
ליך; וועלכע זי האָט אומרוהיג געמאַכט און אַליין געװאָרען שווינ-
דעלדיג לעבען זיי. עפּעס וי זי װאָלט געשטאַנען אויפן ראַנד פון אַן
אָפּגדונט,
אין מאַרק טרעפט זי אָן דאָס דעם אַפּטײיקער, וועלכער האָט איהר
דאָ אַמאָל געשריבען אַדרעסען. דעם דאָקטאָר חישין. פאַר ועמען
זי האָט זיך האַלב-אױסגעטאָן, דאָרטען -- דעם נייעם נגידס שקאָלע-
בּחורל. זי לאָזט זיי דורך פאַרבּיי די אויגען. נעבּעלדיג, װי דורך אַ
פאַרשוויצטער שויב, זעהען זיי איהר אויס. און זי קען ניט פאַר-
שטעהן, וי אַזױ אָט די צוקראַכענע נפשות האָבּען זי געקענט אַזױ
אומרוהיג מאַכען. זאַט מיט , כּשרותי, וי זי איז אַצינד,. עקעלט
איהר פאַר די פריהערדיגע בּאַהאַלטענע גלוסטענישען נאָך , טרפה",
און וויינען װוילט זיך איהר פון טיפער פרייד, װאָס אָט די אַלע
יסורים האָבּען זיך געענדיגט. אין האַרצען וייסט זי זעהר גוט, אַז
קיין גרויסע צדקות איז עס ניט, דאָס װאָס זי וויל אַצינד ניט טריג"
קען קיין פרעמדע ברודיגע װאַסער, ווען זי איז אָנגעטרונקען פון
איהר אייגענעם קװאַל. דערפאַר טאַקע איז זי אַלעמען מוחל פאַר
פריהערדיגער גרינגשאַצונג צו איהר. זי איזן מוחל דעם אַפּטײיקער,
דעם דאָקטאָר חישין. אפילו קושקע"בּראַנד -- דעם פרעסער..
אַ ניט-גוטקייט טראָגט זי נאָר קעגען זאַװעל דעם שמײסער.
אַ חשד האָט זי, אַז ער, דער װײבּערניק, איז דער אמתער שולדיגער
אין קושקעס אָנפאַל אויף איהר אין דער נאַכט נאָך דער , סעודה""
פון חברה לויה. דאָס האָט ער, זאַװעל, איהם פאַרשלעפּט און אַלין
בּאַהאַלטען זיך הינטער קושקעס בּרייטע פּלייצעס, הינטער זיין אָנ"
געפרעסענעם בּויך, און געטשאַטעװעט דרויסען אויף אַ , בּיינדעל'י
זוי אַ הינטעל -- הינטער אַ גרויסען הונט.
איהר איז שוין אַפילו אויסגעקומען צו אַמפּערן זיך מפח דעם
274
מיט גנחן. פּאַנדרע איז אָבּער געשטאַנען שטאָל און אייזען פאַר זאַ-
וועל שמייסער;
-- זאָלען מיר פיידע אַזױ געזונט זיין. מערע, װוי מיר האָט ער
עפּעס אויך אויסגעזעהן פּאַרכעװאַטע. אַ מויל פון אַ אידענע האָט
דאָס. כ'האָבּ איהם אפילו געװאָלט פאַרפאָהרען אין בּאַק בּיי װאָוװועס
בּודקע... נאָר װאָלסט זעהן דערנאָך װוי ער האָט זיך דאָס מוסר-
נפש געווען הּיים לעשען דעם װאַלדו אַ געחלשטען האָב איך איהם
אויפגעהויבּען אין קאַנאַװע.. |
אָבּער מערע מיט איהר וייבּערישען חוש האָט זאַװועלס מסירת-
נפש אַבּיסעל אַנדערש פאַרשטאַנען
-- דאָס האָט ער מורא געהאַט פאַר דיר, געװאָלט זיך אונטער-
לעקען... איך קען שווערען, אַז ער האָט גאַנצינקע טעג אָפּגעװאַרט
אויף דיר בּיים , אונטערבּאַרג?? טאָמער קומסטו מיטן שליאַך. פאַר-
כאַפּען די פיש פאָרן געץ האָט ער געװאָלט.
-- נו, -- פיהרט פּאַנדרע פאַנאַנדער מיט די הענט -- האָט
ער הרטה,,
רופט זיך אָפּ מערע:
--- אפשר קושקע אויך?
נאָר גלייך אויפן אָרט כאַפּט זי זיך, אַז דאָס האָט זי ניט גע"
דאַרפט זאָגען. נחס כּלומרשט אױסגעלאָשענער כּעס טליהעט נאָך
אונטער אַש. קען ער מיינען, אַז זי שטעלט זיך צופיל איין פאַר קוש"
קען און פאַר זיין גראָבּקײט,
אין פּאַנדרעס אויגען טוט טאַקע אַ בּליאַסק אַן אָפשיין פון
אַ פאַרגעסענעם חשד;
-- גיין, אַזאַ אַלטער חזיר! אַ טאַטע פון קינדערי..
-- איך זאָג דאָך ניט, -- לאָזט מערע אַראָפּ די אויגען --
כ'האָבּ נאָר געמיינט.,. אוב שוין --- זאַװלען. טו זאָל מען קושקען
אויך פאַרבּעטען.. און זאָל נעמען אַ סוף.. וועלען אַלע זעחן, אַז
ס'איז גאָרניט מיט נישט אַלץ װאָס מען רעדט,
-- מיט א י ה ם, -- קערט זיך פּאַנדרע אָפּ --- וויל איך
מעהר אויף איין בּרעט ניט שטעהן. אין אָרשע ביים בּאַהן האָט ער
215
מיר זיך שוין איינמאָל, בּאַלד נאָך דער חתונה, צודבּרט וועגען דיר..
ווען ניט דו װאָלט, װאָלט.,
-- נאָר זעה, נח, -- בּעט זיך בּיי איהם מערע -- פאַרפיהר
מעהר מיט קושקען ניט קיין געשעפטעף גענוג װעט זיין!..
-- װאָס האָסטו אַזױ מורא? -- קוקט זיך פּאַנדדע אום --
נישקשה כ'ווצל מיין שטעטעל באַשטעהן,
ער געדענקט אַפילו, אַז אין דער נאַכט פון אומקעהרען זיך
אַהיים האָט ער זיך בּיי די יאַטקעס געשװאָרען מער ניט אויסצו"
בּרענגען זיינע כּוחות אויף שלעגערייען מיט גראָבּע יינגען נאָר
מערעס ווייכע רייד וועגען קושקען רייצען איהם. קעגען זיין אייגע-
נעם ווילען צוקאָכט זיך אין איהם זיין בּלוט. װאָס מעהר זי װעט
בּעטען פאַר איהם, מערע, אַלץ ערגער װעט זיין..
מערע האָט גאָרנישט געענטפערט. אָפּגעזיפצט און געלאָפען צום
אויווען מישען די קולאַיע. צוטאַנצט זיך מיט דער קאַטשעלקע אין
בּרוינליכען געמישעכץ און נאָך אַמאָל אָפּגעזיפצט. אַך, קולאיע איז
דאָך פיי לייטען אַזאַ גוטער זיסער פּאַפּ צואַמענצוקלעפּען אַלע
בּרוגז'ע... נאָר װאָס זאָל זי טאָן? זי זעהט קלאָר, אַז איהר נח איז
בּיטערער געװאָרען נאָכן אָסטראָג. דער צינגעלע בּיי איהם האָט זיך
אויך פאַרשאַרפט. שווער געװאָרען אויסצוטענהן זיך מיט איהם.
פאַרן אָסטראָג --- זי זאָל איהם געווען בּעטען -- װאָלט ער זי גע-
פאָלגט. ניין. אַזױ גלאַט װעט דאָס צווישען נחן און קושקען ניט אָפּ-
לויפען. |
צרב שבּת פון דער סדרה , עקביי, אַ טאָג נאָכן אויסרעדען זיך
מיט נחן, טרעפט מערע אָן זאַװעל שמייסער אין מאַרק. מיט קאַל-
טע אויגען האָט זי אַצינד אָנגעקוקט זיין שװאַרצע טשופּרינע, וועל-
| כע רייסט זיך, וי אַ וויכער, פון אונטער זיין קאַרטוז מיטן צובּראָ-
כענעם דאַשיק, זיינע שטראַמע פיס אין פאַרלאַטעטע שטיוועל. ער
האָט אויסגעזעהן וי אַ יונגערמאַן. װאָס אין פּרנסה-זאַכען איז ער
בּיי זיך זעהר געפאַלען, נאָר ניט אין ווייבּערשע זאַכען... און געוואונ"
דערט האָט זי זיך, מערע, אין האַרצען, װאָס אַפילו אויף אָט דעם
, האָלאָדראַנעץײ, מיט די חוצפּהדיגע אויגען. האָט זי זיך אײנמאָל
בּיים דניעפּער אויך שיער-שיער ניט פאַרקוקט,
26
געהט צו איהר זאַװעל שמייסער צו, וי צו אַ ווייבּ פון זיינעם
אַ גאָר-גוטען פריינט;
-- מיט ליפ איז אייך אייער גאַסט, מערע!
| האָט זי געמאַכט אַ טריט אויף צוריק, כּדי צו וייזען איהם
זיין אָרט, און טרוקען אַ שמייכעל געטאָן
-- יאָ. נח האָט מיר טאַקע געואָגט, אַז ער האָט זיך שױן
געזעהן מיט דיר..
-- נאָך אַ מין זעהען זיך! --- מאַכט זאַװעל און די ממזרישע
אויגען זיינע לויערען -- מיר'ן דאָך בּיידע געלאַשען דעם װאַלד,
האָבּען מיר...
ער האָט דאָס אַרױסגעזאָגט מיט דער דרייסטקייט פון אַ מענ-
שען. װאָס האָט שוין אַלע שונאים אָנגעשאָטען זאַמד אין די אויגען
און האָט מעהר ניט װאָס מורא צו האָבּען.
| -- ער האָט מיר געזאָגט, -- ענטפערט מערע קורץ און טרעט
אָפּ,
נאָר אָפּגעהענדיג אַ פּאָר טריט, דרעהט זי אום דעם קאָפּ צן
זאַװולען, וועלכער שטעהט נאָך אַ פאַרגליװוערטער פון איהר קאַלט-
קייט:
-- יאָי װאָס האָבּ איך דיר געװאָלט זאָגען? נ ח האָט דיך געבּטי
טען שבּת אויף קולאַיע,
2
אין בּאַלעגאָלישען צעך איז דערוויילע אַװעק אַ גערייד וועגען
מערעס און טענדעריכעס כּיבּוד לכּבוד פּאַנדרען. דע ם האָט מען
פאַרבּעטען שבּת אויף קולאַיע און יענעם האָט מען פאַרבּעטען
מען האָט אומישנע גערעדט הויך אויפן קול, כּדי, אגב אורחא, זעהען
װאָס פאַר אַ מינע קושקע-בּראַנד װעט דערביי מאַכען. קושקע-בּראַנד
האַלט אָבּער אויס. ער האָרכט -- און זאָל זיך דאָס אפילו איין
אָדערל אַ ריהר טאָן אין זיין רויט-אַנגעגאָסענעם פּנים. וי מיט
דער קולאַיע אַזױ אָהן דער קולאַיע! אַלע אין צעך ווייסען דאָך סיי
201
וי סיי, אַז קיין גרויסער פריינט פון ר' סענדערן איז ער קײנמאָל
ניט געווען. פון פּאַנדרען, זיין איידימעל --- אֲודאי און אודאי ניט,
היינט װאָס שטעכען זיי איהם אַזױ מיט דער פאַרדריפּעטער קולאַיע?
זאָלען עס זליאַקען אידינקעס װאָס האָבּען ניט קיין צאָהן אין מויל...
און כּדי צו דערווייזען, אַז די קולאיע אַרט איהם וי דער פאַר אַ-
יאָהריגער שניי, ציהט ער זיך פּאַװאָליע אַרױס זיין פלאַכע פלע"
שעל פון כאַליאַװוע. זיי, די בּאַלעגאָלעס, רעדען דאָרטען, און ער
מאַכט; , גוליגול-גול.יי ס'הייסט געהט אייך לעקען קולאיע אויב
איהר ווילט. איך האָבּ אַ בּעסערע זאַך,
פאַרקאַכען טוט איהם דאָס האַרץ נאָר דאַן, ווען זאַװעל, זיין גע-
וועזענער שמייסער, שפּרײזט אַריין אַבּיסצל האָפעדיג אין צעך, צע-
זעצט זיך פרייטליך און צענעמט זיינע פאַרלאַטעטע קניע און צע-
פאַנפעט זיך הויך אויפן קול צו די בּאַלעגאָלעס:
איז.,. וועט מען, הייסט דאָס. שבּת מירצעשעם עסען
קולאַיע?
-- דו אויך? --- וואונדערען זיך בּאַלעגאָלעס,
-- אָט, -- פאַרדרעהט זאַװעל שמייסער איין נאַק, וי איינער
זאָגט: , װאָס דען האָט איהר געמינט?' -- מערע האָט מיך
אַקאָרשט פאַרבּעטען. נח, מאַכט זי, האָט דיך געבּעטען שבּת אויף
קולאַיע..
| דאָס קלינגט גאָר גאוהדיג. דאָס הערט זיך אָן וי אַ נצחון פון
אַ בּאַרעדטען בּעל-עברהניק, װאָס האָט געוואונען אַ האַרבּע דין-
תּורה, אָפּגעװאַשען, הייסט דאָס, פון זיך די רכילות, אַז ער האָט דאָס
קושקע-בּואַנד געשלעפּט אָנצוקלאַפּען מערעז אין לאָדען אינמיטען
דער נאַכט,
אַלע פאַלעגאָלעס אין צעך ווערען אַנטשװיגען און אַלע אויגען
גיבּען זיך א ווענד צו קושקען. ס'הייסט: דו הערסט דבורים? פאַרבּע-
טען זאַוולען אויף קולאַיע!... איז דאָך דער בּעסטער סימן, אַז פּאַנדרע
אַלײין האַלט, אַז שולדיג בּיסטו,.. דו אַלײן!
פון אַזאַ האַרטען שווייגען און פון אָט די בּאַזונדערע קוקעלעך,
גיבּען זיך קושקע-בּראַנד אַ קעהר אַלע בּעבּעכעס אין בּויך. אין האַלז
ווערט איחם בּיטער. גלױיבּט טאַקע פּאַנדרע דער אָסטראָזשניק, אַז
218
זאַװעל איז גאָט די נשמה שולדיג?. און מערע, די חבמה, האַלט
איהם אויך פאַר אַ שענעם מענשעןי
-- הער דו! -- שפּרינגט קושקע אויף און לויפט צו זאַװולען--
דו פראַנצעװאַטער שלעפּער דו! זאָג א י ה ר... זאָג א י ה ם אַלין, אַז
כ'האָב אייך אַלעמען אין דר'ערד מיט,. מיט דער קולאיע צואַ"
מען!
-- גוט, כ'וועל איהם זאָגעף -- גיט זאַװעל ממזריש אַ מאַך
מיט די אויגען צו די בּאַלעגאָלעס און בּאַהאַלט זיך פונדעסטוועגען
הינטער זייערע בּרייטע פלייצעס. אויף קושקעס, מיט בּלוט-פאַרלאַ-
פענעם פּנים, זעהט ער. אַז שטעהן אצינד צו נאָהענט צו איהם קען
שאָדען צום געזונט,
קריצענדיג מיט די ציין קוקט קושקע אָן די בּערדיגע און אָפּ-
געכרענטע באַלעגאָלישע פּנימער. אַלץ בּאַקאַנטע צורות. אַלטע גוטע
בּרידער פון צעך. נאָר אַצינד זיינען זי אַלֶע אַזױ פאַרגליווערט, אָה,
די מאָרדעס! שווער דורכצוקוקען זייערע שטיינערנע אויגען. גלוי"
בען זיי טאַקע אויך, אָט די גראָכּע קעפ, אַז זאַװעל גנב, אָט דער
אויסוואורף, איז מעהר מחותן מיט מערעס קולאַיע װוי ער? וואו איז
דאָס געהערט געװאָרען?..
די האַרטע בּאַלעגאָלישע פּנימער האָבּען זיך אָהן אַ שום מינע
אַראָפּגעלאָזט אונטער זיין ווילדען קוק. דאָס האָט געהייסען! , פּאנדרע
אַלײן קען אויך בּאַשטעהן זיין שטעטעל, מיר מישען זיך גיט".
קושקען איז איינגעפאַלען דאָס הארץ. קיינער װויל ניט אֲריינ-
שטעקען דעם קאָפּ צווישען אַזעלכע צוויי פּימּערנאָטערס וי ער און
פּאַנדרע. אויבּ אַזױ, קען ער זיך אויף קיינעם ניט פאַרלאָזען, נאָר
אויף זיך אַלין, 9..עך, אַ בּראָך זאָל זיי אַלעמען איינלעגעף ניטאָ
קיין אמת אויף דער ווטלט!
בּורטשענדיג און סטראַשענדיג עמיצען, אַז , ס'ווצט זיך גיסען
כּלוטיי, איז ער אַױויס פון צעך, אַרױפגעכאַפּט זיך אויף זיין קעל-
ניע און ווילד גענומען טרייבּען און שמייסען דעם פערד זיינעם צו
זיך אַהיים. יאָגענדיג אַזױי זיין פערדעל האָט ער אַראָפּגטכאַפּט דאָס
היטעל, כּדי דער ערב-שבתדיגער ווינטעל זאָל איהם אָפּקיהלען זיין
גרויסען פּליך מיט די פּעקלעך גרויליך-געלבּע האָר איבּער ביידע
209
צופלאַמטע אויערען. אָבּער אויך דאָס האָט איהם ניט אָפּגעקיהלט.
האָט ער זיין גאַנצע היץ אױסגעגאָסען אויף זיין בּרויטגעבּער: ,
ניאָ, היניאָ: צו אַל"די שװאַרצע יאָהר!? אָט גלייך אויפן אַרט' מוז
ער איבּערבּייטען די פלאַכע פלעשעל בּראַנפען אין כאַליאַװע אויף.
אַ מעסער... אָדער -- נייף? בּעסער אין איין כאָליאַװע דאָס פלעשעל
בּראַנפֿען און אין דער צווייטער -- אַ מעסער. אַזױ איז גלייכער;
היניאָ!... בּלוט װעט זיך נאָך גיסען אין שקלאָװער גאַסעף
קושקע"בּראַנד האָט זיך געקאָכט און די װועלט איז זיך גע-
גאַנגען מיט איהר שטייגער. די קולאַיע האָט זיס געפּרײעט אין סענ-
דעריכעס אויווען. און צימעסלעך האָבּען פאַרשעמט געפּיפּסט ביי
מערעס שכנים. װאָרים װוי קענען זיי זיך פאַרגלייכען מיט קולאיץ?
געקומען שבּת נאָכן שלעפעל, האָבּען גענומען געהען שבּתדיגצ
קאַפּאָטעס און ווייבּערישע טשיפּיקעס צו סענדערס הייזקע. שוין לאַנג
האָכּען סענדעריכעס טיר-קליאַמקע ניט בּאַריהרט אַזױ פיל הענט,
אֶהן עין-הרע.
| װאָס קולאיע קען מאַכען! אָנדערטהאַלבּען יאָהר איז סענדערס
שטובּ געשטאַנען פאַרלאָזען פון גאָט און פון לייטען. אַפּילו געוועזענע
גוטע בּרידער פון צעך האָבּען אַהער ניט געװאָלט אַרײינשמעקען.
אָנסבּיל האָבּען מורא געהאַט פאַר אַזעלכע רכילות װי עס געהען
אום איבּער קושקע-בּראַנד, און װייבּער האָבּען מורא געהאַט פאַר
זייערע גראָשענס אויף דער הוצאה. מיט העלפען זיפצען אַזאַ פאַר-
אָרימטע שטובּ, קען מען ניט יוצא-זיין. מען מוז עפעס געבּען צו-
שטייער אויך..,
און פּלוצלינג האָט דאָס פאַרלאָזען הייזקעלע אָפּגעלעבט. די
אָנגעשפּאָלטענע פירהויז-טיר --- אָטֹ עפענט זי זיך און אָט פאַר-
מאַכט זי זיך. אין דער אָפענער פענסטערעל צום גאַס זעהט מען וי
סענדעריכע לויפט אַרום אויף איהרע קורצינקע פיסלעך וי אַ ווע-
ווערקע, און מערע שווימט אַרום מיט איהר הויכער געשטאַלט. מאַ-
מע אוּן טאָכטער טראָגען פולע טעלער. פון אָפּען פענסטערל טראָגט
זיך אַ מאַלציגער װאַרימער ריח, און די וועלכע געהן אַרױס פון פיר-
הויז בּאַלעקען זיך נאָך.
אַרײן און אַרױס. צו קולאַיע איז מען דאָך ניט מחויב צו קומען
280
אין אַ בּאַשטימטער שעה, וי צו אַ סעודה. װוער עס קומט פריהער,
דער שאָרבּעט אָפּ זיין חלק, זאָגט אַ דאַנק, גיט אַ קוש די מזוזה און
געהס געזוגטערהייט. ס'איז אַ פאָלקס-כּיבּוד װוי אין דער פורימדי-
גער מגלה שטעהט: ,,אין-אוגס'',. קיינעם נויט מען ניט פון קהל, ווען
און וי אַזױ צו עסען. גייערט יעטװועדער װוי איהם געפעלט און ווען
איהם געפעלט,
נו. אַז מ'נאַשט זיך אָן מיט קולאַיע- קאָן מען דאָך קיין חזיר
ניט זיין. מ'מוז ווינשעווען, מ'מוז זיך אַ שפּיל טאָן מיט מערעס
אינגעלע, אַ שמונצער טאָן מיט די ליפּען צו דעם יאַטעלע, וועל"
כער איז אַ נאָמען נאָך ר' סענדערן עליו השלום. פון גרויס ליבּשאַפט
גיט נאָר די אָדער יענע שכנטע אַ װיש מיטן פינגער קולאַיע-:שיריים
פון איהר טעלער און שטעקט אָפּ סענדערקען צוושען די ליפּעלעך,
זאָל ער אויך וויסען װאָס פאַר אַ גוטע זאַכען עס זיינען דאָ אויף
דער וועלט, און זאָל ער וויסען, דער עכבּרש, װאָס פאַר אַ בריות
זיין בּאָבּע און זיין מאַמע זיינען,
אַ פּאָר מאָל האָט זיך אַפילו מערע געפרובט אַרײנמישעף
,גאָט איז מיט אייך, ער איז דאָך נאָך קיין יאָהר ניט אַלט}, "יי
מאַכט אָבּער איין שכנטע אַ זיסען שנעבּעלע:
-- איין לעק, מערע קרוי? װאָס קען עס שאַדען?
רופט זיך אָפּ אַ צווייטע בּאָבּעצע, אונטער איהר טשאָרטעװאָ-
קאָזשענעם טשעפּטשיק; |
-- נישקשה, צום בּרית האָט מען איהם געגעבּען לעקען ווין
פון קידוש-פעכער און ס'האָט איהם אויך ניט פאַרשאַדט,
-- מצ... מצ,. מצא. -- צוויטשערס אַ דריטע באָבּעלע צו
סענדערקען -- געשמאַק, אַ? ווילסט נאָך קולאַיע, װאָס?
און סענדערקע, מערעס יאָהריגער בּחורעץ, מיטן פלעק אויפן
העלזעל, בּאַלעקט זיך גאָר נישקשהדיג פון דער ברוינער האָניגדיגער
געמישעכץ. און נאָך יעדען לעק בּלאָזט ער אָן די אויגעלעך און די
ליפּעלעך און מאַכט , בּו-בּו-בּוי" און די בּאַלעגאָלעס פון צעך און די
מומישעס פון שכנישע הייזער קאַטשען זיך פאַר גחת און קענען
זיך גאָר ניט אָפּוואונדערען פון סענדערקעס חכמות:
-- זעהט, זעהט וי ס'געפעלט איהם דער באָבעס קולאיע!
281
-- איז אויך צופרידען װאָס דער טאַטע איז געקומען
3
שפּעטער פון אַלעמען זענען געקומען די נאָהענטסטע, די בּעסטע
גוטע-בּרידער. שמחהלע טורערו, וועלכער האָט שוין פּאָספּעיעט
איבּערצובּעטען זיך מיט פּאַנדרען, נאָך זיין אַנטלויפען פון איהם
בּיים אונטערבּאַרג, איז אָנגעקומען מיט זיין פּלוניתטע. װאָיטעק דער
בּריפטרעגער, װאָס האָט צוגעשטעלט מערען אַלע בּריף פון מאָהלי-
ווער אָסטראָג און קיין קאָפּיקע קײינמאָל ניט געװאָלט נעמען: זאַװעל
שמייסער, פּאַנדרעס נייער גוטער"בּרודער זינט דער שרפה אין װאַלד;
זונדעל גאָטס-גנב און טעמע זיין ווייבּ מיטן מאַנסבּילשען נאָז. נאָר
מושע, זייער טאָכטער, וועלכע איז אויך געווען פאַרבּעטען, איז מיט'
זיי ניט געקומען. זי האָט נאָך אַלץ געהאַט אַ חשד אויף מערען אַז
יענע האָט זיך געקליצען אָפּשלאָגען פון איהר דעם דאָקטאָר איה-
רען, דאָקטאָר חישינען. האָט זי געלאָזט זאָגען, אַז זי האָט קאָפּװײ-
טאָג. אָנשטאָט איהר אַליין האָט טעמע, די מאַמע איהרע, געבּראַכט
פונדערהיים אַ פּאַליווענעם טעפּעלע מיט אַ פּאָקרישקע, כּדי
אָפּצוטראָגען איהר חלק אַהים. אַזאַ מנחג איז בּיי קולאַיע פון קדמו-
נים אָן: ער עס קען ניט קומען, קען שיקען אַ כּלי. נאָר ניט אַ צו-
גרויסע כּלי... מען דאַרף וויסען וי צו האַלטען שטאַט.
פאַר אָט די נאָהענטע געסט האָט מען דערלאַנגט, אַזױ צו זאָגען,
אַ היימישע קולאַיע, פּאַנדרע, מערע און סענדעריכע האָבּען אויך
צוגערוקט אַ ביינקעל צום טיש און געהאָלפען נאַשען. דאָס בּרוינע
אַפּעטיטליכע געמישעכץ, װאָס זעהט אויס וי צולאָזענע חרוסת,
נאָר פעטער און גלאַנצענדיגער, האָט מען לכּבוד אַזעלכע געסט בֹּאַי
שאָטען מיט געשטויסענע געווירצעלעך, איז דער טעם געװאָרען
גאָר אַ געהויבּענער.
נאָר שקלאָווער קבּצנים וועלען דען לאָזען נעמען אַ גוטע זאַך
אין מויל אַרײן? אויך אין קולאַיע האָבּען זיי אומעטום אַ חלק. בּיידע
שלעפּערקעס, , אִיקעלע!! און , מחיהקעלעי! זיינען אַרײן אין שטובּ
282
גאָר בּרייטליך, מיט גאָר נישקשהדיגע טעפּ. מען זאָל זיי אויך מהנה
זיין. נו, שלעפּערקעס זיינען ניט מחויב צו האַלטען שטאַט, האָבּען
זיי געבּראַכט די זעלבּע כּלים, מיט וועלכע זיי בּעטלען זויער-קרויט,
ווינטער-צייט.,,. ביידען האָט מערע אָנגעלעגט מיט דער פולער
האַנט. , מחיהקעלעיי האָט זיך אַזש בּאַלעקט פון קוקען אַלין, גענו"
מען ווינשעווען אוז שווערען זיך, אַז מ'האָט זי פּשוט מחיה-געווען,
האָט מען זי. דערקוויקט איהר פאַרחלשט האַרץ האָט מען.. און , אִי-
קעלע"י, װאָס איז קיינמאָל ניט צופרידען, האָט אַ קוק געטאַן אין
איהר טעפּעל אַרײן מיט אַ זייטעל און מיט איין אויגעל, וי אַ הון
אויף אַ ווערימדיגען אַרבּעס און האָט גיך אָפּגעזיפצט: , אַידאָל-אָל, אַזאַ
קאַפּעלע אויפן דעק?... און זי האָט געמיינט ---יי |
און װוי זי דינגט זיך אַזױ -- ערשט אַ נייע קאַנקורענטקע איז
דאָ! חיה-שרהקע דער משוגענערס קולכעל צעגיסט זיך פאָנטאַטע
אונטער דער אָפענער פענסטערל;
גניטשײנע האָבּ איך אַ שמצק געטאָן
דאָ, אויכצט דאָ,
דער אָסטראָזגיק מאַכט קוּלאַיש
דאָ, טאַקט דאָ.
מיר אַבּיסעל, דיר אַבּיטעל.
איכאַ, איכאָ-כאַן
-- נאַ, אָט האָסטו זי!.. -- גיט סענדעריכע אַ קויטש צו
מערען, גיב איהר שוין אָפּ איהר חלק און זאָל זי געהף!
מיט איהר לאַנגליכען פּעקעלע, אָנשטאָט אַ קינד, איז חיה"
שרהקע געשטאַנען אונטערן אָפענעם פענסטער און געהוידעט איהם;
און איהרע קנייטשעלעך, אַרום איין אויג און בּיי די גראָבּע לוס-
טענדיגע ליפּען, האָבּען געטאַנצט. אָט-אָט װערט זי צופּלאַצט פון
איהר איינגעהאַלטענעם געלעכטער. נאָר מיט איין-איינציגען פּולטן
אויג װוינקט זי. דאָס צווייטע אויג איז פאַרבּונדען. װאָרים בּשעת
זאָגען שװאַרצע נביאות אויפן , אונטערבּאַרג?, ווען די ואַלד-שרפה
האָט זיך דאָרטען אָנגעהױבּען, האָט איהר אימיצער געראָרפען
283
אַ שטיין פון בּאַרג-אַראָפּ און געשפּאָלטען איהר דעם מוח. איבּער"
געריסען איהר פינסטער לידעלע און.: אַזױ אַרום, געראַטעװעט דעם
גאַנצען אונטערבאַרגער-ישוב.
כּדי װאָס גיכער אָפּצוטשעפּען זיך פון דער משוגענער, האָט
איהר מערע, אַרױסגעטראָגען אַ פולען טעפּעלע מיט הייסע קולאַיע.
און דאָס טעפּעלע אויך אַװעקגעשענקט איהר. װאָרים װער װעט
דאָס געהן געבּרויכען אַ ליימענע כּלי נאָך אַ משוגענער?
חיה-שרהקע האָט דאָס זשעדנע אַ כאַפּ געטאָן מיט בּײדע
שװאַרצע הענט, װי מיט לאַפּקעס, און, לעקענדיג מיט אַ לאַנגער
צונג גלייך פון טעפּעלע, וי אַ חיה, האָט זי געכאַפּט לויפען. פּונקט
וי זי װאָלט מערען אָקאָרשט אָפּגעטאָן עפּעס זעהר אַ מיאוסע מעשה
און האָט מורא פאַר קלעפּ..
וואונדערט זיך מערע: אויף אַזאַ משוגעת האָט זי זיך ניט גע-
ריכט, אַפילן משוגעים זאָגען אַ דאַנק, אַז זי זיינען צופרידען... נאָר
בּאַלד האָט זיך חיה שרהקעס אַנטלויפען אויפגעקלערט. בּיים צוים
פון אַ גרויסען קרויט-גאָרטען, אויף יענער זייט גאַס. האָט זיך חיה"
שרקה אָפּגעשטעלט און ערשט דאָ האָט זי אַרױסגעשאָסען מיט
איהר איינגעהאַלטענעם, גאָרגעלדיגען פּאַסקודנינקען געלעכטערל:
, כי-הי-הי און היזהי-קכי"י, און בּאַלד נאָכן געלעכטערל האָט זיך
אױסגעגאָסען איהר ניט-דערזונגען לידעלע:
מיר קוּלאַיע, דיר קוֹלאַיע
דאָ, אויכעט דאָ.
אָי, אַ מאכל, אִי, דער פייכעלן
דאָ, טאַקע דאָ.
נאָכן סענדער, מיטן סענדרוק
איכאַיאיכאַיכאַ !
מערען האָט אַ טיאָכקע געטאָן אין האַרצען. זי האָט זיך אָנגע-
שפּיצט. וועמען מיינט זי דאָס , סענדרוקיי' -- די משוגענע! אי ה ף
סענדערקען אפשר? ער איז דאָך אַ נאָמען נאָכן טאַטעױײ
נאָר מ'האָט זי ניט געלאָזען אַרײנטראַכטען זיך אין חיה"שרה"
284
קעס געזאַנגעלע, די געסט אין שטוב זיינען געװאָרען אונגעדולדיג
און מ'האָט זי אַריינגערופען פאַרענדיגען די פולע טעלער מיט היי-
סער קולאַיע.
4
די הילצערנע לעפעל פון די לעצטע בּכּבודיגע געסט זייגען
זִיך ווידער צולאָפען. לעפעל איין און לעפעל אויס, בּיז אין טיפץ
טעלער איז קיין שריד ופּליט ניט געבּליבּען. , ווער וויל נאָך?" ---
האָט סענדעריכע אויסגערופען -- , שעמט זיך ניטז"
זאַװעל שמייסער, זונדעל און שמחהלע טורערו מיט די פלונית-
טעס האָבּען זיך צומעקעט און צוכיכיקעט: ,ע.. יאָ. המ.. אוים,
הייסט דאָס, ס'איז דאָ אין --- כי"כי"בלן..י
-- מיר האָבען געגעסען הייסע, -- מאַכט סענדעריכע --
אַצינד לאָמיר פאַרזוכען קאַלטע אויך,
װי שטיקער האָניגדיגער לעבּער האָט זיך געלעגט די קאַלטע
קולאיע גלייך פון טאָפּ אין די גרויסע טעלער. די אורחים האָבּען
זיך אַזש די הענט גענומען ריבּען פון פאַרגעניגען. ניין, אַזאַ געראָ-
טענע קולאַיע האָט מען שוין לאַנג אין שקלאָוו ניט געזעהן. כאָטש
נעם און שנייד פון איהר צוקערלעך,
אָנגענאַשט זיך, הױיבּט דער ערשטער אויף דעם קאָפּ זונדעל
גאָסס"גנב. ער איז אַן אַלטער איינגעפונדעוועטער קולאַיע-עסער,
איז ער גיכער פאַרטיג געװאָרען. און זיינע בלישטשענדיגע אויגע-
לעך, און די טיפע האַרמאָשקע קנייטשעלעך, האָבּען געהאַט אַן אויס-
דרוק, וי אויסגעטשוכעט פון אַ טיפער שכּורער הנאה. מיט אַ פאַר-
שוואומענעם קוק האָט ער אַ בּלאָנדזשע געטאָן איבּער שמחהלע טו-
רערו און איפּער װאָיטעקן. בּיידענס װאָנטעס זיינען געווען אויסגט-
שמירט וי מיט שיטערען ליים.. דערזעהענדיג אַזאַ שפע, האָט זיך
זונדעל דערמאַנט, אַז אויך ער האָט װאָנסעס, וועלכע זיינען מסתּמא
אויך ניט אין אַרדנונג,
-- אַחי אַ מחיה, --- מאַכט ער -- וי איך בִּין אַ איד! -- און
285
זויגט כשעת-מעשה אָפּ די אויפערשטע װאָנסע מיט דער אונטער-
שטער ליפּ, װי מען איז זיך נוהג מיט הבדלה-ויין: פט... פטי,
דערזעהט זיידע װואָיטעק, אַז דער עולם פּוצט זיך שוין טוט
ער דאָס זעלבע, פּאַװאָליע: מיט געצויגענער הנאה, און זינע
אויסגעבליהטע פיאָלעטע אויגען לויכטען דערבּיי מיט גוטסקייט,
-- נו, -- מאַכט ער -- געלױבּט דער אױיבּערשטער, אַ ואָך
באָך , שבּת נחמויי מעג מען זיך אָנטאָן אַבּיסעל וואוילטאָג,
ביסלעכווייז צורעדען זיך אַלע אַכט אָנטיילנעמער, און אַלע
זעהען אויס, אין דער גרויער ליכטיגקייט פון פאַר שלוש-סעודות,
נאָד די צוויי טיפע טעלער קולאיע, הייסע און קאַלטע, װי סלואָלט
זי אויפגעגאַנגען א ליכט אין די אויגעף
-- הען,. -- מאַכט זאַװעל פֿאַרחידושט, --- װאָס פון קאָרענע
מעהל קען ווערעף
שמחהלע טורערו איז זאַװועלס פּלוצליכע גוט-בּרודערשאַפט
מיט זיין חבר פון יאַטקע און פון אָסטראָג, מיט נח פּאַנדרען אַ האָר
ניט געפעלען. פויקט ער איהם אויס זיין ניט-צופרידענקייט גלייך
אויפן אָרט;
-- פּונקט װאָס פון אַן אַרױסגעטריבּענעם שמײסער קען
ווערעוי-
צינדט זיך זאַװעל אָן װי אַ פייער:
-- מ'רעדט דאָך ניט מיט דיר, לאָטרע!
דערזעהט זיידע װאָיטעק, אַז ס'פאַרנעמט זיך אויף אַ קריג,
שלאָגט ער גלייך איבּער:
-- ששאַ... מיט קולאיע איז דאָך װי מיט יענעם יון, װאָס איז
אַרײנגעפאַלען אַ הונגעריגער צו אַ קאַרגער פּויערטע. ניטאָ, מאַכט
זי, בּיי מיר גאָרנישט. קיין גרייפעלע האָבּ איך ניט. כ'האָבּ אַלין
ניט װאָס צו עסען!... אַ האַק האָסטו כאָטש? -- פרעגט דער יהי
אַ האַק איז דאָ! גיבּ אַהער, וועלען מיר בּראָטען דעם האַק. נאָר בּראָ-
טענדיג דעם האַק פאַרלאַנגט ער פיסלעכווייז, דער יון, דאָס ציבּע"
לעס, דאָס גרױפּען. די פּויערטע איז מוראדיג טשיקאַװע, גיס זי
איהם. כּסדר, אַלץ װאָס ער בּעט, אַבּי צו זעהן וי פון אַן איי"
זערנער האַק ווערט אַ געבּראָטענס, לסוף, אַז ס'איז פאַרטיג געװאָ-
286
דען, האָט דער יון אַרױסגעװאָרפען דעם האַק און דאָס גאַנצע גע-
קעכץ אויפגעגעסען... װאָסיזשע איז די רבותא װאָס פון קאָרענע
מעהל ווערט אַזאַ מאכל? מישט אויס האָניג מיט סאָק פון , זשוראַ-
וויגעס"" און ווייקט אין זי אָן סקאָרינקעס און בּאַשיט זיי מיט פּיסאָ-
מים (בּשמים) װועט איהר אויך לעקען די פינגער,
רופט זיך אָפּ שמחהלע טורערו און װוישט זיך די װאַנסעס,
-- אַצינד, אַז מיר האָבּען זיך אָנגעזליאָקעט מיט קולאַיע,
װאָלט נאָך געווען גוט אַ פיינער בּעכערל מיט ניינציגער און אַ
שטיק לעקאַך. קולאַיע בּיי לייטען איז דאָך װוי אַ הערינג פאַרן עסען.
איהר ווייסט דאָך. מסתמא, װי מ'עסט אַ גוטען הערינג?
-- ס'אַראַ קצבישע קישקע!.. --- גיט זאַװעל אַ בּורטשע. דאָס
רעכענט ער זיך מיט איהם אַצינד אָפּ פאַר פריהערדיגען טשעפּען
זיך,
נאָר שמחהלע טורערו קוקט אַפּילו ניט אין זיין זייט און רעדט
ווייטער:
אַ הערינג דאַרף מען עסען מיט שכל. מ'דאַרף זיין אַ קענער
אויף הערינג, דאַרף מען. מען מוז זעהן, אַז דער הערינג זאָל האָבּען
אַ דיקען רוקען און אַ בּלויליכע הויט, װוי די מאָרדע ביי אַ גלוח
(בּיי אַ געגאָלטײן). װאָס בּלויער דער רוקען -- אַלץ פעטער איז
ער. ס'איז אַ שמאלץ-הערינג, און מילך מון ער האָבען אין בויך,
נים קיין רויג. פון אַ הערינג מיט רויג בּלייבּט גאָר ניט אין מויל
און עס בּרענט אויפן האַרצען. אַז מען קריגט אַזאַ דעכטען הערינג,
הייסט מען איהם אױסטאָן די ראַצעמאָרענע קאַפּאָטע און מ'ציהט
פון איהם אַרױס די מילך. אויף װאָס טוג אַ הערינג אַ זכר מילך?
מילך איז גוט פאַר נקבות, די מילך צורייבּט מען מיט עסיג און מען
בּאַגיסט דעם אַדם-נאַקעטען הערינג און מען לעגט איהם אַרום
מיט ציבּעלע-רינגעלעך. מיט רעדעלעך פון אַ פרישער אוגערקע.
מיט געקאָכטע בּולבּעס, מיט הייפעלעך פעפער. דערנאָך װאַשט מען
זיך. מען מאַכט המוציא. מען צושניידט דעם הערינג, מען עפענט
זעהר שעהן אויף דעם פענסטער און מען װאַרפט אַרױס דעם גאַני
צען הערינג מיט אַלע פּאַטראַװעס אויף דער גאַס... און תּיכּף, אויפן
281
אָרט, גיט מען אַ האַק אין טיש, מ'רופט צו די ווייבּ און מ'הײיסט
דערלאַנגען דעם גוטען שטיקעל געבּראָטענס מיט יויך און מיט בּול-
בּעסלעך און מיט ציבּעלקעס. מ'רייבּט אַרין אַזױ וי גאָט האָט גע-
בּאָטען. מ'ווייזט אָן אויפן אָפענעם פענסטער און אויפן אַרױסגע-
װאָרפענעם הערינג און מ'זאָגט: ;אָט דאָס איז אַן עסען"' א
מ'ווייזט אויפן טעלער מיט געבּראָטענס און מ'זאָגט אַזױ: ,אָט דאָס
איז אַן עסען!'..
דער וואונק אויף מערעס כּיבּוד איז אַפילו ניט געוען אַז"
איידעל. פונדעסטוועגען האָבּען אַלע געלאַכט. אויסער זאַװולען.
-- אַזױ וואויל --- מאַכט ער -- צו קצבים, װאָס וי זיי קו-
מען פון אָסטראָג האָבּען זיי שוין קעלבּערנע יוצרות אין יאַטקע.
אָבּער װאָס זאָלען טאָן באַלעַגאָלעט. װאָס זיינען געבּליבּען מיט איין
בּייטש-שטעקעלע?
ווערען ישמחהלעס אויגען שאַרף װוי די נאָדלען
-- וועמען לעקסטו דאָ, דו? לעק בּעסער די קולאַיע פון טצ-
לער. האָסט שוין, מסתּמא, לאַנג ניט געגעסען. זאָג דעם אמת.
כּדי אָפּצוקיהלען דעם כּעס צווישען זאַװעל-שמײיסער און צווי"
שען שמחהלען, הױבּט אָן טעמע, זונדעלס אידענע, צו שמונצערען
מיט די ליפּעלעך צו סענדערקען און צו קנאַקען מיטן צינגעלע. הען,
אַ אינגעלע, אָהן עיןיהרע, אויסגעװאַקסען קאַפּענע דער טאַטינקע,
מצ... מצ,.. מצ, קולאַיע האָסטו שוין געגעסען, קולאַיע?
און שמונצערענדיג אַזױ, גיט זי קונציג אַ וויש-אויט איהר טעַ-
לער מיטן קאָריאַװען פינגערל און שטעקט אַריין סענדערקען גלייך
אין מיילכעל.
-- אַך. גיט זיך מערע אַ כאַפּ -- איך בעט אייך!.. װאָס טוט
איהר װאָס?
-- איין שמיר בּיים ליפּ, -- מאַכט טעמע, און איהר מאַנס"
בילשע נאָז צושמעלצט זיך אין זיסקייט --- װאָס קען עס שאַדען?!
-- ריינע מעהל מיט האַניג! -- בּאַשטעטיגט שמחהלעס
פּלוניתטע -- און שטופּט סענדעקען אויך אַריין א שפּיץ פינגער
אין מיילכעל.
238
טענדערקע פּאַלעקט זיך, בּלאָזט אָן די אויגעלעך, און מאכט
בּו-בּו""
--- הען, װוי ס'געפעלט איהם! -- געהחט צו זיידע װאָיטעק --
מצו,.. מצו,.. מצן... צוציק מיינער!
און איז איהם אויך מהנה מיט אַ טראָפּען קולאיע,
-- האָט גאָט אין האַרצעף -- שטעלט זיך מערע צווישען די
גוטע מענשען און צווישען איהר קיגד, אין קאָפּ פליהט איהר מיט
אַ מאָל דורך חיה-שרהקעס פּאַסקודנע לידעלע , אַי, אַ מאכל, אִי דער
בייכעלו""
שרייט זי אויף א דערשראַקענע:
-- זעה. מאַמע! מ'מעג אַ קינד געבּן קולאיע?
--- איין לעק,,. -- בּאַרוהיגט זי סענדעריכע -- װאָס קען עס
שאַדען?
צוריק פון אסטראָג (19)
סענדערקע איז פאַרבּיי
4
אינמיטען דער נאַכט, נאָך דער גרויסער קולאַיע, האָט זיך
| מערע אױפגעכאַפּט פון אַ שאַרפען קוויטש. איהר אינגעלע האָט
געשריען. |
זי איז געשלאָפען געשמאַק, װי עס שלאָפט זיך אַלעמאָל נאָך
אַ טומעלדיגען טאָג, פול מיט געסט און לויפעריי און גערייד. און
דער ערשטער געדאַנק איהרער, בּיים אױפכאַפּען זיך. איז געיוען
חיה-שרהקעס אָנצוהערעניש אין איהר מיאוסער לידעלע:
;אָי אַ מאכל, אִי דער בייכעל,
דאָ,. טאַקע דאָו..""
איז זי אַראָפּגעשפּרונגען פון בּעט אַ דערשראָקענע. און ס'איז
טאַקע ניט געווען קיין געוועהנליכער געוויין פון אַ קינד, װאָס דער"
שרעקט זיך אינמיטען דער נאַכט. אָדער וועלכער האָט עפּעס אֶפּי
געטאָן אַ מעשה אין די וויקעלעך און פיהלט זיך ניט געהױבּעף.
דאָס איז געווען אַ פאַרגעהען-זיך, אַ פאַרכלינעןיזיך פון אַ קינד
װואָס וויל איבּערשרייען אַ שאַרפען װעהטאָג,
; = ביים וויגעלע, לעבּען דער הרופע, האָט זי זיך אָנגעשטויסען
אויף סענדעריכען. יענע האָט זיך שוין, ווייזט אויס, פריהער אויפ"
געכאַפּט און געשטאַנען איינגעבּויגען, מיט איהר אױסגעדאַרטען
גופעלע איבּער די קישעלעך, אין האַנט -- אַ האַלבּע גלעזעל מיט
290
געזיסטען שװאַכען טיי. נאָר דאָס קינד האָט ניט גענומען. ס'האָט
געבראָכען.
-- אוי, מאַמע!.. האָט מערע אויסגעשריען ביטער און אימי-
צען מיט אַ פאָרוואורף -- זעהסט? װאָס האָבּ איך געזאָגט?..
-- נישקשה -- האָט די סענדעריכע גענומען באַרוהיגען --
לאָז איהם נאָר אַ בּיסעל אָפּברעכען. דאָס בּייכעלע, אַפּנים,
-- האָסט דאָך געזאָגט, אַז אַ לעק קולאַיע קען ניט שאַדען.
אָט איז דיר ,אַ לעק /
-- אַז יעדער איינער,. -- פאַרענטפערט זיך סענדעריכע --
אַז יעדער איינער וויל זיין דער גוטער... נאָך אַ לעק און נאָך אַ לעק..
נאָר נישקשה. ער װעט גאַנץ זיין,
-- שוין לאַנג, אַז ס'קינד שרייט אַזױ? --- טומעלט זיך מערע.
-- שוין אַ היבּשע ויילע. לאָז!.. אָט מ'עט איהם צולעגען אַ
הייסע פלעשעל צום בּייכעל,. נישקשה,
סענדעריכע לויפט אַװעק אויף איהרע פלינקע פיסעלעך אין
קאָכשטובּ, פּאַנדדע שלאָפט געשמאַק, און מערע בלייבט אַלײן ביים
קינד. זי קען עס אין וויגעלע ניט בּאַרוהיגען -- נעמט זי דאָס אויף.
די הענט, הוידעט, טוליעט עס צו זיך. און ערשט דאָ בּאַמערקט זי,
אַז דאָס נפשל איז אינגאַנצען נאַס פון שוייס און קאָרטשעט זיך
פון װעהטאָג,
-- אֵי, אִי, --- לאָזט מערע אַראָפּ דאָס קינד צוריק אין װוי"
געלע און כאָפּט זיך פאַרן קאָפּ --- װאָס האָבּען זיי געהאָט צו מיר?
װאָלטען בּעטער זייער גוטסקייט בּאַהאַלטען פאַר זיך אַלײן..
-- שאַ--שאַ! -- שרייט אויף איהר סענדעריכע פון קאָכ-
שטופ --- לייענסט שוין תּחינות, לייענסטו? גיב נאָר אַ קוק! אַ ול"
עס בּיי אַ קינד דאָס בילבעל..
פון דער סומאַטאָכע כאַפּט זיך פּאַנדרע אויף און לויפט צוּ
אַ פאַרשלאָפענער. ער דערזעהט וי דאָס קינד קאָרטשעט זיך און
איז בּלויליך אין געזיכט. פאַר די צעהן טעג, זינט ער איז געקומען
פון אָסטראָג, האָט ער נאָך ניט בּאַװויזען צוצוגעוועהנען זיך צו זיין
אינגעלע, עס ליב בּאַקומען. בּיי מאַנסבּילען קומט אַזאַ צערטליכקייט
פּאַמעליכער. עס מוזען אַריבּערגעהן װאָכען. אַצינד דאָ. בּיים וויגעלע,
201
צום ערשטען מאָל, האָט ער אַ קוק געטאָן אויף דאָס פאַרקרימט
פּניםל, אויף די אָנגעבּלאַזענע בלויע אָדערען אויף דאָס שרייענדיגע:
העלזעל, און אַ טיפער רחמנות האָט איהם אַ טאָרע געטאָן ערגעצ-
וואו וי אַ װאָרים. דאָס טאַטע-געפיהל האָט אָנגעקלאַפּט אין האַרצען
וי אַ פאַרשפּעטיגטער אורח. און גראָד דאַן, ווען דאָס קינד האָט
פאַרלאָרען זיין חן, זיין זיסע שפּילעװדיגקייט... דער רויטער גע
בּורטס-פלעק בּיים קינד אויפן העלזעל האָט אַצינד. געבּרענט װי א
פייערדיגער שטעמפּעל, װי אַ הייסער פאָרוואורף פּאַנדרען אין די
פאַרשלאָפענע אויגען אַריין. אָט, בּשעת ביים נייעם נגיד האָט גע-
בּרענט, האָסטו מיך געלאָזען איינינקען אַליין בּיי דער מאַמען אוג-
טערען האַרצען... איצטער וועסטו מיך אויך לאָזען אַלײן? טאַטע!
האָט ער דאָס עופעלע אַ כאַפּ געטאָן מיט זיינע שטאַרקע הענט
צו זיך אויף דער ברייטער בּרוסט, וועלכע ברומט אַצינד, וי אַ בּאַנ-
דורע פון פאָטערליכע רחמנות. וי אַזױ האָט ער דאָס בּיז אַהער
זיין אייגען בלוט-און-פלייש געקענט לאָזען אָן א זייט, זיין אַזױ
קאַלט צו זיינע שמייכעלעך. צו זיין שפּילען? ניט געגלעט, ניט גע" /
קושט, ניט געוויגט אויפן קניע --- אַזאַ גראָבּער יונג װי איך בּין?-.
ער האָט דאָס אַצינד געװאָלט גוט-מאַכען, פאַרגלעטען זיין האַרט-
קייט קעגען קינד, קעגען מערען, קעגען זיך אַלײן. נאָר זיין גאַנ-
צער רחמנות האָט איצט ניט געהאָלפען. עס האָט דאָס עופעלע נאָך
מעהר צורייצט, געשאָטען זיך וי זאַלץ אויף אַ וואונד. דאָס קינד
האָט מוראדיג געשריען.
מ'האָט סענדערקען צוגעלעגט אַ הייסע פּלאַש צום בייכעל.
דאָס קינד האָט איינגעדרעמעלט מעהר פון אָפּמאַטערונג װי פון
דערלייכטערונג. װאָרים פון אונרוהיגען שלאָף האָט דאָס אַלע ויי-
לע אַרױסגעלאָזט אַ שאַרפען, צוצויגענעם און דערשטיקטען קרעכץ.
אונטער אָט די דאָזיגע האַרצרײיסענדע טענער פון קינדישע יסורים
איז מערע אַרײנגעפאַלען אין אַ ניט-געזונטען, מוטנעם דרימעל.
זי גיט זיך אַ כאַפּיאױף. בּיי דער שיטערינקער מאָרגעןיליכ-
טיגקייט, און לויפט גלייך צו סענדערקעס וויגעלע. דאָס קינד דרי" .
מעלט עטּעס מאָדנע. מיט האַלבּ-אָפענע פאַרגלאָצטע אויגלעך און,
שלאָפענדיג אַזױ, לאָזט עס אַלע וויילע אַרױס אַ געצויגענעם קול
292
48
דורכן נעזעל, װאָס הערט זיך אָן, וי אַ זעהר ווייטער פייף פון אַ
בּאַהן. אַזאַ פייף האָט זי שוין איינמאָל געהערט, אין אָרשע, בּיינאַכט
אויפן װאָקזאַל...
זי ריהרט אַן דאָס אָנגעשפּאַנטע העלזעל אונטערן קאַפטעלע
און גיט די האַנט אַ כאַפּ צוריק. וי אַן אָפּגעבּרענטע, עס ברענט װי
אונטער אַ אַ פליגעל. בּיי אַ קראַנקער טויב.
--מאַ---מע! -- שרייט מערע אויף -- הסענדערקע איז דאָך
| אַ פאַרבייאיגער!
אין שטובּ ווערט ווידער אַ טומעל. פּאַנדרע, אַ ניט-געװאַשע-
גער, טאָפּטשעט זיך אויף איין אָרט, נאָר איין סענדעריכע איז רו"
היגער, איינגעהאַלטענער.
-- אָט דאָס -- מאַכט זי --- איז מיט אַלע מאַמעס, װאָס האַ-
בּען נאָר איין קינד. וי נאָר עפּעס אַ האָר פאַרלירען זיי דעם קאָפּ.
מען װעט איהם צולעגען אַ גיסעל קאַמפער "בוימעל צום בייכשל
וועט דאָס איבּערגעהן.
2
האָט מען מיט סענדערקען געטאָן אַלץ װאָס די בּאָבע האָט גש-
הייסען און ס'האָט ניט געהאָלפען. דאָס קינד האָט געברענט װי
מידער.
סענדעריכע איז שוין אין מאַרק ניט געגאַנגען. אַרומגעלא-
פען איבּערן שטובּ וי אַ וועוויערקע און, שטילינקערהייט, אַז מערע
זאָל ניט הערען. אָפּגעזיפצט מיט איהר דריבּנעם צרהדיגען זיפצע-
ילע: אוי-אול-אול,
דערכאַפּט מערע איינעם אַזאַ זיפצעלע און סערט איהר פינט-
טער פאַר די אויגען. אוב די מאַמע זיפצט אַזױ, איז אַ סימן, אִז
ס'איז שלעכט.., גיט זי אַ נעם די שטוב-פאַטשײילע און פאַרװאַרפט
דאָס איבער די פלייצעס;
-- כ'וועל לויפען רופען דעם פערשעל.
וואונדערט זיך סענדצריכע:
293
6
-- אוב שוין רופען, רופט מען דעם דאָקטאָר חישין בי
אַרימעלײט נעמט ער, דאַכט זיך, ניט מעהר וי דער פערשעל.
כאַפּט מערע אַ קוק אויף נחן, איהר מאַן, און לאָזט אַראָפּ די
אויגען:
-- צו א יה 8 געה איך ניט מעחר,
דערמאָנט זיך פּאַנדרע װאָס מערע האָט איהם דערצעהלט, ויי"
'נענדיג, די ערשטע נאַכּט, נאָך זיין צוריקקומען אַהים. וי אַזױ זי.
האָט געבעטען בּיים דאָקטאָר עפּעס אינצונעמען צום שלאָף
און וי אַזױ דער אַלטער בּחור האָט זיך בּאַנומען.. רעדט ער ניט
קיין װאָרט, ציהט אָן זיין פּאָדיאָווקע און לאָזט זיך אַװעק, מיט זיינע
שטאַרקע בּאַשטיוועלטע פיס, צום דאָקטאָר.
דערזעהענדיג אַזאַ גידול, וי פּאַנדרע איז, מיטן פינסטערען
און געזונטען פּנים, בּיי זיך אין שטופ, האָט זיך דאָקטאָר חישינען
אָפּנעריסען אין האַרצען, זיין שטענדיג געלבּליכע הוט איז געװאָ-
רען גרין. ער האָט דערשפּירט, אַז מערע האָט עפּעס דעם מאַן איה"
רען געמוזט דערצעהלען. אויף זיין אָפענעם האַרטען פּנים און אין
די גרויע אויגען איז עס אָנגעשריבּען. המ.. איז װאָס װיל ער דאָ
דער אָסטראָושניק?
נאָר אויסהערענדיג נחס בּורטשענדיגע רייד, אַז זיין קינד איז
פּלוצלינג קראַנק געװאָרען און ער בּעט דער דאָקטאָר זאָל אַזױ גוט
זיין און קומען. איז איהם, דעם אַלטען בּחור, אַ בּיסעל גרינגער גע-
װאָרען. פון גרויס שמחה האָט ער אַזש געבּעטען פּאַנדרען אַ וױי"
לעטשקע װאַרטען, אָט בּאַלד! מען װעט אײנשפּאַנען װעט מען פאָה-
רען צוזאַמען אין פאַיעטאָנדעל.
נאָר פּאַנדרע האָט זיך פון אַזאַ כּבוד אויסגעדרעהט. כ'ועל,
מאַכט ער, לויפען אַהים... מערע איז אַלין, זי איז אויס מענש.
און דר. חישין האָט טאַקע געהאַלטען װאָרט און לאַנג ניט גע-
לאָזען װאַרטען אויף זיך. בּאַלד נאָך נחס צוריקקומען פון גאַס, איז
ער אָנגעפאָהרען מיט זיין אָפּגעלאַקטער בּריטשקע, וועלכע ער האָט
אָפּגעראַטעװעט פון קאָפּעל גנבס הענט, און מיטן גלעקעל איבּער
דער דוהע.
אין דער גרויסער אַרימקײט פון סענדערס אָפּגעלאָוטער שטוב
294
און אין איהר אָפּגעניצטער פאַטשיילע. האָט מערע אויסגעזעהן נע"
יבּעכדיגער און מיאוסער וי בּיי איהם אין קאַבּינעט. די זאָרג אי"
בּער איהר קינד האָט איהר אוסגעצויגען די נאָז, איינגעבּויגען איהר
וואוקס. איהרע אָרעמס האָבּען זיך עפּעס אָפּגעלאָזען: ניט-װייבּליך
און צו-לאַנג זיינען זיי געװאָרען. זי האָט איהם אויך ניט געקוקט
גלייך אין די אויגען אַרײין. און ער האָט זיך געוואונדערט, װי איהם,
אַזאַ געפּיעשצעטער אויסקלײנצער. האָט זיך געקענט פאַרגלוסטען
אַזאַ אָפּנעפּליקטער בּאָטשאַן אין אַ קליידעל... ער האָט אויסגעהערט
דאָס קינד, בּאַמיהענדיג זיך צו זיין װאָס אויפריכטיגער, ערנסטער,
אין זיין איבּערגעטריבענער מינע פון איבּערגעגעבענקייט איז אָבּער
געווען פאַרשטעקט דער דאָרן פון אויספיינען"זיך אַקעגען מערעף
,נאַ, זעהסט! האָסט דאָך מיך אָפּגעשטױסען? און איך טו מיין זאַך
עהרליך, נאָך עהרליכער וי אַן אַנדערען."
נאָר פּלוצלינג, גאָר אומגעריכט, האָט ער זיך בּאַגעגענט מיט
מערעס אויגען, וועלכע האָבּען נאָכגעקוקט מיט מוטערליכען שרעק
אַלע זיינע בּאַװעגונגען. אָט די גרויסע קאַרע מאַמע-אויגען, זיינען
אויפגעשניטען אונטערן גלאַטען, קלאָרען שטערען וי צוויי לאַנגע
מאַנדלען, אַ װאַרימקײט האָט פון זיי געשטראָמט און אַ געבּעט צו
ראַטעװען איהר קינד..
פונ'ם דאָזיגען קוק איז אַזש דעם אַלטען בּחור פּאַפאַלען אַ זי"
סע שווינדלעניש. ער האָט פאַרלאָרען די רעכענונג פון קינדס
האַרצקלאַפּען. זיין פּלומרשטע חרטה-האָבּען אויף זיין לייכטזיניג"
קייט בּיי זיך אין קאַבּינעט, זיין כּלומרשטער אָפּלאַכען אין האַרצען
פון מערעס פאַרפיהרערישקייט --- זיינען זיך צופלויגען װי רויך.
ער איז זיך אַליין פאָרגעקומען וי יענער פוקס אין פאַבּעל, װאָס
קוקט אַרױף, אונטער אַ צו-הויכען צוים, צו די צייטיג-אָנגעגאָסענע
הענגלעך ויינטרויבּען. אָט הוידען זיי זיך און בּרענען װי די הוי"
פענס רובּינען... זיי זיינען אָבּער עסיג-זויער, גאָספּאָדין דאָקטאָר!
וי זאָגט איהר? מען קען זיך נאָך חס ושלום אַן אַסקאָמינע אָנשלאָ-
גען... כאַדכאָ!.. און גלאָט װי קומט דאָס עפּעס צו אַ בּאַלעגאָלטש
צע אַזעלכע אויגען, אַזאַ הויט, אַזאַ איידעלע לאַנגליכקײט פון געזיבט?,"
די אָרימקײט אַרום איהר איז נאָר וי אַ וואונדערליך"געשניצטע מיט
295
פּליגען און מיט ראַצען בּאַפּלעקטע ראַם. ווען ער האָט שטודירט אין
פּעטערבּורג. האָט ער אין ערמיטאַזש געזעהן אַזעלכע בּילדער, וי
יקומט די פליישיגע מושע, זונדעלס טאָכטער, צו אָט דער בּלאַסער
הויכער װײבּעל? טאָג און נאַכט,
--- וואו... ווע... ווען? -- האָט זיך דאָקטאָר חישין אַזש פאַר-
זאָאיקעט פון בּאַוואונדערונג -- ס'הייסט: ווען איז דאָס קינד קראַנק
געװאָרען? |
אין עטליכע ווערטער האָט איהם מערע דערצעהלט די מעשה
מיט דער קולאַיע און וי יעטװעדערער פון די שכנים און גוטע-
פריינט האָט,. מחמת גרויס פריינטשאַפט, געגעבּען איהר אינגעלע
אַ לעק-טאָן,
--- אַי---אָי---אָי?!..--- האָט דאָקטאָר חישין געשאָקעלט מיטן
קאָפּ וי אַ אידענע. אונטער מערעס אומעטיגען קוק האָט ער איג-
גאַנצען פאַרלאָרען זיין דאָקטאָרשען האָנאָר און דערביי אַליין גע-
פיהלט, אַז ער אִיקעט וי אַ אידענע.--אָי---אֵי---אָי, וי דערלאָזט מען
דאָס אַזאַ זאַך? קולאַיע, זאָגט איהר, פּריעט אין אויווען אַ טאָג פיער
נאָכאַנאַד! מעהל מיט זשוראַװינעס מיט האָניג?.. אִי-אָל!
פון אַזאַ היימישען לשון האָט זיך אויסגעלויטערט דער געבעל,
װאָס איז נאָך געשטאַנען צווישען דאָקטאָר און זיין געװעזענער
פּאַציענטקע. מערע האָט דערפיהלט זיין אונבּאַהאָלפענקײט, זיין בּאַ-
האַלטענע פאַרליבּטקייט און האָט שװאַך אַ שמייכעל געטאָן צו איהם,
וואונדערנדיג זיך אַלין, װי אַזױ זי קען נאָך טראַכטען פון אַזעלכע
זאַכען בּיים וויגעלע פון איהר קראַנק קינד. , אַ ניט-גוטער שטעקט
אין מיר..."' קלערט זי זיך און איהרע ליפען זאָגען גאָר עפּעס אנ"
דערש, פאַרענטפערן זיך:
-- כ'האָבּ מיך איינגעשטעלט. נאָר געה מאַך, אַז יעדער איי-
נער זאָגט: , אַ לעק.. װאָס קען עס שאַדען?."
= דאָקטאָר חישין האָט געהייסען בּאָדען דאָס קינד אַלע עטליכע
שעה. פאַרשריבּען אַ רעצעפט. בּיים אַועקגעהן האָט איהם מערע
אַריינגערוקט אין האַנט זיין געוועהנליכען שכר-טרחה אין אָרימע
הייזער --- צװאַנציג קאָפּיקעס. האָט ער ניט געװאָלט נעמען, אַ מאַך-
געטאָן גרויסמוטיג מיט דער האַנט. אָבּער מערע האָט איף איהם
296
אַזױ שטרענג און דורכדרינגענד אַ קוק געטאָן, אַז ער האָט ניט"ווי"
לענדיג אַ כאַפּ געטאָן די צוויי גריוונעצקעס און, װי איינער װאָס
בּרענט זיך מיט הייסע קויהלען, אַראָפּגעװאָרפען אין אַ זייטיגער
קעשענע און גיך אַרױס,
63
דריי טעג זייגען שוין אַריבּער נאָך סענדערקעס קראַנק װע-
רען און ס'איז איהם בּעסער ניט געװאָרען. פאַרקעהרט, ס'האָט זיך
נאָך פאַרערגערט. אַלֶע פאַרנאַכט האָט זיך בּיים קינד אויפגעהויבען
די היץ בּיו איבּער פערציג גראַד. דאַן פלעגט סענדערקע אָנהויבּען
צו קראַמפירען, װאַרפען זיך און אָטעמען וי אַ פאַריאָגטע חיהלע.
כּדי איינצושטילען די קרעמפען, האָט מען עס געמוזט אַריינזעצען
אין אַ צעבּער מיט װאַרים װאַסער. בּיים לעצטען מאָל אָפּרײניגען
דאָס קינד האָט זיך פאַװיזען בּלוט... איז מען געלאָפען נאָכן דאָק-
טאָר אינמיטען דער נאַכט. חישינס פּנים איז געװאָרען פאַרזאָרגט,
ער האָט גלייך געהייסען קריגען אייז און צולעגען אַ פענכער צום
קינדס קעפּעל. װאָס עפּעס מיט אַמאָל אייז! אויף דעם האָט ער קיין
קלאָרע תּשובה ניט געגעבען. יאָ.. אַ מוחל יי אַ קינד איז אויף
גיט פון אייזען. בּיי אַ קינד איז אַפילו אַ הויכע טעמפּעראַטור ניט
אַזױ געפעהרליך װי בּיי אַ דערװאַקסענעם. פונדעסטוועגען --
און איז אַוועק.
ס'איז ניט אַזױ לייכט צו קריגען אייז סוף-חדש אה אין אַ
קליינשטעטל; דערצו נאָך אינמיטען דער נאַכט. אַ גוטע צוויי שעה
האָבּען סענדעריכע און פּאַנדרע געקלאַפּט אין פאַרמאַכטע לאָדענס,
בּיז זיי האָבּען געקראָגען אַן עמער מיט קרוכלע צופאַלענע שטיק-
לעך אייז יי קאַלמע דעם ויין-מאַכער אין פייכטען קעלער.
דאָס קינד איז דערווייל געלעגען װי אין הינחער"פלעט. מיט
האַלבּ-אָפענע אויגלעך, דאָס קעפּעל פאַרװאָרפען. עס האָט גיך גע"
אָטעמט און געצאַפּעלט זיך אינגאַנצען, װי אַ געבּונדענע, האַלף-
געשאָכטענע טויב. מערען איז דאָס האַרץ אױסגעגאַנגען פאַךר װיי-
97
טאָג. די ליימענע טעפּ, װאָס זי האָט נאָך מיט עטליכע טעג צוריק
אַנטליהען אויף , קולאַיע?, בּיי גוטהאַרציגע שכנים, זיינען נאָך גע"
שטאַנען ליידיגע און ניט-געואַשענע אונטערן בּיינקעל אין קאָכשטוב,
וי די גולמס זיינען זיי געשטאַנען און רויט און טעמּפּ געגלאָצט אויף
דער סומאַטאָכע אין שטובּ. קאַליע געמאַכט אַ קינד און גאָרנישט..
זיי האָבּען מערען געשטאָכען די אויגען מיט זײיערע שװאַרץ-גע-
בּרענטע פלטקען איבּערן רויטען ליים, מיט דער פאַרטריקענטער
קולאַיע בּיים ראַנד, אונטער די פּאָקרישקעס. די שװאַרצע פלעקען
האָבּען איהר אויסגעזעהן װי סימנים פון עפּעס אַ קלעפּיגע מגפה
און די צוגעבּרענטע ריטשקעלעך קולאַיע איבּערן ליים --- וי פאַר-
טריקענטע ראָפּע... קוקען אויף די דאָזיגע גולמס האָט זי מעהר
ניט געקענט. װאָלטען דאָס געווען איהרע אייגענע טעפּ, װאָלט זי זיי,
-מיט די אָפּצאַסען פון די שיך, פון שטובּ אַרױסגעקײקעלט און אויפן
מיסט צובּראָכען. |
געבּראַכט דעם עמער אייז און צוגעלייגט אַ פּענכערעל צום
קינדס מוחל, האָט מען זיך שווייגענדיגערחייט צוגעטוליעט יעדער
אין זיין ווינקעל, סענדעריכע האָט זיך געפיהלט אַ בּיסעל שולדיג
אַקעגען איהר טאַכטער. צו לייכט האָט זי לכתּחילה גענומען סענ"
דערקעס שרייען. אין איהרע יונג-וייבּעלשע יאָהרען האָט מען שוין
יאָהריגע קינדער געגעבען בּרויט מיט הערינג און ס'האָט זיי ניט
געשאדט. און היינט -- אַ לעק קולאַיע בּיים ליפּעלע און ס'קינד אי
פאַרבּיי. באַשערט אַן אומגליק.
און פּאַנדרע האָט זיך כּמעט װי געשעמט אַרומפּאַדיען אין
דער טרויעריגער שטוב מיט זיינע האַמעטנע רגלים. אַזעלכע גרויסע
שטאַרקע אברים וי ער האָט און זיי נוצען צו גאָרניט, בּיי אַזאַ אי
דעלע זאַך װי די קראַנקהײט פון אַ קינד. דאָ דאַרף מען האָבּען
דאַקטוירימלעך,. שפּריצעלעך. טערמאָמעטערלעך, פענכער-
לעך,. פלעשעלעך.. זיין רחמנות צום קינד איז געװאַק"
סען װאָס קראַנקער דאָס קינד איז געװאָרען. נאָר געת
טו-אַהין אַזאַ גרויסע רחמנות פיי אַזאַ קליין וויגעלע. געה שטופ
אַרײן אַ פּערינע אין אַ מילך-סאָסקעלע!.. זיץ שוין. פּאַנדרע, אין
ווינקעל אַז דו זיצסט, און שווייג בּעסער!..
298
אינדערפריה גיט ער זיך אַ כאַפּ אויף פון מערעס א הילכיגען
געשרי?
+- מאַמע, נעם אַװעק די טעפ פון מיינע אויגען!
א דערשראַקענער איז צו איהר פּאַנדרע צוגעלאָפען. געמייגט
זי איז פון זינען אַראָפּ;
== װאָס איז מיט דיר, מערע? וועלכע טעפּ?
-- אָט די -- האָט מערע אָנגעװיזען אויף די רויטע בּײיבֿי"
גע כּלים אונטערן ביינקעל און ווילד געדרעהט מיט די אויגען --
מיין קינד אָפּגעסמט,,, נעם אַװעק! |
=+ נו"גו"נת -- האָט זיך אויף איהר פּאַנדדע אָנגעבּײזערט
און אַליין געכאַפּט און אָפּגעטראָגען די טעפּ צו די שכנים, געבּע-
טען מוחל זיין װאָס צוליב דער סומאַטאָכע אין שטופ האָט מען זי
פאַרגעסען אָפּצעװײיקען, אוױיסצעװאַשען פון די פאַרדאַרטע רעשט"
לעך קולאַיע.
אַז די רויטע טעפ זיינען פאַרשואונדען געװאָרען פון קאָב"
שטוב, איז מערען געװאָרען אַ בּיסעל לייכטער. די פינסטערע אייג"
ילדונג, אַז די קולאַיעיטעפּ זיינען פאַרטאיעטע שונאים-גולמס, איז
צופלויגען געװאָרען, אָבּער סענדערקען איז דערפון לייכטער גיט
געװאָרען. די היץ האָט אויף עטליכע שעה אָפּגעלאָזט. און וי נאָר
די זון האָט זיך אָנגעהױבּען אַראָפּצולאָזען, איז די היץ ווידער גע"
שטיגען, דאָס קינד האָט מעהר קיינעם ניט דערקענט. גאָרנישט מעהר
יט געקענט אַראָפּשלינגען. , סענדערקע, סענדערקע!?" -- האָט איהם
מערט פֿאַרצווייפעלט גערופען. סענדערקע אַהער און סענדערקע
אַהין. אַ פאַרבּייאיגער איז סענדערקע. ס'האָט נאָך ניט קלאָר גע"
כיפּסט. דאָס קראַנקע פויגעלע מיטן רויטען געבורט-פלעק אויף דער
אױיסגעמאָגערטער העלזעל, און די היץ פון אָרימינקען קערפּערעל
האָט געשלאָגען, זי פון אַ פייערקע.
4
פאַרנאַכט, נאָך אַזאַ שווערען טאָג, איז פּאַנדרען אויסגעגאַנ"
299
גען די לופט אין שטוב, בּיי דער יאָהרענלאַנגער שווערער אַרבּייט
אין אָסטראָג האָט ער זיך אָפּגעוואױנט צו זיצען גאַנצענע טעג אָהן
באַװעגונג,. און דאָ נאָך אַ צוגאָבּ דאָס שװערע אָטעמען פֿון קינד,
מערעס נעמען זיך דאָס לעבּען, סענדריכעס אַרומלויפען וי אַ מיי-
זעלע... איז ער אַרױסגעגאַנגען דורכלופטערען זיך אַהיסעל און
איז אַװעק מיט הינטער-געסלעך. כּדי מיט קיינעם ניט בּאַגעגענען
זיך. ער האָט זיך בּשום אופן ניט געקענט געוואוינען צום אַלעמענס
נייגעריקייט, צו די נאַרישע שאלות: װאָס ער קלערט איצטער אָנ"
הויבען צו טאָן? און צי דער נייער נגיד װעט איהר גאָר ניט אויס-
העלפען -- ער, פּאַנדרע, זאָל זיך קענען איינהאַנדלען אַ פערד און
שטעלען זיך צוריק אויף די פיס?.. ס'איז בּאמת אַן עולה! דעם לע-
בּען איינגעשטעלט פאַר אַזאַ מערידאַלניק, און װאָס איז װוערט די
טיראָלער בּהמה אַליין? ווען ניט ער -- װאָלט דאָך פון דער בּהמה
געװאָרען אַ געבראָטענס... -
פּריקרער װי אַלעמאָל װאָלט איהם אַצינד געווען אַזאַ חול-
המועדייגער שמועס, האָט ער דעריבער געזעהן אױסצובּאַהאַלטען
זיך פון אַלע קלעפּיגע קליינשטעטעלדיגע מיילער. אָבּער װי אויף
צו להכעיס, לעבּען דער ניט-געהייצטער װאָכעדיגער פּאָד, שטויסט
ער זיך אָן אויף חאַצע דעם קירזשנער.
פון אונטערן ווינקעל איז איהם יענער אױסגעװאַקסען מיט
זיין שװאַרצער קאַװילע (קוליע). און פּונקט װי אויפן מאָהליווער
שליאַך, אַזױ האָט זיך אויך דאָ פּאַנדרען אויסגעדוכט, אַז דער הינ-
קעדיגער , ציציליסט!י האָט איהם דאָ אָפּגעװאַרט, אויסגעקוקט די
העלישע אויגעלעך אויף איהם.
-- אַך, נח! -- הינקט צו איהם חאַצעזקירזשנער צוֹ, -- גוט
װאָס איך האָבּ דיך דאָ געטראָפען
פּאַנדרע קוקט איהם אָן, פּינטלענדיג מיט די גרויע אויגעף
װוי אויפגעװועקט פון אַ שווערען חלום,
--- היינט בינאַכט האַמען מיר אַ סכאָדקע. -- רוימט איהם
חאַצע אַריין אין אויער,. -- לעבּען די אָרשער ברעמלעך.. װעסט
קומען?
פּאַנדרע בּאַװעגט מיט די לאַנגע וויעס און ענטפערט ניט.
200
חאַבע דער הינקעדיגער מאַכט אָבֹּער אַ צופרידענע מינע, װיי
ווען פאנדדע װאָלט איהם גלייך צוגעזאָגט, אַז ער ווע ט גע װויס
קומען או גיט איחם אָן אַלע סימנים װי אַזױ צוצוקומען צו
יענער הויז מיט די פאַרמאַכטע גריגע לאָדענס, אָט טאַקע דאָרטען וואו .
דער דערטרונקענער אַמסטערדאָט האָט אַמאָל געוואוינט, דער נכתב..
פּאַנדרע געדיינקט דאָך מסתּמא? אין דער מינסטערער פירחויז וועלען
שטעהן צוויי יאַטען מיט , קנאַקערס?. זאָל ער, פּאַנדרע, זאָגען נאָר
איין װאָרט, , בּעניי? זאָל ער זאָגען -- װעט ער דורכגעהן..
פּאַנדרע האָט אויסגעהערט און אַױאָפּגעלאָוט דעם קאָפּ. אָט.
איז געקומען דאָס, אויף װאָס ער האָט אין דער שטיל געגאַרט זינט
זיין משפּט אין מאָהליווער אָקרשנאָי'סוד. אָט דאָ װעט ער אפשר
דערגעהן דעם אמת. אָט דאָ װעט מען איהם אפשר געמען צו פאַר-
שטעחן װאָס עס טוט זיך אויף דער וועלט..
--- אפשר אַן אַנדערש מאָל! -- רעדט פּאַנדרע קוים אַרױס--
ווייסט? מיין אינגעלע איז אַ פאַרבייאיגער..
-- כ'ווייס, --- מאַכט חאַצע דער הינקעדיגער קורץ און קוקט
ערגעצוואו איבּער פּאַנדרעס קאָפּ -- פונדעסטוועגען -- קום!
און עפּעס, װי רחמגות-האפענדיג, גיט ער צו אַביסעלע װיי-
פער!
--- ווער ווייסט צי מיר וועלען זיך אַזױ גיך קענען טרעפען
אַן אַנדערש מאָל אויף אַזאַ אָרט. עס װערט שוערער פון טאָג צו
טאָג. מיר האָבּען ידיעות, אַז דער גייער פּריסטאַ האָט פון מאָה-
ליוו אַראָפּגעבּראַכט איבּערגעטאַנענע זשאַנדאַרניקעס. חונדערט אוי-
גען האָט ער, דער מיאוטער גוֹי.
פאַנדרען דוכט זיך, אַז חאַצע טריבּט אומישנע איבער, כַּדי
אויסצופּרובען איהם, זעהן צי ער איז אַ שרעקעוודיגער צי ניט, איז
איצטער די רעכטע צייט צו דערווייזען חאַצע דעם הינקעדיגען, אַז
אויף איהם, אויף פּאַנדרען, קען מען זיך יאָ פאַרלאָזען, אַז מ'מטנ
איהם יאָ אַריננעמען אין חברה. נאָר ער דערמאַנט זיך גלייך אַף
דעם חשך אין שטופ, זיפצט ער שווער אָפּ און לאָזט זיך געהן
חאַצע דער קירזשנער טרעט אָבּער ניט אָפּ. ער הינקט נאָן
אויף דער שװאַרצער קאַװילע. ער װאַרט,
201
גיט פּאַנדרע אַ חייבּ מיט די ברייטע פלייצעס;
-- כ'קען מערען ניט לאָזען איינע אַלײן. סאַרשטעהסט דאָךי
האַצע"קירזשנער בלייפט שטעהן, דרעהט אויס זיין גאַנצען
גופעלע אויף דער קוליע, וי אויף אַן אַקס, קוקט אַריין שאַרף אין.
פּאַנדרעס פאַראומערטע אויגען. פון אונטערן דאַשעק קוקט ער
איהם אָן יי אַ נאַכט-פױגעל, און זיינע ווערטער זיינען האַרט און
געצעהלט; |
| -- אוב דו װוילסט זיין מיט אונז, מוזטו קומען. אויפן שליאַך
האָסטו אַליין געבּעטען און אַצינד --- וייבּ. קינד.
נח קוקט צוריק מיט זיינע גרויע קינדערשע אױגען פֿאַר-
וואונדערט קוקט ער, אינוועניג צוזאַמענגעקלעמט, און הויבּט ניט
אָן צו פאַרשטעהן, װי אַזױ ער. פּאַנדרע, אַזאַ ברײטפּלײצעדיגער,
שווער-אָרעמדיגער, שטאַרק-פיסיגער האָט אַזאַ געהיימע מורא, אַזאַ
פאַרטאַיעטען דרך-ארץ פאַר אָט דעם צוקראָכענעם הינקעדיגען
קירזשנערעל. עפּעס אַ מאָדנע שליטה האָט איבּער איהם אָט דער
נפש מיט די שיטערינקע שװאַרצע בּאָרד און ווענסעלעך, מיט די
שאַרפינקע הייסע אויגעלעך. און יענער וייסט, אַז ער האָט די
שליטה... אויפן מאָהליווער שליאַך האָט ער איהם װי אַ גרויסע
שפּין אַרומגעפּלאָנטערט און דאָ. בּיי דער קאַלטער שקלאָווער בּאָד,
ציהט ער שוין די פעדימער, ער בעט ניט. ער בּאַפעהלט:
-- ביי אונז איז ניטאָ קיין קינד, בּיי אונז איז ניט שייך ווייב,
מיר שטעהען אַלע טאָג און נאַכט אין געפאַהר. איך אַליין האָבּ אַ
קראַנק ווייבּ מיט פיער קינדער. און כ'ווייס ניט װאָס מיט זיי ועט
זיין, װי נאָר מען זאָל מיך כאַפּען און אַרײנזעצען.. דער נײיער
נגיד װעט אפשר זאָרגען פאַר זיי? װוי?
שטאַמעלט פּאַנדרע:
-- אָבּער איך... בּיי מיר... איצטער...
-- אָהן אָבּער! --- שלאָגט איהם חאַצע איבּער און לאָזט זיך
זוייטער הינקען -- אָדער היינט אָדער קיינמאָל ניט. דוקא אַצינד
דאַרפסטו בּאַװייזען, אַז דו מיינסט דאָס,.. אַז דו בּיסט נח פּאַנדרע.
פאַרשטעהסט! אַלע אונזעריגע ווייסען װאָס עס טוט זיך בּיי דיר אין
שטוב, און דוקא איצטער וועלען זיי גלױבּען, אַז מען קען זיך אויף
302
דיר פאַרלאָזען. אַלע פישעד זאָלען װאַרטען, בּיז ס'וועט מער קיין
ווינט ניט בּלאָזען. װאָלט קיינמאָל קיין שאָלעכץ פיש אויפן מאַרק
גיט געוועןיי |
וי מאָדנע"ניי די ווערטער קלינגען, וי זיכער עֶר איז דאָס הי
זיך דער הינקעדיגער קירזשנער. סאַראַ לשון דאָס האָט! רוקט זיף
צו איהם פּאַנדױע נעהנטער צו, געהט מיט איהם זייט ביי זייט, אינ"
געלש צוגעטוליעט. װוי ער װאָלט זיך שטום געבעטען ביי איהם:
אדרבא, רעד! מונטער מיך, קירזשנערוק.
און חאַצע פיהלט, דאַכט זיך, װאָס מען פאַרלאַנגט פון איהם,
שטעלט ער זיך אָפּ, דרעהט זיך אום אויף דער קאַװוילע, וי אַ לט"
בעדיגער עירקעל;
-- אַ סך בּאַלעגאַָלעס זיינען שוין אומגעקומען פון וועלף. נה
איז דערפאַר פיסטו קיינמאָל ניט אַרױסגעפאָהרען ווינטער אין אויט"
געשנייטען װאַלד?,.. מיר דאַכט, דו האָסט אַפילן איינמאָל דערהרגעט
אַ װאָלפיכע, װוין
=+-- אַלץ ווייסטן, -- גיט פּאַנדרע שװאַך אַ שמייכעל,
== מיר ווייסען אלץ.
האַצעס קוק איז דערפיי נאָך שאַרפער, נאָך דורכדרינגענדער
געװאָרען. ער װעט בּשום אופן ניט איינגעהן אויף פּשרות אָט דער
הינקעדיגער קירזשגערעל, גייך,
אונטער אָס דעם שפּיציגען קוק האָט פּאַנדרע געמוזט אַראָפ"
לאָזען זיינע גרויע אויגען. אַ פרעמדער ווילען האַלט איהם. װי אַ
ציגיינערעל האַלט אַ גרויסען בער אויף אַ קייט. מיינט טאַקע חא"
צע, אַז ער, פּאַנדרע, איז אַזאַ שרעקעדיגער? אַז ער האָט מורא פאַף
אַ , קנעפּעל??? אַז נאָר מחמת דע ם ויל ער זיך אויסדרעהען מיטן
תּירוץ װאָס סענדערקע איז טױט:קראַנק, װאָס מערע איז אויס"
מעגש?,,
--- כ'וועל קומען. --- גיט פּאַנדרע אַ זאָג קורץ, כּמעט פּלוצ-
לונג, |
חאַצע גיט אַ שאָקעל מיטן קעפּעל. זיינע שפּיציגע אויערלעך,
איבּערן פאַרשמאָלצעװעטען אַקאָלישעק פון היטעל, גליהען רױיט,
װוי צוויי פלעמלעך פייער. זיין טרוקענער שאָקעליטאָן מיטן קאָפּ
203
בּאַדײט, אַז קיין דאַנק קומט איהם ניט, פּאַנדרען, פאַר זיין צוזאָג,
ער,. חאַצע, נעמט דאָס אָן, וי אַ זאַך װאָס קומט איהם פון לאַנג-אָך
וי אַן אָפּצאָהל אויף אַ קוויטעל, װאָס פּאַנדרע האָט אונטערגעשרי-
בּען נעמט ער דאָס אָן. ער איז אפילו בּרוגזלעך, װאָס מען האָט
זיך מיט איהם געדונגען... דערפאַר האָט ער אפילו קיין , גוטען-
אָווענט!? ניט געזאָגט, אַװעקהאָצקענדיג זיך אויף זיין שװאַרצער
קוליע.
אויסגעמידען קושקעס מעסער
84
אַ קורצע וויילע נאָכדעם, וי פּאַנדרע איז אַרױס כאַפּען לופט,
איז אין שטובּ מיטאַמאָל געװאָרען מאַדנע'שטיל, דאָס קראַנקע
קינד האָט אויפגעהערט אַרױסצולאָזען, דורכן נעזעלע, זייגע געצוי"
גענע קוויטשען. מערען איז דאָס קשה געװאָרען. זי איז צוגעלאַפען
צום וויגעלע. דאָס קינד איז אַצינד געלעגען אויפן רוקען מיט ברייט
אויפגעריסענע אויגלעך און געאַטעמט מיטן מיילכעל וי א פיש אָהן
וװואַסער:
מאָדנע שװואַרץ האָבּען אויסגעזעהן די קינדערשע אויגען. די
בּלויקייט אַרום די שװאַרצאַפּלען איז געווען פאַרשואונדען. די שװאַר-
צאַפּלען האָבּען זיך צוגאָסען און ס'האָט זיך באַקומען אַן ערנסט"
פּאַרטראַכטער שטאַרער קוק פון אַ דערװאַקסענעם, װאָס קוקט,
דאַכט זיך, אַרײין אין האַרצען און... זעהט גאָר ניט. אַן אונענדליכער
קוק ניט פון ד ע ר וועלט. , צי האָט דאָס קינד, חס ושלום, ניט
געחלשט?! דאָס איז געווען מערעס ערשטער געדאַנק. ניין. עס
אָטעמט דאָך! דער אָטעם איז אפילו געװאָרען רוהיגער, געצויגש"
נער, נאָר מיט אָפענע ליפּעלעך. עס האָט זיך כּמעט ניט געגלויבט,
אַז די קליינע אויסגעפיבּערטע ברוסט פון קינד האָט נאָך אָקאָרשט
געאַרבּײט, װי אַ קליינער בּלאָזיזאַק און דאָס הערצעל האָט גע"
קלאָפּט וי אַ קאַלעקאַטקע, ס'האָט אַצינד אויסגעזעהן וי סענדער"
קע װאָלט מיד געװאָרען צו קעמפען מיט זיין שװוערער קינדער"
2305
צוריק פון אַסטראָג (20)
שער חולאת. און אָט רוּהּט ער זיך אַ בּיסעל אויס, קוקט אין דער
וועלט אױײן. און זאָל זיין װאָס ס'וועט זייןײי
אַליין גיטוויסענדיג פאַרװאָס,. האָט דאָס אויסזעהן פון קינד
ערשיטערט מערען ביזקעל מאַרך פון די בּיינער. און גאָר אומגע"
ריכט האָט זי אַ װאָיע-געטאָן װי אַ װאָלפיכע, פון וועלכער אַ פיי-
זער, יעגער טראָגט אַװעק איהר קראַנקען וועלפעלע וייט װייטײי
אָה' דער דאָזיגער שטאַרער קוק פון קינד חערגרייכט שוין צו איחר
פון דער פרעמד, פון אַן אונבאַקאַנט לאַנדײ. |
סענדעריכע איז צוגעלאָפען מיט איהרע וועוויערקע-פיסע"
לעך, אַ קוק-געטאָן, אַ שאָקעל געטאָן מיטן טשעפּטשיקעל און גיך
אוּמגעזעהן זיך נאָך פּאַנדרען. ער: איז אָבּער אין שטובּ ניט געווען.
/ניט רעדענדיג קיין װאָרט, אִיז זי אַרױסגעלאָפען,. װי זי שטעהט
און געהט, אין פאַרטוך און אין די לעדערנע שטופ-פּאַנטאָפּעל, גע-
לאָזען זיך לויפען צום דאָקטאָר, אין עק מאַרקי
מיט גיכע טריט האָט זיך דערוויילע פּאַנדדע אומגעקעהרט
אַהײם. נאָכן געשפּרעך מיט חאַצע-קירזשנער, הינטער דער קאַל-
טער באָד, איז איהם עפּעס געװאָרען קאַלעמוטנע: געלאָזען מערען
מישן טויט-קראַנקען סענדערקען אין שטובּײ.
| האַרט בּיים פירהויז האָט ער פונדערווייטענס דערזעהן דעם דאָק"
טאָרס פּאַיעטאָנדעל, , עפּעס ווייטער אַ צרה!יי גיט ער אַ קלער און
לויפט צו. פון פאַיעטאָנדעל האָט גראָד געהאַלטען בּיים אַרױסקרי
כּען דאָקטאָר חישין, פון פירהויז האָט אונגעדולדיג אַרױסגעקוקט
סענדעריכע.
-- װאָס איז? -- דערשרעקט זיך פּאַנדרע און לויפט איבער
מיט זיינע אינגעלשע אויגען פון סענדעריכען צום דאָקטאָר און פון
דאָקטאָר צו סענדעריכען.
--- װאָס אי---ז? -- קרימט איהם איבּער סענדעריכע --- װעז
מען דאַרף עפּעס בּיסטו קײינמאָל ניטאָ
אינמיטען שטובּ איז געשטאַנען מערע מיט פאַרבּראָכענע
הענט, איהר הויכער וואוקס איז געווען איינגעבּויגען װי אַ בּוים
אין שטורם. די קאַרע אויגען האָבּען געבּלאָנדזשעט. איז אויף איהר
חישין אָנגעגאַנגען מיט אַ געמאַכטען גוטמוטיגען שמייכעל, ס'הייסט:
26
שרעקט זיך ניט. מיר'ן באַלד מאַכען אַלץ אין אָרדנונג,,.? אָבּער
דאָס העפליכע שמייכעלע אין איהם באַלד אָפּנעשטאָרבּען אויה די
ליפּען. װוי נאָר ער האָט זיך איינגעבּויגען איבערן וויגעלע. ,מצ..יי
גיט ער ניט-ווילענדיג אַ שמונצער און גלייכט זיך אויס.
האָט זיך סענדעריכע מעהר ניט געקענט אינהאַלטען
-- זעהט, דאָקטאָר. װאָס קוקט אַזױ דאָס עופעלע?
-- נעמט דאָס קינד אַרױס! -- האָט חישין געהייסען -- זעצט
זיך מיט איהם אָט דאָז נעהנטער צום פענסטערי.
די אויגעלעך בּיים קינד זיינען אויך בּיים. ליכט פון פענסטער
געבּליבּען שטאַר און אָפען, די לאַנגע וויעס האָבּען אפילו קיין צי"
טער ניט גטאָן. וואונדערליך-שען און טרויעריג האָבּען זיי אויס-
געזעהן אויפן אוױיסגעמאַטערטען בּלאַסען פּנימעל,
די פאַרנאַנכטיגע ליכטיגקייט פון פענסטער איז אָבּער אַ פּנים
געווען צו קנאַפּ. װאָרים דאָקטאָר חישין האָט אַרױסגעכאַפּט פון
זשילעט-קעשענע אַ זילבערנע פּושקעלע, אָנגעריבּען אַ שװעבעלע
און גענומען צוטדאגען צום קינדס אויגעלעך אַלץ נעהענטער און
געהענטער, |
דעם קינדס אויגען האָבּען זיך ניט צּאַװעגט. שטאַר זיינען זיי
געבּליכע שטעהן מיט צוגאָסענע שװאַרצאַפּלען. דאָס אָפענע מיילכעל
האָט געאָטעמט,
דאָקטאָר חישין האָט עפעס אַ מורמעל געטאָן. אַ קוק געטאָן
אויף מערען, אויף דער בּאָבּען און פאַרלעגען אַ הויב געטאָן איין
פלייצע. דערנאָך אַ וואונק געטאָן פּאַנדרען ער זאָל איחם נאָכ"
געהן און אַלײין אויסגעדרעחט זיך צום טיר. מערע האָט אָבּער שוין
דערפון אַליין פאַרשטאַנען, אַז דאָס קינד איז פאַרלאָרען און אויס-
געפראָכען מיט אַ יאָמערליכען געוויין. דר. חישין האָט זיך אפילו
ניט אומגעדרעהט צו כבּאַרוהיגען זי מיט איין װאָרט. אַזױי שלעכט
האַלט דאָס מיט סענדערקען? הי
פּאַנדרע איז נאָכגעגאַנגען דעם דאָקטאָר וי אַ באַנומענער,
סענדעריכע האָט זיך אַ כֹאָפּ געטאָן און אויך אַרױסגעלאָפען אין
איהרע לעדערנע פּאַנטאַפעלעך,
אַריינגעזעצט זיך אין פאַיעטאַנדעל, האָט זיך נאָך דער געלב"
307
בּלאַסעד דאָקטאָר אַרומגעקוקט צי די מאַמע פון קינד קוקט ניט
אַרױס פון אַ פענסטערל. מיט אָפּגעשטאָרבּענע ליפען האָט סענדע-.
-ריכע אַ פרעג געטאָן
--- וואו האַלט דאָס, דאָקטאָר?...
חישין האָט נאָר שטום אַ וויג געטאָן מיט זיין איידעלער האַנט,
ס'הייסט;
/, ניטאָ מעהר װאָס צו מאַכען!"
--- ווי,,, וו... װאָס הייסט? --- האָט פּאַנדרע גענומען שטאַמלען;
חישין האָט איהם אָנגעקוקט און אַראָפּנעלאָזט די אױגעף
פּאַנדרעס גרויער קוק איז געווען אַזױ אינגעלש-אונבּאַהאָלפען,. דעם
דאָקטאָר האָט זיך ניט געגלױבּט, אַז אַזאַ | שטאַרקער יונגאַטש קען
האָבּען אַזעלכע קוקערס.. |
-- נאָך... אַ בּלוטישלשול -- האָט דער דאָקטאָר גענומען
קלײיבּען װוערטער -- נאָך אַזאַ זאַך בּיי קליינע קינדערייי קומט
אָפּטמאָל אַ מוח-אָנצינדונג. איז אָט.. |
ער איז אַנטשװיגען געװאָרען און צופיהרט מיט פיידע הענט,
כַּאַלד דערמאַנט זיך עפּעס און צוגעגעבּען
--- איהר זיינט אַ מאַנסבּיל, מעג מען אייך זאָגען.
סענדעריכע איז זיך פאַרגאַנגען אין פאַרטוכעל און מיט אַ
שטילינקען דריבּנעם געוויין פון אַלטיטשקע לייט, װאָס הערט זיך
אָן וי געמישט מיט אַ משונהדיג געלעכטערל: בּו"בּו"בּו..
חישין האָט גלייכגילטיג אַ קוק געטאָן אויף דער בּאָבּעס קע"
פּעלע, װאָס איז איינגענורעט אין פאַרטוכעל, און מיט רחמנות אָפַּ-
געשטעלט זיך אויף דעם גרויסען געזונטען פּאַנדרען מיט זיין אונ"
בּאַהאָלפענער מינע אויפן אינגעלשען פּנים:
-- נאָר זאָגט איהר, דער וייבּ אייערער. זי זאָל זיך צופיל
דאָס לעבען ניט נעמען... דאָס קינד הערט שוין מעהר ניט און זעהט
ניט מעהר, עס ליידט שוין מעהר ניט,..
| און ניט װאַרטענדיג, װאָס דער בּרייט פּלײיציגער , אינגעל"
וועט אויף דעם זאָגען, האָט ער מיט גאָר אַן אַנדערער ניכטערער
שטימע בּאַפױילען דעם קוטשער זיינעם:
-- נו, פּראָכאָר! פּאַשאָל אויף קאַרפּיליקע-גאַס!
308
אַ הויבּ-געטאָן דעם קאַפּעליוש און אַװעקגעפאָהרען.
1
מערע איז זיך פאַרגאַנגען אין די הויכע טענער פון דער ערשטער
פאַרצווייפלונג. סענדעריכע האָט איהר געריבּען די שלייפען מיט
שװאַכען עסיג. און פּאַנדרע האָט זיך אַרומגעדרעחט אין שטטוב,
געמעקעט עפּעס און ניט געוואוסט וואו אַהינצוטאָן זיין כּוח און זיין
רחמנות. געוואונדערט האָט ער זיך נאָר אויף זיך אַליין: װי מאָדנע
דאָס איז, װאָס ווען עס קומט אויס צו העלפען אַ פרעמדען, דעם
נייעם נגיד, זימעל דעם פּאַקענטרעגער, אַ גויע. להבדיל, אַזױ האָט
ער, פּאַנדרע, אי כּוז אי פאַרשטאַנד; און פלינק ווערט ער װי סענדע-
ריכע זיין שוויגער אויף איהרע וועוויערקע-פיסעלעך. נאָר װי עס
קומט צו אַן אייגענעם, צו א קינד, צו אַן אייגען ווייבּ, אַזױ װוערט
ער אַ שטיק ליים, אַ גולם... ער קען אַצינד אַזױ טרייסטען און בּאַרו"
היגען מערען, אַזױ װי ער האָט איהר אַמאָל געקענט ערקלערען
דאָ אין פירהויז אויף די כאָמעטען, װוי פאַרליבּט ער איז אין איהר,
--- נו"נו"נו, מע-רינקע! -- אַזױ האָט ער אויך אַצינד עפּעס
אָנגעהױיבּען צו פאָנפען. נאָר ניט מערע און ניט סענדעריכע האָ-
בּען איהם געהערט, :
דערמאַנענדיג זיך, אז ער האָט נאָך צוגעזאָגט צו קומען
היינט בּיינאַכט, אויף דער , סכאָדקע?י, אין דער שטובּ מיט די פאַךר-
מאַכטע גרינע לאָדענס, האָט ער געקריצט מיט די ציין. ער האָט
זיך ניט געקענט בּאַפרײיען פון אַ מאָדנעם שרעק-געפיהל, אַז דער
הינקעדיגער קירזשנער האַלט איהם וי אַ בּער אויף אַ קייט און ער
פוז געהן ער האָט צוגעזאָגט אויף געוויס -- מוז ער
ער האָט זיך אומגעקוקט אויף מערען אין דער צעװאָרפענער
'בעט. מיטן קאָפּ איינגענורעט אין קישען, אויף סענדעריכען װאָס
שטעחט איינגעבויגען איבּער איהר מיט אַ פייכטען האַנטוך, און
האָט זיך דערפיהלט וי צווישען צוויי פייערען, דאָ אין שטובּ, מוז
ער בלייפען בּיים גוססדיג קינד, און אַהין, צו יענער שטוב. מיט די
209
פאַרמאַכטע לאָדען מוז ער. אויך לויפען. חאַצע דער הינקעדיגער
װאַרט דאָרטען אויף איהם. אַן איינגעזעסענער נפש אָט דער חאַצע!
כּדי אָפּצושװאַכען אַ בּיסעל איין , מוז"י, האָט ער זיך גענומען
בּעטען, גלאַט אַזױ אין דער וועלט אַרײן
--- מערע, מעריינעלע איז... איז זיי מענש! זי אַ מענש..:
נאָר מערע האָט איהם אפילו ניט געענטפערט... מיט איהר ניט-
:ענטפערן האָט זי איהם אַפּנים געװאָלט באַטאַנען אַז פון זיין האַ-
מעטענעם בּאַלעבּאָטשען טוט איהר נאָר װועה: אַז ער, פּאַנדרע האָט
ניט גענוג רחמנות ניט אויף איהר, ניט ט אויפן קינד. אָפּגעװעהנט זיך
אין אָסטראָג פון אַלעמען.. אַז ניט -- װאָלט ער פעסער געשוי"
געז, אָדער אַליין געוויינט,
צווישען איין געוויין:קראַמף און צווייטען זיינען איהר פיבער"
דיג דורכגעלאָפען אין אָנגעװועהטאָגטען קאָפּּ דאָס פאַרקנייטשט
כּנימל פון קינד ווען ס'איז געבּאָרען געװאָרען. דאָס ערשטע שמיי-
כעלע, נאָך אַ צוויי װאָכען זויגען, װאָס האָט זיך װוי אַ בּליץ דורמ"
געטראָגען איבּערן קינדס געזיכט און פאַרשוואונדען. דאָס שאַקלען
| מיטן קעפּעלע, וי אַן אַלטיטשקער, ניט קענענדיג האַלטען שטייף
דאָס שװאַכע העלזעל. דער ערשטער פאַרשטאַנד אין די אויגען, דאָס
צוהערען זיך צום קלאַנג פון דער כבּאָבּעס שליסעלעך אין גאַרטעל
פון פאַרטוך... װוי שווער דאָס איז אַלץ אָנגעקומען. װאָס וייסען
דערפון אַלע מאַנסבּילען?.. און איהר נח, וועלכער האָט דאָס אַלץ
מיט די אויגען ניט געזעהן, ווייסט אַודאי ניט, און װי גיך דאָס אַלץ
וועט איצטער אויסגעלאָשען ווערען, אַלע חנ'דעלעך, אַלע מינעלעױי
איבּער אַ גאָרנישט, איבּער אַן איבּעריגען לעק קולאַיע, אָה, די קו-
לאַיע! די מיאוסע קולאַיע..
-- סענדערקע, מיין זוהןף -- האָט זי פּלוצלונג ווילד אויפ-
געשריען און איהר לאַנגער גוף האָט זיך װוי אין קאָנוואולסען גע-
װאָרפען אין בּעט.
אין איהר פאַרצווייפלונג האָט זי זיך גענומען גריבלען, אויס-
זוכען כּלערליי חטאים, פאַרװאָס עס קומט איהר אַזאַ שטראָף. נאָך
איידער איין אומגליק איז אַװעק, איז שוין דאָס צווייטע אומגליק
געקומען. איז נח צוריקגעקומען אַהיים, נעמט בּיי איהר גאָט אַיועק
20
דאָס קינד. פאַר װאָס און פאַר ווען? אפשר איז שולדיג דאָס ניט-
כּשרע געלט, שעפטעלע דעם גנבס געלט, װאָס פּאַנדרע האָט גע-
בּראַכט אַהים, װאָס זי אַלֵיין האָט אַמאָל גענומען בּיי שעפטעלען
לעבּען פּאַרעכאָד?... אפשר איז דאָס אַ שטראָף פאַר איחרע אייגענע
זינד, װאָס זי האָט אין האַרצען געזינדיגט אַקעגען איהר מאַן. װי
-אַ הור אָפּגעגעבען זיך אין מחשבה אַ סך מאַנסבּילען. קושקען, חי"
שינען,. אפילן דעם נייעם נגידס שקאַלע-אינגעל. רעכט אויף מיר,
רעכט! אָבּער װאָס האָט מען צו איהר קינד?
-- טע"ענדערקע!
מ... מערע, מערע! -- האָט פּאַנדדע נאָכאַמאָל געפּרובט מע"
קען און ניט-זיכער צוגעגאַנגען צום בעטט
נאָר זי האָט זיך אָפּנעטרײסעלט מיט פיס און הענט פון איהם
און פון זיינע שטאַמעלדיגע װערטער:
-- געה אַװעק פון מיר, נח! האָבּ רחמנות, טשעפּע מיך ניט!
א---אָה! |
סענדעריכע האָט אָנגעצונדען דאָס נאַכט-לעמפּעלע מיטן פאַר"
רויכערטען גלעזעל. און זיין געלער פּלוצליכער שיין האָט פּאַנדרען
געטראָפען וי אַ רוף פון הינטער די אָרשער ברעמלעךי פון דאָרטען
וואו חאַצע דער הינקעדיגער װאַרט אויף איהם,
-- עס מוז שוין זיין א זייגער אָכּט, האַלבּינײן, -- האָט עפף
זיך משער געווען און אומגעקוקט זיך מיט שרעק אויף מערען אין
בעט, אויף דעם וויגעלע. און מיט איין זייט, וי אַ פּאַראַליזירטער,
גענומען רוקען זיך צום טיר. אין בּאַנומענעם קאָפּ האָבּען גע"
פּלאַנדזשעט שטיקלעך- בּרעקלעך פון האַצע דעם הינקעדיגענס
ווערטער: , בּיי אונז איז ניטאָ קיין קינד,.. בּיי אונז איז ניט שייך ---
ווייבּ,.?"
דער פֿאָדים, װאָס דער הינקעדיגער האָט איהם אָנגעבונדען
אויפן מאָהליווער שליאַד, האָט זיך איצט אָנגעצויגען װי אַ סטרן"
! נע, און שלעפּט איהם זי אַ העכט פון װאַסער, צו די בּרעמלעך,
צו די אָרשער בּרעמלעך.. |
אין דער פיגסטערער פירחויז האָט ער נאָך דערהערט חינטצר
211
=
זיך סענדעריפעס גיפטיגען נאָכשעפּטשען מיט גאָלע , סמך'ןיי און
(גצריקץ"? |
| -- וואוחין געהסטו דאָס } איצטער אַװעק? נ---ח! |
| -- איך קום באַלד! -- גיט נח אַ זאָג אָפּ, מורא-האָבענדיג
אפילו אומצוקוקען זיך, כּדי ניט צו בּאַנעגענען זיך מיט סענדע-
יריכעט שאַרפע אוֹיגעלעך און ניט פאַרלירען דעם מוט. ,אָט בּאַלף /
קומט ער. יאָ", טוט אַ שפּרײז איבערן שוועל פון פירהויז און
דערשפּירט אַ װעהטאָג, װוי ווען אַן אָנגעצױגענער אָדער װאָלט זיך
איבּערגעריסען צווישען איהם און די שטוביגע,
ער מאַכט צו גיך די פירחויז-טיר און שפּרײיזט אַװעק האַלב-
לויפענדיג, דער איבּערגעריסענער אָדער טריפט מיט בלוט. אַ קאַל-
טער שווייס בּאַדעקט איהם דעם שטערעף
ער לאָזט זיך לויפען צו די אָרשער בּרעמלעך, וי אַמאָל צו
דער שרפה בּיים נייעם נגיד. מיט אָנדערטהאַלבּען יאָהר צוריק האָט
ער פּונקט אַזױ געלאָזען מערען אַלין, אין איהרע ערשטע חדשים
פון טראָגען סענדערקען. דאַמאָלסט איז ער געלאָפּען ראַטעװען
פרעמדע האָבּ-און"גוטס. אַ בּהמה,.. אַצינד בּיים גוססן פון קינד
לויפט ער אויך אין סכּנה, אויף אַ שרפה אֶהן אַ פייער און אָהן רויך,
,מיר שטעהען אַלע טאָג און נאַכט אין געפאַהר האָט חאַצע גע-
זאָגט, , מיר האָבּען ידיעות, אַז דער פּריסטאַוו האָט אַראָפּגעבּראַכט
איבּערגעטאָנענע זשאַנדאַרניקעס פון מאָהליוו.?" |
איהם האָט זיך מיטאַמאָל אויסגעדוכט, אַז אימיצער לױיפט
איהם נאָך פון הינטען. ער קוקט זיך אום: בּאמת, עפּעם אַ שאָטען
פון אַ מענשען שאָקעלט זיך ווייט הינטער איהם, צווישען די הייז-
קעס מיט די בּאַלױכטענע פענסטערלעך. צי יאָגט איהם דאָס ניט
נאָך סענדעריכע און װויל איהם אומקערען אַהיים?
כֹּדי אָפּטאָן זיין זאַך בּיזקעל סוף, האָט ער געכאַפּט לויפען
אַ קער געטאָן זיך אין אַ געסקע פון צוויי פּלאַנקעס, צווישען קרויט-
גערטנער, און ניטאָ?... ער האָט אַפילו ניט געוואוסט, נח פּאַנדרע,
פון װאָס פאַר אַ סכּנה ער איז אין דעם מאָמענט ניצול געװאָרען.
12
3
- אין קושקען האָט געברענט אַ העלישער כּעס. זינט מ'האָט
זאַוולען פאַרבּעטען אויף קולאַיע און איהם ניט, איז ער געווען זי-
כער, אַז אין סענדערס שטובּ האָט מען געמאַכט יד-אחת מיטן אויס-
וואורף, מיט זיין שמייסער, וועלכער האָט איהם פאַרפיהרט, בשעת
ער. קושקע, איז געווען שיכּור... אַצינד האָט ער מעהר ניט װאָס
צו האָפען אויף שלום ווערען מיט פּאַנדרען, אָפּוװאַשען פון זיך דעם
פלעק װאָס ער אין געקראַכען צו זיין ווייבּ, בּשעת יענער איז געזע-
סען אין אָסטראָג... |
מיט אַ מעסער אין איין כאָליאַװע און מיט אַ פלאַכער פלאַש
בּראַנפען אין דער צווייטער, האָט ער גענומען אַרומפּאַדיען פאַר-
נאַכט-צײיט אַרום סענדערס הויז, אויסקוקען אויף פּאַנדרען. ער
האָט כּמעט װי אויפגעהערט צו געהן אין צעך. װאָרים דאָרטען
קומט אַלע טאָג צוגעחן זאַװעל דער ממזר. דאָס היטעלע מיטן צו"
בּראָכענעם קאָזיראָק --- אויף אַ זייט, און מאַכט אַן אָנשטעל, אַז
ער בּאַלעקט זיך נאָך פון דער זיסער קולאַיע, װאָס ער האָט זיך
אָנגענאַשט בּיי סענדערן אין שטובּ, בּיי איין טיש מיט מערען און
מיט פּאַנדרען. אויף יעדען פאַל באַהאַלט ער זיך הינטער די פּלי-
צעס פון די עלטערע בּאַלעגאָלעס, מאַכט העויות און גיט אָנצוהע"
רעניש, אַז אָט... סענדערקע, נחס אינגעלע, װעט זיך נאָר אַבּיסעט
פּאָפּראַװען, װעט נח אָנהױיבּען געהן אין צעך. נו.. װעט ער שוין
וויסען װאָס ער האָט צו טאַן,
אָפּגעזאָגט, גיט ער אַ וואונק מיט איין בָּאֵק צו די פאַלעגאָלעס
און אַ ווייז מיט די גנבישע אויגען אויף קושקען. ער טוט דאָס אָפּ
-פּלינק אוּן פויגעלדיג, װי אַ פּאַסקודנינקער אינגעלע אין חדר,
אַ מסור און אַן אָפּלאַכער, װאָס ווינקט צו זיינע חברימלאַך, אַז אָט באַלד
װועט קומען דער רבּי און מ'וועט דעם אָדער יענעם אינגעלע אִפֹּ-
שמייסען, ווייל עד פאָלגט ניט דער מאַמען
-- יאָ, -- מאַט זאַװעל הויך אויפן קול און בּאַלעקט זיף --
ווען ניט דאָס אינגעלע, װאָלט ער שוין דאָ לאַנג געוועזען..
ניט קענענדיג מעהר אױסהאַלטען אָט די אַלע רמזימלעך און
213
שטעך-ווערטלעך און דאָס בּאַלעקען זיך, האָט זיך שוין קושקע-
בּראַנד אײינמאָל געװאָרפען מיטן מעסער איף זיין געוועזענעם
שמייסער. נאָר בּאַלעגאָלעס האָבּען בּחברותא אָפּגעראַטעװעט זאַװו-
לען. און קושקען אַרױסגעשטופּט מיט פאַראייניגטע כּוחות פון צעך,
מוסרנדיג איהם פאָטערליך- גראָב;
-- קושקע פרעסערי. שיכּור בּיסטו צי משוגע? געה, געה,
שלאָף זיך אויס!.,
קושקע איז אַװעק אַהים, געמאַכט וויינען פּעסיען זיין ויבּ,
נאָר אויסגעשלאָפען איז ער זיך ניט. ער האָט געפיהלט, אַז ער
/איז מעהר ניט בּכּוח אויסצוהאַרען בּיז נחס אינגעלע װעט געזונט
ווערען און בּיז דער טאַטע זיינער, דער אָסטראָזשניק, װעט קומען
איהם , אָפּשמײסען"... מחמת אַזאַ נאָגענדיגער געשפּאַנטקײט האָט
ער שטאַרק גענומען שיכּורן,און װי נאָר דאָס פלאַכע פלעשעל אין בא"
ליאַװוע האָט געהאַלטען בּיי לעדיג ווערען, איז ער געלאָפען צו חיים-
יוסף , טרעטי בּייקיי, דעם שענקער, אָנצופילען עס. אויסטרינקענדיג
די שיריים בּיי חיים-יוספן אויפן גאַניק,
אינם נעבעל פון שיכּרות און מיטן נאָגענדיגען אומעט אין האַר"
צען, האָט ער בּיי זיך בּאַשלאָסען, אַז ס'איז ניטאָ מעהר װאָס צו
/װאַרטען בּיז נח װועט איהם שלאָגען בּפרהסיה אינמיטען מאַרק,
אָדער אין צעך פאַר אַלע בּאַלעגאָלעס אין די אויגען. ניין. ניט דער"
לעצען װעט ער, דער אָסטראָזשניק! ס'איז אַ סך גלייכער, אַז ער
אַליין, קושקע-בּראַנד זאָל איהם זאַטשעפּען. און בּינו לבּינו, איידער
װאָס ווען, אַרײנפאָהרען איהם מיטן מעסער אין זייט. נישקשה, פאַר
שטעכען אַן אָסטראָזשניק קומט ניט קיין גרויסע שטראָף, דאָס ווייסט
ער, קושקע, אויף געוויס...
דעריבער האָט ער זיך היינט פאַרנאַכט אונטערגעגנבעט היג"
טער סענדערס געבויטע סוכה, הינטער דער זעלבּער סוכה. וואו זאַ-
ווצל-שמייסער האָט זיך אַמאָל אינמיטען דער נאַכט בּאַהאַלטען, ווען
ער, קושקע, האָט, אַן אָנגעפרעסענער און אַן אָנגעזויפענער, אָנגע-
קלאַפּט צו מערען.. אָט דאָ--אָ װעט ער פּאַנדרען אָפּװאַרטען און
לערנען מיט איהם בּלק. אָט דאָ--אַ!
ער האָט דערזעהן פּאַנדרען אָנקומען פונדערווייטענס, און האָט
314
שוין אָנגעטאַפּט דעם מעסער אין כאָליאַװע. נאָר אין דערזעלבּער
צייט איז דאָקטאָר חישין צוגעפאָהרען. סענדעריכע איז איהם אַרױס
אַקעגען און דער גאַנצער פּלאַן פון פאַרטשעפּען פּאַנדרען. אויג אויף
אויג. איז דערווייל צורונען געװאָרען. נאָר אַװעקגעהן פונדאַנען,
געהט ער, קושקע, ניט אַװעק! בּלאָטע.
מיט דער עקשנות פון אַ האַלבּ-שיכּורן, װאָס האָט זיך עפּעס
אַרײינגענומען אין ניט-קלאָרען פוליבּלוטיגען קאָפּ. האָט קושקע
גענומען אָפּװאַרטען, טשיקעווען פון הינטער דער סוכה אױף
אַ צווייטען צופאַל. און כּדי אונטערגעבען זיך מוט -- אַלע וויילע
געצויגען פון פלאַכען פלעשעל און מיט אַ בּייזען געמורמעל צוריק
אַריינגעשטעקט אין כאָליאַוע.
דעם דאָקטאָרס פאַיעטאַנדעל איז אַװעקגעפאָהרען, די פירחויז
האָט זיך פאַרמאַכט; און פון סענדערט שטופ, האָט צו קושקעס פאַר"
גאַסענע אויערען דערגרייכט מערעס בּיטערער יאָמער.
-- ס'פאַרגעהט זיי אַ װעהטאָג! -- האָט ביי זיך קושקע גע-
טראַכט מיט אַ שיכּורער צופרידענקייט -- זעהר רעכט! זאַוולען אִו"
געשמאָפּט מיט קולאַיע, מיך -- פע.. איז נאָט אייך קולאיע, כא-כאַ!
צֶר האָט דערפיהלט אַ דערלייכטערונג, אַ זעטיגונג פון זיין
זשעדנער פאַרשיכּורטער נקמה; איז, הייסט דאָס, יאָ עמיצער פאַ-
דאַן. וועלכער שטראָפט פאַר אַזעלכע עולות. זאַװלען געמאַכט פאַרן
שענעם מענשען און קושקען פאַרן אויסוואורף --- איז נאַט אייך!
עס איז שוין געװאָרען גוט פינסטערלעך אויף דער גאָס. אין
סענדערס פענסטערל האָט זיך אָנגעצונדען אַ געל פייערל. און קוש"
קע-בּראַנד האָט זיך דערפיהלט זיכערער אין זיין פינסטערן ווינקעל,
צווישען דער געבּויטער סוכּה און פּוסטען שטאַל, אַמאָל האָבּען דאָ
דריי פערד געהירזשעט איבער די פולע זאַשיקעס, הינטער דער
זעלבּער בערווענע װאַנט. שמענדריקע, שמאַראָװאָז און דזשירקע"
ליכע די קליאַטשע, אַצינד ניטאַ קיין פערד. נאַט אייך!
מערעס יאָמער אין שטוב האָט זיך איפערגעחזרט,
קושקע האָט זיך צוגעהערט און דערפיהלט פּלוצלינג אַ פרט-
גענדיגע לײדענשאַפּט צו מערען, װי אין יענעף נאַכט, וז זי האָט
אַ האַלבּ-נאַקעטע צוגענומען פיי איהם די חלקים פיש און גענזענס
215
און טייגעכץ. וועמען װעט זי דערצעהלען מעשות: זי האָט דאָך
איהם געװאָלט, די הויכע נפקא. געלאָזען לכתּחילה אַרומנעמען צו
ניט! כאַ-כא. ער געדענקט.. | |
דאָס פאָרשטעלען זיך די הייסע סצענע פון פאַר-אַ-יאָהרען
ווינטער אינמיטען דער נאַכט, האָט אויפגעבלאָזען זיין אַבּיסעל
איינגעשטילטען כּעס. פון אכזריות צו לײדענשאַפט איז אַלעמאָל
איין טראָט. און פאַרקערט אויך... מיט בּאַגעהר און אכזריות האָט
ער אצינד איכּערגעמישט מערען, איהר פאַרצוייפעלטען יאָמער.
ער האָט זיך דערבּיי פאָרגעשטעלט, אַז ער איז דער בּאַלעבּאָס און
מערע זיין נאָכגיבּיגע דינסט,
-- מיע--ע--ע!.. -- האָט ער איהו איבערגעקרימט הינטער
דער סוכּה -- יאָמער, יאָמער! בּיסטו אַזױ גוט וי דיין אָסטראָזשניק,
בּאַלד װעסטו נאָך מעהר יאָמערען, דו נפקא! סענדערס טאָכטער,
אין דיין טאַטען אַרײן!
איבּערקרימענדיג און בּורטשענדיג אַזױ, טאַפּט ער אָן דאָס
הענטעל פון מעסער אין דער כאָליאַװע... אָט דאָ װאַרט ער. אָט דאָ
וועט זיין אַ טויט איהם אָדער דעם אָסטראָזשניק!
ער פאַרקלערט זיך אַ רגעלע איבּער דער בּלוטיגער קאַשע
ויִאָס ער וויל דאָ פאַרקאָכען. און כּדי איינצושטילען דאָס האַרץ-
קלאַפּעניש, ציהט ער אַרױס דאָס פלאַכע פלעשעל, פאַרואַרפט דעם
קאָפּ און הויבּט אָן ציהען.
אין דערזעלבּער רגע גיט זיך די פירהויז-טיר אַן עפען אויף.
;אָט בּאַלד קום איך...""' דערהערט קושקע אַ בּאַקאַנטען קול,
פּאַנדרעס גרויסע פיגור כאַפּט זיך אַרױס פון דער פינסטער
און אין דער טונקעלהייט פון דער זומער-נאַכט איילט זי אַװעק,
קושקע פּאָספּעיעט אַפילן ניט אַרײינצורוקען די פלאַשׂ און אַרױסכאַ-
פּען דעם מעסער. ווען ער קוקט זיך אַרום, איז שוין פּאַנדרע אַװעק
עטליכע הייזער ווייטער,
- מיט זיין שווערען בּויך און מיט די קלאָציגע פיס נעמט קושקע-
בּראַנד. נאָכיאָגען זיך נאָך זיין שונא. ער פאַרלירט נאָך איין וויי"
לעטשקע, כּדי צו ציהען זיין װאַפען.
מיטן מעסער אין איין האַנט און מיט דער ניט-פאַרשטאָפּטער
. 6
פלאַש אין דער צווייטער האַנט לויפט ער נאָך, בּרומט פאַר זיך און
כּראַבּרעט זיך, און קומט זיך אַלײן פאָר עפּעס נאַרישעװאַטע און
אומגעלומפערט, וי אַן אָקס װאָס יאָגט זיך נאָך אַן אָגער. ניט אַזױי
בּאַפאַלט מען אַזאַ יונג װי פּאַנדרע איז, , װאַרט, װאַרט!!" סטראַשעט
ער אימיצען פונדערווייטענס און פיהלט, אַז בּעצם איז ער צופרי-
דען, װאָס פּאַנדרע האָט זיך איהם אַרױיסגעגליטשט פון אונטער די
הענט און װאָס דאָס דערשטעכען איהם מוז מען אָפּלעגען אויף אַן
אַנדערש מאָל,
-- נישקשה, כ'וועל זיך דערקליבּען צו דיר! -- אַזױ פאַ-
כעט ער מיטן מעסער נאָך פּאַנדרעס אַנטרונענעם שאָטען. און
אַלין בּלייבּט ער שטעהן מיט ברייט-צושפרייטע האַמעטנע פיס, װוי
אַ שיכּורער פּױער אויפן יאַריד, װאָס האָט אָנגעהויבּען אַ גויטיגע באַ-
דערפעניש הינטער אַ װאָגען און דער װאָגען האָט זיך פּלוצלינג
אַ ריס געטאָן פון אָרט און אַװעקגעפאָהרען
און צווישען די לאַנגע קרויט-גערטנער איז פאַנדרע פאַר-
שוואונדען, ניט-וויסענדיג פון װאָס פאַר אַ סכּנה עס האָט איהם גע-
ראַטעװעט זיין איילען זיך צו דער , סכאָדקע!" ביי די אָרשער בּרעמ-
לעך.
ניט קיין בּעסערע ,,חתונהיי האָט אויף איחם געװאַרט אין יע"
נער שטוב, מיט די פאַרמאַכטע לאָדענס. נאָר דאָס האָט ער איך
ניט געקענט וויסען
אין דער שטוֹבּ מיט די גרינע לאָדען
| 1
די געהיימניספּולע שטובּ הינטער די ,בּרעמלאַך", ואוהין
חאַצע קירזשנער האָט פאַרבּעטען נח פּאַנדרען, איז אין שקלאָוו גע"
ווען גוט בּאַקאַנט. מ'האָט זיך פון איהר געהאַלטען אָן אַ זייט: מיט
אַ שושקען און מיט אַ שמונצערן געסודעט זיך פון איהר. און נאָך
אַלעמען --- איז עס געווען ניט מעהר װי אַ גויעשקע הייזקע, אָהן
אַ גאַניק, נאָר מיט אַ גרויסע פירהויז און מיט אָפּגעבּליאַקעװעטע
גרינע, שטענדיג צוגעמאַכטע לאָדענס. מיט יאָהרען צוריק האָט
דאָרטען געוואוינט אַמסטערדאַם דער , ציציליסטיי, וועלכער האָט
זיך אומגעקערט פון סיבּיר און צוגעשריבּען זיך צו שקלאָוו און גע"
ווען , פּאָד נאַדזאָרי. עס הייסט: ער האָט זיך אַלע טאָג געמוזט יאַ"
ווען אין סטאַן, צום פּריסטאַוו. פון איהם, פון אָט דעם , נכתּב'" (צוגע-
שריבענעם) האָט זיך דאָס אָנגעהױבּען אַלע צרות אין שטעטעל, אַלע
סכאָדקעס און אַלע שטרייקען..
נאָר ס'האָט געטראָפען... פאַר װעמען אַ נס פאַר װעמען אַן
אומגליק, און דער געפעהליכער בעלידבר האָט זיך דערטרונקען
אין דניעפער, אין די ליימיגע גריבּער הינטער די קאַכעלניעס. זינט
דאַמאָלסט שטעהט די דירה זיינע, אָט די דאָזיגע הייזקע, אַ פאַר"
מאַכטע, אָפּגעזונדערט שטעהט זי. מיט בּלינדע פאַרלאָדענטע פענ"
סטערלעך, אַרומגעצױמט מיט אַ צוים פון פלעקענער: און אַ שלע-
סעל הענגט אויף דער פירחויז-טיר. און דאָס פלאַכע קוקערל, אויף
218
איהר משופעדיגען שינדעל-דאַך,. שצורעט זיך װי אַ גרויס אױיג/
פון אַ זשאַבּע: , אָסטראָזשנע, אידען, דאָ האָט אַמאָל געוואוינט אַ צי"
ציליסט!...י פאַר אומזיסט וועט זיך אַהער אויך קיינער ניט אַרײנצי-
הען. װאָרים ווער װועט דאָס געהן וואוינען אין אַ דירה, וואז ס'האָט
געלעבט אַזאַ ווילד-פויגעל, װאָס איז אַהער פאַרפלויגען פון סיפיר,
געווען ,, פּאָד נאַדזאָר!" און דערצו נאָך -- דערטרונקען זיך?..
נאָר עמיצער מוז יאָ האָבּען אַ שליסעל צו אָט דעד אַרױסגע-
שטויסענער הייזקע, מיט די גרינע לאָדענס. װאָרים זעלטען-װוען
ביינאַכט. זעהט מען דאָרט װי אַ שפיצעלע שיין שטעכט דורך א לאָ-
דען שפּאַלט. און ער עס האָט געדולד און װאַרט אָפּ בּיים צוים,
דער קען דערהערען אַ הודזשעריי פון מענשען אַ זינגען פון אַן
אונבאַקאַנט ליד, געהען דאַמאָלסט אידען פאַרביי און לעגען אַ פין-
גער צום מויל, ס'הייסט: , גלייכער איז מען זאָל שווייגען",
דער נייער פּריסטאוו מיט זיינע צוויי סטראַזשניקלעך, וועלכע
ער האָט אָנגעטאָן אין נייע גאַרניטערס, מיט רויטע לאַמפּאַסען, כּדי
מ'זאָל פאַר זיי דרך-ארץ האָבּען, האָט שוין געפּרובט מאַכען אָב"
לאַװעס אויף דער פאַרדעכטיגער הייזקע. נאָר איידער נאָך ער בא-
ווייזט זיך בּיי די בּרעמלאַך, ווערט דאָס ליכט אין די לאָדען-שפּאַל"
טען אוױיסגעלאָשען. ערגעצוואו גיט דאָס אַ פייף, שאָטענס הויגען אָן
צו שפּרינגען איבּער די צוימען. און אַז דער פּריסטאַו, מיט די
דראָטענע װאָנצעס קומט אָן, געפינט ער א שלעסעל אויפן צוים
פון גאָרטען און א שלעסעל אויף דער טיר פון פירהוין. ביידע
שלעסלעך הענגען פון דרויסען און וועמען צו אַרעסטירען איז גיטאָ.
קען אַזױ דער נייער פּריסטאַוו, דער המן, בּשום אופן ניט בּאַווייזען
נאַטשאַלסטװאָ זיין איבּערגעבּענהייט און זיין טרישאַפט צום
קיסר, ירום הודו. פאַר כּעס האָט ער שוין אײינמאָל געהייסען אָפּ-
רייסען די כיטרע שלעסלעך, און אַרײנגעשפּרײזט בּיד רמה. מיט
אָנגעצונדענע ליכטלעך און מיט אַ קלונג. פון סאַבּליעס אין דער
פאַרמאַכטער הייזקע, נאָר װאָס האָט ער דאָרטען געפונען? סאין
אַ חוזק צו דערצעהלען: פיר נאַקעטע ווענט. אַ פּוסטע קורצע פעסעל,
אַ הילצערן ביינקעל, אָפּנעפאַלענע טינקע. מעהר גאָרנישט. פאַר
גרויס האַרצװעהטאָג האָט אַזש דער נייער פּריסטאַװו געמאַכט אַ רו-
219
סישען , מי-שבּרך'' אין דער פּוסטער פינכטערער שטוב, און מיט
די שפּיצען פון זיינע לאַקירטע שטיװועל, דערלאַנגט די ביידע
סטראַזשניקלעך זיינע אין אַ ווייכען אָרט. פּונקט װי ליקסיי און סטע"
פּאַן װאָלטען געווען שולדיג, װאָס ער איז אַזאַ בּלייענער פויגעל און -
װאָס די אונבּאַקאַנטע חברה-לייט זיינען אַזעלכע. גליטשיגע שלייענס,
ווער עס ווייסט מעהר פון אַלעמען, װאָס אין שטובּ קומט כאָר,
דאָס מוֹז זיין יאָשקע דער שערער. הערט ער דערצעהלען, אַז נעכטען
איז ווידער געווען אַן אָבּלאָװוע און מ'האָט ווידער גאָרניט געפונען,
צעלויפען זיך זיינע חוצפּהדיגע אויגלעך אונטער די אויסגעקראָ-
כענע װויעס, ער גיט אַ פּוץ זיין אַרומגעשוירענע בּאָרד, מיט וועלכער
ער שטאָלצירט, װי מיט זיין גרעסטער שאַפּונג אין לעבּען, און צו-
כיכיקעט זיך פאַלש און דריבנע: ניין, אַז מ'װאָלט בּיי א יהם גע-
פרעגט װאָלט ער, מאָלט אייך, עפּעס יאָ געקענט דערצעהלען..
נאָר קיינער, וי אויף:צו-להכעיס, פרעגט איהם ניט. קיינער
איז ניט נייגעריג, אויף דעם װאָס ע ר וייסט. אַפילן אידען מיט
בּערד, וועלכע זיינען פייער און פלאַם אויף די היינטיגע דינסטען
און אויף די היינטיגע בּאַלמעלאָכעס, און אויף די אַלע װאָס הויבּען
אַ האַנט אויפן קיסר ירום הודו, אַפילו אַזעלכע אידען רוקען זיף
אויך אָפּ פון יאָשקען דעם שערער, וי נאָר ער הױיבּט זיך אָן צו בּאַ-
ריהמען, צו אונטערכיכיקען, אַז ער ווייסט עפּעס יאָ. עס רופט זיך
אין זי אָפּ דער אייביגער שרעק פאַר מוסרים פון אַלֶע צייטען, וועל-
כע זיי שילטען דריי מאָל אַ טאָג אין דער שטילער שמונה-:עשרה;
,ולמלשינים אל תּהי תּקוה..?' (מוסרים זאָל קיין האָפנונג ניט
האָבּען). | 7
אַזױ זיינען זיך נוהג בּכּבודיגע אידען. נו, און דער נייער פּריס-
טאַוו גופא, וועלכער זוכט אויסצופיינען זיך בּיי דער העכערער נאַ-
טשאַלסטװאָ אין מאָהליוו, איז דאָך גלאַט אַ בעל-גאוה. ער קען נאָך
יאָשקע דעם שערער עד היום ניט מוחל זיין, װאָס יענער האָט איהם
געװאָלט אונטערקויפען מיט גאָלען זיין , יעהאָ בּלאַהאַראָדיעס"
מאָרדע אומזיסט, דערנאָך -- מיט מזומן געלט: זיין פּריסטאַװי-
כע -- מיט פעטע גענז, און סטעפּאַנען, זי דעסיאַטניק און משרת
אין שטובּ -- מיט געפילטע פיש און מיט בּראַנפען, איז װאָס-זשע
200
קומט דערפון אַרױס?! לאַכט טאַקע די שטופ-מיט-די-גרינע-לאָדענס
מיט איהר זשאַבּעקוקערל אויפן דאַך פון זייערע ביידענס קעפּ,
62
צו אָט דעם דאָזיגען שטובּ האָט זיך דאָס אַצינד פּאַנדרע גע-
איילט מיט זיינע געזונטע אָבּער לייכטע טריט. בּיי די געמויערטע
אָרשער , בּרעמלאָך'י. וועלכע שטעהען פון בּיידע זייטען שליאַך, װוי
צוויי קליינע קלויסטערלעך אָהן צלמים, האָט ער אין דער שיטערער
טונקעלהייט פוך דער זומער"נאַכט דערזעהן צוויי מעגשליכע שאָ-
טענס. און וי נאָר ער האָט זיך דערנעהנטערט, אַזױ זיינען איהם די
שאָטענס געקומען אַקעגען און איינגעקוקט זיך איהם אין פּנים, איין
געזיכט אין איהם אויסגעקומען בּאַקאַנט. ער װאָלט געקענט שווערען,
אַז אָס דער שוועבעלדיגער קוק פון אַ קאָטער געהער ניט קיין אָנ"
דערען וי פּיישקע דעם גערבּער. ס'איז איינער פון פעטער-זשאַמעס
בּאַלמעלאַכעס און חאַצע דעם קירזשגערס כּאַהעלפער". אַלף
פּאָטשטען?י בּרעננט ער איהם אָט דער פיישקע מיט די אייביגש
זומער-שפּרינקלעך, און וואו חאַצע, דאָרטען איז ער אויך דאָ,
אַרײינגעקוקט פּאַנדרען אין די אויגען, מאַכט פּיישקעלע דער
גערבער; ;אַה אַ וינק צום צווייטען שאָטען: און פּאַנדרע געהט
דורך צווישען די געמויערטע בּרעמלעך, װוי דורך אַן אָפענעם טויער,
און ס'דאַכט זיך איהם, אַז ווען ניט פּיישקעלעס ,אַה" װאָלט ער
די בּרעמלעך געפונען פאַרצוימט.., הייסט דאָס, אַז עמיצער האָט
שוין דאָ פּיישקעלען געװאָרענט, אַז פּאַנדרע װעט דאָ דורכגעהן. ער
פאַרקירעװועט זיך צו דער סטיעזשקעלע, װאָס פיהרט צו דער הויז
מיט די גריגע לאָדען און שטויסט זיך אָן אָן אַ פלעקענער-צוים.
דורך אַ הילצערנעם טירעל פון פאַרצוימטען גאָרטען האָט זיך
פּאַנדרע דורכגעקראָגען. דאָס פאַרזשאַװערט שלעסעל, װאָס הענגט
דאָ אַלעמאָל, איז אַצינד ניט געווען. דאָ איז אויך עמיצער געשטאַ-
נען אויף דער װאַך, איינגעקוקט זיך. און ניט רעדענדיג קיין װאָרט.
דורכגעלאָזען פּאַנדרעס בּרייטען גוף דורך דעם שמאָלען טירעל.
221
צוריק פון אַסטראָג (21)
דערפאַר אָבּער, בּיי דער טיר פון פירהויז, האָבּען איהם שוין גאַנ"
צע צוויי יונגעלייט פאַרשטעלט דעם וועג. אין די הענט בּיי זיי האָט
עפּעס געבּליאַסקעט. מ'װאָלט קענען מיינען -- פּיסטאָלעטעןי
-- וואוהין? -- האָט עמיצער שטיל און האַרט אַ פרעג
געטאָן.
-- ב.. בּעני -- האָט פּאַנדרע אָפּגעבּורטשעט דעם צייכען
װאָס חאַצע דער הינקעדיגער האָט איהם געגעבען און איז פריי דורכ"
געגאַנגען.
די גאַנצע פאַרסודעטקייט אָרום דעם שטובּ מיט די פאַרמאַכטע
גרינע לאָדען, האָט פּאַנדרען אַבּיסעל צושטרויט און אָפּגעקיהלט דעם
בּרענענדיגען װעהטאָג פון איבּערלאָזען אינדערהיים סענדערקען,
וועלכער איז פאָרבּיי, און מערען זיין ווייבּ, וועלכע בּאֲקלאָגט שוין
דאָס קינד, װי מען בּאַקלאָנט אַ טױטען
אין דער פּוסטער אָפּגעלאָזענער שטובּ איז קיין מעבּעל ניט
געווען. קאַרג-בּאַלױכטענע פּאַרשױנען זיינען דאָ געשטאַנען אין קופּי
קעס אָדער געזעסען אויף דער הוילער פּאָדלאָגע און געשמועסט
שטילערהייט. אין איין ווינקעל איז נאָר געשטאַנען אַ מין דייזשע,
צי אַ קורצע בּיר-פעסעל, איבּערגעדעקט מיט אַ טונקעל-רויטען ליי-
ווענט, און לעבּען אָט דער ברייטער פעסעל -- אַ פּראָסט בּיינקעל,
איינער פון יענע פּיינקלעך, װאָס זעהען אויס װי , קאָזלעס" און
שטעהען בטבע אין קאָכשטובּ. דאָס איז, אַפּנים, געווען צוגעגרייט
| אָלס אַ מין בּאַלעמער פאַרּ די רעדנער. נאָר וואו זיינען זיי די רעד-
נער? |
ביסלעכווייז האָבּען פון דער האַלבּ-טונקעלהייט גענומען אַרויס-
שווימען געשטאַלטען און פּנימער; פּונקט װי אַמאָל מיט אָנדערט-
האַלבּען יאָהר צוּריק, צום ערשטען מאָל אין מאָהליווער אָסטראָג..
און פאַנדרען האָט זיך אין דער ערשטער מינוט אויסגעדוכט, אַז דאָס
איז אַ משונהדיגע אָפּשפּיגלונג פון אַ פאַרגאַנגענער צייט, פון אַ גע"
זעהן בּילד, דער אָנּפּאַל פון דער װאָלפיכע אין װאַלד האָט זיך שפּע-
טער איבערגעחזרט אין טשורילאָ-קאַטאָרזשניק, און די גריע
; אָסטראָזשניקעס בּיי דער פאַרטאָגיגער ליכטיגקייט חזרן זיך איבּער,
מיט זייער גאַנצער פרעמדקייט, אַצינד אין די דאָזיגע פּאַרשױנען
3202
פון דער , סכאָדקע', בּיים געלבּען שיין פון אַ פּאָר חלבנע ליכט"-
לעך, מאָדנע וי אַלץ חזרט זיך איבער!
--- צי פין איך אפשר ניט אינגאַנצען געזונט? -- גיט זיך
פּאַנדרע אַ װויש דעם פייכטען שטערען און בּאַמערקט. אַז עס שוויג"
דעלט איהם אבּיסעל פאַר די אויגען. פון אַלע אויפרעגונגען היינט
פאַרנאַכט, בּאַנעמט איהם אַ דריקענדע שפלדיגקייט, װי בּשעת ער
האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אין גרינעם גרונט פון דגיעפּער צו ראַ"
טעווען זימעל-פּאַקענטרעגער און דער דערטרונקענער האָט איהם
געכאַפּט ווערגען... אוף! גיטאָ קיין לופט!
נאָר פּונקט וי אַלעמאָל אין אַ מינוט פון געפאַהר און ראַנגלען
זיך, האָט זיך פּאַנדרע אויך אַצינד געצוואונגען צו ווערען רוהיגער,
קאַטראַכטעל;
האַלט קאָמּ, נה!
פון אָט דער נייער אָנשטרענגונג איז איחם גלייך געװאָרען
לייכטער אין מוח. די געהיימניספולע,. פֿאַרפּלאָנטערטע פנימער
אָרום איהם האָבען זיך גענומען פאַנאַנדערקניפּלען. נעזער און אוי"
גען זיינען בולטער געװאָרען. אָט די צוויי בחורים זיינען דאָס משה
דעם טאָקערס אַרבײיטער. אָט די יונגעלייט טרעפט מען שטענדיג,
אין אַ מאַרק-טאָג, צווישען די קראָמען. עס זיינען דאָ בּאַקאַנטע ליל"
מער, גלעזער און סתּם יונגעלייט, ער דערקענט אַפילו אַזעלכע נפ"
שות, אויף וועלכע ער װאָלט זיך דאָ ניט געריכט. אָט איז אברהמעלע
אַרעדמאָטעס, אַ געוועזענער גאַסען"יונג, װאָס האָט אַ שם פאַר
אַ גזלניש האַרץ. װאָרים אינגעלווייז האָט ער געקוילעט די קאַץ פון
שטוב אויפן ברעג אָזערע. גלאָט אַזױי, כּדי צו זעהן וי עס זעהט
אויס אַ געקוילעטע קאַץ װאָס וויל ניט פּגרן. און אט איז דעם נייעם
נגידס שקאַלע-בחור און נאָך עטליכע שקאָלע-בּחורים פון עלטסטען
קלאָס. נעמט מען אַזעלכע שנעקעס אויך אַרין אין חברה? אַפּנים אַז
יאָ. פּונקט וי אין אָסטראָג איז דאָ נישטאָ קיין יחוס און קיין שום
אונטערשיד צווישען אינגער אָדער עלטער. דאָ דרעהט זיך ארום
אַפילו , מאָדיע מיטן אמת" -- אַ געוועזענער ישיבה- בּחור מיט
אַ גרויסען קאָפּ, װאָס האָט אַמאָל אַלעמען געזאָגט דעם אמת אין
די אויגען און שטענדיג געקראָגען דערפאַר געשלאָגען מכּת"רצח.
עס
ער דינגט זיך, למשל, איבּער אַ הערינג. מאַכט ער צו דער פאַר-
קויפערקע: , מילא, די צוויי קאָפּיקעס װעל איך אייך בּאַצאָהלען: נאָר
זאָגען . מוז איך אייך דעם אמת, אַז איער טאָכטער האָט מען אַמאָל
געכאַפּט גנבענען סחורה בּיים שניט-קרעמער...יי ער מ וז דאָס זאָגען.
אָהן דעם אמת איז זיין לעבּען קיין לעבּען ניט! און ער וואונדערט
זיך נאָך מאָדיע-קאָפּ, װאָס אָנשטאָט צו דאַנקען איהם פאַרן אמת,
איז איהם די פאַרקויפערקע מכבּד מיטן נאַסען הערינג איבּער דער
מאָרדע, אָדער: דער פּאַרשציק פּאַרעט איהם פאַר אַ קאָפּיקע מיטן
גוטען בּעזים, אין בּאָד אויף דער הייסער פּאָליצע. , שמייס, שמייס!?
רופט זיך אָפּ , מאָדיע מיטן אמתי' ליגענדיג אויפן בּויך, , אָבּער
דעם אמת מוז איך דיר זאָגען. אַלע אִין שקלאָוו ווייסען דאָך, וי אַזו
דו בּיסט געװאָרען אַ פּאַרשציק. אַמאָל בּיסטו גאָר געווען אַ בּעקער
און האָסט פאַרשיכּורט בּיז אַ פּאָדעשקע אין שטובּ..?" ער מוז דאָס
זאָגען! און מאַכט נאָך קולות-געװאַלדען, מאָדיע מיטן אמת, איבּער
דער גאַנצער בּאָד, ווען דער זעלבער פּאַרשציק װאָס האַליבּעט איהט,
נעמט פּלוצלינג אָן דעם בּעזים פאַר די בּלעטער און שלאָגט איהם
מיט דער האַרטער הענטעל איבערן צופּאַרעטען געזעס.
אַ סך אונבּאַקאַנטע פּנימער דרעהען זיך דאָ אויך אַרום. אַפּנים
די וועלכע אַרבּייטען אויף די קאַכעלניעס און קומען זעלטען וען
אין שטאָט. אַלע זיינען דאָ אויסגעמישט. בּאַלעבּאַטישע קינדער
שמועסען מיט יאָקע דעם שינדערס לערן-אינגעל. מען איז צווישען
זיך גאַנץ היימיש. און אַ מאָדנע זאַך! קיינער פון זיי אַלעמען האָט
זיך אפילו ניט געוואונדערט װאָס אַזא גרויסער יונגאַטש און אֲזאַ
ווילד-פרעמדער, וי פּאַנדרע, איז דאָ פּלוצלינג אױיסגעװאַקסען צווי-
שען זיי אין דער שטוב מיט די פאַרמאַכטע גרינע לאָדען. וי בּאַלד דו
ביסש דורכגעגאַנגען דורכן פירהויז מיט דער שמירה, בּיסטו מסתּמא
אַן אונזעריגער... טאָ זעץ זיך אויף דער פּאָדלאָגע אָדער שטעה! מיר
זיינען ניט נייגעריג. | |
3
חאַצע דער הינקעדיגער גופא, אָט דער זעלבּער האַצע, וועלכער
324
האָט וי אַ גרויסער מאַגנעט אַװעקגעצויגען פּאַנדרען פון וייבּ און
קינד און מיט זיין געהיימען כּח פאַרשלעפּט איהם אַהער אין שטוב,
איז אַצינד געשטאַנען אין אַ ווינקעל אָנגעלעהנט אויף זיין שװאָר-
צער קאַװילע. עפּעס גאָר בּאַשײדען, וי פאַרטאַיעט, איז ער געשטאַ-
נען און שטיל געשמועסט מיט אַן אונבּאַקאַנטען יונגענמאַן, ניט קיין
היגער ווייזט אויס. דער אונבּאַקאַנטער האָט געהאַט אָפּגעהאַנגענע
שװאַכע פּלײיצעס, אַ גרויסען געגרייזעלטען קאָפּ מיט אַ פּליכעל אין-
מיטען, בּולט'ע, טרויעריגע אויגען און עפּעס אַ פרומען טרוקענעם
פּנים פון אַ למדן, אַ פּרוש, צו דעם האָבען זיך גאָר ניט געפּאַסט,
גים זיין טונקעל-רויטע רוסישע העמדעל איבער די הויזען ניט
דאָס רויטע גאַרטעלע מיט די פרענז אַרום די שװאַכע לענדען, ניט
דאָס שטעהן דאָ אָהן אַ היטעל,
ווי. נאָר חאַצע קירזשנער האָט דערזעהן פּאַנדרען און זין
אַרומקוקען זיך אַזױ פרעמד און פאַרלעגען, האָט ער זיך אָפּגעריסען
פון אונבּאַקאַנטען און גלייך צוגעהאַָצקעט זיך צו פּאַנדרען. חאַצע
האָט דערביי כּלל ניט געהאַט קיין שיינענדיגען פּנים דערפאַר,
װאָס ער, פּאַנדרע. האָט געהאַלטען װאָרט. און ניט געװאונדערט
האָט ער זיך אויף פּאַנדרעס מוט אָפּצורײיסען זיך, אין אַזאַ ביטץ-
רער שעה, פון דער היים און אַװעקלױפען -- דער גוטער יאָהר
ווייסט וואוהין. ער האָט דאָס, קענטיג, אָנגענומען װי אַ זאַך װאָס
קומט איהם. װאָרים אַ פּנים האָט ער געהאַט אַזױ טרוקען און פרום,
וי בּיים אונבּאַקאַנטען למדן אין רויטען העמדעל, מיט וועלכען ער
האָט געשמועסט. צוגעהונקען -- און אָהן שׁוֹם הקדמות א פרעג
געטאָן?.
--- נו, װאָס הערט זיך עפּעס ביי דיר?
פּאַנדרע האָט אַראָפּגעלאָזט די אויגען, װוי איינער װאָס שעמט
זיך צו קוּקען אין פּנים אַריין דעם צוייטען, וועלכער האָט איהם
געהאָלפען אָפּצוטאָן ניט קיין שענע מעשה.
-- מיין אינגעלע איז.. איז.. ער גוססט! /
רופט זיך פּונקט אַזױ שטיל אָפּ האַצע דער קירזשנער:
-- נו, נח, געה אפשר טאַקע אַהיים. װועסט אפשר אַן אַנדערש
מאָל קומען. מ'עט דיר שוין זאָגען |
325
וואו איז אַצינד אַהינגעקומען חאַצעס האַרטקײט. זיין שניידי-
גער קול, זיין שטעכיגער , דו מוזט"? ווייך איז אַצינד זיין קול און
זיינע אויגען -- װאָרים,
פאָרשענדיג חאַצעס שפּיציג פּנימל מיט די אונטערגעשוירענע
שװאַרצע ווענסעלעך, האָבּען פּאַנדרעס גרויע אינגעלשע אויגען גע-
בּלאָנדזשעט: צי לאַכט ער דאָס! צי מיינט ער (דאָס, דער הינ-
קעדיגער ; טשאָרט!י, מיט אַן אמת?
און פּלוצלינג האָט זיך פּאַנדרעס געשפּאַנטער פּנים אָנגע-
| גאָסען מיטן בּלוט;
--- הער נאָר, חאַצע, דו שפּילסט זיך מיט מיר? ס'איז ניט קיין
שפּיל איז דאָס. דו... דו הערסט?
| -- איך... שפּיל זיך? -- גיט זיך חאַצע אַ האָצקע צוריק
אויף זיין קאַװילע -- װאָס רעדסטו װאָס? יי
--- אַפּריהער טרענסטו מיר אָדערען, -- טרעט צו איהם פּאַנ-
דרע צו מיטן רויטן פּנים און קוקט אויף איהם וי אַ הונגעריגער
װאָלף אויף א הענדעל -- אַפּריהער: , קום און קום!?? און אַצינד
, געה-געה?" האָסט שוין חרטה געקראָגען? װאָס מיינסטו עפּעס?
| צושמייכעלט זיך חאַצע קירזשנער אונטער זיין פאַרשמאָלצע-
וועטען דאַשיק פון היטעלע:
-- כ'האָבּ דיר נאָר געװאָלט זאָגען, חבר נח. װי איך בין
אַ איד,,. דו בּיסט אַ וואוילער יונג! אָט דאָס נאָר האָבּ איך געמיינט
זאָגען.
- = בּלייבּט פּאַנדרע ווידער אַמאָל שטעהן פאַרגאַפט. דער מויל עפענט
זיך איהם אויף, דאָס בּלוֹט לויפט אָפּ צום האַרצען. הען, אַ קִיר-
זשנערוק מיט אַ שיטער כּערדעל! אין קאַלט און אין װאַרעם װאַרפט
ער איהם דאָך אַרום,
און חאַצע דער הינקעדיגער בּויגט זיך צו איהם צוי רוימט
איהם אַריין;
-- נעם זיך ניט צום האַרצען. מיר פּרובען אַלעמען אַבּיסעל
אויס. איז אָט.. כ'האָבּ קיין טעות ניט געהאַט!ּ.. געה, נח, אַהיים!
נישקשה.
נאָר פּאַנדרע איז נאָך אַלץ פאַרשטאַרט, וי יענער האָן, װאָס
אַ גאַנצען טאָג איז ער געלעגען אַ געבּונדענער אויפן מאַרק, בּיים
גוי אויפן װאָגען, און פאַרנאַכט, ווען די בּאַלעבּאָסטע בּרענגט איהם
שוין מיט מזל אַהיים און פּענטעט איהם אָפּ, ליגט ער נאָך דער
שלאַק, װי אַ פאַרכּישופטער, און ריהרט זיך ניט פון אָרט. איהם
! דאַכט זיך אַלץ, אַז די גויעשקע פּענטע שניידט איהם נאָך אונטער
די אָנגעװײיטאָגטע פליגלען.
חאַצע בּאַטראַכט איהם דורכדרינגענד, פון אונטער זיין דאַשיק,
און זיינע שפּיציגע אויערען פלאַמען וי אַלעמאָל בּשעת אַ גרויסער
בּאַגײיסטערונג: |
--- נו, נו, װי דו װילסט. געדענקסט דאָך מסתּמא, אויפן מאָה-
ליווער שליאַך האָסטו געבעטען, איך זאָל דיר זאָגען אַ װאָרט עס
זאָל דיך נעמען. עס זאָל דיך , טרײיבּערען, עס זאָל די אין די
בּיינער אריין.,
-- יאָ, יאָ, -- שמייכעלט פּאַנדרע פאַרשעמט,
-- איז אָט חבר , בּענייי װעט דאָס דיר דאָ היינט זאָגען.. אַלע-
מען דאָ װועט ער דאָס זאָגען. דו וואונדערסט זיך װאָס דאָס איז דער
זעלבער נאָמען װוי דער סימן װאָס איך האָבּ דיר געגעבּען? סאיו
טאַקע געווען דער סימן פונם גאַסט װאָס מיר האָבּען דאָ היינט. קום,
כ'וועל דיך מיט איהם בּאַקענען,
ער האָט איהם צוגעפיהרט צום זעלבען יונגענמאַן מיטן למד"
נישען פּנים און מיט דעם רויטען העמדעל איבּער די הויזען, מיט
וועלכען ער. חאַצע, האָט אַקאָרשט געשמועסט, אַן איידעלע שמאָלע
האַנט האָט אָנגעכאַפּט פּאַנדדעס לאַפּע. טרויעריגע אויגען האָבּען
איהם אָנגעקוקט. אַ בּרוסט-קול האָט צו איהם ווייך גערעדט:
-- חבר חאַצע האָט מיר שוין דערצעהלט פון אייך. עס איז
אַ... גרויסע גבורה. װאָס איחר זיינט היינט געקומען אַהער, בּשעת
בּיי אייך אין שטוב... נאָר לאָמיר דערפון ניט רעדעף ס'איז גוט,
חבר, װאָס אין אייער געזונטען גוף זיצט אַזאַ געזונטע נשמה. איך
דאַנק אייך אין נאָמען פון אַלע אונזעריגע, דאָ און אומעטום,
דער ואַרימער דרוק פון דער פרעמדער. ניט:האָרעפּאַשנער
האַנט, דער קול מיט וועלכען מ'האָט דאָ צו איהם גערעדט, דאָט
,איהרצען!! איהם, דאָס אַלץ האָט איהם געמאַכט פיהלען, אַז מען
2321
פאַרטרויט איהם דאָ וי אַן אייגענעם, אַז מ'האָט איהם שוין אַרײינ-
גענומען אין קאָמפּאַניע. וי אַ בּוימאייל האָט זיך די דאָזיגע גייע
און אונבּאַקאַנטע גוט-בּרודערשאַפט צוגאָסען איבּער זיין פאַרטאַ-
יעטען װעהטאָג און זאָרג פאַר זיין היים, איבּער דעם פאַרטאַיעטען
שרעק פאַר דער סכּנה, וועלכע לויערט אויף איהם דאָ, פון אַלע שאָ-
טענס אַרום די בּרעמלעך, פונם פּריסטאַװ מיט זיינע איבערגץ-
טאָנענע סטראַזשניקעס, פון וועלכע חאַצע האָט בּאַקומען ידיעות.
אַז זיי זיינען אָנגעקומען פון מאָהליוו און לויערען ערגעצוואו... אָט
איז ער, פּאַנדרע, דער באַלעגאָלע, דער גראָבּער יונג, דער אָסטראָ-
זשניק, שוין בּאַצאָהלט פאַר דער גרויסער אָנשטרענגונג װאָס ער
האָט געמאַכט איבּער זיך, צו קומען היינט אַהער,
פון גרויס. מאַגייסטערונג, װאָס אַן אונבאַקאַנטער איידעלער
מענש גיט איהם אָפּ אַזאַ כּבוד און רעדט צו איהם אַזעלכע איידעלע
ווערטער, האָט ער נאָכאַמאָל אָנגעכאַפּט דעם געגרייזעלטען יוגגע"
מאַן פאַרן האַנט;
-- איהר הערט, חבר בעניי - זאָל איך קרענקען, זאל איך
שטאַרבּען. דאָ אויף אַן אָרט, אויב, אויב..
פּונקט אַזױ האָט ער זיך שוין אַמאָל פאַרזאַאיקעט. ווען ער
האָט מ ע ר ע ן געװאָלט ערקלערען וי ליב ער האָט זי וי איבער"
געגעבּען ער װעט איהר זיין,
די אָבּלאַװע
4 |
אַז דער ריידנער פון מאָהליוו, חבר בּעני, איז אַרױף אויף דער
איבּערגעקעהרטער דייזשקע, מיטן רויטליכען סיטץ בּאַדעקט, האָט
ער קודם-כּל אָפּגעגעבּען כּבוד דעם אָנדענקען פון אַמסטערדאַ-
מען *) -- דער דערטרונקענער נכתּב. וועלכער איז מיט יאָהרען
צוריק געקומען אַהער פון סיבּיר און געוואוינט אינם זעלבען הויז,
מיט די גרינע פאָרמאַכטע לאָדען, װאָס קיינער וויל זינט דאַמאָלסט
ניט דינגען, און וואו די , סכאָדקע"" קומט אַצינד פאָר. יאָ. ער האָט
זיך דערטרונקען, דער וועלכער האָט זיך אויסגעפּייניגט אין סי-
ביר און געליטען הונגער און קעלט פאַרן אמת און פאַר אַלע די,
וועלכע זיינען דאָ כּלומרשט פריי און ליידען ניט:וועניגער װוי ער
אַליין, בּיז צו היינטיגען טאָג... פון די ליימיגע דניעפער:גריבער
איז אַרויסגעשוואומען דער מאַרטירער-גײיסט פון דעם דערטרונקע"
נעם און אָנגעטײלט די גאַנצע יוגענט אין דעם פאַרװאַרפענעם
שטעטעל מיט זיין ווילען און מיט זיין פייער, אָט חבר חאַצע, וושל-
כער זיצט דאָ, מחמת זיין קראַנקען פוס, אויפן איין-איינציגען פייו-
קעל, איז געווען אַן עדות פון דער טואַגעדיע װאָס האָט זיך אִפּ-
געשפּילט אויפן בּרעג דניעפּער. ער אִיז אויך געװען איינער פון
") איינער פוּן די ערשטע אידישע רעואָלוציאָנערען איך ווייס-רוּס-
פאַנד אין די 0-90ע יאָהרען. דערטרוּנקען געװאָרען אייניגע יאָההען שפּעטער
נאָך זיין צוּריקקומען פון סיבּיף,
329
די, וועלכע האָבּען בּאַשאָטען מיט רויטע בּלומען אַמסטערדאַמס
קבר, פאַרטאָג, אוֹיפן אידישען בּית-עלמין, און געזונגען דאָס ער-
שטע רעװאָלוציאָנערע ליד, װאָס שקלאָוו האָט נאָך בּיז דאַמאָלסט
ניט געהערט, אַזוי אַרום אויפגעוועקט אַלע די, וועלכע זיינען שוין
געווען אײינגעשלאָפען מיט אַ זיכערען און צופרידענעם שמייכעלע
אויף די ליפּען, װאָס מ'איז שוין, געלױיבּט דער אויבּערשטער, פּטװױ
געװאָרען פון געפעהרליכען ,נכתּב" און אַז מעהר װעט ער שין
ניט שטערען זייער בּאַלעבּאַטישע רוה, ניט קאַליע מאַכען זייערע
קינדער און ניט איינריידען זייערע בּאַלמעלאָכעט צו סטרייקעף
יענער געזאַנג אויף זיין קבר איז געווען אַן אָנאָג, אַז אַמסטער-
דאַמס גייסט לעבּט און אַז ער װועט נאָך קומען אָנקלאַפּען אַלע נאַכט
אין די פאַרמאַכטע לאָדענס און ניט לאָזען שלאָפּען ניט דעם אַלטען
דור, ניט דעם ינגעןיי
נאָך אָט די הויכע ווערטער, האָט זיך חבר בּעני עפּעס אַ בּי-
סעלע פאַרשעמט, זיינע טרויעריגע אויגען האָבּען זיך צעפּינטעלט,
ער האָט אָפּגעהוסט און, מיט אַ מעהר בּאַשײידענעם טאָן. דער"
קלערט, אַז צום אָנדענקען פון דעם ערשטען רעװאָלוציאָנער אין
שקלאָוו, װעט חבר האַצע, נאָכן רעפעראַט, פאַרטיילען ליטעראַטור.
און מיבּעט די חברים נאָכן איבּערלייענען אָפּגעבּען צוריק. בּדי
מ'זאָל דערנאָך קענען פאַרטיילען אין אַנדערע שטעטלעך. װאָרים
אַראָפּרענגען ליטעראַטור ווערט אַלץ שווערער און שווערער. מען
זוכט און מען נישטערט אין יעדער ווינקעלע. דער היגער נייער
פּריסטאַװו האָט זיך גענומען, ניט אויף קאַטאָװעס, אויסצורייניגען די
אידישע , קראַמאָלע??. ער, בּעני, איז זיכער, אַז מיט איהם אויף
- דעם זעלבּען פּאַרעכאָד פון מאָהליון זיינען געפאָהרען איבּערגע-
טאָנענע זשאַנדאַרניקעס, נאָר אונזערע חברים! -- אַזױ האָס בּעני
אויסגערופען מיט זיין פריהערדיגען געהױבּענעם קול. אונזערע
חברים וועלען וויסען װי צו געבּען דעם ריכטיגען ענטפער, װען
ס'וועט האַלטען בּיי עפּעס..
װי אַ מין פאָרהאַנג האָט זיך אויפגעהױיבּען פאַר פּאַנדרעס
בּלאָנדזשענדיגע אויגען. דאָס װאָס אַמאָל, מיט יאָהרען צוריק, נאָך
פאַר דער חתונה, האָט אויסגעזעהן אַזױ פאַרסודעט, איז פּלוצלונג
230
געװאָרען פּראָסט און פּשוט,. װאָרים אַלע אין שקלאָװ געדענקען
נאָך זעהר גוט דעם בּלאָנדען שלאַנקען פּאַרשױן מיט די גרינע
אַבּיסעל בּולטע אויגען, וועלכער איז אומגעגאַנגען איבּער די גאַמען
אַזױ האָפּערדיג, אָהן אַ היטעל, מיט די לאַנגע האָר פאַרװאָרפען
אויפן קאַרק. ער האָט אַזױ לייכט געטראָגען אויף זיך אַלע בּייזע
בּליקען פון פּריסטאַוו, פון פּאָטשטמײסטער און פון די דעסיאַטניק"
לעך, און די חשדים פון חשובע בּאַלעבּאַטים און קרעמער. ער האָט
דאָס אַלץ געטראָגען מיט פּונקט אַזאַ לייכטקייט, וי זיין לאַסטיקע
נע זומערדיגע העמדעל איבּער די הויזען, וי זיין גאַרטעלע מיט זי
פרענז,
יאָ, דאָס אַלץ האָט ער, פּאַנדרע, אַצינד גוט פאַרשטאַנען. נאָר
דאָס װאָס בּעני פון מאָהילעװו האָט ווייטער גערעדט, וועגען די װאָס
אַרבּייטען, וועגען די ואָס גיבּען אַרבּײיט און װעגען מענשען
מיט קאַפּיטאַל װאָס נוצען אויס פרעמדע פּראַצע -- האָט ער ניט
זעהר קלאָר פאַרשטאַנען. אפשר דערפאַר -- וייל די צרות אינ-
דערהיים האָבּען איהם געדריקט וי אַ בּליי, סענדערקעס אָפענע אוי"
גען פון אַ גוסס האָבּען פאַר איהם אויך דאָ אַרומגעשװעבּט; מערעס
פאַרשטיקטע שלוכצען האָבּען געקלונגען אין די אויערען און ניט
געלאָזען צולעגען קאָפּ צו דעם, װאָס דאָ װערט געזאָגט. אמת, פון
צייט צו צייט פלעגט איהם אין בעניס ווערטער אויפבליצען א בֹאַ-
קאַנט װאָרט. ער. פּאַנדרע, װאָלט געקענט שווערען, אַז עהנליכע זאַ-
כען האָט ער שוין געהערט אין אָסטראָג פון שעפטעלע דעם גנבס
מויל. אויך שעפטעלע האָט גאַנץ אָפט גערעדט אַקעגען אָנגעפרע-
פענע גבירים, אַקעגען רייכע ליידיגגעהער װאָס היילען זיך כּלומרשט
אין די בּעדער אַרום דאַנציג און שפּילען גאַנצענע טעג אין קאָר-
טען, און װאָס פאַר אַ ווילדע הנאה ער, שעפטעלע, האָט, וען
ער בּאַגנבעט זיי; שוין אָפּנערעדט פון דעם פאַרגעניגען פון , האָבּען
פרנסה""... נאָר בּיי שעפטעלען איז דאָס אַלעמאָל אַרויסגעקומען וי
אַ מין פּריװאַטער צוילהכעיס, און צוליבּ אייגענע נוצען. און דאָ,
בּיים חור מיט דער רוסישער העמדעל איבּער די הויזען, װאָס פּאַסט
זיך גאָר ניט צו זיינע שמאָלע אָפּגעהאַנגענע פּלײיצעס פון אַ למדן
און צו זיין דרעה מיטן בּלאַסען פינגער בּשעתן ריידען, ביי איהט קו-
231
מען די זעלבּע ווערטער אַרױס גוטמוטיגערי בּרייטער, אַ טובה --
ניט פאַר זיך, נאָר פאַר אַלעמען..
און אָט דערצעחלט ער, בּעני, אויף דער איבערגעקעהרטער
דייזשקע, עפּעס גאָר אַן אויסטערלישע זאַך, אַז אין מאָהליוו זעצט
מען אַריין אין אָסטראָג די אַרבּײיטער פון פאַבּריקען נאָר דערפאַר,
ווייל זיי פאַרלאַנגען אַ הוספה און זאָגען זיך אָפּ צו אַר-
בּייטען פאַרן אַלטען לוין, זי סטרייקען און הונגערען מיט וײיבּער
און קינדער און מ'זעצט זיי נאָך דערפאַר אַרין אין אָסטראָג. דאָס
הייסט גאָר, אַז זיי , בּונטעווען זיך"י. און פאַרװאָס מיינט איהר הייסט
דאָס אַזױ? ווייל די פאַבּריקאַנטען מיט דער פּאָליצײ זיינען ידיאחת,
אָט די דאָזיגע אכזריות. זאָגט בּעני פון מאָהליו, איז שױן צו
ווייט פאַרגאַנגען. עס האַלט שוין דערבּיי, אַז אַרבּײיטער ווערען בּאַי
האַנדעלט װי די קנעכט, וועלכע מ'קויפט אין ווילדע לענדער אויפן
מאַרק, און ס'איז ניט ווייט דער טאָג, סטראַשעט בּעני מיט זיין איי"
דעלער האַנט, ס'איז ניט ווייט דער טאָג ווען אַלע אַרבּײיטער, גויים
און אידען, קליין און גרויס, וועלען זיך אויפהויבּען און שטורעמען
אָט די אַלטע פינסטערע געזעצען פון די שטאַרקערע קלאַסען, אַזױ
וי דאָס פאָלק פון פּאַריז האָט אַמאָל געשטורעמט די בּאַסטיל..
| בּאַסטיל? עפּעס גאָר אַן אויסטערליש װאָרט! אַלע, זט
אויס, האָבּען זיך געשעמט צו פרעגען, האָט זיך פּאַנדרע אויך גע-
שעמט... נאָר איין , מאָדיע מיט דעם אמת"י האָט זיך גראָד גיט
געשעמט. אַ שענעם דאַנק איהם דערפאַר! , מאָדיע מיט דעם אמת"
האָט צוגערופען: חבר בּעני זאָל איהם. מוחל זיין. ער, מאָדיע, פּאַר"
שטעהט ניט װאָס איז בּאַיי בּאַט... בּאַטסיל. ער, מאָדיע, האָט האָלט
צו זאָגען דעם אמת...
און בֹּעני האָט זיך נים געפוילט. און.,. פּינטלענדיג מיט די
קורצזיכטיגע אויגען פון אַ למדן, דערצעהלט וי דעם 14-טען יולי
9 האָט מען אין פּאַריז געצויגען דעם גרויסען שטורעם-גלאָק
און דאָס גאַנצע בּאַװאָפּענטע פאָלק האָט זיך אַ לאָז געטאָן צום פינס-
טערֶען אָסטראָג, הינטער פּאַריז, װאָס האָט געהייסען בּאַסטיל, און
געשטורעמט די דאָזיגע פעסטונג, מיט קאָטשערעס און ביקסען אוו
מיט גראָבּאייזענס, און מיט אַלץ װאָס האָט זיך געמאַכט אונטער
32
דער האַנט. אונטער אַ האָגעל פון זעלנערישע קוילען האָט נמען גצ"
שטורעמט און בּאַזיגט די סאָלדאַטען, ועלכע האָבּען דאָרט גע-
האַלטען די קייזערליכע װאַך; אױיפגעבּראָכען אַלע שלעסער און טי"
דען און אַרױסגעראַטעװעט האַלבּ-געחלשטע אױף אײיביג-פאַר-
משפּטע, אין קייטען געשמידטע, װאָס דער פראַנצויזישער טיראַן
און זעלבּטהערשער לודוויג דער 16-טער האָט געהאַלטען פאַר שוג"
אים פון זיין טראָהן, אָט פּונקט אַזױ, האָט בּעני פאַרענדיגט מיט
פייער, פּונקט אַזױ מוז זיך אויך דאָ בּיי אונז דאָס גאַנצע פאָלק
דערהויבּען און שטורעמען די אַלטע געזעצען װאָס די שטאַרקערע
און רייכערע האָבּען געמאַכט. דער חורבּן פון דער באַסטיל --
דאָס איז אַ מוסטער פון מוט פאַר אַלע פאַרשקלאַפטע, פאַר אַלע
דערנידעריגטע. און פריהער-שפּעטער װעט דאָס זעלבע געשעהן, אין
אַלע אָפּגעשטאַנענע לענדער, אויף דער גאָרער וועלט...
און פּאַנדדע הערט מיט אַ האַלבּ-אָפענעם מויל און דערמאַנט
זיך, אַז בּשעת דער פאַלשער משפּט, װאָס איז איבער איהם פאָרגעקומען
אין מאָהליווער אָקרוזשנאֵָי-סוד, האָט איהם אין די אויערען אָפּי
געקלונגען, וי א ווידער-קול פון אַן אַנדעד וועלט, אַן אַלטער, פאַף-
געסענער פּסוק פון חדר;
,,פאַרשױײב אין אַ בוּך אוּן טוּ אין די אױערען פוּן יהושע, אַ
מעקען אוּן אָפּמעקען על איך עמלק'ם געדעכעניש פוּן אוּנטער די הימלען.."
צי הויפט דאָס ניט אָן מקוים צו ווערען אָט די נבואה וועגען
עמלקן? וועגען אָט דעם זעלבּען עמלקן, וועלכער האָט איהם אַזױי
לאַנג געמוטשעט אין אָסטראָג פאַר אָפּרייסען אַ קנעפּעל בּיים נייעם
פּריסטאַוו, װאָס בּעצם איז דאָס אויך געװען שקר וכוב. גיט מיט
אַזעלכע יונגען װי קושקע-בּראַנד דאַרף מען זיך שלאָגען, נאָר אָט
מיט דעם עמלקן, װאָס טוט אָן אַלעמען צרות פון משהס צייטען בּיז
אַצינד. געדיינק, פּאַנדרע, װאָס דו האָסט זיך געשוואוירען בּיי די
פינסטערע יאַטקעס, קומענדיג צוריק אַ פאַרסמאַליעטעד, אַ פאַר-
מאַטערטער פון אָסטראָגוּ און אָט האָט ער אַצינד אָנגעטאַפּט
דאָס װאָס ער האָט געזוכט. ער ווייסט אַצינד מיט וועמען צו שלאָ-
333
גען זיך. פון אָט דער שטוב, מיט די גרינע פאַרהאַקטע לאָדענס
און פון נאָך אַ סך אַזעלכע הייזער, װעט אַרױסגעהן אַ גרויסער
בּראָך אויף עמלקס קאָפּ און אויך ער, פּאַנדרע, װעט דאָ האָבּען אַ
האַנט. אויך ער.
2
בּעני פון מאָהליוו האָט פאַרענדיגט זיינע רייד מיט אויסרופען,
וועלכע הױיבּען זיך אַלע אָן מיט , דאַלאָי! און ענדיגען זיך מיט דאָס
אויבּערשטע פון שטויסעל, מיט ניקאָלאַי דעם צווייטען אַליין. פאַרן
אָסטראָג האָט שוין פּאַנדרע געהערט כּל-ערליי מינים , דאַלאָי?,
בשעת די שבּתדיגע דעמאָנסטראַציעס װאָס די , ציציליסטלעך"
פלעגען מאַכען האָט ער עס געהערט. אָבּער דאַמאָלסט, ווען די גאַג-
צע מאַסע פון הענט און , רובּאַשקעס? און קעפּ איז געווען צוזאַמענ-
געקנוילט אַרום אַ רויטע פאָהן, האָט דאָס געקלונגען שטאַרק,
ס'האָט איבּערצייגט, ס'האָט זיך געגלוסט מיטשרייען. פּונקט אַז
האָט זיך איהם אינגעלווייז געגלוסט מיטצושרייען , הוראַ, וען
דער נייער פּריץ איז געקומען מיטן פּאַרעכאָד און שקלאַווער אידען
זיינען אַרױס איהם מקבּל פּנים זיין.. אָבּער דאָ אַצינד, בּיי אָט דעם
בּחור מיטן פּנים פון אַ למדן און מיט דעם רוסישען העמדעל אי-
בּער די הויזען, קומט דער , דאַלאָי" אַרױס עפעס אומבּאַהאָלפען
צו הילכיג און פאַלש, פּונקט וי אַ קלויזניק װאָלט פאַרדרעהט דעם
דאַשעק אויפן נאַקען און װאָלט גענומען מאַרשירען מעשה סאָלדאַט.
פּאַנדרע לאָזט אַראָפּ די אויגען. מיט זיין געזונטער נאַטור
פיהלט ער. אַז אָהן דעם , דאַלאי" װאָלט אפשר די דרשה פון מאָה-
ליווער בּחור בּעסער געווען פאַרענדיגט, און אַפּנים, אַז חאַצע דער
הינקעדיגער האָט דאָס אויך דערפיהלט, װאָרים ער איז גלייך אויפ-
געשפּרונגען מיט זיין קאַװילע פונם איין-איינציגען ביינקעל אין
שטוב און געגעבּען אַ צייכען.
| דאָס גרעסטע טייל פון די יונגע-לייט אויף דער סכאָדקע
הױבּען אָן צו זינגען שטיל און אינגעהאַלטען, מורא - האָבּענדיג
24
אַפּנים מ'זאָל ניט דערהערען אין די פרעמדע הייזקעס, הינטער די
פאַרצוימטע קרויט-גערטנער. נאָר בּיי אַלעמען טליעט נאָך אַ פיי"
ערעל פון בּעניס רייד און דאָס לידעל צעגליהט זיך, און דער חשק
|פון זינגען נעמט אַלעמען אַרום. אַלע מיילער שפּאַלטען זיך אויף;
אָטרעטשאַמטיאַ אָט סטאַראַװאָ מיייראַ,
אָטראַכניאָם יעװואָ פּראך ס'נאַשיך נאָג|
-- שיש-ש-אַ! חברים! -- ווערט װאַצע קירזשנער אַבּיסצל
אומרוהיג. -- אַ ביסעלע שטילער!
נאָר דער צוהיצטער עולם שטעחט אויף, און אַלע אויף די פיס,
און זייערע פאַראייניגטע קולכער פאַרשלינגען חאַצעס היזעריגע
מורא, אין איין ניט-גלייכען כאָר;
מי ניע לִיובּים זלאַטאָװאָ קױּמיייראַ!
מאָדנע װערטער! מיט זיין בּיסעל פּוערישען רוסיש, ואָט
פּאַנדדרע קען, איז ער ניט בּכּוח אַריינצודרינגען אין תּוך פון אַזאַ
הויכען סאָרט לשון. נאָר בּאַקאַנט זיינען איהם די ווערטער יאָ בֹאַ-
קאַנט. וואו האָט ער דאָס א שטייגער געהערט? אַך יאָ, פאַרן אָסט-
ראָג, פאַר דער חתונה האָט ער דאָס ווען ניט ווען געהערט אין ר'
ישיעלעס חורבה אויף דער שול-גאַס און אין פראַנצאָווקער װאַלד. דאַ-
מאָלסט איז ער נאָך אױסגעגאַנגען נאָך מערען, וועלכע האָט אַפילו
ניט געװאָלט קוקען אין זיין זייט. פלעגט ער זיך אָנטרינקען מיט
זעלצערקע אויף באָרג, בּיי װאָווקען אין בּודקע, און אַװעקלאָזען זיך
אין װאַלד מיט חברים שמייסער און בּאַלעגאָלעס. פלעגט זיך זי
אָפּטמאָל דערטראָגען, פונדערווייטענס, דער אָפּקלאַנג פון דעם
זעלבּען ליד. געהיימניספול, מסוכּנדיג. עמיצען אַרױספאַדערענדיג
האָט געקלונגען דאָס ליד. איז אָט דאָס, הייסט דאָס. זיינען איהרע
ווערטער?י..
מי ניע ליובים זלאַטאָװאָ קוּמיייראַן
שקלאַווער איינוואוינער האָבּען פאַר דאָס ליד מורא געהאָט.
װוי אַן אָנזאָג פון בּייזע נבואות האָט זיי דאָס געקלונגען אין די אויע-
325
דען. ר' סענדער עליו-השלום אַליין פלעגט אױסשפּײיען, דערהערענ-
-דיג דאָס געזאַנגעכץ, נאָר פּאַנדרע האָט געמערקט, אַז אפילן ביי
ר' סענדערן קלעמט דאָס האַרץ בּשעתן אויסשפּײיען. ער האָט, דאַכט-
זיך,. מורא געהאַט און פונדעסטוועגען נייגעריג צוגעהערט זיךי.
װאָרים ר' סענדער האָט געהאַט בּשעת-מעשה פּונקט אַזאַ זיס-
זויער פאַרקרימטען פּנים, װי בּשעת צוהערען זיך צו דער אָרגעל*
מוזיק אין שקלאָװער קאָסציאָל..
אויך שעפטעלעס לידלעך אין אָסטראָג זיינען געװען טייער,
אָט, למשל, דאָס לידעלע: ,,מ'האָט דאָך מיר אַ שטריק געפלאָכ-
טען, אֶהן אַ מעסער אָפּגעשאָכטען. פאָניע, פאָניע גנבויי.. ס'האָט גע-
קלונגען אַזױ פאַרבּיינקט און דערשטיקט צווישען די גליטשיגע , גאַ-
דעסיי אין אָסטראָג! אויך די פּױערטעס, ווען זיי יעטען די בּרייטע
קרויט-גערטנער און זינגען אויסציהענדיג די העלזער, װי די גענז,
צו דער האַלבּ-פאַרגאַנגענער זון -- צופּט דאָס בּיים האַרצען. אָבּער
וי קומט דאָס אַלץ צו אָט דעם פרעמדען, נישט-פאַרשטענדליכען
ליד, מיט די האַלבּיטערקישע װערטער? --
ניעגאַװויסטען נאַם צאַרסקי טשערטטָג
מאַרש, מאָרש, וו'פּעריאָד !יי.
| אזא געשמאַקע װאַרימקײט בּרומט אין די ווערטער, װי אין
ווינט אויפן שליאַך, וויעסנע-צייט, ווען מען פאָהרט באַרג אַראָפּ .
און מען צױאָגט דעם פערד, כּדי צו לאָזען אויף זיך זשומען די גאַנצע
זיסקייט און פרישקייט פון וויעסנע. ס'איז אַ שיכּרוֹת ניט קיין ליד!
עס גיסט אָן די הענט מיט כּוח, עס גלייכט אויס די פּלײיצעס. עס
מאַכט פאַרגעסען אַלצ קליינע צרות אינדערהיים. און עס דאַכט זיך
איהם, פּאַנדרען, אַז עס פרענט ערגעצוואו, און מען רופט איהם
בּחברותא: לאָמיר לויפען ראַטעװעף נאָר ניט די שטאַל בּיים נייעם
נגיד בּרענט דאָס, ניט אַ טיראָלער קוה פאַרסמאַליעט זיך די פעל,
די וועלט בּרענט, פּאַנדרע! לאָמיר לויפען ראַטװען זי. ---
מאָרש, מאַרש, ו'פּעריאָד!י.
אָבּער ניט בּאַשערט געווען, אַ פַּנים, פּאַנדרען, אויסצוהערען
236
דאָס שענע ליד בּיזקעל סוף, אָנזעטיגען זיך מיט איהר, אױסטאָן זיך,
מיט איהר כּוח, פון אַלע דאגות אינדערהיים. װאָרים אין רעכטען
מיטען פון איהר דערהויבּענקייט, ווען די שקלאָווער שקאָלע-יונגען
מיט זייערע אינגעלשע קולכער און , מאָדיע מיטן אמתי מיט זיין
בּרומיגען בּאַס, זיינען זיך פאַרגאַנגען אין די הויכע טענער, האָט ער-
געצוואו אין גאָרטען. הינטער די פאַרמאַכטע לאָדענס, שאַרף אַ פייף
געגעבּען, איין מאָל און צוויי מאָל---דריי מאָל נאָכאַנאַנד, און בּאַלד
נאָכדעם האָט דאָוטען שטאַרק אַ קנאַק געטאָן. עפּעס צװוישען
אַ קנאַל פון אַ פּיסטאָל און אַן איינבּרוך אין אַ הילצערנער טירעל פון
אַ צוים. אפשר ביידע זאַכען צוזאַמען. און אַ לויפעריי פון עטליכש
פּאָר טיס האָט זיך דערהערט,
אַ פּנים, אַז אָט די שאַרפע צוויי פייפען זיינען געווען אַן אָפּגערעד-
טער צייכען. װאָרים דאָס געזאַנג איז גלייך פאַרשטומט געװאָרען,
וי מיט אַ מעסער אָפּגעהאַקט. פאַרגולמט און האַלבּ-אָפען זיינען גע"
בּליבּען די מיילער. און חאַצע קירזשנער האָט זיך אַ האָצקע געטאָן
אויף זיין קאווילע, װי אַ גרויסע גריל, וועלכע מען כאַפּט אָן בּיי איין
פיסעל. ס'האָט זיך דערהערט אַ גרילצענדיגע ריגלעריי, די יונגען,
וועלכע זיינען געשטאַנען שמירה בּיי דער פירהויז-טיר, האָבּען די פיר-
הויז נאָך שטאַרקער פאַרריגעלט, פאַרהאַקט מיט אַ דיקען דראָנג,
אַליין אַרײנגעלאָפען, צוגעהאַקט און פאַרקייטעלט די שטובּ'טיר
אויך. און בּאַלד האָט אַן איינגעהאַלטענער טומעל, וי אַ שוידער,
אַלעמען דורכגענומען, און אַ שושקעריי איז דורכגעלאָפען אַלע
פאַרזאַמעלטע און איבערגעגעבען זיך, פון מױיל צו מױיל הי
אַ שטויס פון אַ פּלוצליכען װינט איער אַ װאַסער:
-- אַן אָבּלאַװע, חברים!
3
נאָך איין רגע צוטומלעניש האָט חאַצע אַ געשריי געטאָן, מען
זאָל זיך האַלטען רוהיג. און אַליין, שטאַרק הינקענדיג אויף זיין
קוליע, צוגעשטופּט זיך צו אַ פאַרלאָדענטען פענסטער הינטער
231
צוריק פון אסטראָג 22)
דעם גרויסען אויווען און, אומדרעהענדיג דעם קאָפּי אַ זאָג געטאָן
מען זאָל אויסלעשען די חלבנע ליכטלעך... מ'האָט זיי גלייך אויס-
געלאָשען. |
אין דער פינסטערניש. װאָס האָט אַרומגעכאַפּט די גאַנצע
סכאָדקע, האָט מען געהערט, װי חאַצע טאַפּט אָן די קייטעלע פון
דעם אייזערנעם פּרענט, װי ער ציהט אַרױס דעם אייוערנעם פאַר"
זשאַװערטען קייל בּיים לאָדען-לאָך, װי ער קייטעלט האַסטיג אָפּ
די צוויי האַלבּע פענסטער און שטויסט פּאַװאָליע דורך די פאַר"
מאַכטע לאָדען פון אינוועניג. ,חברים אַהער!" האָט ער אַ שושקע
געטאָן, און בּאַלר נאָכדעם האָט קיהל און פריש אַ שפּאַר געטאָן אין
דער הייסער שטובּ-לופט דאָס נאַכטיגע גאָרטען-װינטעל. און װי
עס װאָלט חאַצען אונטערגעהאָלפען: ,גיכער זיכער!"
אַלע האָבּען זיך שטיל און פלינק, װי די קעץ. אַ װאָרף געטאָן
צו דעם אויפגעריסענעם פיער-עק הינטערן אויווען. בּיי דעם גרויען
שיין פון די זומערדיגע געדיכטע שטערען האָט זיך האַרט, בּיים
אָפענעם פענסטער, בּאַװויזען אַ מין בּאַגראַזטע שמאָלע קעסטעלע,
איינגעקלעמט צווישען צוויי שורות פון הויכע פאַרשפּיצטע פלעקע-
נער. אין פלוג האָבּען דאָך די דאָזיגע פלעקענער פאַנאַנדערגעטײלט
אַ גרענעץ-בּייט צווישען צוויי גרויסע קרויט"גערטנער. נאָר אַ פּנים
האָט דאָס געהאַט, װי אַ קונציג-יאויסגערעכענטע און בּאַשיצטע
שטעגעלע צום אַנטלופען, ווען מען בּאַדאַרף, פון דער פאַרדעכטי-
גער הייזקע מיט די גרינע לאָדענס. |
אין דער פירהויז-טיה האָט מען זיך שוין שטאַרק געבּראָכען.
אין דעם דאָזיגען טומעל זיינען פאַרשלונגען געװאָרען די וייכע
שפּרונגען אויף דעם טויאיגען גראָז. מיט בּלױזע פּיסטאָלען אין די
הענט זענען די ערשטע אַרױסגעשפּרונגען, דורכן פענסטער, די
יונגען װאָס האָבּען פריהער אָפּנעהיט די פירהיז-טיר. טאָמער
דאַרף מען, הייסט דאָס, וועלען זיי שוין וויסען װאָס זיי האָבּען צו
טאָן... דערנאָך --- די אַנדערע. פּאָרװײז און איינציגווייז. שפּרונג,
שפּרונג נאָך שפּרונג,
ניט בּאַנוצענדיג זיין גרויסע קראַפט, מיט וועלכער ער װאָלט
אַלעמען געקענט פאַנאַנדעררוקען װי די זאַנגען אין פעלד און
238
אַרױסשפּרינגען דער ערשטער, האָט זיך פּאַנדרע קוים צוגעשטופּט
צום פענסטער, און געלאָזען די שװאַכערע שפּרינגען. אָבּער וי נאָר
חאַצע האָט איהם בּאַמערקט, האָט ער צו איהם שאַרף און דער"
שראַקען אַ שושקע געטאָן;
-- דו?,,. שפּרינג, שפּרינג!
דאָס האָט זיך אָנגעהערט וי אַן אָנבּייזערען זיך אויף אַ מענ-
שען וועמענס אחריות ער, חאַצע קירזשנער. טראָגט אויף זיך
אַ סך שווערער וי די אחריות פאַר אַלע אַנדערע.
-- נו, און דו? --- האָט פּאַנדרע צוריק אַ שושק געטאָן
-- איך? -- האָט זיך חאַצע אַ כאַפּ געטאָן -- האַ? שפּרינג,
שפּרינג זאָג איך דיר?
און, ניט אָפּװאַרטענדיג בּיז פּאַנדרע װעט טאָן זיין בּאַפעהל,
האָט זיך װאַצע אַ האָצקע געטאָן אויף זיין קאַװוילע. איין מאָל און
צוויי מאָל, און מיטן דריטען הינקענדיגען שפּרונג איז ער שוין גע"
שטאַנען ביים פּריפּעטשאָק פון פאַרלאָזענעם גרויסען אויווען. בּיים
שיין פון חאַצעס אַן אָנגעצונדענעם שװעבעלע האָט פּאַנדרע דער"
זעהן אַ הייפעל געדרוקטע פּאַפּירלעך, װאָס האַצע קנייטשט פיבּער-
דיג מיט איין האַנט און צינדט אונטער מיט דער צווייטער האַנט.
פּאַנדרע האָט אויסגעגלאָצט ביידע אינגעלשע אויגען זיינע
און זיך ניט געריהרט פון אָרט,. דורכן פענסטער, לעבען איהם,
שפּרינגען שאָטענס אין דער אויסגעשטערנטער נאַכט אַריין, און
אויפן פאַרלאָזענעם פּריפּעטשאָק, אַקעגען איהם, קאָרטשען זיך און
קראַמפּירען. אין רויטליכען פייער די דינינקע געדרוקטע פלעט-
לעך. זייער שיין טאַנצט אויף דער סטעליע משונהדיג, און מאכט
בּולטער די מענשליכע שאָטענס, װאָס לויפען דורכן פענסטער. פון
אָט די. צאַפּעלדיגע באַװעגונגען איז פּאַנדרען פּלוצלינג באַפאַלען
אַ טויט-שרעק. אין קאָפּ האָט זיך איהם גענומען דרעהען , ווייטעף
אָסטראָג... נאַרעס..., אָפּטריטען רייניגען.. אַ משפּט.." ער האָט
זיך האַסטיג אַ קעהר געטאָן צום אָפענעם פענסטער און מיט איין
דוק פון די אָרעמס פאַנאַדערגעשטופּט די עטליכע איבערגעבליבענע
פון דער סכאדקע, װאָס האָבּען זיך נאָך געטומעלט בּיים אַנטלו-
פען. ער האָט אַרויפגעשטעלט איין שטיוועל אויפן פענסטער-שװועל
239
און שוין געהאַלטען בּיים אַרױסשפּרינגען. נאָר דאָ האָס ער באַ-
מערקט, אין דער האַלבּ-טונקעלהייט. בּענין.. דעם זעלבּען בּעני
פון מאָהליוו. מיטן פּנים פון אַ למדן און מיט' דעם רוסישען העמ"
דעל איבּער די הויזען, וועמעס שװאַכע האַנט ער האָט פריהער גע-
דריקט און געשוואוירען זיך אַזױ אומגעלומפּערט: ,, אַז., אַז אַ ניכפּה
זאָל איהם, פּאַנדרע;, טרעפען, אויבּ. אױיבּ.,"
וי אונבּאַהאָלפען ער זעהט אַצינד אויס בּעני! ער איז צוגע-
דריקט צום פענסטער-ראַם, ער קאַראַבּקעט זיך מיט זיינע שװאַכע
אָרעמס צווישען די שטאַרקערע, אינגערע, פלינקערע, און קען זיך
צו דער אָפּענער פירקאַנטיגער לאָך ניט דערשלאָגען. פּאַנדרע איז
אַזש רויט געװאָרען פאַר בּושה. ס'איז נאָך גוט װאָס קיינער זעהט
ניט, אין דער פינסטער, װי רויט ער איז געװאָרען. ער האָט זיך
אָבּער גלייך אויסגעניכטערט פון זיין אייגענעם שרעק און, אָנשטאָט
אַרױיסשפּרינגען, צוריק אַ כאַפּ געטאָן זיין בּאַשטיוועלטען פוס אין
שטוב אַריין און אין איין אױיגענבּליק אַרױסגעכאַפּט בּענין פון צווי-
שען אַלע די. וועלכע האָבּען אַנגעפּראַלט צום אָפּענעם פענסטערי
וי מען כאַפּט אַרױס אַ לייכטען בּינטעל שטרוי פון אַ נאָהענטען
פייער. כּדי ער זאָל זיך ניט אָנצינדען, אַזױ האָט ער בענין אַרױס-
געכאַפּט, און פלינק אַראָפּגעלאָזט איהם, אונטער די פּאַכװעס, אי-
-בּערן פענסטער-שוועל, אין פייכטען גראָז אַרײן;
--- לויפט, לויפט!
אָטּ די דאָזיגע הילף, װאָס ער האָט בּאַװיזען צו געבען
אַ שװאַכערען, אין אַזאַ קריטישער מינוט, האָט פּאַנדרען צוריק-
געבראַכט צו זיינע אינערליכע כּוֹחות, צו זיין אַלטער פּאַנדרישער
מסירת-נפש פאַר אַלץ און פאַר אַלעמען. פאַר אַ טיראָלער קוה
װאָס בּרענט אין אַ פאַרשפּאַרטער שטאַל. צי, להבדיל. פאַר אַ מענ-
שען... מיט אַ זיסען שוידער, װאָס האָט איהם אַלעמאָל פאַרשיכּורט,
ווי וויין, און װאָס איז געווען אַ מין געמיש פון סכּנת-נפשות און
פון רחמנות, האָט ער זיך. אַנשטאָט אַרױסצושפּרינגען גלייך נאָך
בּענין, אַ מאָרדעװע געטאָן אויף צוריק, צו חאַצע דעם הינקעדיגען,
בּיים פאַנאַדערגעלעגטען פּאַפּירענעם פּלאַקער אויפן פּריפּעטשאָק.
חאַצע איז געשטאַנען אָנגעשפּאַרט אויף זיין שװאַרצער קוליע צו"
240
געדריקט מיטן בּויך צום אויווען און מיט די בּלויזע הענט ציטערג-
דיג געשאַרט די בּרענענדיגע פּאַפּירלעך, אויפהויבּנעדיג זיי. כַּדי
זיי זאָלען בעסער ברענען. ער האָט אויסגעזעהן וי אַ לאָמער מכשף
בי אַ פייערקע און איז געווען אַזױ פאַרטיפט אין זיין זאַך, אַז ער
האָט גאָרנישט געזעהן. װאָס עס טוט זיך אַרום איהם,
פּאַנדדרע האָט איהם אַ כאַפּ געטאָן פון הינטען מיט זין
שװאַרצער קוליע צוזאַמען, ארויפגעװואָרפען איהם וי אַ לעבּעדיגע
טאָרבּע אויף דער ברייטער פּלייצע און צוגעשפרונגען צום אָפענעם
פענסטער. חי =
נאָר זעה אַ מעשה אַבּיסעל! אָנשטאָט אָנהאַלטען זיך און לאָזען
זיך אַרױסבּרענגען פון שטופּ, האָט איהם גאָר חאַצע גענומען שלאָגען
מיט זיין איינאיינציגען פוס און מיט פיידע פאַרסאַזשעטע הענט:
-- לאָז מיך, לאָז!.. װאָס טוסטו? נאָך ניט אַלץ פאַרברענט,
לאָז? |
פון אַזאַ פאַרצווייפעלטען און צאָרנדיגען רייסען-זיך האָט זיך
פּאַנדרע דערשראָקען, װי איינער װאָס ראַטעװעט א כֹּלי מיט נאַפט
און די כּלי צינדט זיך אָן ביי איהם אין די הענט. כאַפּט ער און לאָזט
איהם צוריק אַראָפּ פון פּלײצע. פון דער האַסטיגער באַװעגונג אויף
צוריק האָט זיך די קאַװילע אַרױסגעגליטשט פון האַצעס אָרעם,
אָבּער האַצע קירזשנער, כּדי ניט צו פאַרלירען קיין רגלע, האָט זיך
אַפּילו ניט איינגעבּויגען אויפצוהויבען זי, נאָר אויף איין פיסעט
אַװעקגעשפּרונגען צוריק צום פייערל אויפן פּריפּעטשאָק. ער האָט
דאָס געטאָן וי אַ אינגעל בּשעת שפּילען אַ געוויסע שפּיל: ,ק... ק...
קום אַהער?? אָנגעכאָפּט זיך אָן פּריפּעטשאָק -- האָט ער מיט
אַ האַסטיגען גרימצאָרן אַרױסגעכאַפּט פון פּוזים נאָך אַ הייפעל
בּלעטלעך און אַרײנגעװאָרפען אין פייער, און גענומען שאַרען די
בּרענעדיגע בּלעטלעך מיט בּיידע הענט, וי פון זינען אראָפ
אין דער טיר פון פירהוין האָט מען זיך שוין, וייזט אויס,
דורכגעבּראָכען. װאָרים אַצינד האָט מען אַ טראַסק געטאָן מיט
אַ שייט האָלץ אין שטובּ-טיר, און דעם נייעם פּריסטאַווס האַרבער
לשון האָט בּרומיג אויסגערופען;
-- אימענעם זאַקאָנאַ:... (אין נאָמען פון געזעץ!.
341(
נאָר אַזױ ווי קיינער האָט פון שטוב ניט געענטפערט, האָבּען
זיך די שייטע-האָלץ צעטראַסקעט וי אין אַ הילצערנעם פּױק
! אַרֵיין,. און די שטובּיטיר האָט זיך גענומען שאָקלען אויף איהרע
פּעטליעס.
ערשט דאָ האָט זיך חאַצע דער הינקעדיגער אומגעדרעהט און
װידעראַמאָל דערזעהן פּאַנדרען.
--בּיסט נאָך דאָ? --- האָט ער זיך צושריען --- שלימזל! לויף
זאָגט מען דיף} /
חאַצע האָט ווילד געפאָכעט מיט איין פרייער פאַרסאַזשעטער
האַנט און זיין גרילצענדיגער קול האָט אַצינד בּאַפױלען צו אַנט-
לויפען, פּונקט װי ער האָט מיט עטליכע שעה צוריק. הינטער
דער קאַלטער באָד, בּאַפױלען צו קומ עןף סאאיז געװען דער
זעלבּער כּוח, די זעלבע עקשנות, װאָס לאָזט זיך ניט זאָגען עפּעס
אַקעגען.
פאַנדרע האָט געפֿאָלגט. ער האָט ג עע מוזט פאָלגען אין
שטוב איז שוין אויסער איהם און חאַצען קיינער ניט געווען. צווי-
שען די הויכע פאַרשפּיצטע קאָליעס, פון בּיידע זייטען אויפגערי-
סענעם פענסטער, האַנען. נאָך ווייך געטופּעט די פיס פון די אַנט-
לאָפּענע; און שאָטענס זיינען געשפּרונגען איבּער א וייטען צוים,
עק גאָרטען. מיט שאַרפען רחמנות האָט ער זיך נאָך אומגעקוקט
אויף דעם קאַליקע בּיים פּאַפּירענעם פלאַקער, אויף דער טיר װאָס
שאָקעלט זיך אויף איהרע פּעטליעס, און מיט איין שפרונג איז ער
שוין געווען איבּערן פענסטער-שוועל.
דאָס איז געווען אַ װעהטאָגדיגער קוק פון אַ געטרייען מאַט-
ראָס, וועלכער ראַטעװעט זיך אויפן לעצטען שיפעל, אויף שטורעמ-
דיגע נאַכטיגע װאַסערען, בּשעת דער בּראַווער פאַרוואונדעטער קאַ-
פּיטאַן בּלייבּט איבּער איינער אַלײן, אויפן זינקענדיגען אָקרענט,
די האַלבּ-אָפּגעריסענע טיר, אין דער פאַרלאָזענער שטובּ מיט די
גרינע לאָדען, האָט פּונקט אַזױ אונבּרחמנותדיג געשטורעמט הינ-
טער איהם, וי בּייזע װאַסערען אַרום אַ זינקענדיגען אָקרענט.
2412
ער װעט שוין מעהר נּיט שיסען!
4
נח פּאַנדרע האָט זיך אָקאָרשט אַרױסגעכאַפּט פון פענסטער,
נאָר ער האָט נאָך ניט פּאָספּעיעט אָפּצולויפען אַ וועלכע צעהן טריט,
וי הינטער איהם, אין דעם פאַרלאָזענעם הויז מיט די גרינע לאָדען,
האָט עס הילכיג אַ בּראַזג געטאָן. דורך די דורכגעשטופּטע, אויס-
געשטרעקטע לאָדענס, צום גאָרטען-צו, האָט זיך נאָך די דאָזיגע
הילכיגקייט פאַרשאַרפט: װוי פון אַ פוסטען קעלער אַרױסגעשאָסען
בּראַ--אַך!י | :
ניט אַנדערש, אַז די צוגעקייטעלטע שטוב-טיר איז אויסגערי-
סען געװאָרען פון איהרע פּעטליעס... און גלייך נאָכדעם האָט אַ גוי-
עשקער האַרטער בּאַס אַ בּרום געטאָן פון אויפגעריסענעם פענסטער
אַרױס;
-- דערזשי יעהאָ! (האַלט איהם))
טאָמער וועניג --- האָט נאָך אימיצער שווער אַ שפּרונג געטאָן
אין גראָז און גענומען יאָגעןזיך נאָך פּאַנדרען מיט טופּענדיגט,
אָבּער זעהר פלינקע פיס. אַצינד האָט זיך שוין דערזעלבער פאַר-
קיהלטערי אָנגעשפּאָלטענער באַס איבערגעחזרט אַ סך געהנטער;
-- דערזשי יעהאָז
ניט אומקוקענדיג זיך, איז אַצינד פּאַנדרע געלאָפען. צווישען
די צוויי לאַנגע שורות פון פאַרשפּײיצטע צוזאַמענגעצוימטע פלעקע-
נער, צום עק גאָרטען. דער גויעשקער קול, וועלכער בּרומט אַזױ
343
עקשנותזיג פון הינטען, איז איהם אויסגעקומען ניט בּאַקאַנט. שאַרף
איז דאָס געהער פון די איינוואוינער אין קליין'שטעטעל. מען דער-
קענט דאָ יעדערענס תּנועה פונדערוייטענס, ניט נאָר די שטים.
אַזֹאַ הייזעריגען באַס האָט אָבּער ניט ליקסיי דער דעסאַטגיק,
ניט אַנטאָן דעם פּריסטאַװוס משרת אין סטאַן. און לויפען אַזױ גיך
קענען זיי אַודאי ניט מיט זייערע פּוױערשע רגלים. ס'איז אַ גע-
לויף פון אַ געניטען יעגער-הונט, און דער , דערזשייי' הערט זיף
אויך אָן וי אַ הייזעריגער בילען. ניט אַנדערש, אַז ס'איז איינער
פון די איבּערגעטאָנענע זשאַנדאַרניקעס, וועלכע זיינען אַראָפּגט-
בּראַכט געװאָרען צו מאַכען אָבּלאַװועס. איינער פון די חברה-לייט,
וועלכע זיינען מסתּמא מיטגעפאָהרען מיט חבר בּענין, אויפן זעל-
בּען פּאַרעכאָד פון מאָהליון, |
צום אַריבּערקלעטערן דעם צוים, עק גאָרטען בּשעת
אימיצער יאָגט זיך אַזױ נאָך, איז שוין קיין צייט ניט געבּליבּען
נח פּאַנדרע. מיט זיין גבורה און ריהרעוודיגקייט בשעת אַ געפאָהר,
װאָלט דאָס נאָך אפשר יאָ דערוויזען, נאָר, װוי אַלעמאָל, האָט איהם
די נאָהענטקייט פון אַזאַ געפאַחר בּאַנומען װוי אַ פרעהליכע שיכּרות.
די לעצטע שפּורען פון שרעק זיינען אין איהם פאַרשוואונדען, גע-
בּליבּען איז נאָר די זעלבע נעבּעלדיגע שטיפערישקייט, װי דאָ ניט
לאַנג, בּשעת אָנכאַפּען דעם צעוילדעװועטען בּוהאַי פאַר די הער-
נער, אין מיקיטאַס הויף... עפּעס װי ניט עָר לױפט דאָס דאָ,
נאָר אַן אַנדערער. אַ אינגעלשער פּאַנדרע, פון די אַמאָליגע יאָהרען
אין יאַטקע. און ער, דער אמתער פּאַנדרע. דער דערװאַקסענער, דער
חתונה-געהאַטער, לויפט נאָר נייגעריג מיט, און קוקט -- װאָס
דאָ װעט זיין,
און בּאַלד טאַקע האָט דער אינגעלשער, ניט-דערװאַקסענער
פּאַנדרע אַרױסגעװאָרפען איינע פון זיינע שטיקלעך: ער האָט אָנ-
געפּראַלט, אינמיטען צעלויף, מיט איין פּלייצע אויפן צוים, וועלכער
האָט זיך איהם אַקעגענגעשטעלט אין עק קרויט:גאָרטען
דאָס שטאַרקע געפלעכט פון פלעקענער האָט אַ קרעכץ גט-
טאָן. ,,װי דער צוים אונטער דעם בּוהאַיס הערנער..- איז פּאַנדרען
344
דורכגעלאָפען דורכן קאָפּ, דעם צעטריסעלטען אינגעבּױגענעם
צוים האָט פּאַנדרע אַ כאַפּ געטאָן מיט צוויי לאַפּעס. װי אַ רוב"
פויגעל מיט די נעגעל אַ כאַפּ געטאָן, און מיט בּיידע אָרעמס אויפגערי-
סען, װי מען רייסט אויף אַ שטיק אַלטען זאַק. די איינגעדאַרטע, פאַר-
קלעמטע לאָזעס אַרום די פלעקענער זיינען זיך, מיט אַ טרוקענעם
קנאַק,. צעפלויגען װי שטרוי. דער הויכער צוים האָט אויפגעפענט
אַ מויל; אונטען שמאָל אױבּען בּרייט, װי אַ גרויסע אויפגעמאַכ"-
טע שער, וועמענס קלינגען עס זיינען אַזױ לאַנג, װי די קאָליעס
פון צוים. דורך אָט דעם צועפענטען ,,מויליי איז פּאַנדרע דורכגע"
שפּרונגען, און בּאַלד, װוי אַלעמאָל בּשעת אַן אימפּעטיגען געראַנ-
געל, געכאַפּט זיך, אַז ער איז באַגאַנגען אַ פעהלער. װאָרים דעם
זעלבּען צוים, װאָס ער האָט דורכגעבּראָכען פאַר זיך אַלײן האָט
ער דאָך אױפגעפּראַלט פאַרן נאָכיאָגענדיגען זשאַנדאַרניק אויך.
דער פועל-יוצא פון דעם דאָזיגען פעהלער איז געווען גיט
קיין גוטער. די פּאָר סעקונדען װאָס פּאַנדרע האָט פאַרבּרױכט אויף
זיין געפעהליכער שקאַצעריי, האָט דער נאָכיאָגער אויסגענוצט,
אַרױסגעשפּרונגען נאָך איהם פון הינטער דעם צוריסענעם צוים,
וי אַ בייזער הונט, און שרייענדיג , סטאָי"! (שטעה) -- אַ נאַפּ
געטאָן פּאַנדרען פאַרן רעקעל פון הינטען, לויט די האָפּערדיגקייט
פונם , סטאָי! װאָלט מען בּאמת געקענט מיינען, אַז ער האַלט עפּעס
אַ מין פּיסקליאָניק אין ביידע הענט, אַז דער געכאַפּטער װועט שוין
גאָר קיין העזה ניט האָבּען אַ ריהר צו טאָן זיך..
גראָד דאָס האָט ניט-ווילענדיג אַרויסגערופען אַ שמייכעל אויף
פּאַנדרעס פּאַרשוויצטען פּנים, אין דער טונקעלקייט. ניט אױס-
דרעהענדיג זיך, כּדי דער נאָכיאָגער זאָל ניט דערזעהן וו ע מ ע ן ער
האָט דאָ געכאַפּט, גיט פּאַנדרע אַ קוויטש ,אֵי-אֵָייי צום גראַם פון
, סטאָי"' אַפּנים כּדי צו שטיפען נאָך אַבּיסעלע, אָדער כּדי דער
כאַפּער זאָל כאמת מיינען, אַז ער האַלט דאָ אַ שװאַכינקען אַ גע-
בּראָכענעם נפש און זאָל אַבּיסעל אָפּלאָזען די לאַפּעס. פּאַנדרע
האָט בּשעת מעשה אַליין ניט געוואוסט צי ער שפּילט דאָ און רייצט
זיך, צי ער רעכענט אויס,. אפשר ביידע זאַכען צוזאַמען. נאָר פַּלו-
צים טוט ער זיך אַ ריס, מיט אַ כּוח, װאָס פּאַסט זיך גאָרניט צום יט"
245
בּעכדיגען , אַידאָי? און דער געזונטער גוי ציהט זיך אוס, װי
גרויס ער איז, אין טויאיגען גראָז,
2
| אַצינד נוצט שוין פּאַנדרע אויס דאָס באָבּרען זיךף מיט
הענט און פיס פון זיין נאָכיאָגער און אַנטלױפט. אָבּער דער פאַר"
פאָלגער זיינער שפּרינגט אויך בּאַלד אויף. , טופּ, טופּ, טופּיי הערט
ווידער פּאַנדרע, אין גראָז הינטער זיך, די געניטע נאָכיאָגערײ,
;אוי"' -- קלערט ער אַנטלויפענדיג -- , דער ערל איז דאָך גאָר
פון מיינע מענשען, ער קען דאָך די מלאכה בּעסער.." און דער"
פּיהלט, אַז די שפּיל קען זיך דאָ בּיטער ענדיגען. עס קען װוידער
אויסקומען צו שלאָגען זיך מיט פּאַליצײ, וי אַמאָל בּיי דער שרפה,.
און דאָס ווילט זיך איהם זעהר שטאַרק ניט. פאַרדאָפּעלט ער זיינע
קרעפטען און לויפט פייל פון בּויגען איבּער אַ שטיק פעלד, װאָס
פּוסטעװעט לעבּען אָקאָרשט-פאַרלאָזענעם. קרויט-גאָרטען, און וועל-
כער איז אינגאַנצען בּאַװאַקסען מיט ווילדע הויכע גראָזען.
אָבּער אויך די עקשנות פונם נאָכיאָגער פאַרדאָפּעלט זיך,
וועסט, הייסט דאָס, פון מיינע הענט ניט אַרױס, דו סוקיייסיןף
נאָר צו שרייען , לאָװי. דערזשי!יי פאַרפעהלט איהם איצט אָטעם,
ער איז צופיל פאַרסאָפּעט און פאַרקייכט. אָנשטאָט דעם לאָזט ער
פּלוצלינג אַרױס הינטער פּאַנדרען אַ שאַרפען פייף פון אַ פּאָלי
צייאישער פייפעל מיט אַן אַרבּעסעלי, װאָס צושניידט די נאַכט-
שטילקייט -- װי מיט אַ לאַנגען ציטערדיגען מעסער. נאָר אין
מאָהיליווער אָסטראָג, בּשעת די קאָנװאָיניקעס רופען צוזאַמען די
אַרעסטאַנטען פון דער אַרבּײט, אָדער ווען זיי האָבּען געװאָלט אָנ-
בּייזערען זיך אויף די אַרעסטאַנטען פונדערווייטענס -- האָט פּאַנ-
דרע געהערט אַזאַ סאָרט פייפען,
אַ פּאָר פענסטערלעך אין די צעװאָרפענע כאַטקעס, אַרום די
גערטנער, כאַפּען זיך אויף, לעבּען אָפּ מיט געלבּע פייערלעך. טונ"
קעלע קעפּ רוקען זיך אַרױס פון די בּאַלױכטענע פיער-עקעדיגע
246
לעכער. און פּאַנדרע דערזעהט, אַז נאָך איין מינוט און ער אין
פאַרלוירען. װאָרים ער לויפט דאָך גלייך , אויף מענשען". און
אַפילן, ווען עס װועט איהם געלינגען צו אַנטליפען, װעט איהם
שוין ווער-ניט-איז דערקענען. ווער קען דאָס ניט פּאַנדרען? באַ-כאַ,
אָקאָרשט געקומען פון אָסטראָג און פּאַליצײ יאָגט זיך שוין נאָך
איהם ווידער אַמאָל!.. און מאָרגעל װעט גאַנץ שטאָט ויסעף
ווער ס'איז געלאָפען אַ פאַרסאָפּעטער איבּער די גערטנער אוזן ווער
ס'האָט זיך נאָכגעיאָגט. פאַרן נייעם פּריסטאַו, וועלכער איז איהם
אַ דם-שונא, איז עס גענוגי.
האָט ער לויפענדיג אַזױ. אויפן פּוסטען שטיק ערד צוישען
די פאַרצוימטע גערטנער, גענומען זוכען אַן אויסוועג, װאָס פיהרט
ניט צו די הייזקעס מיט די נייגעריגע אַרױסגעשטעקטע קעפּ, נאָר
צום פרייען פעלד אַרױס,
הינטער אַ הויכען צוים. בּיי דער זייט, האָט ער פּלוצלינג
דערקענט א גרויסע פעלד-באַרנטע מיט אַ דיקען שטאַם און מיט
צוקרימטע, שווערע צווייגען. דאָס איז געווען די זעלבּע בּאַרנטע,
צו וועלכער ער פלעגט זיך אַמאָל. אַלס חדר-אינגעל, דערקלייבּען
מיט זיינע חברימלעך, על"פּיירוב שבּת נאָך טשאָלענט, ווען די
טאַטעס שלאָפען און די גויים אַרבּײיטען אויף די פעלדער און די
כּל-נדרי-בּאַרעלעך ווינקען פון צווישען די צוייגען מיט זייערע
גרינע קעפּלעך אויף די לאַנגע שטאַנגעלעך. אמת, די שענע באַ-
רעלעך האָבּען געהאַט אַ טעם פון האָלץ מיט עסיג. פונדעסטוועגען
כּדי צו טרייסלען זיי, פלעגט מען געהן פּשוט אויף קדוש-השם, שטע-
לענדיג אין קאָן אי די שבּתדיגע הויזלעך אי ביידע אינגעלשף
אויערעך...
ער האָט זי דאָ דערקענט, אין דער טונקעלהייט, די גומע אַלטע
בּאַרנטע, װאָס פלעגט אַמאָל איבּער זיך לאָזען מאַכען װאָס נאָר
די קליינע חברה-לייט האָבּען געװאָלט. ער קריגט מוט וי אַ חדר-
אינגעל, נאָך וועמען שקצים אאָגען זיך נאָך און ער דערזעחט זיין
מאַמען פונדערווייטענס. אַ פּלאַן בּליצט איהם אויף אין קאָפּ. גיין,
אָהן קלעפּ װעט ער זיך שוין גיט אָפּטשעפּען פונם פּאַסקודנעם אי-
בּערגעטאָנענעם זשאַנדאַרניק! נאָר דאָס מאָל מוז ער שוין מכבּד
241
זיין װוי פון , הינטער אַ פּלײצעי, מ'זאָל ניט וויסען װאָס, װער, ווע-
מען. ס'איז ניט זיין שטייגער, נאָר מען מוזי.
און דאָ צושרייט זיך נאָך דער גוי מיט זיין קייכענדיגען, מי-
אוסען קול:
-- סטאָ--אַי! סטרעליאַט בּודו! (שטעה!... כ'וועל שיסעך)
און בּאַלד טאַקע האָט די שיטערע פינסטערניש איבּער פּאַנ"
דרען אַ פּינטעל געטאָן, װי מיט אַ גרויסען אויג און מיט לאַנגע
האָריגע וויעס, און אַ טרוקען-דונערדיגער. און קורצער קנאַל האָט
אױיפגעשפּאָלטען די נאַכט הינטער איהם. טאַקע אױיסגעשאָסען פון
הינטען, כּדי אָנצושרעקען איהם, אָדער כּדי צו דערהרגענען אויפן
אָרט.
סאָפּענדיג, װוי אַ פּאַרעכאָד אַרױף-װאַסער, גיט זיך פּאַנדרע
האַסטיג אַ קעהר צום צוים מיט דער בּאַרנטע און חזרט איבּער דעם
זעלבען קונץ וי פריהער. נאָר האַסטיגער און פלינקער און פאַר-
צווייפעלטער. ער שטיפט שוין ניט מעהר.
פיהלענדיג אַ קאַלטען שוידער אין בּרייטען רוקען צוטריי"
סעלט ער דעם צוים מיט אַ שטויס פון פּלײיצע און מיט אַ ריס"
אויף די הויכע פלעקענער מיט די פאַרקלעמטע איינגעטריקענטע
לאָזעס אַרום זיי. װי אַ שמשון --- דעם מויל פון אַ הילצערנעם
לייבי,
ּראַך!... אין דער אויסגעשטערענטער זומערנאַכט אַרײן
און פּאַנדוע לויפט דורך דער עפענונג. ער פאַרלויפט הינטער דעם
בּרייטען אָנגעשפּאָלטענעם שטאַם פון דער באַרנטע און בּאַהאַלט
זיך, וי אַן אַנטװאָפּענטער זעלנער הינטער אַ זייל פון אַ חרובער
פעסטונג. ער כאָפּט זיך גלייך אָן פאַר אַ נידעריגען אָפּגעבּראָכענעם
צווייג מיט דער לינקער לאַפּע זיינער און גרייט אָן די פרייע רעכטע
האַנט;
-- נו, אַצינד וועש מען דיר שוין דערצעהלען די מעשה..
און כּך'הוה. פּאַנדרע האָט נאָך ניט פּאָספּעיעט אָפּצואָטעמען
זיך פון זיין ווילדען געלאַף, װי דער איבּערגעטאָענער זשאַנדאַר-
ניק איז אויך אָנגעלאָפּען דורך דעם צוריסענעם צוים.
צוזאמענגיסענדיג זיך מיטן בּוים אין איין שטיק חשך, האָט
2348
אַצינד פּאַנדרע, צום ערשטען מאָל פון גאַנצען געיעג, געכאַפּט אַ קוק
אויפן אונבּאַקאַנטען כּעל-דבר. ער איז געווען נייגעריג אויף דעם,
וועלכער האָט איהם מיט אַזאַ עקשנות. כּמעט בּלינדערהייט, פאַר-
פאָלגט פון דער ,,הויז מיט-די"גרינע-לאָדען" בּיז אַהער. געװואַלד! וי
קען מען נאָכלויפען נאָך אַ מענשען, וועלכען מען קען ניט און מען
ווייסט ניט, שרייען , סטאָיי, פייפען, שיסען? |
בּיים שיטערינקען שיין פון די שטערען האָט פּאַנדרע דער"
זעהן אַ פאַרסאָפּעטען הויכען גוי,. שטאָטיש אָנגעטאָן, נאָר מיט די
הויזען אין לאַנגע שמאָלע כאָליאַװעס, מיט אַ שטאָטישען קאפּע-
ליושעל אָנגערוקט איבּער די אויגען. אין זיין אויסגעשטרעקטער
טונקעלער האַנט האָט עפּעס זילבערדיג אַ גלאַנץ געטאָן אַפּנים
דער פּיסטאָל... פּאַנדרע האָט דערהערט אַ צורייצטען קייכענדיגען
סאַפּען,. לויפענדיג און װאָרטשענדיג װי אַ הונט, ועלכען מען
שטערט אינמיטען כאַפּען אַ ביין, האָט דער בעלידבר געדרעהט
מיטן קאָפּ און קאַפּעליושעל. די הויכע האַלז איז געגאַנגען וי אויף
שרויפען. געזוכט, וייוט אויס, אין דער טונקעלהייט, ואו דער
אַנטרונענער איז פּלוצלינג פאַרשוואונדען געװאָרען פון זיינע הינ"
טיש-שאַרפע אויגען.
3
נאָר ווייטער לויפען איז איהם שוין מעחר ניט אויסגעקומען
װאָרים װוי נאָר ער האָט זיך אויסגעגלייכט מיט דעם באַרנבּוים,
אַזױ האָט איהם פון הינטער דעם פרייטען שטאַם געטראָפען אַ זעץ
איבּערן גאַנצען לינקען בּאַק און אויער. מיט דער ואוכט פון
אַ װאָרף-שטיין האָט דאָס איהם געטראָפען און מיט דער אומגע"
ריכטקייט פון אַן איבערגעוויגטען בּעומען. װעלכער האָט דאַכט
זיך אָקאָרשט געהאַלטען אין שטילען גלייכגעוויכט, װוי די שטיל-
קייט פון דער נאַכט אַליין. די פּלוצליכקייט איז געווען אַזױ שרעק-
ליך, אַז ס'האָט זיך אויסגעדוכט -- די אַלטע בּאַרנטע האָט, דורך
אַ כּישוף, בּאַקומען אַ שווערע חיהשע לאַפּע אָנשטאָט אַן אויסגע"
349
קרימטען צווייג, ס'האָט אַ קנאַק געטאָן װי אַ פייכטע חזירשע בּיין
װאָלט זיך אײנגעבּראָכען. דאָס לויפען אַקעגען אַזאַ מתּנתייד האָט
נאָך דעם מוראדיגען פּאַטש פאַרשטאַרקט. פונ'ם קלאַפּ אין דער ליג-
קער בּאַק האָט זיך נאָך די ר ע כ ט ע. אָפּגעשלאָגען אָן דער האַר*
טער קאָרע פון שטאַם. אַ צוטומלעניש איז װי פון הימעל אַראָפּגע-
פאַלען. דאָס קאַפּעליושעל איז אַװעקגעשפּרונגען, און דעם גאַנצען
פּנים האָט בּריה געטאָן אַ װעהטאָג. װי אַ פּליוך זודיגע װאַסער פון
אַ קאָכיגען קעסעל, אַ מין שווערער קנויל לים, אָנגעפּיקעװעט
מיט שטיקלעך צובּראָכענע ציין, האָט זיך אַ קייקעל געטאָן צום
גאָרגעל. דער בּעלידבר האָט, אָנשטאָט אַ געװאַלדיגעשרײ, גע-
קענט אַרױיסלאָזען נאָר איין דערשטיקטען שפלדיגען , בּע---עי', וי
אַ טױט-שיכּורער בּיים בּרעכען. , בּע--עיי.. און אַ פּאַל געטאָן
אויף צוריק, קיין פּיפּס מעהר ניט געטאָן.
דאָס איז דוקא געווען איינער פון פּאַנדרעס קלעפּ {מיט
רחמנות"י. ס'הייסט: מיט אַן אָפענער דלאָניע און מיט אויסגע-
שפּרײיטע פינגער. װאָרים אויבּ פאַנדרע װאָלט איהם אַזױ דער-
לאַנגט מיט גאַנצען פאַרקלעמטען קולאַק, װאָלט פון יענעמס פּרצוף"
פּנים קיין שריד ופּליט ניט געבּליבּען. פונדעסטוועגען האָט פּאַנדרע
צו זיין שרעק דערפיהלט, אַז זיין , רחמנותי? האָט דאָ קיין סך ניט
געהאָלפען, אַז אונטער זיין פּאַטש איז די חזיריש-האַרטע בּאַק איינגע"
פאַלען און אַז אַ קלעפּינע הייסע נאַסקײט האָט איהם בּאַגאָסען די
גאַנצע דלאַניע. ער טראָגט צו זיין האַנט נאָהענט צו די אויגען
כּדי צו זעהן װאָס דאָס איז, און דערקענט אין דער טונקעלהייט,
אַז זי איז אינגאַנצען שװאַרץ פון בּלוט. מיט אַ געפיהל פון ניט-
גוטקייט כאַפּט ער ווישען די האַנט אין טויאיגען גראָז איין מאָל
און צוויי מאָל און דריי מאָל, די פרישע קיהלקייט פון גראָז בּאַרן-
היגט איהם אָצּיסעל. רוקט ער זיך פּאַװאָליע אַרױס פון הינטער
דער בּאַרנטע און בּויגט זיך איין איבּער יענעמס פּרצוף. יענער
ליגט אַ פאַרדמטער. איין װאָנצע שטעקט אַרױס העליגעלבלעך,
די צווייטע טוקט זיך אין טינטיג-שװאַרצען בלוט. דער אַנטבּלױז"
טער קאָפּ איז פאַרװאָרפען און אין אוננאַטירליך צוקרימטען מויל
מיט איין בּאַק צוקנייטשט װי בּלעך -- בּלעזעלט זיך אַ גויאישעף
250
רוף נאָך הילף, , קאַראַאול"י וויל דער גוי שרייען, נאָבל מעהר װי
,קאַראַדקאַראַ? פון אַ גרויסען פראָש, בּאַקומט זיך בּיי איהם ניט
אַרױס,
-- סטרעליאַט בּודיש? (וועסט שיסען?) -- מישט איהם פּאַנ"
דרע איבּער מיטן זעלבּען גאָרגעלדיגען כאָרכלען.
גאָר בּאַלד דערשרעקט ער זיך אַלײן, פאַר זיין אכזריות אי"
בּער אַ געפאַלענעם שונא, און מאַכט פיס. ער האָט זיך קיינמאָל
ניט גערייצט מיט זיינע געשלאָגענע אָנפאַלער. קיינמאָל ניט זינט
ער לעבּט. נאָר אָט דער דאָ איז דאָך ערגער פון אַלע שונאים
אין דער ועלט! ניט ער קען איהם., ניט ער וייסט איהם, ניט עָר
האָט איהם אַ האָר געקרימט. גלאַט נאָכגעלאָפֿען וי אַן אָנגערײצ-
טער כּלב נאָך אַ ווילד-פרעמדען. רעכט גטווען צו דערשיסען אין
דער פינסטער -- אַזאַ דאַזבּאיניק!! איז נאַ-דיר! ליג!.. געדאַרפט
אפשר אויפהויבּען דעם ערלס קאָפּ און אָנשפּאַרען אָן בּוים, ער
זאָל זיך אָטכאַיען. נאָר... ווער ווייסט ווער הינטער איהם ליפט
נאָך? אפשר נאָך אַ סך זשאַנדאַרניקעס? טו ליג"זשע, אַז דו ליגסט!
פּאַזע מיט דער באַרנטע איז פּאַנדרע ווידער געלאָפען איבּער
גאָרטען, אַריבּערגעקלעטערט אַ צוים און אַרױס אין פרייען
עלד. ערשט דאָ האָט ער זיך פאַרגונען אָפּצואָטעמען, צוהערען
זיך..
שטיל, מען לויפט ניט מעהר. קיינער יאָגט זיך ניט מעחר,
אָבּער װוי ער װישט זיך אַזױ דעם הייסען שווייס און כאַפּט
אָטעם -- פאַלט איהם איין דאָס האַרץ: פון ביידע זייטען װאַקסען
אויס צוויי מענשליכע שאָטענס. ער גיט זיך אַ װאָרף אויף צוריק.
אָבּער אַ פאָרזיכטיגער קול בּאַרוהיגט איהם. מ'פרעגט איהם אויף
מאַמע-לשון;
-- אַ חבר? |
שטויסט זיך פּאַנדרע אָן, אַז דאָס מוזען זיין אַנטלאָפענע פון
דער , סכאָדקע"!, פּונקט אַזױ װוי ער, מאַכט ער פּאַװאַליע אַ טראָט
צו זיי, און זיי --- צו איהם. מען קוקט זיך איין איינער אין צווייטען
מיט טונקעלען פאַרדאַכט: בּיז פּאַנדרע דערקענט, אַז דאָס זיינען
די צוויי יאַטען, וועלכע זיינען געשטאַנען שמירה, בּיים שטובּ מיט
אַ
א
231 |
גרינע לאָדען, מיט די פּיסטאָלען אין די הענט. זיי האַלטען נאָך
די זעלבּע פּיסטאָלען גרייט אויך אַצינד,
דאָס געשפּרעך צווישע זיי אינמיטען נאַכטיגען פעלד איז
געווען אַ קורצער; ,
-- אַלע אַנטלאָפּען? -- פרעגען יענע.
-- דאַכט זיך... אַלע -- קויינקעלט נח פּאַנדרע -- ניין.
חאַצע ניט,,
--- אי-אֵי
-- אַז ער האָט ניט געװאָלט אַרױס, דער שלאַק. --- פּאַרענט-
פערט זיך פּאַנדרע -- כ'האָבּ איהם שוין געהאַלטען אויפן פּלייצע..
-- נו, און ער?
-- האָט מיך געשלאָגען כזאָל איחם אָפּלאָזען... פּאַפּירלעך
אַזעלכענע האָט ער געברענט..
-- אֵי, אי
--- פאַרפאַלען אוּנזער האַצעז
אַ וויילע שווייגט מען. מען קוקט זיך אַרום. נאַכט. פעלד. פייי
ערלעך פלימלען אין דערווייטענס. .
-- און ווער האָט דאָס דאָרטען געשאָסען -- פרעגט איינער
פון די יאַטען,
--- איהר האָט געהערט? אַ זשאַנדאַרניק, דאַכט זיך,
-- וואו? --- שפּיצען זיך יונגען אָן
--- אָט דאָרטען הינטערן צוים, בּיי אַ בּוים ליגט ער..
די יאָטען מאַכען אַ באַוועגונג צו. לויפען, נאָר פּאַנדרע באַרו"
היגט זיי;
-- נישקשה... ער װועט שוין מעחר ניט שיסען, דער חזיר,
אין די נאַכטיגע פאַרגרעסערטע אויגען פון די צוויי יונגען
לויפט דורך אַ שװאַרצער פּחד. מען קוקט זיך איכּער און מען פאַר-
שטעהט. מען איז חושד מעהר וי ס'איז געשעהן.. װאָרים פּאַנדרע
ווישט זיך איין האַנט מיט אַן אויסגעריסענעם הייפעל גראָז.
-- חברים, -- בּאַפּעהלט איינער -- יעדער אין אַ בּאַזונדער
זייט. ששאַ:!
232
און בּאַלד צופויזען זיך דריי שװאַרצע שאָטענס איבּערן טוי-
איגען פעלד, איינער אַ בּרייטער, אַ גרויסער שאָטען און צוויי קלע-
נערע. יעדער שאָטען אין אַ בּאַזונדער זייט,
צוריק פון אַסטראָג (23)
בּיים סינדס וויגעלע
1
פאַרשעהמט אוּן דערדריקט, וי אַ נאַסער הונגעריגער צוציק,
וועלכער איז געװען אַנטלאָפען פונדערהיים און אַרומגע-
לאָפען אַ האַלבּע נאַכט מיט פרעמדע הינטעלעך, אַזױ האָט זיך פּאַנ"
דרע אומגעקעהרט פון דער ניט-געלונגענער סכאָדקע.
בּאַדעקט מיט שווייס איז ער געווען אינגאַנצען, פונם מורא"
דיגען אומוועג,. װאָס ער האָט געמאַכט איבּער פעלדער און גער"
טנער: צושליסען און צודראַפּעט פון קלעטערען איבער צימען
כּשעת אַנטלויפען פון דער אָבּלאַװע... און שוין ניט ווייט פון זיין שווי"
גערס שטובּ האָט אויף איהם אַ וועה געטאָן מיט בּרענענדיגען או-
מעט און מיט גזר-דין.
--- סענדערקעיי
וי ביי יעדער קינדיש-רויער נאַטור איז בּיי פּאַנדרען דער אי"
בּערגאַנג פון היציגקייט צו געפאַלעגקײט געווען זעהר שטאַרק. און
שוין, דערקענענדיג אין דער נאַכט-טונקעלקייט דעם איינגעהויקער-
טען קוימענדעל אויף זיין שטובּ, האָט זיך אין איהם אָפּגעלאָוען
יענע קראפט פון אויפטו' און מסירת-נפש. װאָס חאַצע דער קיר"
זשנער האָט אין איהם אַרײנגעטאָן, וי אַ פּאַטראָן אין אַ בּיקס, און
געצוואונגען געהן צום ערשטען מאָל אויף אַ געפעהרליכער סאָד"
קע אין אַ פרעמדען הויז: גייגערען, הערען, שפּרינגען דורך פענסטער,
קריכען איער פלעקענער צוימען, פּאַטשען אַ זשאַנדאַרביקײי
254
אַצינד האָט זיך דאָס אַלץ אָפּגערוקט אָן אַ זייט װי אַ בּייזער חלום.
דאָס אייגענע הױז איז אױסגעװאַקסען אין איין נאָגענדיגען
חוב און װעהטאָג, אין איין עגבערדיגען געדאַנק;
--- װאָס טוט זיך מיטן קינד? מיט מערען? וועה-וועה!
ער איז דערטאַר צוגעגאַנגען צו דער פירהויז-טיר מיט ניט זי"
כערע טריטעלעך. געשטאַנען אַ וויילע און מורא-געהאַט אָנצוריהרען
די קליאַמקע, וי אַ פרישע וואונד... פון דער קליאַמקע-לאָך האָט גע-
בּלאָזען אַ שטוביגע װאַרימקײט אין דער קיהלקייט פון דער נאַכט,
נאָר פּאַנדרען, אין זיין געפאַלענקײט בּיי זיך,. האָט זיך געדוכט, אַז
דאָס איז דער אָטעם פון אבלות, דער אײינגעהאַלטענער זיפץ פון אַן
איינגעדרימעלטער שטוב, וואו איינער איז פאַרמשפט צום טויט,
דאָס שפּיזעל-שיין פון נאַכט-לעמפּעל, דורך די פאַרמאַכטע לאָדענט,
נעמט איהם דורך אַזױ שפּאָטיש און מיט שטעכיגען פאָרוואורף;
-- מיט נייע חברימלעך אָנגעהוליעט זיך, פון פענסטערלעך
געשפּרונגען, מיט זשאַנדאַרניקלעך געלאָפען וועט-געלויף. אַצינד,,.
לעג זיך, פּאַנדרעלע! באַקום דיין לוין? סענדערקע געהט אויס..
מיט פאַרקלעמטע ציין, װי מען באַריהרט אַ האַלב-אָפּנער-
מענעם נאָגעל, אַזױ האָט ער אַ קוועטש געטאָן די קליאַמקע. די טיר
פון פירהויז האָט ער געפונען אַ ניט-צוגעריגעלטע און זי האָט
גלייך נאָכגעגעבען. ער האָט נאָך דעם שוועל פון שטוב ניט אַרי-
בּערגעטראָטען, און סענדעריכע, זיין שוויגער, איז איהם שוין געקו"
מען אַקעגען פון איהר אַלעקערעל. פאַרלײגענדיג די מעשענע
טרוקענע און גלאַנצענדיגע הענטלעך אויפן דאַרינקען בּויך, האָט זִי
זיך צושאָקעלט אויף איהם מיט איהר אײינגעדאַרט קעפּעלע און מיטן
בּרוינעם לאַסטיקענעם טשעפּטשיקעל, און קיין װאָרט צו איהם ניט
אַרױסגערעדט. דאָס איז אָבֹּער געווען אַ סך ערגער און ביטערער
וי אַװעקלײנען איהם אויף אַ ביינקעל און אָפּשמײסען, װי זידלען
איהם און מוסרן. װאָרים אין סענדעריכעס איינגעקנייטשטע טיפע
אויגלעך האָט געבּרענט יענער צער פון אַ קלוגער בּאָבּען, וועלכע
ליידט פאַר איהר קינד און פאַר איהר קינדס-קינד, און וועלכע האָט
ניט איבּעריג פאַראיבּעל אויף איהר איידימעל, װאָס איז סוף-כּל-סוף
אַ ,פרעמדער"י. פרעמד בּלוט און פרעמדע משפּחה, אָט!,.. אַװעקגע-
355
לאָפען פון שטובּ, דער גראָבּער-יונג, ווען עס טוען זיך דאָ אַזעלכע
זאַכעןי |
אין צעװאָרפענעם בּעט איז מערע געלעגען אַן אָנגעטאָנענע
און עפּעס מאָדנע געקרעכצט. ניט מיטן מויל, נאָר מיט די נאָז"
לעכער. פּאַנדרע האָט גלייך געװאָלט צוגעהן צו איהר. נאָר סענ"
דעריכע האָט איהם געמאַכט אַ שטומען צייכען, צולייגענדיג אַ ציד
טערדיג פינגערעל צום מויל. | |
אויף פּאַנדדעס פינסטערען און פרעגענדיגען קוק האָט זי
איהם אַ שעפּטשע געסאָף
--- ס'איז פון שלאָף. לאָז זי
-- און סענדערקע? -- האָט פּאַנדרע צוריק אַ שושקע גע-
טאָן און אַראָפּגעלאָזט די אויגען.
אָנשטאָט ענטפערען איהם, האָט סענדעריכע פינסטער אַ קוק
געטאָן אויף דעם צוגעדעקטען וויגעלע, אַ קוק --- אויף פּאַנדרען,
און איהר קעפּעלע האָט זיך װוידער צושאָקעלט, װי אַ לימענע
ליאַלקע אויפן יאַריד. און, שאָקלענדיג אַזױ און איינגעבּויגען אין
דרייען, האָט זי זיך װוי אַ קראַנקע מורעשקע אַװעקגעשאַרט הינטערן -
פאָרהאַנגעל, אין איהר אַלקערעל אַריין, צווישען אויווען און בּליג-
דער װאַנט פון שטובּ. דאָרטען וואו איהר געלעגערעל שטעהט, וואו
איהר טייטש-חומש און קרבּזדמנחה שפּאַרען זיך אָן קרום אויף דער
פּאָליצקע, און וואו ר' סענדער. עליוז השלום אַליין האָט זיך געווען
אַריכּערגעקליבּען נאָך מערעס חתונה,
220
אין פּאַנדרעס אויערען האָבּען נאָך געקלונגען דאָס פאַרבאָ-
טענע געואַנג אין שטובּ מיט די גרינע לאָדען, דער טומעל, דאָס
פייפען און שיסען איבּער די פּוסטע פעלדער, דאָס לויפען איבּערן
פייכטען גראָז, דאָס קנאַקען פון די צובּראַכענע צוימען. דאָס אַלץ
האָט זיך געמישט און געבּרויזט אין אויפגערעגטען קאָפּ. אין דער גע-
שפּאַנטקײט פון אבלדיגען שטובּ האָט זיך דאָס נאָך שטאַרקער צו-".
קלונגעןי וי אויף אָנגעצױגענע סטרונעס.. אָט, אָט פּלאַצט בּיי איהם
אַ קליאָפּקע אין מוח,
פון מידקייט און, ניט וויסענדיג װאָס צו טאָן מיט זיין גרױי-
סען גוף אין דער עלענדקייט פון שטובּ, וואו קיינער ויל אַפילף
ניט ריידען מיט איהם, האָט ער זיך אַװעקגעזעצט אויף אַ קרעפ-
צענדיגען ביינקעל, וי אַן אָפּנעשמיסענער: און אַלײן גענומען שאָק-
| לען מיטן גרויסען קאָפּ! ניט ווילענדיג גאָכנעמאַכט סענדעריכען,
בּאַדוערענדיג זיך אַלין.,
ערשט דאָ האָס ער דערהערט, װי צו מערעס דערשטיקטע
קרעכצען פון שלאָף מישט זיך צו אַ מין טרוקענער טאָן, אַ מין היי-
זעריג גראַגערען. ער קוקט זיך אַרום: ער קען דאָס דאָ אַרױס-
לאָזען פון זיך אַזעלמע שטרויענע קולכער? און שטויסט זיך פּלוצ-
לונג אָן, אַז דאָס טרוקענע גראַגערן געהט אַרױס פון דעם איבער-
געדעקטען וויגעלע, יי
| בַּדי קיינעם ניט אויפוועקען -- ציהט ער שטילערהייט אַראָפּ
די פייכטע שטיוועל, וועלכע זיינען דורכגעווייקט מיט טוי פון הל
דערי באָרװיסערהייט דערנעהגטערט ער זיך שטיל צו דעם פאַר-
דעקטען וויגעלע אין ווינקעל, און הױבּט אויף די טוך,
דאָס ליכט פון נאַכט-לעמפּעלע, װאָס בּרענט איגער דער גליטשי-
גער לעזשאנקש מיט די גרינע אויסגעגלעטע קאַכליעס, פאַלט אַרין
אין אַ פּאָר קינדיש-אויפגעריסענע אויגען מיט לאַנגע וויעס און מיט
צוגאָסענע שװאַרצלען, וועלכע גיבען אַפילן קיין ציטער ניט פונם
פּלוצליכען שיין. די דאָזיגע בּלינד-געװאָרענע און פאַרשטאַרטע
אויגען האָט שוין פּאַנדרע פריהער געזעחן, פאַרן אַװעקלױפען צו
דער סכאָדקש, װאָס עס דערשרעקט איהם אַצינד --- דאָס אי דאָס
מיילכעל, וועלכער איז אַצינד אוֹיך אָפען װי אַ שנעבעלע פון
אַ האַלבּ-טױטען פּיסקליאָניק, און פון איין זייט מיילכעל ציהט זיך
אַ דינינקע ריטשקעלש מיט פאַרטריקענטער ראָפּע. די העקלעך
בּרענען מעחר ניט פון איגעוועניגסטער היץ. זיי זיינען גרינליף-
בּלאַס, פונם בּליאָסק װאָס די גרינע קאַכליעס גִיבּען צו, צי פון זיך
אַלײן?.. דאָס גאַנצע פּנימט איז איינגעפאַלען, די שליפען איין-
געזונקען, די אָפענע זציףור -- אַריין אין גרינע לעכער, אַ שרעס,
237
װי דאָס קינד איז מאָגער געװאָרען פאַר די לעצטע עטליכע שעהי
זינט ער האָט דאָס פאַרלאָזען. |
אָט פון דעם דאָזיגען אָפּענעם מיילכעל, מיט די פאַרשרפעטע ליי
פּען און מיטן אויסגעטריקענטען העלזעל אָהן שפּײעכץ, ציהט זיך
דאָס טרוקענע גראַגערען, װאָס גראַבּעלט אַזױ און קלימפּערט װי אַן
אַרבּעסעל איבּער שטרוי, ס'איז אַ קול פון אַ קאַליע-געװאָרענעם
פלעכערנעם זייגערעל װאָס אַלע האָבּען זיך שוין פון איהם אָפּגע-
זאָגט: דער דאָקטאָר, די בּאָבּע, די מאַמע אַלין.. אַ קאַליע-געװאָרע-
נער, װאָלװעלער װאַנט-זײגערל װאָס װויל שלאָגען און קען ניט.
-- כר.. כר.. כר... -- כריפּעט דאָס נאָך אין סענדערקעס
בּרוסטעלע. אַמאָל עטליכע כריפּקעס נאָכאַנאַנד. אַמאָל איבּערגעהיפּט,
אָפּגעריסען; און אַמאָל בלייבט עס אינגאַנצען שטעהן. אויס סענ"
רערקע אָבּער ווידער הויבּט אָן צו כריפּען דאָס גוססדיג מענשעלע-
זייגערעל, לאָזט זיך אויף , שלאָגעןי. און שלאָגען קען עס ניט:
-- כרר... כר... כר...
וי אַ זעלבּסט-פּייניגער, וועלכער האָט זיך אונטערגענומען
אױסצוזופּען דעם ביטערען בּעכער בּיזקעל דעק און מיט קיין בּרעם
ניט אַ ציטער טאָן, אַזױ איז פּאַנדדרע געשטאַנען איבּערן וויגעלע
און אַ גרויסער צער איז אין איהם געווען אויסגעמישט מיט אַ גרוי"
זאַמער נייגעריקייט: זעה, נח, זעה בּיזקעל סוף, װי דאָס קינד מאַי
טערט זיך און אויפגטהן אינגאַנצען קען דאָס ניט! זעה װוי צוזאַמעג-
געפּלאַנטערט עס זיינען נשמה און גופעלע. אַזױי פיל פעדימער
דורכגעריסעף אָכּער ערגעצוואו האַלט זיך עס נאָך אויף איין קני"
פּעלע און צאַפּעלט זיך, צאַפּעלט... און דוי פּאַנדרע, בּיסט אַזױ גצ"
זונט, אַזױ שטאַרק און קענסט ניט העלפען. װאָס פאַר אַ רעכט אַזאַ
האָסטן, אַזױ געזונט צו זיין, ווען דיין קינד געהט אויס?... |
אַ קניל פון טרעהרען און רחמנות װאַקסט אין איהם אָן
שטעהענדיג אַזױ, און קייקעלט זיך איהם צו בּיזקעל האַלז. אָטיאָט
צעוואֵָיעט ער זיך וי אַ געשלאָגענער הונט. אָבּער וויינען קען ער
ניט. עס שטיקט איהם װי אַ ניט-צוקייטער געזאַלצענער בּיסען ניט
אַרױף און ניט אַראָפּ. ערשט איצטער פאַרשטעהט ער, נח, װאָס פאַר
אַ גזלנות עס איז געווען פון חאַצע דעם הינקעדיגען אַװעקצורײפען
258
איהם אין אַזאַ צייט פונדערחיים. שיערישיער וידער ניט איבּער"
געגעבּען איהם אין גויעשקע הענט, פונװאַנענט ער האָט זיך ערשט
דאָ ניט לאַנג בּאַפרייט. קיין רחמנות ניטאָ בּיי אַזעלכע חברה-לייט,
ניט קיין ווייבּ, ניט קיין קינד. װי סאָלדאַטען אויף דער מלחמה
ווערען אַלע געטריבּען, אויף סכאָדקעס, אויף געפאַהר: דו מוזט
קומען! דו מוזט! ..
דער קנויל אין האַלז הױיבּט זיך אָן צו שמעלצען. נאָך אַלע
אָפּשפּאַנונגען פון היינטיגען אָװענט פיהלט ער אַז די כּוחות גיבּען
נאָך. ער װאָלט זיך ניט געשעמט פאַר זיך אַלין, װאָלט ער אַרױס
מיט אַ געוויין איבּער סענדערקעס וויגעלע. נאָר ער דערזעהט מערען
אין בּעט, איהר פאַרצוייפעלטען דרימעל, איהר פאַרװאָרפענעם
קאָפּ, און האַלט זיך איין מיט אַן אומנאטירליכער קראַפט. אמת,
די מידקייט און צורודערונג פון היינטיגען אַװענט האָבּען אין איהם
אויסגעזויגען אַלע כּוחות צו געוועלטיגען איבּער זיך. אָבּער מערע
טאָר זיך גיט אויפכאַפּעף זי טאָר ניט,
ער נעמט שטילערהייט אַ ביינקעל, רוקט צו פּאַװאָליע צום
אָפּענעם וויגעלע, זעצט זיך און װאַרפט אַריין דעם פּנים אין ביידע
צושונדענע דלאָניעס. אַזױ זיצט ער פאַרשטיינערט און דאָס שטרוי"
ענע גראַגערען פון סענדערקעס אויסגעבּרענט העלזעל געהט אי"
בער איהם, וי אַ שטילער שטראָם פון יסורים, וי אַ װואַליק נאָדלען
פון א קראַץ-מאַשין איבּער זיין קודלאַווען קאָפּ. יעדער האָר אין
קאָפּ טוט וועה פון אָט דעם גראַגערען
און דאָס מענשעלע-זייגערעל געהט אויס. אַ קאַליע-געואַ-
רענער וועקערעל, די ספּרוזשינע װערט אַלץ לױיזער, שװאַכער,
שטעלט זיך אָפּ אַ וויילע. דערמאָנט זיך. אז עפּעס כּוח איז נאָך גע-
בּליבּען, מוז מען עס אויסלעבען ביזקעל סוף. אַ טראָפּען זאָל ניט
בּלייבען פאַר ד ע ר ועלט..
--- כרר... כר!.. און די קינדער-אויגען קוקען פאַרוואונדערט
און בּלינד אין חלל אַריין אָט צוליבּ דעם האָט זיך דאָס געלוינט
צו לעבּען דאָ, צו זויגען חדשים-לאַנג, כּדי צו שטאַרבּען פון אַך
איבּעריגען לעק קולאַיע... אָט צוליבּ דעם האָט זיך דאָס געלוינט
אַרויסצוגעהן פון איין תּוהו"ובהו, כּדי צו זינקען אינם צוייטען?
259
סך"הכּל איין יאָר געהוידעט זיך אין וויגעלע, צווישען אָט די צוויי
ימים פון ג אָ ר נישט.. סך"הכּל! צולבּ װאָס?. טאַטע, מאַמע: גיט
מיר אַן ענטפער! איך האָבּ מעהר קיין כּוח ניט צו פרעגען. איך האָב
יט קיין װערטער! ראַטעװעט מיך! כר"כר-כריי,
3
וויפיל ער איז אַזױ געזעסען נח פּאַנדרע ווייסט ער ניט. איינ"
געקאָרטשעט אין זיך אַליין איז ער געווען, װי אַ גרויסער שטעך"
חזירל, מיט די נאָדלען אין אייגענעם פלייש אַרין אַזױ איז ער
געזעסען בּיים קינדס וויגעלע און די יסורים מקבּל-בּאהכה געווען.
פאַר זיינע זינד, פאַר זיינע גרויסע זינד, װאָס ער איז בּאַגאַנגען צו
פאַרלאָזען אין אַזאַ פאַרנאַכט װייבּ און קינד... אונטער דעם ניט"
רעגעלמעסיגען כאָרכלען פון קינד דרימעלט ער אי נאָר אינ-
מיטען שיטערן שלאָף דערפיהלט ער. מיט זיין איינגעשלומערטען
בּאַוואוסטזיין, אַז עפּעס פעהלט... עפּעס איז שטעהן געבּליבּען. עפּעס
גראַגערט דאָ ניט מעהר. ער וייסט, אַז מען דאַרף געהן אויפווע-
קען די שוויגער הינטערן פאָרהאַנג אין אַלקערעל. נאָר ריהרען זיך
פון אָרט קען ער ניט. מיט בּליי זיינען בּיידע בּאָרװויסע פיס אָנגע-
גאָסען, און בּיידע דלאָניעס בּרעכען זיך אונטער דער שװערקייט
- פון אַראַפּגעלאָזעגעם קאָפּ | |
נאָר פּלוצלינג גיט ער זיך אַ כאַפּ פון אַ שניידיגען װאָיען און
שפּרינגט אויף, װוי גרויס ער איז, אויף זיינע בּאָרפיסע פיס.
דאָס האָט זיך מערע אויסגעטשוכעט פון איהר קריינקליכען היג" ,
הערפּלעט, פון איהר אומרוהיגען דרימעל אַזױ װי עס דרימלען מאַ-
מעס ווען זייערע קינדער זיינען פאַראומגליקט, און פאַרמשפּטע
צום טוט -- פאַר דער תּליה. דאָס געפיהל פון אומגליק איז פּלוצ-
לינג אַדורכגעדרונגען דורכן דינעם שלייַער פון פאַרגעסענקייט, און
דער װעהטאָג, װאָס איז װאַך געװאָרען, האָט זי אָנגעכאַפּט, וי אַן
אָנגעגליהטע צװאַנג אויפן פאָלטער-באַנק.
-- אֶיזאָידאָל! -- צעװאָיעט זי זיך אינמיטען דער נאַכט אי"
בּער פּאַנדרעס איינגעבּויגענעם גוף.
360
דאָס טרעפט פּאַנדרען, אין זיין שלומערן בּיים וויגעלע, וי
אַ דונערנער שאָס אין נאַקען. וי אַן אונבּרחמנותדיגער שאָס פון
אימיצען, װאָס יאָגט זיך נאָך איהט נאָך אַ גאַנצענע נאַכט און לאָזט
איהם ניט צורוה. פריהער -- איבּער די קרויט-גערטנער, או
אַצינד --- דאָ.. אַ צוקאַליעטשעטען האָט ער איהם דאָך געלאָזען
ליגען הינטער דער אַלטער בּאַרנטע אָט דעם / אימיצען", און יע"
נער לעבּט נאָך און שיסט..
-- מערע! מערע! -- שרייט ער אויפציטערנדיג מיט אַלע
שטארקע אברים זיינע -- מערע!
-- אַװעק! אַװעק! -- װאַרפט זיך מערע צוריק מיטן קאָפּ אין
קישען. אַ שטיין בּיסטו, אַ האַרץ פון אַ גזלן..
דער אָנגעדראָלענער קנויל פון געװיין און רחמנות פּלאַצט
אַצינד אין פּאנדרעס האַלז. װי אַ שאַרף פון מעסער אין אַן אָנגע"
גאַסענעם פּענכער האָט איהם מערעס פאָרוואורף געטראָפען. ער האָט
אויך מעהר ניט צוליב װאָס און צוליבּ וועמען איינצוהאַלטען זיין
װועהטאָג. |
---מעדרע,---צעוויינט ער זיך וי אַ גרויסער אינגעל --נעם, נאַ,
קוילע מיך!.. קוי-לע! בּו"בּו"בּו..
פון אַזאַ װעהטאָנדיגען אויטשרייען בּיי איר נחן, בּיי אָט דעם
שטאַרקען יונג,. וועלכער שטעהט אַ באָרפיסער אינמיטען שטרב,
דערשרעקט זיך מערע אַ סך מעהר, װי פאַר דאָס ש ט יל שװו יי
גען אין סענדערקעס ויגעלע. זי איז בּלאַס װי קרייד. זי דעה-
קענט אין פּאַנדרעס , נו"בּו-פויי װי װעה עס טוט איהם. און זי
האָט געמיינט, אַז עס אַרט איהם גאָרניט, אַז זיין האַרץ איז פאַר"
גרעבט געװאָרען. אַך. װאָס פאַר אַ בּאַטרעף האָט איהר אייגענער
שמערץ אַקעגען זיינעם! א צוטראָטענער װאָרים אַקעגען אַ פאַר"
וואונדעטען לייב. , בּו-פויבויי בּרומט דער װעהטאָג אין זיין בּרוסט,
וי אַן אָנגעשטױיסענע בּאַנדורע.
זי לויפט צו איהם צו, די האָר צופּלאָשעט, די אַרבּעל פאַר"
װואָרפען, און ציטערענדיג מיטן גאַנצען שלאַנקען גוף פאַלט זי איהם
אַרױף אויפן האַלן;
-- נח, נח! לאָז מיך ניט אַלײן! קײנמאָל ניט, נח. נח!
261
שטעהענדיג אַזױ אַרומגענומען אינמיטען שטוב יאָמערען זי
בּיידע. דער אָנגעשװאָלענער קנויל רחמנות אין נחס פאַרקראַמפטען
האַלז לויפט אָפּ אין טרערען אויף מערעס אַנטבּלױזטען אַקסעל,
עס ווערט איהם גרינגער. אַ געדאַנק לויפט איהם אויף אין לאָפּ,
| = -- דו הערסט, מערע?---וויינט ער --- קיין זכר מעהר פון דער
שרפה... אַלץ פאַרבּרענט. קיין טאַטע, קיין קינד, קיין פערד..
לא. ל... הבדיל. אַלץ פונדאָסנײי, אַלץ, מערע!. |
ער האָט איהר דעדמיט געװאָלט זאָגען אַז סאיז דאָס לעצ"
טע קאַפּיטעל פון אַ בייזער ערצעהלונג. דער סוף פון דער שרפה
בּיי דעם נייעם נגיד. אַצינד -- אַ סוף. עֹר האָט איהר דערמיט
געװאָלט טרייסטען, אַז אַצינד װעט מען אָנהױיבּען לעבּען פונדאָסגײ.
אַלץ פונדאָסניי. און גאָט װעט העלפען, ער מוז זיך אַצינד דערבאַ-
רימען איבּער זיי בּיידען,
נאָר קיין איבּעריגע ווערטער דערצו האָט ער ניט געהאַט,
פון פּאָרהאַנגעל, צווישען אויווען און װאַנט, האָט זיך אַרױיס-
גערוקס אַ קעפּעלע. סענדעריכעס מעשענע קעפּעלע אין טשעפּטשי-
קעל און געשאָקעלט זיך, געשאָקעלט. װאָס האָט זי דערמיט געמיינט?
צי האָט זי שטומערהייט מסכּים געווען מיט פּאַנדרעס האַלבּע ווער"
טער? אָדער פרום בּאַדױערט, װאָס מען האַלט זיך גאָר אַרומגענומען,
אינמיטען דער נאַכט, בּיים וויגעלע פון אַ טויטען-קינד? אפשר טאַקצ
בּיידע זאַכען צוזאַמען.
מ'איז פּאַנדורען מנחם-אָבּל
4
;מאָדיע מיטן אמ"
צו-מאָרגען פריה האָבּען זיך איבּער גאַנץ שקלאָוו, צווישעו
אָזערע און דניעפּער, צעטראָגען ניט-גוטע נייעסען. פון מויל צו
מויל האָבּען זיך די הערענישען איבּערגעגעבּען, און פון אויער צו
אויער; מיט אַ שושק און מיט אַ שמונצערן און מיט פאַרקװעטשען
אַן אויג,
ערשטענס -- אַז דער נייער פּריסטאַוו האָט סוף-כּל-סוף גע-
כאַפּט האַצע דעם הינקעדיגען, בּיים פאַרברענען ניט-כּשרע פּאַפּיר-
לעך, און האָט איהם אַרעסטירט. נאָר מורא-האָבענדיג חברה זאָל
איהם ניט אָפּשלאָגען מיט געװאַלד. האָט מען איהם אין דער נאַכט
אַװעקגעשיקט מיטן עטאפּ קיין מאָהליוו, און די ניט-גוטע שטובּ
מיט די גרינע לאָדען האָט מען פאָרחתמעט,
ווייטער האָט מען זיך דערוואוסט, אַז פיי אַ בּוֹים אין פעלד
האָט מען געפונען ליגען אַ זשאַנדאַרגיק, מיט אַ צעמזיקטען פּרצוף"
פּנים און מיט אוױיסעהאַקטע ציין, און מ'האָט איהם אַוועקגעפיהרט
אין שפּיטאָל, ליגט ער דאָרטען, דער חזיר, אין היץ און ווייסט ניט
אויף װאָסער וועלט ער איז. אַפילו ער ס'האָט איהם מכבּד געווען
ווייסט ער אויך ניט...
האָבען בּאַלעבאָטים אין לובּאַװיטשער בּית-מדרש, ביי דער
263
אָזעדע, און בּאַלעבאַטים אין צייטלינס בּית-מדרש, בּיים דניעפּער,
גאָר אָנגעקװאָלען: נאַ. מ'האָט זיך גענומען פאַר , די דאָזיגץ'" --
ווערט דאָס אָנגערופעף... ניטאָ קיין מכה אָהן אַ רפואה. דער נייער
פּריסטאַוו איז אַפילו אַ צורר-היהודים, נאָר אפשר װעט זיך איהם
איינגעבּען צו מאַכען אַ טאָלק מיט דער שענער חברהצקע, װאָס
ס'האָט זיך דאָ פאַרפיהרט. דער הינקעדיגער , ציציליסט" ליגט
שוין אַלעמען אין די בּיינער. אומעטום האָט ער אַ האַנט און קיינער
האָט איהם קיינמאָל ניט געקענט דערטאַפּען. געכאַפּט אַזאַ העכט --
וועט דער פּריסטאַוו אפשר ווייכער ווערען צו שטאָט, װאָס שטעלט
זיך ניט און קלערט ניט צו שטעלען זיך אַקעגען קיסר ירום-הודו.
און נאָך אַ נייעס האָט מען זיך אינם זעלבען אינדערפריה דער-
וואוסט, ניט אַזאַ גרויסע און ניט אַזאַ וויכטיגע, נאָר פון װאָס צו
ריידען איז געווען. דערוואוסט האָט מען זיך, אַז בּיי פּאַנדרען, וועל-
כער איז אָקאָרשט געקומען פון אָסטראָג, האָט זיך, ניט פאַר קיינעם
געדאַכט, אַװעקגעפּאַקט זיין יאָהריג קינד און אָט וי אַזױ ס'איז
געשעהן: פון גרויס שמחה, װאָס דער מפרנס איז צוריק אַהיימגעקו-
מען, האָבּען די בּאַלעגאָלטשיקעס אָנגעקאָכט זיבּעצען" טעפּ מיט
קולאַיע. אַלײן איבּערגעגעסען זיך און דאָס קינד איבּערגעשטאָפּט.
נו"נו!
-- אָט דאָס זיינען קבּצנים! -- האָט מען בּיים נייעם-נגיד
געשמועסט. מיט אַ געלען שמייכעלע פון איידעלע מענשען מיט
שװאַכע געדערים האָט מען געשמועסט. מענשען װאָס האָבּען אין
לעבען אויסגעגעבּען אויף רפואות אַ מטמון מיט געלט, און זיינען
דערפאַר זעהר בּאַהאַװוענט אין אַלע ענינים פון קאַליע מאַכען זיך
דעם מאָגען. י
--- זיל אַלײן, די קבּצנים, האָבּען אַ קישקע אֶהן אַ דעק, מיי-
נען זיי, אַז פּיצלעך קינדער -- אויך,,
בּיי פּאַנדרען אין הייזקע האָט מען אָבּער פון אָט די אַלץ
בּאַשולדיגונגען און בּאַרײידערײען ניט. געוואוסט. דער סוף-זומער-
טאָג איז, אין די קליינע פענסטערלעך, אױפגעגאַנגען אַ ליכטיג-
טרויעריגער. עפּעס פאַרשטױבּט האָט ער געלויכטען װי אַ לאַנג
ניט-געבּרויכטער שפּיגעל. שפּינװעפּסען זיינען געשוואומען אין דער
304
לופט, װי פעדימער פון אַ צופליקטען זיידענעם טלית. און באַ-
האַנגען מיט אַזעלכע פעדימער איז פון חברה-לויה געקומען מלך-
מעבר"יבקיי. דער זעלבּער מלך, וועלכער פּעקעלט אַריבער אַלע
פאַרבּייאיגע אויף יענער ועלט, אָפּװאַרטענדיג ביי טויט-קראַנקע
דעם לעצטען אָטעם מיט אַ פעדערעל אין האַנט. דיק און שװאַרץ
און האָריג און געגרייזעלט האָט ער זיך אַרײנגעקױקעלט אין סענ-
דערס הייזקע, מיט אַ שװאַרצער אױיסגעבּעטער קערבעלע אונטערן
פּאַכװוע. און בּאַלד האָט אין שטובּ אַ וועה געטאָן מיט , לויהיי און
מיט , בּית-עלמין?? און ס'האָט אױיסגעבראָכען אַ וייבּערשער יאַ-
מער. אָבּער מלך איז דערפון וועניג װאָס נתפעל געװאָרען, וי אַ גע-
ניטער מעבריבּקימייסטער האָט ער אַ װאָרף געטאָן מיט זיינע ביס"
טרע אויגעלעך אונטער די מאָכיגע בּרעמען. און דאָס בּעריש-כיטרע
פייערעל אין זיי האָט, דאַכט זיך, אונטערגעוואונקען צו די אבלים
אין שטוב;. גָנו, װאָס הערט זיך עפּעס?... כ'האָבּ דאָך אייך געואַ-
רענט, אַז סוף-כּל-סוף װעט איהר צו מיר אַלע מוזען אָנקומען..""
רייסט מלך-מעבר-יבּק אויף מיט כּוח די דראָטענע שװאַרצע
און סיווע גרייזעלעך פון בּאָרד און װאָנסעס, וועלכע זיינען ביי איהם
אַלעמאָל צוזאַמענגערינגעלט. צערויטלען זיך אינם דאָזיגען גע-
פלעכט אַ פּאָר פליישיגע לעפצען, און אַ קול פון אַ נקבה --- מלכס
קולכעל, צעקװאָקטשעט זיך;
--- נו,,, וואו איז דאָס דאָרטען?
סענדעריכע, פּאַנדרעס שוויגער. האָט אַ פּאַטש געטאָן מיט
בּיידע מעשענע הענטלעך, און פונדעסטוועגען -- צוגעלאָפען, װי
אַ וועוויערקע, און אָנגעװיזען ר' מלך'ן אויף דעם איבּערגעדעקטען
וויגעלע.
מערע אַלײן איז געלעגען איינגענורעט אין קישען און גע-
וויינט. נאָר בּשעת מלך-מעבר-יבק האָט, שאַקלענדיג מיט זיינע וייל-
בּערשע ליטקעס, גענומען אַרױסטראָגען דאָס גרין געװאָרענע
גופעלע, אינם שװאַרצען לויה-קערבּעלע, האָט מערע ווילד אַ קוויטש
געטאָן, פּונקט וי מען װאָלט איהר גראָבּ אַ ריס געטאָן אַן אָנגעוויי"
טאָגטען צאָהן, זי האָט אַפילן גענומען לויפען נאָך מלך'ן, פּונקט װוי
יענער װאָלט זי געשלעפט פאַר אַ קראַנקען ניט-איבּערגעשניטע-
265
נעם אָדער. אָבּער, ניט-דערלויפענדיג. צום טיר, איז זי געפאַלען
און געחלשט אויף פּאַנדר עס אויסגעשטרעקטען אָרעם.
פאַרנאַכטליך,. בּשעת די אָנגעצונדענע נשמה-ליכט נאָך סענ"
דערקען האָט מיט אַ כּשרער טרויעריגקייט געבּרענט, און פּאַנדרע,
אין בּלויזע זאָקען אויף אַ נידעריגען פוס-בּיינקעלע, איז געבּליבּען
זיצען שבעה איינער אַלײן, האָט זיך אין שטופ אַרײנגעכאַפּט אַ
יונגערמאַן מיט אַ גרויסען קאָפּ, פּאַנדרע איז געווען געשפּאַנט פון
אַלע איבּערלעבונגען, זינט עטליכע טעג. האָט ער פון די שטילע
אומגעריכטע טריט אַ שוידער געטאָן. נאָר אַז ער האָט זיך איינגע-
געקוקט האָט ער דערזעהן, אַז סאיז מאָדיע, , מאָדיע מיטן אמת",
וועלכען ער האָט נעכטען געזעהן אויף דער סכאָדקע. און איהם האָט
זיך געדוכט, אַז מאָדיע האָט ערגעצוואו הינטער אַ שטובּ-ווענגעל
אָפּגעװאַרט, געטשיקעוועט, ווען פּאַנדרע װעט אַ ויילע בּלײבּען
איינער אַליין. װאָרים וי נאָר ער איז אַריין האָט ער זיך גענומען
אַרומקוקען, און װי אַ פאַרשװערער שטיל און געהיימניספול אַ
פרעג געטאָן: |
-- קיינער ניטאָ?
-- מערע װעט בּאַלד אַרײן. -- ענטפערט פּאַנדרעי
-- נאַ, -- שאָקעלט מאָדיע מיט זיין גרויסען קאָפּ -- גוט"
נאָווענט" װעל איך דיר ניט זאָגען. בּיסט דאָך אַן אָבל. נאָר דעם
אמת מוז איך דיר זאָגען. אַלע חברים ריידען פון דיר. זי זאָגען, אַז
דו ביסט דער איינציגער װאָס האָט נעכטען עפּעס אױפגעטאָןף.
װאָרים די שומרים אונזערע מיט די פּיסטאָלען האָבּען דאָך געמאַכט
פּליטה. האָבּען קיינעם ניט געדעקט און די ערשטע געשפּרונגען פון
פענסטער..
-- הם.. -- הוסט פּאַנדרע אֶפּ פאַרלעגען, מיינענדיג אַז מאָ-
דיע מיינט דעם צעפּאַטשטען זשאַנדאַרניק. --- מ'דאַרף דערפון ניט
ריידעןי.
--- הוסט ניט, -- שטעלט איהם אָפּ מאָדיע, --- דעם אמת מוז
איך דיר זאָגען. אַלע זיינען אויסער זיך װאָס דו האָסט געהאַט אַזאַ
גבורה צו לאָזען אַ פאַרבּייאיג קינד און קומען צוגעהן. בּיסט אַפילו
שיער אַלין ניט אַרײנגעפאַלען. איצער חאַצען, מיט איהם צוזאַמעיײ
266
-- אַו ער האָט זיך ניט געלאָזעף -- פאַרענטפערט זיך
פּאַנדרע און ווערט רויט. איהם דוכט זיך, אַז ער איז דאָ נאָך עפּעס
שולדיג. ער װאָלט זיך ניט געווען דערשראָקען פאַר חאַצעס װאַר-
פען-זיך --- װאָלט ער איהם פאָרט אַרױסגעראַטעװעט.
-- ער האָט גע מוזט בליבּע, -- באַרוהזיגט איהם מאָ-
דיע. -- ניט אַזױ די געדרוקטע בּלעטלעך, װאָס חבר בּעני האָט
געכראַכט פון מאָהליוו, וי די רשימה פון אַלע שקלאָווער און קאַ-
פּוסטער חברים. געווען געשריבען מיט טינט..
-- מיין נאָמען אויך? -- בּלייבּען פּאַנדרעס אויגען שטעהן
ערשט אַצינד בּאַגרייפט ער פאַרװאָס חאַצע האָט זיך אַזױ גע"
װואָרפען, אַזױי געזידעלט זיך, הענגענדיג ביי איהם, מיט זיין קורצען
פיסעל, אויף איין פּלייצע,
-- מס--תמא!.. -- טראַכט מאָדיע אויפן קול -- נאָר האָבּ
קיין צער ניט! דערפון איז קיין שריד ופליט ניט געבּליבּען. מ'װאָלט
דאָס פּאַפּירעל געפונען בּיי איהם, װאָלטען מיר בּיידע דאָ ניט גע"
זעסען, נאָר גאָר אין אַן אַנדער אָרט... -- וואו חאַצע איז ווייסטו דאָך
מסתמא?י..
-- יאָ. די שוויגער האָט דערצעחלט,
--- ער ליגט אין פּעקעל, ער איז שוין אין מאָהליוו,. ער װאָלט
בּעטּער געזעסען דאָ אין סטאַן.. אָט! מיט די צוויי דעסיאַטניקעס װאָל-
טען מיר זיך שוין ספּראַװעט, האָסט שוין געהערט? -- לאָזט פּלוצליננ
מאָדיע אַראָפּ דעם קול -- איינעם פון די איבערגעטאַנענע מאַהלי-
ווער זשאַנדאַרניקלעך האָט מען געפונען אַ געניזוקטען. מען רעדט,
אַז אין דער פינסטער, שיכורערהייט אפשר. איז ער אָנגעלאָפען אויף
אַ בּוים. געה ווייס אַ טאָלל!
-- א מאַכט פּאַנדרע קורץ און קוקט אַװעק.
-- נו, איך מוז געהן. -- װערט מאָדיע אומרוהינ -- נאָר
דעם אמת מוז איך זאָגען: אַזױ גלאָט װעט די נעכטיגע אָבּלאַווע ניט
אפּלויפען.
שוין אַרויסגעהענדיג, לויפט מאָדיע צוריק ען פאנדרעס פיין-
- קעלע:
2367
-- דעם אמת מוז איך דיר זאָגען, נח! ווייסט װאָס האַצע האָט
פון דיר געזאָגט?
-- חאַצע? ווען האָט ער דאָס פּאָספעיעט זאָגען?
-- נאָך איידער דו בּיסט געקומען צו אונז. אַ רויע טייג, זאָגט
ער, איז אָט דער פּאַנדרע. לעגט נאָר אין איהם אַרין הייווען,. װעט
איהר האָבּען בּרויט. נו, קיין , גוטע נאַכט!י װעל איך דיר ניט זאָגען.
2
זאַװעל שמייסער
נאָך דער אבלדיגער וועטשערע -- אַ געקעכץ פון מאָגערע
לינזען -- איז געקומען זאַװעל, קושקעס געוועזענער שמייסער. ער
איז בּרייטליך אָנגעקומען מיט זיינע פאַרלאַטעטע שטיוועל און מיטן
צובּראָכענעם דאַשיק איבּער די פייערדיגע, ממזרישע אויגען. און
ווי אַן עכטער עם-הארץ אַ מרוקע געטאָן
-- גוט-נאָװונט, נח! --- װאָס מאַכסטו?
דערמאָנט איהם סענדעריכע פון דער גרינער לעזשאַנקע מיט
די אויסגעגלעטע קאַכליעס;
-- אַן אָבל זאָגט מען ניט גוט-נאָווענט"
צעמישט זיך זייוועל שמייסער פון אַזאַ. שטריינגען מוסר"
קולכעל. און פון צעמישטקייט גיט ער זיך בּרייטליך אַ זעץ אויף אַ
בּיינקעל אַקעגען פּאַנדרעס שבעה-ביינקעלע,
-- װאָס זאָגסטו, --- גיט ער אַ פאָהר אַריין אין אַן איידעלען
און פּאַסיגען שמועס -- װאָס דו זאָגסט. נח, װאָס קולאַיע קען אָנ"
מאַכען! : | |
-- ששש! -- זידט סענדעריכע פון לעזשאַנקע און װוינקט צו
איהם מיט איין מעשענעם פינגערעל. אַ דייטליכער צייכען איז דאָס,
אַז מירעדט ניט פון אַ שטריק אין אַ שטובּ פון אַ געהאַנגענעם,
הען, אַ מעשה אַבּיסעל! די אַלטע סענדעריכע, אָט דאָס טרו"
קענע מייזעל, לאָזט דאָך גאָר אַ קאָפּ ניט אויפהויבּען, אַ װאָרט ניט
268
אַרױסרײדען, װי די נייע נגידיתטע קרימט זי זיך. ער, זאַװעל, וויל
דאָך נאָר אַרײנלאָזען זיך אין אַ גוט-בּרודערישען שמועס, מנחם-אָבל
זיין, נאָר וואו ער גיט דאָ אַ געה, דאָרטען טרעט ער אַריין אין דיעגאַכץ,
דאָס צורייצט איהם זיין בּאַלעגאָלישען האָנאָר. ער פאַרלירט
דעם קאָפּ. דער בּאַלעגאָלישער מויל צעלאָזט זיך און ער לויפט
אַריין ראַפּטום, װי אַ כבּלינדער פערד אין קאַנאַװע.
-- איך מיין ניט סענדערקען, -- בורטשעט ער צו סענדערי"
כען אויף דער לעזשאַנקע -- איך מיין קושקען מיין איך. אָט װאָס
איך מיין מיט דער קולאַיע... איז הער! -- גיט ער זיך אַ דרעה
אויפן בּיינקעל צו פּאַנדרען -- הער, בּרודער נח, ס'איז אפשר ניט
די רעכטע צייט... כ'בּין אַ פּראָסטער חי-וקים בּין איך. בּיי אַזעלכע
זאַכען פּראַװעט מען ניט קיין חסידישע שטיק..
-- װאָס שוין ווייטער? -- שפּיצט זיך מערע אָן. זי לאָזט
אָבּער אַראָפּ איהרע פאַרוויינטע אויגען. אַלעמאָל ווען מען רעדט פון
קושקען פיהלט זי זיך ניט גוט,
גיט ווענדענדיג דעם קאָפּ צו מערען פינסטערט זאַװעל אָן
די בּר'עמען און רעדט צו פּאַנדרען אַזױ:
-- זאָלסט זיך היטען, זאָג איך, פאַר קושקען זאָלסטן..
רופט זיך אָפּ סענדעריכע פון לעזשאַנקע, מיט אַ גרין שמיי-
כעלע:
-- ווייסט װאָס, זאַװעל? לאָז דאָס אפשר גאָר אויף אַן אנ-
דערש מאַָל!
-- גיין, -- גיסט זיך זאַװעלס פּנים אָן מיט בּלוט -- ניט
אויף אַן אַנדערש מאָל. אָט טאַקע היינט זאָל דאָס נח וויסען. זינט
דו האָסט געמאַכט קולאַיע, -- גיט ער זיך װידער אַ װענד צו
נחן -- זינט דער קולאַיש, אויף וועלכער דו האָסט איהם ניט פֿאַר-
בּעטען, בּרענט ער און בּראָט, קושקע. טראָגט זיך אַרום מיט אַ
מעסער אין כאַליאַװע. שיכּורט און סטראַשעט..
דערהערט אַזעלכע קלאָרע דבּורים. פלאַטערט שוין מערע
אויף, אונטער איהר שטוב-פאַטשײילע, אין וועלכער זי טוליעט זיך
און שוידערט אין איהר טרויער. װי אַ קװאָקוכע, ווען מען גיט אַ
טשעפּע איהר לעצטע פּיסקליאַטט, שוידערט זי אויף. זי גלאָצט
.369
צוריק פון אסטראָג 24)
אויס איהרע פאַרוויינטעי קאַרע אויגען. זי פאַרגעסט אַפילו אַ רגע
אויף איהר אומגליק,
-- זעהסט?! -- מאַכט זי -- נח, כ'האָבּ דיר פריהער געזאָגט:
פּאַנדרע שווייגט פינסטער. נאָר, דערזעהענדיג די אַנגסטען
אין מערעס אויגען, דערשטיקט ער אין זיך דאָס ניט-גוטע געפיהל,
װאָס קושקעס נאָמען רופט בּיי איהם אַרױס, זינט ער האָט זיך דער"
וואוסט וי אַזױ קושקע איז געקראָכען צו זיין ווייבּ --}
-- נודנו, מערע!
- = און צו זאַװלען גיט ער זיך אַ קעהר און -- אַ הויבּ מיט איין
פּלייצעּ /
-- מיר ליגען איצטער אַנדערע דאגות אין קאָפּ.
שטעלט זיך זאַװעל אויף, װי גאָר אַ געטרייער בּאַשיצער, װאָס
קיין זאַך שטערט איהם ניט אַרױסצװויזען זיין געטריישאַפּט. מעג
זיין דאגות, מעג זיין שבעה-זיצען
--- און איך זאָג דיר נאָכאַמאָל: היט זיך פאַר קושקע בּראַנד!
דו זיצט דאָ. אויף אַ אַ ביינקעלע און ווייסט ניט װאָס עס טוט זיך.
אין צעך ווייסען אַלע. זינט די קולאיע --- שיכּורט ער און בּאַריהמט
זיך, אַז ער װעט ניט װאַרסען װעט עריי
--- אויף װאָס ניט װאַרטען?---פרעגט מערע איבּער מיט צו"
שראָקענע אויגען.
-- ער װועט ניט װאַרטען בּיז נח װעט איהם קומען, זאָגט ער,
שלאָגען זאָגט ער. איידער װאָס ווען -- מיטן מעסער צווישען די
ריפּען! פאַר אַן אָסטראָזשניק, זאָגט ער, צאָהלט מען נאָר דריי רו-
גנעל שטראָףי.
-- אַ קבּצן טאָר קיין הנאה ניט האָבּעף -- צעויינט זיך
פּלוצלינג מערע -- אין אַ פינסטערער שעה האָט זיך מיר פאַר-
גלוסט קולאיע. טאָמער וועניג מיין סענדערקע איז, איז, אֹיזי.
- מערע! -- שרייט אויף איהר פּאַנדרע און מיט געבּעט.
נחס װאַרימער קול שטאַרקט זי אַבּיסעל. װישט זי אויס ביי-
דע אויגען מיטן בּרעג פאַטשײלע:
--- אפשר האָט מען גאָר געדאַרפט זאָגען דעם פּריסטאַו?
-- איך -- דעם פּריסטאַװ? -- שטעלט זיך פּאַנדרע אויף --
30
איך -- איהם זאָגען? -- אַ האָס ברענט אין זיינע גרויע אויגען בּיים
אָפּשײן פון סענדערקעס נשמה-ליכט. -- צו אָט דעם גוי װעל איך
זיך געהן קלאָגען? משוגע בּיסטו. מערע!
-- אָט, -- גיט ער זיך אַ ווענד צי זאַװלען אַבּיסעל שטילער
און זעצט זיך צוריק אויפן בּיינקעלע -- לאָז מיך נאָר אָפּזיצען
שבעה! כ'וועל זיך שוין מיט איהם אַליין ספּראַװען..
--ווען דו געהסט אַרױס,---װאָרענט איהם זאַװעל---טאָ קוק זיך
אַרום! כ'האָבּ איהם שוין נעכטען געזעהן הינטער אייער סוכּה..
-- הינטער אונזער סוכה? -- מאַכט מערע גרויסע אויגען.
די סוכּה דעמאָנט איהר אַן אַנדער נאַכט און אַן אַנדער אַנגסט,
ווען קושקע בּראַנד האָט אָנגעקלאַפּט צו איהר אין לאָדען און היג"
טער דער סוכּה האָט זיך בּאַהאַלטען דער יעצטיגער בּאַשיצער--זאַ-
וועל שמייסער, קושקעס דאַמאָלסטיגער באַהעלפער.. די דאָזיגע
פאַרװאַנדלונג דערשרעקט זי אַצינד וי אַן אָפּשפּיגלען פון אַ פאַר-
געסענעם בייזען חלום. זי ווייסט שוין אַלײן ניט וועמען צו גלויבּען
און וועמען ניט. זי ווייסט נאָר, אַז מ'איז שטענדיג אַרומגערינגעלט
מיט בּייזוויליגע גראָבּע-יונגען, שרייט זי צום מאַן
-- נח, נח, װאָס האָבּ איך דיר געזאָנט? נויטיג געדאַרפט!
געקענט שלום-מאַכען... איבּער אַ לעפעל קולאַיע.. נת!=
פּאַנדרע קוקט זי דורכדרינגענדיג אָן. און מערע לאָזט אַראָפּ
די אויגען און פאַרװויקעלט זיך שטאַרקער אין איהר װאָליגער שטובּ-
פאַטשיילע. זי פאַרשטעהט װאָס דער האַרטער קוקט מיינט: נאָכ-
דעם וי קושקע איז צו דיר געקראָכען--זאָל איך קריכען צו איהט?
פאַרבּעטען איהם צו מיין טיש? פאַר וועמען האַלטסטו דיין פּאַנדרען,
דו, אידענע איינע!
3 |
יאָשקע דער שערער
צו מאָרגען, נאָכן אָפּדאַװענען שחרית אין ליובּאַװויטשער.
211
בּית-מדרש, נאָך פאַרן אָנבּײיסען, איז אין סענדערס אָרימער הייז"
| קע אַראָפּגעקומען אַ גאָר-אומגעריכטער מנחם'אָבלניק: יאֲשקע
דער שערער.
וי אַלעמאָל איז יאָשקע געווען אַרומגעשױרען, די בּאָרד פיר"
קאַנטיג און פלאַך, וי אַ נייע לאָפּעטע. און אינגאַנצען אױסגעפּוצט,
וי אַ דאַמסקער שניידער, װאָס קומט אָקאָרשט פון פאָטאָגראַפירען
זיך. :
דערזעהן זיינע בּוימעלדיגע אויגלעך, אונטער די אויסגע-
קראָכענע וויעס, האָט פּאַנדרען אַ טיאָכקע געטאָן אין האַרצען. דעה
צובּלוטיגטער זשאַנדאַרניק האָט זיך איהם דערמאָנט הינטערן
בּאַרנבּױים אין פינסטערען פעלד... און אָט דער דאָ האָט זיך דאָך,
זאָגט מען, שטענדיג געריבּען אַרום שקלאָװוער נאַטשאַלסטװאָ.
מאַכט יאָשקע דער שערער אַן אָנשטעל, אַז ער זעהט גאָר
ניט נחס פאַרוואונדערטע אויגען מיטן פאַרטאַיעטען חשד אין דעה
טיף פון די שװאַרצאַפּלען, זיין אױסגעפּאַשעטער פּנים לויכט איהם
פון דער פירעקיגער בּאָרד אַרױס װי פון אַ האָריגער ראַם. שטעהט
ער אַזױ אינמיטען שטובּ, קוקט זיך אַרום. און די כיטרע אויגלעך
אונטער די אױיסגעקראַכענע וויעס שווימען אין טרייסט און אין
פריינטשאַפט.
-- איך זעה, --- הױבּט ער אָן געלאַסען. -- אַז דו ואונ"
דערסט זיך גאָר. װאָס מ'קומט צו דיר מנחם"אָבל זיין. װאָס איז די
מעשה? פאַרגינסט אפשר ניט אַ מצוה! אַ קינד! דאָס ערשטע קינד.
אַך--יאָ--יאָזּ.. און דאָ, עטליכע טריט פון ליבּאַװיטשער בּית"
מדרש, נאָכן צווייטען מנין... קלער איך: לאָמיך אַריינגעהן. שכנים
זיינען מיר אַפילו ווייטע, נאָר פונדעסטוועגען... נו, בּאַשערט איז
בּאַשערט. נאָר מ'קען ניט זאָגען... אַ שענעם צוריקקומען פון אָסט-
ראָג האָסטו ניט געהאַט. גאָט זאָל שוין טאַקע שומר ומציל זיין!
פּאַנדרען דוכט זיך, אַז יאָשקעס מויל רעדט און קלערען
קלערט ער פון עפּעס אַנדערש. פונדעסטוועגען װוערט ער ביי זיך
אַבּיסעל רוהיגער. אפשר האָט זיך איהם, פריהער אַבּיסעל, אויס-
געדוכט, ווייל חאַצע קירזשנער האָט אַזױ שלעכט גערעדט פון אָט
דעם יאָשקען. יו |
212
-- זעצט זיך! -- מאַכט ער צום שערערי -- װאָס שטעהט
איהר?
לאָזט זיך יאָשקע ניט בּעטען נעמט בנעימותדיג אַ שטותט
און זעצט זיך אַקעגען פּאַנדרעס בּיינקעלע,. גיט זיך אַ גלפט די
אַרומגעשױרענע לאָפּעטע זיינע און זאָגט אַזױ צו זאָגען
-- אַ האַרץ אויף דיר האָבּ איך יאָ געטראָגען. אַצינד מאָג מען
דיר בּרוך-השם זאָגען. דו געהסט אַרױס פון גויעשקע הענט, קומסט
גאָר ניט אַרײן אָפּשערען זיך. ניטאָ יאָשע. געשטאָרבּען יאָשע.
לויפסטו גאָר שערען זיך אין מאַרק, שדים ווייסען צו וועמען. מיך
אַרט דען דער פּיאַטאַק? נאָר גלאַט אַזױ. מען פרעגט, מען דער"
צעהלט, אָנדערטהאַלבּען יאָהר ניט געזעהן זיך.. ניט שעף דין
שווער, עליו השלום. האָט פון מיר דוקא יאָ געהאַלטען.,
--י ס'האָט זיך עפּעס ניט געמאַכט! -- אָגט פּאַנדרע פֿאַר-
לעגען.
--- מיר קענסטו דאָך זאָגען וי אַן אייגענעם מענשעף -- רוקט
יאָשקע צו זיין בּיינקעלע נעהנטער: -- זאָג שוין דעם אמת, מ'האָט
דיך אודאי געװאָרענט האָט מען דיך, אַז איך האַלט ניט פון היינ-
טיגע אידישע בּחורים מיט זייער איינשטעלען זיך פאַרן גויעשען פּױי-
ער, אָדער פאַר די פאַרסמאָדרעטע בּאַלמעלאָכעס פון קאַכעלניע.
ווי? איז מילא חאַצע דער הינקעדיגער איז בּרוגז, מסתּמא ווייסט ער
פאַרװאָס. נאַ זלאָדזי שאַפּקאַ האַריטש *),. אָבּער דו, ר' סענדערס,
עליו השלום, אַן איידים. אויף ס כאָדקעס געהסטו ניט א
מיט אַזעלכע נפשות װי חאַצע דער קירזשנער חברסטו זיך
ניט, װי קומסטו צו דערווייטערען זיך אַזױ פון מיר.
פּאַנדרע קוקט ווידער אָן דעם אייגענעם מענשעף' מיטן
פריהערדיגען פאַרוואונדערטען קוֹק. איהם דוכט זיך עפּעס, אַז
,סכאָדקעס"? און ,,חברן זיך מיט חאַצען" האָט דער , אייגענער
מענש"? בּאַזונדערס אַ קוװעטש-געטאָן.
נאָר יאַשקעס קוקערלעך זיינען אַזױ עניוותדיג אַראָפּגעלאָזט
אונטער די אױסגעקראָכענע אויגען-פאַרטעכלעך. װי פון אַ שפּעל-
*! אױפן גנב בּרענט דאָס היטעל,
213
- טעלע. שפּאַרט. זיך. נאָר אַרוס אַ פאַרשוואומענער קוק פון אַ יאַש-
צורקע. און פון מויל, מיט די שצאָגעלסקע אונטערגעשוירענע װאָג"
'סעס, טריפען זיסע װערטער פון אַן אמתן אייגענעם מענש:
--זעהסטו... ס'איז. דאָך טאַקע אַ סך גלייכער װאָס דו האָסט
זיך מיט חאַצען ג יט געחברט. אָט אייערנעכטען בּיינאַכט האָט מען
|דעם בּעל-דבר געכאַפּט ביי זיינע מעשים-טובים. אין בּעקעל װעט
מען איהם דערפאַר ניט אַ גלעט טאָן.. און צווישען אונז ריידענ"
דיג: מ'האָט דאָך פון דעם הינקענדיגען שוין מעהר ניט געקענט אויס-
האַלטען, פרעג בּיים זשאָמע דעם סקאָרניאַק! װער האָט אויף איהם
-אָנגערייצט אַלע זיינע בּאַלמעלאָכעס:--חאַצע. פרעג בּיים קופּאַלש-
ציק: װער האָט איהם אין אַ . פינסטערען געסעל מכבּד געווען מיט
דער קוליע איבּערן. האַלז און נאַקען? --- חאַצע. אַ טענה: הלמאַל
-דעך קופּאַלשציק האָט אַמסטערדאַם דעם ;סיבּירניק" ניט געלאָ-
זען בּאָדען זיך אין קופּאַלניע. דערפאַר, הייסט דאָס, האָט זיך אַמ"
סטערדאַם דערטרונקען אין דניעפּער... און ער מיינסטו האָט מיר
געשריבּען אהובי-ידידי בּריוועלעך אָהן אַ חתימה אַז, אַז.. הכּלל
מ'עט מיך ממיתן? -- אַלץ חאַצעי |
גיט פּאַנדרע אומגדולדיג אַ הױבּ מיט די פּלײיצעס:
-- צוליב װאָס זאָגט איהר מיר דאָס אַלץ!
--- איך. זאָג דאָס, ---- מאַכט יאָשקע -- אַקעגען דעם, אַז
אַצינד, ווען גאָט האָט דיל געהאָלפען בּיסט צוריקגעקומען פון
אָסטראָג און ביסט, צווישען אונז ריידענדיג, פאַרשריבּען אַלס
איינער אַזעלכעה, װאָס האָט אויפגעהױיבּען אַ האַנט אויף אַ ,קנע"
פּעל"", איז אַ סך גליינער, זאָג איך, װאָס מיט אַזאַ צאַצקע, וי חאַ-
צע דער הינקעדיגער איז, האָסט זיך ניט געחברט, װאָרים --
- = דאָ בּלייבּט יאָשקע דער שערער אַ וויילעטשקע שטעהן, עפענט
אויף די יאַשצערקע-אויגען און קוקט אָן פּאַנדרען מיס אָזיאַ-זייט"
פאַרװאָרפענעם קאָפּ, וי דער תֹּם אין דער הגדה:
-- װאָרים... האָסט דאָך מסתּמא געהערט. װאָס אייערנעכטען,
נאָך אַרעסטירען חאַצען... װאָס מ'האָט געפונען הינטער אַ בּוים אין
פצלד?.. :
.+4
-- אַ זשאַנדאַרניק מיט אַ צעמזיקטער בֹּאַק!ּ -- העלפט איהם
פּאַנדרע קרייען מיט אַן אײנגעהאַלטענעם כּעס אויסגעמישט מיט
פאַרטאַיעטען שרעק. ער האָט דאָס האַסטיג אַ זאָג געטאָן, און אַלײן
געוואונדערט זיך דערבּיי אויף זיין קאַלטבלוטיגקייט און חוצפה,
אויף אַזאַ דרייסטען אונטערהעלפען יאָשקען, בּשעת יענעמס שלליי"
מיגע אויגלעך עס לוגען אויף יעדען ריהר װאָס ער טוט, און יע"
נעמס הינטישע אויערען שפּיצען זיך אויף יעדען װאָרט זיינעם,
כאָטש מאַכען מאַכט ער, אַז ער הערט גאָר נישט און זעהט גאָר
נישט. דאָס געזונטע נאַטור-געפיהל האָט אָבּער פּאַנדרען אונטער"
געזאָגט, אַז אַזאַ האַלטונג איז אַצינד דאָס איינציגע מיטעל ניט
אַרױסצוגעבּען זיך. אַך, יאָ: װען ניט די אבלות נאָך סענדערקען
זיין קינד, וועלכע דריקט אַזױ אויף איהם און פאַרשטאַרט דאָס
בּלוט אין די אָדערען, װאָלט ער אַזױ מאַסקירען זיך ניט געקענט,
רויט װי צונט, אָדער בּלאַס װי די װאַנט װאָלט ער געװאָרען. ער
װאָלט וועניגסטענס ניט געוואוסט וואו די אויגען אַהינצוטאָן
אַצינד קוקט יאָשקע א י ה ם אָן פאַרוואונדערט, וי ער װאָלט
פּאַנדרען, אויפן שבעה-זיצען בּיינקעלע, דערזעהן היינט צום ערשטען
מאָל.
-- צומזיקטי --מאַכט ער -- צו צומזיקען איז ניט גלייך, דו
האָסט אַ פּאָניאַטיע (אַ בּאַגריף) װאָס הייסט צומזיקט! די בּיין פון
בּאַק געבּראָכען. אַ צאָהן אין מויל איז דעם זשאַנדאַרניק ניט געבּלי-
בּען. די אויגען פאַרשוואומען פון געשווילעכץ. הען אַ פראַשק!
אַזױ לאָזט יאָשקע דער שערער אויס מיט אַ קוויטש פון באַ-
גייסטערונג, |
נאָר בּאַלד לאָזט ער אַראָפּ דעם בּאַגייסטערטען טאָן און גיט
צו, כּמעט שושקענדיג און מיט האַלבּ אָפענע יאַשצורקע-אויגען
-- דאַווען איך מיר היינט אַזױ און קלער.. ס'איז מעחר ניט
װאָס גראָד אייערנעכטען האָט פיי דיר געטראָפען אַזאַ בּיטערע
מעשה מיט דיין קינד געבּאַך. װאָרים אַז ניט --- װער ווייסט װאָס
מען װאָלט געקענט מיינען..
-- װאָס געקענט מיינען? -- פרעגט פּאַנדרע מיט פינסטערע
2315
אויגען און ריהרט זיך אויפן בּיינקעלע -- װאָס האָט דאָס צו טאָן
מיטן קינד?
--- מאַלע װאָס שונאים קענען מיינען,. -- בּויגט זיך שוין
יאָשקע דער שערער צו און שושקעט פּאַנדרען גלייך אין איער
אַרײן, --- אַזאַ פּאַטש קען געבּען נאָר איין מענש אין גאַנץ שקלאָו.
אַ פראַשק, װאָס בּרעכט איין אַ גויעשע בּיין? װאָס רעדסטו װאָס?
גאָט איז מיט דיר!,,
-- װער קען געבען?. -- פרעגט איבער פּאַנדרע װי אַ
-פאַרשטיינערטער. אין האַלז איז איהם מיטאַמאָל טרוקען געװאָרען
און שעפּטשען טוט ער וי זיין אומגעבּעטענער מנחם-אָבלניק.
-- ווער זשע אויב ניט פּאַנדרע? -- ענטפערט יאָשקע דער
שערער מיט גרויס עניוות. נאָר זיינע האַלבּ-פאַרמאַכטע יאַשצורקע-
אויגען גלאַנצען אַצינד אויף מיט זשעדנע נייגעריגקייט. די אויגען-
פאַרטעכלעך אָהן וויעס פאַרשטאַרקען נאָך דעם דאָזיגען אויסדרוק.
פּאַנדרע לאָזט אַרױס פון די נעז-לעכער אַ הייזעריגען דער"
שטיקטען בּרום, ניט אַ הוסט, ניט א זיפץ. און גאָר פּלוצלונג צינדט
זיך אָן אַ העלישער פייער אין זיינע גרויע טרויעריגע קוקערס,
אַזױ שאַרף װוערט דער דאָזיגער קוק, אַז די עניוותדיגע זשעדנעקייט
אין יאַשקע דעם שערערס אויגען געהט איבּער אין אַ דערשראָ-
קענעם פּינטלען. דער שערער הויבּט זיך אָן פּאַװאָליע צו הויבּען
פון שטול און פּאַנדרע -- פון בּיינקעלע. |
גיט פּאַנדרע אַ צוייטען כּרום, אַצינד קלאָרער און קירצער:
--- װאָס זיינט איהר אַהערגעקומען פּראַװען הינטישע שטיק?
אַרױס מיט לשון, יאָשקע!
דער דאָזיגער בּרום צעטרייסעלט יאָשקען וי אַ לעכערדי-
גען זאַק מיט ווערעמדיגע אַרבּעס, כּדי צו אָפּװענדען פּאַנדרעס
כּעס, שיט ער אַצינד גיך, גיך, וי אין אַ מעדניצע אַריין.
--- װאָס האָסטו זיך דערשראָקען װאָס? איך װועל דיר אפשף
געהן מסרן? גלױיבּסט אודאי װאָס אַזעלכע שענע מענשען וי האַ-
צע זאָגען? ער װעט שון מעהר ניט זאָגעף נאָר גלאַט אַזױי.,. איך געה
מיר פון דאַװונען --- פאַלט מיר איין: אַזױ מכבּד-זיין קען נאָר מכבּד
זיין סענדערס איידעם. נאָר וי אַזױ קען דאָס זיין. אַז דו בּיסט גאָר
316
אַ גאַנצינקען אַװענט געזעסען אין שטוב. דיין סענדערקע נעבאַך --
--- דיין עסק?
-- כ'בּין נאָר אַריין מנחם-אָבל זיין בּין איך. קלער איך: אויף
טשיקאַװעס... כ'וועל אַ פרעג טאָן. כ'מיין, מ ייר קענסטו דאָך זאָגען
װוי אַן אייגענעם מענשען. אַ רעטעניש איז דאָס דאָך. סענדערס איי"
דעם וועט זיך דאָך ניט חברן מיט אַזאַ נפש וי דער.. װוי חאַצע, אויף
זיינע סכאָדקעס געהסטו ניט, היינט וי קומסטו צו די סטראַזשני-
קעס וע... ווע... וועל.. |
ער האָט אַלע זיינע ווערימדיגע ווערטער ניט בּאַוויזען אויסצושוי-
טען. אויף דעם װאָס ס'איז פּלוצלונג געשעהן האָט זיך דער , אייגענער
מענש"" גאָר ניט געריכט. ניט ג ע ק ע נ ט ריכטען זיך פּאַנדרע זאָל
זיך דערוועגען צו טאָן אַזאַ זאַך אינמיטען שבעה-זיצען..
מיט אַ בּרום פון אַ צורייצטען לעמפּערט האָט זיך פּאַנדרע אַ .
וואָרף געטאָן. און אין דער זעלבּער רגע האָט יאָשקע דערפיהלט,
אַז ער הענגט אויף זיין אייגענעם קאָלנער, װי אַ הערינג אויף די
זשאַבּרעס, און בּאָמבּעלט אין דער לופטען מיט ביידע געפוצטע
שטיוועלעך. פון דער אױסגעכאַליעטער, אַרומגעשױרענער, אויס-
געפלאַכטער, האָר-אין-האָר אױיסגעפּרעסטער לאָפּעטע-בּאָרד וערט
גאָר אַ צעפּליאָשעטע פּאָמיעלע. און בּאָמבּלענדיג אַזױי און שטי-
קענדיג זיך אין אייגענעם קראַגען שווימט ער האָסטיג אין אַ פוס-
טען חלל, פון שטובּ אין פירהויז, פון פירהויז אינדרויסען אַ בא"
סאָווער קול בּרומט איהם דערביי אין האַלז און נאַקען , דו מסור,
דו!... אין דיין טאַטענס טאַטען אַרײן!.?' סענדעריכע לויפט נאָך,
פאַרלויפט פאָראויס אוֹן מאַכט עפּעס מיט די טרוקענע גלאַנציגע
הענטלעך. אַפּנים כּדי צו ראַטעװען איהם, יאָשקען. נאָר זי פּאָספּע-
יעט ניט. װאָרים גלייך נאָכדעם פליהט ער ערגעצואו. אָהן פליג"
לען, און גיט א פאַל אין נייעם שצאָנעלסקען זומער גאַרניטעױ
אינמיטען גאַס. אין דיקען שטויב באָבּרעט ער זיך אַ וויילע, וי
אַ פאַרזינדיגט הינטעל. אַ פירהיז-טיר פאַרהאַקט זיך הינטער
איהם. סענדערס פירהויזיטיר הפּנים.
ער קוקט זיך אַרום, צי קיינער זעהט ניט זיין שאַנד, און דער-
זעהט אַ פַּאָר בּאָרוויסע חברהשע אינגלעך לויפען צו איהם, כּדי צן
37
אָנקוקען אַבּיסעל נעהענטער, וי אַזױ אַזאַ בּכּבודיגער אויסגעפּוצטער
איד קען אַזױ פליהען און אינמיטען דרינען אַנידערפאַלען.. גאַר-
טעלט ער זיך אונטער יאָשקע דער שערער, שפּרינגט אויף און הינ"
קענדיג און אָכצענדיג טראָגט ער זיך אָפּ אין אַ שמאָלפר געסקע,
/צווישען צוויי פלעקענער-צוימען. דאָ גלייכט ער זיך אַבּיסעל אוֹיס,
! פּוצט אָפּ די. שצאָגעלסקע הויזען, גיט אַ קאַם די צעפּאַטעלטע לאָ-
פּעטע-בּאָרד אוֹן קוקט אַריבּער, איבּער די קאָליעס, צו סענדערס
הייזקע. מיט שפּאָט קוקט צו איהם אַראָפּ דער רויטער ציגעל-קוי-
מען אונטערן מיט מאָך- בּאַװאָקסענעם הויקערדיגען דעכעל, מאַכט
אויף איהם יאָשקע מיטן צושונדענעם קולאַק און מיט טיפער שנאה:
-- װאַרט, װאַרט! ווער האָט געממיתט דעם זשאַנדאַרניק? איך
וויי---ט!; | |
אין האַרצען איז איהם אָבּער קלאָר, אַז ער סטראַשעט דאָ מיט
אַ צו-געפעהרליכען געוועהר. די ערשטע װאָרנונג האָט ער שין
דאָ בּאַקומען. און ווייטער שפּילען זיך --- איז גאָר אַ גרויסע סכּנה,
מען ווייסט גאָר ניט וועמען עס קען נאָך טרעפען. פּאַנדרען, דעם
אָסטראָזשניק, צי טאַקע איהם אַלײן..
,אברעמעלע:די:געקױלעטע:קאַץ"
| 4
/אינם זעלבּען טאָג, נאָכן אַרױיסװאַרפען יאָשקע דעם שערער,
איז ווייטער געשעהן דאָס זעלבּע. װאָס מיט אַ טאָג פריהער. דהיינן;
וי נאָר מערע איז אויף אַ וויילע אַרױס פון שטובּ, האָט זיך אימיצער
אַריינגעמאַכט שטילערהייט, אָהן אָנצוקלאַפּען אין פירהיז-טיר,
אָהן אַ װאָרט צו זאָגען. דאָס מאָל איז עס געווען ניט , מאָדיע מיטן
אמת", נאָר , אַברעמעלע אָרע-מאָטעס?.
| אַ נאָז האָט ער געהאַט, אָט דער אַברעמעלע, אַ שפּיציגע. דער
סאַמע שפּיץ בּאַזאַלבּט מיט אַ גיפטיג שמייכעלע. און דוקא אין זי"
ינע אויגען איז ניט געווען קיין סימן פונם זעלבּען שמייכעלע. אַ ווייס-
ליכען פאַרשטאַרטען גלאַנץ האָבּען זיי געהאַט, די דאָזיגע אויגען.
פּונקט װוי די ווייסלען װאָלטען זיך צוגאָסען איבּער די שװאַרצ-
| אַפּלען און זיי מילכיג-געמאַכט, אַ פאַרטאַיעטע שאַרפקײט, אַ שי"
מער פון אַ האַק האָט אין זיין געדרימעלט. ניט אומזיסט האָט מען
פון איהם דערצעהלט, אַז נאָך אַלס חדר-אינגעל האָט ער איינמאָל,
'מיט אַ צוראַצטען מעסער, געשאָכטען אַ קאַץ אויפן בּרעג אָזערע.
קומט, קינדער! --. מאַכט ער צו תּלמוד-תּורה אינגלעך אין טאַ-
טענס חדר -- כ'וועל אייך, מאַכט עָר, ווייזען װי עליע דער שוחט
קוילעט אַ קעלבּעלע!..
און ווען אַלע אינגלעך זיינען זיך צולאָפּען מיט גרויס שרעק,
איז ער אַלין געבליבּען אַראָפּגעזעצט זיך אויף די ציפקעלעך
319
און מיט מערדערליכער נייגעריגקייט צוגעקוקט זיך, װי די פאַרבּלן-
טיגטע חיה װאַרפט זיך אין די טראָסטינעס און װויל ניט פּגרן
אמת, דער טאַטע זיינער, אָרע-מאָטע דער מלמד. האָט איהם
פאַר אַזאַ כּשרער שחיטה אַזױ צוקאַטעװעט, אַז אַברעמעלע האָט
דערנאָך, אַ װאָך צייט נאָכאַנאַנד, ניט געקענט ריהרען מיטן געזעס.
ס'איז אָבּער אויך אמת, אַז אַברעמעלע גופא האָט די האַרבּע שטראָף
אויפגענומען מיט ניט-קינדערשער פאַרבּיסענקייט. ער האָט אַפילו
ניט זעהר שטאַרק געשריען, בּשעתן שמייסען. וי איינער זאָגט:
,ס'האָט זיך געלוינט!?י., אַבּי איינמאָל אויסגעפירט דעם ביזען
רצון בּיזקעל סוף, ניט געשאַנעװעט א לעבעדיגע זאַך און גרויזאַם
הנאה געהאַט.. |
דער צושונדענער געזעס האָט זיך פאַרהײילט, אָבּער ניט אַב-
רעמעלעס נייגונג צו ווילדע מעשים. אַלע קינדער אין שטאָט האָ-
בּען פאַר איהם געציטערט. װאָרים דאָרטען, וואו אַנדערע אינגלעך
בּאַנוגענען זיך מיט אַ שטורך, פלעגט , אברעמעלע די געקוילעטע
קאַץיי מכבּד-זיין מיט אַ האַלבּען ציגעל איבּערן קאָפּ, וואו אַנדערע
גיבען אַ קניפּ -- קראַצט אברעמעלע אויס אַן אויג, אָדער ער רייסט
אויס אַ שטיק פלייש מיט זיינע ניט-ריינע נעגעלעך, ניטאָ קיין קאַ-
טאָװועסען ביי אַברעמעלען. היינט ווער-זשע װעט זיך מיט איהם
אָנהױיבּען? דאָס איינציגע װאָס פאַרטשעפּעטע אינגלעך פלעגען זיך
יאָ ערלױיבּען, איז אַ געשריי טאָן? , אַברעמעלע די געקױלעטע
קאַץ!* און אַנטלויפען. דאָס שענע צונעמעניש איז איהם אַזױ פאַר"
גליבּען בּיז אין די בּחורשע יאָהרען.
און ניט אָהן אַ גרונט. װאָרים צוזאַמען מיט איהם זיינען גע"
װאַקסען זיינע מעשים-טובים. מ'האָט איהם אַפילו. שפּעטער מיט
יַאָהרען, חושד געווען, אַז דאָס האָט ער, ניט-איינמאָל, פאַרשלעפּט.
חיה-שרהקען די משוגענע אין ר' ישיעלעס חורבה און געשפּילט
| זיך מיט איהר. װאָרים ס'איז געווען זעהר קשה. װאָס חיה-שרהקע
מיט איהר געבּוירען קינד אויף די הענט, פלעגט זיך אַוװעקשטעלען
אונטער אָרע-מאָטע דעם מלמדס פענסטערלאַך און צולאָזען זיך
מיט איהרע ספּעציעל-פאַרפאַסטע לידעלעך:
280
ניטשיינע האָבּ איך אַ האָב געטאָן
דאָ, אויכעט דאָ !
פוּן אַברעמעל מיטן שוועמעל
דאָ, טאַקע דאָ,
גיט קיין אינגעל, ניט קיין מיידעל
איכאַ-איכאַיכאַ.
מיט פלעקענער האָט מען זי ניט געקענט פאַרטרײיבּען. און
אַפּילו דערנאָך, ווען זי האָט שוין, װי איהר שטייגער איז, דאָס ניי-
געבּוירענע קינד אױסגעבּאָדען אין דער פערד-קאָרעטע ביי אַ ברן-
נים און דערטרונקען, פלעגט זי נאָך עטליכע טעג נאָכאַנאַנד קומען
אויסוויינען איהר משוגענע האַרץ אונטער אַרע:מאָטעס פענסטער.
לעך;
ניטשיינע האָב איך אַ בֹּאָד געטאָן
דאָ אויכעט דאָ!
נאָכן איגגעל מיטן צינגעל
דאָ, טאַקע דאָ.
משוגע איז זי טאַקע חיה-שרהקע און ניט-קלאָר. נאָר גלאָט אַזױי
אין דער וועלט אַרײן װעט זי ניט בּאַזינגען און ניט בּאַוײיגען איהר
קינד אונטער פרעמדע פענסטער, וואו מען װאַרפט איהר שערבּלעך
אין קאָפּ אַרײן, מסתּמא מוז דאָך עפּעס זיין!.. |
צו יענער צייט האָט זיך אױסגעאַרבּײיט אַ הילוך ביי , אברע-
מעלע-זי"געקוילעטע-קאַץיי, אַ ספעציעלער גאַנג פון אַ ואוילען-
יונג, וועלכער װאַרפט זיך איבּער, בּיי יעדען טראָט, פון רעכטס צן
לינקס און פון לינקס צו רעכטס. מעשה גיבּור, הייסט דאָס, ביי וועל"
כען די ערד ציטערט אונטער די פיס. כאָטש אין זיין מאָגערען בּול-
בּע-"בּלאַסען האַלז און אָרעמס האָט זיך קיין בּאַזונדער גכורה ניט
אָנגעזעהן. אינם דאָזיגען האַלבּ"געמאַכטען גאַנג, מיט האַסטיגץ
וזאַקעל-טריט, האָט זיך אָבּער דייטליך געפיהלט דער אימפּעט פון
געפאַהר-זוכעריי און דער פייער פון אַ מוראדיגער חוצפה. סאיז
281
געווען גענוג צוקוקען זיך און צוהערען זיך צו איהם איין וויילע,
כּדי צו טרעפען, אַז ניט נאָר אויף זוכען געפאַהרען אויף פאַראָטע-
נע סכאָדקעס טויג ער זיך, נאָר אפילו אַרויסצופיהרען פערד פון
פרעמדע שטאַלען קען מען זיך אויף איהם אויך פאַרלאָזען; אונ"
טערצושיסען אימיצען, אָדער אונטערצינדען . -- װאָלט ער זיך אויך
אונטערגענומען. אַבּי ס'זאָל זיין פאַרבּונדען מיט סכּנה און מיט רי"
זיקע. אַבּי דאָס אומרוהיגע בּלוט זאָל זיך װאַרפען אין בּלאַסען
קאָפּ און פּנים און פאַרשיכּורן, װאָרים איינמאָל לעבּט מען אױף
דער. וועלט!...
האָט זיך אָבּער געמאַכט אַזױ, אַז אַברעמעלע-די געקוילעטע-
קאַץי האָט זיך גראָד בּאַגעגענט מיט חאַצע-ידעם-קירזשנער. און
יענער האָט איהם אַרײנגעצױגען אין נעץ פון געפאַהר און קאָנ"
ספּיראַציע. אויפגענומען איהם אין חברה װי אַ קרומען משונהדי"
גען װאַפען פון אַ װילדען, וועלכען מ'וועט פריהער-שפּעטער קע"
נען אויסנוצען, און וועלכען מ'האָט טאַקע שפּעטער אויסגענוצטי.
מיט דעם זעלבּען ערפאָלג װאָלט , אַברעמעלע-די געקוילעטע-
קאַץי געקענט אַרינגעצױגען װערען אין שעפטעלע"גנבס גוטער
קאָמפּאַניע אויך. נאָר ס'האָט זיך ניט געמאַכט,
2:
מיט אַ פאַרטאַיעטען געפיהל פון פּריקרעקייט האָט איהם פּאַנדרע
דערזעהן בּיי זיך, אין פאַר'אבליטען שטובּ. ס'איז קודם-כּל געווען
דאָס נאַטירליך געפיהל פון אַ געזונטען פול-בּלוטיגען מענשען צו
אַ קרענקליכען נפש, מיט משונהדיגע נייגונגען, מיט צו"פריה אי"
בּערגעקאָכטער און איבּערגעזויערטער ,,יוכעיי פון אַן אויסוואורף.
אַ געפיהל פון אַ. גראַדער, עהרליכער נאַטור צו איינעם װאָס פּאַסט
זיך אָן צו אַלץ און צו אַלעמען, אַבּי געפעהרליך און אויסטערליש
זאָל עס זיין... נאָר ער, פּאַנדרע, האָט איהם אייערנעכטען געזעהן אויף
דער סכאָדקע אין דער שטובּ מיט די גרינע לאָדען. װי ער שטעהט
אַזױ, אַברעמעלע-די-געקוילעטע-קאַץ, מיט האַלבּ-פאַז רגלאָצטע מילי
22
כיגע אויגען און לעכצט נאָך יעדען װאָרט װאָס ,כעני" רעדט
אַרױס. בעני רעדט זיינע האַרגע ווערטער געגען דער מלוכח און
נגידים, און אַברעמלע שלינגט דעם גאָרגעל, נאָך יעדען געלונגע-
נעם זאַץ, מיט אַ זשעדנעקייט פון אַ שיכּור, װאָס האָט שוין לאַנג
אַבּיסעל משקה אין מויל ניט געהאַט. אָפּטמאָל האָט ער דערביי גץ-
סקאַליעט די ציין אַזױ, אַז די מאָגערע קינבּאַקען זיינע האָבּען זיך
יי איהם אָנגעשפּיצט. דעריבּער האָט שוין נח פּאַנדרע אויך אַצינד
געמוזט גובר זיין אין זיך דאָס ניט-חברישקייט און אויפנעמען
אברעמעלען אַזױ, װי אַן אבל איז בּכּוח אויפצונעמען אַ גאַסט אין
שטובּ. פאַרפאַלען! חבר איז חבר,
אָהן שום חקדמות איז אברעמעלע צוגעטרעטען צו נחן און
גיך אַ זאָג-געטאָן
-- דאָ איז ביי דיר היינט געווען יאָשקע? װאָס האָט ער דאָ
געטאָן, דער מסור?
פּאַנדרע האָט אַ הויב געטאָן איין פּלײצע;
-- כ'ווייס?.,, געקליגעלט זיך,
-- גוט, -- מאַכט אַברעמעלע -- װאָס דו האָסט איהם געץ-
געבען האַלן און נאַקען.. אינגאַנצען ניט געדאַרפט אַרײנלאָזען --
-- גיסט מסכּים? -- כמורעט פּאַנדרע אָן די שװאַרצע ברץ-
מען -- כ'דאַרף דיר אָפּגעבען חשבּון?
פאַרלירט אַברעמעלע זיין בּרייטליכקייט. ער הױבּט אָן צו
קלייבּען װערטער; |
-- פריהער ניט. נאָר... זעהסטו?... בּיסט געווען מיט אונז!
איז עפּעס אַנדערש,
-- מיט , אונזי"? -- קרימט נח אַבּיסעלע איבּער. -- פאַראַן
אַלערלײ סאָרטען , אונזי,
-- ניין, --- שלינגט אַברעמעלע אַראָפּ דעם שטאָך און דרעהט
מיטן שפּיציגען קאָפס -- גיטאָ קיין אַלערלײ , אונזיי. חכרים איז
חברים,
שווייגט מען אַ ויילע, נח זעהט בּאַשײינפּערלעך, אַז אַברע-
מעלערדירגעקוילעטע-קאַץ האָט נאָך עפּעס צו זאָגען אַז גיט צן-
2383
ליבּ יאָשקען אַליין האָט ער זיך אַריינגעמאַכט אין שטובּ און גראָד דאַי
מאָלסט, ווען. מערע איז ניטאָ.
הױיבּט אויף איהם פּאַנדרע אויף די גרויע, אָפענע אויגעף
--- ווילסט מיר עפּעס זאָגען?
אַזאַ קוק קען אַ געװעזענער גאַסען-יונג וי אַברעמעלע ניט
פאַרטראָגען, ער לאָזט אַראָפּ זיינע מילכיגע קוקערס און רעדט,
כּמעט שעפּטשענדיג: |
-- ניט , עפּעס'... כ'האָבּ היינט אינדערפריה געזעהן איינעם
פון אונזערע , בּאִיעוויקעס!י (שלעגער), װאָס האָבּען געהיט דעם
| אַרינגאַנג צו דער סכאָדקע, וייסט דאָך. האָבּען זיי מיר דער-
צעהלט ---
-- זיי --- דיר? -- הױבּט זיך פּאַנדרע אויף פון זיין שבעה"
בּיינקעלע און קוקט זיך אַרום --- ס'איז פון זיי... פון זיי... אַ חזיריי
איז דאָס! |
-- האָסט אַ טעות, --- צושמייכעלט זיך אַברעמעלעס שפּיץ
נאָז -- כ'בּין אויך אַ , בּאָיעװיק."..
ניט-װואַרטענדיג פּאַנדרע זאָל איהם גלױבּען אויפן װאָרט,
ציהט ער אַרױס פון דער טיפער פּלודערען-קעשענע אַ פּיסטאָל
און שפּילט מיט איהם אויף די קני:
--- ס'האָבּ איך בּאַקומען פון חאַצען. און ז יי אויך.
דערזעהענדיג, אַז אַזאַ כּלי האָט אויף פּאַנדרען יאָ געמאַכט
אַ שטיקעל איינדרוק, דערפיהלט אַברעמעלע אַ בּאַדערפעניש צו
כּראַבּרען זיך אַבּיסעל:
-- אַז מידאַרף אימעצען דערצעהלען יענע-מעשה, בִּין איך
דער ערשטער. אויף דער סכאָדקע איז ניט געווען מיין ,אָטשע-
רעדיי (רייה), נאָר איך קען מיר ניט מוחל זיין, װאָס איך בּין ניט
געווען מיט דיר צוזאַמען, אויבּ שוין אַזױ מכבד זיין אַן איבּערגע-
טאָנענעם , שפּיקי און אין דער פינסטער איז -- בּיזקעל סוף.. צו"
ליב װאָס איבּערלאָזען אַן עדות?
פאַרטראַכט זיך פּאַנדרע:
-- אַן עדות? ער האָט מיך ניט געקענט זעהן. פון הינטער אַ
384
דיקען בּוים האָט ער געקראָגען... כ'האָבּ נאָר מורא פאַר יאָשקע דעם
שערער, ער וייסט עפּעס יאָ, דאַכט זיך..,
-- יאָשקע? -- פון װאַנענט ווייסט ע ר?
-- דערשמעקט אַפּנים. דאָס איז ער היינט, פאַרן אָנבּייסען
געקומען אויספרעגען. אַהער געדרעהט, אַהין געדרעהט. אָזאַ
פּראַשׂק... מאַכט ער, קען דערלאַנגען נאָר סענדערס איידים, איך ---
הייסט דאָס. מיר האָט זיך אֲפילו אויסגעדוכט, אַז ער פרעגט אויס
און לאַכט פון מיר אָפּ, שפּילט מיט מיר אין בּאַהעלטערלעך. דער-
פאַר טאַקע האָבּ איך איהם אַרױסגעװאָרפען. אַזאַ פּאַרך אַ איד!
-- נאָר דערפאַר?... און דאָס װאָס ער קען מסרן?
און ניט אָפּװאַרטענדיג װאָס פּאַנדרע װעט אויף דעם ענטפע"
רען, שפּרינגט אַברעמעלע-די געקוילעטע-קאַץ אויף און ענטפערט
זיך אַלין;
-- ער װועט ניט מסרן. אַ פּיפּס, אין זיין טאַטען אַרײן, וועט
ער ניט טאָן. אַ מסור אַפּילו. לעקט אַלע , קנעפּלעך", אָבּער אַ טרוס
-- אַ נישקשהדיגער... איך געה צו איהם באַלד אין קרעמעלע.
בּיים גאָלען װועט מען זיך שױן דורכשמועסען עס האָט
שוין אַמאָל אַזױי געהאַלטען מיט חאַצע דעם הינקעדיגען. דאַמאָלס
האָבּ איך זיך מיט יאָשקען אויך דורכגעשמועסט
דאָס װאָרט , דורככשמועסען?י האָט אַברעמעלע-די געקוילע"
טע"קאַץ אַרױסגערעדט מיט אַזאַ בּאַטאָנונג, מיט אַזאַ זידענדיגען
גיפט און מיט אַזאַ מעסער-גלאַנץ אין די ווייסליכע אויגען, אַז פאַן-
דרען איז ניט-ווילענדיג דורכגעלאָפען אַ קעלטעל דורכן דוקען
ער האָט קלאָר געזעהן, אַז דאָס זיינען ניט גלאַט אַזױי װערטער,
נים נאָר אַ קאַץ, נאָר אַ אידען מיט אַ געכאַליעטער באָרד, וי ביי
יאָשקע דעם שערער, װעט ער איך קענען שעכטען פיים ברע
אַזעדע אין די טראָסטינעס, אַ בּרעם װעט בּיי איהם דערפיי ניט אַ
ציטער טְאָךיי, און ניט-קוקענדיג אויף אַזאַ + אַנטפּלעקונג, האָט זיך
פּאַנדרע פאַר זיך אַלין געוואונדערט װאָס. אין זיין שפלדיגקייט, צן
אַברעמעלעס גאַנצען מהות, מישט זיך אַצינד אַ מאָדנע דאַנקבּאַר-
קייט אויך. ער איז כּמעט וי צופרידען װאָס אַברעמעלע באַפרייט איהם
פון אַזאַ בּלאָטיגער שטיקעל אַרבּײט וי , אָנצושרעקען"... נאַ. פון
285
צוריק פון אָסטראָג (25)
דער זיט איז ער פאָרט געזיכערט. יאָשקע װעט מורא האָבּעןײײ
--- נאָר זעה, מאַכט ער, די אונזעריגע זאָל ניט צופיל בּאַלע-
בּאָטשען. פאַרשטעהסט דאָךיי |
אַברעמעלע דערפיהלט זיך אַבּיסעל האָפּערדיגער, װאָס אַזאַ
גבור וי פּאַנדרע שפּאַרט זיך אויף איהם אָן, פאַרלאָזט זיך אויף
איהם:
-- זאָלסט נאָר קיין צער ניט האָבּען נחי
ער מאַכט אַ בּאַוועגונג אַװעקצוגעהן און דרעהט זיך װידער
אום צו נח'ן. ;אַך, יאָ -- מאַכט ער -- אַצינד האָט ער זיך דער"
מאָנט. מ'האָט היינט גערעדט פון איהם, פון נח'ן.. חאַצע דער
הינקעדיגער איז ניטאָ. פאַרשפּילט חאַצען. האָט , מאָדיע מיטן
אמתיי איבּערגענומען זיין אָרט. , בּענייי האָט געמוזט שטילערהייט
צוריק אַװקפאָהרען קיין מאָהליוו, כּדי ניט צו װאַרפען זיך דאָ צור
פיל אין די אויגען.. האָט מען גערעדט דערפון, אַז ער, פּאַנדרע,
זאָל אַרין אין דער גרופּע פון די , בּאַיעװיקעסיי און מיט הוילע
הענט ניט שלאָען זיך. אַ , שפּייער!י װעט ער אויך קריגעןײ.
-- מ'וועט נאָך זעהף! -- שאָקעלט זיך פּאַנדרע אָפּ פון אַואַ
כּבוד, אַ געפיהל פון עקעל האָט ער אַלעמאָל געהאַט צו מעסערס
און פּיסטאָלען, מיט וועלכע שװאַכינקע פאַװאָפּענען זיך, וי אַ טכויר
בּאַװאָפּענט זיך מיט זיין שלעכטען ריחי. |
--- צוליבּ װאָס זעהן? -- טרעט צו איהם אַברעמעלע צו נע-
הענטער -- אַ קנאַקער איז אַ קנאַקער. ס'וועט דיר צוניץ קומען.
--- צוליבּ װאָס אַ פּיסטאָל? -- פאַרקרימט זיך פּאַנדרל --
אַז מ'וועט דאַרפען װעל איך מיר שוין אַזױ אויך אַן עצה געבעןי
--- נונו! -- גיט אַברעמעלע אַ גלאַנץ מיט די גזלנישע אוי"
גען -- ניט אַלעמאָל קען מען געהן מיט הוילע הענט.
--- װאָס עפּעס מיט אַמאָל? -- שפּיצט זיך נח אָן -- עס
בּרענט דאָך ניט. |
-- עס קען יאָ בּרענען. -- שעפּטשעט אברעמעלע געהיימ-
ניספול און ווערט פּלוצלונג אַנטשויגען. װאָרים עס דערהערען זיך
טאיט. "די פיההויז-טיר זינגט אויף, און מערע. אינגעװיקעלט
אין אוהר שטוכ-פאַטשיילע, טרעט אַריין מיט אַ מינע פון אַ מענ"
35
שען, וועמען ס'איז קאַלט, אַפילו אין אַזאַ שענעם זומערדיגען טאָג;
קאַלט פון אבלות און קאַלט פון אַ נאָגעדיגעז װעהטאָג...
3
-- װאָס האָט ער דאָ געטאָן , די געקוילעטע קאַץ? -- שטעלט
מערע אָן איהרע קאַרע אויגען אויפן מאַן, װוי נאָר אַברעמעלע געהט
אַוועק.
-- גאָרנישט, -- מורמעלט פּאַנדרע אויף זיין שבעה-ביינקע-
לע -- געקומען מנחם-אָבל זיין איז.. ער.
-- נח, נח, -- צושאָקעלט זיך מערע מיט איהר אָנגעפאַ-
טשיילעטען קאָפּ -- סודות האָסטו! מיינסט --- איך זעה ניט?
--- װאָס וילסטו, מערע? -- כמורעט זיך פּאַנדרע און קוקט
זיך אַליין צווישען די װאָלענע אבל-זאָקען -- איך האָבּ איהם גע"
רופען?
-- נעכטען ,,מאָדיע מיטן אמת, היינט -- אָט דער אויס-
וואורף. עפּעס אַלץ נייע פּאַרשױנען געהען צו דיר,
מאַכט זיך פּאַנדרע ממעװאַטע:
-- ס'אַלעמאָל אַזױ. אַז עמיצען טרעפט אַן אומגליק, שטופּען
זיך אַלע אַ קוק-צו-טאָן, אַפּילן יאָשקע דער מסור װערט אַ נאָהענ-
טער מענש..
פאַרטראַכט זיך מערע. ס'אַראַ לשון איחר נח האָט געקראָגען
זינט ער איז אַרױס פון אָסטראָג! ניטאָ קיין שלעכטס אױיף דער
וועלט אָהן אַ גוטער פּעולה. פריהער האָט נח אַ װאָרט מיט אַ װאָרט
ניס געקענט צואַמענבּינדען. געברומט האַלבע װערטער װי פון
אַ פּוסטער פאַס אַרױס. מ'האָט זיך געמוזט אַלין אָנשטױסען װאָס
ער מיינט. איז דאָס שעפטעלע-גנב געוען אַזאַ גוטער רבי?
-- פונדעסטוועגען, -- אַזױ מאַכט זי צו איהם שטיל נאָך
אַ וויילע שווייגען -- חבר זיך ניט צופיל מיט אַזעלכע פּאַרשױ-
נען. קיין גוטס און קיין כּבוד װועט דיר דערפון ניט אַרױיסקומען, זעה,
נח, איך בּעט דיך!
281
און פּאַנדרע הערט אויס און שעמט זיך אױסצוזאָגען, אַז איהם
אַליין איז לייכטער געװאָרען, ווען אַברעמעלע איז אַװעק פון שטובּ.
ס'װאָלט געווען פרעהליכער אויפן האַרצען, װאָלט ער אויפגע"
מאַכט אַלע פענסטער, כּדי אויסצולופטערען זיך און אָפּקרעכצען
אַ לאַנגיגעצױיגענעם ,, אוף!"
צוהילף איז איהם, גאָר אומגעריכט, געקומען זיידע לייזערעל,
װאָיטעק. וי אַ קיהל ווינטעל האָט אַ וועה געטאָן אין שטובּ, ווען
װאָיטעק איז אַריבּערגעטראָטען דעם שוועל. מיט זיין אונטערגע-
גאַרטעלטער זומערדיגער אויסגעגרינטער , כאַלמידע??, מיט זייַן
קאָרענער פּיפּקע, מיט זיינע מילכיג-גרינע האָר פון בּאָרד און
פּאות און מיט זיין גאַנצען אָנבּליק פון אַ מאָכיגען אַלטען פּיען. אין
אַן אָסיענדיגען װאַלד.., זיידע װאָיטעקס טונקעל-בּלויע, אַלעמאָל
פרעהליכע אויגען האָבּען דאָס מאָל געבּלאָנדזשעט, פון מערען אויף
פּאַנדרען און פון פּאַנדרען אויף מערען. ער איז עפּעס געווען ניט
מיט אַלעמען, לייזערעל װאָיטעק. פאַרשעמטערהײט איז ער אַרײג-
געגאַנגען און פאַרשעמט האָט ער אָפּגעקרעכצט,
רופט זיך אָפּ מערע:
--- װאָס קרעכצט איהר, זיידע! זעצט זיך!
זויגט זיידע װאָיטעק זיין פּיפּקע װי אַ קינד אַ סאָטקעלע. פון
די לעכעלעך, אין דער קופּערנער היטעלע פון ליולקע, שליינגלען
זיך בּלויע רויכעלעך, און פון װאָיטעקס מאָכיגע נאָזלעכֶער קריי"
זעלט זיך אַ געלבּ-ווייסער רויך. מישען זיך די רויכעלעך צוזאַמען
מיט זיין בּאָרד און פּאות, וועלכע זיינען מילכיג"גרין װי , פּוטער-
שוועמלעך". אָפּגערױיכערט אַזױי אַ ויילע, האָט ער גענומען זוכען
ווערטער, בּיז ער האָט נחן און מערען שעמעוודיג דערצעהלט, אַז
די בּאַלעגאָלעס אין צעך האָבּן היינט געהאַט אַן אסיפה. מ'האָט
גערעדט, הייסט דאָס, דערפון, אַז מזאָל איהם, פּאַנדרען אויס"
בּאָרגען אַ פערד. אויב ער וויל, איז אויף אױיסצאָהלען אויך רעכט.
מ'האָט איינער דעם צווייטען אויפגעװאָרפען, װאָס מ'האָט בּיז איצ"
טער געשוויגען. סענדערס איידים געהט אַרױס פון גויעשקע הענט
און האָט ניט קיין פּרנסה --- שווייגט מען? ס'איז סדום!.. זאַװעל,
קושקעס געוועזענער שמייסער, האָט וועלטען איינגעלעגט. אַז מ'עט
288
דאַרפען, זאָגט ער. װעט ער װערען פּאַנדרעס שמייסער, אָהן
שכירות, נאָר פאַרן עסען אַלײן, בּיז נח, זאָגט ער, װעט זיך שטע-
לען אויף די פיס. ס'איז גאַנץ פיין פון אַזאַ יונגען-מאַן װוי זאַװעל,
װאָס געהט אַליין אום אָהן פּרנסה... איז ער, װאָיטעק, געקומען זאַ-
גען נחן, ער זאָל בּיי זיך ניט אַראָטפאַלען,. װאָרים כֹּל זמן אַ מענש
לעבּט -- הע"הע, בנאמנותי. |
אַזױ האָט װאָיטעק געקליבּען ווערטער און זיינע אויגען האָבּען
זיך צובּליהט װי פיאַלקע-בּלימלעך פון קאַלטען מאָך אַרױס, און
זיין גוטער אַלטיטשקער שמייכעל האָט זיך צושיינט. אָבּער וי נאָר
מערע האָט זיך אַ וויילע אָפּנעקעהרט, איז װאָיטעקס שמייכעל אויס-
געלאָשען געװאָרען. און ער האָט געמאַכט אַ מינע, װי ער װאָלט
זיך אויסגעקוועטשט אַן אָנגעװעהטאָגט אִרט אין לייב,
-- װאָס -- מאַכט ער שטילינקערהייט -- זאָל איך דיר זאָ-
גען, נח. מיין קינד! אין די אויגען קען איך דיר ניט קוקעף
מ'רעדט, אַז ס'איז דיין סענדערקען עליו-השלום געקומען פון דער
קולאַיע... איך אַליין האָב דאָך געשטופּט דעם קינד אין מויל אַן אייג-
געטונקטען פינגער, נאָכגעטאָן די אידענעס. װעה איז מיר, וואונד
איז מיר! |
--- פאַרפאַלען, זיידע. --- טרייסט איהם פּאַנדרע און קעהרט אָפּ
דעם קאָפּ -- ד ע ר איז שולדיג, יע נ ע ר איז שולדיג. קיינער איז
ניט שולדיג. בּאַשערט אַזוֹי.,
-- אַך, נח, נח! אַזאַ וואויל קינד געווען, אַ רוהיגס. אויף מץ-
רעס הענט איז דאָס געלעגען און מיך אָנגעקוקט, קאַפּענע דו גע-
ווען. איך זיץ אַזױ בּיים לעמפּעל און דערצעהל מערען אַ מעשה.
ווינטער איז דאָס געווען. זי האָט מיך געבּעטען. און סענדערקע,
עליו'השלום, קוקט מיד אָן. אַ מענשעלע פאַר צויי קאָפּיקעס, איך
קען מיר קיין אָרט ניט געפינען. מנחם-אבל זיין בּין איך צן דיר
געקומען, און איך בּאַדאַרף גאָר אַנדערע זאָלען מיך מנחם-אבל
זי |
--- זיידע. -- שעפּטשעט נח צו מיט פאַרלאָפענע אויגען. --
לאָמיר בּעסער ניט ריידען דערפון. מערע קאָן נאָך דערהערען --
װעט ווייטער זיין אַ ,חתונהי. איהר זעהט װי זי דרעהט זיך אַרום
289
אין קאָכשטובּ? אַ גיבּורטע איז זי, מען מעג זיך בּיי איהר לערנען.
נאָר דעם ערשטען טאָג און נאַכט האָט זי געגװאַלדעװעט. כ'האָבּ
געמיינט מיר בּיידע וועלען פון זינען אַראָפּ. אַצינד זעהט נאָר, וי
זי האַלט זיך, זיפצט ניט כּלומרשט. ויינט ניט. זי טרייסט מיך
אפילו. טרייסט די שוויגער... אָבּער זי װעט דאָך מיך ניט נאַרעף
זי מיינט איך ווייס ניט צוליבּ װאָס זי לויפט הינטערן שטובּ, אין
גערטעל אַרין. זי וויינט זיך דאָרטען גוט אויס. נעכטען אַזױ. היינט
אויך אַזוֹיי. -י |
-- סענדערס טאָכטער! -- שאָקעלט-צו לייזערעל װאָיטעק --
שפּילסט זיך מיט סענדערס טאָכטער? ר' סענדער עליו השלום -- .
נאָר נח פּאַנדרע האָרכט מעהר ניט װאָס דער אַלטיטשקער
רעדט וועגען ר' סענדערן עליו השלום... ער פיהלט זיך אַצינד
מאָט און דערדריקט פון דער אומרוהיגקייט, אין וועלכער ער גע-
פינט זיך, זינט חאַצע דער קירזשנער האָט איהם פאַרבּעטען קו"
מען צו דער , סכאָדקע!י. עס איז דאָך מאָדנע! קלערט ער, -- פון
גויעשקע הענט אַרױס, אין אידישע --- אַרײן. אין מאָהליוו, אין
אָסטראָג, ניט געווען בּאַלעבּאָס איבער זיך אַליין און דאָ, בּיי חאַ"
צען מיט זיין חברה --- אויך ניט! , אַברעמעלע די געקוילעטע קְאַץי
האָט איבּער איהם אויך אַ שליטה. געװאַלד, וואוהין פיהרט מען
דאָס מיך!
ער קוקט אָן װאָיטעקן, די רויכעלעך פון זיין קאָרענע פּיפּקע,
וי ער זיצט זיך אַזױ בּנעימותדיג און שמועסט טיט זיין אַלטער
רוהיגקייט, פון די קינדערשע און בּחורשע יאָהרען. און עס גלוסט
זיך נחן צוצודריקען דעם האַרטען, צוטומעלטען קאָפּ צום , זיידענסי"
גרינליך-ווייסער באָרד, וי צו אַ קיהלען מאָך. ער זאָל איהם בֹּאַ-
רוהיגען, ער זאָל שמייכלען צו איהם... אָבּער די אינגעלשע בּיינק-
שאַפּט זיינע דריקט זיך אויס גאָר אַנדערש:
|| -- זיידע! --- שלאָגט איהם נח איבּער.
פּאַנדרע מאַכט דערביי אַ פאַרסודעטען פּנים. װאָיטעק פאַר"
| שטעהט איהם אויפן וואונק און בּויגט זיך צו איהם צו
--- ניט אַזױ צוליבּ מיר,---שעפּטשעט ער--ווי צוליבּ מערען. זי
איז דאָך אויס מענש... פאַררעדט איהר דעם צינװײיטאָג.. דער"
200
צעהלט עפּעס! זי לעקט דאָך די פינגער פון אייערע מעשותי.
לויכטען וידער אויף װאָיטעקס פיאַלקע-אויגען אונטער די
מאָכיגע בּרעמען;
-- על פִּי דין -- מאַכט ער -- טאָר מען דיר און מערען
קיין מעשות ניט דערצעהלען. אַפילו תּורה טאָר אַן אבל ניט לער"
נען. ווייל די תּורה דערקוויקט די נשמה... נאָר , איוב'' מעג מען יאַ
לערנען. איובס פּורעניות -- דאָס יאָ. /
לאָזט פּאַנדרע אַראָפּ דעם שווערען קאָפּ. ער האָט גרויס כּוח
אין די פּלײיצעס, נאָר מיט דינים קען ער זיך ניט ראַנגלען. דינים
זיינען אַלע מאָל געווען שטאַרקער פאַר איהם. דאַכט זיך קליינע
שװאַרצע אותיותקעס -- און שטאַרקערי.
-- נאָר איך, --- װישט זיך זיידע װאָיטעק די אויגען -- איף
וועל היינט עובר זיין אויף אַ דין. סענדערס טאָכטער... נישקשה, איך
נעם די עברה אויף מיר!
-- מערע! -- רופט נח, װי מען רופט א קינד פאַרזוכען אַ גו"
טע זאַך.
אָבּער מערע רופט זיך ניט אָפּ, אין קאַכשטוב איז זי מעהר
ניטאָ.
-- וואו פיסטו? --- שטעהט נח אויף און טרעט וייך אין זיי"
נע װאָלענע אבל-זאָקען. איך ווייס דאָך צוליב װאָס דו בּאַהאַלטסט
דיך בּיי דיין מאַמען אין אַלקערעל... מע-רע! גענוג װעט דיר שוין
זיין... קום אַהער בּעסער! קום, טייערינקע, אַהעך!
דרך:ארץ פאַר אַ בּער
װאָיטעקס אַ נייע מעשה
4
די מעשה װאָס לייזערעל װאָיטעק האָט דערצעהלט אין יע-
נעם פאַרנאַכט, כּדי צו טרייסטען מערען און נחן. איז געווען גאָר
אַ זעלטענע. און אַזױ האָט זי זיך אָגעהױבּעף -
--- דו קענסט דאָך, נח, דעם שענק אין אַלעקסאַנדריע, אויפן
מיטען וועג קיין אָרשע, אויפן לינקען זייט פון שליאַך? אַצינד האַלט
איהם, דעם שענק, שכנא דער למדן מיט די אָפּגעפרױרענע פיסי
און חיה זיין ווייבּ. ר' שכנא בּאַריהמט זיך בּיז היינטיגען טאָג מיטן
זילבּערנעם יעקאַטערינאַירובּעל, װאָס זיין זיידע האָט בּאַקומען פון
אַלעקסאַנדער דעם ערשטען, ווען יענער איז דאָרטען דורכגעפאָהרעןייי
איז אָט דאָס, װאָס איך דערצעהל אייך, האָט טאַקע געטראָפען
מיט שכנאס זיידע -- ר' שבּתיל, אַ ליכטיגען גן-עדן זאָל ער האָ-
בּען.
ר' שבתיל איז געווען א פייערדיגער חסיד און נאָך אַ גרעסע-
רער למדן, זאָגט מען, פון ר' שכנאן. ער האָט פון קיין זאַך ניט
געוואוסט װאָס עס טוט זיך אין שענק און אין דער בּאַלעבּאַטישקײט.
טאָג און נאַכט געזעסען און געלערענט. די גאַנצע בּריה איז געווען
הדסה זיין ווייבּ, סיי אין שטופ, סיי פיי דער סטאָיקע פון שענק
92
אין שטאָל און אין הויף. דאַוף מען איינקויפען אין אָרשע, קויפט
זי איין. אַלץ זי. אַן אשת-חיל פון אַמאָליגע צייטעף!
נאָר ווען ס'איז געקומען די צייט. מ'האָט געדאַרפט איינצאָה"
לען פּאַכטע, האָט זיך ר' שבתיל געמוזט אָפּרייסען פון לערנען און
אַרױספאָהרען צום פּריץ, אין הויפעל, אויף זיין אייגענער פוהר,
פּאַכטע צאָהלען איז ניט קיין ווייבּערשע זאַך, בּפרט -- ס'איז
אויסער הדסהן. ניט געווען אויף וועמען צו לאָזען די שטוב אַן אי"
בעריגען טאָג, און טאַקע אויך דערפאַר ווייל הדסה איז, אויסער
איהר בּריהשקייט געווען אַ אידענע אַ קראַסאַװיצע. הויך און גע"
זונט,. אַ ליכטיגער פּנים. איז מאַלע װאָס פאַר אַ משוגעת א פּריץ
קען איינפאַלען... מיט אַ פּריץ שפּילט מען זיך ניט. אַמאָליגע
צייטען!
כ'געדענק נאָך װוי היינט, איידער מ'האָט מיך אַװעקגעגנבעט
פון דער מאַמען און אָפּגעשיקט מיטן עטאַפּ, כּדי אָפּצוגעבּען מיך
פאַר אַ יון, האָט מען אין דער קצבישער שול געלאַכט אין די הויפענס.
פון דעם אַפּטײיקערס אַ חכמה, אַ גלוח און אַ לץ איז יאָניע דער אַמּ-
טייקער געווען. איז ער איינמאָל שפּעט אין דער נאַכט, בשעת אַ גרוי-
סען פראָסט, אָנגעפאָהרען מיט דער בּויד אין אַלעקסאַנדריע. דער-
זעהן הדסהן אין שענק איינע אַלײן בּיי דער סטאָיקע, האָט ער זיך
גענומען שאַרען אָרום איהר וי אַ קאָטער; געמאַכט אָנשטעלען. אז
ער איז גאָר דערפרוירען געװאָרען. , האַיהאַ, באַלעבּאָסטעצקע!
אֵייאַי, אַ פרעסטעלע, טײיערינקע!?י.. האָט זיך הדסה גענומען רו"
קען פאַרשעמטערהייט צום אויווען. ,נאָך פאַראַן --- מאַכט זי --- אין
הרובע הייסער קרופּניק,. דערלאַנגען?"
-- אַזאַ שענע אידענע, -- רופט זיך אָפּ יאָניע דער אַפּיקורס---
ר' שבּתילס אַ ווייף און אַזאַ עם-הארצקע! קיין װאַרימערע זאַך וי
קרופּניק מיינט איהר איז גאָר אויף דער װעלט ניטאָ? דוד-"המלך,
אַז איהם איז קאַלט געװאָרען אין בּעט אויף די עלטערע יאָהרען,
האָט ער, מיינט איהר, ניט געקענט דאַקאַזשען הייסען קרופניק?
מסתּמא האָט איהם אַזאַ מויד וי אבישג השונמית בעסער געװאַ"
רימט,,
293
ואָר װאָס טויגען אייך די אַלע מעשות? מ'אָגט אייך אַ קראַ"
סאַװויצע איז הדנה געווען און געפיהרט דאָס גאַנצע רעדצל /-
מִיט אַמאָל האָט מען גענומען ריידען דערפון, אַז אין די גע-
דיכטע דאַמאָלסטיגע וועלדער, צווישען אָרשע און אַלעקסאַנדריע:
האָט זיך פאַרנאַדיעט אַ בּער. דאָ אַ בּהמהלע אַװעקגעטראָגען, דאָ
אַ פאַרפּענטעט פערדעלע צוריסען. האָט מען מורא געקראָגען אַרױס-
צוטרייבּען די סטאַדע צו-ווייט אין װאַלד; און פאַרקירעווען זיך פון
שליאַך אויף אַ זייטיגער וועג האָט מען אויך מורא געהאַט. מ'האָט
אָבּער בּאַלד דערהערט, אַז דער פּריץי טאַקע דערזעלבּער פּריץ פון
געגענט, וועמען רי' שבּתיל צאָהלט פּאַכטע, האָט זיך אַרױסגעלאָזט
מיט אַ כאָפּטע יעגערס און הינט אויף אַן אָבּלאַװע, צו כאַפּען דעם
בער אַ טויטען אָדער אַ לעבּעדיגען, האָט מען זיך אַבּיסעל בּֿאַרו"
היגט. אַ גאַנצער פּלאָקענשיסער איז יענער פּריץ געװעףי /
קומט אָן אַ פרײטאָג, פאַר אָנבּייסען, ס'איז זומער. שטעהט
הדסה בּיים אויווען און קאָכט פיש אויף שבּת. ר' שבּתיל זיצט בי
דער אָפּענער גמרא און לערענט. מיט אַמאָל רייסט זיך אַרײן אין
שענק אַ פאַרסאָפּעטער פּיעטרוק, דער שבת-גוי, װאָס בּאַדינט
גויעשע דורכפאָהרער אום שבת און וועגט אָפּ היי און האָבּער פאַר
אידישע בּאַלעגאָלעס, און כּאָהרט, אַז מען דאַרף, קיין אָרשע מיט
חדסהס א צעטעלע אָפּצונעמען סחורות. היינט ראַניעצקע איז ער
טאַקע געווען אַרױסגעפאָהרען אויפן אָרשער שליאַך.
-- כאַזשאַיף! -- שרייט ער -- ראַבּין כאָלשצאַװאָי!.. או
שליאַכו נאַשאָו!י. י
ס'הייסט: באַלעבּאָס!,. דער , לייווענטענער""י רבּי!.. בּיים
שליאָך געפונעןייי 0
' דערהערט אַזאַ נאָמען --- דער , לייווענטענער'י, שפּרינּגט ר'
שבּתיל אויף פון דער גמרא און הדסה רייסט זיך אָפּ פון פיש-פענ"
דעל: וואו? װואָפ? ווען?
און פּיעטרוק, רויט און פאַרשוויצט, בּוקט זיך און בּאַלעבּאַ-
טשעט האַלבּע װערטער; ער שווערט זיך, אַז אויף אַ פּיען אין װאַלד
האָט ער דעם רבּין געפונען זיצען און האָט איהם געבּראַכט אַהער-
יידצן? .
2394
און וויסען דאַרפט איהר זיין, אַז דער , לייווענטענעריי האָט
אין יענע צייטען געהייסען ר' שלמהלע דער ליבּאַוויטשער, וועלכער
האָט כּל ימיו געטראָגען נאָר לייווענטענע מלבּושים, כּדי צו פאַר-
היטען זיך פון , שעטנזיי. פאַרן קלענסטען געמיש פון װאָל און
לאין, װאָס איז אַ גרויסער איסור.. ר' שלמהלע דער , לייווענטץ-
נעריי האָט דאַמאָלסט געשמט פאַר אַ גוטען-אידען און בּעל-מופת,
ער פלעגט זיך בּאַװוייזען אין אַ שטעטעל און פאַרשווינדען, זיין ליי-
ווענטענעם אָנטועכץ מיט דעם שמויסען שטראַימעל, סיי זומער סיי
ווינטער, האָט מען אומעטום געקענט. אפילו גויים פלעגען פאַר איהם
רייסען דאָס היטעל פון קאָפּ., פאַרשטעהט איהר דאָך אַצינד פאַר-
װאָס ר' שבּתיל איז אַזױ אויפגעשפּרוגען.
לויפט דאָך דער שענקער אַרױס, נאָכן גוי ניט-טויט ניט-לע"
בּעדיג און גלױבּט ניט די אוגען זיינע. אינמיטען אַרומגעצױמטען
הויף פון שענק שטעהט דער , לייווענטענער", זאָל געזונט זיין. זיין
פּנים לויכט אונטערן שמויסען-שטראַימעל און זיינע וייסע ליי-
ווענטענע מלבּושים מיטן ווייסען גאַרטעל לויכטען. און פון בּיידע
זייטען. װי אומעטיגע אונטערפיהרער, שטעהט אַ שמש אין שװאָר-
צען און אַ פאַרקרימטער בּאַלעגאָלע מיטן בייטש-שטעקעל אונטער .
דער פּאַכװע. נאָר ר' שבּתיל האָט דען כֹּח און צייט צו בּאַטראַכטען
זײי? אַז יעדער אבר צאַפּעלט אין איהם: , שלום עליכם, רבּי! שלום
עליכם, אידעף! װאָס שטעהט איהר אינדרויסען? איך בּין גאָר ניט
ווערט אַזאַ כּבוד, בין איך ניט..-י
2
אַריינגעפיהרט אַזעלכע דערהויבּענע געסט אין שטוב --- דער-
וויסט זיך ר' שבּתיל פונם רבינס שמש, װאָס דאָ איז געשעהן און
פאַרװאָס דער בּאַלעגאָלע איז, רחמנא לצלן, אַזױ טרויעריג: מיאיז
פאַרטאָג אַרױסגעפאָהרען פון אַ נאָהענטער שטעטעל מיט דער פוהר.
און וי נאָר די זון האָט גענומען אויפגעהן, האָט דער , לייווענטץ"
גער'!, זאָל געזונט זיין, געהייסען אָפּשטעלען דעם פערד. אַראָפּגע-
295
קראָכען,. געוואַשען די הענט אין טוי אויפן גראָז און געשטעלט
זיך דאַװנען, אַזױ װי זיין שטייגער איז, בּיחידות און מיט דבקות;
אַ שטאַם פון אַ סאָסנע-בּױים -- אָנשטאָט אַן עמוד. קוקענדיג אויפן
רבּין און אויפן שמש, האָט דער בּאַלעגאָלע צוגעבּונדען זיין פער"
דעל אָן דער זייט, אַרױסגעשלעפּט פוז שטרוי זיין פאַרשמאָלצעװע-
טען תּפילין"זעקעלע און זיך אויך געשטעלט דאַװנען.
אָבּער אינמיטען דער שטילער שמנה-עשרה, בּשעת אַלע דריי
זיינען געשטאַנען װי געפּענטעטע, - להבדיל, גראָד דאַמאָלסט האָט
דער פערד גענומען דרעהען מיט די אויערען, פּירכען און רייסען
זיך. און גאָר פּלוצלונג האָט זיך דערהערט אַ בּרום פון אַ חיה... דער
פערד האָט מוראדיג אויפגעהירזשעט. אַ ריס געטאָן דעם שװאַכען
ציימעל, ווילד צוטראָגען זיך, אַראָפּ פון שליאַך. און אַרײנגעריסען
זיך, משוגענערווייז, צווישען די בּוימער. איין טראַסק אָן אַ בּוים--
און אָפּגעשלאָגען איין האַליאָבּליע. נאָך אַ טראַסק -- אַ ראָד מיט
דער צווייטער האַלאָבּליע, און אין איין בּלויזען כאָמעט און מיט
אָפּגעריסענע לייצעס, װאָס שלעפּען זיך נאָך, איז ער פאַרשוואונדען
געװאָרען צווישען די בּוימער, איבּערלאָזענדיג הינטער זיך אַ הורבּע
בּרוכװאַרג פון װאָגעןיבּרעטער און רעדער.
דער , לייווענטענער", זאָל געזונט זיין, האָט אָבּער חס ושלום
ניט מפסיק געווען. פאַרקעהרט, דערהערענדיג אַזאַ בּרום מיט אַזאַ
טאַראַראַם, האָט ער זיך, מיט נאָך מעהר דבקות, צושאָקעלט בּיים
בּוים, ויי ביי אַ הויכען עמוד. עפּעס גאָר ניט װי בּשעת אַ סכּנה,
נאָר וי ווען אַן עם-הארץ װאָלט. הינטער איהם צו פריה אויסגע-
גאַנגען שמנה-עשרה און אָנגעמאַכט אַ טומעלי. |
קוקענדיג אויפן רבּין האָט ער, דער שמש, זיך אויך ניט דער"
וועגט מפסיק צו זיין. װיפּאַלד דער רבּי, זאָל לעבּען, האָט קיין מורא
ניט, היינט װאָס זאָל ע ר מורא האָבּען?.. האָט ער פאַקוועטשט די
אויגען און צושאָקעלט זיך וי דער , לייווענטענער"! אַלײן.
נאָר דער איין בּאַלעגאָלע, אַ פּראָסטער חי"וקים,. װי ער
שטעהט אַזױ שמנה-עשרה, איז ער אַרױסגעלאָפּען אינמיטען מיט
די תּפילין אויפן קאָפּ און אַ לאָז געטאָן זיך נאָכיאָגען און שרייעף
, אֵידאַי, דער פערד!?יי און ,אַייאַי דער װאָגען! יי
206
נאָר אין אַ פּאָר מינוטען אַרום איז שוין דערזעלבער באַליגאָד
לע געקומען צולויפען צוריק, ניט-טויט ניט-לעבּעדיג. דער ( ליי"
ווענטענער", זאָל געזונט זיין, האָט שוין גראָד געהאַלטען ביים
אויסגעהן שמנה-עשרה,
-- רבי! --- שרייט צו איהם דער באַלעגאָלע, דער עם-הארץ
-- ראַטעװעט מיך! כ'האָבּ דורך די בּוימער געזעהן -- אַ גרוי"
סער גער יאָגט זיך נאָך נאָך מיין פערד.. רבּיי
דער , לייווענטענער"י. האָט איהם, אָבּער,. דעם עם-הארץ, גע"
געבען אַ צייכען ניט צו ריידען מיט איהם בּיזקעל סוף דאַװנען. און
רוהיג,. װוי בּיי זיך אין קלויז, אָפּגעזאָגט אַלע נאָך-שמנה-עשרה
תפילות, װאָרט יי װאָרט. און דער בּאַלעגאָלע שטעהט מיט טרעה"
דען אין די אויגען און שלינגט יעדען װאָרט. ער װאַרט און קען
זיך ניט דערװאַרטען.. |
אױיסגעשפּײיט צו ,, עלינויי, אָפּגעדאַװענט -- רופט זיך אִפּ
דער , לייווענטענער"י, זכרוגו לברכה:
-- ניט געדאַרפט מפסיק-זיין, מיין זוהן!
--- רבי. --- וויינט דער פּאַלעגאָלע, -- מיין פערד.. מין
פּרנסה! זעהט װאָס פון מיין װאָגען איז געװאָרעןיי
האָט דער , לייווענטענעריי אויף דעם גאָרגנישט ניט געענטפערט,
נאָר פאַר זיך געשמייכעלט, צוזאַמענגעלײגט זיין טלית און געמאַכט:
בּים-בּאַם"בּאַם... די זון האָט איהם געשיינט אין שענעם פּנים, בּאַי
לויכטען די לייווענטענע זשופּיצע, דעם י אָפּגעלײגטען חסידישען
קאָלנער. ניט-ריידענדיג קיין װאָרט האָט זיך דער רבּי געלאָזען
געהן מיטן שליאַך צופוס. און דער שמש און באַלעגאָלע, װי די
שטומע אונטערפיהרער, פון בּיידע זייטען. אָפּגעגאַנגען אַ וועל-
כענע צוויי װיאָרסט האָט ע ד, זכרונו לברכה, זיך ווידער צושמיי"
פעלט און צוגעזעצט זיך אויף אַ פיען אָפּצורוהען. אין דער זעל-
בער רגע האָט זיך דערהערט אַ קלונג פון אַ גלעקעל. פּיעטרוק דער
גוֹי פוּן ר' שפתילס שענק איז אָנגעפאָהרען מיטן וװועגעל און אַלע
דריי, מיט גרויס כּבוד, אַראָפּגעפּראַכט אַהעך..
-- אַפּנים, -- זיפצט אָפּ ר' שבּתיל -- דער פּריץ האָט נאָך
דעם בער פארט ניט דערשאַסעןי
291
ער זיפצט נאָר אַזױ אָפּ פון יוצא וועגען. אַלע בּיינער קוועלען
אין איהם. מ'זעהט בּאַשײנפּערליך, אַז ער האָט הנאהי װאָס דער בּער
אין װאַלד לעבּט נאָך און װאָס דורך אַ פאַרצוקטען פערדעל. פון
אַן. אָרימען בּאַלעגאָלע, האָט ער זוכה געווען צו אַזאַ גדולה, דער
, לייווענטענער!! אַליין זאָל צו איהם אַראָפּקומען אין שענק. בֹּאַ-
מערקט אָבּער דער רבּי ר' שבּתילס הנאה און כמורעט אָן די ליכ"
טיגע אויגען אונטערן שמויסען שטריימעל.
3
איהר קענט אַליין פאַרשטעהן װי ר' שבּתיל און הדסה זיין
אשת-חיל האָבּען אַרומגעפּאַדיעט אֲרום אַזאַ געהױבּענעם אורח.
װאָס ס'איז נאָר געווען אין שטובּ און אין שענק האָט מען אַרויפגע-
טראָגען אויפן געדעקטען טיש צום אָנבּײיסען. פון גרויס שמחה
האָבען זיי אַפילו פאַרגעסען אָן דעם בּאַלעגאָלע, וועלכער איז גע-
זעסען אין אַ ווינקעלע מיט טרעהרען אין די אויגען און מיטן
בייטש-שטעקעלע אויף די קניע, וי איינער זאָגט: , אַרױסגעפאָהרען
מיט אַ גאַנצען פערד און מיט א נייער פוהר, און אָט װאָס פון דעם
איז געבּליבּען..."* פאַר אַזאַ פאַרגעסען האָבּען אַפּנים דער שענקער
און שענקערקע שפּעטער בּאַקומען זייער שטראָף. אַזױ וי איהר
װעט הערעזיי
הדסה די שענקערקע האָט זיך אַזױי צעװאַרימט, אַז זי האָט
אַזש אַרױפגעטראָגען אויפן טיש דעם גאַנצען פּאָלומעסוק מיט גע-
פילטע פיש, װאָס זי האָט אָקאָרשט אָנגעקאָכט. נאָר דער , לייווענ"
טענער", אַ ליכטיגען גן-עדן זאָל ער האָבּען, האָט נאָר אַ שאָקעל
געטאָן מיטן קאָפּ אויף , ניין""' און האַרבּליך אַ זאָג געטאָף ,אה
אָה.., לכּבוד שבּת!...* און אַליין ניט צוגעריהרט זיך צו אַלע גוטע
זאַכען װאָס מ'האָט איהם דאָ אָנגעשטעלט, נאָר בּאַננוגענט זיך מיט
אַ שיסעלע זויער-מילך און מיט אַ פּענעצעל קאָרענעם בּרויט. און
אויך דאָס האָט ער אַלײן ניט געװאָלט עסען, נאָר אַפריהער געבץ-
טען רשות בּיי ר' שבּתיל דעם שענקער, וי ביים בּאַלעבּאָס פון
398
טיש, דערנאָך צוגערופען דעם בּאַלעגאָלע, געהייסען איהם װאַשען
זיך און מאַכען המוציא. אָפּגעגעסען זויער-מילך מיט בּרויט, האָט
דער , לייווענטענעריי מכבּד געווען דעם באַלעגאָלע מיט , רבּוֹתי,
מיר וועלען בענשען""... איהר הערט אַ מעשה! ניט דעם שמש זיינעם
און ניט ר' שבּתילען, נאָר דעם בּאַלעגאָלע! אַלץ כּדי צו טרייסטען
איהטי. י
און גיבּ נאָר אַ קוק! מ'האָט נאָך ניט פּאָספּעיעט אָפּצובּענשען---
ערשט פּיעטרוק לויפט ווידער אַרין, מיט אַ נייער בּשורה: ,כאַ-
זשאַיף!! --- שרייט פּיעטרוק און בּוקט זיך. גיט מען דאָך איהם
אַ צייכען, ער זאָל שווייגען און װאַרטען בּיז מ'וועט אָפּבּענשעף
נאָר פיעטרוק קען זיך ניט אײנהאַלטען און שיט אויס אין איין
אָטעם, אַז דאָ אין אַ נאָהענטען דערפעל, צוויי װיאָרסט פון אַלעק-
סאַנדריע, האָט מען נאָר װאָס געכאַפּט אַ פאַרבּלאָנדזשעטען פערד.
פון װאַלד איז דער פערד אָנגעלאָפען,. אינגאַנצען בּאַדעקט מיט שוים
און מיט שטיקער קאָרע אין דער צעפּלאַנטערטער גריוע, מיט
אַ כאָמעט און מיט צוויי אָפּגעריסענע לייצעס. לויט אַלע סימנים---
דעם באַלעגאָלעס אַנטרונענער פערד,
דער , לייווענטענעריי מאַכט זיך װי ער הערט ניט. בּענשט
מיט כּונה. און קוקענדיג אויף איהם -- דער שמש און ר' שבּתיל
דער שענקער, נאָר דער בּאַלעגאָלע קען מעהר ניט בּענשען. ער
שפּרינגט אויף אינמיטען און פאַלט צו צום רבּינס פיס אין שיף"
און-זאָקען:
--- מיט אייער זכות, רבּי, איז מיין פערד גאַנץ! מיט איער
זכות!.. |
מאַכט איהם דער ,ליווענטענער" אַ צייכען ;נו, אֶה". ער
זאָל, הייסט דאָס, אויפשטעהן אוּן לאָזען אָפּבּענשען.
פאַרטיג געװאָרען מיט בּרכת המזון, זיצט אַ וויילע דער רבּי
פאַרטראַכט, און ערשט דערנאָך וענדעט ער זיך צום באַלעגאָלע
און דער פּנים לויכט ביי איהם:
-- איז דעם פערד האָט דיר דער אויבּערשטער אומגעקעהרט
און פאַרן װאָגען װעל איך דיר בּאַצאָהלעןי
599
וויינט דער בּאַלעגאָלע. -- , רבּי, וי אַזױ זאָל איך אייך אָפּ-
דאַנקען?... מיט װאָס האָב איך דאָס פאַרדינט?"
בּרוגזט זיך כּלומרשט דער , לייווענטענער" אָן
--- שאַז בּיסט מיין שליח געווען. קומט דיר על פּי די נאָר...
אינמיטען בּענשען האָסטו ניט געדאַרפט מפסיק זיין..
-- רבּי, -- פאַרשעמט זיך דער בּאַלעגאָלע -- די בּיטערע
פּרנסה... כ'בּין דאָך געווען געבליבּען בּיים בּייטש-שטעקעל..
גיט דער , לייווענטענער"" אַ מאַך מיט דער האַנט;
--- נודנו, פאַרשעמען אַן אָרימאַן איז אַ ה אַר בּ ע ר ע עבירה...
בּלײיבּען אַלע זיצען בּיים טיש און האָבּען מורא אַ ריהר צו
טאָן זיך. וועמען מיינט דאָס דער רבּי! -- גיט ר' שבּתילען דעם
שענקער אַ טיאָכקע אין האַרצען? אפשר מיינט מען דאָס איהם?
אפשר איז ער ניט יוצא געוען? נאָר דעם רבּינס שמש לאָזט איהם
לאַנג ניט טראַכטען. ער מאַכט אַ צייכען מען זאָל שווייגען. דער
רבּי. זאָל געזונט זיין, װיל עפּעס זאָגען. װוערט שטיל אין שענק.
אַ פּאַרע הערט מען ניט. און דער קול פון , לייווענטענעם"" קלינגט
אויף, וי אַ יום-טובדיגע הפטורה:
-- גרויס איז די מצוה פון הכנסת-אורחים.. נאָר דער צער
פון אַ אידען, װאָס בּלייבּט אָהן פּרנסה, איז אַ העכערע זאַך... המ...
חמ.,. װי גרויס דער פראָסט זאָל ניט זיין, טאָר מען ניט װאַרימען
די הענט בּיי אַ שרפה! אידען בּרענען.. מ'קומט דערפאַר אִם..
שטעהט הדסה די שענקערקע בּיי דער סטאָיקע מיט אויסגע-
גלאָצטע אויגען און ר' שבּתיל אַליין זיצט ניט-טויט ניט-לעבעדיג,
שוין צו גרויס איז געווען זיין הנאה װאָס דער , לייווענטענער"
איז אַרײנגעפאַלען צו איהם אין שענק. ער האָט זיך אַפילן ניט אומ-
געקוקט אויף קיינעם. פון גרויס פרייד געלאָזען שטעהן דעם אַרי-
מען נאַלעגאָלע אָן אַ זייט, בּיז דער רבּי אַליין האָט זיך דערמאַנט
אָן איהם און גענומען רשות צו טיילען מיט איהם זיין שיסעלע
זויער-מילך. װעט עֹר דערפאַר מוזען אָפּקומען?
נאָך קיין סך צו קלערען און תּשובה צו טאָן אויף אַן אָרט לאָזט
מען איהם גיט. דער , לייווענטענעריי' רעדט וייטער, און עפּעס
גאָרניט צו דער זאַך; |
200
-- און פאַראַן מינים חיות -- זאָגט ער -- געהען זי אויף
צוויי פיס, װי אַ מענש, להבדיל. בּערען, למשל. זיינען דאָס פאַר-
לאָרענע נשמות, גאָט זאָל אונז שומר ומציל זיין. גלגולים זיינען
דאָס, װאָס לויטערען זיך אַ צווייטען מאָל אויף דער ועלט אין גע-
שטאַלט פון אַ חיה. גאַרען זיי, אַזעלכע חיות, מ'זאָל זיי מהנה זיין
מיט אַ שטיקעל חלה, מיט אַ טראָפּען משקה װאָס איז איבערגע-
בּליבּען פון קידוש. אַזױ זיינען זיי מתקן זייער נשמה...
פאַרטראַכט זיך דער רבּי אַ וויילע, און אַלע זיצען אין אימה
און װאַרטען װאָס דער רבּי װעט ווייטער זאָגען.
כאַפּט זיך פּלוצלונג אויף דער , לייווענטענער"יי און גיט זיך
אַ װענד צו ר' שבתיל דעם שענקער, קוקט איהם אָן זעהר שאַרף
און רעדט צו איהם, װי ער װאָלט איהם געװאָרענט;
--- דרך-ארץ, ר' שענקער! דרך:ארץ פאַר אַ בער!
-- רבּיניו, -- בּלייבּט ר' שבּתיל אַ פאַרציטערטער --- װאָס
מיינט איהר דערמיט?... װאָס דאַרף איך טאָן?
נאָר דער , לייווענטענער" ענטפערט ניט מעהר. ניט געווען
זיין שטייגער צו ריידען אַ סך, מאַכען פּירושים. ער שטעהט אויף
פון טיש, ווינשעוועט די בּאַלעבּאַטים פון שענק אַ כּשרן שבּת, גיט
אַ קוש די מזוזה און לאָזט זיך געהן אינדרויסען,
אין הויף שטעהט שוין געשפּאַנט ר' שבּתילס פוהרעל מיטן
בּאַלעגאָלעס אַנטרונענעם פערדעל, וועלכען מ'האָט אָפּגעבּראַכט פון
נאָהענטען דאָרף. בּיז קאָפּוסט האָט ר' שבּתיל אױסגעבאָרגט זיין
פוהר, וואוהין דער , לייווענטנער"י פאָהרט צו זיינע קרובים, די
שניאורסאָנס, האַלטען שבּת. שטעהט אַזױ ר' שבּתיל בּיים אַרױסבאַ-
גלייטען דעם רבּין און ווייסט ניט צי האָט ער יוצא געװען פאַר
זיינע געסט, צי ניט? צי האָט איהם דאָס דער , לייווענטענער"" גע-
כּענשט, צי חס-ושלום געשאָלטען? אפשר ביידע זאַכען צוזאַמען.
נאָר איין זאַך װוייסט ער אויף געוויס. אַז מ'האָט איהם געװאָרענט
פאַר אַ בּעךר..
און דאָ ענדיגט זיך דער אַרינפאָהר צו דער מעשה. און די
אמתע מעשה הױיבּט זיך ערשט אָן
201
צוריק פון אסטראָג (26)
| בּערישע. קוּנצען
1 יי
געהען אַריבּער אַ פּאָר חדשים זינט דער , לייווענטענעריי רבּי
האָט בּאַזוכט ר' שבּתילס שענק. ס'ווערט ימים-נוראימדיג און
ס'קומט אָן די צייט איינצוצאָהלען חכּירה"געלט דעם פּריץ. רייסט
זיך אָפּ ר' שבּתיל פון דער גמרא, טוט אָן די שבּתדיגע זשופּיצע און
איבּער דער זשופּיצע --- אַ פּראָסטע כאַלמידע, דער אַטלעסענער.
בּנד זאָל ניט פאַרשטױבּט ווערען אונטערוועגס. הדסה זיין וויב
פאַרנעהט איהם אין אַ לייווענטענעם זעקעלע די - אַפּותּיקו, טוט אָן
ר' שבּתיל די לייווענטענע טאָרבּעלע אויפן האַלז אונטערן העמד,
לאָזט אַראָפּ די שפּיצען פון בּרייטען חסידישען קראַגען, גאַרטעלט
זיך אונטער און זעצט זיך אַריין אין פּיעטרוקס אױסגעבּעטען
װאָגען.
פאָהרט ער אַזױ דורכן װאַלד אויף אָרשע. ס'איז שוין אַפילו
סוף-זומער, נאָר דער װאַלד איז אַ װאַלד. די סאָסנעס שמעקען מחיהדיג,
אַ גאַנצען זומער קוקט דאָך ר' שבּתיל ניט אָן די ליכטיגע וועלט.
טשוכעט ער זיך אַצינד אויס. און אַלץ װאָס ער זעהט איז איהם
א חידוש. שטעהט אַן אַלטע יאָדלע. וואונדערט זיך ר' שבּתיל װי
זי װאַקסט, אָט פון דעם מאַכט מען דאָס פּאָמיעלעס? פרעגט ער
בּיי פּיעטרוקן. , פון דעם כאַזאַשאַין! שאָקעלט צו פּיעטרוֹק. און ר'
שבּתיל דאַנקט דעם אויבּערשטען װאָס ער האָט בּאַשאַפען אַזעלכע
פּאַרטיגע גרינע בּעזימער. פּשוט משיחס צייטען! און װי, אַ שטייגער,
102
װאָלטען דאָס אידישע בּאַלעבּאָסטעס אויסגעקעהרט דִי אָנגעהייצטע
אויווענס אויף בּאַקען חלות, ווען ניט אַזעלכע פּאָמיעלע-בּוימער!
דערזעהט ער אַ װעוויערקע שפּרינגט. פרעגט ער ביי פּיעטרוקף
װאָס דאָס איז פאַר אַ מין חיה אַזאַ? זי בּייסט זיך? ניין, נייף --
מאַכט פּיעטרוק --- ס'איז אַ פייעלע, אַ גאָטס בּאַשעפעניש, קנאַקט
ניסלעך בּעסער װי אַ מענש!." ווערט ר' שבתיל ווייטער נתפּעל,
פאָהרט מען אַריין אין : אָפּגעפאַלענע געלבע בּלעטער פון בּער-
יאָזעס. פּאַדיעט דאָרטען אַרום עפּעס אַ גרויסע פעטע מױז מיט
שטעכיגע האָר װוי אויף אַ. קיילעכדיגען לאָמפּ-בּערשטעל. דער"
הערט דעם גלעקעל פון פוהר. קנוילט זיך די חיה צואַמען. דער-
שרעקט זיך ר' שבּתיל: זעה, זעה פּיעטרוק! און װאָס איז דאָס? , דאָס,
כאַזשאַין, איז אַ יאָזש?! (אַ שטעך-חזירל) אַ-אַ... װאָס? דערשרעקט
זיך ר' שבּתיל נאָך מעהר, אַ יאָזש איז דאָך אַ מוראדיגע חיה...
אַז אַ , יאָזשי איז אַ מסוכּנדיגע חיה ווייסט ר' שבתיל פונם
קאָפּוסטער מגיד, וועלכען ער האָט ניט-אײינמאָל געהערט דרשח"
נען ימים-נוראים-צייט, דער קאָפּוסטער מגיד גיט אַלעמאָל אַ משל
אַקעגען יצר-הרע, אַלעמאָל דעם זעלבען משל. אַמאָל, מאַכט דער
קאָפּוסטער מגיד, איז געווען אַ גרויסער מלך. האָט דער מלך צו"
זאַמענגענומען אַלע זיינע יעגער, אַלע זיינע הינט. אַלע ביקסען
און האַרמאַטען און פּיסטאָלען און פּיסטאָלעטלעך און אַרױסגעלאָזען
זיך אין פינסטערען װאַלד כּדי צו שיסען -- אַ , יאָזש..
אָבּער פּיעטרוק, דער שענק- גוי, לאַכט גאָר פון דער דאַזיגער
חיה. חוזק'חזקות מאַכט ער פון ר' שבתילס שרעק. ער שטעלט
אפילו אָפּ דעם װאָגען און קיצעלט דעם צוזאַמענגעקנוילטען , יאָזש"
מיטן בּייטש-שטעקעל. ,אַ טינוף אַ חיה!י? אַזױ בּאַרוהיגט ער ר'
שבּתילען. , שטעכט זיך נאָר אַבּיסעל און איז פול מיט פליי.. נאָר
ציגיינער עסען אַזאַ מיאוסקייט,. לעגען איהם ארום מיט פייכטען
ליים און בּראָטען איהם אויפן פייער, די ניעכריסטען. טפױייי
צושמייכעלט זיך ר' שבּתיל אין זיין בּאָרד אַריין און אויפן
האַרצען װוערט איהם פרעהליכער: מילא, איז דער קאָפּוסטער מגיד
ניט אַזױ בּאַהאַװוענט אינם ענין פון װאַלד-חיות.. אַבּי דער משל
טיטן יצר-הרע קומט בּיי איהם גוט אַרױס. אַזױ װוי דער גרויסער מלך
403
האָט צוזאַמענגענומען אַלע יעגערס און בּיקסען און האַרמאַטען און
פּיסטאָלען און פּיסטאָלעטלעך, כּדי צו שיסען דעם יאָזש, אַזױ זאָלען די
מאַנסבּילען מיט זייערע תּפילות און די װײיבּער מיט זייערע תּחינות
צוזאַמעננעמען זיך און דערשיסען דעם יצר-הרע.. אַן אַנטיק אין
דער וועלט! אַצינד איז דאָך טאַקע ימים-נוראים-צייט, װאָלט אַ סך
גלייכער געווען, ער, ר' שבּתיל, זאָל בּלייבּען זיצען בּיי דער גמרא,
איידער פאָהרען איבּער וועלדער און צוקוקען וי אַ ,יאָזש" בּאָב-
רעט זיך אין פוילע בּלעטער. נאָר װאָס זאָל ער טאָן, אַז גראָד אין דער
זעלבער צייט קומט אַלעמאָל אויס צו צאָהלען פּאַכטע. דער פּריץ איז
אַצינד אויף זיין אימעניע. אַלע תּבואות קומען אַריין אין די שפּייכ"
לערס. גיט ער אומעטום אַכטונג דער פּריץ. נעמט צו, צאָהלט אויס,
ניט װוי די היינטיגע פּריצים, װאָס הולטאַיעװען אַ גאַנצינקען יאָהר
אין פּײיטערבּאַרגײ.
פאָהרט אַזױ אָפּ ר' שבּתיל אַ פּאָר װיאָרסט און שעפּט נחת ניט"
ווילענדיג. וויל זיך אַרײנטאָן אין פרומע מחשבות און די עולם-הזה
קריכט, אַזױי-צו-זאָגען, פון אַלע שפּאַרונקעס. ער ויל. טראַכטען
פון תּשובה-טאָן. פון לערנען אַן איבּעריגען בּלאַט גמרא, און עס
שטעלט זיך איהם גאָר פאָר װי ער' װעט דאָס אָפּצאָהלען פּאַכטע
בּיים פּריץ אין קאַנטאָר, װי ער װעט שטעלען בּראַנפען דעם
פּריצס משרתים, װי ער װעט איבּערנעכטיגען אין אָרשע, און מאָר"
גען נאָכן דאַװונען איינהאַנדלען װאָס מען דאַרף אויף די ימים-טובים.
שיכעלעך די קינדער און הדסהן אַ זיידען טיכעל מיט טערקישע.
קווייטען. שוין לאַנג אַז זי בּעט בּיי איהם אַזאַ טיכעלי.
2
נאָר עפּעס גאָר פּלוצים אינמיטען אַזעלכע מחשבות: טרראַך!
דאָס פוהרעל טוט זיך אַ זעץ אָן אַ גרויסען שטרויכעל אינמיטען
שליאַך, צעהאָצקעט זיך און בּויגט זיך אָן אויף אַ זייט. זידעלט זיך
פּיעטרוק אויס, אויפן גויעשקען שטייגער, אין דער מאַמען אַרײן
און אין דער מאַמעס-מאַמען אַריין און קוקט אַראָפּ פון קעלניע.
4
דערזעהט ער, אַז איין הינטערשטע ראָד האָט זיך אַראָפּגעגליטשט
פון אַקס. דער פאַרדיעגעכצטער אייזערנער שפּונט איז ערגעצוואו
אַרױסגעשפּרונגען... ער קוקט זיך אום, אָן װאָס דער װאָגען האָט
זיך דאָס אַזױ געקענט אָפּקלאַפּען און בּלייבּט זיצען מיט אַן אָפּעַי
נעם מויל.
-- װאָס איז געשעהן? -- פרעגט ר' שבּתיל.
און פּיעטרוק קואַצט זיך אין פּאַטילניצע און דבּרט:
-- דער , פּיעןי, טריאַסצאַ ' יעהאָ מאַטערײ יענער דערזעלבּער
פּיען, אויף וועלכען כ'האָבּ געפונען זיצען דעם לייווענטענעם ראַבּין
דיינעם!י.
בּליינט ר' שבּתיל זיצען אין װאָגען אַן ערשטוינטער. אַ פרעס"
טעל געהט איהם דורכן רוקען דורך. ער גלױבּט ניט די אייגענע
אויערען זיינע. און פּיעטרוק איז זיך דערויילע:װאָס מטריה,
קריכט אַראָפּ און זוכט דעם אייזערנעם שפּונט. ער געפינט איהם
בּיים סאַמע פּיען, אָן וועלכען מ'האָט זיך אָקאָרשט אָנגעקלאַפּט.
בּורטשענדיג טוט ער אָן די ראָד, פאַרשטאָפּט די לאָך אין אַקס און
לאָזט זיך ווייטער פאָהרען. מען פאָהרט אָבּער ניט אָפּ קיין צוי
מינוט ערשט -- האָפּ: אַ נייע צרה. דער שװערער כאָמעט אויפן
פערדס האַלז עפענט זיך אויף און די דוהע מיטן גלעקעל מיט בּיידע
האַלאָבּליעס שטעלען זיך דיבּאָם. צעזידעלט זיך ווייטער פּיעטרוק.
לאָזט אויס דעם פּוערשען כּעס צום פערדס קאָפּּ , קאָליבּ טאַביאַ
פראַנצי!?י און , קאָליב טאַבּיאַ װאָווקי זאיעלי!,.?*) נאָר װאָס איז
דער פערד שולדיג? שטעהט ער, נעבּעך, אַ פאַרפּלאַנטערטער און
פירכעט, װי מ'װאָלט איהם געווען מכבּד-זיין מיט שמעק-טאַבּאַק.
איז זיך פּיעטרוק מיט זיין אייגענעם כּבוד װידער אַמאָל מטריח,
ער קריכט אַראָפּ פון װאָגען און טאַפּט אַרום דעם אויפגעעפענטען
כאָמעט. דערזעהט ער, אַז די אייזערנע שרויף אין פאַרשלאָס איז
ניטאָ. אַרױסגעשפּרונגען ערגעצוואו. הױיבּט ער זי אָן צוֹ זוכען
אויפן שליאַך. ניטאָ. געה זוך אַ נאָדעל, הייסט דאָס. אין שטרוי!
ווערט שוין ר' שבּתיל אונגעדולדיג: , װאָס, פּיעטרוק, מיר פאָהרען
") פּראַנצען זאָלסטוּ האָגען, וועלף זאָלען דיך אויפפרעסען!
405
צום פּריץ אין הויפעל, צי מיר פאָהרען ניט!,. אינדערהיים געדארפט
אַרומזעהן זיך!.י' בּורטשעט פּיעטרוק פון עפּעס אַ , ניעטשיסטיא"
סילאַ!" אין װאַלד, גיט אַ מאַך. מיט דֶער פאַרדיעגעכצטער לאַפּע אויף
דער פאַרלאָרענער שרויף און נעמט זיך בּינדען דעם כאָמעט מיט
אַ שטריקעל. ער פאַרבּינדט ווייניט-איז, פּלאָנטערט אויף דעם גע"
שפּאַן און דרעהט מיטן קאָפּ, װאָס פאַר אַ צורה האָט אַ כאָמעט
װאָס איז אַזױ פאַרבּונדען. מעשה פּאַרטאַטש? און וי לאַנג װעט דאָס
האַלטען? און דאָ איז נאָך דער , כאַזשאַין" חושד, אַז ס'איז זיין
שולד... פאַר גרויס פאַרדרוס גיט זיך פּיעטרוק אַ שטעל-אויף אין
װאָגען, צעפאָכעט זיך מיט דער בייטש איבּערן פערדס רוקען און
גיט מיט כּוח אַ ציה בּיידע לייצעס. דער פערד גיט זיך אַ ריס פון
אָרט. אָבּער מיט איהם צזאַמען רייסט זיך איבּער אַ לײצע. דער
פערד גיט ניט-ווילענדיג אַ טראָג אָן אַ זייט און פאָהרט אַריין בּיז
איבּער דער דוהע צווישען צוויי סאָסנעס. ניט אַהער ניט אַהין,
לאָזען זיך פיי פּיעטרוקן אָפּ בּיידע פּויערשע הענט. ,ניע
ק'דאָבּרו העטאַ!?" (ניט צום גוטען איז דאָס) שאָקעלט ער מיטן
קודלאַטען קאָפּ און דרעהט זיך אויס צום בּאַלעבּאָס, כּדי צו הערען
װאָס ער װעט דערצו זאָגען. דערזעהט ער, אַז יענער זיצט גאָר מיט
אויסגעגלאָצטע אויגען און קוקט, וי אַ בּאַנומענער. אין די בּוימער
אַריין, איבּערן פערדס קאָפּ.
-- טשאַהאָ? --- דערשרעקט זיך פּיעטרוק -- װאָס קוקסטו
אַזױ, כאַזשאַין?
-- אָט דאָרטען! -- שטאַמעלט ר' שבּתיל -- עפּעס אַ ווייסע
זאַך! דער , לייווענטענעריי' שטעהט דאָרטען..
צלמט זיך פּיעטרוק איבּער און כאָפּט אַ קוק,
--ס'איז ניט דער לייווענטענער, כאַזשאַיף -- מאַכט ער --
ס'האָט זיך דיר אויסגעדוכט. אַ בּעריאָזקעלע איז דאָס אַ וייסינקע,
פאַרבּלאָנדזשעט אַהער צווישען די סאָסנעס -- גאָטס בוימעלע..
| -- בּיסט גערעכט, -- זיפצט ר' שבּתיל אָפּ -- אַצינד זעה
איך אויך. ס'איז טאַקע אַ בּעריאָזקעלע איז דאָס... פאָהר, פּאָהר!
קראַצט זיך פּיעטרוק אין פּאַטילניצע:
-- זעהסט דאָך װי דער שלימזל דער געפּאָדקאָװעטער איז
200
פאַרקראָכען. אַ האַלבּע שעה ועט איצט געדויערן אױסשפּאַנען און
אײינשפּאַנען.. װוילסטו טאַקע פאָהרען?. יי
שווייגט ר' שבּתיל און טוליעט זיך אין זיין , דעליע"י. עפּעס
װי אַ קעלט װאָלט איהם דורכגענומען.. רעדט צו איהם פּיעטרוס
אַודי+ | |
--- פאָלג מיך, ,כאַזשאַין". לאָמיר זיך בּעסער אומקעהרעןי
וװועסט מאָרגען בּאַצאָהלען דעם פּריץײי
וואונדערט זיך פּיעטרוק, ר' שבתיל זיין בּאַלעבאָס -- ניט
נאָר ער שרייט אויף איהם ניט אָן פאַר אַזאַ עצה, נאָר ער קריכט
אַליין אַרױס פון װאָגען. װאַרפט פון זיך אַראָפּ די װאַרימע , דעליע""
און בּלייבּט שטעהן אין דער אַטלעסענער זשופּיצע, און גיט אַ טאַפּ
די טאָרבּעלע מיט געלט אויפן האַרצען
-- גאָ. -- מאַכט ער נאָך אַ וויילע טראַכטען -- אָהן מיר
ווצט דיר גרינגער זיין אויסצוקערעווען, און מיר װעט אָהן דער
דעליע גרינגער זיין צו געהן. די פּאָר װיאָרסט צוריק אַהיים װועל
איך שוין בעסער געהן צו-פוס. וועסט פאַרטיג װוערען מיטן שפּאַןי
וועסטו אונטערפאָהרען און מיך נעמען. דאָבּרע?
--- דאָבּרע, --- מאַכט פּיעטרוק -- געה געזונטערהייט, פֿאַי
זשאיף גלייכער אַזי | יי
3
הויבּט אויף ר' שבּתיל זיינע פיס אונטער דער שבתדיי
גער זשוטיצע און לאָזט זיך געהן מיטן שליאַך אויף צוריק אַהיים,
ער שפּרייזט אַזױ און טראַכט, װוי אַזױ האָט ער געקענט אַזאַ טעות
האָכּען? ער געדענקט דאָך גאַנץ קלאָר, וי צוויי. פּלאַסע הענט אין
בּרייטע לייווענטענע אַרבּעל האָבּען זיך אויסגעשטרעקט דעם פאַר"
לאָפּענעם פערד אַנטקעגען. און פּלוצלונג איז גאָר דערפון גע-
װאָרען אַ בּעריאָזקע. אַן איין איינציגע בּעריאָזקע צווישען געדיכטע
מאָסנעס. אַ זעלטענע זאַך!יי
געהט ער אַזױ אָפּ אַ װױאָרסט, אָנדערטהאַלבּען װיאָרסט. און
207
קוקט זיך אַ פּאָר מאָל אום. אפשר פּאָהרט שוין אונטער פּיעטרוק
מיטן פאַרריכטען געשפּאַן און נעמט איהם אין װאָגען אַרײן? פּיעט-
רוק פאָהרט ניט. , װאָס קאַפּאַשעט ער זיך דאָס, דער ערל, אַזי
לאַנג? וואונדערט זיך ר' שבתיל. אפשר גאָר שטעלען זיך דאַוונען
מנחה? פּינו-לבּינו װעט ער אָנפאָהרען.."י נאָר קיין געדולד איז
ניטאָ. אַן אומרוהיגקייט טאָרעט ר' שבּתילען. ער קען זיך ניט דער-
װאַרטען. ער וויל װאָס גיכער זיין אינדערחיים. שפּרײיזט ער און
וואונדערט זיך אַליין אויפן כּוח פון געהן אין זיינע פיס. ער איז
דאָך גאָרניט געוועהנט דערצו. װי קומט אַ לערנער צו געהן אַזױי
ווייט? און דאָ -- ניט נאָר צוריק אויף אַלעקסאַנדריע, בּיז קאָפּוסט
װאָלט ער אַװעק אין איין אָטעם. אַן אימפּעט טראָגט איהם,
און קיין גאַנצע שעה געהט ניט אַריבּער און ר' שבּתיל קומט
אָן צוריק אַהיים, ניט מעהר װוי דריי װיאָרסט האָט פּיעטרוק פּאָספּע-
יעט אָפּצופאָהרען.
דערזעהט איהם הדסה דורכן פענסטערל פון שענק און לויפט
אַרױס ניט-טויט ניט-לעבעדיג, פאַרשיט איהם מיט שאלות,
אַ אידענע! |
-- שבּתיל גאָט איז מיט דיר! װאָס האָט פּאַסירט! דאָס געלט
איז גאַנץ? און וואו אין פּיעטרוק? / |
דערצעהלט איהר ר' שבּתיל די גאַנצע מעשה. וי דריי מאָל
האָט זיך דער װאָגען געמוזט אָפּשטעלען. לסוף האָט זיך איהם דער
,לייווענטענער"" מתדמה געווען צווישען די בּוימער, כזאָג דיך,
פאַרענדיגט ר' שבּתיל, דאָס האַרץ קלאַפּט מיר נאָך אַצינד,,.
-- און איך און די קינדער -- רופט זיך אָפּ הדסה --- האָבּען
דאָ אויך געהאַט אַ שרעק... װאָס זאָגסטו עפּעסי
-- דו אויך?
-- אַ בער מיט אַ ציגיינער זיינען דאָ געווען. געבּעטען זיך
נעכטיגעןף. י |
-- נו?
-- נו"נון האָבּען זיך די קינדער איבּערגעשראָקען. קולי-
קולות געמאַכט,
ווערט ר' שבּתיל אונרוהיג;
109
-- וואו"זשע זיינען זיי, דער ציגיינער מיטן בּער. הייסט דאָס?!
-- גאָט צו דאַנקען אַװעק. פּטור געװאָרען. כ'האָבּ פאַר"
ריגעלט די טיר און געבעטען אַװעקגעהן
שפּרינגט אויף ר' שבּתיל. בּאָרד און פּאות טרייסלען זיך איהם;
-- אידענע! -- שרייט ער -- אַ מאָדנע אשה װאָס דו ביסט,
האָסט שוין פאַרגעסען װאָס דער , לייווענטענער", זאָל לעבען, האָט
אונז אָנגעזאָגט? , דרך-ארץ פאַר אַ בער!.יי װי קענסטו אָפּטאָן אַזאַ
זאַך? |
-- אִי וועה מיר ניט געשעהף -- גיט הדסה אַ פּאַטש מיט ביי-
דע הענט -- ס'איז מיר גאָר פון קאָפּ אַרױס..
-- וואוהין זיינען זיי אַװעק? -- קאָכט זיך ר' שבּתיל --
ווייז, ווייז! אין וועלכער זייט?
שטאַמעלט הדסה אַ דערשראָקענע:
--- אויף... אויף קאָפּוסט דאַכט זיך, אינגאַנצען אַ פערטעל שעה
אַז זיי זיינען אַװעק... מיט דער פוהר װאָלט מען זיי נאָך געקענט
אָניאָגען
נאָר ר' שבּתיל חסיד װאַרט ניט בּיז פּיעטרוק װועט אָנפאָהרען.
מאַט און פאַרשװויצט, װוי ער איז, לאָזט ער זיך לויפען מיטן שליאַך
אויף קאָפּוסט. דעם רבּינס װאָרט איז איהם טייערער וי זיינע פיס
און זיין אַטלעסענע זשופּיצע. ער קוקט אַפילן ניט, װאָס אין װאַלד
הויבט אָן טונקעלער צו ווערען. אַן אַנדערש מאָל, פאַרנאַכט, װאָלט
ער זיך ניט דערוועגט צעהן קלאַפטער אָפּצוגעהן פון שטוב. נאָר
דאָ טראָגט איהם די התלהבות. ער האָט פאַר קיין זאַך קיין מורא
ניט. אי װאָס. ער װועט דאָך פאַרשפּעטיגען מנחה? װעט ער צו
מעריב שטעהן צוויי שמונה-עשרהס. ניט אומזיסט, הייסט דאָס,
האָט זיך די ראָד אַראָפּגעגליטשט, דער כאָמעט אויפגעבּונדען זיך,
די לייצע געריסען זיך. און גראָד אויף יענעם אָרט וואו פּיעטרוק
האָט אַמאָל געפונען דעם , לייווענטענעם" אויף אַ פּיען אַצינד
ווייסט ער, ר' שבּתיל, אַז די בּעריאָזקע איז טאַקע קיין בּעריאָזקע
ניט געווען. ניין, ניין!? ס'האָט זיך איהם ניט אויסגעדוכט. ער
האָט בּעסער געזעהן ווי דער ערל. דער רבּי, זאָל לעבּען, אַלין
האָט דאָס איהם אָנגעװיזען ער זאָל זיך אומקעחרען צוריק, מקיים
209
זיין די מצוה פון הכנסת אורחים. מתקן זיין די נשמה פון אַ זינדי"
גען,- װאָס איז מגולגל געװאָרען אין אַ בּער, מיט אַ סקאָרינקע פון
שבּתדיגע חלה, מיט שיריים פון שבּתדיגען קידוש-בּראָנפען
4
אין יענער צייט, דאַרפט איהר וויסען, זיינען װאַנדער-בּערען
ניט געווען קיין זעלטענע זאַך. אין אונזערע מקומות פלעגען זי
אַרומפיהרען אַלטע ציגיינער אויף אַ קייט. איין עק פון קייט איז
געווען צוגעשמידט צום אייזערנעם רינג אויפן בּערס העלזעלע,
דער צווייטער עק -- צו אַ שטאַרקען דעמבּענעם פלאָקען מיט אַן
אייזערנעם שפּיץ, טאָמער װוערט רבּי בער אַ בּיסעל ווילד, זאָל זיין
אַ שפּיז אונטערן האַנד צו לערנען איהם דרך-ארץ, דערמאָנען איהם,
אַז ער איז צוגעשמידט... אויסער דעם האָט נאָך דער ציגיינער גע-
האַט בּיי זיך אַ פּייקעל מיט בּאָםיטשיק-טשאַקלעך, צוגעבּונדען צום
גאַרטעל, אָן אַ זייט, װי די טאָרבּע בּיי סאָלדאַטען. געקומען צו אַ
װואַלד, פלעגט דער ציגיינער נעמען בּאַראַבּאַנעװען אין פּייקעל אויף
װאָס די וועלט שטעהט, כּדי צו פאַרהאַקען דעם בער אַ קאָפּ, װאָרים
וי נאָר רבּי בּער דערשמעקט דעם פרישען ריח פון װאַלד, דעם
געויוך פון שוועמלעך און סאָסנע-פּעך, -- מעג דער בּער זיין צוגע-
וועהנט צו זיין פיהרער וויפיל יאָהרען ער װויל -- העלפט דאָס ניט.
ער ווערט בּייז און צורייצט. ער הױיבּט אָן גלייך קרימען מיט דער
ווייכער נאָז. װי פון חלשות-טראָפּענס. ער דערפיהלט גלייך דעם
בּערישען כּוח זיינעם אין די קרומע לאַפּעס און די נישטיגקייט פון
|דעם מענשעל װאָס פיהרט איהם אויף אַ קייט. אַ זלידנער פייערל
צינדט זיך איהם אָן אין די אויגעלעך. גיט ער זיך אַ ריס מיט קייט
און פּלאָקען און אַ װאָרף אַנידער דעם , װאָזשאַטי" (פיהרער). לאָזט
זיך דער פיהרער, בּשעת דער בער װערט אַזױ צולאָזען, איז אַזוֹי
וואויל צו איהם. אלא װאָס דען -- ניט? ער שטעלט זיך אַקעגען?
ער יאָגט זיך נאָך און כאַפּט אָן זיין בּער פאַרן קייט? --- דאַמאָלסט
איז זיין לעבּען אַ שאָלעכץ פון אַ ציבּעלע ניט ווערט. װאָרים רבּי
210
בער איז דאַמאָלסט קאַפּאַבּעל צורייסען זיין אייגענעם פבּאַלעבּאָס
אוף שטיק-שטיקלעך. שוין געטראָפען אַזעלכע מעשות, וואו מ'האָט
דעם , װאַזשאַטײ" געפונען אַ צוטרייבּערטען אונטער אַ בּוים. און
אויבּען אויפן בּוים זיצט זיך רבּי בּער מיטן צוגעשמידטען פלאָ-
קען אויפן האַלז. ער גריזשעט זיין קייט מיט רוגזה און כאַפּט אַלע
וויילע אַ קוק אַראָפּ מיט רוצחישע אויגעלעך אויפן פּגר פון זיין גע-
וועזענעם האַר. ער קרימט דערבּיי מיט דער חזירשער נאָז, לצ'עוועט
דאַכט זיך: , נו. װאָס? װעסט זיך ווייטער טשעפּען מיט אַ בער?."
ס'האָט אָבּער אויך געטראָפען, אַז נאָכן אָפּטאָן אַזאַ שטיקעלע
אַרבּײט, האָט זיך ר' בּער אויסגעטשוכעט, וי פון אַ שיכּרות, און
געבליבען זיצען ביים פּגר אָן אומעטיגער, אַ פאַרזינדיגטער, און די
בּערישע שקורע ציטערט אויף איהם. אַזױ האָט ער געװאַרט ביז
מענשען זיינען אָנגעלאָפען און זיך אָפּגערעכענט מיט איהם.,
די , װאָזשאַטעס? האָבּען דאָס אַלץ גוט געוואוסט, און דערי"
בּער, װי נאָר געקומען צו אַ װאַלד --- איז פּאָדאַװאַי פּויקען, בּאַ-
ראַבּאַנעװען, כּדי דער בּער זאָל מיינען, אַז ער געפינט זיך גאָר
נאָהענט צו אַ ישוב. און אָט-אָ בּאַלד וועלען אָנלויפען אינגלעך און
מיידלעך, בּאָבּעס און זיידעס וועלען זיך אַרומשטעלען און צוקוקען
װוי ער טאַנצט.,
אַרױס פון װאַלד -- איז ווידער פאַררוקט דעם פּויקיפלעקעל
אין גאַרטעל און גענומען רעדען מיטן בּער אויף גאָר אַן אַנדער
לשון: קריך, דו קרום-לאַפּניק דו! אָט אַזױ זאָלסטו מיר געהן דו
חזיר-שנויץ דו! און אַזױ זאָלסטו מיר שטעהף װואָרים אַז ניט
קריגסטו בּאַלד מיטן שפּיז אין זייט אַריין... אָט!
אָנגעקומען אין אַ דאָרף בּיים קלויסטערל, אָדער אין אַ אי-
דישער שטעטעל אויפן מאַרק -- איז ערשט, מיט גאָר אַ נייער
פרישקייט, געהאַקט אין פּייקעל אַריין די מעשענע בּאָם-טשיק-
טשאַקלעך צעצימבלען זיך און דער אָנגעלאַף װאַקסט: , קוקט,
קוקט! אַ ציגיינער מיט אַ בער זיינען געקומען!"
און רבּי בּער אַליין איז זיך טאַקע מטריח און שטעלט זיך
אויף די הינטערשטע לאַפּעס, געהט אום וי אַ מענש, להכדיל, מיט
211
די צעהן פאָדערשטע נעגעל האַלט ער אַ טאַץ אַרומגענומען און דרעהט
זיך אַרום וי אַ סאַרװער אויף אַ חתונה.
שטעלט אָפּ דער , װאָזשאַטי" זיין צימבּעל און רעדט צום אָנ"
געלאָפענעם עולם מיט זיין ציגיינערשען חתּוך-הדבּור:
| -- יענאַ הורעלקאַ כאָטשיטש! (,זייי וויל אַ טרונק בּראנפען).
שטעלט מען אַװעק דעם בּער אויפן טאַץ אַ פלעשעלע משקה,
לאָזט ער פּאַװאָליע אַראָפּ דעם טאַץ, נעמט אָן די כּלי אין די נע"
געלדיגע לאַפּעס, שטעלט זיך צוריק אויף צוייי', פאַרװאַרפט
דעם קאָפּ און גיסט אַרײן װי גאָר אַ געניטער פּיאַניצע.
כּדי אַ טראָפּען זאָל ניט אַרויסרינען פון גרויסען מויל, פאַר-
רוקט ער דאָס העלזעל פון בּוטעל טיף אין דער בּערישער גרגרת
אַרײן און מאַכט בּול-בּול-בּול, מיזאָל פאַרמאַכען די אויגען װאָלט
מען געקענט מיינען: אַ גוי אַ בּעל-גוף לאָזט זיך וואוילגעהן אויפן
יאַריד, וואו ער האָט אָקאָרשט פאַרהאַנדעלט, פאַר מזומן, זיין גאַנ-
צען קאָרן
אַרײנגעגאָסען אַזאַ , כּוסהיי, בּאַלעקט זיך רבּי בּער מיט זיין
שוזאַרצער צונג, װוי נאָך אַ צימעס פון שװאַרצע יאַנדעס. ער הױבּט
אויף דעם טאַץ און וויל ווייטער בּעטלען אַ בּיסעל משקה, שרייט
אָבּער אויף איהם דער , װאָזשאַטייי אויף זיין פאָניש-ציגיינערישען
לשון, מיט רוגזה כּלומרשט און מיט שטראַם-גראַם:
--- גענוג דו פּיאַניצע-פּוסטאָפּאַסניק! זויערער קװאַסניק! זאָג
אַ דאַנק, דו דיקער, לאַכמאַטער פרעסער און שיכּור!
5
קאַטשעט זיך דער עולם אַרום און אַרום פאַר געלעכטער. און
רבּי בּער שטעלט זיך אויף וי גרויס ער איז, פאַרלעגט די פֹאָ-
דערשטע לאַפּעס אויף דער האָריגער בּרוסט, דעם גרויסען קאָפּ
מיט די אָפּגעקנײיפּטע אויערען פאַרװאַרפט ער אָן אַ זייט, װי דער
תֹּם אין דער הגדה. אַזױ קויטשעט ער איהם אויף אַלע זייטען. ,ער
212
דאַנקט=, ווערט דאָס אָנגערופעף... דערנאָך ערשט נעמס ער זיך
ווייזען זיינע אמתע קונצען.
אָהן בּייכער פלעגט מען בּלייבּען הערענדיג װי דער װאָזשאַטי
קנעלט מיט איהם אויף זיין צוקאַליעטשעטען לשון.
--- פּאָקאַזש-נאָ יאַק סטאָרי בּאַבּי, כװאָרי בּאַבּי וויעדרי װאָדי
נאָשיז עס הייסט: בּאַװייז אַקאָרשט וי אַן אַלטע בּאָבּעצע, אַ קראַנ"
קע בּאָבּעצע, טראָגט װאַסער אין עמערס. -- ער זינגט דאָס אויס
משונהדיג ווילד, דער אַלטער ציגיינער, מיט אַ קול פון הייזעריגע
,יעלות'" און צוציקעלט זיך בּיים סוף געזאַנגעלע מיט גרויס כּונה:
;נאָ---אָ--אַ---שי!"
גיט דער בער אַ נעם דעם שפּיציגען פלאָקען פון קייט און
פאַרוואַרפט איהם קרום איבּער דער בּערישער פּלײצע, װי אַ קאַ-
ראָמיסעל. מיט בּיידע פאָדערשטע לאַפּעס אָנגעכאַפּט פאַר ביידע
עקען געהט ער איינגעבּויגען אין דרייען. טיאָפּ טיאָפּ אויף די גע"
געלדיגע פיס, און בּורטשעט און קרעכצט. טאַקע אַן אַלטע באָבּעצע
מיט צוויי פולע עמערס. אַ טריאַטער!
כּדי אונטערצוגעבּען איהם מעהר חשק געהט איהם דער , װאָ"
זשאַטי! נאָך טראָט בּיי טראָט מיטן פּויק-פלעקעל און צימבּעלט צת.
,איזדינק! איזדינק! זדינק-זדינק-דינקויי אַזעלכע מיני טענער גיט
אַרױס דער ציגיינערשער פּייקעל, און עס הערט זיך אין זיי די סומ"
נעקייט פון װאַלד, די הילכיגקייט פון פעלד, דער הו"האַ פון אַ צי"
גיינערשען טאַבּאָר,.. האָרכט דער בּער און האָט קיין העזהיניט ניט
צו פאָלגען,
--- פּאָקאַזשנאָ! --- ציקעלט זיך ווייטער דער װאָזשאַטי מיט
זיינע האַרטע , למדען"י און מיט זיין שיטערינקען געזאַנגעלע -- פֹּאַ-
קאַזש-נאָ יאַק פּיאַני זאָלדאַט, דראַני זאָלדאַט װאָ גראַז װאָלאַאי
איטסא!
ס'הייסט: בּאַווייז אָקאָרשט וי אַ סאָלדאַט אַ שיכּורער, אַ סאָל-
דאַט אַ געמיינער -- אין בּלאָטע װאַלגערט זיך.
אויסגעזונגען מיט אַ בּאַגרעבּעניש-ניגון און דער פּייקעל צע-
פּייקעלט זיך, וי אַן אָנגעשפּאָלטענע בלעכערנע כּלי:
-- איזדינק-איזדינק-זדינק-דינק!
213
מאַכט זיך רבּי בּער, אַז עס שווינדעלט איהם נעביך און די
נשמה קעהרט איהם אויס. ער געהט און שאָקעלט זיך, אָטיאָ פאַלט
ער, דאַכט זיך, און -- דערפאַלט ניט. שלעפּט די פיס און פּלאָנ-
טערט לאַפּע אָן לאַפּע. בויטשעט מיטן קאָפּ. צעשאָקעלט זיך, כּלו"
מרשט, בּיי אַ קאַנאַװוקע און וויל זי אַריבּערשפּרינגען. און מיט
אַ מאָל -- בּום! אַ בּוכצע זיך געטאָן אין קאַנאַווקע, ליגט אויס-
געשפּרײיט מיט , הענט און פיסי' און כראָפּעט. אַ שכּור! זאָל עס
פעהלען אַ האָר!
נו, יעדער קונץ האָט רבּי בער געמוזט פאַרבּייסען מיט אַ טענ"
צעל. איהר האָט דאָך מסתּמא געהערט זאָגען , בּערישער חן? איז
אָט, אין די דאָזיגע טענצלעך איז געלעגען דער אמתער , בּערישער
חן'". דאָס שאַרען מיט די קרומע לאַפּעס, דאָס ויגען כּלומרשט
וויבּעריש-איידעל מיט איין בּאָקע בּיים אֶנהוֹיב טאַנץ, דאָס אוג" .
טערהאָצקען מיטן פּלאַכען האָריגען הינטען ביים אַרומדרעהען זיך
און דאָס אָפּפאָכען זיך דערבּיי מיטן לאַטקע-עקעלע, װי מיט אַ פו"
כענעם פעכערעל, דאָס שנויפלען מיט דעם לאַנגען שנוק און דאָס
צודשמייכלען מיט די זשעדנע אוגעלעך.. קיין מאַרשעלאָק אין
דער וועלט האָט ניט געקענט אַזױ לוסטיג מאַכען וי אַזאַ בּערישע-
כּרוגזיטענצעל.
אָפּנעמאַכט עטליכע קונצען און אָפּגעטענצעלט, נעמט רבּי"בּער
ווידער דעם טאַץ אין די לאַפּעס און לאָזט זיך אַװעק בּעטלען צווי-
שען עולם. טאָמער פוילט מען זיך געבּען, בּורטשעט ער מיט רוגזה,
און דער װאָזשאַטי, מיטן פּייקעל הינטער איהם, העלפט צו
--- הורעלקי --- יענאַ. הראָשי --- מאָיאַ! ס'הייסט: משקה
,זיי? -- פּאַרן בּער הייסט דאָס. געלט -- פאַר מיר!
עס רעדט זיך נאָר אַזױ , הראָשי??! דער בּער פלעגט זיך ניט
פוילען און צונעמען אַלץ װאָס הױבּט זיך אָן מיט אַן אלף: אַ שטיק
בּרויט, אַן עפּעל, אַ בּייגעל, אַ רעטאַך, אַן איי. אַ מזומנער גראָשען
איז אודאי אוּן אודאי גוט. --- און דאָס אַלץ פלעגט זיך שיטען פון
טאַץ אין דעם װאָזשאַטיס טאָרבּע אַרין. איז דער עולם געווען גוט,
און געגעפען, פלעגט דער בער וייזען נאָך אַ קונץ, כאַפּען אַ ניי-
עם טענצעל. אלא װאָס דען ניט --- איז פאַררוקט דעם פּייקעל מיטן
414
פלעקעל אין גאַרטעל, אָנגענומען דעם תּכשיט פאַרן קייט און פּאַי
שאָל! אַװעקגעלאָזען זיך טריט בּיי טריט אין אַ צווייטען ישוב, וואו
דער עולם איז נייגעריגער און די האַנט איז בּרייטער.
גזלנים אין ר' שבּתילס שענק
4
-- איז אָטוּ..--אַזוי דערצעהלט ווייטער לייזערעל װאָיטעק---
דער בער מיטן בּערנטרײיבּער, װאָס האָבּען זיך געבּעטען נעכטיגען
אין שענק, האָבּען געמוזט זיין פון דעמזעלבּען סאָרט װאַנדערבּערען,
וועגען וועלכע כ'האָבּ אייך דאָ דערצעהלט. נאָר הדסה מיט די
קינדער האָבּען זיך פאָרט דערשראָקען און פאַרריגעלט די טיר.
פאַרגעסען, װאָס דער , לייווענטענער רבּי"" האָט אָנגעזאָגט...
דערהערט פון אַזאַ קבּלת פּנים, װאָס זיין ווייבּ האָט דאָ גע-
געבּען אַ גלגול פון אַ זינדיגער נשמה, דעם בּער, הייסט דאָס, האָט
זיך ר' שבּתיל גלייך אונטערגעגאַרטעלט. ניט געוואוינט צו געהן
אַ סך צופוס און אַליין אָקאָרשט געקומען צולויפען פון אָרשער
װאַלד אַ פאַרשוויצטער, אַ פאַרסאָפּעטער, האָט ער זיך פונדעסט-
וועגען אַװעקגעלאָזען מיטן קאָפּוסטער שליאַך אָנצױאָגען דעם צי-
גיינער. פון גרויס אימפּעט האָט ער אפילו ניט איבערגעטאָן די
שבתדיגע זשופּיצע, וועלכע ער האָט היינט געווען אָנגעטאָן צוליבּן
פּריץ. ס'איז שוין אַריבּער די צייט פון מנחה-דאַװענען אויך. דער
אָנזאָג פונם , לייווענטענעם רבּין! איז אָבּער, ביי אַזאַ חסיד, װי ר'
שבּתיל, געווען אַצינד חשובער, וי אַלע זאַכן אין דער וועלט;
,דרך ארץ פאַר אַ בּער!" -- האָט דער רבּי געזאָגט.
לויפט ר' שבּתיל אָפּ איבּער דעם קאָפּוסטער שליאַך אַ װיאָרסט,
אָנדערטהאַלבּען װיאָרסט, ניטאָ קיין סימן פון קיין בּער און פון צי-
26
גיינער. עס קאָכט איהם אין האַרצען פון פאַרמאַטערטקײט, און פון
די פּאותן רינט דער שווייס אין ריטשקעלעך. אָט-אָט פאַלט ער
אַנידער ר' שבּתיל, און מיט אַמאָל, גאָר פּלוצלינג, וי פון הימעל,
פאָלט איהם אַראָפּ אַ טרוקענער צימבּלען פון א צימבּעל. אינם פֿאַר-
נאַכטיגען װאַלד האָט זיך דאָס מאָדנע הילכיג אָפּגעגעבּען, עפּעס
סומנע און ניט-געוועהנליך:
-- איזדינק-איזדינק-זדינק-דינק!
לויפט דאָך ר' שבּתיל אויפן קול, נאָר דאָס פּיײיקעל װערט
מיטאַמאָל אַנטשװיגען, און אין װאַלד זעהט מען שוין קוים-קוים"
קוים,
פאַרקלעמט איהם דאָס האַרץ, ר' שבתילן, עפּעס רייצט זיך מיט
איהם דאָ אַ , ניט-גוטער"י. גאָט ווייסט, מיט װאָס היינטיגע לויפע-
נישען וועלען זיך ענדיגען.. ער האָט שוין געהאַט בּדעה פּאַרקי-
רעווען און אַנטלויפען צוריק, נאָר דער בּטחון, אַז גאָט װעט איהם
העלפען און דער , לייווענטענעריי װעט איהם ניט פאַרפיהרען צום
בּייזען, האָט איהם צוגעגעבען פרישע כּוחות.
לויפט ער ווייטער און די אויגען בּלאָנדזשען אויף ביידע זיי-
טען שליאַך. און גאָר אומגעריכט װאַקסען אויס צוויי שװאַרצע שאָ-
טענס לעבּען איהם. זיצט אויף אַן אויסגעקאַלכטען שטיין בּיים זייט
שליאַך אַ ציגיינער, און אַ גרויסער בּער שטעהט לעבּען איהם אויף
די הינטערשטע לאַפּעס. לכתּחילה האָט גאָר ר' שבּתיל געמיינט, אַז
ס'איז אַ בּרױינער שטיק שטאַם פון אַ בּוים מיט אָפּנעזעגטע אָרעמס,
נאָר אַ פּאָר טראָט געהענטער האָט שוין ר' שבּתיל דערקענט, אַז
ס'איז אַ לעבעדיגע זאַך, האָריג און גרויס, װי עונ-מלך-הבּשן, און
צוויי בּערישע אױגעלאַך קוקען איהם אַקעגען כיטרע און לעבּעדיג,
וי איינער זאָגט: , װאָס אַזױ שפּעט מיישב געווען זיך, ר' שבתיל-
לעמען?י"
-- גוט"נאָװענט! -- מאַכט ר' שבּתיל צום , װאָזשאַטיי אויף
גויעש. נאָר דער װאָזשאַטי ענטפערט ניט און קעהרט אֶפּ דעם קאָפּ,
בּרוגז.. וואונדערט זיך ר' שבּתיל: פון װאַנענט ווייסט דאָס דער
פרעמדער ציגיינער, אַז ער, און ניט קיין אַנדערער, איז דאָס דעף
שענקערקעס מאַן, וועלכער האָט איהם אַװעקגעטריבּען?
417
צוריק פון אַסטראָג (27)
-- איך בִּין דאָס דער באַלעבּאָס פון שענקוּ -- זאָגט רי
שבּתיל מיט אַ קוועטש אויפן ,,איך'' -- קום, קום צוריק!
-- ניע! (ניין) -- טרייסעלט דער װאָזשאַטי מיטן קאָפּֿ.
ס'הייסט, ער געהט ניט, און דער בּער בּרומט אונטער, איז מסכּים
מיטן בּאַלעבּאָס..
--- קום! -- בּעט זיך ר' שבּתיל און ציטערט מיט אַלע אב-
רים --- קום, גוטער מענש, צוריק! מיין זשינקאַ האָט דיך ניט אַרײג-
געלאָזט. אַ אידענע! |
- ניע!-- טרייסעלט דער ציגיינער מיטן קאָפּ שטעהט אויף
און גיט אַ צופּ די קייט פון בּער. הױיבּט אָן אַװועקצוגעהן.
לויפט איהם ר' שבּתיל נאָך און טענהט:
--- סטייטש, די קינדער האָבּען זיך דערשראָקען. איך בּין אין
שטוב ניט געווען. דאַרפסט דאָך פערשטעהן! צוויי װיאָרסט בִין
איך דיר נאָכגעלאָפען צופוס. בּעט איך דיך, נעם ניט אָן פאַר אומ"
גוט און קום צוריק! כ'וועל דיר געבּען וואו צו נעכטיגען און עפֹּעס
איבּערצובּייסען װועסטו אויך קריגען
גיט שוין דער ציגיינער אַ שמייכעל. עפענט אויף אַ מויל מיט
ווייסע ציין. און דער בער עפענט אויך אויף אַ מויל. בּלישטשען
בּיידענס ציין אין דער סומנעקייט פון װאַלד. מענש און חיה פאַר"
שטעחען זיך, און ר' שבּתילן דוכט זיך, אַז ס'איז גאָרניט גלאַט אַזוֹי
אַ שמייכעל, ניט קיין גויעשער שמייכעל, ניט קיין חיה'שער,
4
פיהרט ער אַזױ מיט מזל דעם בּער און בּערנטרײבּער פון קאָ-
פּוסטער װאַלד אַהיים, און הדסה. די שענקערקע װאַרט אָפּ בּיים
שליאַך, ניט ווייט פון שענק, קוקט די אויגען אויס. עס טונקעלט
שוין און עס איז שווער צו זעֹהן אינדערוייטענס. דערהערט זי
מיטאַמאָל אַ אַ קלונג פון אייזענס. און בּיסלעכװייז אַנטפּלעקט זיך
פאַר איהרע אויגען אַזאַ מין סצענע: אַ גרויסער בּער געהט דיבּאָם
און קלינגט מיט דער שווערער קייט אויפן האַלז. און פון בּיידע
218
זייטען --- צוויי נעבּאַכדיגע מענשלעך. פון איין זייט אַ שװאַרצער גוי
מיט אַ פּייקעל אין גאַרטעל און מיט אַ שפּיציגען פלאָקען אין האַנט.
און פון דער צווייטער זייט -- ר' שבּתיל, איהר מאַן אין זיין אט"
לעסענער זשופּיצע, שפּרײיזט אַזױ וֹבּי בּער. װי אַ מאוימדיגער
חתן-בּחור, צווישען צוויי קליינע: אונטערפיהרער. מיט אַ פאַררי-
סענער קאָפּ שטעלט ער לאַפּעס. נעמט, אַ פּנים, אָן אַזאַ כּבוד, וי
אַ זאַך, װאָס קומט איהם. אַ בּיסעל נעהנטער דערזעהט הדסה אַז
ר' שבּתילס פאַשוויצט פּנים לויכט וי בּיי אַ גליקליכען מחותן, און
זי דערהערט װי אינם בּערישען האַלז גראַגערט דאָס און עס כרי-
פּעט פון צופרידענקייט. אַ בּער. אַז ס'איז איהם וואויל, בּורטשעט אַלע
מאָל אַזוֹי.
אָנגעקומען צוריק אין שענק מיט אַזאַ פּאַראַד און מיט אַזעל-
כענע חשובע געסט, גיט קודם"כּל ר' שבּתיל אַ פרעג בּיי זיין פּלו-
ניתטע:
-- נו, װאָס? געקומען שוין פּיעטרוק?
דערהערט ער אַ תּשובה, אַז דערווייל איז ער נאָך ניט געקומען,
פּיעטרוק, דער גוי פון שענק.
-- װאָס טוט זיך דאָ היינט?.. -- װערט שוין ר' שבתיל
אומרוהיג ניט אויף קאַטאָװעס -- וואו-זשע איז ער פאָרט, פּיעט-
רוק? אינגאַנצען דריי װיאָרסט פון דאַנענט איז ער שטעקען געבּלי-
כּען. אָט-אָ, האָט ער געזאָגט, פאַרריכט איך די לייצע און איך פאָהר-
אונטער!
- ער ועט גאַנץ זייף?! --- טרייסט איהם הדסה. כאָטש איהר
אויפן האַרצען איז עפּעס אויך קאַלעמוטנע.
-- סװואָלט ניט געווען אַזױ פינסטערלעך -- ציהט זיך ר'
שבּתיל אַ האָר פון בּאָרד -- װאָלט איך צוגעלאָפען אַ קוק טאָן
--- גענוג דיר שוין היינט אַרומצולױפעף -- ביײיזערט זיך
הדסה אויף איהם אָן -- אַ נאָווינע בּיי פּיעטרוקן! מסתּמא אַ , קום""
(אַ קרוב) זיינעם אָנגעטראָפען אויפן אָרשער שליאַך..
-- אפשר בּיסטו גערעכט -- איז מסכּים ר' שבּתיל -- נאָר
געה מאַך אַן אָרט פאָרן גוי צום נעכטיגען און זעה מהנה צו זיין
דעם בער זיינעם אויך. אפשר איז דאָ אַ סקאָרינקע פון שבּתדיגע
419
חלה?... געדענק, װאָס דער , לייווענטענעריי, זאָל לעבּען, האָט אונז
אַנגעזאָגט...
פלייסט זיך הדסה און טוט דעם רצון פון איהר נאַן. זי דער*
לאַנגט מיט אַ בּיסעל פּחד ברויט און זויערמילך פאָרן ציגיינער.
אַ גרינע ציבּעלע און אַ טרונק בּראַנפען. און פאַרן בּער -- אַ פאַר-
טריקענטען שטיק שבּתדיגע חלה. אַ זיסע ריבּען
בּוקט זיך דער גוי בּיזקעל גאַרטעל, בּוקט ער זיך פאַר הדסהן
און פאַר ר' שבתילען און פאָר ר' שבּתילס קינדער, װאָס זיינען
אַרױסגעלאָפען אויפן בּייז וואונדער און טוליען זיך בּיי דער מאַמען
אין פאַרטוך. ער ווינשעוועט זיי, דער גוי, אויף זיין גויעשקען שטיי-
גער: אַ דאַנק דיר, כאָזשאַין, און אַ דאַנק דיר, כאָזשאַיושקע! און אִ
דאַנק אייך, פּאַניטשי! (יונגע האַרען), און דער בּער טוט איהם נאָך,
בּוקט זיך אויך, פאַרװאַרפט דעם קאָפּ װי דער תֹּם אין דער הגדה
און אין האַלז גראַגערט בּיי איהם פון בּערישער צופרידענקייט,
אָפּנעגעסען, געקומען איינצולייגען די שענע אורחים שלאָ-
פען, כאַפּט מען זיך, אַז ס'איז ניטאָ וואו. פאַרן גוי אַליין װאָלט מען
שוין געקראָגען אַן אָרט, אין פירהויז אָדער אין קיך. נאָר ניט פאַף *
אַזאַ , גידוליי װוי דער בּער איז. איין קעהר מיטן הינטען, מאַכט ער
אַ תּל פון דער גאַנצער בּאַלעבאַטישקײט. סיידען אין שפּייכלער מיט
היי. |
נאָר וי אויף צו להכעיס, האָט מען היינט געבּראַכט די לעצ-
טע וועגענער היי אויף ווינטער, פאַר דעם פערד און בּהמה. אָנגע-
פּראָבּקעװעט דעם שפּייכלערל אַזױ. אַז די טירעל האָט זיך קוים
פארקייטעלט, פוילט זיך ניט ר' שבּתיל, טוט פון זיך אויס די אַט-
עסענע זשופּיצע, פאַרקאַטשעט די אַרבּעל און נעמט זיך אַרױס-
גראַנלען פון אָנגעשטאָפּטען שפּײיכלער מיט זיינע לומדישע הענט.
געהט אָפּ מיט שוייס, בּיז דער ערל דערזעהט, װאָס ר' שבתיל
מיינט דאָ צו מאַכען און צוליב וועמען ער וויל דאָס מאַכען. כאַפּט
ער איהם אָן פאַר אַן אַרבּעל און לאָזט איהם ניט מעהר. שמייבעלט
צו אֵיהֶם מיט די ציגיינערשע וייסע ציין,
-- ניאַ טרענאַ!: -- מאַכט ער צו ר' שבּתילען און וייזט אָן
220
אויפן בּער -- יענאַ -- שיפּקאַ: (מען דאַרף ניט. , זייי װעט גיך!יש
ס'הייסט, דער בער װעט גיכער מאַכעף
און דער ציגיינער גיט אַ טורקע דעם בער מיטן שפּיציגען
פּלאָקען און שרייט אויף איהם אָן. און רבּי בּער איז זיך מטריח
און נעמט איבּער ר' שבּתילט שווערע אַרבּײט.
מיט ביידע האָריגע אָדרעמס, װי מיט אַ מאוימדיגען צװאַנג,
שעפּט ער פון שפּייכלער גאַנצענע הורבּעס מיט היי און װאַרפט זי
אין הויף, אין עטליכע מינוט אַוום איז פאַרטיג אַ גרויסע נאָרע.
און דער ציגיינער קריכט אַרײן טיף אין היי און שלעפּט נאָך זיך
נאָך דעם בער אויפן קייט...
ווינשט איהם ר' שבּתיל אַ גוטע נאַכט און פאַרמאַכט דאָס היל-
צערנע טירעל. געלױיבּט דער אױבּערשטער! יוצא געווען פאַרן בער
און פאָרן גערענטרייבער לכל הדעות. נאָך מעהר וי דער , לייווענ"
טענער"י, זאָל לעבּען, האָט מרמז געוועןיי
אָבּער פּיעטרוק? וואו איז פּיעטרוק מיטן װאָגען? פּיעטרוק
אַהער פּיעטרוק אַהין. ניטאָ נאָך פּיעטרוק.
3
אַ פאַרדאגהטער האָט ר' שבּתיל אָפּגעגעסען וועטשערע. אַלע
געשעהענישען פון חיינטיגען טאָג, זינט ער האָט זיך אַריינגעזעצט
אין װאָגען, כּדי צו פאָהרען צום פּריץ, האָבּען איהם אויסגעזעהן
אויסטערליש, ס'האָט זייך איהם געפּלאָנטערט אין קאָפּ דער װאַלד,
דער שליאַך. די אַראָפּגעגליטשטע ראָד, דער אויפגעריסענער כאָד
מעט, די געפּלאַצטע לייצע, דאָס לויפען צוריק אַהים צופוס. דער"
נאָך -- דער װאַנדער-בּער, דער ציגיינער... און מיד פון אַלע לויי
פענישען און האַרץיקלאַפּענישען. איז ער קים אינגעזעסען
בּיים טיש און געבּענשט.
פאַרזאָרגט איז אויך געווען הדסה די שרעקעדיגע: װי אַזי
זשע װועט שבּתיל מאָרגען נאָכאַמאָל פאָהרען צום פּריץ. אַן פּיעט-
רוק מיטן פערד און פוחרעל זיינען פאַרפאַלען געװאָרען? מוועט
221
א
מאָרגען מוזען דינגען אַ פוהרעל מיט אַ פרעמדען גוי. מיטן פּריץ
שפּילט מען זיך ניט... נאָר וי אַ געטרייע ווייבּ, וויל זי ניט לייגען
דעם מאַן קיין שטיינער אויפן האַרצען. מאַכט זי צו ר' שבּתילען אַזױי;
---גענוג װועט דיר שוין זיין צו פּינטלען מיט די אויגען אויפן
לאָמפּ! געה און לעג זיך כּעסער שלאָפען. ס'איז אױסגעבּעט. ער
װועט גאַנץ זיין דער פּיעטרוק,
און ר' שבתיל האָט געפאָלגט זיין וייבּ און אונטערגעקראַכען
אונטער דער פּערענע, ער האָט נאָך קוים פּאָספּײיעט אָפּלײענען קרי-
את שמע, וי ער איז שוין איינגעשלאָפען, פאַרלאָזענדיג זיך אויפן
רבּונו של עולם, אַז אַלץ וועט זיין צום גוטען
דערהערט. אַז דער מאַן פייפט מיט דער נאָז, איז הדסה אויף
די. ציפּקעלעך אַרױס פון שטובּ און אָנגעשפּיצט זיך, צי הערט מען
ניט פּיעטרוקס וועגעל אָנקומען איבּערן שליאַך? זאָל מען עס האָר-
כען אַ פּיפס! שטיל, אַפילן פון היי-שפּייכלער, וואו דער ציגיינער
שלאָפט מיט זיין בּער, הערט מעז קיין אָטעם ניט. וואונדערט זיך
הדסה: װי קומט דאָס אַ בער און אַן ערל זאָלען , פּאָפּעןי און ניט
כראָפּען? אַריינקוקען בּיינאַכט אין שפּייכלער גלוסט זיך איהר ניט.
עס פּאַסט אויך ניט פאַר אַן אשה... מיטאַמאָל דערכאַפּט זי מיטן אוי-
ער עפּעס אַ שושקעניש. מען שעפּטשעט זיך, צי בּוימער פּלאַפּערן?
הינטער דער בּלינדער װאַנט פון שטובּ װאַקסען אַ פּאָר בּוימלעך.
זאָלען דאָס זיין די בּלעטעלעך? אַ שוידער נעמט זי דורך. איהר
דוכט זיך אויס, אַז אימיצער טשיקעוועט אויף איהר פון דער נאַכט
אַרױס. לויפט זי אַריין צוריק אין שטובּ. פאַרריגעלט די פירהויז-
טיר און לעגט זיך אין בּעט. |
נאָר שלאָפען שלאָפט זיך איהר ניט, אָנגעהאָרעװעט האָט זי
זיך אַפילו אַ גאַנצינקען טאָג אין קיך און אין שענק, אָהן עין הרע.
אַ בּאַלעבּאָסטע פון אַמאָליגע צייטעף! בפרט ווען דער שטובּ-גוי און
דער מאַן זיינען היינט געווען אַװעקגעפאָהרען.. זי פאָרשטעהט
אַליין ניט פאַר װאָס זי איז אַזױ אומרוהיג. דעם מאַן האָט זי, כּלן-
מרשט, געטרייסט, אַז ס'איז גאָרנישט, און אַליין שרעקט זי זיך.
פאַרװאָס ווייסט זי ניט, טראַכט זי און דערמאָנט זיך, אַז שוין היינט
222
בּייטאָג איז איהר עפּעס געווען קאַלעמוטנע אויפן האַרצען. בּערך
אַ שעה, איידער ר' שבּתיל, איהר מאַן, האָט זיך געריהרט אין וע
אריין צום פּריץ, זיינען אַריינגעקומען אין שענק צוויי גויים נעמען
א טרונק בּראַנפען. מאָדנע גויים. אַפּריהער זיינען זיי געשטאַנען
דרויסען און געדבּרט מיט פּיעטרוקן, וועלכער האָט געהאַלטען אינ-
מיטען אײנשפּאַנען דעם פערד. דערנאָך ערשט זיינען זיי אַריין אין.
שענק. בּיי ביידען האָבּען געשטעקט הילצערנע העק-הענטלעך פון
די טאָרבּעס אַרױס. און בּיי בּיידען זיינען די פּנימער געווען פינס-
טער. איינער אַ געשטופּעלטער, אַ הויכער, מיט שמאָלע טאָטערישע
אויגען. דער צווייטער אַ קלענערער, אַ בּרייט-פּלײציגער, אַ קור"
נאָסער, מיט אַ שראַם אויפן בּאַק. בּיידע האָבּען זיי אויסגעזעהען
וי האָלץ-העקער, װאָס זוכען אַרבּייט אין די ישובים אויפן שליאַך,
אַזױ װי עס טוען אַסך אָרעמע גויים נאָכן שנים, וען די אַרבּײט
אויף די פעלדער ענדיגט זיך. נאָר אָט די צוויי גוים מיט די העק
אין די טאָרבּעס האָבּען דאָ קיין אַרבּײיט ניט געבּעטען. עס איז
איהר לכתּחילה גאָרניט איינגעפאַלען, פון װאַנענט אַזעלכע האָלאָ-
דראַנצעס האָבּען דאָס געלט אויף בּראַנפען.. יאָי אַצינד דער"
מאָנט זי זיך, בּשעת זי האָט זיי אָנגעגאָסען די צווייטע כּוסה, האָט
זי פּיים הויכען געשטופּעלטען גוי דערכאַפּט אַ קרומען קוק. ער
האָט מיט איין אויג געקוקט אויף ר' שבּתילן, װי ער גאַרטעלט זיך
אונטער צו פאָהרען אין וועג אַריין, און מיטן צווייטען אויגעל אויף
איהר, אויף הדסהן בּיים סטאָיקע. - , טשאַהאָ טיאַבּיע? (װאָס וויל-
סטו?) -- האָט זי איהם האַסטיג אַ פרעג געטאָן כּדי אָפּצװועג-
דען זיין קוק פון ר' שבּתילס הכנות... , פּיאַרצװיי (פעפער) מאַכט
צו איהר דער געשטופּעלטער הויכער גוי מיט פּונקט אַזאַ האַסטיג-
קייט, וי ער װאָלט געװאַרט אויף אַזאַ פרעגען און אָנגעגרײט אַן
ענטפער. פעפעו, הייסט דאָס, זאָל מען איהם אַריינשיטען אין
גלעזעל. װאָריםּ די הורעלקאַ איז איהם ניט גענוג שטאַרק... איהף,
הדסהן, האָט זיך אָבּער אויסגעדיכט, אַז ס'איז נאָר אַן אויסרייר,
כּדי זי זאָל איהם דאָ צופיל ניט נאָכקוקען.
וי אַזױ זשע איז דאָס איהר אינגאַנצען אַרױס פון קאָפּ! אַצינד
דערמאָנט זי זיך. שבּתיל האָט איהר צוגעשריען זי זאָל װאָס וועני"
223
גער דבּרן מיט די גויים. זאָלען זיי אָפּזויפען און געהן,. װאָרים ער
מוז נאָך אָפּעסען װאַרמעס און פאָהרען..
בּאַלד נאָכן צווייטען טרונק בּראַנפען מיט פעפער זיינען טאַקע
בּײידע גויים אַװעק. פאַרן פאָהרען איז דער קאָפּ גענוג פאַרדרעהט.
האָט זי דאָס אינגאַנצען פאַרגעסען. און אָט דערהערענדיג וי די
בּוימלעך שושקען זיך הינטערן שטובּ, האָט זי זיך דערמאָנט. פאַר
װאָס גראָד אַצינד? איהר פאַרדריסט, װאָס זי האָט בּיי פּיעטרוקען
ניט געפרעגט מכּוח װאָס די האָלץיהעקער מיט די טאָרבּעס האָבּען
מיט איהם אינדרויסען געדברט. פאַרפאַלען. פּיעטרוק איז ניטאָ..
צי איז דאָס עפּעס, חס ושלום, ניט קיין אָפּגערעדטע זאַך? נאַרי-
שע זאַכען. פּיעטרוק דינט שוין בּיי זיי אין שענק בּאַלד זיבּען יאָהר,
רעדט שוין אידיש וי אַ גר. נאָר אַ גױי בּליײבּט אַלעמאָל אַ גוי.
פון איהר פרומען מאַן וייסט זי, אַז צן שלעכטע מחשבות
פאַרן שלאָף איז די בּעסטע סגולה צו לייענען קריאת-שמע. און טאָ-
מער העלפט ניט איינמאָל --- לייענען אַ צווייטען מאָל. לייענט זי
מיט כּונה. װאָרט בּיי װאָרט אײינמאָל, און הױיבּט אָן לייענען אַ צוויי-
טען מאָל. פּאָספּײיעט זי ניט אָפּצולײענען בּיזקעל סוף און שלאָפּט
אויך איין גאַנץ געשמאַק, װי ר' שבּתיל, איהר מאַן.
זי האָט דערנאָך אַליין ניט געוואוסט. הדסה, וי לאַנג זי איז
אַזױ געשלאָפען. נאָר גאָר פּלוצלונג רייסט זי אויף פון שלאָף אַ
טראַסק אין טיר, זי גיט אַ קוק אויף שבּתילען. ר' שבּתיל שלאָפט
האַרט מיט דער יאַרמעלקע אויפן קאָפּ. וויל זי איהם ניט װעקען.
כאַפּט אויף זיך אַרױף אַ בּגד און לויפט אין פאָרהויז עפענען. גע-
לויבּט דער אױבּערשטער: פּיעטרוק מיטן װעגעל איז צוריקגעקי-
מעןיי, וי ;
--- פּיעטרוק, דו? -- פרעגט זי בּשעתן אויפריגלען, גלאָט
פון יוצא וועגען. בּיינאַכט דאַרף מען אַ פרעג טאָן
נאָר אינגאַנצען ריגעלט. זי ניט אויף. זי בּלייבּט שטעהן, איהר
דאַכט זיך, אַז מ'האָט עפּעס אַ שעפּטש געטאָן אויף גויעש. איז דאָ.
פּיעטרוק ניט איינער אַליין?
-- פּיעטרוק, דו? -- פרעגט זי איבֶּער און דאָס האַרץ קלאַפּט
איהר,
24
-- פּיעטרוקן -- ענטפערט איהר אַ הייזעריגער קול -- האָ-
בּען מיר אין אַ װאַלד געפונעז ש.. געשאַכטענעם. געכּראַכט איהס
אַהער...
ווערט דאָך הדסה א פאַרצאַפּעלטע: וואו? װאָס? װוי אַזוֹי?.,
דער קול פון דעם װאָס רעדט הינטערן טיר, אי איהר עפעס
אַבּיסעל בּאַקאַנט, כאַפּט זי זיך ווייטער צום ריגעל.. איהר שפּילט
זיך מיט אַ אידענע, ווען זי פּאַרלירט דעם קאָפּ? אין דעם גרעסטען
אומגליק װעט זי דאָך אייך אַרײנשפּרינגען. נאָר איידער דער עק
פון ריגעל געהט אַרױס פון אייזערנעם רינג, גיבּען די אייזענס א
בּראַזג, די אַלטע טיר פון פירהויז פּראַלט אויף און אַליין באַקומט
זי. הדסה, אַ שטויס און א װאָרף אַרײן אינמיטען פירהויז, אַ הוי-
כער, געשטופּעלטער גוי רייסט זיך אַרײן, נאָך איהם אַ קורנאָסער,
אַ בּרײטפּלײיצעדיגער, די טאָרבּעס אויף די פּלײיצעס און די העק
אין די הענט,
-- אַי, שבּתיל! -- טוט זי אַ געשריי און דערשרייט ניט. װאָי
רים אַ האַרטע לאַפע פאַרשטאָפּט איהר דעם מויל. אַ האלב-דער"
שטיקטע, אַ פאַרחלשטע, דערקענט זי אָבּער פאָרט, אַז דאָס זיינען
דיזעלצע צוויי גױים -- האָלץיהעקער, ועלכע האָבּען דאָ היינט
בּײיטאָג געטרונקען בראַנפען מיט פעפער.
הילף פוּן אַלע זייטען
4
פונם טומעל אין פירהויז גיט זיך ר' שבּתיל אַ כאַפּיאױף, פוך
טיפען שלאָף, און בּלייבּט זיצען אויפן בּעט מיט אָפּגנעחלשטע
הענט און פיס. בּיים שיין פון נאַכט-ליכטעל אויפן קאַפטער דער"
זעהט ער אַ זאַך, װאָס זעהט איהם אויס וי אַבּייזער חלום. צוויי גע"
זונטע גויים מיט גזלנישע פּנימער און מיט העק אין די הענט שלע-
פּען אַריין הדסהן זיין ווייבּ אַ האַלבּיגעחלשטע און לאָזען זי זיצען
אויף דער פּאָדלאָגע אינמיטען שטובּ. דערזעהן ר' שבּתלען אויפן
בעט, מיט דער יאַרמעלקע אויפן קאָפּ. גיט זיך צו איהם דער הוי"
כער גוי אַ װאָרף און פאָכעט מיט דער האַק:
-- דאָס געלט וואו איז? זשיד! |
-- וועלכע געלט? -- שטאַמעלט ר' שבּתיל מיט אָפּגעשטאָר-
בּענע ליפּען.
-- װאָס דו האָסט געפיהרט צום פּריץ, דו הינטישער זוהן!
און דאָ כאַפּען זיך אויף די קינדער און שרייען גװאַלדען. הדסה.
קריגט לשון און צעיאָמערט זיך. נאָר דער הויכער געשטופּעלטער
גוי לאָזט ניט וויינען. ער צעפאָכעט זיך אויף אַלעמען מיט דער האַק
און שיפּעט הייזעריג; |
-- ציץ, ציץ!י) אַ פּיפס, זשידאָווסקע אַטראָדיע, זאָל מען פוך
') שטיל, שטיל } /
428
אייך ניט הערעף װאָרים איך צעװאַק אייך דאָ אַלעמען, אויף פּיץ-
פיצלעך צעהאַק איך אייך!
ציטערן אַלע וי אַ בּלאָט, יעטװעדער אין זיין ווינקעלע. און
אין שטוב װוערט שטיל. נאָר הדסה בּעט זיך, מען זאָל רחמנות האָ-
בּען אויפן מאַן און קינדער.
קוקט זי אָן דער הויכער, געשטופּעלטער גוי מיט אַ געזאַלצען
שמייכעלע, נעמט זי דורך מיט זיינע שמאָלע גזלעװאָיסקע אויגען
אַזױ. אַז הדסה געהט דורך אַ קעלט דורכן רוקען.
-- גוט, -- מאַכט ער, דער גזלן -- װאָס דו האָסט אונז
פאַרשפּאָרט אַ טרחה. װאָלסטו ניט אויפגעריגעלט, װאָלטען מיר די
טיר אַליין אױיפגעבּראָכען. מירץ דיך דערפאַר אַ גלעט טאָן בּאַלע"
בּאַסטעצקעי. |
און צו ר' שבתלען ווענדעט ער זיך אַז:
-- כבּקיצור, מאָשקע, אָדער , שעפּצילי (שבּתיל). װי הייסטו
דאָרטען? די מעשה דערפון איז אַזױ: מיר האָבּען אויף דיר געװאַרט
אין װאַלד בּיים שׁליאַך דו זאָלסט דורכפאָהרען. דער טייוועל האָט
דיך אויסגעחיט. זיינען מיר געקומען אַהער, צו דיר... דאָס געלט
גיב אַהער! אַז ניט טוען מיר דיר דאָס, װאָס מיר האָבּען געטאָן
מיט דיין פּיעטרוקעןי. |
-- שבּתיל, דו הערסט? -- שרייט-אויף הדסהת -- שבּתילי
-- מאַך ניט קיין געװאַלדעף -- גיט איהר אַן עצה דער קלע-
נערער גוי, דער קורנאָסער מיטן שראַם אויפן בּאַק. ער האָט, ווייזט
אויס, יאָ אַבּיסעל רחמנות געקראָגען. -- מיט קולות -- מאַכט
ער -- וועסטו גאָר ניט מאַכען. זאָג בּעסער דיין , שעפּצלען, ער
זאָל אונז אָפּגעבּען דאָס געלט. מיר זיינען , דושעהובען'י (רוצחים),
זיינען מיר. מיר אַנטלויפען פון קאַטאָרגע. אויפן מיטען עטאַפּ האָ-
בּען מיר צעמזיקט די קאָנװאַיניקעס און אַנטלאָפען. מיר האָבען ניט
װאָס אָנצוווערען, קראַסאַװיצע! אָט דעם הױכען, געשטופעלטען
זעהסטו? ס'איז טימאָשקאַ דער האַלזשנײדער. און איך בּין אַפּאַנאָס
קורנאָסי, אויך נישקשה פון אַ ראַזבאיניק. דער אוריאַדניק פון
מאָהליוו יאָגט זיך נאָך אונז אַרום אויפן שליאַך -- האָבּען מיר
זיך איבּערגעטאָן װי די מוזשיקעס, װי די האָלצהעקער-האָלאָדראָ-
201
צעס, איצטעך ווייסט איהר שוין מיט וװעמען איהר האָס צו טאָן?
-- שבּתיל, דו הערסט? -- בּרעכט הדסה די הענט -- גיב
זיי שוין אָפּ דאָס געלט און ראַטעװע אונזיי
דאַרף זיך נאָך שבּתילען פאַרוועלען טאָן אַ נאַרישקײט און אָנ-
הויבען בּעטען זיך בּיי די ראַזבּאָיניקעס, מ'זאָל אויף איהם רחמנות
האָבּען, װאָרים אויבּ ער װעט ניט אָפּצאָהלען פּאַכטע אין אַ טאָג
אַרום. װעט מען איהם און וייבּ און קינדער אַרױסװאַרפען פון
שענקיי. |
צובּרענט זיך אין דעם גרויסען, געשטופּעלטען גוי די רציחה:
-- אַך. דו דינגסט זיך נאָך? דו זְשיד!.,. מיט טימאָשקען דינגסט
זיך? װאַרט אַקאָרשט!
און ער כאַפּט אַרױס אַ שטריק פון טאָרבּע און בּינדט, ניט
פאַר קיין אידען געדאַכט, ר' שבּתלען. וי אַ קאַלבּ צו שהיטה. הענט
און פיס בּינדט ער איהם. |
-- אַצינד -- צולאַכט זיך טימאָשקע --- אי דאָס געלט װעל
איך צונעמען, אי קיין לעבּעדיגער װעסטו פון מיינע הענט ניט
אַרויסי.
דערזעהט ר' שבּתיל, אַז ער האָט דאַ ערגטר געמאַכט, בּעט
ער זיך שוין
-- אָט דאָ אויפן האַלז בּיי מיר איז דאָס טאָרבּעלע מיט געלט!
נעם-צו, טימאָשקע-סערצע, און האָבּ רחמנות!
טימאַשקע גיט אַ ריס-אויף די העמד אויף ר' שבּתילס האַרץ
און רייסט אָפּ דאָס לייווענטענע זעקעלע מיט די פּאַכטע"געלט,
-- געדאַרפט פריהער זאָגעף -- גיט ער ר' שבּתילען אַ שטויס
מיט דער לאַפּטיע אין זייט, אַצינד װועט אונז דיין , חייטשקע"! מוזען
טפעס צוצאָהלען..
ער קוקט אָן הדסהן מיט זיינע טאָטערישע אויגע. און אין
שטופ װערט שטיל װי אויף אַ בּית.הקברות. אַפילו די קינדער האָ-
בּען מורא אַ ריהר צו טאָן זיך.
גיט טימאַשקע אַ שפּרונג-צו צו דער סטאָיקע און גיט אַ כאַם
דעם שטאָף הראַנפען, וועלכער שטעהט אַלעמאָל גרייט פאַר אָננִע-
קומענע באַלעגאָלעס. ער פאַרװאַרפט דעם קאָפּ און הױבּט אָן זוי"
פען גלייך פון שטאָף. אָפּגעטרונקען אַ רעכט בּיסעל, גיט ער איבּער
די פלאַש דעם קורנאָסען חבר זיינעם, אַפּאַנאַסקען. אַזױ בּייטען זי
זיך בּיז אין שטאָף בּלייבּט קיין שריד ופּליט ניט איבּער.
און מאַן און ווייבּ ליגען געבּונדענע װוי די לעמער און קוקען
צו װי די גזלנים טרינקען זיך אָן פון פלאַש, ניט אַנדערש. כּדי די
רציחה זאָל אין זיי זיין נאָך שטאַרקער, כּדי פאַרגיסען דאָס לעצטע
בּיסעל רחמנות.
- הדסה -- מאַכט שבּתיל שטילערהייט צום וייבּ -- זאָג
וידוי,. װאָרים מיר זיינען פאַרפאַלענע!
איז דאָך חדסה אַ אידענע. זי האָט ניט אין זיך אַזאַ כּוח װוי רי
שבתיל-חסיד. כאָפּט זי אָן ספּאַזמעס און זי בּרעכט אויס מיט אַ
מאוימדיגען געוויין,
-- ציץ! -- גיט שוין אויף איהר דאָס מאָל אַ בּרום דער קור-
נאָסער גוי אויך און צופאָכעט זיך מיט דער האַק. -- װאָיעסט נאָך
װוי אַ הינטיכע! וילסט אונז אַרױסגעבּען?
און טימאָשקע דער הויכער, געשטופּעלטער גוי געהט צו איהר
צו גאָר בגילופינדיג, שאַקעלט זיך איבּער איהר,
-- קלאָג ניט! -- מאַכט ער, און דער טרפהנער פּנים צולאַכט
זיך בּיי איהם. --- איידער מאַכען מיט אייך אַ סוף. וועלען מיר זיך
מיט דיר א שפּיל טאָן, בּיסט אַ קראַסאַװיצע -- , חייטשקע??!
-- האָט רחמנות אויף מיינע קליינע קינדער! -- בּעט זיך
הדסה.
-- אַז דו וועסט זיין גוט צו אונז, וועלען מיר דיינע קינדער
ניט טשעפּען
אַזוי טרייסט זי דער שיכּורער רוצח און גיט זי א נעם אין די
לאַפּעס, און דער צווייטער גוי געהט נאָך מיט דער האַק, כּדי אִפּ-
היטען זיין חלק אויך..
--- װאַרף זיך בּעסער ניט! --- אַזױ שרייט אויף איהר אָן טי"
מאָשקע --- קום, חייטשקע! ואו זיינען דאָס דיינע זשידאָווסקע
פּערינעס? אַלע זשידעס האָבּען ליב ווייכע פּערינעס. נישקשה, וועסט
פאָרן טויט קיין חרטה ניט האָבּען, חייטשקע! בּעסער וי פון דיין
צוקראַכענעם מאַנעלע מיט די פּאותלעךי.
429
-- הדסה! -- װאַרפט זיך ר' שבּתיל אויף דער פּאָדלאָגע --
זיי מקדש-השם, הדסה! װאַרף זיך! בּייס זיך! הד --
- כאַפּט זיך טימאָשקע װאָס דאָ טוט זיך, פאַרװאָס הדסה בייסט
זיך אַזױ, לאָזט ער אָפּ די שענקערקע און פאַלט אָן אויף ר' שבּתלען
מיט שיכּורער רציחה:
---װאָס? דו זשיד טרעקליאַטער! דוֹ. מישט זיך נאָך אַרײן? טו
נאַדזשע דיר, פּאַרכאַטער!
און ער גיט אַ הויבּ די האַק איבער ר' שבּתילס קאָפּ.
2
נאָר ער פּאָספּעיעט נאָך ניט אַראָפּצולאָזען די האַק, װי זי
גליטשט זיך איהם אַרױס פון האַנט. װאָרים די טיר פּראַלט-:אױף
און אַ גרויסע אימה קייקעלט זיך אַריין אין שטובּ. ס'איז דאָ פאַר
װאָס פאַרציטערט צו ווערען. אַ מוראדיגע האָריגע חיה אויף אַ קייט
רייסט זיך אַרײן מיט אַ בּרום און מיט אַ כריפּ און שטעלט זיך די-
בֹּאִם. זי איז מיט אַ קאָפּ העכער פאַר טימאַשקען דעם געשטופּעלטען
גזלן. צוזאַמען מיט דער חיה לויפט אַרײן אין שטוב אַ שװאַרצער
גוי מיט בּרענענדיגע אויגען -- אַ ציגיינער.
--- װאַליאַי!,.,. שיפּקאָ: (װאַרף! גיכער!) -- שרייט דער שװאַר-
צער גוי אויף דער חיה און ווייזט אָן אויף די גזלנים,
און רבּי בּער מאַכט ניט קיין שחיות, גיט זיך אַ װאָרף אויף
טימאָשקען און דערלאַנגט איהם איין מאָל און צוויי מאָל, מיט די
פאָדערשטע לאַפּעס, אין געשטופּעלטען זלװאָיסקען פּנים,. װי
אַ גבר אַ מענש דערלאַנגט ער אַזױ, אַז טימאַשקען דעם אַרעסטאַנט
פאַרגייט יעדער חשק צו אידישע וײיבּער. ער ציהט זיך אויס, װי
גרויס ער איז, אויף דער ערד, נאָרעט איין דעם צובּלוטיגטען פּרצוף
אין בּיידע אָרעמס און שרייט קולות-גװאַלדען וי אַ בּאַנומענער. און
נאָך איידער ער קומט צו זיך, כאַפּט שוין דער ציגיינער אַראָפּ דעם
לאַנגען רויטען גאַרטעל פון די לענדען און בינדט איהם, טימאַש-
קען. דערזעהט אַפּאַנאַסקע דער קורנאָס וואו עס האַלט דאָ, טשו"
220
8
כעט ער זיך אויס פון זיין צוטומלעניש און פון זיין שיכּרות און לאָזט
זיך לויפען צום טיר. אָבּער דער בּער איז פלינקער פּאַר איהם. ער
שנייזיט איהם אָפּ דעם וועג און לאָזט ניט, כאַפּט אַפּאַנאַסקע דעם
האַק זיינעם און לאָזט זיך אויף דעם בּער.
- װאַליאַי! שיפּקאָ! --- שרייט צו איהם דער ציגיינער.
און רבּי בּער גיט אַ פאַל אויף די פּאָדערשטע פיס, קויקעלט
זיך דורך, אונטער דער צעפּאָכעטער האַק, און דערלאַנגט אַפּאַנאַט-
קען דעם קורנאָסען אַ גאָר אומגעױיכטען טערעבּענץ פון אַ צווייטער
זייט. אַפּאַנאַסקע פאַלט אַנידער און קריכט אויף אַלע פיער וי
אַ חיה. אַצינד קריכט ע ר און דער בּער שטעהט איבער איהם און
שלאָגט איהם און זעצט איהם וויפיל נור עס געהט אַריין. אַוי
פאַריאָגט ער איהם אין אַ ווינקעל, פאַרקװעטשט איהם דאָרטען
און לייגט זיך איבּער איהם, וי אַ בּאַרג פלייש און האָר, אַז אַפְאַ
נאַסקען געהט שיער דער טרפהנער ,דוך"" ניט אַרױס.
-- ראַטױטשאַ! (ראַטעװעט) -- שרייט ער פון אונטערן בער
צום ציגיינער.
|-- זאַראַז! (בּאַלד) -- ענטפערט איהם אָפּ דער ציגיינער גאַנץ
רוהיג. -- דו זעהסט דאָך מ'איז פאַרנומען מיט דיין חברל נאָך ניט
:פאַרטיג,
פאַרטיג געװאָרען מיט טימאָשקען -- געהט דער עיינער
צו נאַנץ געלאַסען צו אַפאַנאַסען. טרייבּט פון איהם אַראָפּ דעם בער
און לצעוועט נאָך איבּערן גוֹי:
--| נו,. װאָס? װוילסט אפשר נאָך אַמאָל שלאָגען זיך מיט
מישקען"י. מיטן קאָלטונעװאַטען? (מיט האָריגען בּער),
--- ניין, ניין, נייף -- קרעכצט אַפאַנאַסקע דער קורגאָסער.
-- טו גיבּ-זשע די הענטעלעך דיינע און לאָמיך דיך פינדען
קיין מינוט געהט ניט אַריבּער און בּיידע גזלנים ליגען געבוג"
דענע װוי די קעלבּער, און דער בּער שטעהט איבער זי דיבּאָם גרייט
מכנד צו זיין יעטװעדערען פון זיי, וי נאָר מ'וועט זיך אַ ריהר טאָן,
און אין גאָרגעל גראַגערט בּיי איהם, בּיים רבּי בּערן. װי דער שטיי-
גער איז פון אַ בּער בּשעת ער איז צופרידען. רבי שבתילס פּענטעס
ווערען דורכגעשניטען מיט אַ מעסער. ער טוט אָן די יאַרמולקע,
31
הױיבּט זיך אויף פון דער פּאָדלאָגע. און ערשט דאָ קומט ער איג-
גאַנצען צו זיך, און דערזעהט מיט בּיידע אויגען ווער פ'האָט איהם
דאָ געראַטעװעט. ער מיט זיינע אייגענע הענט האָט אַרײנגעבּראַכט
די ישועה צו זיך אין שטוב. די רפואה פאַר דער מכּה אַראָפּגע"
בּראַכט. דאָס װאָס די אידענע זיינע האָט אַרױסגעװאָרפען.. שטעהט
ער אַזױ און קוקט אויפן ציגיינער. קיין ווערטער האָט ער ניט. נאָר
פון די אויגען גיסען זיך איהם טרעהרען.
פאַרשעמט זיך עפּעס דער ציגיינער. קוקענדיג אויף ר' שבת-
לען, לאָזט אַראָפּ די בּרענענדיגע אויגען און בּורטשעט:
-- ניטשאַװאָ... כ'האָבּ דערהערט די קולות אין שטבב, בין
איך אַריין...
שאָקעלט ר' שבּתיל, וויינענדיג, מיטן קאָפּ און יאַרמעלקע.
ס'הייסט: , יאָ. יאָ! דערצעהל מיר מעשות.."
נאָר ניטאָ אַצינד קיין צייט צו טראַכטען און צו ריידען פון
געהויבּענע זאַכען. קודם-כּל שלעפּט מען צוריק אַרױס בּיי טימאַשקען
דאָס לייווענטענע טאָרבּעלע מיט די פּאַכטע-געלט פאַרן פּריץ. דער"
נאָך בּינדט נאָך דער ציגיינער צו בּיידע גוטע גויים"י איינעם צום
צווייטען און זאָגט זיי אָן אויף זיין פּויעריש ציגיינערישען לשון,
אַז אויבּ זיי ווילען לעבּען אויף דער ועלט, זאָלען זיי זיך קיין
ריהר ניט געבּען. װאָרים , מישקאַ, דער בּער, הייסט דאָס, שטעהט
דאָ אויף דער װאַך און היט. מישקאַ זיינער האָט פיינט חכמות...
טימאָשקאַ דער געשטופּעלטער און עלטערער גזלן ליגט און
שילט אַלע זשידעס אין טאַטען אַרײן און אין דער מאַמען אַרײן. עס
פאַרדריסט איהם, זאָגט ער, װאָס ער האָט , שעפּצלען' דעם קאָפּ
דעם פּאָהאַנעם ניט אָפּגעהאַקט, װוי נאָר ער איז אַריין אין שטובּ.
גאָר אַפּאַנאַסקע דער קלענערער האַלט אין איין וויינען און זאָגען
קִינוִת. ער קלאָגט און בּעט איין קלייניגקייט: מ'אָל איהם אָפּלאָ-
זען... ער האָט נַיט געװואָלט, זאָגט עֶר.. נאָר טימאָשקאַ דער ראַז-
בּאַיניק האָט אִיָּהם +ז אַלץ צוגערעדט! אַלדאָס בּייז, אַזױי קלאָגט
געמאַבעסקעי שמאַמט פוָן טימאָשקען. אַפריהער בשעתן געהן מיטן
עטאַפ האָט איהם פוגערעדט צו פלעטען די קאָנאָװאַיגי-
קעם דעם מוח נאקן אַנטעויפען, אַצונד --- שז באַמלענען אַ שענקער
רמ
4
און אַ שפּיל טאָן מיט זיין ווייבּ. אַלץ טימאָשקאַ.
-- איצטער זאָגט ע ר גאָר ווידוי! --- שמייכעלט הדסה און
די טרעהרען שטעהען איהר אין די אויגען,
--אַז גאָט װויל! -- שאָקעלט רי שבתיל מיט דער יאַרמעלקע.
נאָר לאַנג , זאָגען ווידוייי איז אָפּאַנאַסקען אויך ניט אויסגע"
קומען. װאָרים אינדרויסען, פאָרן שענק. דערהערט זיך אַ קלינגען
פון אַ פאָיעטאָןיגלעקעל און אַן אָנפאָהרען פון פוהרען. הדסה גיט
זיך א װאָרף צום טיר,. מסתמא פאַרשפּעטינטע באַלעגאָלעס אָנגע-
קומען. וועלען זיי העלפען אַװעקצופיהרען די ראַזבאיניקעס אין
קאָפּוסטער סטאַן. עס עפענט זיך אָבּער אויף אַ טיר און פון דער
נאַכט אַרױס לויפען אַרײן פאַרסאָפּעטע אַן אוריאַדניק, צויי
סטראַזשניקעס און פּיעטרוק -- דער פאַרפאַלענער גוי פון שענק,
פון װאַנענט האָט זיך דאָ מיט אַמאָל גענומען פּיעטרוק אוֹן נא"
טשאָלסטװאָ? פּונקט וי מ'װאָלט זיי בּאַשטעלט. ר' שבּתלען או
הדסהן זיין ווייבּ זעהט דאָס אויס וי אַ חלום, װוי אַ ניט-אמתע זאַך.
דער אַװענט האָט זיך היינט אָנגעהויבּען מיט אַ פּלאַנטער און עס
פּלאָנטערט זיך אַלץ ווייטער. הדסה האָט שוין געװאָלט אַ קניפּ-טאָן
זיך אין ליבּ, זעהן צי זי שלאָפט ניט. נאָר פּיעטרוק הויבּט זיך מיט
אַמאָל אָן צו צלמן אויף דער שענער אסיפה אין שענק און הױיבּט
אָן דבּרן. און מ'דערזעהט בּאַשײנפּערליך. אַז ס'איז אויפן װאָהר,
-- כולאַ טע--ע בּאָזשע! -- צלמט זיך פּיעטרוק און בּוקט
זיך. --- געלױיבּט דער אויבּערשטער, באַלעבּאָס און בּאַלעבאָסטעצ-
קע, װאָס איך זעה אייך לעבעדיג און ביים גאַנצען געזונט,.
און צום אוריאַדניק ווענדעט זיך פיעטרוק אַזױ;
--- אָט זיינען זיי, װאַשע פלאָהאָראָדיע, די , דושעהובשן'
(רוצחים). װאָס זיינען מיך אין װאַלד בּאַפאַלען. ליגען געבּונדען
וי די חזרים פאַר חגא..
גיט דער אוריאַדניק אַ קלונג מיט דער סאַבּליע, אַ געה-צו צו
די קאַטאָרזשניקעס. אַ בּוכצע איינעם מיטן שפּיץ שטיוועל, אַ בּוכצע
דעם צווייטען; |
-- דאָס בּיסטו טימאָשקאַ דושעהובּ? דו געשטופּעלטער חזיר
דו?
423
צוריק פון אסטראָג (28)
- טאַק טאָטשנאָ, װאַשע בּלאַהאָראָדיע! --- ענטפערט טי-
מאָשקאַי / | :
און דאָס בּיסטו אַפאַנאַסקע דער ראַזבּאַיניק, דער אַנטלױ-
פער? | |
-- טאַק טאָטשנאָ! | |
-- דאָס האָט איהר געפּלעט דעם מוח די קאָנװאָיניקעס כשעת
פיהרען אייך מיטן עטאַפּ און אַנטלאָפען? |
-- מיר, װאַשע בּלאַהאָראָדיע! פארזינדיגט זיך פאַרן קיסר
און פאַרן פּראַװאָסלאַװונעם פאָלק.
צעכאָכאָטשעט זיך דער אוריאַדניק פאַר שמחה. װאָס איהם איז
אַזױי לייכט אָנגעקומען צו כאַפּען אַזעלכע צוויי העכט:
--- איז אָט וואו איהר זיינט גאָר, מיינע טײיערינקע!.. און איך
זוך אייך דאָך אַרום צווישען אָרשע און מאָהליוו אויף אַלע וועגען,
אין אַלע דערפער, איהר ליגט גאָר געבּונדענע אין אַ זשידאָווסקען
שענק... שענע ראַזבּאָיניקעס, כאַ--כאַז אויף דיר, טימאָשקאַ-קאָפּ-
שניידער, װאָלט איך זיך גאָר ניט געריכט. זעהסט. דאָך גאָר אויס
וי אַ נאַסער האָן אונטער אַ סטרעכעי..
צולאַכען זיך די אָנגעקומענע סטראַזשניקעס פון דעם אוריאַד-
ניקס חכמהס. און דער אוריאַדגיק שטעהט נאָך אַלץ איפער די צויי
געפּענטעטע קאַטאָרזשניקעס און נעמט זיי לעבּער:
-- איז ליגט-זשע, מיינע טײבּעלעך, מיינע מאַלאָסאָלנע או-
גערקעלעך! אָט װעל. איך נאָר אָנשרײיבּען אַ פּראָטאָקאָלכעלע, וועלען
מיר אייך אָפּפיהרען אין קאָפּוסטער סטאַן. װעט מען אייך שוין
שינדען די שקורעלעך מיט שפּיצרוטען. די בּאַקען די רוצחישע מיט
הייסע אייזענס אױיסבּרענען. װאַרט, װאַרט אַקאָרשט, מיינע עפּעלעך!
ניט קיין בּער, ניט קיין בּעריאָוקעי.
4
אַז ר' שבּתיל און הדסה זיינען אַבּיסעל געקומען צו זיך און
די טויט-דערשראַקענע קינדער האָבּען זיך אַבּיסעל בּאַרוהיגט, איז
דאָך די ערשטע קשיא געװען פּיעטרוק, װי קומסטו אַהער? און
וואו האָסטו גענומען נאַטשאַלסטװאָ אינמיטען דער נאַכט! און וואר
ביסטן כּיז איצטער פאַרפאַלען געװאָרען? און צי פערד און װאָגען
זיינען גאַנץ?
-- גאַנץ, בּאַלעבאָס! גאַנץ, באַלעפאָסטעטשקע! -- מאַכט
פיעטרוק -- אָט שטעהען זיי אינדרויסען. פערד און װאָגען מים
יעהאָ בּלאַהאָראָדיעס פאַיעטאַנדעל צוזאַמען. אַ שטרויעלע פֿעהלט
ניט, געלױיבּט דער אױבּערשטער!
און אָט װאָס דער גוי פון שענק האָט אויף פּויעריש דערצעהלט
ר' שבתלען און הדסהן, און צום צווייטען מאָל -- דעם אוריאַדניק:
בּאַלד נאָכדעם װי ר' שבתיל האָט זיך דערשראָקען פאַר דער
ווייסער בּעריאַזקע אין װאַלד און איז אַװעק צופוס צוריק אַהים,
האָט ער, פּיעטרוק. אױסגעשפּאַנט דאָס פערדעל, כֹּדי אַרױסצ
נעמען די דוהע און כאָמעט פון קלעם. ער האָט פּאַװאָליע אַרױסגע
צויגען דעם װאָגען אויסגעגלייכט די האַלאָבּליעס, צוזאַטענגעפון-
דען די איבּערגעריסענע לייצע, צוגעגאָסען דיעגאַכץ אין די אַקטען.
דאָס װאָלט פיי איחם אַן אַנדערש מאָל פאַרנומען אַ האַלבּע שעה. נאָר
דאָס מאָל -- אַ סך מעהר. אַ , ניעטשיסטאַיאַ סילאַי! האָט איהם ניט
4235
דערלאָזען. די הענט האָבּען זיך בּיי איהם געטרייסעלט. ניטאָ װאָס
צו שעמען זיך. ער האָט מורא געהאַט. ער וייסט אַליין ניט פאַר-
װאָס... ניט צום גוטען האָט איהם אַלץ אויסגעזעהן. און ס'איז טאַקע
אֲזוי געשעהן. ער האָט שוין אָנגענומען די בּייטש אין האַנט, גע"
האַלטען בּיים אָפּפאָהרען צוריק מיטן זעלבּען װעג, אָניאָגען ר'
שבּתילען אויפן שליאַך, ערשט -- נאַדיר!.. אימיצער גיט גזלניש
א געשריי , סטאָי!! און פון הינטער די בּוימער לױפֿען אַרױס עויי
האָלאָדראַנצעס. אָט-אָ דער טימאָשקאַ דושעהובּ און אַפאַנאַסקע דער
קורנאָס. ער ט'זיי שוין היינט פאַר אָנבײיסען איינמאָל געזעהן אין הויף
פון שענק, האָבּען זיי מיט איהם געכאפּט אַ שמועס. און בּיי דער סטאָי-
קע -- אַ טרונק בּראַנפען מיט פעפער. ער האָט זיי גלייך דערקענט.
שוין היינט בּייטאָג איז איהם, פּיעטרוקען, ניט געפעלען געװאָרען
דאָס אויספרעגען זייערער בּיים אײנשפּאַנען: װער פאָהרט? וואוהין
מען פּאָהרט?... דערזעהן זיי אינמיטען װאַלד, וי זֵיי לויפען אָן פון
הינטען, איז איהם גלייך פינסטער געװאָרען אין די אױיגען נאָר
כּדי זיי זאָלען גאָרניט בּאַמערקען, האָט ער געמאַכט אַן אָנשטעל,
אַז ער איז צופרידען צו זעהן זיי נאָכאַמאָל:
-- זדאָראָװאָ, זעמליאַקי! *) װאָס? אין װאַלד פאַרבּלאַנדזשעט
זיך?... אונטערפיהרען אייך אַבּיסעל?
בּאַפאָלען איהם אָבּער די טײערע זעמליאַקעס, כאַפּען
איהם אָן פאַר בּיידע הענט, די דושעהובּען.
-- מיר דאַרפען, זאָגען זיי, צו אַלדי רוחות דיין , גאָט העלף".
מיר דאַרפען האָבּען עפּעס גאָר אַן אַנדער זאַך. דיין בּאַלעבּאָס מו-
זען מיר האָבּען, וואו איז ער, דער זשיד מיט די פּאותן?
זעהט שוין פּיעטרוק מיט וועמען ער האָט דאָ צו טאָן און מיט
װאָס דאָ שמעקט. וויל ער נאָר געווינען צייט, ר' שבּתיל זאָל װאָס
ווייטער אַװעקגעהן מיטן שליאַך.
-- מיין בּאַלעבּאָס! -- ציהט ער װוערטער -- אַװעקגעגאַנגען
מיין בּאַלעפּאָס, אויף װאָס דאַרפט איהר מיין בּאַלעבאָס?
כאַפּען אָבּער די דושעהובען אַרױס די העק פון די טאָרבּעס:
=) אַ גאָט העלף, לאַנדסלײט |
226
-- דו זאָגסט, צי דו זאָגסט ניט? דו פּויערישע מאָרדע. דו
פאַרקויפטע נשמה! |
-- פ'וועל זאָגען, כ'וועל זאָגען! --- טרייסעלט זיך פּיעטרוק און
עס קלאַפּט איהם אַ צאָהן אָן אַ צאָהן, --- װאָס איז דאָ װאָט צו זאַ-
גען,. טייערינקע?
--- געפיהרט היינט געלט צום פּריץ?
-- געפיהרט, דאַכט זיך, טייערינקע.
--- וואו-זשע איז דער באַלעבּאָס מיטן געלט?
-- אַװועק צוריק אַהיים איז ער, ברידערלעך! װאָט כרעסט!..=)
צוריק אַהיים אַװעק.., א ניט-גוטער האָט זיך אריינגעמישט. אַ ראד
אַראַפּגעפאַלען, אַ לייצע צעריסען זיך, וי אַ צלם איז מיר היילינ!
--- װאָס דערצעהלסטו מיר בייקעס? -- צושרייט זיך טי-
מאַשקע דער ראַזפּאיניק. -- זאָג, דו הינטישע נשמה, וואו האָסטו
איהם דאָ בּאַנראָכּצן דיײן זשידאָװוסקען האַלעבּאָס מיט. דער
, מטבּע?.""
טענה אַהער, טענה אַהין מיט אַזעלכע דושעהובּען. טימאַשקע
איז איהם, פּיעטרוקען, גלייך אַרײינגעפאָהרען מיטן קולאַק אין מאָר-
דע, אָט זאָל מען נאָר אַ טאַפּ טאָן. ס'איז נאָך גוט געשװאָלען. ער
זעצט מיטן קולאַק און שיפעט נאָך דורך די ציין אַזאַ , האַדיוקף"
(שלאַנג). טאָמער, מאַכט ער, גימסטו נאָר איין פּיפּס -- מאַכען מיר
מיט דיר װאָס מיט אַ חזיר פאַר חנא!..
אָנגעבּראַכען איהם גוט די ביינער, האָבּען זיי איהם געבּונדען,
פאַרפיהרט מיט פערד און װאָגען טיף אין װאַלד ארי?. ווייט פון
שליאַך, דורכגעזוכט איהם פיזקעל העמד, דורכגעטאָפּט דאָס גאַנצע
שטרוי אין װאָגען. דערנאָך מאַכט צו איחהם טימאַשקע דושעהופ אַזרי:
--- איבּער דיין ראָד, די טרעקליאַטע, און איכער דיין לייצף,
די פּאָהאַנע, האָסטו אונז געבּראַכט דערצו מיר זאָלען אַ נשמה , זאַ-
הובּען" (אומברענגען). װאָלסטו אָפּגעפאָהרען מיט דיין זשידאווי
סקען שענקער נאָך אַ װיאָרסט-צוויי, װאָלטען מיר נאָר דאָס געלט
אָפּנענומען. דיר און דעם אידען װאָלטען מיר אין קאָלנער אָבגט-
') איך שווע" אייך גיים צרם!
47
לעגט, און... זיך דעם ווינט אין פעלד!... אַצינד מוזען מיר בּלוט
פאַרגיסען. אַפריהער --- דיין פּראַװאָסלאַװנע נשמה אומבּרענגען
דערנאָך --- די זשידאָווסקע נשמות. אָט װועט פינסטער ווערען, ווע"
לען מיר דיר דעם קאָפּ אָפּהאַקען, און קיין אַלעקטאַנדראָווקע, אין שענק
אַרײן וועלען מיר זיך מיטן סומנעם װאַלד אַװעקלאָזען. דיין בּאַלע-
באָס מיט די פּאותלעך וועלען מיר טאָן דאָס רעכט און דיין בּאַלע-
בּאָסטעצקע -- דאָס רעכט. יעדערען װי ס'געהערט צו זיין. אַ שע"
יע איז זי, דיין , כאַייטשקע?, אין איהר מאַמען אַרייך..
בּעט זיך בּיי זיי פּיעטרוק אַ געבּונדענער:
-- ווי אַזוי האָט איהר דאָס קיין מורא ניט פאַר גאָט? און טאָ-
מער כאָפּט אייך נאַטשאַלסטװאָ, װועט מען דאָך אייך הענגען, אָדער
אין סיבּיר פאַרשיקען. אָט װאָס מ'וועט טאָן, טייערינקע!
לאַכען פון זיינע קלוגע רייד די ראַזבאַיניקעס:
-- פּראָפּאָדאַט טאַק פּראָפּאָדאַט! =) אַז שוין פרעסען בּאָרשץ,
טאָ זאָל זיך גיסען איבּערן בּאָרד! מיינסט,. דו פּױערשע מאָרדע, אַז
מיר זיינען בּאָנדערס וועלכענע, אָדער האָלץיהעקער? כאַיכאַ! שאַר-
צעיס האַקען מיר! ביעגלע קאַטאָרזשניקעס זיינען מיר! מיר האָבּען
זיך נאָר איבּערגעטאָן אַזױ. פון קאָנװאָי זיינען מיר אַנטלאָפען אינ-
מיטען וועג. אונזערע סאָלדאַטיקלעך געפּלעט דעם מח מיט אַ צי-
געל. טאָמער כאַפּט מען אונז, וועלען מיר זיך סיי-ווי"סיי וויגען
אויף אַ שטריקעל, טאָ זאָל כאָטש זיין פאַרװאָס. לאָמיר כאָטש אַ הו"
ליע טאָן פאַר דער פּגירה. מיט בּראַנפען אָנטרינקען זיך, מוט וויי-
בּער אָנשפּילען זיך..
ליגט פּיעטרוק אין ואָגען און אין האַרצען צלמט ער זיך. ער
װואַרט מ'זאָל איהם דערלאַנגען מיט אַ האַק אין קאָפּ..
געװאָרען פינסטערער, איז זיך אָבּער טימאָשקע מיישב;
---טאַק אי בּיט!*+) -- מאַכט ער. בּיסט אַ פּראַװאָסלאַוונער און
װאָיעסט ניט וי אַ באַבּע, סמאָרקעסט זיך ניט וי אַ פּױערל, ווע"
לען מיר דיך ניט הרגענען. נאָר צובּינדען דיך צום װאָגען מווען
5 אוּמקוּמען איז אוּמקומצן !
*') אַזױ װעט עם זיין!
438
מיר. און פאַרשטאָפּען דיר דאָס מויל מוזען מיר אויך. דריכניע דאָ,
סוקין סין! אָבּער מיט דיין בּאַלעבּאָס פון שענק און מיט דיין בּאַלע-
בּאָסטעצקע --- אָ-כאָ-כאָ!ײ
זעהט פּיעטרוק, אַז די סכּנה פאַר זיינע בּאַלעבּאַטים איז גרויס,
הוינט ער אָן כיטרעווען, בּעטען זיך, כּלומרשט, פאַר זיין אייגענעם
קאָפּ:
-- לאָזט מיך ניט, גוטע מענשען אַ געבּונדענעם אינמיטען
װאַלד. אַ בּער אַ בייזער האָט זיך דאָ פאַרנאַדיעט אין די היגע
מקומות, דער פּריץ איז געווען אַרױס אויף אַן אָבּלאַוע און ניט
געכאַפּט איהם. ער װעט נאָך דאָס פערדעל פאַרגריזשען און מיר די
געדערים אַרױסלאָזען. ניט דערלאָזט, בּרידערלעך, צו אַזאַ זאַךײי
אָבּער די ראַזבּאַיניקעס לאַכען גאָר איבּער איהם פון פולען
האַלז: נו, גוט, רייצען זיי זיך, וועלען מיר דיר טאַקע דעם קאָפּ
אַראָפּנעמען,. װעסטו ניט הערען װי דער בּער דער קרומפיסיגער
װעט קומען. |
בּקיצור, זיי האָבּען איהם דעם מויל מיט אַ שמאַטע פאַר"
שטאָפּט, די דושעהובּען. און איינגעבּונדען אין װאָגען, מיטן פּנים
צו די אויסגעבּעטע שטרוי און מיט די מייטקעס, בּמחילה, צום הי-
מעל. איבּערגעדעקט איהם מיט אַלץ װאָס האָט זיך געפונען אין װאָי
גען, כּדי אינגאַנצען צו זאַדושען זיין קול, טאָמער שרייט ער מיט
די נאַזלעכער. און אַלײן האָבּען זיי זיך געזעצט צובּייסען פון די
טארבעס. ער האָט געהערט וי זיי זשװואַקען. די קאַטאָרזשגיקעס,
און רעדען זיך איבּער מיט אָנגעשטאָפּטע מיילער. נאָר שפּעט אין
דער נאַכט, ווען ס'איז גוט פינסטער געװאָרען, האָבּען זיי זיך אַװעק-
נעמאַכט צום שליאַך, טאַפּענדיג די בוימער-שטאַמען מיט די לאַ-
פּעס. מעהר האָט ער זיי אין װאַלד ניט געהערט און ניט געזעהן
7:
ליגט ער אַזױ פּיעטרוק אין געהאַקטע ואונדען. די נאַכט
ציהט זיך. אַ מינוט -- אַ יאֶהר! , איך װעל שון װי ניט איז
239
אַרויסקריכען?. טראַכט ער זיך, ,אָבּער וי ראַטעװעט מען די באַ-
לעבאַטים? מיט די העק וועלען זיי דעם בּאַלעמאָס צופּאַסעװען און
די בּאַלעבּאָסטע די קראַסאַװיצע -- באַליידיגען. און די קינדער
די אונשולדיגע שלעכטס טאָן.."
װאַרפט ער זיך וי אַ לעשץ אין נעץ. די שטריק שניידען איהם
וי מעסערס. זיי האָבּען איהם שוין אײינמאָל איינגעבונדען און צו-
געבּונדען, די דושעהובּעף דעם מויל מיט פּאַסקודסטװאָ אָנגע-
שטאָפּט. אָט-אָט ווערט ער דערשטיקט. נאָר מיטן נאָז קען ער נאָך
אַבּיסעל טראָמײיטערן, קען אַרױסלאָזען אַ קול פון אַ פליג אין
שפּינװעבּס. נאָר װוער װעט דערהערען אַזאַ זשומען? ס'איז ווייט פון
שליאַך. מיט היי און מיט טראַנטעס איז איהם דער קאָפּ איבּערגץ-
דעקט. אַ פּאָר מאָל הערט ער וי אַ פוהרעל האָצקעט זיך-דורך אויפן
שליאַך. װאַרפט ער זיך און רייסט זיך אײינמאָל און צוויי מאָל און
עס געלינגט איהם אַרױסשפּײען אַ שטיקעל שמאַטע פון מויל.
פּרובט ער זיך אַרױסצלאָזען אַ מענשליכען קול פון האָלז. איז שוין
אָבּער קיינער ניטאָ. אַװעקגעפאָהרען. פאַרפאַלען קלערט ער, די
בּאַלעבּאַטים. פאַרפאַלען!
מיטאַמאָל דערהערט ער וייט-ווייט -- אַ גלעקעלע קלינגט,
ער שפּיצט זיך אָן. אַ גלעקעל! וי גאָט איז הייליג -- אַ גלעקעלו
אַ פּאָטשטאַליאָן פאָהרט, אָדער נאַטשאַלסטװאָ. נאָר אַזעלכע האָ-
נען אַזאַ גלעקעל איבּער דער דוהע. ער דערקע---ענט.,
טוט ער זיך אָן אַ כּוח, פּיעטרוק, הױיבּט אָן װאַרפען מיט קאָפּ
און פּלייצעס וי אַן ,, אוטאָפּליעניק? (אַ דערטרוגקענער), ווען מען
מינטערט איהם. די שטריק שניידען מוראדיג, די אויערען הערען
זיך אָבּער צו נאָר צום גלעקעל. דאָס קלינגען װערט אַלץ נעהענ-
טער און נעהענטער. פּאָמאָהאַי בּאָך! (העלף גאָט!,
מיט הוסטען און מיט שנאָרכען און מיט בּלוט און מיט גאָטס
הילף געלינגט איהם אַרױסצוכראַקען די גאַנצע שמאַטע פון גאָר-
געל און אַ געשריי צו טאָן. נאָר דער געשריי איז אַזױ דערשטיקט
אין היי און אין גאַנצען צודעק װאָס די ראַזבּאָיניקעס האָבּען אויף
איהם אָנגעװאָרפען. דאָס גלעקעלע גלייכט זיך אויס מיטן װאָגען אין
וואַלד, אָט-אָט פאָהרט ער פאַרבּיי און אַ סוף! נאָר גאָט אַלײן דער"
440
בּאַרימט זיך אויף פּיעטרוקען. זיין פערד אין שפּאַן טוט אַ הירזשע.
די סקאַטינאַ פאַרשטעהט אויך, אַז איהר האַר איז אין אַן אומגליק,
אַז ער שטיקט זיך. טוט ער שוין אָן אַ כּוח אַריפּערצושרײען דאָס
פערד. ס'איז שוין איינמאָל געווען אַ געשריי! אַ דעווע פון אַ ניט-
דערשטאָכענעם אָקס איז דאָס געווען. ער אַלײן האָט זיין אייגענעם
קול ניט דערקענט. עפּעס וי גאָר אַ פרעמדער פּיעטרוק װאָלט אין
פינסטערען אלד אַ יאָמער געטאָן..
דאָס גלעקעל שטעלט זיך אָפּ, אַנטשװיגען געװאָרען. אַ וויילע
איז שטיל-שטיל. דערנאָך דערהערען זיך מענשליכע קולות. מען
רעדט צווישען זיך,. אימיצער בּאַפעהלט מיט אַ האַרבּען קול, אַ קול
פון נאַטשאַלסטװאָ. דערנאָך דערהערען זיך טריט אינם נאָדעל-אָפּ-
פאַל פון די סאָסנעס. אַ פייערעל אַ שװאַכינקעת בּלאָנדזשעט. צווי"
שען די שפּאַלטען פון װאָגען קריכט ער דורך. גיט ער, פּיעטרוק,
אַ הויבּ דעם קאָפּ פון אונטער די טואַנטעס: שאָטענס מאוימדיגע
שװאַרצע קריכען, אַ האַנט, אַ קאָפּ -- בּיזקעל הימעל. אַ לאַמטערנ-
דעל זוכט.., |
-- כטאָ טאַם? -- גיט אַ קול האַרב אַ פרעג., אַזױ װוי נאַטשאַל-
סטוואָ פרעגט. מיט כּוח און מיט שטרענגקייט. און כּדי אָנװאַרפען
אַ מורא שיסט מען אויס. טראַך---טאַ--דאַ--ראַך!
נאָר פּיעטרוק האָט קיין מורא ניט פאַרן שאָס. ער וייסט אַז
ניט איהם מיינט מען דאָס. , ראַטעװעט אַ פּראַװאָסלאַװנעם! . --
שרייט ער אויס אַ לעצטען מאָל און בּלייבּט ליגען אַ געחלשטער,
אַז ער האָט זיך אױיפגעכאַפּט, איז ער שוין געלעגען אין װאָ-
גען אַן אָפּגעפּענטערטער. יעהאַ בּלאַהאָראָדיע דער אוריאַדניק אין
לעבען איהם געשטאַנען. צוויי דעסיאַטניקעס מיט א לאַמטערנע
אַן אָנגעצונדענע. -- ,װער האָט דאָס דיר געטאָן"' --
האָט דער אוריאַדניק גענומען אויספרעגען, אָבּער פּיעטרוק האָט
זיך ניט געלאָזען. , גיכער, גיכער"י, מאַכט ער. , װאַשע בלאַהאָראַ-
דיע! קום, לאָמיר פאָהרען קיין אַלעקסאַנדראָװקע אין שענק, די
דושעהובּען וועלען נאָך ניט איין מענשען אומבּדענגען. אויפן וועג
וועסטו מיך, האַרעלע, אויספרעגען.." - |
די דעסיאַטניקעס, אַ דאַנק זיי אַ גרויסען, האָבּען געהאַלפען
241
אַרױסקלײבען זיך מיט פערד און װאָגען אויפן שליאַך. די בּייטשען
האָבּען אַ קנאַל געגעבּען און אָט, געלויב איז גאָט, געקומען און גע-
פונען אַלעמען גאַנץ. אַלץ װי עס געהערט צו זיין. אָנשטאָט די בּאַײ
לעבּאַטים ליגען גאָר די ראַזבּאַיניקלעך אַליין געבּונדענע, און אַ בּער
שטעהט איבּער זיי... אַ טשיקאַװע זאַך! ער, פּיעטרוק, האָט דאָך
אין װאַלד מורא געהאַט אַ בּער זאָל איהם ניט פאַרגריזשען. שטעהט
גאָר איבּער די שענע לייט אַ בּער און זי האָבּען אַצינד מורא.
טשודאָ-יודאָ שעפּציל האַרציגער! (אַ גרויסער וואונדער, שבּתילו).
:: 4+ |
5
נו, װאָס זאָל איך אייך ווייטער מאריך-זיין? אַזױ האָט לִילײ
זערל װאָיטעק פאַרענדיגט זיין מנחם-אָבלדיגע מעשה. די ראַזבּאָי"
ניקעס האָט מען געבּונדענע אַרױסגעשלעפּט אינדרויסען און איינ-
געפּאַסעװעט זיי מיט שטריק אינם זעלבען װאָגען. אין ועלכעך
פּיעטרוק איז פריהער, מיט אַ פּאַר שעה, געלעגען אַ געפּענטעטער
אין װאַלד,. און צוויי סטראַזשניקעס מיט בּלויזע שװערדען האָט
דער אוריאַדניק אַװועקגעשטעלט היטען זיי בּיז פאַרטאָג, ווען מען
וועט זי אָפּפּיהרען אין סטאַן קיין קאָפּוסט.
אין שענק גופא איז בּיסלעכווייז געװאָרען לעבּעדיגער. מ'האָט
זיך צוקלאַפּט מיט די גלעזלעך בּיי דער סטאָיקע: ר' שבּתיל מיטן
אוריאַדניק, דער ציגיינער מיט רב שבּתילען. פּיעטרוק מיטן צי-
גיינער. אַזױ איינער מיטן צווייטען. לכתּחילה -- אַ קאַפּעלע פאַר-
שעמט. פאָרט, אָקאָרשט, אַזאַ חושך געווען אין שטובּ!.. נאָר בּיס-
לעכווייז איז מען אַריבּערגעגאַנגען אויף וישניק, און פון װוישניק
אויף זובּראָווקע און פון זובּראָווקע אויף די אמתע ניינציגער ספּירט,
װאָס איז געבליבּען פון פּסח. הדסה האָט דעם בּער אויך ניט גע"
װאָלט פּאַרשעמען און אויף אַ טאַץ אַלעמאָל צוגעטראָגען איהם
אַ כּוסה. טרינקט רבּי-בּער און אין דער בּערישער האַלז גראַגערט ביל
איהם. ס'הייסט , לחיים אידען און לחיים גויים!!! און מאַכט בּול-בּול-
בּול. אַ טראָפּען פאַלט ניט אַראָפּ, שיכּורים געניטע װאָלטען איהם גע-
מעגט מקנא זיין,
לויפט ר' שבּתיל צו צו זיין ווייבּ מיט אַ פולען קעלישאָק:
442
--- לחיים, הדסה! אַצינד זעהסטו שוין װאָס דער , לייווענטע"
נער"", זאָל לעבּען, האָט געמיינט מיטן , דרך'ארץ פאַר אַ בּער!"
אַצינד ווייסטו שוין װו צ ר ס'האָט אָפּגעקלאַפּט די ראָד אויפן שליאַך?
אַ קעלישאָק אַרײנגעגאָסען און אַ קעלישאָק אָנגעגאָסען, און
דער געמישטער עולם אין שענק צעװאַרימט זיך. ר' שבּתיל האַלובּעט
שוין דעם בער און װינשעויעט זיך מיט איהם: , לחיים, ר' בּער!
איך ווייסיי, מאַכט ער בּגילופינדיג. ,אַז איהר, ר' בּער, זיינט
אַ גלגול פון אַ נשמה... זאָל שוין טאַקע דער אױיבּערשטער געבּען
איהר זאָלט װאָס גיכער אויסגעלייזט וװערען, מיט דעם זכות פון
די גוטע מעשים װאָס איהר האָט היינט אויפגעטאָן, מיט דעם זכות
פון פּסחדיגען בּראַנפען, װאָס איהר האָט געטרונקען און מיט דעם
כּוח פון די שטיקעלעך איינגעדאַרטע אידישע חלה, מיט ועלכע
איהר האָט פאַרבּיסען..? קוקען די גויים צו און לאַכען. װאָס פאַר-
שטעהען זיי אין אַזעלכע חסידישע זאַכען? נאָר דער בער אַליין בור"
טשעט צופרידען אויף ר' שבתילס דרשה. בּורטשעט און גיסט
אַריין װי אַ בּן-אָדם. ביסלעכווייזן הויבּט מען זיך אָן בּראַטעװען
מיטן אוריאַדניק אויך. אויך נישקשה פון אַ כּער!.. װאָרים צוצוגעהן
אַמאָליגע צייטען צו אַז אוריאַדניק מיט עפּאָלעטען און מיט מעשענע
קנעפּלעך איז דאָך געווען מסוכּנדיגער וי צו אַ בּער אין װאַלד..
נאָר דער אידישער וישניק און די רעשטלאַך פּסחדגע ספּירט זיינען
שטאַרקער פאַר , קנעפּלעך! און פאַר עפּאָלעטען.. פאַרװאַרפט מען
האַנט אויף אַקטעל. פריהער ר' שבּתיל מיטן אוריאַדניק, דערנאָף
שטעהען שוין צו פּיעטרוק און דער ציגיינער אויך. דערנאָך כאַפּען
אָן דעם שענקערס קינדער די דערװאַקסענע לייט פאַר די פּאָלעס,
און מ'לאָזט זיך אַװּעק אַ האָפּקע אינמיטען שטובּ, אַז ס'איז אַ מחיה,
שטעהט דער בער און פּינטעלט מיט די בּערישע אויגעלעך. ער
וואונדערט זיך, אַפּנים. װאָס מענשען, צוויי-פיסיגע, טוען דאָס,
װאָס ע ר טוט אויפן מאַרק אין שטעטלעך, און פאַרן קלויסטערל--
אין די דערפער. הויבען ביי איהם אויך אָן בייסען די הינטערשטע
לאפּעס. װאָרט ער ניט בּיז דער ציגיינער װעס אַ קלאָפּ טאָן אין
פּייקעל, און לאָזט זיך אַליין אַװעק דרעהען און האָצקען זיך מיט
זיין גאַנץ שווערען הינטער-חלק, פאָכעט מיט דעם קורצען עקצל
243
זוי מיט אַ פעכערל, און פּאַטשט זיך מיט די פאָדערשטע לאַפּעס
אויפן האָריגען בּויך. ווערט דאָך אַ גרויס געלעכטער. מאַכען שוין
די מענשען אַרום איהם אַ ראָד און פּאַטשען לאַדעזשקעס. קען שוין
דער ציגיינער אויך קיין חזיר ניט זיין. כאַפּט ער אַרױס דאָס פּויק-
פלעקעלע און בּאַראַכּאַנעװעט איז פּייקעל אַרײן , איזדינק-איזדינק
זדינק-דינק! כאָטשי-פּאָטשי-מאָטשי-לאָטשי! פּאָקאַזש נאָ יאַק פּיאַני
זאָלדאַט, דראַני זאָלדאַט װאָ גראַז װאָלאַיאיט-סיאַ!*)
און רבּי בּער פוילט זיך טאַקע ניט און איזן מהנה די
שטופיגע און די געסט מיט זיינע קונצען. בּיים אוריאַדניק פּלאַצען
שיער ניט אַלע קנעפּלעך איבּערן בּויך. ער זעהט בּאַשיינפערליך
װוי זיינע אייגענע דעסיאַטניקלעך װאַלגערען זיך אין בּלאָטע, ווען
זיי זויפען זיך אָן. זאָל עס פעהלען א האָרי.
3
אַזױ שקאָצעװעט מען און מען נעמט אַ כּוסה און מען פאַר-
בייסט מיט קאַלטע לעבערקעס און מיט אַלץ װאָס געפינט זיך אויף
דער סטאָיקע און אין שטוב, בּיז פאַרטאָג. אויפן קאַפטער, איבּערן
|אויווען געהט מיטאַמאָל אויס דאָס חלבנע ליכטעל. אַמאָליגע טאַ-
לייכטעניש! מ'האָט זיך אַזױ פאַרהוליעט, אַז מ'האָט זיך גאָרניט
אַרומגעקוקט. אין פענסטערעל גרויט קוים-קוים אויף טאָג. לויפט
הדסה זוכען אַ פריש ליכטעל אין קאָכשטוב. בּלייבּט אַ וויילע דער
צעהוליעטער עולם אין שענק אין דער טונקעלהייט. מ'זעהט ניט
קלאָר איינער דעם צוייטען, די אויגעלעך, נאָך אַזױפיל גוטע
משקה, קלעפּען זיך אויך צופיסלעך. אָנגעצונדען אַ פרישע חלבנע
ליכטעל און צוגעקלעפּט צום קאַפטער, קוקט מען זיך אַרום און
מען דערזעהט, יאַז אין שטובּ איז עפּעס שיטערער געװאָרען. אַז
די שטובּ-טיר איז אָפען און פון דרויסען וועהט אַרײין אַ ווינטעלע,
*)וייז נאָר װי אַ זעלנער אַ שיכורער, אַ זעלנער אַ געמיינינקער
קייקעלט זיך אין בּלאָטעיי
444
לעשט דעם פּלאַם פון ליכטעל, בויגט איהם אַהער און אַהין. קוקט
מען זיך איבּער: װער פעהלט דאָ? דער בער מיטן ציגיינער
פעהלעןי.
וואונדערט זיך הדסה: גאָרניט געהערט זיי אַרױסגעהן? ניין,
קיינער האָט ניט געהערט די טיר זאָל אַ סקריפ טאָן. אפשר זיינען
זיי צוריק אַרױס און אַװעקגעלעגט זיך שלאָפען אין שפּײיכלער מיט
היי? אפשר. נאָר עפּעס גאָר אָהן אַ גוטע-נאַכט, אֶהן אַ גוט"יאָהר,
גלאַט גענומען און אַרױסגעגנבעט זיך און אַװעק פּאָפען אין דער
גאָרע, װאָס דער בער האָט פאַרנאַכט אַליין אױיסגעגראַבּעלט? מאָדנע
זאַכען! |
לויפט מען צום שפּייכלער, דערזעהט מען. אַז די הורבּע היי,
װאָס איז געלעגען דערביי איז ניטאָ. אימיצער האָט זי אַרינגע-
קוועטשט צוריק אין דער נאָרע אַרײן. די הילצערנע טירעל איז
צוגעמאַכט און די קליאַמקע, פון דרויסען איז מיט אַ הילצערנעם
שטעקעלע פאַרשפּונטעװעט. ניט קיין בער, ניט קיין ציגיינער, ניט
קיין שװאַרצע יאַגדעס..
װואַרפט מען זיך דאָך צו די סטראַזשניקעס, וועלכע שטעהען
יי פּיעטרוקס װאָגען און היטען, די געבּונדענע קאַטאָרזשניקלעך,
מיט די בּלויזע שווערדען אין די הענט. דער אוריאַדניק אַלין בלי-
זערט זיך;
-- געזעהן דעם , װאָזשאַטי? וואו איז דער װאָזשאַטי?
-- ניקאַק ניעט, װאַשע בלאַהאָראָדיע! -- ענטפערן די
סטראזשניקעס,
-- אַ בער גאָר ניט געועהן אַרױסגעהן פונדאַנען? איהר
בּלינדע שלאַיענס. איהר ליימענע גולמס!
-- ניקאַק ניעט! -- ציטערען די סטראַזשניקעס -- קיינעט
אין די אויגען ניט געזעהן,
בּלייבּען אַלע שטעהען וי די אָפּגעשמיסענע. הדסה, אַ אידענט,
בּאַגרייפט נאָך ניט, װאָס דאָ טוט זיך. זי ווייסט איהר זאַך,. זי
שאָקעלט צו ר' שבּתילען. איהר מאַן, מיטן קאָפּ
-- אַזאַ מעשה, אַ? אָנגעגרייט פאַרן ציגיינער אַ לעבּעלע ברויט,
245
אַ הערינג, אַ פלעשעל בּראַנפען אויפן וועג. אַ מענש האָט דאָך אונז
געראַטװעט. און מיטאַמאָל -- -
צעוויינט זיך ר' שבתיל, איהר מאַן, אויסהערענדיג איהרע
רייד, אינמיטען הויף, פאַר אַלעמען אין די אויגען און אָהן אַ פּיצעל
בּושה. אָט ערשט, דאַכט זיך, אַזױ בּגילופינדיג און מיטאַמאָל צעץ-
וויינט ער זיך גאָר. עס פאַרדריסט איהם מוראדיג װאָס ער איז גע"
ווען אַזױ נאָהענט צוֹ גאָטס שלוחים און געלאָזען זיי , אַוועקפליהען".
ניט בּאַשערט געווען אַפילו צן בּאַדאַנקען זיי וי ס'געהער צו זיין.
וו אברהם אבינו האָט בּאַדאַנקט זיינע שליחים..
נאָר אַ אידענע פרשטעהט דען װאָס עס טוט זיך מיט איהר
מאַן, מיט אַזאַ פייערדיגען חסיד װי ער איז?
--- שבּתיל, גאָט איז מיט דיר! --- פאַלט זי צו איהם צו, װאָס
עפּעס אינמיטען-דרינען?
-- דו הערסט?! -- מאַכט ר' שבתיל ווישענדיג זיך די אוי-
גען---דו הערסט, חדסה, מיין ווייבּ? ס'איז בּיי אונז געווען + אַזאַ בּער וי
סאיז געווען אַ בּעריאָזקע אין װאַלד -- -- --
און כּך הוה. מיט אַ טאָג שפּעטער, ווען. פּיעטרוק, דער משרת
פון שענק. איז שוין געקומען. צוריק פון קאָפּוסט, וואוהין ער מיטן
אוריאַדניק האָבּען אָפּנעפיהרט די אָסטראָזשניקעס, האָט ר' שבּתיל
זױידעראַמאָל אָנגעטאָן די אַטלעסענע זשופּיצע, און איבּער דער זשו"
פּיצע די כאַלמידע און אַװעקגעלאָזען זיך אין וועג אַריין אָפּצאָהלען
פּאַכטע דעם פּריץ, האָבּען זיי בּיידע ניט ווייט פון אָפּגעשניטענעם
פּיען גענומען זוכען דאָס ווייסע בּוימדעל צווישען די סאָסנעס, אָט
דאָס זעלבּע בּוימעלע, װאָס ר' שבּתיל האָט אָנגענומען פאַרן , לֵיי-
ווענטענעם"? רבּי, און פּיעטרוק -- פאַר אַ פּראָסטע בּעריאָזקעי.
וואו אַ ווייסע בּוימעל? װאָס בּעריאָזקע? קיין זכר ניטאָ. קיין סימן
ניט געבליפעף
זיי האָבּען אפילו אָפּגעזוכט די צוויי סאָסנעס, צווישען וועלכע
דער פערד איז אַנוֹמעלטען אַרײנגעפאָהרען און פאַרקלעמט די דוהע,
אָפּגעריסענע קאָרע איז נאָך געלעגען אויף די װאָרצלען, אָבּער די
בעריאָזקע חינטער זיי איז ניט געװוען
248
איז ר'שבּתיל חסיד באימה-ופחד אַװעקגעפאָהרען קיין אָרשע.
תהילים דעם גאַנציקען וועג געזאָגט. אָפּגעצאָהלט פּאַכטע דעם
פּריץ, געשטעלט אַן עמער בּראַנפען די גויים אין קאַנטאָר. אין
בּית-המדרש נאָכן דאַװנען גומל געבּענשט און וייטער געשטעלט
משקה. דאָס מאָל פאַר אַ מנין חסידים. פאַר הדסהן זיין ווייבּ האָט
ער איינגעהאַנדעלט אַ זיידענע קאָפּיטיכעל מיט טערקישע קוייטען,
פאַר די קינדער -- שיכעלעך. אָבּער בּאַרוהיגען זיך האָט ער מעהר
ניט געקענט. דער פאַרשוואונדענער בער האָט איהם געטאָרעט אין
מוח און אַלע נסים, װאָס האָבּעז זיך אַרום איהם אָפּנעשפּילט, זיגט
דער , לייווענטענער"י איז צו איהם אַראָפּנעקומען אין שענק,י
און טאַקע באַלד, נאָך יענעם שכת, האָט ער וייטער געהי-
יסען פּיעטרוקען שפּאַנען דעם פערד. אָפּגעזעגענט זיך מיט וייבּ און
קינדער. גענומען אַ גוטען , פּדיון! אין קעשענע און אַרױסגעלאָזען
זיך זוכען דעם , לייווענטענעם"!, און אַ נדר האָט ר' שבּתיל געטאָן
אָפּצוגעבּן דעם פּדיון דעם רבּין און נאָך אַ שעגע נדבה דעם רבין
אין האַנט אויף צדקה. און זאָגען מוז ער דעם ליווענטענעם, זאָל
לעבּען, אַז ער, ר' שבּתיל, פאַרשטעהט אַצינד דעם רבּינס ווערטער,
דאַמאָלסט, נאָכן אָנבײיסען... אַז מ'טאָר ניט װאַרימען די הענט אָן דעם
צווייטענס אַ שרפה, װוי גרויס דער פראָסט זאָל ניט זיין, אַז מ'קומט
דערפאַר אָפּ... שוין צו שטאַרק האָט ער, ר' שבּתיל, דאַמאָלסט הנאה
געהאָט פונם רבּינס אַראָפּקומען צו איהם. די הנאה איז אָבער געווען
געבּויט אויף דעם, װאָס אַן אָרימער בּאַלעגאָלע איז געבליבּען אֶהן
פעויד און װאָגען און אָהן פּרנסה. פאַר גרויס הנאה האָט ער אַזש
געלאָזען שטעהן דעם זעלבען בּאַלעגאָלע אָן אַ זייט און ניט פאַר-
בעטען צום טיש. האָט איהם אויך דער אױיבּערשטער בּאַשטראָפט
מיט פּיעטרוקס פערד און װאָגען, װועלכע זיינען פאַרפאַלען גע-
װאָרען און מיט אַן אימת-מות פאַר ראַזצאָיניקעס, וועלכע זיינען
איהם בּאַפאַלען אינמיטען דער נאַכט, און ער פאַרשטעהט אַציגד,
ר' שבתיל, דעם גאַנצען וואונק פון , דרך ארץ פאַר אַ בער"", װאָס
דער , לייווענטענערי האָט איהם געגעבען פאַרן אָפּפאָהרען אָי
אָי, פאַרשטעהט ער!.. וואו װאָלט ער, מיט ווייב און קינדער גע-
ווען אַצינד ווען ניט אָס דאָס טייערע װאָרטןײ.
447
אָט דאָס אַלץ מוז ער איהם זאָגען, דעם , לייווענטענעם"י, און
בּעטען אַ תּיקון, וי אַזױ בּעסער תשובה צו טאָן.. |
נאָר אַ סך טעג האָט ער זיך נאָך אַרומגעדרעהט, ר' שבּתיל,
צווישען כאַסלאַװיטש און ליובּאַוויטש, צווישען פּיעטראָװיטש און
קלימאָוויטש, קאָסטיוקאָװויטש און לאָזאָװיטש... װאָרים---געה זוך
דעם ווינט אין פעלד!.. אַז וואו דער , לייווענטענער"י האָט געטאָגט,
דאָרטען האָט ער ניט גענעכטיגט, און וואו גענעכטיגט---דאָרטען ניט
געטאָגט. און דוקא ווען מ'האָט שטאַרק געװאָלט, האָט מען איהם
קיינמאָל ניט געקענט געפינען.
ענדע -- דריטער טייל , עמי*הארצים",
א ' נ ה א 7 )6=ש;
אַ װאַרן (אָנשטאָט אַ הקדמת) --. =
צוריק פוֹן אַסטׂראָג = 266
ר' זימעל פּאַקענטרעגער --
זימעלס קאָנקורענט =
שלום געמאַכט = 26
אינם װואַסער דריידעל יי
אויפן וועג קיין מאַקאַראָווקי
פּאַנדרע אַן אָקסענקעמפער
קאַטערינושקאַ = =
אויפגעפרעסען די ברוסניצעס
אַ פולער װואָגען נייעס יט
חאַבע קירזשנער אױפּן שליאַך
פאַרלאָרען קרעדים... -ט
דער װאַלד ברענט! =+
איינער אַלין -- -:
ביים תנכיניק יי =
בּיים דאָקטאָר = =
אין יענער. נאַכט יי
קולאַיע -ט =
איין לעק... װאָס קען עס שאַדען?
סענדערקע אין פאַרבי --
אויסגעמידען קושקעס מעסער
אין דער שטוב מיט די גרינע לאָדען--
וווןוווו!וווווווווו||
די אַבּלאַווע יאר =
ער ועט שוין מעהר ניט עזיסעף =
בּיים קינדס ויגעלע == =
מיאיז פּאַנדרען מנחם-אבל
! ,,אברעמעלע-די-געקוילעטע-קאַץ"*י
דרך-ארץ פאַר אַ בּער - -
בּערישע קונצען -- = --
גזלנים אין ר' שבתילס שענק -
הילף פון אַלע זייטען = =
ניט קיין בער, ניט קין בּעריאָזקע..
14ן1ן1ן1וווןוווווןון|ן!ןוזוווווווו|ו|ווו||
120
154
155
165
177
193
209
221
235
244
262
273
290
205
518
529
טיט
554
263
59
292
02
26
26
535